שטובער מיט פערסענאלעטי דיסאורדער עלטערן ל"ע

פסיכאלאגיע און מעדיצינען

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

אוועטאר
טשיפקא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 342
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 12:05 am

שטובער מיט פערסענאלעטי דיסאורדער עלטערן ל"ע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשיפקא »

איך בין נאך צעשוידערט פון וואס עס האט נארוואס פאסירט,
איך קען זיך נאכנישט קומען צו זיך, פון וואס מיינע אויערן האבן יעצט געהערט,
און טאקע דערפאר, האב איך מחליט געווען צו שרייבן וואס איך גיי שרייבן, ירא הקהל וישפוט, זאל יעדער איד וואס האט א השפעה אויף א צווייטן, איבערגעבן די פאלגנדע מעשה, און אזוי זאל דער דעת הקהל ווערן אויפגעוועקט צו דעם פראבלעם,

איך בין געוען אין שוהל צו דאווענען מנחה, קומט צומיר צו א אינגערמאן וועלכער איז מיר טיילווייז באקאנט, און ער פרעגט מיר צו איך טוה אין עניני נפשות,
ענטפערט איך אים אז איך טוה דאס נאר למחצה ולשליש,
און איר מעגט מיר גלייבן, איך האב נישט געהאט קיין כוח יעצט צו קיין קעיסעס אדער פרשות, דאס איז נישט מיין דזשאב, ניטאמאל פארט טיים, נאר בדרך לא דרך בין איך אריינגעפאלן דערין בתורת עסקנות, ממילא האב איך געהאפט אז דער אינגערמאן וועט זיך אנטשולדיגן און גיין ווייטער זיין וועג, ורוח והצלה יעמוד לו ממקום אחר,

אבער דער אינגערמאן איז ממשיך און זאגט מיר,
(איך וועל שרייבן זיין לשון -בערך),
איך בין שוין עטליכע יאר חתונה געהאט, סא פאר מיר וועט שוין נישט אויפטוהן אונזער רעדן, איך בין דער עלצטער פון א צאל געשוויסטער, און איך רעד יעצט פאר זיי,
און דאן האט ער אנגעהויבן אראפצולייגן פאר מיר וויפיל ער איז געווארן אביוזד ביי זיין טאטן אינדערהיים, און בעיקר, וויפיל זיינע געשוויסטער גייען יעצט דורך,
און בתוך הדברים פארציילט ער מיר די ווערטער,
איינמאל האט מען אהיימגעשיקט מיין ברודער פון ישיבה ווייל ער האט געמאכט א פייער, און מיין טאטע האט אים אנגעהויבן צו טארבעצן ווי ס'דארף צו זיין, מיט קולות וברקים,
צוערשט האט מיין ברודער זיך פרובירט צו פארענטפערן, אבער מיין טאטע איז געווארן נאכמער צעהיצט,
ווען מיין ברודער האט געזעהן אז די קולות זענען הלוך וחזק, האט ער געמאכט א קינדערישער באשלוס, און באשלאסן אים צו איגנארירן,
אבער איך קענענדיג מיין טאטע, האב געוויסט וואס קומט נעקסט,
מיין טאטע איז אריין אין א כעס אויסברוך, אז ער האט געכאפט א קראו-באר, און ער איז געלאפן אין ריכטונג פון מיין ברודער, -כ'האב מתפלל געווען ער זאל עס איבערלעבן,
דא האט זיך עס גענדיגט גאנץ מעסיג, ווען מיין ברודער האט על חרפתו געמוזט אויפגעבן זיין איגנאראנץ, וחמת המלך שככה,
אבער א שטיק צייט שפעטער, בין איך געווען ביי מיין טאטן אויף א שבת סעודה, פרייטאג צונאכטס,
מיין קליין אכט יעריג ברודער האט זיך עפעס מתחצף געווען, אויף וואס מיין טאטע האט אים פאראורטיילט אז ער מוז ארויסגיין פון הויז,
עס איז געווען ווינטער מיט א טעמפערטואר אין די נידריגע צוואנציגער, ביינאכט, אן קיין מאנטל פארשטייט זיך, א אינגעלע אליין,
מיין טאטע האט אים נישט געלאזט צוריקומען בעפארן ענדיגן די סעודה, -דאס קינד האט געוויינט אויפן גאס פאר איבער א שעה,

-דער אינגערמאן האט מיר דערציילט נאך פיל מער, שאי אפשר להעלות על הכתב, און איך האב אים פארשפראכן אז איך וועל נישט שטיל זיין, און איך האב אים געגעבן א רעפרענץ פון א פראפשענל.

