עצות און הילף אויפצושטיין פארטאגס

חיזוק ועידוד אין אלע מצבים

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

מה יקר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 299
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 15, 2015 1:06 pm

עצות און הילף אויפצושטיין פארטאגס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה יקר »

סארקאזי האט געשריבן:מר' ספיידער,
איך בין נישט אזא גיטער בעל דמיון, אז איך נעם זיך דמיונען, דמיון איך אויך, אז איך בין אויפגעשטאנען, דערווייל שלאפ איך טיף,
האסטו עפעס א פראקטישע עצה אין אזא פארווייטאגטע נושא ווי דאס? אדער נאר עלאשאנס?
איך האב עטליכע מאל געטראכט צו עפענען א אשכול אויף דעם נושא יעדער זאל שרייבען זיין נסיון וואס האט געארבעט פאר אים

נאך די געוואלדיגע עצה פון ספיידער וועגן אויפשטיין פארטאגס און די בקשה פון סארקאזי, נעם איך מיר דעם כבוד פון עפענען אן אשכול וואו דער עולם זאל מיטטיילן זייערע עצות איבער דעם ענין פון אויפשטיין פארטאגס, אין די היינטיגע וועלט, וואס דאס איז א ביטער שווערע עבודה, ווייל מען לייגט אין די שפעטע שעה'ן.

ווער עס איז באקאנט מיטן מצב אין די בתי מדרשים אין די פארטאגס שעה'ן וועט מעגליך האלטן אז עס איז שוין לאחר היאוש, ווייל ווי מ'ווייסט איז געשען אין די לעצטע יארן גאר א שטארקע ירידה בענין זה, און אפי' אזעלכע וואס פלעגן אויפשטיין אסאך יארן פארטאגס (אפשר נישט יעדן טאג אבער עטליכע מאל א וואך יא) שטייען אויך שוין נישט אויף היינטיגע צייטן.

ובכן ווערט דער ציבור געבעטן איבערצוגעבן זייערע עצות וויאזוי איבערצוקומען דעם יצר הרע'לע.
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

קודם כל די סיבות
האלט איינער אז דאס וואס די בתי מדרשים זענען ליידיגער פארטאגס האט מיט ירידת הדורות? [טאמער יא האב איך טאקע נישט קיין עצה...., אבער טאמער נישט, לאמיר זעהן די סיבות, אולי קען מען עס נאך פיקסן...]
לענ"ד, אויסער דעם פאקט אז מענטשן זענען ביי די ארבעט [סעלפאן וכדומה] 24 שעות, נישט קיין זיבן אכט ווי א דור צוויי צוריק..., ועוד, די פלעקסיבליטי היינט, מען קען לערנעןם ווי אימער, און ווי אזוי אימער, און ווען אימער, האט שטארק מינימיזורט דאס אראפגעבינדקייט צו לערנען אין א ביהמ"ד, פארטאגס שעות דייקא, דאס איז מיין מיינונג
וואס האלטן אנדערע?
מה יקר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 299
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 15, 2015 1:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה יקר »

למעשה זענען די בתי מדרשים אסאך פולער ביינאכט.
מה יקר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 299
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 15, 2015 1:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה יקר »

באקומען אין אישי פון איינעם
from my expirence u should never give up on fartogs even there is 2 weeks that u slept fartugs and also if u wake up late try to learn even for a few minutes
אוועטאר
ספיידער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 284
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 08, 2014 11:52 pm
לאקאציע: אויף דיין הוט, פליק עס אראפ. אט אזוי...שוין מער נישט דארט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ספיידער »

AdultAdhd האט געשריבן:פאר מיינע מענטשען העלפט טאמער מען האט עפעס וואס ממיז טון זייער פרי ווייל מיר טוען אלעס די לעצטע מינוט במילא אויב האב איך אן אפונטמענט 8:00 וועל איך אנקימען 8:15 אבער נאכדעם האב איך א לאנגע טאג אפילו א גוטע חברותה קען ארבעטן פאר א שטיק צייט ביז ער וועט דיך איבערלאזן פארן קימען שפעט
וויאזוי קען מען בעסער פארשטיין א יוד וואס האט ל״ע פאביעס? די מענטש וואס האט נאכנישט טועם געווען טעם פאביע ווייסטעך בכלל נישט וויאזוי ס׳פילט..
די אמת איז עס איז דא איין פאביע וואס יעדער האט און דאס איז ספיידער פאביע
אוועטאר
איש חמודות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3996
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 9:42 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש חמודות »

די פראקטישסטע עצה איז צו גיין שלאפן פרי!
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35238
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

האב אינזינען ביי המעביר שנה אינדערפרי.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אברך
שר האלף
תגובות: 1260
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 22, 2015 1:15 pm
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אברך »

