א חינוך שאלה וואס מאכט זיך גאר אפט

אלעס איבער חינוך הילדים

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

אדם ישר
שר חמישים
תגובות: 61
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 24, 2014 11:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אדם ישר »

אפשר איז דא נישט די ריכטיגע פלאץ
אבער וואס טוט מען ווען א דרייצען יעריגער בחור רייכערט?
ער האט שוין געכאפט א פאטש אבער עס העלפט נישט,
וואס דארף מען צו טון?
זיך נישט וויסענדיג מאכן?
אוועטאר
יגעתי ומצאתי
שר האלף
תגובות: 1672
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 31, 2011 5:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יגעתי ומצאתי »

אדם, א פאני שאלה.
פארוואס טאקע ווילסטו נישט אז ער זאל רייכערן?

אויב האטסו א קלארע סיבה פארוואס ער זאל נישט רייכערן (און דו יא...), זעץ זיך אוועק מיט אים און מאך א קלארע שמועס דערוועגן.

דארפסט אבער זיכער מאכן צוויי זאכן. 1) אז ער זאל נישט קענען אויפווייזן אז אי'אמת'ן גייט דיך נישט אן דאס וואס דו זאגסט (למשל, אויב זאגסטו אים די פראבלעם אז עס איז נישט געזונט, אויב אזוי, פארוואס רייכעסטו. וכדומה).
2) אז די פארלאנג (אז ער זאל אויפהערן רייכערן), זאל זיין די איינציגסטע לעזונג צום פראבלעם (למשל, אויב די פראבלעם איז די בושות וכדו' וואס דאס פאראורזאכט, וועט ער טרעפן א מהלך צו דאס טוהן באהאלטן וכד').

אויב ווייסטו אליינס נישט פארוואס ער זאל נישט רייכערן (כ'מיין, פארוואס יא?...), דאן וואס ווילסטו פון אים? פארוואס זאל ער דאס יא פארשטיין?

נ.ב. "הפקרות" איז נישט קיין סיבה צום איסור (אויב זעצט ער זיך אוועק מיט א יראה עילאה, מיטן הוט און גארטל, אן קיין זכר פון הפקירות, וועט ער יא מעגן?...)
Greeneryid
שר חמישים ומאתים
תגובות: 276
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 09, 2014 6:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Greeneryid »

אדם ישר האט געשריבן:אפשר איז דא נישט די ריכטיגע פלאץ
אבער וואס טוט מען ווען א דרייצען יעריגער בחור רייכערט?
ער האט שוין געכאפט א פאטש אבער עס העלפט נישט,
וואס דארף מען צו טון?
זיך נישט וויסענדיג מאכן?

מיין פריינד, א 13 יעריגער און ער רייכערט? עפעס זאגט מיר אז ער האט סאך מער פראבלעמען ווי רייכערן.
ברוינע באנאנע
שר האלף
תגובות: 1928
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2017 10:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברוינע באנאנע »

אדם ישר האט געשריבן:אפשר איז דא נישט די ריכטיגע פלאץ
אבער וואס טוט מען ווען א דרייצען יעריגער בחור רייכערט?
ער האט שוין געכאפט א פאטש אבער עס העלפט נישט,
וואס דארף מען צו טון?
זיך נישט וויסענדיג מאכן?

ער איז טאקע 13 יאר אלט ? אדער ווייל ער איז דיין קליינע ראצער און די אינגסטע א בחור קען זיין איז 13, רופסט עם אן א דרייצען יעריגער
אוועטאר
nmi
שר חמשת אלפים
תגובות: 5122
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך nmi »

Greeneryid האט געשריבן:
אדם ישר האט געשריבן:אפשר איז דא נישט די ריכטיגע פלאץ
אבער וואס טוט מען ווען א דרייצען יעריגער בחור רייכערט?
ער האט שוין געכאפט א פאטש אבער עס העלפט נישט,
וואס דארף מען צו טון?
זיך נישט וויסענדיג מאכן?

מיין פריינד, א 13 יעריגער און ער רייכערט? עפעס זאגט מיר אז ער האט סאך מער פראבלעמען ווי רייכערן.