ובדרך אגב, דער איד האט א בחור, וועלכער איז ל"ע פארדארבן -נאר אינערליך פארשטייט זיך, און יעצט ווייס איך שוין פארוואס.

אידן,
מיר האבן שוין געשוויגן פאר זייער לאנג, צו לאנג,
דער אויבנדערמאנטער איד, איז א וואוילער איד אין שוהל, און א שיינער בעה"ב,
עס קען גאר זיין אז איר גריסט אים יעדן טאג מיט א שמייכל,
און עס איז ליידער דא פיל אזעלכע,
מען קען די אידן נישט באשולדיגן אויף זייערע עמאציענאלע פראבלעמען, אבער מען קען ראטעווען זייערע קינדער,
טוט'ס א טובה פאר כלל ישראל, און דערציילט די מעשה פאר מלמדים ומנהלים,
---מיר דארפן וויכטיג אז עס זאל שוין זיין א וואיס, וואס זאל זיך אננעמען פאר די וואס קענען נישט אליין, וואס זאל זיך אננעמען פאר נשמות.

ביטע קומט אריין מיט עצות.
א קינד איז נישט קיין אייגנטום, עס איז אן אויפגאבע.
אוועטאר
בשעה שיש
שר האלף
תגובות: 1201
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 26, 2018 5:35 pm
לאקאציע: עולם החלומות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בשעה שיש »

אז מען פירט זיך אויף אזוי ברויך מען
אדער א משוגי....
אדער זיכער מאכן אז דער באקומט פילען תקיף ומיד
אדער אוועק נעמען זיינע קינדער צו א נארמאלע הויז
עכט ווייס איך נישט וואס צו זאגן
לעצט פארראכטן דורך בשעה שיש אום מיטוואך יולי 11, 2018 8:54 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
לעולם חשבתי יותר משדברתי
ודברתי יותר ממה שכתבתי!
אוועטאר
טעם וריח
שר האלפיים
תגובות: 2554
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 19, 2017 7:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעם וריח »

איי-איי-איי זייער ווייטאגליך!

די דיסקריפציע איז לויטער BPD.
על "טעם וריח" אין להתווכח
אוועטאר
בשעה שיש
שר האלף
תגובות: 1201
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 26, 2018 5:35 pm
לאקאציע: עולם החלומות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בשעה שיש »

דריי ווערטער זאגט מען אזא צייט נעבעך נעבעך נעבעך.........
לעולם חשבתי יותר משדברתי
ודברתי יותר ממה שכתבתי!
Spokesman
שר מאה
תגובות: 223
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 08, 2018 4:00 pm
לאקאציע: ביים בלעק בארד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Spokesman »

און דעים איז אויך היטלער ימ''ש שולדיג?
אוועטאר
בשעה שיש
שר האלף
תגובות: 1201
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 26, 2018 5:35 pm
לאקאציע: עולם החלומות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בשעה שיש »

Spokesman האט געשריבן:און דעים איז אויך היטלער ימ''ש שולדיג?

זיכער א תוצאה פון אים
לעולם חשבתי יותר משדברתי
ודברתי יותר ממה שכתבתי!
משה ישר
שר חמש מאות
תגובות: 734
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 05, 2018 7:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה ישר »

שוידערליך איז נישט דאס ווארט!
מען האט ליידער אסאך געהערט פון ענליכס אבער נישט ממש אזוי ווייט, אבער פון די קינדער אין אייניקלעך פין די מלחמה געליטענע, און געשעדיגטע דערפון.
איך האב אבער נישט געוויסט אז עס קומט נאך אויך ליידער פאר ביים נעקסטן דור, די וואס האבן נאך קליינע קינדער אין שטוב.
מען דארף עמערדזשענסי טראגן די אלע קינדער צו גרויסע ספעציאליסטן, ווייל אז נישט קען זיך עס נאך חלילה איבערחזרן ביי זייערע אייגענע שטובער דאס זעלבע.
פארליר דיך נישט, האלט דיך גראד אויפ'ן דרך הישר, וועסטו אנקומען אי"ה.
עכט היימיש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4287
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עכט היימיש »

