דער אפטייטש פון חולי הנפש

פסיכאלאגיע און מעדיצינען

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

ותן ברכה
שר חמישים
תגובות: 63
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 16, 2014 12:25 pm

דער אפטייטש פון חולי הנפש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ותן ברכה »

בס"ד
דאס האב איך געשריבן אין אן אנדערע אשכול, איך וויל הערן די מיינונג פון עולם. אויך אויב דאס איז א תועלת פאר די מענטשן וואס ליידן.
איך וויל נישט נעמען קיין שטעלונג אין דעם ענין וועלכע יסורים זענען ערגער, אבער איך וויל פרובירן מסביר זיין וואס איז אנדערש יסורי הגוף פון יסורי הנפש (איך רעדט בעיקר פון אנקזייעטי וכל הנלוים אליו). איך האב אנגעהויבן צו שרייבן און עס האט זיך אביסל פארלאנגערט, איך האף אז עס נישט צו באריכות.

א) יעדער פארשטייט אז עס איז דא פארשידענע מדריגות אין יסורים, מען טוט דאס כסדר אפשאצן אין שפיטאל, מען פרעגט 'פון א לעוועל פון איינס ביז צען וויאזוי פילסטו די יסורים ?' אזוי אויך א טעראפיסט וועט פרעגן 'פון א לעוועל פון איינס ביז צען ווי שטארק איז די פילינג וכדו'. עכ"פ עס איז דא לעוועלס און לאו בחדא מחתא מחתינהו.
יעצט ווען מען זאל נעמען פיזישע יסורים און גייסטישע יסורים ביידע ביי לעוועל נאמבער 100 ווייס איך נישט וועלכע עס איז ערגער, מעגליך זענען ביידע די זעלבע ווייל זיי זענען דאך ביידע 100, מעגליך אז נישט.

אבער דא קומט די גרויסע חילוק. יסורי הגוף האט א קלארע פיזישע וועג וויאזוי עס ארבעט. דאס הייסט אז איך קלעם איין מיין פינגער אביסל וועט וויי טון אביסל, טאמער איך קלעם איין שטארק וועט ווייי טון שטארק. עס איז נישט מעגליך בעולם אז מען זאל קלעמען אביסל און פילן מער. (הגם עס איז נישט פונקטליך אזוי ווייל יעדע פיזישע יסורים איז אויך געבינדן מיט גייסטישע, און עס איז דא אזא זאך ווי פעין מענעדזשמענט, למשל ווען א מענטש וועט עקסעפטן זיינע יסורים, אדער ער וועט געבן מינינג, עכ"פ אין כאן מקום להאריך בזה, אבער בדרך כלל איז פיזיש פיזיש).

ווען עס קומט אבער צו גייסטישע יסורים איז אן אנדערע וועלט. "גייסט" איז מלשון רוחני. און ביטע נישט כאפן ביים ווארט איך וויל נישט זאגן אז עס איז נישט פיזיש, אודאי איז עס קלארע פיזישע יסורים עס האט א קלארע פלאץ אין מח ווי עס געשעט, מיר רעדן פון די מער מחשבה'דיגע אדער געפילישע חלק פון די פיזישע מענטש, וואס דאס האט אנדערע דימענשנס ווי דער פיזיש ממש. דהיינו ער איז נישט געבינדן צו מקום און צו זמן. א מענטש קען טראכטן אין איין רגע פון עבר הוה ועתיד ביינאזאם. אזוי אויך פון פלעצער, מענטשן, געשענישן וואס זענען דא, אדער נישט אדער זענען קיינמאל נישט געווען און עס קען אפילו נישט זיין.