מאן יימר פראבלעמען? ער האט א גוטן חבר אין ביהמ"ד און ער איז אים מהנה. אגב איך קען אויך יונגע טאטערס וואס רייכערן פאר מנחה, צווישן מנחה און מעריב און תיכף נאך מעריב זיי האבן מיטאמאל קיין שכל אז אין איין שטונדע רייכערט מען נישט קיין 3-4 שטיק אום מ'רעדט דא פון נארמאלע בחורים.

איך וואלט דיר געראטן אז דו זאלסט אדורך רעדן די נושא מיט אן ערליכע קליגע יוד וועם דו קענסט פערזענליך און ער קען גוט דיין צדיק'ל.
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי
אוועטאר
מחשב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3563
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחשב »

בכל אופן איז א פאטש קיין מהלך פאר א דרייצען יעריגע בחור. במחילה. ער פארשטייט שוין א אנדערע שפראך, און א פאטש ברענגט א קאנטער ריאקציע.

חוץ דיבורים איז נישטא קיין מהלך. און אזוי ווי @יגעתי האט זייער גוט ארויסגעברענגט, אז איר דארפט זיין זייער קלאר פארוואס איר ווילט נישט אז ער זאל רייכערן, און 'דאס' אים מסביר זיין, און איר קענט דאס 'פאדערן' פון אים. אבער סתם זאגן "איך וויל נישט.. ווייל אזוי.." ברענגט נישט קיין רעזולטאטן.

אני הקטן זעה נישט פארוואס מ'דארף זאגן אז ער האט פראבלעמען אז ער רייכערט, מסתמא איז עס זיינע חברים, (עכ"פ אנגעהויבן האט זיך עס זיכער מיט חברים, אפשר יעצט ווען זאכן זענען אנגעווייטאגט איז עס שוין סתם אזוי). איז אויב זענען דאס נארמאלע בחורים, אפשר איז כדי צו רעדן מיט די מנהל/מלמד/מגיד שיעור, אויב זענען זיינע חברים 'יענע חברה' איז דאס א פראבלעם וואס דארף סתם אזוי שנעל אדרעסירט ווערן.

בהצלחה.
נא_שכל
שר שמונת אלפים
תגובות: 8004
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

אדם ישר האט געשריבן:אפשר איז דא נישט די ריכטיגע פלאץ
אבער וואס טוט מען ווען א דרייצען יעריגער בחור רייכערט?
ער האט שוין געכאפט א פאטש אבער עס העלפט נישט,
וואס דארף מען צו טון?
זיך נישט וויסענדיג מאכן?

אפשר גאר כאפן א ציגערעטל צוזאמען מיט אים?

ס'קאן זיין ס'פעלט אים פשוט אביסל ליבשאפט און שעצונג (פון זיינע עלטערן, אדער מגידי שיעור), ער באקומט עס פון זיינע חברים דורכן ציגארעטל.

זיך קריגן דעריבער, וועט נישט העלפן, א פאטש זיכער נישט, ס'וועט נאר מוסיף זיין אסאך פראבלעמען.

אויב האלטסו אז ס'איז נישט געזונט, כאפ א שמועס מיט אים אויף די קאוטש, די האנט אויף זיין פלייצע, און זיי אים מסביר די שעדליכקייט דערפון, און די אדיקשען וואס דא ברענגט מיט זיך, און די חסרונות וואס ס'האט.
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
אוועטאר
יגעתי ומצאתי
שר האלף
תגובות: 1672
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 31, 2011 5:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יגעתי ומצאתי »

ברוינע באנאנע האט געשריבן:
אדם ישר האט געשריבן:אפשר איז דא נישט די ריכטיגע פלאץ
אבער וואס טוט מען ווען א דרייצען יעריגער בחור רייכערט?
ער האט שוין געכאפט א פאטש אבער עס העלפט נישט,
וואס דארף מען צו טון?
זיך נישט וויסענדיג מאכן?

ער איז טאקע 13 יאר אלט ? אדער ווייל ער איז דיין קליינע ראצער און די אינגסטע א בחור קען זיין איז 13, רופסט עם אן א דרייצען יעריגער

אנטשולדיגט, איך האב געלערנט אין חדר מיט 'קוים' (בהדגשה) 12 יעריגע רויכערער'ס!
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8744
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

אדם ישר האט געשריבן:אפשר איז דא נישט די ריכטיגע פלאץ
אבער וואס טוט מען ווען א דרייצען יעריגער בחור רייכערט?
ער האט שוין געכאפט א פאטש אבער עס העלפט נישט,
וואס דארף מען צו טון?
זיך נישט וויסענדיג מאכן?

