די סוגיא פון מארטגעדזשעס והמסתעף

פינאנציעלע הילף און בודזשעטינג

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

ברוינע באנאנע
שר האלף
תגובות: 1928
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2017 10:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברוינע באנאנע »

פערספעקטיוו האט געשריבן:
מונאוויטש האט געשריבן:פראביר Box ,Dropbox ,Google Drive והמסתעף, והכל על מקומו יעלה בשלום.


http://bit.ly/2DP3CPx

;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-
balkishron
שר חמישים ומאתים
תגובות: 398
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 04, 2011 2:05 pm
לאקאציע: ביים גמרא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך balkishron »

פערספעקטיוו האט געשריבן:
דל גאה האט געשריבן:
פערספעקטיוו האט געשריבן:
דל גאה האט געשריבן:
פערספעקטיוו האט געשריבן:
כ'האב נישט פארשטאנען די קשיא. קענסט עס ביטע בעסער מסביר זיין?

Let me explain me better, I'm working at a S Corp and end of the year Dec 31, 2018 I'm taking a K1 of let's say 90k so basically through out the year I personally didnt had any income but the end of the year filing the k1 I see that I have now money but no income, now in Jan 2019 am I eligible for Medicade. Because I dont have as of now income might be next year the end of the year I'll make again 90k


כ'האב דיר גע'תשובה'ט אין אישית.

It won't work..


לא הבנתי. בכל אופן, ס'איז לייכטער ממשיך צו זיין אן אישית-שמועס בתוך האישי.

אפשר קענסטו מיר אישין די תשובה איך האב אן ענדלעכע שאלה
איך בין טאקע א בעל כשרון, אבער מיינט נאך נישט אז איך פארשטיי אלעס...
אוועטאר
פערספעקטיוו
שר חמישים
תגובות: 98
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 20, 2012 8:15 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פערספעקטיוו »

ווילסט אישי'ן די שאלה?

__

שקויעך, מענטשן, פאר'ן חיזוק און די קאמפלימענטן.
מארטגעדזש ווערטערבוך

איז אזוי. בעצם דריי איך זיך נעבן די מענטשן, נאר הוראה אין הלכות מארטגעדזש האב איך נישט. אביסל דולה-ומשקה'ן מעג איך דאך, אבער טאמיר ווילסטו טרינקען מער ווי איך בין דולה, קענסטו רופן די חברה אויף 833-3AskArk.
אוועטאר
יידישע קהילות
שר שמונת אלפים
תגובות: 8680
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישע קהילות »

קען מען באקומען א מארטגעדזש פאר א קאו-אפ?
משנכנס אדר מרבין בשמחה
הל'א דו'ד מסתת'ר עמנו
אוועטאר
מונאוויטש
שר האלפיים
תגובות: 2902
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2015 6:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מונאוויטש »

יידישע קהילות האט געשריבן:קען מען באקומען א מארטגעדזש פאר א קאו-אפ?

די קורצע ענטפער איז יא. פארהאן כמה בענק וועלכע טוהן דאס.
די פעיפערווארק איז ענליך צו א קאַנדאָ, נאר פיל מער קאמפליצירט.
אוועטאר
פערספעקטיוו
שר חמישים
תגובות: 98
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 20, 2012 8:15 pm
פארבינד זיך:

מארטגעדזש ווערטערבוך – Approval / Conditional Approval / Denial

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פערספעקטיוו »

אלע דריי ווערטער – וואס פארטייטשן זיך אויף אידיש (כפי סדר החתימות ואין מוקדם ומאוחר וגו'): באשטעטיגונג, באשטעטיגונג על תנאי, און צוריקווייזונג – רעדן פונעם מארטגעדזש-פייל און זענען פסקים וואס קומען פונעם אָנדערייטער. דער אנדערייטער איז דער וואס באשליסט איבער'ן גורל פונעם מארטגעדזש, צי ער זאל יא אדער נישט געגעבן ווערן פאר'ן אפּליקאנט, און די דרייערליי פסקים דעקן אלע היכי תמצא'ס.

'אפּרואוועל' מיינט, אז דער מארטגעדזש איז באשטעטיגט געווארן. דער אנדערייטער האט גרונטליך דורכגעקוקט און אנאליזירט דעם פייל על כל פרטיו ודקדוקיו און נישט געפונען דערין קיין איינציגן מום אדער חסרון. פסק: תמים, גאנץ אָן קיין פעלער. דער איד האט זוכה געווען בדין און ס'געלט קען אריבערגעפירט ווערן צום אים ברוב פאר והדר.

דער צווייטער סארט פסק, 'קאַנדישאָנעל אפּרואוועל', מיינט אז דער מארטגעדזש איז באשטעטיגט געווארן, אבער מיט תנאים צוגעשטעפעט פון דער זייט. דער אנדערייטער רעכנט אויס פארשידענע זאכן וואס דער אפליקאנט דארף צושטעלן, כדי דער 'זכה לו' זאל ארויסשפאצירן מן הכח אריין טיף אל הפועל. אויף אידיש: באקומסט דעם מארטגעדזש, אבער צוערשט שטעל צו אלף, בית, גימל. (ברעעעענגט; ברענגט די גאולה, איי איי איי!)

וואס, למשל? קען זיין איינע אדער מערערע פון צענדליגער על-גבי צענדליגער זאכן – אנגעהויבן פון קלייניגקייטן און נאך קלענערס, ביז ערנסטע ענינים וואס האבן שייכות מיט די יסודות הדברים אויף וועמענס סמך דער ענדגילטיגער פסק וועט ארויסגעטראגן ווערן. עס קען זיין א קליין פרט'עלע אבער אויך א יסוד די גרויס פון א הר ההר.

'דענייעל' (אויף קיין שום איד געדאכט) איז די סטרא אחרא פון 'אפרואוועל' און איז א גראדער, טרוקענער ניין.

די עקסטרעמען, אפרואוועל און דענייעל, זענען מער זעלטענע תשובות. אין רוב-רובם פאלן וועט דער ענטפער פונעם אנדערייטער זיין א קאנדישאנעל אפרואוועל.
מארטגעדזש ווערטערבוך

איז אזוי. בעצם דריי איך זיך נעבן די מענטשן, נאר הוראה אין הלכות מארטגעדזש האב איך נישט. אביסל דולה-ומשקה'ן מעג איך דאך, אבער טאמיר ווילסטו טרינקען מער ווי איך בין דולה, קענסטו רופן די חברה אויף 833-3AskArk.
אוועטאר
פערספעקטיוו
שר חמישים
תגובות: 98
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 20, 2012 8:15 pm
פארבינד זיך:

מארטגעדזש ווערטערבוך – HELOC

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פערספעקטיוו »

א 'הילאַק' (ראשי תיבות פון 'האָום עקוואַוטי ליין אָוו קרעדיט') איז א נאענטער שכן, כמעט א ברודער, מיט א קעש אַוט ריפיינענס. א הילאַק , פונקט ווי א ריפיינענס, ניצט דעם עודף שווה כסף פונעם הויז איבער'ן סכום מארטגעדזש וואס מ'איז שולדיג פאר דער באנק, און מען בארגט פריש געלט קעגן דער אומבאניצטן ווערט.