לאמיר זאגן די ערגסטע קאשמאר וואס א מענטש קען האבן, משל'ט זיך אליינס אויס וואס ביי אייך איז דאס ערגסטע. איר גייט 2 אזייגער ביינאכט און מ'זעט נישט קיין נפש חי' איר באגעגנט זיך מיט א זעקס פיסיגער מיט א גאן... פרובירט דאס צו פילן..וויאזוי די מחשבות לויפן אדער ווערן בלענק פארפרוירן...דאס שרעק, שוויצן, הארץ קלאפענישן... וואס וועט זיין מיט אייער ווייב אדער קינדער. אויב דאס איז ביי אייך 100 הרי טוב. אויב נישט קענט איר טראכטן אלע מיני משלים נארמאלע און משוגענע וואס איר קוקט אן ווען א מענטנש פחד איז ביי 100.
וואס וועט זיין ווען א מענטש גייט אין גאס, ער זעט גארנישט אבער ער הערט א גערודער ער דערשרעקט זיך, עס דאכט זיך אים אז עס קומט א גוי קען ער האבן די זעלבע שרעק. אין אז ער ליגט אין בעט אין ער טראכט קען ער שפירן ממש די זעלבע שטארקע פחד מיט אלע באדי סימפטאמס. ער שוויצט, די הארץ פאמפעט. ער פילט ממש א פחד פון 100.

לאמיר נעמען אביסל מער א רעאליסטישע ביישפיל. ר' יעקב איז א שיינער בעל הבית פירט א מעכטיגע ביזנעס, ראש הקהל ביי זיך אין בית המדרש, קינדער כשתילי זיתים, וואו ער גייט קוקט יעדער מיט שעצונג, אה! ר' יעקב.. ער דרייט זיך אין בעט און עפעס האט די אקאונטענט געזאגט לעצטנס אז... עס דויערט נישט לאנג און ער דערזעט זיך פלוצלינג... די באנק נעמט צו זיין הויז, מען גייט שתדל'ן די ת"ת זאל נאכלאזן שכ"ל, שידוכים גייען נישט, וואו ער גייט קוקט יעדער מיט אזא נעבעכדיגן בליק, יעדער שושקעט שטיל ער זאל ח"ו נישט הערן, אבער פון ווינקל פון אויג באמערקט ער אלעס. די קינדער'ס חברים, די משפחה, זיינע חברים, יעדער רעדט און בארעדט, און באנעבעכט, און באשולדיגט. יא ער איז זיך אליין שולדיג מ'האט אים שוין לאנג געווארנט.

ר' יעקב איז אין עטליכע סעקונדען, נאך אסאך ווייניגער ווי עס נעמט אייך צו לייענען די שורות געפלויגן צו נאמבער 100. עס קען זיין אז ביים לייענען זעט עס נישט אויס אזוי געפערליך, אבער ווער עס ווייסט וויאזוי דאס שפירט דארף מען דאס נישט מסביר זיי, און ווער עס פארשטייט נישט קען מען דאס נישט מסביר.

דאס איז איין חילוק פון ענקזייעטי און אנדערע יסורים אז עס וועט געווענליך אנקומען צו די ערגסטע לעוועל. די סארט יסורים וועט כמעט אייביג לויפן זייער שנעל צו נומער 100 ווייל די מאטריאל וואס שטעלט צו די יסורים איז דא בשפע, דאס איז דער כח הדמיון און מחשבה אלעס איז דא אויפן פלאץ. משא"כ פיזישע יסורים די קענסט נאר האבן יסורים וויפיל גורם ס'איז דא.


ב) דאס איז נאך נישט אלעס. עס ווערט נאך ערגער. און א געוויסן זין איז די פחד פון די אלע זאכן ערגער פון די זאך אליין. פאר צוויי סיבות:

1) איז ענדליך צו די אויבערשטע נקודה אבער אביסל טיפער. די דמיון קען און וועט אייביג מאכן די שרעק ערגער ווי אין די ערגסטע מציאות. ארעמקייט אליין וועט כמעט קיינמאל נישט אנקומען צו די לעוועל וואס די מח קען עס אפפארבן. מיט אלע קאלירן און אלע מיני בושות און חרפות. די ערגסטע מיני משלים וואס דער מענטש האט שוין אמאל געטראכט און גע'חלום'ט אין זיין לעבן אין פארבינדינג מיט ארעמקייט, וועט עס זיין מח יעצט ארויפברענגען כלפי אים.