די ערשטע שאלה איז צו דער טאטע רייכערט
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
פארשער
שר האלף
תגובות: 1847
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 16, 2009 7:20 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארשער »

גאלדענע פעדער האט געשריבן:
אוהב ספרים האט געשריבן:גניבה קומט נישט אריין דא, ער טוט לכאורה נישט בכוונת גניבה וכו', וכמובא לעיל.
איך האב א שאלה אויף דעם מלמד, אויב דער קינד קומט יעדען טאג אהן שפעט פארוואס האט ער נישט אויף געהויבען א טעלעפאן צו די עלטערן מברר זיין למה ועל מה זה?

א כיתה ה׳ יונגעל ווייסט נאך נישט וואס גניבה מיינט? גיוו מי עה ברעיק...

פאר ווטעווער ריזען באטראכט ער עס נישט אלץ גניבה, אויב וואלט ער נישט געהאט קיין פראבלעם מיט גניבה וואלט ער סתם אזוי גע'גנב'עט פון געשעפט און אריינגערוקט אין טאש.
אוהב ספרים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4666
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 17, 2011 8:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוהב ספרים »

אדם ישר האט געשריבן:אפשר איז דא נישט די ריכטיגע פלאץ
אבער וואס טוט מען ווען א דרייצען יעריגער בחור רייכערט?
ער האט שוין געכאפט א פאטש אבער עס העלפט נישט,
וואס דארף מען צו טון?
זיך נישט וויסענדיג מאכן?

און א גרויס חלק ישיבה גדולות [און אזוי איז די רוח אין ישיבה קטנות שטילערהייט] איז עמטליך דא א ווינקל פאר רייכערן, מען קען דאס נישט פייטן, און אויב מאכט מען דאס נישט פאר אזאך וואס נאר א אויסווארף טוט, איז דאס סאך א קלענערע פראבלעם.

די שאלה איז וואספארא חלק באדערט דיר, בכללות אז ער רייכערט, אדער דו קוקסט עס אהן אלטץ א שגץ שטיק?
און נאכדעם איז די שאלה פארוואס ער וויל רייכערען

און לויט דעם קען מען טראכטן פון עצות

אבל להוי ידוע לך it is a uphill battle, ועל פי רוב פארלירט מען
מיגו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 481
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 09, 2017 11:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיגו »

זכריהו האט געשריבן:אויב איז שוין דער אשכול אזוי קאלירפול, לאמיך צוגעבן נאך אביסל קאליר:

לדעתי דארף מען קודם צוגיין צום קינד און אים געבן א קוש אין זיין באק, אים ארומנעמען, און אים זאגן: זאלסט וויסן אז אין אלע מצבים בלייבסטו מיין קינד, אפילו דו וועסט ח״ו אנצינדן א לייט שבת, גנבנען, אדער אפילו אפפארן פון אידישע וועג.

דאן שמועסן מיט אים צוויי שעה פון אלע זאכן וואס עס פאראינטערעסירט דעם קינד. פון מוזיק, פון בייקס, און פון געימס.

דערנאך אים פרעגן זייער איידל: צדיקל, עפעס באדערט דיך לעצטנס? איינער האט דיך עפעס געטון?

דאס איז זייער וויכטיג! ווייל געווענליך ווען א קינד גנבעט באדערט אים עפעס. אבער ח״ו נישט זאגן גארנישט פון די גניבה.

אויב ער זאגט אז גארנישט, קומט מן הסתם די גניבה פון א חלל אין ליבשאפט, מען וועט מוזן רעדן צו די קינד נאכאמאל יעדן טאג פאר עטליסט א וואך, אים אריינגעבן גאר שטארקע ליבשאפט, אריבער די גרעניצן.

איינמאל מען האלט נאך א וואך, ווען די אהבה איז שוין העכער אלע גרעניצן, זאל מען גיין שטילערהייט צום קינד, פאר ער גייט שלאפן, און אים זאגן, שעפעלע איך מיין אז דו האסט געגנבט פון די גראסערי, פאר דיין טובה איז עס נישט גוט, ווייל אויב מען געוואוינט זיך צו צו זיין גנבנען קען מען ח״ו אויסוואקסן א גנב. פארשטייסט?