לאמיר זאגן אז איך בין שולדיג פאר דער באנק 300-טויזנט דאלאר; מיין הויז איז אבער ווערט 400-טויזנט. דאס הויז בלייבט טאקע פאר'משכונ'ט פאר דער באנק, אבער בלויז דער חלק ווערט וויפיל מיין מארטגעדזש-חוב באטרעפט. דער רעשט, וואס באטרעפט אין אונזער משל הונדערט-טויזנט דאלאר, איז באפרייט פונעם עול המארטגעדזש. יענץ שוויות באלאנגט כל-כולו צו מיר, און איך האב די ברירה אויסצומעלקן דאס געלט פונעם שווה כסף שבתוך הבית. אויף אידיש מיינט דאס אז איך האב א ברירה ארויסצונעמען א פרישן מארטגעדזש אויף הונדערט-טויזנט דאלאר.

ביז אהער איז נוגע ביידן, הילאַק און קעש אַוט ריפיינענס. פון דא און ווייטער גייען די צוויי זיך צעטיילן און גיין זייערע באזונדערע וועגן. פון קעש אַוט ריפיינענס האבן מיר דאך שוין פריער געשמועסט. מיט א הילאַק באשטעטיגט די באנק אז דו קענסט ארויסנעמען געלט קעגן דעם אומגעניצטן עקוואוטי פונעם הויז, אבער אנשטאט ארויסנעמען דאס געלט, באקומסטו דער באנק אן אפענע קרעדיט צינור אויף יענעם באטרעפנדן סכום, וואס דו קענסט ניצן, אינגאנצן צו א חלק.

אין תמצית, ווען דו מאכסט א הילאַק נעמסטו נישט דאס געלט, נאר באקומסט אזא כמו קרעדיט קארטל: כך וכך קרעדיט ביז וויפיל דו קענסט ניצן אויפאמאל, און דו באצאלסט נאר וויפיל דו ניצט.

אם נפשך לומר, וואוינט הילאַק בין-השמשות, בשעה שהיא לא ריפיינענס ולא קרעדיט קארטל, אבער יא אביסל דאס, אביסל יענץ. (זעסט, ניטאמאל צו זיין שכן ביי דער נעקסטער טיר, חכמת יוונית, איז ער גלייך: יענע טאר מען נישט אנרירן, אבער א הילאַק איז געהעריג מותר לכתחילה. גיי פארשטיי דעם אויבער-חכם.)

צדדים לכאן ולכאן
דאס, ארויסנעמען געלט נאר ווען כ'דארף, איז איין אייגנשאפט פון א הילאַק. נאך א וויכטיגער חילוק, איז די ראטע, דער אינטערעסט רעיט, וואס איז ביי א הילאַק נישט פארגליווערט, נאר טוישט זיך לויט'ן מצב פונעם מארקעט. דאס מיינט אז ס'איז שווערער צו מאכן א קאנקרעטן חשבון לגבי בארגן געלט פון א הילאק, וויבאלד ס'איז יתכן אז טראץ דעם וואס לויט ווי די אינטערעסט רעיטס שטייען יעצט איז ארויסנעמען געלט א גוט געשעפט, וועט דאס בילד אויסזען אנדערש ווען ס'וועט קומען צו באצאלן.

פון דער אנדערער זייט, קומט א הילאַק מיט דער מעלה פון ווייניג, אדער בכלל נישט קיין קלאוזינג קאסטן –- וואס א קעש אַוט ריפיינענס וועט יא האבן.

הילאַקס האבן א גרויסן חסרון, אז די באנק האט א ברירה אפצוהאקן דעם 'ליין אוו קרעדיט' פון איין מינוט אויף דער צווייטער. אנדערש ווי א קעש אַוט ריפיינענס, ביי וועלכן דו נעמט ארויס דעם גאנצן סכום, באקומסטו מיט א הילאַק בלויז די מעגליכקייט ארויסצונעמען געלט. די באנק בלייבט ובכן מיט דער מעגליכקייט פון צוריקציען און פארמאכן דעם קראן.

בענק טוען עס, און זיי מוזן ניטאמאל אנגעבן קיין סיבה פארוואס. נזרקה מפי החבורה אן עובדא פון א יונגערמאן, וועלכער האט קעגן אזא הילאַק אויסגעשריבן א טשעק אויף א גרעסערן סכום, און דער טשעק איז דורך א שבירת הכלים און געקראכט. וואס איז געשען? ווען יענער טשעק איז אנגעקומען צו דער באנק וואס האט יענעם געגעבן דעם הילאַק , האט זי געכאפט א שנעלן בליק אויף יענעמס קרעדיט טעטיגקייטן. ס'איז דער באנק נישט געפאָלן וויפיל ער האט אין יענער תקופה געניצט פון זיינע קרעדיט קארטלעך, און האבן דארט אויפ'ן פלאץ באשלאסן צו פארמאכן דעם קראן.

פארט, איז דער פאקט אז דו פארמאגסט א סכום געלט אין באנק, און צאלסט נישט דערפאר נאר אויב און וויפיל דו ניצט, א גוטע זייט וואס א הילאַק האט איבער א קעש אַוט ריפיינענס.

למעשה? הכל לפי הענין והמצב. רעד עס דורך מיט א מארטגעדזש אדווייזאר, וועלכער וועט דיר העלפן מאכן דעם ריכטיגן באשלוס.
מארטגעדזש ווערטערבוך

איז אזוי. בעצם דריי איך זיך נעבן די מענטשן, נאר הוראה אין הלכות מארטגעדזש האב איך נישט. אביסל דולה-ומשקה'ן מעג איך דאך, אבער טאמיר ווילסטו טרינקען מער ווי איך בין דולה, קענסטו רופן די חברה אויף 833-3AskArk.
אוועטאר
פערספעקטיוו
שר חמישים
תגובות: 98
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 20, 2012 8:15 pm
פארבינד זיך:

בהירות וברורות: אינטערעסט רעיט אלס יסוד הדבר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פערספעקטיוו »

א מארטגעדזש איז בעצם נישט קיין קאמפליצירטע עסק. אין סך הכל באשטייט עס פון – געלט: בארגן געלט פון דער באנק און דערנאך באצאלן מיט א פראצענט-צוגאב. אזוי וואלט עס בכל אופן געדארפט זיין. איז עס אבער למעשה אנדערש. די מארטגעדזש-וועלט איז פרעמד פאר'ן דורכשניטליכן מענטש, אריינגערעכנט קלוגע, ראפינירטע אידן מיט גוטע ביזנעס-קעפ; דערצו זענען פאראן פאָרשריפטן און רעגולאציעס, וואס זענען לאו דווקא בגדר מושכל ראשון. די און נאך פאקטארן האבן אזוי פארפלאנטערט און צע'פרטימ'ט דעם מארטגעדזש פראצעדור, אז א צאל לעולם-פשוט'ע זאכן האבן פארלוירן זייער פשטות און קלארקייט. דער טשטוש האט פארשוואנגערט דעם מארטגעדזש מיט צעמישעניש, וואס האט געבוירן א כאפטע טעותים און נישט-ריכטיגע הנחות.

וויל זיך מיר אין נאמען פון בהירות אויסשאקלען דעם בגד שעטנז פון זיינע פעלערס, און אויסשמועסן און קלארשטעלן עטליכע מארטגעדזש-ענינים.

*

ר' פסח פערספעקטיוו (נישט מיין קרוב. כ'בין פון הימל באשאנקען געווארן מיט א פאפולערן משפחה-נאמען, דוגמת בערקאוויטש, ראזענבערג, און שווארץ.) האט געקויפט א הויז אין די מ'-יארן, ווען דער פרייז פאר א שטיק קרקע אין הארץ פון שטאט איז קליינגעלט קעגן היינט. ר' פסח האט פאר'ן הויז געצאלט וויפיל ער האט געצאלט. ער האט אראפגעשטעלט א דאַון-פּעימענט און ארויסגענומען א מארטגעדזש אויפ'ן איבעריגן סכום.