מיר האבן נישט וואס צו עצה'נען....
ליידער איז די וועלט אזוי אויסגעשטעלט - לו דוקא די אידישע וועלט - אז מענטשען זעהן נאר איין זייט, און האלטן אז זיי זענען גערעכט.
נו, אז א רב וועט בדעת תורתו האלטן אז מען דארף אוועק נעמען די קינדער, וועט די טאטע תיכף האבן 10 רבנים און בארעדן טאר מען דאך נישט ממילא....
די עצה איז, זעהן אז פראמינענטע רבנים מיט א שטארקע השפעה און גרויסע עסקנים זאלן אינאיינעם ארבעטן, למען ילדי ישראל, אבער דארט קען זיך אויך אלץ מאכן א צווייטע דעת תורה
איך האב מיט דעם קיין שיכות, נישט ווייל איך האב עפעס אקעגן דעם, און נישט ווייל עס איז אקעגן מיין שיטה, נאר פשוט וויל עס איז נישט "היימיש".

וואס מיינט היימיש? היימיש!
אוועטאר
שמואל אלצווייסער
שר האלף
תגובות: 1318
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 01, 2018 4:19 pm
לאקאציע: ביים נייעס טישל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל אלצווייסער »

שוין ליידער געהערט אזאנע מעשיות. מ׳דארף גיין אין אזאלכע פעלער בכל התוקף. אז נישט קען עס זיין פיקוח נפש ממש.
איך קען זיך נישט קריגן מיט א פאקט, איך קען זיך אבער קריגן מיט דער וואס האט עס געמאכט פאר א פאקט.
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9180
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

פארוואס איז נישט דא קיין אפיציעלע היים ווי מען געט זיך אפ מיט אזאנע פראבלעמען? א קראנקער איד נעבעך ער דארף הילף שנעל.

אוי דארף מען דאנקען דעם אויבערשטען אויב מען האט באקומען א גוטע חינוך אינדערהיים.
האב שכל און גיב א שמייכעל!
אוועטאר
Amazing
שר שלשת אלפים
תגובות: 3106
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 29, 2016 9:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Amazing »

גוט מארגן אמריקה! בכלל נישט קיין חידוש! איך קען עטליכע אזעלעכע רח''ל, פון מיין עקספיריענס העלפט איין זאך תפילה תפילה און נאכאמאל תפילה.
א'מונה ב'טחון ג'עלט
אוועטאר
Amazing
שר שלשת אלפים
תגובות: 3106
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 29, 2016 9:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Amazing »

בשעה שיש האט געשריבן:
Spokesman האט געשריבן:און דעים איז אויך היטלער ימ''ש שולדיג?

זיכער א תוצאה פון אים

כאילו ביי די אמעריקאנע געבוירענע איז צופיל אנדערש, איך רעדט פון די וואס זענען געווען דא פאר די קריג
א'מונה ב'טחון ג'עלט
אוועטאר
טשיפקא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 342
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 12:05 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשיפקא »

איך האב געשריבן בכדי צו מאכן נויז,
ביטע, קומט אריין צולאזן וויסן אז איר זענט דא, און אז איר האלט אויך אז דער פראבלעם דארף א לעזונג,
ביטע, רעדט צו די מחנכים זיי זאלן אבאכט געבן וואס זיי טוען,
זיי זאלן האלטן אן אויג אויף די תלמידים זייערע.

דערווייל האבן מיר נאכנישט זוכה געווען צו אן ארגעניזאציע וואס גיבט זיך אפ מיט אזעלכע פראבלעמען,
לכה"פ לאמיר אויסשרייען דעם דעת הקהל, אז אזעלכע שריט ווערן נישט טאלערירט!
מיר קענען מער נישט שווייגן צו אזא לאנגיעריגער מכה!
א קינד איז נישט קיין אייגנטום, עס איז אן אויפגאבע.
Goodmorning
שר חמשת אלפים
תגובות: 5418
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Goodmorning »

אנטשולדיגט אבער וואו איז די מאמע אין אזא בילד?
שויתי ה' לנגדי תמיד
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12394
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

זאג פאר דעם זון ער זאל זיך דורכשמועסן מיט א מורא הוראה מובהק אין הלכות כיבוד אב ואם את הדרך אשר ילכו בה.