דאס קינד וועט עס זיכער פארשטיין.

דאס איז די מאקסימום השתדלות. אויב גנבט ער נאכאמאל, זאל מען וויסן אז מען האט געטון וואס מען דארף טון, און פארפאלן, מען דארף אים זייער שטארק ליב האבן אין אלע אומשטענדן. ווי מער ער גנבט דארף מען אים מער ליב האבן, נאר דאס וועט אים ראטעווען פון נישט רייכערן דראגס אויף די עלטער. פון דא און ווייטער איז עס די באשעפערס פראבלעם.

פעטש איז אביוז.

די חלק אין רויט איז באמת רשעות און אביוז. אויב ליבשאפט האט נישט געהאלפן דארף דער טאטע גיין פאר הילף ווייל ס'איז זייער מעגליך אז דער זיידע (טאטענס טאטע) איז זיך נישט ריכטיג אומגעגאנגען מיט'ן קינד (דער טאטע) און דערפאר קען דער טאטע נישט איבערגעבן די ליבשאפט ווי עס דארף צו זיין.

בכלל איז נישט גוט צו רעדן צו קינדער שטילערהייט עס ווארפט אויף זיי א מין פחד וואס קען האבן שווערע פאלגן, ווי דער רמב"ם זאגט דארף מען אלעמאל נעמען דעם מיטל וועג נישט צו הויעך און נישט צו שטיל. אויב מען איז נישט זיכער, קען זיין מ'ליידט פון ספיקות און מ'דארף עס תומ"י אויסטשעקן.

תן לחכם ויחכם
אוועטאר
מחשב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3563
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחשב »

זכריהו האט שוין קלאר געשטעלט אפילו פאר די וואס האבן נישט פארשטאנען פון אנפאנג אז ער איז געווען סארקאסטיש.

אפשר מיינט איר אויך סארקאסטיש אויף די פארקערטע וועג.. אינעם היינטיגן בלבול המוחות איז שווער מבחין צו זיין. אבער טאמער מיינסטו עס ערנסט דעמאלטס זאג מיר, ווייל כ'קום דיר א ענטפער.
אוועטאר
חלב ישראל
שר חמש מאות
תגובות: 868
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 14, 2018 10:19 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חלב ישראל »

"המכה לבנו גדול מנדין אותו, שהרי עובר על לפני עיוור לא תתן מכשול. ואע"פ שכתב הרמ"א שלא נקרא גדול אלא לאחר עשרים ושתיים, הכל תלוי במציאות.
אוועטאר
יגעתי ומצאתי
שר האלף
תגובות: 1672
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 31, 2011 5:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יגעתי ומצאתי »

מחשב האט געשריבן:זכריהו האט שוין קלאר געשטעלט אפילו פאר די וואס האבן נישט פארשטאנען פון אנפאנג אז ער איז געווען סארקאסטיש.

אפשר מיינט איר אויך סארקאסטיש אויף די פארקערטע וועג.. אינעם היינטיגן בלבול המוחות איז שווער מבחין צו זיין. אבער טאמער מיינסטו עס ערנסט דעמאלטס זאג מיר, ווייל כ'קום דיר א ענטפער.

וויי געוואלד, נאדיר דעם תירוץ, אין מיגו'ס אייגענע ווערטער.
מיגו האט געשריבן:די חלק אין רויט איז באמת רשעות און אביוז. אויב ליבשאפט האט נישט געהאלפן דארף דער טאטע גיין פאר הילף ווייל ס'איז זייער מעגליך אז דער זיידע (טאטענס טאטע) איז זיך נישט ריכטיג אומגעגאנגען מיט'ן קינד (דער טאטע) און דערפאר קען דער טאטע נישט איבערגעבן די ליבשאפט ווי עס דארף צו זיין.

בכלל איז נישט גוט צו רעדן צו קינדער שטילערהייט עס ווארפט אויף זיי א מין פחד וואס קען האבן שווערע פאלגן, ווי דער רמב"ם זאגט דארף מען אלעמאל נעמען דעם מיטל וועג נישט צו הויעך און נישט צו שטיל. אויב מען איז נישט זיכער, קען זיין מ'ליידט פון ספיקות און מ'דארף עס תומ"י אויסטשעקן.