דער אינטערעסט רעיט איז בימים ההם געווען הויך – בערך צען פראצענט. (היינט איז עס ווייניגער ווי האלב.) אין די נאכפאלגנדע יארן זענען די אינטערעסט רעיטס געפאלן, און ר' פסח האט אויסגעפאלגט די עצה וואס עמיצער האט אים געגעבן און ריפיינענסד זיין לאָון מיט'ן נייעם, נידעריגערן אינטערעסט-רעיט. דער חשבון, אז נידעריגערע אינטערעסט מיינט קלענערע מארטגעדזש-פעימענטס, איז געווען פשוט און שכל'דיג, און ר' פסח האט ממשיך געווען מיט דעם מהלך אויף ווייטער. יעדעס מאל וואס די ראַטעס האבן זיך גערירט ווייטער בארג-אראפ, האט ר' פסח ריפיינענסד זיין מארטגעדזש – ארויסגענומען א נייעם לאָון לויט די נייע, נידעריגערע אינטערעסט רעיט, וואס ער האט גענוצט צו באצאלן דעם עקזיסטירנדן מארטגעדזש.

ר' פסח'ס מארטגעדזש איז געווארן א מחותן מיט פאַלנדע רעיטס, און היות די ראטעס האבן פארגעזעצט מיט זייער גאנג אויף אראפ, האט ר' פסח זיך צו יעדער שטיק צייט געטראפן ריפיינענסן זיין מארטגעדזש – און זיך דערביי געשפארט צענדליגער טויזנטער דאלאר. דער חשבון איז געווען דער זעלבער ווי ביים ערשטן ריפיינענס: וואס נידעריגער דער רעיט, אלץ נידעריגער די מארטגעדזש-פעימענטס. מיט יעדן ריפיינענס צום נאך-נידעריגערן רעיט ווי פריער שרינקען די חודש'ליכע פעימענטס נאך ווייטער.

למעשה האט הרבני הנגיד מגדולי תומכי מוסדותינו מו"ה ר' פסח פערספעקטיוו הי"ו (ער איז לעצטנס מצליח; מנדב געווען א כיתה אין נייעם בנין הת"ת; מ'שמועסט אז ער טיילט א געוואלד. ביים פאריגן קינד האט ער דאכט זיך מיר געהאט שירה ביים מצוה-טאנץ.) דערלייגט אויפ'ן געשעפט איבער הונדערט-טויזנט דאלאר!

ר' פסח האט פארזען א קריטישע נקודה, וואס איז א יסוד אין דער וועלט פון האנדל-וואנדל: פרייז און שוויות. 'פרייז' איז דער סכום געלט וואס א זאך קאסט; 'שוויות' מיינט, וואס די זאך איז מיר 'ווערט'. לאמיר עס פארשטיין.

ווען א מענטש באצאלט פאר עפעס – א חפץ, סערוויס, אדער סיי וואס אנדערש – וויל ער פאר דעם געלט באקומען עפעס וואס ער האט יעצט נישט. אנדערש וואלט ער דאך נישט אויפגעגעבן עפעס וואס ער פארמאגט. ער גיט עפעס וואס איז זיינס, צו באקומען אויף צוריק עפעס וואס פעלט אים. דער לאָך וואס דאס באצאלן האט אים געמאכט אין בערזל, איז 'פרייז'; דער חלל אין זיינע געברויכן וואס די איינגעהאנדלטע זאך האט אנגעפילט איז 'שוויות' – וויפיל ס'איז אים ווערט.

דער פרייז וואס דו צאלסט פאר עפעס און די מאס חשיבות וואס ס'טראגט ביי דיר זענען לאו דווקא די זעלבע זאך. ווען פונעם חתנ'ס בעקיטשע רייסט זיך אראפ א קנעפל אויפ'ן וועג צו דער חתונה, איז דאס פעלנדע שטיקל ווערט הונדערט דאלאר – הגם דער פרייז וואס ער צאלט פאר'ן קנעפל איז א קוואדער. דאס זעלבע פארקערט, און מענטשן קענען צומאל צאלן א סך געלט פאר עפעס וועמענס שוויות איז סך ווייניגער.

כללו של דבר, פרייז און שוויות האבן א נאענטן שייכות אבער זענען נישט איין-און-די-זעלבע זאך, און נישט זעלטן זענען די צוויי נישט שווה בשווה.

לאמיר יעצט נעמען דעם געדאנק צו א מארטגעדזש. א מארטגעדזש בעצם איז א הלוואה וואס באשטייט פון געלט. למעשה איז א מארטגעדזש במהות מער ווי דעם. עס איז כולל דאס האבן אן אייגן הויז, וועמענס ציל פונעם אייגנטימער איז עס סוף כל סוף אויסצוצאלן – אז דאס 'אייגן' הויז זאל באמת זיין אן אייגנטום. א הויז איז דערצו אויך אן אינוועסטמענט, וויבאלד יעדער רעכנט און דער כלל איז טאקע אזוי אז די ווערט וועט שטייגן. ווען עמיצער האט עקוואוטי, שוויות, אינעם הויז, און ער קען 'יעצט' ארויסנעמען געלט קעגן דעם, איז עס פיל מער ווערט ווי שוויות-עקוואוטי וואס אמאל אין דער צוקונפט האבן. (עס זענען פאראן פארמולאס און חשבונות אויסרעכענען דאס יעצטיגע שוויות פון געלט וואס דו וועסט באקומען שפעטער.) דערנאך זענען דא שאר-ירקות וואס קומען מיט אן אייגן הויז, ווי טעקס בענעפיטן און נאך.

ר' פסח האלט יעצט בערך דרייסיג יאר נאכ'ן קויפן דאס הויז – נאכ'ן ארויסנעמען דעם ערשטן מארטגעדזש – און ער שטייט נישט קיין טפח נאענטער צו בעלות אויף זיין נחלה. דער עקוואוטי פונעם הויז איז דורך רוב צייט געזיצט איינגעפרוירן און משועבד צו דער באנק. יעדעס מאל וואס אביסל שווה כסף איז באפרייט געווארן, האט ער ארויסגענומען א פרישן מארטגעדזש און צוריק משעבד געווען די ווערט צום מארטגעדזש. דאס נאכאנאנדע ריפיינענסן האט אויך אפעקטירט זיינע שטייער בענעפיטן.

ער האט טאקע דעם בעסטן רעיט וואס פאראן צו באקומען, אבער אינעם סך-הכל חשבון פונעם ריווח איז טיף ווינטער. דעם נידעריגסטן רעיט אויפ'ן מארקעט האט ער, אבער געשפארט געלט האט ער נישט. דווקא פארקערט: ער האט דערלייגט אויפ'ן געשעפט.

