א חינוך שאלה וואס מאכט זיך גאר אפט

אלעס איבער חינוך הילדים

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

ראש הקהל
שר האלף
תגובות: 1027
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 04, 2011 1:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראש הקהל »

א גרויסע ריזיגע שכויח פאר אלע מגיבים ומשיבים כל ניק וניק בשמו הטוב יבורך.

איך האב נישט דער פאסיגע ווערטער אויסשפראך צו באדאנקען כל מדה ומעלה ועצה טובה ונכונה. איך האב גאר נישט גע'וויסט אז איך גיי באקומען אזא שטארקע פידבעק.

וואס איך האב דערווייל געטוען איז, היות ער האט א ברירה צו האבן צוויי סטאפס, איינס א פריעדיגע ביי דו קארנער, און דו באס דארף ממילא שפעטער נאכאמאל אדורכגיין מיין הויז ביי דו טיר, א שפעטער'דיגע סטאפ, דו גאנצע יאר ביז יעצט איז ער גע'גאנגען צום קארנער, האב איך איהם נישט געקענט נאך קוקן, יעצט (ווילאנג איך ווייס נאכנישט פונקטליך גענויע וואס איך גיי טוען, האב איך אדערווייל) האב איך איהם געזאגט, היות ס'קומט זוממער, איז מחמת סעיפטי וויל איך ער זאל קיין ביי דו טיר. פארשטייט זיך ער האט גלייך פארפירט אז ער האט בעסער ליב דו קארנער, כ'האב איהם געזאגט, בלא, איך האב מורא פאר דיין סעיפטי.

ער איז א בן יחיד, חוץ עטליכע שוועסטערס, ער באקומט, ווען ס'קומט זיך איהם, נאש, לאוו, שמועסן, וואס אימער, פעלט איהם ב"ה גארנישט, אטטענשען, חיזוק, אפען הארציג, ליבליך, געשמאקייט, אלעס אלעס. יא, איך בין אביסעל, אפשר אביסל מער ווי אביסל, מקפיד אויף געזונטע נאש, קיין סופער סנעק געב איך נישט, אבער כ'בין אויך מקפיד איהם צו געבן איין מאל א וואך אדער מער ווי איינמאל א וואך א טייערע נאש, ווי למשל א דעינעש, חוץ דו אלע אנדערע סנעקס ער באקומט יעדער טאג, וואס ער וויל, און ער קען פיקען, סוי איך גלייב נישט אז ס'דארף אבער צוקומען צו דעים ער זאל מאכען אן ארדער טעגליך פון 25 דאללער.

לעצטענס הער איך איהם רעדן מיט חברים אז ער מאכט א קארנעוויל מיט חברים, איך האב א קליין חשד אז איך בין דער נדבן בעילום שם, אבער ער ברענגט גארנישט אהיים, ווייס איך נישט ווי ער באהאלט דו אלע זאכען.

מיין עיקר דאגה און פראבלעים איז אבער מיט זיין אליין וואקן, שפעט, צו חדר, אדערווייל ליין איך וואס דער עולם האט מציע געוועהן.
טובי' מאיר ניימאנן
שר חמש מאות
תגובות: 513
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2018 5:34 pm
פארבינד זיך:

בס"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טובי' מאיר ניימאנן »

אולי איז שייך זאלסט פרעגען דאס קינד, אז היות ער האט א גרויסע עבירה געטאן און ער מוז באקומען א שטראף זאל ער פסקענען וואס מען זאל אים טאן,
און פארשטייט זיך אז דער גראסערי מאן זאל אים זאגען שיינערהייט אז ער מוז ברענגען א צעטעל, נישט חלילה פארשעמען,
ביטע לאזט אייך הערן, רופט 1718-682-2052 #4 לאזט איבער אייער פידבעק בנוגע דעם האט-ליין
דאך שאצער
שר העשר
תגובות: 29
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 29, 2016 10:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאך שאצער »

