עצות און הילף אויפצושטיין פארטאגס

חיזוק ועידוד אין אלע מצבים

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

אוועטאר
פטיש
שר חמש מאות
תגובות: 680
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 11, 2016 5:15 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פטיש »

שמעלקא זאפטיגער האט געשריבן:אן עצה וואס ניצט מיר זייער גוט, און ב"ה די לעצטע 8 יאר איז עס אויסטערליש ווירקזאם, אבער עס איז בלויז פאר אזעלכע וואס האבן די זעלבע נאטור ווי מיר.
איך קען ממש נישט שלאפן רואיג ווען דער זייגער גראגערט, איינמאל כ'וועק מיר אויף און ער גייט מיר אויף די נערוון, דארף איך אבער ארויסקומען פון בעט.
דערפאר לייג איך מיין זייגער אויפן גרויסן שאפע ביים אנדערן עק צימער, און איך קריך ארויס פון בעט עס אויסצולעשן. איינמאל כ'בין שוין אינדערויסן פון בעט פארשטייסטו שוין אליין אז דער טאג הייבט זיך אהן...
איר קענט לאכן, אבער פאר מיר איז עס ממש א ישועה גדולה...
עורו ישינים משינתכם!!!

בדוק ומנוסה
מה יקר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 299
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 15, 2015 1:06 pm

התעוררו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה יקר »

מה יקר האט געשריבן:איצט איז נתחדש געווארן א פרישע חידוש אינעם אויפשטיין באצייטנס, דאס איז די נייע פירמע התעוררו וואס דאס איז, אז א מענטש וועקט אויף יעדן טאג, פאר די נישטיגע פרייז פון $25 דאלאר א וואך. די נומער זיך איינצושרייבן איז 559-670-1881, און זיי מאכן זיכער אז מען איז אויפגעשטאנען אין צייט.
זיי שרייבן אז אלע סטאטיסטיקס ווייזן אז א מעמבער אין התעוררו קומט אן צייטליך איבעראל, ביים שיעור מנין ארבעט כולל ישיבה,
ווער עס האט מער פרטים מן הנסיון מיט התעוררו ווערט געבעטן דא מיטצוטיילן.

א הערליכע אינטערוויאו איז ארויף אויף קול מבשר מיט הר"ר יצחק אהרן שטערנפעלד פון ובלכתך (שמעלצער), איבער דעם וואונדערליכן סיסטעם פון התעוררו 3-1 1516#.

אין די אינטערוויאו גייט ער אדורך דעם גאנצן התעוררו סיסטעם, עס איז א סיסטעם וואס קאלט דעם מענטש ווען ער באשטעלט עס,
און עס ווארט א מינוט ביז מען גיסט זיך אפ נעגל וואסער און נאכדעם פרעגט עס א קשיא וואס וואס ער דארף נוצן אביסל קאפ צו ענטפערן,
און נאכדעם נאך אפאר מינוט באקומט ער נאך א טעלפאן קאל וואס פרעגט א קשיא וואס דערצו מוז מען ארויסגיין פון בעט צו קענען ענטפערן, למשל וויפיל פסוקים איז דא צווישן שני און שלישי?

און נאכדעם וואס דער מענטש איז שוין גרייט צו טון וואס ער דארף, דארף ער צוריק אריינרופן לאזן א מעסעדזש אז ער איז גרייט די און די זייגער.
און אלעס ווערט באגלייט פון 5:00 פארטאגס און ווייטער דורך א מענטש, צו מאכן זיכער אז מען איז טאקע אויפגעשטאנען.

ועוד פרטים נפלאים שא"א לי להאריך בכאן ודי בזה עכשיו.
גענעראל
שר מאה
תגובות: 248
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 29, 2013 6:37 pm
לאקאציע: אויפן פראנט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גענעראל »

איז דא עפעס עצות צו קענען אויפשטיין פארטאגס פאר איינעם וואס שלאפט טיף (הערט נישט דעם אלארם), שטייט אויף שווער אפילו נאכן שלאפן 6-7 שעה?
אוועטאר
דער נייגעריגער
שר העשר
תגובות: 32
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 08, 2014 1:20 pm

התעוררו העלפט ביי מיר געוואלדיג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער נייגעריגער »