פארשטייט זיך דאס נעמט נישט אוועק פון דעם אז אנדערע וואס קענען טון דערין דארפן טון דערין, און לכאורה מעגן זיי טון מער ווי א זון. אבער לענ"ד צו טון דערין איז זייער שווער, און כמעט אוממעגליך...

מאכן נויז גייט גארנישט טוישן! רעד זיך נישט איין פאר א האלבע רגע אז יא. די חשבון איז גאר פשוט, דאס וואס דער טאטע טוט אינדערהיים, לפי חשבונו ווייסט קיינער אויף דער וועלט נישט דערפון [און יתכן אז ער איז נישט זיך בשעת מעשה... ממילא ווייסט ער אליין אויך נישט דערפון...], ממילא ווילאנג די קאנפראנטסט אים נישט אז ער זאל וויסן די גאנצע גאס שמועסט וואס די טוסט מיט דיינע קינדער, וועט ער זיין דער שיינער איד, וואס נישט פון אים רעדט מען, און דיין נויז גייט זילטש אויסמאכן.

וואס יא? כ'ווייס נישט...

---
ווי די מאמע איז פרעגסטו? יתכן צו'הרג'עט אינעם זעלבן ערך ווי די קינדער... געווענטליך גייט עס צוזאמען.
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

די ערשטע זאך דארף מען רעדן צו די מחנכים, מלמדים און מנהלים פון די קינדער זאפארט. זיי מוזן וויסן וויאזוי זיך אפצוגעבן מיט די קינדער.

און דערנאך דארף אן אנגעזעענער רב זיך אריינלייגן אין דעם קעיס און סטראשן דעם טאטן מיטן ארגסטן, ובכללם צונעמען די קינדער און פאר'מסר'ן, אויב ער וועט אנגיין. עס זענען פארהאן עטליכע רבנים וועלכע וואלטן גוט געווען פאר אזעלכע צוועקן, ווי האדמו''ר מקאסוב, הגר''א שאר, ועוד.
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
Goodmorning
שר חמשת אלפים
תגובות: 5418
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Goodmorning »

דאס איז זיכער אז איך פארשטיי אז איר דארפט ארויסגעבן אייער שוידער, אבער אויסער שרייבן אויף אייוועלט זענט איר מחיוב צו טוען עפעס למעשה אלס איינעם וואס מען האט אנפארטרויעט.
שויתי ה' לנגדי תמיד
אוועטאר
טשיפקא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 342
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 12:05 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשיפקא »

למעלה משבעים האט געשריבן:זאג פאר דעם זון ער זאל זיך דורכשמועסן מיט א מורא הוראה מובהק אין הלכות כיבוד אב ואם את הדרך אשר ילכו בה.

פארשטייט זיך דאס נעמט נישט אוועק פון דעם אז אנדערע וואס קענען טון דערין דארפן טון דערין, און לכאורה מעגן זיי טון מער ווי א זון. אבער לענ"ד צו טון דערין איז זייער שווער, און כמעט אוממעגליך...

מאכן נויז גייט גארנישט טוישן! רעד זיך נישט איין פאר א האלבע רגע אז יא. די חשבון איז גאר פשוט, דאס וואס דער טאטע טוט אינדערהיים, לפי חשבונו ווייסט קיינער אויף דער וועלט נישט דערפון [און יתכן אז ער איז נישט זיך בשעת מעשה... ממילא ווייסט ער אליין אויך נישט דערפון...], ממילא ווילאנג די קאנפראנטסט אים נישט אז ער זאל וויסן די גאנצע גאס שמועסט וואס די טוסט מיט דיינע קינדער, וועט ער זיין דער שיינער איד, וואס נישט פון אים רעדט מען, און דיין נויז גייט זילטש אויסמאכן.

וואס יא? כ'ווייס נישט...

---
ווי די מאמע איז פרעגסטו? יתכן צו'הרג'עט אינעם זעלבן ערך ווי די קינדער... געווענטליך גייט עס צוזאמען.