די נקודת הדבר איז, אז ביים מאכן מארטגעדזש-חשבונות איז וויכטיג צו זוכן א גוטן רעיט, אבער אָן דעם וואס ס'זאל פאַרשטעלן דעם כללית'דיגן ציל פון באקומען גוטן מארטגעדזש – א מארטגעדזש וואס וועט דיר ברענגען דאס מערסטע שוויות, די גרעסטע פינאנציעלע ווערט. דער רעיט איז וויכטיג, אבער נישט דער איינציגער פאקטאר אין א ווערטפולן מארטגעדזש.
לעצט פארראכטן דורך פערספעקטיוו אום מאנטאג מארטש 25, 2019 3:19 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
מארטגעדזש ווערטערבוך

איז אזוי. בעצם דריי איך זיך נעבן די מענטשן, נאר הוראה אין הלכות מארטגעדזש האב איך נישט. אביסל דולה-ומשקה'ן מעג איך דאך, אבער טאמיר ווילסטו טרינקען מער ווי איך בין דולה, קענסטו רופן די חברה אויף 833-3AskArk.
מזל מידיע
שר האלף
תגובות: 1593
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 24, 2015 9:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מזל מידיע »

בס"ד

אין טעאריע לאזט זיך אפשר הערן אזא זאך, אז ער האט במשך די יארן דערלייגט הונדערט אלפים. אבער קענסט געבן א למעשה'דיגע סענעריא אויף דעם משל טאקע מיט ר' פסח'ס הויז, אדער זאל זיין אן אנדערע הויז?

כלפי וואס האט ער דערלייגט די הונדערט אלפים? מער פעימענטס נאך אזויפיל יארן? ווייניגער עקוויטי? למעשה אויסגעלייגט מער געלט ווי לאזן אויסצאלן די ערשטע מארטגעזש? זיי מסביר פאר'ן עמך.
ווי זאגט מען WOW אין אידיש? שיקט אייער מיינונג צו [email protected].
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8718
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

ווי איך פארשטיי האט ר' פסח שאדן געהאט, ווייל יעדעס מאל וואס ער האט ריפיינענסד האט ער ארויסגענומען די פולע אמאונט, למשל אז די ערשטע מאגעטש איז געווען 100 אלפים, האט ער צען יאר שפעטער ווייטער ארויסגענומען די זעלבע 100 אלפים, און נישט (למשל) 75 אלפים, ווייל 25 איז שוין באצאלט, איז דאס די רעדע דא?
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
מזל מידיע
שר האלף
תגובות: 1593
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 24, 2015 9:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מזל מידיע »

בס"ד
דעמאלט איז נישט דער פראבלעם די "ריפיי" זעלבסט, נאר דאס "איינקעשן" די אנגעזאמלטע עקוויטי יעדן מאל. ער וואלט פונקט אזוי געקענט מאכן א "ריפיי" נאר אויף די פארבליבענע באלאנץ, 75 אלפים אין דעם פאל, וכו' וכו'. ממילא האט ער נישט עכט דערלייגט הונדערט אלפים, ער האט עס פשוט אויסגענוצט.
ווי זאגט מען WOW אין אידיש? שיקט אייער מיינונג צו [email protected].
אוועטאר
מונאוויטש
שר האלפיים
תגובות: 2902
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2015 6:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מונאוויטש »

זייער פשוט, יעדעס מאל וואס ער האט ריפיינענסד:

1) איז צוגעקומען קלאוזינג קאוסט, וואר ער האט צוגעלייגט צום נייעם לאון.
2) אנגעהויבן א פרישע 30 יאר טערמין פון אינטערעסט פעימענטס.
אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15034
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הענדימען »

מונאוויטש האט געשריבן:זייער פשוט, יעדעס מאל וואס ער האט ריפיינענסד:

1) איז צוגעקומען קלאוזינג קאוסט, וואר ער האט צוגעלייגט צום נייעם לאון.
2) אנגעהויבן א פרישע 30 יאר טערמין פון אינטערעסט פעימענטס.

דארפעך דעמאלט נישט צוקומען צו די גאנצע תורה וואס פערספעקטיוו (נישט די קאזין) האט געשריבן

ס'זייער פשוט. ער האט באצאלט פארן ביליגן רעיט מער ווי ער האט זיך געשפארט. אזויווי איינער זאל פארן קיין ניו דזשערסי אנפילן זיין טאנק. ער שפארט $10 אויפן טאנק אבער באצאלט געז, טאל און צייט + מיילידזש אויף די קאר א מינימום פון $15
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
אוועטאר
פערספעקטיוו
שר חמישים
תגובות: 98
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 20, 2012 8:15 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פערספעקטיוו »

הענדימען האט געשריבן:
מונאוויטש האט געשריבן:זייער פשוט, יעדעס מאל וואס ער האט ריפיינענסד:

1) איז צוגעקומען קלאוזינג קאוסט, וואר ער האט צוגעלייגט צום נייעם לאון.
2) אנגעהויבן א פרישע 30 יאר טערמין פון אינטערעסט פעימענטס.

דארפעך דעמאלט נישט צוקומען צו די גאנצע תורה וואס פערספעקטיוו (נישט די קאזין) האט געשריבן

ס'זייער פשוט. ער האט באצאלט פארן ביליגן רעיט מער ווי ער האט זיך געשפארט. אזויווי איינער זאל פארן קיין ניו דזשערסי אנפילן זיין טאנק. ער שפארט $10 אויפן טאנק אבער באצאלט געז, טאל און צייט + מיילידזש אויף די קאר א מינימום פון $15


:lol:

כשר גערעכט. דעם עיקר נקודה האט מונאוויטש ארויסגעברענגט אין צוויי שורות. איך האב ארויסגעברענגט עטליכע זייטיגע נאטיצן, און ווי מיר ווייסן פון עקספיריענס זענען די אומוועגן לענגער ווי דעם דרך המלך.
מארטגעדזש ווערטערבוך

איז אזוי. בעצם דריי איך זיך נעבן די מענטשן, נאר הוראה אין הלכות מארטגעדזש האב איך נישט. אביסל דולה-ומשקה'ן מעג איך דאך, אבער טאמיר ווילסטו טרינקען מער ווי איך בין דולה, קענסטו רופן די חברה אויף 833-3AskArk.
אוועטאר
פערספעקטיוו
שר חמישים
תגובות: 98
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 20, 2012 8:15 pm
פארבינד זיך:

בהירות וברורות: ריפיינענסן צו צאלן חובות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פערספעקטיוו »

איינע פון די סיבות פארוואס מענטשן ריפיינענסן איז, כדי דער מארטגעדזש זאל איינשלינגען אנגעזאמעלטע חובות, באזונדערס פון קרעדיט קארטלעך. די צינזן פון א קרעדיט קארטל חוב זענען געווענליך סך העכער ווי פון א מארטגעדזש, און אריבערפירן דעם לאסט צו א מארטגעדזש – וועמענס פעימענטס זענען מער צוגענגליך – איז אין אזא פאל א פראקטישער פינאנציעלער שריט. כיוצא בו, קען מען מיט א ריפיינענס צוזאמנעמען א בינטל חובות און דאס אלעס צוזאמנעמען לפונדק אחד אונטער איין דאך.

אין תרגום מארטגעדזש רופט מען אזא שריט מיט אזא כוונה פון צונויפפירן עטליכע קלענערע חובות אין איין גרויסן זאק Debt Consolidation. עס גרינגער צו האנדלען מיט איין כללית'דיגן חוב, וואס מ'איז שולדיג פאר איין מענטש, מיט איין-און-דעם-זעלבן חודש'ליכן פעימענט, ווי מיט מערערע חובות וועמענס פעימענטס זענען אויב נישט סך העכער זיכער יא פארשידנארטיג מיט די פעימענטס.

זענען אבער פאראן פאלן פון ריפיינענסעס פאר ממש דעם צוועק וואס פירן אבער צו פארקערטע רעזולטאטן: א מענטש מיט א פעקל קרעדיט-קארטל און אנדערע אזעלכע חובות מאכט א ריפיינענס, ניצט דאס מארטגעדזש-געלט אויסצוצאלן וואס ער איז שולדיג, אבער טרעפט זיך מיט א קורצער צייט שפעטער אינעם זעלבן זומפ.