איינער וואס מוטשעט זיך אויפצושטיין אין צייט זאל זיך פרעגן אויב זיין פראבלעם איז נאר אינדערפריה אדער איז ער פארשלעפט איבעראל, אויב איז זיין פראבלעם נאר אינדערפריה דאן קען העלפן איינער פון די אויפשטיין עצות ווצב''ש א חבר זאל אויפוועקן, א גוטע זייגער, אפשר שלאפט מען נישט גוט, אדער עסט מען צופיהל פארן שלאפן וכדו' אויב אבער איז מען איבעראל שפעט דאן איז דאס ווארשיינליך מער א שורש'דיגע אישא, עס קען זיין א מאנגל אין פאוקאס, א עבסענט מיינד וכדו' און מען דארף אדרעסירן דעם שורש.

איך בין נישט קיין פרא איך שרייב נאר וואס איך געזעהן ביי באקאנטע (אקעי אקעי ביי מיר אויך...).
אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאדאם חוסעין »

מה יקר האט געשריבן:למעשה זענען די בתי מדרשים אסאך פולער ביינאכט.

ווענדט זיך וועלכע בהמ"ד, ביי אינז איז ב"ה פארטאגס אסאך פילער, די עצות אויפצושטיין איז פשוט האבן א פרעשער,
1] א תפילה צום אייבערשטע,
2]א גוטע חברותא וואס ווארט [אפשר אפילו אפשמיעסן אים צו צאלן א קנס יעדע מאל וואס מען פארשלאפט].
3] זיך צושטעלן צו א חבורה, [מיט בחינות איז בעסער] אזוי ווייסט מען אז מען מיז ענדיגען די שיעור,
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]
יאנקל
שר האלף
תגובות: 1356
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 18, 2015 11:25 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנקל »

האב אינזין ביי קר"'ש ווען דו זאגסט והעמידינו .. לחיים טובים ולשלום די זמן ווען די ווילסט אויפשטיין און הפלא ופלא דו וועסט אויפשטיין פונקלעך יענם זמן
מחנך
שר חמש מאות
תגובות: 579
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 03, 2016 10:49 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחנך »

די סיבה פארוואס היינט שטייט מען אויף שפעטער איז ווי איינער האט דערמאנט אויבן אז מ'איז היינט זייער צוגעקלעבט צו די סעלפאונס וואס עסט אויף די טאג שעות און אוודאי די נאכט שעות, דערנאך איז מען מיד און מ'קען נישט אויפשטיין.
אויך איז זייער איינפירט אדער איינגעריסן צו ארום קאלעצן און ארום שלעפן אין די נאכט אריין, שמועסערייען, שמחות, א.א.וו. אזוי אז מ'גייט שלאפן פופציג אזייגער, נו וויאזוי קען מען זיך ארויסרייסן פון בעט נאך דריי פיר שעה שלאף?

עצות:
קודם כל איז דא א באקאנטע סגולה, מ'זאגט פאר'ן זיך לייגן "בידך אפקיד רוחי" און מ'זאגט די צייט ווען מ'וויל אויפשטיין, מ'קען שעפשען א שטילע תפילה דערצו, אסאך אידן זאגן אז ס'איז בדוק ומנוסה.
נאך א עצה צו לייגן די וועקער זייגער אוועק פון בעט, אז מ'דארף שוין ארויס פון בעט צו אויסלעשן די זייגער איז מען שוין האלב אויף
ס'איז דא צו באקומען וועקער זייגערס וואס מאכט שטארקע קולות ווי א האן קרייט אדער ווי א קוה מעזשעט, דאס איז גאנץ ווירקזאם
ס'איז דא א ווייברעיטאר אלארם זייגער, וואס טרייסלט אויף דעם חומר הגוף, היפש ווירקזאם
די בעסטע עצה איז אז ווען מ'הערט דעם זייגער גיט מען זיך א רוק ארויס פון בעט, און נישט מאכן סנוז, דאס איז די מערסטע סוקסעספולע מיטל וואס ארבעט פיין.
תמהואומר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 451
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 30, 2014 1:47 pm
לאקאציע: נעבן דעם שאינו יודע לשאול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תמהואומר »

לדעתי העני' די איינציגסטע איז:

מען זאל "וועלן" אויפשטיין
אויב פארטאגס זאל זיין אזוי וויכטיג ווי כאפן דעם פליגער, וועט מען אויפשטיין, און אויב נישט נישט