און געווענליך וועט דער מענטש אפילו נישט כאפן וואס ער טראכט און וויאזוי עס געשעט. ער שפירט נאר אין א סעקונדע ווי ער ווערט דערשראקן צום טויט און ער ווייסט אפילו נישט פארוואס. עס קען אמאל זיין ער כאפט אפילו נישט אז דאס איז בכלל פארבינדן מיט די מחשבה וואס דער אקאונטענט האט אים געזאגט. דאס אלעס לייגט נאר צו צום פחד און צומישעניש. וואס גייט פאר מיט מיר, איך בין משוגע, וואס בין איך אזוי דערשראקן? איך פיל ווי איך גיי אויס, א הארץ אטאק, הצלה.......

2) ווען א מענטש גייט אריבער סיי ועלכע שווערע איבערלעבעניש איז דא א פראסעס פון שאק, דינייעל, גריעף, עקסעפטענס. עס איז אן אריכות אבער די תמצית הדברים איז מען ווערט צוגעוואוינט צו אלעם. נישט צו זאגן אז עס איז גרינג, דאס אליין קען זיין געבינדן מיט יסורי הנפש. אבער ווען די זאך איז א פאקט, מען קען זיך נישט דערויף קריגן ווערט דער מענטש במשך הזמן צוגעוואוינט.
דער ר' יעקב ווען ער זאל טאקע ווערן ארעם, נאך א שטיקל צייט וועט ער זיך צוגעוואוינען (פארשטייט זיך עס איז אויך נישט אלץ גלאטיג און גראד, בפרט ווען עס איז דא א מקום צו פייטן און זיך וועלן צוריק דראפען, אבער די הארטע מציאות קלאפט און פנים און נאכן לעבן מיט דעם מצב א שטיקל צייט ווערט דער מח צוגעוואוינט) משא"כ ווען ר' יעקב האט נאר די פחד קען ער זיך נישט צוגעוואוינען ווייל עס איז דאך נישט אמת. לאמיר זאגן נאך א שטיק צייט בארואיגט ער זיך. אה, עס איז גארנישט יעדע ביזנעס האט אפס און אונס, כבר הי' לעולמים, אזוי בארואיגט ער זיך. נאך א שטיק צייט (אדער תיכף דערנאך אדער ווען קומט א טריגער) ווערט ער אודך (אדער עודך) פלוצלינג נאכאמאל באגאסן מיט שווייס און פחד ער מיינט ער שטארבט אוועק. ער פאלט אריין אין א גרוב מיט א געזונטן זעץ ער הייבט זיך אויף ער פילט גוט און ער פאלט נאכאמאל און נאכאמאל.


ג) אנדערע יסורים אדער פראבלעמען זענען מער 1) פיזיש און קרוב אל המציאות 2) קאנטראלעבל 3) פרעדיקטעבל.

1) פיזיש און קרוב אל המציאות. עס איז זאכן וואס מען קען זען הערן פילן טאפן. געווענליך קען מען גרינגער פארשטיין די סדר פון וואס ברענגט וואס, און עס שטימט געוועליך מיט די קאמאן סענס.

2) עס איז מער שייך צו קאטראלירן, דאס הייסט אז די פינגער איז צוקלעמט ווייס איך קלאר אז מען וועט עפענען די טיר וועט עס מער נישט קלעמען. אויב איך האב קאפ וויייטאג דארף איך נעמען טיילאנאל, אז איך האב טשעסט פעין דארף איך שנעל לויפן און שפיטאל, אז איך האב חובות דארף איך אדער זוכן א גרעסערע פרנסה אדערטרעפן מענטש זאלן מיר בארגן וכדומה. אוודאי נישט אלע פיזישע יסורים קען מען אוועק נעמען. אבער בדרך כלל די ריעקשן צו יסורים דארף זיין וואס טו איך יעצט, די נקודה איז נישט צו זאגן אז עס איז דא אן עצה צו יעדן פראבלעם אוודאי נישט. אבער די צוגאנג צו א פראבלעם איז וואס קען איך טון צו קאנטראלן און זען עס זאל מער נישט דא זיין.

3) געעוענליך ווייסט מען וואס בערך מען דארף טון, ווילאנג זאכן דויערן, אויב עס ווערט ערגער אדער בעסער וויאזוי, ווי שנעל.