תן לחכם ויחכם

תן לחכם ויחכם...
צבישלום
שר חמש מאות
תגובות: 572
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 07, 2016 3:02 pm

4 יעריג קינד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צבישלום »

הילף מחנך זיין א פיר יעריגע קינד וואס הייבט נישט אהן צו פאלגן?
לעצט פארראכטן דורך צבישלום אום זונטאג יאנואר 05, 2020 1:28 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
שמואל בארג
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4026
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 18, 2016 6:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל בארג »

צבישלום האט געשריבן:וויפיל איז די שיעור צו שלאגן?!

ביז די האנט טוט וויי.

פון וואנעט ווייסטו ס'דא א שיעור?

א 4 יעריג קינד לאז איבערדרייען און בארדענען עד אין שיעור, זיי אים מחנך בלויז די מינימאלע זאכן, אויך נישט טו מאטש.
צדיק בן צדיק
שר חמש מאות
תגובות: 975
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 05, 2019 9:21 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צדיק בן צדיק »

ראש הקהל האט געשריבן:דער קעשיר פון מיין גראסערי פרעגט מיר היינט, איר לאזט אייער יונגעל אויפשרייבען כל מיני נאשעריי?
מיין יונגעל? זעכער?
דיין נאמבער איז דעיס......?
יא, דאס איז דער רעסיטס פון דו לעצטע פאר טעג...

יעדען טאג זיך איינגעקויפט טייערע טשאקליט נאש מיט נאך אנדערע מטעמים, און ווערט פון בערך 25 דאללער.

קוקענדיג אויפן צייט, זעה איך אז ער וואלט שוין געדארפט זיין אויפן באס, רוף איך אן דער דרייווער זאגט ער מיר אז ניין, לעצטענס איז ער נישט אויפן באס.

א כתה ה' יונגעל צווישען 9 און 10, יעצט זיך אויסגעלערנט קראסן א סטריט אבער נישט קיין עוועניו. כדי ער זאל אליין וואקן און אנקומען צו חדר, דארף ער קראסן עטליכע סטריטס מיט עוועניוס.

פון דער פאזיטיווע זייט, הודו לה' אז ער א קלוג יונגעל, און ער נוצט זיין קאפ..

אבער פארן עובר זיין כמה חטאים, ארויפשרייבען 25 דאללער א טאג, בלי רשות, פארפאסען זיין באס, וואקן אליינס צו חדר בלי רשות.

איך וויל עס שטארק פארדאמען, למען ישמעו וייראו, ער זאלן באקומען א הארבע עונש, אבער וואס? וואס איז דער בעסטע מהלך צו טוען, ס'זאל איהם נישט שאטן פיזיש און גייסטיש און דו לאנג ראן? וואס איז דער בעסטע זאך צוטוען ער זאל זיך לערנען א לעקציע?

שכויח פארן ענטפערן.

איך בלעים אים בכלל נישט,
לאמיר זעהן דו פרוביר נאר צו זיצן אויף א הארטע האלצערנע באנק פאר 7 א האלב שעה אהן מעגן רעדן א ווארט צו קיינעם...
אוועטאר
קאטטשקעלע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 411
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 24, 2011 8:52 am
לאקאציע: ביי די טאטערס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאטטשקעלע »

איך מיין אז פאר מען ענטפערט דא דארף מען שרייבן די יארגאנג
און מיין מיינונג איז נישט דא עפעס שטערקער וואס א טאטע קען טיען ווי זיך אויסשמיעסן אפען מיט זיין בחור
געבן פעטש, דריקן צום וואנט וכו' וכו' גייט נישט העלפן אפילו אויב איז דיר געלונגען ער האט זיך דערשראקן ער גייט זיין וואויל פארגעס נישט דער בחור קען האבן אסאך גערעסערע ווייטאגן צו וועם וועט ער גיין אויב די קלאפסט צו די טיר אויף אים?
לדעתי איז דא קיין בעסערע זאך וואס א טאטע קען טיען צו זיין קינד ווי צו זיין אפען זאג אים איך פארשטיי דיך אבער דאס איז נישט גיט פארדיר לאמיר דאס צוזאמען אויסארבייטן
ודוק כי קצרתי
לעצט פארראכטן דורך קאטטשקעלע אום זונטאג יאנואר 05, 2020 12:25 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
קאטטשקעלע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 411
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 24, 2011 8:52 am
לאקאציע: ביי די טאטערס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאטטשקעלע »

צבישלום האט געשריבן:הילף מחנך זיין א פיר יעריגע קינד וואס הייבט נישט אהן צו פאלגן? ער לאכט זיך שטארק אויס פין קאנסיקווענסן... איז נאר פעטש די מהלך? וויפיל איז די שיעור צו שלאגן?!

ביטע רעד צו דיין טאטע אדער צו א מחנך ASAP
רבש"ע ער איז נאר 4 יאר!
אוועטאר
כשרע טעלעפאן
שר חמש מאות
תגובות: 666
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 15, 2018 1:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כשרע טעלעפאן »

צבישלום האט געשריבן:הילף מחנך זיין א פיר יעריגע קינד וואס הייבט נישט אהן צו פאלגן? ער לאכט זיך שטארק אויס פין קאנסיקווענסן... איז נאר פעטש די מהלך? וויפיל איז די שיעור צו שלאגן?!

פעטש???
דער צמח צדק האט אמאל געזאגט: טראכט גוט, וועט זיין גוט.
חיים חייקל
שר חמישים
תגובות: 54
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 02, 2019 11:20 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיים חייקל »

צבישלום האט געשריבן:הילף מחנך זיין א פיר יעריגע קינד וואס הייבט נישט אהן צו פאלגן? ער לאכט זיך שטארק אויס פין קאנסיקווענסן... איז נאר פעטש די מהלך? וויפיל איז די שיעור צו שלאגן?!

איך האב אמאל געהערט פון א מחנך, אז איינער האט אים געפרעיגט, אז זיין קינד איז א מחוצף וואס דארף איך טוהן, האט ער אים צוריקגעפרעיגט, ווי אלט איז דיין קינד? זאגט ער 5 יאר, זאגט ער אים ער איז נאך קוים פינף יאר און דו האסט אים שוין אפגעסטעמפלט פאר א מחוצף? ער איז נאך אפילו נישט מחיוב בחינוך. מדארף אים פשוט אויסלערנען וואס צו טוהן, מיט "אסאך" געדולד. און מיט א תפלה צום רבוש"ע. ובשם ה' נעשה ונצליח
צבישלום
שר חמש מאות
תגובות: 572
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 07, 2016 3:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צבישלום »

חיים חייקל האט געשריבן:

סאיז דא זאכן וואס איז א אישו ביי פיר יעריגע קינדער אויך, ווי למשל א קינד צוברעכט זאכן על לא דבר...
צבישלום
שר חמש מאות
תגובות: 572
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 07, 2016 3:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צבישלום »

כשרע טעלעפאן האט געשריבן:
צבישלום האט געשריבן:הילף מחנך זיין א פיר יעריגע קינד וואס הייבט נישט אהן צו פאלגן? ער לאכט זיך שטארק אויס פין קאנסיקווענסן... איז נאר פעטש די מהלך? וויפיל איז די שיעור צו שלאגן?!

פעטש???

האסט א בעסערע עצה?
אוועטאר
כשרע טעלעפאן
שר חמש מאות
תגובות: 666
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 15, 2018 1:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כשרע טעלעפאן »

צבישלום האט געשריבן:
כשרע טעלעפאן האט געשריבן:
צבישלום האט געשריבן:הילף מחנך זיין א פיר יעריגע קינד וואס הייבט נישט אהן צו פאלגן? ער לאכט זיך שטארק אויס פין קאנסיקווענסן... איז נאר פעטש די מהלך? וויפיל איז די שיעור צו שלאגן?!

פעטש???

האסט א בעסערע עצה?

מיין פריינט, פעטש העלפט נאר פאר די אייגענע נערוון, נישט פאר קיין חינוך בכלל.
דער צמח צדק האט אמאל געזאגט: טראכט גוט, וועט זיין גוט.
שרייב תגובה

צוריק צו “חנוך לנער”