ער איז א בן יחיד, חוץ עטליכע שוועסטערס, ער באקומט, ווען ס'קומט זיך איהם, נאש, לאוו, שמועסן, וואס אימער, פעלט איהם ב"ה גארנישט, אטטענשען, חיזוק, אפען הארציג, ליבליך, געשמאקייט,
אויב עס איז אזוי זעה איך נישט פארוואס דו קענסט נישט רעדן שיין צו דיין קינד אים זאגען אז איך האב געהערט אז ער טוט דעיס און שיין פרעגן פארוואס. און זאגען אז ער זאל עס מער נישט טוען.
און ער מוז בכלל נישט האבען געטראכט אז דאס איז גניבה ווייל זיין טאטע גייט עס באצאלען און עס קימט זיך אים בכלל נישט אנצושרייען כ"ש נישט קיין פעטש אדרבה טראכט פון א 9 יעריג קינס קאפ לייג דיך אריין און זיינע מחשבות. אפשר פעלט נישט אויס קיין איבערדרייעניש נאר א שיינע שמועס
Elmo
שר חמישים ומאתים
תגובות: 496
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 19, 2014 3:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Elmo »

איך גלייב נישט אז דעס קומט פון א געוואינהייט פון גאנווענען איך וואלט געפילט שלעכט מען זאל אזוי זאגן אויף מיין יונגעל אויב ער קויפט אויף מיין אקאונט אן מיך זאגן, איך מיין אז גאנווענען איז נישט די פראבלעים דא, האו לאנג סע נישט מיט א שכן'ס אקאונט
סע קומט מער אפשר פון זיך פילן אביסל מער ערוואקסן אדער וועלן זיך שפירן ערוואקסן ווען ער איז סך הכל די יארגאנג וואס ער איז
ער קוקט אן ווי די 15 יעריגע בחור וואס קויפט און גראסערי ווי ער איז אויך אזוי פארשטענדליך און ערוואקסן (ער כאפט נאר נישט אז א 15 יעריגע בחור קויפט שוין מיט פארשטאנד און געווענליך מיט די עלטערען'ס וויסן)
בר דעת
שר האלף
תגובות: 1415
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 25, 2011 1:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בר דעת »

זעהט אויס אז איך בין נישט געווען גערעכט און מען רעדט נישט פון קיין משל.
געווען דא פארשידענע דעות וויאזוי זיך אומצוגיין, אבער א גאר וויכטיגע נקודה איז אז דאס קינד זאל פארשטיין אז די עוולה איז נישט די גרויסע סכום פון $25, נאר עס איז ממש די זעלבע עוולה אויב עס וואלט געווען פינף צענט, די דין פרוטה כדין מאה איז גאר א וויכטיגע לעקציע וואס דארף ווערן אריינגעבאקן. אויב די קינד באקומט די מעסעדזש אז די טאטע איז אזוי אויפגעברויזט ווייל עס איז געווען א גרויסע סכום, האט מען נאר קאליע געמאכט מיט א שארפע רעאקציע.
אוועטאר
שטאלצער יוד
שר האלפיים
תגובות: 2438
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 19, 2016 2:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטאלצער יוד »

ראש הקהל האט געשריבן:מיין עיקר דאגה און פראבלעים איז אבער מיט זיין אליין וואקן, שפעט, צו חדר, אדערווייל ליין איך וואס דער עולם האט מציע געוועהן.

ברוך שכיונתי. די עולם איז דא בעיקר ביזי מיט די גניבה, בעת וואס ס'מוז גארנישט זיין אז די קינד כאפט אז ער וואס ער טוט קען מען רופן גניבה. די עיקר פראבלעם זעה איך איז טאקע די אחריות פון זיין דארט ווי ער דארף, און צו זיין אין צייט ווען ער דארף.
Elmo
שר חמישים ומאתים
תגובות: 496
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 19, 2014 3:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Elmo »

שטאלצער יוד האט געשריבן:
ראש הקהל האט געשריבן:מיין עיקר דאגה און פראבלעים איז אבער מיט זיין אליין וואקן, שפעט, צו חדר, אדערווייל ליין איך וואס דער עולם האט מציע געוועהן.