נעמט ר' פסח פערלשטיין (צופעליג יא א קרוב פון מיין שוויגער'ס צד), וועלכער האט זיך געטראפן מיט עטליכע אויסגעזעקלטע קרעדיט קארטלעך, וואס ער האט אויסגעקוועטשט ביז'ן לעצטן טראפ. זיין הכנסה האט לכתחילה נישט מסכים געווען מיט דעם אויסברענגעריי, און ווען די צינזן פון די אומבאצאלטע באלאנצן האבן זיך אנגעהויבן אנהויפענען, האבן זיינע פארדינסטן אים געזאגט מיט זייער קלארע ווערטער אז זיי קענען אים נישט העלפן.

ר' פסח האט צום מזל געהאט א הויז מיט א שיין-ביסל עקוואוטי דערין – נכסים שאין בהן אחריות צו דער באנק. ער האט קעגן דעם שוויות ארויסגענומען א מארטגעדזש, באצאלט דאס געלט וואס איז ער שולדיג געווען, און משפחת פערלשטיין האט אפגעאטעמט.

ויהי ערב ויהי בוקר (אויסגעלאזט א הויקער). ביז א כפי-ערך קורצער צייט האט פסח זיך געטראפן מיט תשעה באב – מיט'ן זעלבן באַרג חובות וואס ער האט גע'פטר'ט מיט עטליכע חדשים פריער. ס'איז געווען די זעלבע חובות, די זעלבע סיבות, און אויפ'ן זעלבן אופן. די אפגעצאלטע, אנגעפיטערטע קרעדיט קארטלעך זענען פריש אויסגעמאלקן געווארן, און די זעלבע צינזן האבן זיך פריש אנגעהויפנט – נאר דאסמאל אן קיין מהלך אויף ארויס. דעם עקוואוטי פונעם הויז האט דער ריפיינענס שוין אויסגעצאפט, און אין צוגאב צו די קרעדיט קארטל חובות האט יעצט ר' פסח פרישע חודש'ליכע מארטגעדזש פעימענטס.

פסח איז אנגעקומען צו דעם מצב אויפ'ן זעלבן וועג ווי ער האט זיך דא געטראפן ביים ערשטן מאל. די זעלבע אומשטענדן, צי שוואכן כח המעציר, וואס האבן אים געפירט, אדער נישט אפגעהאלטן פון אנקומען צו די חובות ביים ערשטן מאל האבן אים יעצט געפירט, אדער נישט אפגעהאלטן פון אנקומען צו דעם מצב יעצט צום צווייטן מאל.

ר' פסח איז אבער נישט דער איינציגער ונזרקה מפי החבורה אז אזעלכע געשיכטעס טרעפן זיך נישט אזוי זעלטן. א מענטש ריפיינענסט כדי צוזאמצונעמען עקזיסטירנדע און זיי ברענגען אונטער קאנטראל, אבער איינמאל ער פילט די דערלייכטערונג הייבט ער פריש אן שפענדן די באפרייטע פאנדן פונעם אפגעצאלטן קרעדיט קארטל. ער פארגעסט שנעל אז די הרווחה איז געקומען ווייל דאס קארטל איז באצאלט געווארן מיט א נייעם, הגם לייכטערן חוב, און נישט אז דער חוב-בארג איז סתם געווארן אויס.

ס'זעט לעולם אויס ווי א דבר פשוט מאוד און א סך פון אונז קענען זיך חידוש'ן פארוואס ס'פעלט אפילו אויס אויסצושמועסן. אבער למעשה פעלט עס אויס, ווייל דאס מציאות ווייזט אז מענטשן מאכן דעם דאזיגן טעות. מ'פארגעסט אז דער איינציגער צי עיקר ציל מיט'ן ריפיינענס איז געווען זיך ארויסצוזען פון די חובות. ווען שכחה שטופט אוועק הגיון און פרישע חובות פילן שנעל אן דעם געשאפענעם חלל.
מארטגעדזש ווערטערבוך

איז אזוי. בעצם דריי איך זיך נעבן די מענטשן, נאר הוראה אין הלכות מארטגעדזש האב איך נישט. אביסל דולה-ומשקה'ן מעג איך דאך, אבער טאמיר ווילסטו טרינקען מער ווי איך בין דולה, קענסטו רופן די חברה אויף 833-3AskArk.
אוועטאר
פערספעקטיוו
שר חמישים
תגובות: 98
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 20, 2012 8:15 pm
פארבינד זיך:

בהירות וברורות: מארטגעדזש זשארגאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פערספעקטיוו »

לשון מארטגעדזש איז פרעמד פאר יעדן וואס דרייט זיך נישט אין מארטגעדזש-לאנד גענוג לאנג. דאס נעמט אריין רוב פון אונז. ס'האט נישט מיט חכמה, נאר איז א פאקט וואס קומט מיט חסרון ידיעה, פונקט ווי א ווערטער-אויסטויש צווישן א פילאט און דעם קאנטראלער, אדער א דיון צווישן עטליכע הארץ-ספעציאליסטן איבער ווען און וויאזוי דורכצופירן א פראצעדור אויף א פאציענט. אין ביידע פאלן, פילאט און דאקטאר, רעדן די שמועסערס אויף א פרעמדער שפראך, וואס די אינדרויסן פון זייער מקצוע האבן קיינמאל נישט געהאט קיין געהעריגע סיבה זיך אויסצולערנען.

די ענינים וועגן וואס די פילאטן און דאקטוירים רעדן זענען נישט דווקא עפעס וואס מיר, זייטיגע מענטשן, קענען נישט פארשטיין. אונזער שכל דערהייבט אזא זאץ ווי, "ס'איז כדאי צו ווארטן מיט דער אפעראציע נאך א טאג, ביז די אינפעקציע וועט זיין אונטער קאנטראל." די עקספערטן ניצן פרעמדע ווערטער איבערצוגעבן דעם מעסעדזש; מיר קענען נישט די ווערטער און ווייסן נישט וואס זיי זאגן.

הוא הדין ביי יעדן ענין. אלעס קען מען מסביר זיין פאר יעדן – יעדן אויף זיין מדריגה און לויט זיינע השגות. אוודאי ווען א פילאט רעדט וועגן 'עלטיטוד' און 'פּרעשור פּאַקעטס' פאלט מיין הבנה אריין אין א טיפן דעפיציט און א קשר אמיץ צום שאינו יודע לשאול פון דער הגדה אנטוויקלט זיך מיר תיכף אין הארץ. אבער אויב דער פילאט זאל ארויסקריכן פון זיין אוניפארם און רעדן צו מיר אידיש ("כ'בין כך וכך פיס העכער דער ערד"; "די לופט ארויפצו איז זייער געדעכט"), וועל איך מסתמא בעסער פארשטיין. ער האט אפילו די ברירה צו צעברייטערן דעם ענין און מסביר זיין וואס דאס מיינט למעשה – למאי נפק"מ ווי הויך איך בין און וועמען איז נוגע ווי צוזאמגעשטופט די לופט וועט זיין אין פינף מינוט ארום. פאר אים, דעם פילאט איז יעצט נוגע די הלכה למעשה וואס ער זאל טאן; דערפאר האט מען דאך באשאפן אזא שפראך, וואס זאל אין איין ווארט איבערגעבן דעם מצב, כדי מ'זאל שנעל און גרינג קענען קאמוניקירן הלכה למעשה.