דאס איז בדרך כלל די בילד און צוגאנג ביי געווענליכע פראבלעמן וואס דאס מאכט דעם מענטש פילן (עכ"פ ער רעדט זיך איין) אז ער איז אין קאנטראל, זאכן האבן א סדר, מ'קען עס אנכאפן אוויף א וועג.

ענקזייעטי איז אינגאנצן פארקערט. עס האט צוטון מיט פילינגס מחשבות מ'קען עס נישט זען הערן טאפן עס איז ביי מענטשן אזא אויסגעטונע זאך.
מ'קען עס נישט קאנטראלן. מען זאל גוט פארשטיין וואס איך מיין. איך מיין נישט צו זאגן אז מען קען עס נישט היילן אדער גרינגער מאכן. אבער די וועג פארקערט ווי געווענליך. די אינסטינקטיווע געפיל וואס יעדער האט ווען עפעס געשעט, אז איינער כאפט א שניט שפירט ער אינסטינקטיוו אז עס איז נישט גוט, מען דארף שוין עפעס טון אפצושטען די בלוט וכדו'. דאס הייסט קאנטראל, ער וויל עס קאנטראלירן. ווען איינער האט אנקזייעטי ער שפירט ער האט פון עפעס מורא פילט ער אינסטינקטיוו אז עס איז נישט גוט און ער מוז אנטלויפן פו דעם מצב פלאץ אדער ער דערף זיך בארוהיגן אין זיין מחשבה אז עס גייט נישט געשען וועגן די סיבה אדער יענע סיבה, דאס איז דער נאטירליכער דראנג צו קאנטראל. אבער ביי ענקזייעטי איז עס א פאראדאקס. ווייל דאס קאנטראלן מאכט ערגער די ענקזייעטי. עס ארבעט פארקערט. דאס איז איינס פון די גרויסע פראבלעמען פון ענקזייעטי אז די נאטירליכע וועג וואס דער מענטש איז צוגעוואוינט צו טון נאטוירליך וועט ער דאס טון דא אויך, אבער עס וועט נאר מאכן ערגער. דאס איז טאקע איינס פון די זאכן וואס טעראפי לערנט אויס אז מען דארף עקסעפטן געפילן און נישט קאנטראלן.

עס איז זייער נישט פרעדיקטבל. עס קען זיך טוישן בין רגע לרגע עס איז ממש יעלו הרים ירדו בקעות, א רגע האט ער געפילט גוט, א רגע נאכדעם קען ער זיין אין דער ערד. א סאך מאל ווייסט דער מענטש די טריגערס ווען און וואס עס מאכט עס ערגער, אבער נאך אלץ די נאטור פון די מחלה איז אז עס איז זייער אומאויסגערעכנט מען ווייסט קיינמאל נישט וויאזוי ער וועט פילן מארגן. נאך מער ווען דער מענטש פילט בעסער וועט ער אסאך מאל טראכטן מער אפטאמיסטיש, אמאל וועט ער זיך איירעדן אז עס אויסגעהיילט אדער עס איז עכ"פ בעסער, ער מאכט חשבונות און פלענער און פלוצלינג 'אל אפ ע סאדן' עס שמייסט אריין אז ער ווייסט נישט אויף וועלכע וועלט ער איז. די אפ און דאון מאכט עס פילן זייער שלעכט, און זייער נישט אין קאנטראל.


עס איז דא נאך א נקודה איך האב שוין נישט קיין צייט מאריך צו זיין. אבער בקיצור איז עס רוח איש יכלכל מחלהו, עס איז פשוט אבער יעדע פשוטע זאך ווען מען צוברייטערט עס זעט מען אז עס איז נישט אזוי פשוט.

די מענטש האלט זיך אויף די מוט, חי נושא את עצמו. אנדערע פראבלעמען קען מען פרובירן מחזק זיין שטארקן די מוט אבער ווען די מחלה איז דאס גופא דאן.....איז גרויסע צרות. דער מענטש קען זיין קראנק ווי נאר און דאך הנאה האבן פון א גוטן בדחן אדער פארברענג. ער קען זיין געזונט ווא בער זיצן ביי שבע ברכות וואו דער עולם קאלארט זיך פון געלעכטער, און ער פילט ערגער פון ארג, ענקשעס דיפרעסט אויסגעלאשן.