די אלע סגולות איז געמאכט געווארן אז מען זאל זיך "דערוועקן", אבער דאס אז מען זאל למעשה "אויפשטיין" איז שוין א צווייטע נושא, און מען קען דאס נישט צוזאמענמישן, נאך די אלע סגולות קען נאך אלץ זיין וישן ויחלום שנית, און צו דעם דארף מען האבן א רצון, והענין סובל אריכות גדול ומחוסר הפנאי אקצר
א תם האט אויך עפעס וואס צו זאגן, הער אים אויס מיט געדולד!
אוועטאר
איש חמודות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3996
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 9:42 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש חמודות »

אין ייטב לב די וואך פרשת בלק שטייט א סגולה אויפצושטיין פרי וזל"ק:

אל מוציאם ממצרים וגו' הן עם כלביא יקום וכארי יתנשא לא ישכב עד יאכל טרף [כג, כב-כד]. כיצד, קורא את שמע כו', עיין פירוש רש"י. ויש לדקדק מפני מה שינה הכתוב להקדים קימה לשכיבה, הלא כתיב (דברים ו, ז) ובשכבך ובקומך, וכן הוא הסדר, כי קימה אינו נקראת אלא כשקם ממטתו, אבל בכל היום נקרא עמידה וישיבה והילוך, ועיין מגן אברהם (סי' נח סק"ז), אם כן לא יוכל לקום עד אחר שישכב, והיה לו להקדים לא ישכב ואחר כך כלביא יקום. ועיין ריש פרק קמא דברכות (ב.) תנא אקרא קאי, עיי"ש:
ולתרץ דברי רש"י אפשר על פי מה שכתוב בספרי יראים כי סגולה לקום בשעה שרוצה הוא על ידי שקורא קריאת שמע בכוונה ואז מתפלל שיעזרהו השי"ת לקום בשעה שרוצה, ומפקיד רוחו, והקב"ה מחזיר לו פקדונו בשעה שרוצה לקבלו. וזהו שנאמר כלביא יקום וגו', והטעם כי לא ישכב (מתחלה בלילה) עד יאכל טרף, על ידי קריאת שמע, וכאמור:
אוועטאר
בענקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3714
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בענקעל »

IMG_20160918_163513.jpg
אוועטאר
פייערמאן
שר חמש מאות
תגובות: 730
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 05, 2016 10:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פייערמאן »

:lol: :lol: :lol:
יונה
שר האלפיים
תגובות: 2003
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 19, 2010 11:45 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יונה »

איינער האט שוין געשריבן באט כ'מיין אז מ'מעג עס שרייבן נאכאמאל, די פשוטע און ווירקזאמסטע וועג אויפצושטיין פרי, איז פשוט זיך לייגן פריער. גיין שלאפן שפעט און טון סגולות אויפצושטיין פרי וועט ערגעץ ווי אויסקלאפן, דער גוף וועט זיך אפמאנן דאס שלאפ ערגעץ ווי. אוודאי אידא אויסגעארבעטע אידן וואס באווייזן צו זיין א מענטש נאכן שלאפן דאס מינימום נאכט נאך נאכט, באט דאסי נישט קיין נחלת הכלל.

לויטן יעצטיגע סדר קען מען זיך לייגן אום צענע האלבער עלף לאנג נאך מעריב, און אויפשטיין לעבודת הבורא אום פינעווע האלבער זעקס קודם עלות השחר, נאך א גוטע זיבן שעה שלאפ.

פארוואס עס געשענט ניט ביים ציבור הרחב, ווייסמיר דאך.. טעלעפאנן, שמחות, בעבי'ס וכו' וכו'.
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

בענקעל חחחחח
אוועטאר
Kosher Travel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4216
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kosher Travel »

יונה האט געשריבן:איינער האט שוין געשריבן באט כ'מיין אז מ'מעג עס שרייבן נאכאמאל, די פשוטע און ווירקזאמסטע וועג אויפצושטיין פרי, איז פשוט זיך לייגן פריער. גיין שלאפן שפעט און טון סגולות אויפצושטיין פרי וועט ערגעץ ווי אויסקלאפן, דער גוף וועט זיך אפמאנן דאס שלאפ ערגעץ ווי. אוודאי אידא אויסגעארבעטע אידן וואס באווייזן צו זיין א מענטש נאכן שלאפן דאס מינימום נאכט נאך נאכט, באט דאסי נישט קיין נחלת הכלל.

לויטן יעצטיגע סדר קען מען זיך לייגן אום צענע האלבער עלף לאנג נאך מעריב, און אויפשטיין לעבודת הבורא אום פינעווע האלבער זעקס קודם עלות השחר, נאך א גוטע זיבן שעה שלאפ.

פארוואס עס געשענט ניט ביים ציבור הרחב, ווייסמיר דאך.. טעלעפאנן, שמחות, בעבי'ס וכו' וכו'.

Yonah is right.

I remember when the 6:20 Minyan was the biggest Minyan. By 7:45am, the corners were full with Heimishe Jewish people waiting for the buses to travel into Manhattan.