ברוך שכיונתי. די עולם איז דא בעיקר ביזי מיט די גניבה, בעת וואס ס'מוז גארנישט זיין אז די קינד כאפט אז ער וואס ער טוט קען מען רופן גניבה. די עיקר פראבלעם זעה איך איז טאקע די אחריות פון זיין דארט ווי ער דארף, און צו זיין אין צייט ווען ער דארף.

איך מיין אויך גניבה קומט נישט דא אריין
אוועטאר
געשמאקע ווינטל
שר מאה
תגובות: 133
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 18, 2017 9:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געשמאקע ווינטל »

קודם כל הרב ראש הקהל, עס איז א געוואלדיגע זאך וואס דו האסט געטון ברענגענדיג די שאלה פאר'ן ציבור. דאס ווייזט שוין ווי א שטארק דורכגעטראכטע טאטע, וואס טוט נישט איבערגעאיילטע שריט.
עס איז זייער שווער צו געבן א דירעקטע עצה אין די צייט וואס מען ווייסט בכלל נישט די רילעישאנשיפ צווישן טאטע און קינד, און דער נאטור פונ'ם טאטן און קינד און דער מצב פונ'ם קינד.
אבער געווענליך א דורכגעטראכטער טאטע וואס הערט אסאך און פרעגט אסאך, וועט שוין אליין קענען זען וואס ער האט צו טון.
דער עיקר איז דער טאטע זאל פילן אז וואס ער טוט וועט זיין גוט.
ווען דער טאטע פילט אז ער טוט וואס ער טוט, נאר ווייל איינער האט אים געהייסן אזוי טון, (און יענער האלט טאקע אז ס'איז א מורא'דיגע גוטע עצה...) איז עס נישט אזוי גוט. דער טאטע אליין דארף פילן אז ס'איז טאקע א גוטע עצה.
כה לחי! הער וואס יעדער זאגט, און דער אויבערשטער זאל דיר שיקן די ריכטיגע דעת.

הערה: מיין מיינונג, (מוזט עס אויך נישט אננעמען...): אויסשפילן, אויספאפן, אונטער'ן רוקן, מאכן פילן דערקלאפט, מאכן פילן ווי א גנב, נישט רעקאמענדירט...
ווי מער אמת'דיג, זאג אים קלאר וויאזוי דו ביסט געוואויר געווארן און וואס דיינע געפילן זענען דערוועגן, און הער אים אויס וואס ער האט צו זאגן. (קענסט נאך ווערן איבערראשט...)
ווער נישט געפירט דורכ'ן וועטער. אפילו ס'איז פארוואלקנט, רעגנדיג, די זון בראט, די קעלט ציפט, נישטא קיין לופט... דאך, גיב א שמייכל!
רעסטאראנט
שר האלף
תגובות: 1849
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 06, 2017 6:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעסטאראנט »

יאפ דא קומט נישט אריין גניבה בכלל

נאכדערצו ווי די טאטע לייגט אראפ דא אז די טאטע איז נישט א שטרענגע טאטע און זייער אפען ,עס איז סתם גדלות

גארנישט מיט קיין גניבה ,גראדע שאקט פארוואס אזוי סך האבן ארויסגענומען פון די גאנצע פראבלעם גניבה , פונקט ווי מען שיקט אים קויפן עפעס ווען מען ברויך און מען הייסט אויפשרייבן

די גאנצע הלוך ילך פון וואקן אין חדר אן רשות און קויפן איז מעשה גדלות ער שפירט זיך אדער וויל זיין ערוואקסן

אבער עס איז אינטערסאנט טאקע פארוואס ער טוט עס און די גאנצע ווערטשאפט
אוועטאר
דערבארומדיג'ער
שר האלפיים
תגובות: 2918
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דערבארומדיג'ער »

איך האב נישט קיין עצה פאר דיר געהרטע ראשעקאל, נאר אזויפיל וויל איך יא זאגן אז דאס איז גאנץ נארמאל און דארף זיין 'גאנץ' לייכט אפצושטעלן בתנאי אז דו האסט דעם פשוט'סטן מיטל וואס איך האב נישט די געדאנק אויפן מינוט.