מ'דארף אבער נישט קריכן ביז פילאטן אין די וואלקנס אדער כירורגן אויפ'ן זעקסטן שטאק פון שפיטאל-בנין. די טאג-טעגליכע שפראך איז פול מיט ווערטער און פראזן וואס באהאלטן אונטער זיך א שלל פון פאקטן המובנים מאיליו. "ס'איז שפעט" אין א ווינטערדיגן פרייטאג נאכמיטאג קומט מיט א גרייטן בינטל פאקטן: שבת איז אסור במלאכה, ערב שבת גייט מען אין מקוה, מען דארף ענדיגן די הכנות פאר שבת פאר'ן זמן, מ'דארף נאך שניידן די נעגל, פיצן די שיך, צוגרייטן די ליכט; און וואס טוט זיך מיט טועמי', מאכן די פאות פון די קליינע, אנשטעלן דעם שבת-זייגער, הייס וואסער, איינקויפן לכבוד שבת?

זאג אבער פאר אן אינו בן ברית פרייטאג 2:00 אזייגער נאכמיטאג פרשת וארא אז "ס'איז שפעט," און יענעמס ואיש-משתהה'דיגע בליקן וועלן שטום אבער קאטאגאריש פאדערן א הסבר.

מארטגעדזשעס, פונקט ווי פרייטאג נאכמיטאג פאר א גוי, קומט מיט זיין אייגענעם לשון זשארגאן וואס איז חסרון-ידיעה'דיג פרעמד פאר עמיצן וואס ליגט נישט דערין. א מארטגעדזש איז אבער אויך א ריזיגער אינוועסטמענט – מסתמא די גרעסטע און וויכטיגסטע פינאנציעלע החלטה וואס רוב פון אונז מאכט אין לעבן. דערפאר איז בפירוש וויכטיג יא צו פארשטיין דעם ענין, און ווען א מארטגעדזש פראפעסיאנאל רעדט צו דיר, דארף ער זיכער מאכן אז דו פארשטייסט וואס ער רעדט. א מארטגעדזש אדווייזער איז טרענירט צו רעדן אידיש; אנשטאט דיר זאגן אז "ס'איז שפעט," וועט ער דיר זאגן די פרטי הדברים ארום כדי דו, צו וועמען ער רעדט, זאל אליין קומען צו דער מסקנא אז ס'איז שפעט.

א מארטגעדזש-מענטש דארף דיר זאגן גענוג אז דו זאלסט אליין זיין מוכשר צו מאכן די החלטה וואספארא מארטגעדזש-פראגראם איז דיין בעסטע ברירה. הגם עס שאדט נישט, איז אבער נישט גענוג ער זאל זאגן זיין מיינונג און עס איינוויקלען אין א בינטל זשארגאן. ער דארף רעדן אידיש, ווייל דיר פעלט נישט דעם שכל און הבנה וואס א החלטה פארלאנגט. ס'איז זיין תפקיד דיר קלאר צו מאכן די סוגיא, ווייל ס'איז נישט מער ווי יושר אז דו זאלסט זיין בכוח צו מאכן א החלטה לגבי אזא מאנומענטאלן שריט ווי נעמען א מארטגעדזש.

אויב דער מארטגעדזש מאן רעדט יא טערקיש (וואס קומט לכאורה פון געוואוינהייט, נישט ווייל ער פרובירט צו באגראבן דיין כוח הבחירה אין א בארג פון פרעמדע ווערטער), זאלסטו אים אפשטעלן, פרעגן פשט און בעטן הסבר. ס'איז קלאר אז ס'קומט דיר. ס'איז דיין געלט; ס'איז דיין החלטה.

די צעבלויטע ווערטער באהאלטן אונטער זיך דעם לינק צו אזא כמו-קונטרס'ל וואס איז מסביר א צאל מארטגעדזש טערמינען אויף לשון אשכנז המדוברת.
מארטגעדזש ווערטערבוך

איז אזוי. בעצם דריי איך זיך נעבן די מענטשן, נאר הוראה אין הלכות מארטגעדזש האב איך נישט. אביסל דולה-ומשקה'ן מעג איך דאך, אבער טאמיר ווילסטו טרינקען מער ווי איך בין דולה, קענסטו רופן די חברה אויף 833-3AskArk.
אוועטאר
מונאוויטש
שר האלפיים
תגובות: 2902
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2015 6:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מונאוויטש »

פערספעקטיוו ;l;p-
אוועטאר
פערספעקטיוו
שר חמישים
תגובות: 98
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 20, 2012 8:15 pm
פארבינד זיך:

בהירות וברורות: טעקס בענעפיטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פערספעקטיוו »

איינער פון די בענעפיטן וואס קומען מיט א מארטגעדזש האט צוטאן מיט שטייערן – די געלטער וואס דער רייכער פעטער מאנט יערליך פון כל הקהל הקודש וחול. הלכות מיסים אין אמעריקע איז א שווערע, קאמפליצירטע סוגיא און אריינקריכן אין פרטים קען גרינג פירן צום שוועל פון קאפ-פּלאצעראציע. (אגב, זוך איך שוין יארן און גלגולים א הסבר וויאזוי די צוויי פיינט, נכס און מכס, זענען געווארן טיר-ביי-טיר שכנים. ס'איז איינע פון די פלאי הבריאה וויאזוי נכס האט פארזען ווי דער שונא מסוכן מכס ציט זיך אריין אינעם נעקסטן הויז – פונקט ווי דער שכל דערהייבט נישט פארוואס 'נס' וואוינט אזוי נאענט צו 'מס'.) די פרטים, און צומאל אפילו די כללים, זענען אויך אנדערש ביי יעדן פאל און ווענדן זיך אין א סך פאקטארן מיט די אומשטענדן, דעם מענטש און זיין מארטגעדזש.

איז, ס'איז נישט שייך און נישט יושר אויסצושמועסן ווען, וויאזוי און וויפיל א מארטגעדזש קען דיר שפּארן אין שטייערן, אבער 'פטור בלא כלום אי אפשר' איז א כלל גדול וואס די מליצה-וועלט האט געבארגט פון חז"ל און דאן אריבערגעפירט צום עולם העשי'; דערפאר דארף מען דעם ענין כאטש דערמאנען, כדי ווען דו נעמסט א מארטגעדזש זאלסטו וויסן אז דאס, ווען און אויף וויפיל די מארטגעדזש פעימענטס העלפן דיר רעדוצירן די שטייערן, עקזיסטירט.

יעדער מארטגעדזש-פעימענט ווי באקאנט באשטייט פון צוויי חלקים: דעם קרן און דעם ריבית. ווען דו באצאלסט דיין חודש'ליכן מארטגעדזש-ביל, ווערט דאס געצאלטע געלט צעטיילט צווישן דעם קרן ההלוואה און דעם פראצענט-ריבית. דער טייל פונעם פעימענט וואס גייט פאר'ן קרן איז נישט קיין שטייער-בענעפיט, אבער דער חלק וואס דו באצאלסט קעגן דעם אינטערעסט, דאס ווערט אראפגעשניטן פונעם טעקס ביל סוף יאר.