גערעכט, עס וועט טאקע אפשר נישט העלפן דעם ספעציפישן קעיס,
אבער העלפן?
נאך ווי!
טייל היימישע שריפטשטעלער וועלן טראכטן צוויי מאל בעפארן ליפטערן אין די אויסגאבעס אן ענדלאזן פאוער פאר עלטערן,
כ'האב פונקט באגעגנט אן אויסגאבע ווי איינער פרעגט אן דארט, פארוואס ווען זיי רעדן פון אלע שוועריגקייטן ביי קינדער פארגעסן זיי פון אזא הימל-שרייענדע נושא,
ענטפערן זיי, אז זיי האבן מורא אז קינדער וועלן אנהייבן טראכטן קעגן זייערע עלטערן, ממילא ווילן זיי עס נישט שרייבן,

פרעג איך אייך,
ווען דער מלמד האט צוויי אפציעס, גלייבן דאס קינד אדער זיין טאטן, וועמען גלייבט ער?
ווען דער געשעפטסמאן האט דעם ספק, דעם טאטן אדער קינד, ווי וועמען נעמט ער אן?
ווען דער "דאקטאר" איז אין דילעמע, דער טאטע דערציילט איין מעשה און די סמנים אויפן קינד דערציילן עפעס אנדערש, מיט וועמען וועט ער גיין?

דאס מוז זיך טוישן!
לאמיר האפן אז ס'וועט קומען דער טאג, וואס עס וועט זיין אן ארגעניזאציע וואס וועט פארטרעטן די וואס זענען נישט גענוג שטארק, און זיין א מויל פאר די וואס קענען נישט רעדן!
א קינד איז נישט קיין אייגנטום, עס איז אן אויפגאבע.
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12394
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

טשיפקא האט געשריבן:טייל היימישע שריפטשטעלער וועלן טראכטן צוויי מאל בעפארן ליפטערן אין די אויסגאבעס אן ענדלאזן פאוער פאר עלטערן

כ'זע נישט ווי דאס זאל האבן א שייכות. כ'האב מורא איר פארפארט מכח ריתחא.
אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאדאם חוסעין »

איך קען אויך אזא קעיס והשם ירחם. איך קען דארט נאר געבן חיזוק און חיזוק און חיזוק.
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]
אוועטאר
טשיפקא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 342
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 12:05 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשיפקא »

Goodmorning האט געשריבן:אנטשולדיגט אבער וואו איז די מאמע אין אזא בילד?

אין דעם ספעציפישן פאל, איז ליידער די מאמע אונטער די זעלבע נעגל,
און איינע פון די דעטאלן וואס איך האב נישט געשריבן פריער איז אז ווען דאס קינד איז געשטאנען אין גאס, איז די מאמע אריינגעלאפן אין קאך און געוויינט פאר איר קינד,
און פאר זיך,

דאס מוז זיך ענדיגן!!!
א קינד איז נישט קיין אייגנטום, עס איז אן אויפגאבע.
גאלדענע פעדער
שר האלפיים
תגובות: 2400
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאלדענע פעדער »

טשיפקא,

זייער א ווייטאגליכע נושא, און בידעו ומכירה קאמינא אז ס׳איז ליידער דא אסאך אזאלכע טאטעס צווישען אונז, און ס׳איז ליידער גאר א גרויסע רחמניות אויף זייערע קינדער, ווייל פון אזא שטוב קענען לכאורה נישט ארויס קומען בדרך הטבע קיין געזינטע קינדער, און בדרך כלל וועלן לכאורה די אלע קינדער דארפן צו קומען און די שפעטערע יארן צו הילף, אנשטאטס דעם וואס די איין טאטע זאל זיך גיין היילן אנשטאטס אלע קינדער, און נישט שעדיגען זיינע די קינדער.