נאך א נקודה איז דא אז מאן האט א פחד אז מען גייט האבן פחד, ענקזייעטי וועגן ענקזייעטי, ממילא דאס שרויפט ארויף זייער שנעל יעדע קליינע ענקזייעטי.
עכ"פ מען דארף זיך דא אפשטעלן, איך האף אז איך האב גוט ארויסגעברענגט די נקודות. ווער עס האט מעיר צו זיין איז וועלקאם.
אוועטאר
מח בקדקדו
שר חמש מאות
תגובות: 717
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 19, 2017 2:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מח בקדקדו »

ותן.

גאר שטארקע נקודות ;l;p-
הנשמה שבמוחי
נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2779
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נודה לך »

מח בקדקדו האט געשריבן:ותן.

גאר שטארקע נקודות ;l;p-



שלום עליכם הרב ותן ברכה מיר ווארטן צו הערן נאך אזעלכע שיינע ארטיקלן פון אייך אין די נושא ובכל המסתעף

כה לחי!!
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט
ותן ברכה
שר חמישים
תגובות: 63
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 16, 2014 12:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ותן ברכה »

אז דער עולם איז גרייט צו הערן וועלמיר פרובירן ווען ס'וועט זיין צייט.
!want to be good
שר חמש מאות
תגובות: 698
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 06, 2019 5:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך !want to be good »

ותן ברכה האט געשריבן:אז דער עולם איז גרייט צו הערן וועלמיר פרובירן ווען ס'וועט זיין צייט.

מיר זענען גרייט
אוועטאר
נארמאליזעם
ראש הקהל
תגובות: 20739
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2019 4:52 pm
לאקאציע: אין מיין בעט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נארמאליזעם »

סאיז אינטערסאנט צוצולייגן אז די גמרא שרייבט אז 99 פארצענט זאכן פון וואס מענטשען שטארבן איז פון חולי הנפש
פאקטן און געפילן זענען די גרעסטע שונאים...


די הייליגער רבי אלימלך האט מבטיח געווען אז יעדער וואס וועט העלפן זיינע אייניקלעך וועט ער מכיר טובה זיין בעולם העליון.
לייגט אריין אייער נדבה דא
פאר מער קליקט דא
אוועטאר
נפש׳ל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 449
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 6:01 pm
לאקאציע: איבעראל, אבי נישט אין מיר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נפש׳ל »

זייער א פיינע פעדער @ותן,
איך וויל נאר פרעגן, יסורי הנפש מיט חולי הנפש איז ביי דיר איין זאך?
ווילאנג א מענטש איז נישט געווען גרייט צו מקבל זיין זיינע יסורי הנפש, ווערט עס אנגערופן חולי הנפש,
היינט איז א נייע וועלט, מ'טאר נישט האבן קיין יסורי הנפש, ווער יא איז שוין א קראנקע, מענטש, אינו מן הישוב,
מ'דארף שוין פארטרייבן (פארטייבן) די הרגשים, ס'טו געהערט אזוינס?
די קאורסעס געבער'ס ווילן מאכן געלט, טאר מיר אונז שוין נישט פילן?

מ'מעג האבן שווערע הרגשים,
מ'קען עס ממילא נישט פארטרייבן,

די שווערע הרגשים האט דער אייבערשטער באשאפן, און פאר דווקא געשיקט פאר דעם מענטש, פאר א סיבה,
צו ווייל דער מענטש האט שוין געהאלטן אז ער איז א מושלם אים פעלט שוין גארנישט, האט אים דער אייבערשטער געוואלט דערמאנען אז ער איז פארט א בשר ודגים,
צו פאר עפעס אנדערש,

ער דארף סך הכל וויסן
1) אז דער אייבערשטער איז דער וואס האט דאס געשיקט
2) ס'איז נאר א הרגש
3) איך מעג אזוי פילן
עבד אברהם אנכי
שיעורי מים עמוקים
שרייב תגובה

צוריק צו “תורת הנפש”