ציטיר
0
צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט
תגובה
דורך Ban Mazel » מאנטאג פעברואר 15, 2021 3:22 pm
ב"ה[align=center]השגחה פרטית אין מוירטיל ביטש[/align] נאך אלע באריכטן וויל איך צוקומען צו א געוויסע דראמאטישע השגחה פרטית וואס איך האב געהאט די געלעגנהייט אליינס מיט צו האלטן. ביים וויילן דארט אויף אפרוה, וואס דער דארטיגער רב האט מיר איבערגעגעבן: א חסידישע פרוי פון מאנטרעאל איז געגאנגען אין יענע געגנט זיך אפרוען פון די שטארק מאנטרעאל'ע קעלט (צו גאר פון די שטרענגע קאנאדישע קאראנע רעגולאציעס...) , און אזוי ווי זי איז א טיטשער אין איינע פון די גאר היימישע מוסדות אין מאנטריאל, על כן נאך פאר זי איז אהין געפארען האט זי געוואלט זיכער מאכן אז וועט קענען ווייטער איבערגעבן שיעורים פאר אירע חשובע תלמידות דורכן טעלעפאן. די מעשה איז נאר, אז כדאי אז עס זאל זיך הערן קלאר ביי די צוהערער דארף מען האבען א לענדליין פאון, האט זי געפרעגט דעם רב צו מען וועט קענען ניצען די פאון פון בנין הבהמ"ד. דער רב האט זייער גערן מסכים געווען. ווען זי איז אנגעקומען צום שול און געטראפן דעם רב האט זי געהאט "צדה לדרך" צו פארציילן: ווען די פליגער האט געלאנדעט אין מוירטיל ביטש און זי האט זיך אויפגעשטעלט, אויפען וועג ארויס אראפ צו גיין פונעם פליגער, זעהט זי אויף א זיץ פלאץ א ספר, זי האט זיך אביסל אומגעקוקט און געקלערט צו זיך ווער האט דא געברענגט און געלאזט דעם ספר, אבער זי זעט נישט דא קיין איין איד אויסער איר אראפקומען פונעם פליגער. נעמט זי עס אין די הענט זעט זי אז עס איז דער ספר "ילקוט מעם לועז" (סדר שמות) אויף ענגליש, און עס שטייט נישט קיין שום נאמען אויפן ספר. קלערט זי אזוי צו זיך, צו וואס דארף איך א ענגלישע ספר, ווען איר שפראך איז ריינע אידיש, אבער, מען קען דאך נישט לאזען די ספר דא ווי עס וועט קומען לידי בזיון, איז קודם נעמט מען עס מיט. אביסל שפעטער ביים אראפשטייגן הערט זיך הונטער זיך ווי איינער גריסט איר "שלום", זי גיבט זיך א ספאנטאן א דריי אויס זעהט זי דאס איז איינער פון די פלי מאנשאפט, נאכן הערן אז זי איז אויך א אידישע טאכטער האט זי איר אויפגעמערקט איבער דעם ספר אז איינער האט עס דא איבערגעלאזט און עס האט נישט קיין נאמען, און דערביי גיבט זי איר עס איבער אז זי קען עס האלטן. איבערנעמענדיג דעם ספר מיט התרגשות דערציילט זי איר אז געווענליך גייט זי פארברענגען ביי אידישע קרובים אין פארשידענע שטעט, און יעצט צוליב קאראנע קען זי נישט אנקומען אין ערגעץ וואס איז שטארק משפיע לרעה אויף איר אידישקייט, און פונקט היינט האט זי געבעטן דעם באשעפער: שיק מיר סיי וואסערע מעסעזש פון דיר, איך וויל זען אז די ביזט מיט מיר, וואס אזוי וועט עס מיר געבן חיזוק זיך צו דערהאלטן ביי אידישקייט. און פונקט יעצט... האט זי דא דעם קלארן מעסעזש פון הימל דירעקט, אין א פארעם פון א ספר און נאך אויף ענגליש פון וואס זי וועט קענען שעפן חיזוק פון די הייליגע מאמרי חכמינו ז"ל. הערנדיג דאס האט שוין דער לערערין באקומען א געפיל צו דער זאך, און נאכן געבן חיזוק פאר די פרוי האבן זיי זיך אויסגעטוישט נומערן צו קענען האלטן א קשר אויף ווייטער אויך. עד כאן וואס דער לערערין פארציילט פארן רב. שפעטער האט די לערערין געגעבען אירע לעקציעס אויפן טעלעפאן פאר אירע תלמידות אינעם אפיס אונטער דעם שול, ווען אין בית המדרש איז דאן פארגעקומען א לחיים צו די יארצייט פון הרה"ק דער בעל התניא זי"ע, האט דער רב איבערדערציילט פארן ציבור דעם גאנצן סיפור, דאן האט איינער זיך אויפגעשטעלט און געזאגט: איך קען מעיד זיין אויף דעם אמת דערפון, ווייל אני הקטן האב עס איבערגעלאזט אויפן פליגער...