--
נישטא קיין סיבה זיך אפצוהאלטן פון געבן א פעטשעל דא און דארט, עס גייט גארנישט געשען, אבער נאר ווען עס איז אין פלאץ!! איך זע נישט ווי א פאטש קומט דא אריין, דא דארף מען לכאורה א גוטע וועג אויפצומערקן מיטן גרעסטן מאס פשטות און גלאטקייט.

בערך אזוי ווי ווען דו קומסט אריין אין הויז און די זעסט וויאזוי א קינד גיסט אויס מילך האלב בשוגג האלב בפשיעה און די געבסט זיך א רוף אן מיט א פעסטקייט אנע טיפע פסיאכלאגישע חשבונות: העי יענקעלע טוה נישט דאס, געב אכטונג, לייג אראפ די גלאז און מאך צו די דעקל ווייל עס קען זיך נאכאמאל אויסגיסן!

און געגאנגן ווייטער.
זקן מלא רחמים.
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

די גניבה קומט טאקע נישט אריין. אבער איך שאץ אז די עיקר סיבה צו דער הנהגה איז בלויז זיך צו לעקן צו אנדערע. איך גלייב אז די נאש ווערט צוטיילט צווישן עטליכע און דורכדעם ווערט ער ארויפגעקוקט און יעדער לעקט זיך צו אים. אז דו זאגסט ער איז א בן יחיד שטומט עס אסאך בעסער...

די עצה? קאפראנטירן און אים זאגן משה'לע, ס'באדערט מיך זייער שטארק וואס דו טוסט, (זאלסט נישט זאגן וויאזוי דו ווייסט אז די גראסערי מענטש האט דיר געזאגט, נאר וואס דו ווייסט, 'טאטי ווייסט אלעס'... אזוי גייט ער ציטערן פון אלעם און נישט וויסן וואס דו קענסט נאך אלץ געוואויר ווערן און וואס נישט...).

זאלסט אים געבן א גוטן פסק אז ס'איז א סכנה צו גיין אין חדר אליין, און אריינווארפן אגב'דיג אז ס'איז נישט אויסגעהאלטן צו גנב'נען נאכדערצו אזויפיל געלט, אבער די עיקר זאל זיין די סכנה. מאך א שטיקל קנס, ווי ווארטן אויפן באס פארנט פון הויז, והכל על מקומו יבוא בשלום.
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
ברוינע באנאנע
שר האלף
תגובות: 1928
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2017 10:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברוינע באנאנע »

עבודת_הבורא האט געשריבן:מאך קודם זיכער אז דיין ווייב האט אויך נישט געוויסט דערפון

:lol:
גאלדענע פעדער
שר האלפיים
תגובות: 2400
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל

וואס איז געשעהן מיט אונז?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאלדענע פעדער »

איך קוק מיך דא צו מיט ווינדער.. צו די רוב מגיבים דא איינס ביי איינס מיט ״גרויס״ ווינדער... ממילא אז פעטש מעג שוין נישט געבן היינט, איז איין זאך, אבער רעדן מעג מען שוין אויך נישט? שומי שמים על זאת!

א קינד וואס ווייסט אז זיין טאטע האט איהם ליב, מעג (ליין: מיז, מצד חינוך) איהם אפיר האלטען קלאר, און האבן א אפענע הארציגע שמיעס וועגן א עוולה וואס די יצר הרע האט איהם צו גערעדט צו טוהן. ביידע, גניבה, און גיין שפעט - קראסען ווען די עלטערן לאזן איהם נאך נישט, זענען זאכן וואס דער טאטע דארף איהם מחנך זיין.