This was before cellphones and all types of stores open late.

The only stores open late were Laundaus and Suchi Reich.

These were the normal times. People worked very hard but they also had a family life.

Kosher Restaurants were few and far.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!
אוועטאר
Kosher Travel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4216
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kosher Travel »

By the way...


איך האב אליינס געהרעט פון ר' יוסעלע ר. פון שעטנז לאבערטאריע:

עצה צו קענען אויפשטיין פארטאגס, טרונקען 3 פילע גלעזער וואסער פארן זיך לייגן. ער האט נאך צוגעלייגט מיט זיין תמימות "בדוק ומנוסה".
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!
אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאדאם חוסעין »

Kosher Travel האט געשריבן:
By the way...


איך האב אליינס געהרעט פון ר' יוסעלע ר. פון שעטנז לאבערטאריע:

עצה צו קענען אויפשטיין פארטאגס, טרונקען 3 פילע גלעזער וואסער פארן זיך לייגן. ער האט נאך צוגעלייגט מיט זיין תמימות "בדוק ומנוסה".

ביסט זיכער וואסער איך מיין אז ער האט געזאגט וואדקע...
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]
יקוםפרקן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 396
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 30, 2011 4:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יקוםפרקן »

עס איז לעצטנס געווען א קליפ פון ר' חיים קנייבסקי, ווי א בחור בעט אים אן עצה אויפצושטיין פארטאגס, און ער פרעגט אים צו ער שלאפט אליין, ענטפערט דער בחור אז ניין, עטליכע בחורים שלאפן אין צימער, דאן זאגט אים ר' חיים אז ער זאל בעטן דעם חבר זאל אים אריינגיסן א טעפל וואסער ביים אקסל (ער ווייזט אים מיט די האנט ביים עפענונג פונעם העמעד ביים אקסל), דער עולם צולאכט זיך...

דער מעסעדזש איז אבער קלאר!
מה יקר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 299
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 15, 2015 1:06 pm

המעורר ישנים און התעוררו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה יקר »

עס איז מיר אינטערסאנט וואס קיינער האט נישט אנגעמערקט איבער דעם המעורר ישנים סיסטעם 718-705-9253 וסימנך wake, וואס וועקט אויף לויט ווי ער ווערט אנגעשטעלט מיט א פונקטליכקייט,
אבער איצט איז נתחדש געווארן א פרישע חידוש אינעם אויפשטיין באצייטנס, דאס איז די נייע פירמע התעוררו וואס דאס איז, אז א מענטש וועקט אויף יעדן טאג, פאר די נישטיגע פרייז פון $25 דאלאר א וואך. די נומער זיך איינצושרייבן איז 559-670-1881, און זיי מאכן זיכער אז מען איז אויפגעשטאנען אין צייט.
זיי שרייבן אז אלע סטאטיסטיקס ווייזן אז א מעמבער אין התעוררו קומט אן צייטליך איבעראל, ביים שיעור מנין ארבעט כולל ישיבה,
ווער עס האט מער פרטים מן הנסיון מיט התעוררו ווערט געבעטן דא מיטצוטיילן.
איש החסד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 421
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 13, 2016 11:37 pm
לאקאציע: בבית ה'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש החסד »

איך קען דאס גערן טוען אומזינסט... גיב מיר נאר דיין סעלפאון נומער...
סידיראם
שר האלפיים
תגובות: 2191
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 03, 2015 1:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סידיראם »

איש חמודות האט געשריבן:די פראקטישסטע עצה איז צו גיין שלאפן פרי!

;l;p- true
EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ
אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3321
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטונקען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא זאפטיגער »

אן עצה וואס ניצט מיר זייער גוט, און ב"ה די לעצטע 8 יאר איז עס אויסטערליש ווירקזאם, אבער עס איז בלויז פאר אזעלכע וואס האבן די זעלבע נאטור ווי מיר.
איך קען ממש נישט שלאפן רואיג ווען דער זייגער גראגערט, איינמאל כ'וועק מיר אויף און ער גייט מיר אויף די נערוון, דארף איך אבער ארויסקומען פון בעט.
דערפאר לייג איך מיין זייגער אויפן גרויסן שאפע ביים אנדערן עק צימער, און איך קריך ארויס פון בעט עס אויסצולעשן. איינמאל כ'בין שוין אינדערויסן פון בעט פארשטייסטו שוין אליין אז דער טאג הייבט זיך אהן...
איר קענט לאכן, אבער פאר מיר איז עס ממש א ישועה גדולה...
עורו ישינים משינתכם!!!
די גאנצע שטאט פאר קיין דותן, אבער דותן איז געבליבן ביים ירח האיתנים. און שוין.
שרייב תגובה

צוריק צו “ולאחיו יאמר חזק”