און לענ״ד איז כאטש ביי א טייל די פראבלעם פון די מלחמה השניה און פון זיין קינדער פון מלחמה איבער לעבער, אדער טראגענדיג די דזשינז פון מלחמה איבער לעבער. והשם הטוב ירחם אל עמו.
לעצט פארראכטן דורך גאלדענע פעדער אום מיטוואך יולי 11, 2018 10:42 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
יעקב זרח
שר חמישים
תגובות: 58
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 22, 2017 9:57 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעקב זרח »

אלס ערבות אלס אידיש קינד ובפרט פאר דיי אייגענע ברודער און שוועסטער דארפסטו מאכן א פאון קאול צו די ארגאנאזאציעס וואס טוען אין מענטל העלטה עדווייזערי און זיי אנפרעגן וואס דו קענסט טוהן זיי וועלן דיר זיכער טראגן א טריט ווייטער צו העלפן דיר און דיינע ארומיגע בגוף ובנפש.
    רעליף
      רפואה העלפ ליין
      דער עולם איז געלאדענט צו אנצייכענען אויב איז דא נאך פלעצער.

      אין לך אדם שאין לו שעה
      זעה עס זאל חלילה נישט זיין קיין צועק לשעבר!!!

      אגב
      נעכטן ביי א שמועס צווישען היימישע חברים איז ארויפגעקומען די מענטל טעמע בכלליות רופטס זיך אן איינער אז איינער האט נעבעך כ=געהאט א נערווען בראך וואס יענער איז קיינמאל אין קיין פראבלעם נישט געווען!!
      זאך איך יענעם "נישטא אזאנס" אז די נערווען פלאצן קומט עס פון אנגעזאמעלטע הויכע פראבלעמען!!!!!!
      נישטא קיין אינפעקציע אן קיין קרענק
      נישטא קיין נערווען פראבלעמען אן קיין אימאשענעל פראבלעמען פון אסאך צייטען וואס האט נאר איצט אויפגעריסען.
      אוועטאר
      בשעה שיש
      שר האלף
      תגובות: 1201
      זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 26, 2018 5:35 pm
      לאקאציע: עולם החלומות

      • ציטיר
      • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

      תגובה דורך בשעה שיש »

      יעדע מיניט איז א שאד די צייט ווי פריער אלס בעסער
      לעולם חשבתי יותר משדברתי
      ודברתי יותר ממה שכתבתי!
      אוועטאר
      shimon7323
      שר חמשת אלפים
      תגובות: 5625
      זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 14, 2012 9:21 pm
      לאקאציע: שיך
      פארבינד זיך:

      • ציטיר
      • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

      תגובה דורך shimon7323 »

      למעלה משבעים האט געשריבן:זאג פאר דעם זון ער זאל זיך דורכשמועסן מיט א מורא הוראה מובהק אין הלכות כיבוד אב ואם את הדרך אשר ילכו בה.

      פארשטייט זיך דאס נעמט נישט אוועק פון דעם אז אנדערע וואס קענען טון דערין דארפן טון דערין, און לכאורה מעגן זיי טון מער ווי א זון. אבער לענ"ד צו טון דערין איז זייער שווער, און כמעט אוממעגליך...

      מאכן נויז גייט גארנישט טוישן! רעד זיך נישט איין פאר א האלבע רגע אז יא. די חשבון איז גאר פשוט, דאס וואס דער טאטע טוט אינדערהיים, לפי חשבונו ווייסט קיינער אויף דער וועלט נישט דערפון [און יתכן אז ער איז נישט זיך בשעת מעשה... ממילא ווייסט ער אליין אויך נישט דערפון...], ממילא ווילאנג די קאנפראנטסט אים נישט אז ער זאל וויסן די גאנצע גאס שמועסט וואס די טוסט מיט דיינע קינדער, וועט ער זיין דער שיינער איד, וואס נישט פון אים רעדט מען, און דיין נויז גייט זילטש אויסמאכן.

      וואס יא? כ'ווייס נישט...

      ---
      ווי די מאמע איז פרעגסטו? יתכן צו'הרג'עט אינעם זעלבן ערך ווי די קינדער... געווענטליך גייט עס צוזאמען.



      בערך די זעלבע האב איך געוואלט שרייבן, און אז עס באלאנגט לכוארה צי ווערן אויסגעשמועסט מיט איינער וואס קען האבן א השפעה אויפן טאטן אדער כאטש די קינדער. און אן אנליין פארום באלאנגט דאס בפשטות זיכער נישט.


      איך האב נישט געטראכט אז למעלה וועט אזוי שרייבן , ענדערש געהאלטן אז לכתחלה אריבער וועט אריין שיקן א בריוו
      שרייב תגובה

      צוריק צו “תורת הנפש”