ווי אזוי איהם זאגן אז מען ווייסט דערפון? קען זיין זיבען וועגן, אבער אויף דעם הנחה פון רוב עולם דא אז די טאטע טאר איהם נישט אפענערהייט (און הארציגערהייט) רעדן דערפון, נאר די מלמד זאל איהם זאגן, אדער איהם נאר זאגן בדרך אגב, וכו׳, ממש איך פארשטיי נישט וואס גייט פאר מיט אונז. איין מגיב האב געטראפן זאגן וואס איך האב געוואלט זאגן, @מחשב וואויל געזאגט.
מחשב האט געשריבן:כשם שאין פרצופיהן...

2) אפווארטן אין גראסערי, איז נישט ריכטיג. קיינמאל קיינמאל, זאלסטו נישט גיבן קיין געפיל פאר דיין קינד אז דו ארבייטסט הונטער זיין רוקן. דער קינד גייט וויסן אז דו ביזט דירעקט געקומען דא אים טרעפן, דער קינד קען פילן זייער אפגעפאטשט, "כ'מיין קענסטו נישט זיך מתייחס צו מיר ווי צו א נארמאלע מענטש?.."

3)רעדן ליבלעך, האסטו גע'הרג'ט די גאנצע זאך, עס איז אויס עבירה, עס איז עבירה'לע... צו א הארבע זאך באציט מען זיך הארב.

איז דעתי העניי' זאגט, נעם דעם קינד רעד צו אים געהעריג, 'ערנסט' 'זייער ערנסט', אבער נישט 'ברוגז' און נישט קיין 'כעס' ח"ו. געדענק אז דער עבירה'לע פאר זיך איז נישט אזוי וויכטיג, ווי עס איז וויכטיג פאר דיין קינד צו ווערן גוט מחונך. זיי אים מסביר זיין עבירה, און אז דו ווילסט אזוינס מער נישט זעהן.

אויב דו גייסט נישט רעדן מיט כעס, אדער 'שנאה' חלילה, גייט ער נישט פילן אז דו ביזט נישט אינגוטן מיט אים, פארקערט, ער גיי פילן אז ער האט א געטרייע טאטע, וואס וויל אים אויסלערנען צו טוען וואס איז ריכטיג, (אנפאנג וועט עס יא אפשר זיין שווער פאר אים, און עס מעג. אבער מיט די צייט וועט ער דאס כאפן).

נאכדעם אלעם, קען מען אנפאנגען צו דערגרינטעווען, וואס איז די שורש, און צו ס'איז דא א שורש, עפעס טיפער וואס איז דער גורם. אבער דאס מוז נישט זיין אין די ערשטע ריאקציע, דאס לאז פאר שפעטער. די ערשטע ריאקציע דארף לדעתי העניי' זיין נאר דאס אויבן געשריבענע.

נ.ב. דאס איז מיין קליינע אויבנאויף בליק אויף א פאסירונג כעין זה, קען זיין אז דא ספעציפיש פעלט אינפארמאציע וואס וואלט געטוישט דער בילד.
אוהב ספרים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4666
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 17, 2011 8:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוהב ספרים »

גניבה קומט נישט אריין דא, ער טוט לכאורה נישט בכוונת גניבה וכו', וכמובא לעיל.
איך האב א שאלה אויף דעם מלמד, אויב דער קינד קומט יעדען טאג אהן שפעט פארוואס האט ער נישט אויף געהויבען א טעלעפאן צו די עלטערן מברר זיין למה ועל מה זה?
גאלדענע פעדער
שר האלפיים
תגובות: 2400
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאלדענע פעדער »

אוהב ספרים האט געשריבן:גניבה קומט נישט אריין דא, ער טוט לכאורה נישט בכוונת גניבה וכו', וכמובא לעיל.
איך האב א שאלה אויף דעם מלמד, אויב דער קינד קומט יעדען טאג אהן שפעט פארוואס האט ער נישט אויף געהויבען א טעלעפאן צו די עלטערן מברר זיין למה ועל מה זה?