איך נוץ התעוררו היינט די זעקסטע וואך, און וואונדערליך, ווי שווער עס פלעגט מיר אייביג זיין דאס האלטען זיך צום צופרי שיעור, ווייל איך האב גאר אסאך מאל פשוט נישט געקענט זיך ארויסדערזען פון בעט, האב איך כסדר געפעלט און דאס גאנצע שיעור איז געגאנגען גאנץ אין קורצן שלאפען, נאך פסח זאגט מיר דער גבאי וואס שטעלט צו חברותות, אז ער שטעלט מיר צו א חבר נאר בתנאי אז איך גיי קומען יעדן איינציגן טאג אנע אויסנאם און מיך געעצה׳ט אויפצוסיינען מיט התעוררו, געזאגט און אזוי האב איך געטון איך שטיי אויף יעדן טאג מיט התעוררו, אויפן דאט 6:00 אזייגער בין איך אינדרויסן פון בעט rain or shine איך האב נאכנישט געפעלט אפי׳ איין טאג פונעם שיעור, ממש טעם גן עדן, פאר די 2-3 דאללאר א טאג וואס זיי נעמען, שטייען לעבעדיג מענטשען און נעמען מיך ארויס פון בעט מיט זייער אן געשמאקער צוגאנג, און לאזען נישט אפ ביז איך פארזיכער אז איך בין גרייט און גיי שוין ארויס פון הויז, און ווי עס קוקט אויס בעזר ד׳ וועל איך אזוי ענדיגן דעם גאנצן זמן. אומגלויבליך.
סידיראם
שר האלפיים
תגובות: 2191
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 03, 2015 1:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סידיראם »

גענעראל האט געשריבן:איז דא עפעס עצות צו קענען אויפשטיין פארטאגס פאר איינעם וואס שלאפט טיף (הערט נישט דעם אלארם), שטייט אויף שווער אפילו נאכן שלאפן 6-7 שעה?

דר. הרב. הגאון. המגיד. הפראפעסער. מייזעלס המכונה הערשל מייזליש טענה'ט אז אויב די טייראוידס איז נישט מסודר דאן מאכט דאס אז מען זאל אויפשטיין זייער שווער, הגם וואס דורכ'ן טאג קען מען זיין אויסגערוהט.

א פשוטע עצה פון עקספעריענס איז נישט צו עסן דריי פיר שעה פארן שלאפן (נערמאלערהייט קומט דא אן הוספה אז "לייכטע זאכן קענסטו יא" אבער פון מיין עקספעריענס לוינט זיך בכלל צו פארמאכן דאס פיסק א פאר שעה פארן גיין שלאפן) די שלאפן איז סאך לייכטער און פארטאגס וועט דיך דיין בעט אויסשפייען.

די פירסט זיך טאקע אזוי? אויב נישט פרוביר עס אויס
EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ
גענעראל
שר מאה
תגובות: 248
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 29, 2013 6:37 pm
לאקאציע: אויפן פראנט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גענעראל »

@סידיראם, וועלמיר פרובירן.
@ נייגעריגער, שוין געניצט התעוררו, די ערשטע צוויי וואכן האט עס געארבעט, דערנאךבין איך געשלאפן אזוי טיף אז איך נישט געהערט די פאון קלינגען.
אוועטאר
דער נייגעריגער
שר העשר
תגובות: 32
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 08, 2014 1:20 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער נייגעריגער »

גענעראל האט געשריבן:@סידיראם, וועלמיר פרובירן.
@ נייגעריגער, שוין געניצט התעוררו, די ערשטע צוויי וואכן האט עס געארבעט, דערנאךבין איך געשלאפן אזוי טיף אז איך נישט געהערט די פאון קלינגען.

וועגן דעם שטעל איך אויך אן א וועקער זייגער וואס ציטערט און עס קלינגט א מינוט צוויי פאר התעוררו קאלט, צו מאכען זיכער אז איך הער דעם טעלעפאון צו קענען אויפהייבען. מיין הויפט בענעפיט פון התעוררו איז, אז נאכדעם וואס איך האב זיך אויפגעוועקט גיי איך נישט צוריק שלאפען, ווייל זיי מאכען זיכער אז איך גיי ארויס פון בעט, און דערנאך אויך פון הויז אין גאס ארויס.
אוועטאר
יאסעלע
שר האלף
תגובות: 1127
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 24, 2017 2:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאסעלע »

אינטערעסאנט אז קיינער האט נישט דערמאנט, אין קינדליין איז שוין דא א לאאאנגע סעריע פון המחנך הרב מענדעלאוויטש איבער עצות פאר קינדער אויפצושטיין פארטאג'ס, עס איז פונקט אזוי נוגע פאר טאטעס...
כלל גדול: אז ס'טוט וויי שרייט מען. און אז נישט איז מען רואיג. אייגנס
יאסעלע'ס פריוואטער אשכול
גענעראל
שר מאה
תגובות: 248
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 29, 2013 6:37 pm
לאקאציע: אויפן פראנט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גענעראל »

עני עקספיריענס מיט א דאקטאר פאר פראבלעמען מיטן אויפשטיין?
אוועטאר
יענקעלע
שר חמש מאות
תגובות: 781
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 21, 2011 4:09 pm
לאקאציע: אינפארמאציע: דער באנוצער געפינט זיך נישט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יענקעלע »

סידיראם האט געשריבן:
גענעראל האט געשריבן:איז דא עפעס עצות צו קענען אויפשטיין פארטאגס פאר איינעם וואס שלאפט טיף (הערט נישט דעם אלארם), שטייט אויף שווער אפילו נאכן שלאפן 6-7 שעה?

דר. הרב. הגאון. המגיד. הפראפעסער. מייזעלס המכונה הערשל מייזליש טענה'ט אז אויב די טייראוידס איז נישט מסודר דאן מאכט דאס אז מען זאל אויפשטיין זייער שווער, הגם וואס דורכ'ן טאג קען מען זיין אויסגערוהט.

א פשוטע עצה פון עקספעריענס איז נישט צו עסן דריי פיר שעה פארן שלאפן (נערמאלערהייט קומט דא אן הוספה אז "לייכטע זאכן קענסטו יא" אבער פון מיין עקספעריענס לוינט זיך בכלל צו פארמאכן דאס פיסק א פאר שעה פארן גיין שלאפן) די שלאפן איז סאך לייכטער און פארטאגס וועט דיך דיין בעט אויסשפייען.

די פירסט זיך טאקע אזוי? אויב נישט פרוביר עס אויס

און טרינקען?
סידיראם
שר האלפיים
תגובות: 2191
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 03, 2015 1:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סידיראם »

טרינקען לויט מיין עקספעריענס איז נישט קיין פראבלעים פאר'ן גיין שלאפן, אבער לפי השמועה איז אויך נישט גיט צו טרינקען "צו נאענט" צום שלאפן.

פארשטייט זיך אז מיט אלע עצות, טאר מען נישט פארגעסן פון די עיקר עצה, דהיינו זיך לייגן גאר פרי.

גלייבט'ס אן אלטן איד, ווענדטס אן אלע כוחות צו אויפשטיין פארטאגס, די גאנצע טאג גייט אנדערש נאכדעים.
לעצט פארראכטן דורך סידיראם אום פרייטאג פעברואר 23, 2018 2:15 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ
בראשית ברא
שר האלף
תגובות: 1229
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 06, 2016 3:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בראשית ברא »

סידיראם האט געשריבן:
גענעראל האט געשריבן:איז דא עפעס עצות צו קענען אויפשטיין פארטאגס פאר איינעם וואס שלאפט טיף (הערט נישט דעם אלארם), שטייט אויף שווער אפילו נאכן שלאפן 6-7 שעה?

דר. הרב. הגאון. המגיד. הפראפעסער. מייזעלס המכונה הערשל מייזליש טענה'ט אז אויב די טייראוידס איז נישט מסודר דאן מאכט דאס אז מען זאל אויפשטיין זייער שווער, הגם וואס דורכ'ן טאג קען מען זיין אויסגערוהט.

אינטערעסאנט וואס דו זאגסט.
וואו קען מען עס הערן?
סידיראם
שר האלפיים
תגובות: 2191
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 03, 2015 1:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סידיראם »

בראשית ברא האט געשריבן:

צווישן איינע פון די טויזענטער שעות פון זיינע דרשות...

