גיוואלד רעכטס אדער ליקס

צדקה צוועקן און חסד ארגאניזאציעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
יודל שטריימלהויזך
אנשי שלומינו
תגובות: 6
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 15, 2018 5:31 pm

גיוואלד רעכטס אדער ליקס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יודל שטריימלהויזך »

גיוואלד רעכטס אדער ליקס

איך האב יא א טאטע, יא א מאמע, געזונטע גלידער. אבער....



אבער איך פארמאג נישט קיין פלאץ אויף דער וועלט!!!



דרייט זיך א בחור'ל עטוואס אריבער די צוואנציג צומישט און פאר'דאגה'ט ביז איבערן קאפ. 'פילסט דיך נישט גוט'? ווערט ער כסדר געפרעגט דורך די ארומיגע, ניין קומט דער ענטפער א יעדעס מאל. 'איז עפעס נישט מסודר אין שטוב?' פרעגן די שוין נענטערע משפחה מיטגלידער מיט זארג, און ניין איז ווידער די ענטפער וואס קומט. דאן פארוואס ביזטו אזוי צוטראגן??



פארוואס איך בין צוטראגן?? פארוואס זאל איך נישט זיין צוטראגן? איך דריי מיך ארום איינער אליין אין א ריזיגע וועלט, מענטשן און באשעפענישן, ישיבות און פאבריקן, עס דרייט זיך א רעדל פון צופרי ביז אויפדערנאכט, און איך??? איך בין פשוט א צוקלאפטע צוקוקער...



קיין פלאץ אין ישיבה האב איך שוין לאנג נישט, אינדערהיים קוקט מען אויף מיר ווי א "רויט-לייט" וואס האלט אויף אונזער משפחה פון זיין אזוי ווי אלע "נארמאלע" משפחות, און ווען איך אנטלויף צום בית המדרש זוך איך דארט ווי זיך צו פארשטעקן פון די רחמנות'דיגע בליקן געריכטעט צו מיין "קליינע תפילין בייטל"....



יא איך בין געזונט און שטארק, מיט געזונטע טאטע מאמע, און איך האב אויך נישט קיין חובות ב"ה ווייל איך האב נאך פשוט נישט וועם אויסצוהאלטן, אבער וועגן דעם דארף איך בלייבן אליין אויפן וואסער? וועגן דעם הערט קיינער נישט מיין שטומע געשריי? איך זעה איינער טוט פאר יתומים, א צווייטער טוט פאר די קראנקע, און א דריטער העלפט די קינדערלאזע, אזויפיל וואוילטעטיגע ארגענעזאציעס אבער פון מיר קוקט אויס האט די גאנצע וועלט פארגעסן.



די גאנצע וועלט?? כמעט די גאנצע.... אזוי האט זיך ארויסגעשטעלט מיט צוויי יאר צוריק ווען די מסירות נפשדיגע עסקנים האבן מיט זייערע העראאישע מעשים אויסגעשריגן "כלל ישראל פארגעסט נישט פון קיינעם"!!!



און ישיבה שביל התורה האט זיך געגרינדעט....



און עס איז זייער נישט גרינג אנגעקומען פאר זיי צוזאמען מיט די ראש הישיבה הגה''צ מיהאלדי רב שליט"א אוועקצושטעלן אזא פלאץ ווי א יעדער איינציגער בחור זאל זיך געפונען דאס פלאץ און זיין אחד מהחבורה, אבער דער טאטע אין הימל האט געהאלפן און עס איז אוועקגעשטעלט געווארן לשם ולתפארת ווי אסאך זענען שוין באקאנט.

אבער יעצט שטייענדיג צוויי אין א האלב יאר נאכדעם, ווען די פינאנציעלע לאסט איז שוין אוממעגליך צו שלעפן אליין און די מגידי שיעורים ווארטן שוין אויף זייער געהאלט גאר א לאנגע צייט, ווענדן זיך די בחורים צו כלל ישראל מיט א טרויער געמישט מיט שרעק, וועט עטס אונז לאזן פאלן נאכן טרעפן אונזער געוואונטשענעם טרייסט? און דאס מאל איז אויף כלל ישראל די רייע צו אויסשרייען "כלל ישראל פארגעסט נישט פון קיינעם"!!

דורכן דרוקן די DONATE NOW קנעפל!!!

DONATE HEARE
אוועטאר
יודל שטריימלהויזך
אנשי שלומינו
תגובות: 6
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 15, 2018 5:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יודל שטריימלהויזך »

נו רבותי זייטס מנדב איך זיץ אויפ שפילקעס
אוין שרייבט פון איוועלט
ראטעוועט
אוועטאר
Come and go
שר מאה
תגובות: 160
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 05, 2018 7:39 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Come and go »

וואס פארא side איז דאס?
ס'דא א מינעמעם וויפיל מ'דארף געבען?
אז די קענסט מער נישט נאכמאכן יענעם קענסטו פראבירן צי זיין דיך!
אוועטאר
יודל שטריימלהויזך
אנשי שלומינו
תגובות: 6
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 15, 2018 5:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יודל שטריימלהויזך »

גיוואלד מען דארף געלט
די ישיבה מוז אנגיין
אוועטאר
יודל שטריימלהויזך
אנשי שלומינו
תגובות: 6
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 15, 2018 5:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יודל שטריימלהויזך »

Come and go האט געשריבן:וואס פארא side איז דאס?
ס'דא א מינעמעם וויפיל מ'דארף געבען?

די מערסטע וואס מעגליך
אוועטאר
Come and go
שר מאה
תגובות: 160
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 05, 2018 7:39 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Come and go »

איך רעדט מטעם די side ! איך האב געוואלט געבען אינטער 5 דאללער און ס'נישט דורך
אז די קענסט מער נישט נאכמאכן יענעם קענסטו פראבירן צי זיין דיך!
אוועטאר
שמואל בארג
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4026
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 18, 2016 6:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל בארג »

Donate Here*

site*
נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2779
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נודה לך »

גוטע שרייבער געשריבן. איינער ווייסט ווער?
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט
אוועטאר
יודל שטריימלהויזך
אנשי שלומינו
תגובות: 6
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 15, 2018 5:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יודל שטריימלהויזך »

נודה לך האט געשריבן:גוטע שרייבער געשריבן. איינער ווייסט ווער?

בחורים פון ישיבה
רבותי מען דארף געלט
שרייב תגובה

צוריק צו “צדקה וחסד”