א כיתה ה׳ יונגעל ווייסט נאך נישט וואס גניבה מיינט? גיוו מי עה ברעיק...
ברוינע באנאנע
שר האלף
תגובות: 1928
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2017 10:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברוינע באנאנע »

nmi האט געשריבן:
שטאלצער יוד האט געשריבן:ווער קען אויסרעכנען וועלכע עוולות די קינד האט דא געטוהן. איינמאל מ'וועט דאס וויסן קען מען באטראכטן יעדעס עוולה באזונדער ווי אזוי מ'דארף רעגירן.

מיר קוקט אויס די מעשה (קען זיין איך בין מיר טועה) אז אין שטוב איז פאר סאם ריזן דא עפעס א צוריק האלט פון עסן נאש.

כ'האב אמאל געליינט א מעשה פון א מלמד אז אין זיין כיתה איז געווען א יונגל וואס פלעגט קומען אין חדר מיט ברוינע ברויט און די עלטערן האבן געהאט אנגעווארנט פאר די מלמד אז דאס קינד מעג נאר דאס עסן ווייל די ווייסע ברויט מיט אייער און פינאט באטער מאכט קראנק... אין א שיינעם שבת נאך א קידוש טרעפט די מלמד דאס קינד ארום גיין און אויסטרינקן יעדעמס איבערגעבליבענע גרעפ דזשוס מיט אריינגעביסענע קעיק ווייל ווען מ'קומט אהיים טאר מען עס נישט עסן...

אז א קינד איז פילט זיך אביסל צו שטארק באגרענעצט מיט עני טינג וועט ער זיכן און על פי רוב טרעפן עפעס א וועג ארויס. און אזוי ווי ער האט נישט צו פול שכל קען ער צומאל טוען זאכן וואס איז זייער נישט נארמאל.

נאכאמאל. איך זאג נישט אז עס איז דאס ביי דעם פאל. אבער ס'איז גוט צו האלטן אן אפן אויג אויב עפעס שטערט אים נישט מיטן עסן נאש סיי ווי. און פריי דיר אז ער שרייבט אויף און ער גנב'ט נישט אווי געוויסע קינדער טוען... פרעג נאר דיי גראסערי מאן...


כ'ווייס פון א משפחה וואס מ'לאזט נישט עסן נאר וואס מ'מאכט אינדערהיים די קינדער באקומען קיינמאל נישט קיין נאש נאך חברת תהילים גייען צוויי ברידערס אריין ציזאמען און טאולעט צי עסן די נאש
אוועטאר
יוד אלף
שר האלף
תגובות: 1514
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2015 9:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוד אלף »

גאלדענע פעדער האט געשריבן:
א כיתה ה׳ יונגעל ווייסט נאך נישט וואס גניבה מיינט? גיוו מי עה ברעיק...


דאס ווערט אנגערופען assumption
מיט א צוויי שורה'דיגע שמועס, קען מען עס קלארשטעלן, א פסק קען מען געבן נאכן פעסטשטעלן אויך, א געגעבענע פאטש איז עבר,

אפילו פאר א גדול זאלסטו אויך פרעגן בעפאר, כ"ש פאר א קטן,

ואחרון האט מען שוין געשמועסט אז די פראבלעם דא איז עפעס אנדערש ווי גניבה
אוהב ספרים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4666
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 17, 2011 8:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוהב ספרים »

גאלדענע פעדער האט געשריבן:
אוהב ספרים האט געשריבן:גניבה קומט נישט אריין דא, ער טוט לכאורה נישט בכוונת גניבה וכו', וכמובא לעיל.
איך האב א שאלה אויף דעם מלמד, אויב דער קינד קומט יעדען טאג אהן שפעט פארוואס האט ער נישט אויף געהויבען א טעלעפאן צו די עלטערן מברר זיין למה ועל מה זה?