(דאכט זיך ביי די סעריע שאלות ותשובות אויף רעים בריאים האטליין, גיי זיך עס אויף...)
EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ
yankyperl
שר מאה
תגובות: 157
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 20, 2015 7:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך yankyperl »

עפל קאמפאוט
שר חמש מאות
תגובות: 747
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 17, 2009 12:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עפל קאמפאוט »

בעסטע בעסטע עצה איז צו מאכן א מצב מיט'ן גיין שלאפן פרי, דאווענען ביי די 60, נישט פעניען גארנישט, נאר תיכף ליינען קרישמע און אריינפליען אין בעט, צופרי וועסטו שוין גרינגער אויפשטיין פאר דעים אליין אז די וועסט וויסן אז די האסט געמאכט אזא מצב מיט'ן זיך לייגן פרי.
אוועטאר
אדער יא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3156
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 11, 2018 11:00 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אדער יא »

יענקעלע האט געשריבן:און טרינקען?
דער זכרון זאגט מיר אז דער ראשית חכמה עצה'ט צו טרינקען היבש אזוי וועט מען בעל כרחך שפרינגען פון מטה, און איינמאל מען איז שוין אינדרויסן איז שוין לייכטער
אוועטאר
יענקעלע
שר חמש מאות
תגובות: 781
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 21, 2011 4:09 pm
לאקאציע: אינפארמאציע: דער באנוצער געפינט זיך נישט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יענקעלע »

מיין פראבלעם איז אבער אז איך שפרינג ביז דרייע, און פון דרייע ביז צענע שלאפט מען פיין...
סידיראם
שר האלפיים
תגובות: 2191
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 03, 2015 1:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סידיראם »

אדער יא האט געשריבן:
יענקעלע האט געשריבן:און טרינקען?
דער זכרון זאגט מיר אז דער ראשית חכמה עצה'ט צו טרינקען היבש אזוי וועט מען בעל כרחך שפרינגען פון מטה, און איינמאל מען איז שוין אינדרויסן איז שוין לייכטער

דער זכרון זאגט דיר נישט גיט, דער ראשית חכמה זאגט נישט אזא זאך בכלל.

דארט ווי דער ראשית חכמה רעדט פון די ענין, זאגט ער אז "מען זאל "נישט" טרינקען אסאך וואסער בהשכמה, פארטאגס, וויבאלד דאס ברענגט מידקייט דורכ'ן טאג" דאס אלעס וואס ער זאגט דארט איבער דעים ענין.

דאס וואס די שרייבסט אז מען זאל טרינקען אסאך וואסער פאר'ן גיין שלאפן, האט לפי מיטב ידיעתי נישט קיין שום מקור אין ספרי קודש.
EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ
גליקליכער
שר מאה
תגובות: 154
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 19, 2016 2:02 pm
לאקאציע: עיר התורה והחסידות בלומינגבורג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גליקליכער »

די עלטערע אידן פארציילן אז זיי פלעגן דאס טון אינדערהיים, זיי פלעגן שלאפן ביי בעלי בתים, און האבן נישט געהאט קיין אנדערע וועג אויפצושטיין פרי, פלעגן זיי זיך אנטרינקן מיט וואסער, און די וועקער האט פיין געארבעט.

אז מ'רעדט שוין, זיי פלעגן נישט אויפשטיין 6:00 - 7:00 פארטאגס, זיי פלעגן אויפשטיין דרייע פירע.

מיין זיידע זז"ג זאגט אז ער מוטשעט זיך אויך אויפצושטיין, אבער ער האט געטראפן א עצה וואס ער טוט, ווען די וועקער זייגער לאזט זיך הערן, "גייט ער גראד ארויס פון בעט", נאך פאר ער קען האבן ספיקות אדער קווענקלנישן, ער טוט שוין זאוי איבער 40 יאר, און עס ארבעט. א פלא, איך פרוביר אויך די עצה, און.....
געמאכט די החלטה, און ענדליך "ארויס פון די באקס"!
נעגלוואסער
שר האלף
תגובות: 1365
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 02, 2017 4:28 pm
לאקאציע: צווישן די 2 קעניגליכע בעטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נעגלוואסער »

אויב האט מען א חברותא וואס פויגעלט אינטער זאל מען זאגן אז מוועט נעמען א נייע אוי וועט ער טוהן תשובת המשקל אין דיך אויפוועקן יעדן טאג און צייט
די ערשטע מחלוקה פון יעדע אידישע פארפאלק איז ווער סזאל אנגרייטן די ........ יא איר געדענקט גוט די נעגלוואסער
בונדל
שר חמישים
תגובות: 74
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 17, 2016 9:29 pm

האסט עס איינגעהאנדעלט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בונדל »

yankyperl האט געשריבן:someone told me to read this book https://www.amazon.com/Miracle-Morning- ... 0979019710