ווי געזאגט, איז נישט שייך צו געבן קיין ציפער, ווייל ס'איז אנדערש ביי יעדן פאל. מ'רעדט אבער יא מעגליך פון טויזנטערס וואס מ'קען זיך שפּארן אין שטייערן, און ס'איז גאר כדאי עס צו געדענקען ביים ארויסנעמען א מארטגעדזש. ווען דו ביזט שוקל צווישן איין מארטגעדזש-ברירה און דער אנדערער און מאכסט חשבונות וואספארא פראגראם וועט דיר דינען צום בעסטן, געדענק אויפצוברענגען דעם חלק פון די טעקס-בענעפיטן. אויב דער מארטגעדזש בראוקער איז נישט באהאוונט, פרעג עמיצן וואס ווייסט יא.

ס'איז אן ענין וואס מ'דארף דורכרעדן מיט'ן מארטגעדזש-מאן ביים ארויסנעמען די הלוואה, און מ'דארף עס אויך דורכשמועסן מיט'ן אקאונטענט וואס פיילט דיר די טעקסעס סוף יאר.

די שטייער הנחות וואס א מארטגעדזש ברענגט איז אויך עפעס צו נעמען אין חשבון ווען דו טראכסט פון ריפיינענסן דיין לאָון. ווי דערמאנט איז דאס ארויסנעמען א פרישן מארטגעדזש כדי צו באקומען א בעסערן רעיט נישט אייביג ראטזאם און מ'קען זיך גרינג טרעפן ביים סך הכל מיט מער שאדן ווי ריווח. איינער פון די פאקטארן איז טאקע דאס, די טעקס בענעפיטן, וואס קענען שנעל צעשווימען ביים ריפיינענסן אויף אזוי ווייט אז דער פארדינסט פון א בעסערן רעיט ווערט פארלוירן אינעם שאדן וואס קומט מיט קלענערע שטייער הנחות וואס אזא ריפיינענס קען גורם זיין.

בקיצור, וואס וויל איך פון דיין לעבן? נאר דאס, אז זאלסט געדענקען אויפצוברענגען דעם פרט ביים נעמען א מארטגעדזש און אויך שפעטער, ביים פיילן דיינע טעקסעס. אויב דער מארטגעדזש בראוקער איז נישט באהאוונט (ער איז נישט מחוייב צו וויסן אלע פרטים פון אלע קרובים צו א מארטגעדזש), קענסטו אייביג פרעגן די חברה ביי Ask Ark דורכ'ן רופן 888-275-8616 און שטארק דריקן 2 פאר אידיש. (קענסט זיך אויך פארבינדן מיט אפרים קאסטעל, א Mortgage Advisor ביי Ark, וועלכער איז אזוי גוט געווען און מיר צוגעשטעלט די אינפארמאציע. אה יא, זיין נומער איז, 845-274-5060.)
מארטגעדזש ווערטערבוך

איז אזוי. בעצם דריי איך זיך נעבן די מענטשן, נאר הוראה אין הלכות מארטגעדזש האב איך נישט. אביסל דולה-ומשקה'ן מעג איך דאך, אבער טאמיר ווילסטו טרינקען מער ווי איך בין דולה, קענסטו רופן די חברה אויף 833-3AskArk.
אוועטאר
פערספעקטיוו
שר חמישים
תגובות: 98
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 20, 2012 8:15 pm
פארבינד זיך:

בהירות וברורות: רגש, רעאליטעט און מארטגעדזש החלטות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פערספעקטיוו »

א מארטגעדזש איז דער גרעסטער אינוועסטמענט וואס רוב-רובם מענטשן מאכן דורכאויס זייער לעבן. ס'איז נישט נאר דער גרעסטער סכום געלט, נאר איז אויך דער גרעסטער אין משך זמן. א מארטגעדזש ציט זיך אויף יארן, געווענליך אזויפיל ווי דרייסיג יאר, וואס פארנעמט א שיינעם טייל פון אן ערוואקסענעמס לעבנס-תקופה.

ווי מיט יעדן אינוועסטמענט, זוכט יעדער מענטש צו געבן דעם מינימום און באקומען דעם מאקסימום וואס נאר שייך. אבער אנדערש ווי רוב אינוועסטמענטס, איז ביי א מארטגעדזש דער אינוועסטמענט-ריטוירן חשבון פיל מער קאמפליצירט.

מיר האבן שוין גאר קיצור'דיג געשמועסט דערפון דא און דא. ס'איז געבליבן א סך מער וואס אויסצושמועסן, וואס איז אבער נישט שייך צו טאן אין א שיעור-כללי פארמאט, וויבאלד יעדער כשם שאין דעתם שוים כך אין מארטגעדזשעתהם שוים און יעדער פאל איז אנדערש און אייגנארטיג.

אפילו דו נעמסט דעם מארטגעדזש מיט'ן ציל פון קויפן א הויז צו וואוינען, איז ער במציאות אויך אן אינוועסטמענט. למעשה ליגט אין אן אייגן הויז א היפש-ביסל הרגש. ס'איז א פאקט אז א מענטש האט אן עמאציאנאלן קשר, אזוי צו זאגן, מיט זיין נחלה. א מעגליכע תוצאה פון דעם קשר הרגש איז דאס צילן צו באקומען א בעסערן, שענערן, גרעסערן הויז ווי דאס אמת'ע געברויך דיקטירט. דאס אליין איז נישט קיין חסרון און אזוי לאנג ווי איך בלייב רעאליסטיש מיט מיינע מעגליכקייטן און צי נישט איבער דאס פינאנציעלע שטריקל, איז זיך 'נאכגעבן די תאוות' אין דעם פאל נישט קיין ערנסטער פגם. די זאך איז אבער אז דער לב קען דא גרינג איבערנעמען די שליטה אויפ'ן מח, און די געפילן שטופן אוועק די וואוילזיין און פינאנציעלן געזונט-צושטאנד פונעם מארטגעדזש אלס דער אינוועסטמענט חלק שבו.

למשל, מיין דראנג נאך א גרעסערן חתיכת בית קען מיך שטופן אין דער ריכטונג פון א קלענערן דאון פעימענט און א לענגערער מארטגעדזש-תקופה – וואס טרייבן ארויף דעם פרייז וואס איך צאל פאר'ן אינוועסטמענט שבמארטגעדזש. דאס זעלבע (הגם א מער זעלטענע היכי-תמצא) קען זיך אויסשפילן אויף פארקערט, אז איך לייג צופיל דגוש אויף די מארטגעדזש-אויסגאבן און איגנאריר מיינע הויז-געברויכן.

אונטער'ן דרוק פון מאכן דעם סעיל, קען א מארטגעדזש-מענטש אן קיין שלעכטע כוונות איגנארירן דיין טובה און 'מיטפארן' מיט דיר. ער וועט שנעל זען אז דיר ציט מער צו הויז און ווייניגער צו מציאות, און וועט דערמיט מיטגיין. כ'מיין, סוף כל סוף ווילסטו דאס און ער בסך הכל העלפט דיר אויספירן דיין וואונטש. מיר פעלט דא אבער למעשה ידיעה; דערצו לייד איך פון אן עודף אין הרגש. איך בין קלאר נישט אינגאנצן מוכשר צו מאכן די ריכטיגע החלטה און לטובתי וואלט יא אויסגעפעלט אז יענער זאל מיך אויפקלערן און מסביר זיין דאס מציאות אויף זיינע צדדים, כדי כ'זאל כאטש וויסן – כדי כ'זאל האבן די בחירה פון בוחר זיין די בעסטע ברירה.

כף זכות פארלאנגט פון אונז צו געדענקען, אז די אויפגאבע פון א מארגעדזש-מבין איז בעיקר דיר צו שאפן א מארטגעדזש. זיין דזשאב (וכתוצאה זיין פאקוס) איז אנגעשטעלט מער אויף צושטעלן א לייטישן מארטגעדזש כדי דו זאלסט קענען שליסן דעם מקח, ווי איידער אנאליזירן דעם מארטגעדזש אויף זיין שוויות און זאכליכקייט אלס אינוועסטמענט.

נגיעות איז א חלק פונעם מציאות המענטש – פון דיר, מיר, און יענעם. ווען מיין נגיעות שטופט מיר אין איין ריכטונג, אפילו ווען ס'איז נישט דווקא דער בעסטער אויסוואל, איז נישט מער ווי נאטירליך פאר יענעמס נגיעות מיטצוגיין דערמיט.
לעצט פארראכטן דורך פערספעקטיוו אום מאנטאג אפריל 08, 2019 1:43 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
מארטגעדזש ווערטערבוך

איז אזוי. בעצם דריי איך זיך נעבן די מענטשן, נאר הוראה אין הלכות מארטגעדזש האב איך נישט. אביסל דולה-ומשקה'ן מעג איך דאך, אבער טאמיר ווילסטו טרינקען מער ווי איך בין דולה, קענסטו רופן די חברה אויף 833-3AskArk.
דברים אלו
שר האלף
תגובות: 1961
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 16, 2015 2:30 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דברים אלו »

פערספעקטיוו במחילת כבודך איר מאכט מיר מער צומישט ווי קלאר און מיט יעדע תגובה אייערע ווערן די ספיקות מער למעשה ווען איך קאל א מארגידש בראקער פאר א מארגידש פרעגט ער מיר מיין אינקאם און קרעדיט סקאור אין די פורטשעס פרייז און דאון פעימענט אמאונט וזהו און רעכנט מיר גלייך אויס די מאנטלי פעימענטס
אוועטאר
פערספעקטיוו
שר חמישים
תגובות: 98
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 20, 2012 8:15 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פערספעקטיוו »

דברים אלו האט געשריבן:פערספעקטיוו במחילת כבודך איר מאכט מיר מער צומישט ווי קלאר און מיט יעדע תגובה אייערע ווערן די ספיקות מער למעשה ווען איך קאל א מארגידש בראקער פאר א מארגידש פרעגט ער מיר מיין אינקאם און קרעדיט סקאור אין די פורטשעס פרייז און דאון פעימענט אמאונט וזהו און רעכנט מיר גלייך אויס די מאנטלי פעימענטס


ווייסט דאך דעם כלל אז דער גרעסטער חסרון ידיעה וואס איז דא איז ווען מ'ווייסט נישט אז מ'ווייסט נישט. ווען מ'ווייסט אז מ'ווייסט עפעס נישט, איז מען באוואוסטזיניג צום חסרון ידיעה, וואס מ'קען משלים זיין דורכ'ן פרעגן עמיצן וואס ווייסט יא. ווען מ'ווייסט אבער נישט אז מ'ווייסט נישט, פעלט דאך דער עיקר און ערשטער שריט פון מילוי החסרון. אט דעם חסרון ציל איך אביסל קלענער צו מאכן, דורכ'ן אנווייזן אויף ענינים וואס ווערן נישט אייביג אויסגעשמועסט אבער קענען זיין נוגע. איך בעט דיר מחילה (מיין כבוד האט דיר שוין מוחל געווען. אזוי האט ער מיר פריער מודיע געווען.) אויב מיינע באמיאונגען פון קלארער מאכן האבן געפירט צו פארקערטע רעזולטאטן.
מארטגעדזש ווערטערבוך

איז אזוי. בעצם דריי איך זיך נעבן די מענטשן, נאר הוראה אין הלכות מארטגעדזש האב איך נישט. אביסל דולה-ומשקה'ן מעג איך דאך, אבער טאמיר ווילסטו טרינקען מער ווי איך בין דולה, קענסטו רופן די חברה אויף 833-3AskArk.
ברוינע באנאנע
שר האלף
תגובות: 1928
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2017 10:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברוינע באנאנע »

מונאוויטש האט געשריבן:פערספעקטיוו ;l;p-
אוועטאר
פאפיגיי
שר חמש מאות
תגובות: 669
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 11, 2007 5:07 pm
לאקאציע: בויבעריג האטצן-פלאטץ
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאפיגיי »

איך האב נישט אדורכגעקוקט די גאנצע באשרייבונג, אויב מיין פראגע איז שוין פארענטפערט אויבן, ביטע רעפערירן.

מיין פראגע איז, איך האב נישט קיין אינקאם (נאר וויפיל די שטאט פארלאנגט), אבער איך האב אן אויסגעצאלטע דירה וואס איז ווערט א ערך שמונה מאות אויף מיין נאמען. א גוטע קרעדיט האב איך. איז שייך צו באקומען א מארטגעזש אפילו איך ווייז נישט אויף אינקאם?

ואת"ל סתם האבן א דירה אויפן נאמען איז נישט גענויב, וואס איז אויב פארקויף איך די דירה, און איך וויל קויפן א צווייט'ס פאר לאמיר זאגן אלף ומאה, וועל איך קענען ארויסנעמען א מארטגעזש אויף שלש מאות, צוליב'ן אראפלייגן אזא גרויסע דאון פעימענט, אפילו איך איך קען נישט ווייזען אינקאם?
איך פלאפעל נאך.
עס פלאפעל באל'ס.
געפון זיך אין בויבעריג, האטצן-פללאטץ.
אוועטאר
פערספעקטיוו
שר חמישים
תגובות: 98
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 20, 2012 8:15 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פערספעקטיוו »

פאפיגיי האט געשריבן:איך האב נישט אדורכגעקוקט די גאנצע באשרייבונג, אויב מיין פראגע איז שוין פארענטפערט אויבן, ביטע רעפערירן.

מיין פראגע איז, איך האב נישט קיין אינקאם (נאר וויפיל די שטאט פארלאנגט), אבער איך האב אן אויסגעצאלטע דירה וואס איז ווערט א ערך שמונה מאות אויף מיין נאמען. א גוטע קרעדיט האב איך. איז שייך צו באקומען א מארטגעזש אפילו איך ווייז נישט אויף אינקאם?

ואת"ל סתם האבן א דירה אויפן נאמען איז נישט גענויב, וואס איז אויב פארקויף איך די דירה, און איך וויל קויפן א צווייט'ס פאר לאמיר זאגן אלף ומאה, וועל איך קענען ארויסנעמען א מארטגעזש אויף שלש מאות, צוליב'ן אראפלייגן אזא גרויסע דאון פעימענט, אפילו איך איך קען נישט ווייזען אינקאם?


בתמצית הקיצור אין א ווארט (אן קיין נקודות אפילו), ס'איז מעגליך.
מארטגעדזש ווערטערבוך

איז אזוי. בעצם דריי איך זיך נעבן די מענטשן, נאר הוראה אין הלכות מארטגעדזש האב איך נישט. אביסל דולה-ומשקה'ן מעג איך דאך, אבער טאמיר ווילסטו טרינקען מער ווי איך בין דולה, קענסטו רופן די חברה אויף 833-3AskArk.
אוועטאר
מונאוויטש
שר האלפיים
תגובות: 2902
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2015 6:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מונאוויטש »

נייע אשכול מארטגעדזש בראוקער ווינקל מיוחד פאר חברים וועלכע געהערן צו די מארטגעדזש אינדוסטריע.
שרייב תגובה

צוריק צו “פינאנץ”