האסט עס איינגעהאנדעלט?
קענסט אפשר מיטטיילן אפאר אבער גוטע טיפס? און טריקס?
מה יקר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 299
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 15, 2015 1:06 pm

התעוררו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה יקר »

אפדעיטס
די פרייז היינט צוטאגס איז $5 א חודש, אויב איר שטייט אויף אין צייט, אבער אויב נישט קאסט א דאללער יעדע מאל זיי רופן ביז איר שטייט אויף.
עס גייט מיט א סיסטעם פון פוינטס וואס מען באקומט לויט ווי שנעל מען ווערט גרייט ארויסצוגיין,

ב.ד.וו. עס איז אויך געמאכט און עס וועט אויך העלפן פאר מענטשן וואס ווילן אויפשטיין שפעטער למשל 8:00 - 9:00
אוועטאר
ספרים שטוב
שר חמש מאות
תגובות: 796
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 01, 2019 10:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ספרים שטוב »

מה יקר האט געשריבן:אפדעיטס
די פרייז היינט צוטאגס איז $5 א חודש, אויב איר שטייט אויף אין צייט, אבער אויב נישט קאסט א דאללער יעדע מאל זיי רופן ביז איר שטייט אויף.
עס גייט מיט א סיסטעם פון פוינטס וואס מען באקומט לויט ווי שנעל מען ווערט גרייט ארויסצוגיין,

ב.ד.וו. עס איז אויך געמאכט און עס וועט אויך העלפן פאר מענטשן וואס ווילן אויפשטיין שפעטער למשל 8:00 - 9:00

ייש"כ פאר די אפדעיט.
ס'איז א געוואלדיגע זאך, תחזקנה ידיכם!
א "ספרים שטוב" קען זיין אין א שטוב, עס קען אויך זיין אין א מח.
אז איך האב נישט פלאץ אין מיין שטוב דערפאר, וועט מען עס מוזן פלאצירן אין מח.
מה יקר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 299
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 15, 2015 1:06 pm

התעוררו - בשעה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה יקר »

פרישערע אפדעיטס
די פרייז היינט צוטאגס איז $5 א וואך, מיט אן אפציע צוריקצובאקומען ביז 50.$ א טאג, אבער אויב איר שטייט נישט אויף אין צייט קאסט א דאללער יעדע מאל זיי רופן ביז איר שטייט אויף.
עס גייט מיט א סיסטעם פון פוינטס וואס מען באקומט לויט ווי שנעל מען ווערט גרייט ארויסצוגיין,

ב.ד.וו. עס איז אויך געמאכט און עס וועט אויך העלפן פאר מענטשן וואס ווילן אויפשטיין שפעטער למשל 8:00 - 9:00
אוועטאר
היימישער הייקער
שר האלף
תגובות: 1635
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 08, 2019 5:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער הייקער »

פטיש האט געשריבן:
שמעלקא זאפטיגער האט געשריבן:אן עצה וואס ניצט מיר זייער גוט, און ב"ה די לעצטע 8 יאר איז עס אויסטערליש ווירקזאם, אבער עס איז בלויז פאר אזעלכע וואס האבן די זעלבע נאטור ווי מיר.
איך קען ממש נישט שלאפן רואיג ווען דער זייגער גראגערט, איינמאל כ'וועק מיר אויף און ער גייט מיר אויף די נערוון, דארף איך אבער ארויסקומען פון בעט.
דערפאר לייג איך מיין זייגער אויפן גרויסן שאפע ביים אנדערן עק צימער, און איך קריך ארויס פון בעט עס אויסצולעשן. איינמאל כ'בין שוין אינדערויסן פון בעט פארשטייסטו שוין אליין אז דער טאג הייבט זיך אהן...
איר קענט לאכן, אבער פאר מיר איז עס ממש א ישועה גדולה...
עורו ישינים משינתכם!!!

בדוק ומנוסה

וכן אני נוהג מיט א שטראקע סוקסעס ב"ה.

איין צוגעלייגטע זאך, איך האב מחליט געווען אז בשום אין פנים ואופן טאר איך זיך נישט צוריקלייגן אין בעט. אויב בינעך טאקע אזוי מיד, קענעך נאכן זיך אנטוהן גיין שלאפן אויפן קאוטש. אינטערסאנט, עס האט נאכנישט פאסירט...
שרייב תגובה

צוריק צו “ולאחיו יאמר חזק”