א כיתה ה׳ יונגעל ווייסט נאך נישט וואס גניבה מיינט? גיוו מי עה ברעיק...


איך האב דען געשריבען אז ער ווייסט נישט וואס מיינט גניבה, איך האב געשריבען אז ער טוט דאס נישט בכוונת גניבה. ער גייט אין גראסערי און קויפט איין, בדיוק אזוי מען טוט לכבוד שבת קודש. דאס הייסט נישט געגאנבע'ט, נישט אין זיינע אויגען און נישט בהלכות גניבה.
בעיביסיטער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 428
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש סעפטעמבער 19, 2015 11:20 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעיביסיטער »

גאלדענע פעדער האט געשריבן:
אוהב ספרים האט געשריבן:גניבה קומט נישט אריין דא, ער טוט לכאורה נישט בכוונת גניבה וכו', וכמובא לעיל.
איך האב א שאלה אויף דעם מלמד, אויב דער קינד קומט יעדען טאג אהן שפעט פארוואס האט ער נישט אויף געהויבען א טעלעפאן צו די עלטערן מברר זיין למה ועל מה זה?

א כיתה ה׳ יונגעל ווייסט נאך נישט וואס גניבה מיינט? גיוו מי עה ברעיק...

ער ווייסט נישט אז גיין אין גראסערי אויפשרייבן אויפן טאטענס אקאונט איז גניבה (אויב ס'איז)
אוהב האקט
גאלדענע פעדער
שר האלפיים
תגובות: 2400
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאלדענע פעדער »

אוהב ספרים האט געשריבן:
גאלדענע פעדער האט געשריבן:
אוהב ספרים האט געשריבן:גניבה קומט נישט אריין דא, ער טוט לכאורה נישט בכוונת גניבה וכו', וכמובא לעיל.
איך האב א שאלה אויף דעם מלמד, אויב דער קינד קומט יעדען טאג אהן שפעט פארוואס האט ער נישט אויף געהויבען א טעלעפאן צו די עלטערן מברר זיין למה ועל מה זה?

א כיתה ה׳ יונגעל ווייסט נאך נישט וואס גניבה מיינט? גיוו מי עה ברעיק...


איך האב דען געשריבען אז ער ווייסט נישט וואס מיינט גניבה, איך האב געשריבען אז ער טוט דאס נישט בכוונת גניבה. ער גייט אין גראסערי און קויפט איין, בדיוק אזוי מען טוט לכבוד שבת קודש. דאס הייסט נישט געגאנבע'ט, נישט אין זיינע אויגען און נישט בהלכות גניבה.

איי דאנט טינק סא, איך מיין אז א כיתה ה׳ יונגעל ווייסט יא איז דאס הייסט גניבה, אז נישט כאטש ווייסט ער אז מען מעג נישט גיין א גראסערי אליין קויפן, זעכער נישט אן רשות. איז ווי אזוי די זאלסט נישט זאגן האט ער כאטש געטוהן א עוולה פון נישט פאלגן זיינע עלטערן. דארף מען איהם אפיר האלטן הארציגערהייט כדכתבתי בתגובתי הנ״ל
אוהב ספרים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4666
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 17, 2011 8:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוהב ספרים »

האק אהער האק אהין, א עולה פון קויפן אהן רשות איז דאס, אבער לאו שמיה גניבה.
לדעתי
שר חמש מאות
תגובות: 532
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 27, 2016 4:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לדעתי »

די דערפל קוממיות, איז נישט געווען א באוואוינטע שטאט מיט אלע געשעפטן וכדו', איז געווען א קאר וואס פלעגט זיין צוגעשטעלט, אז ווער עס האט געוואלט אריינפאהרן אין שטאט איינצוקויפן האט עס געמעגט בארגן כדי צוצופאהרן צום הויפט גאס וואס פירט אריין אין שטאט און פון דארט איז מען געפאהרן מיט א באס וכדו'. די קאר איז געשטאנען נעבן דעם הויז פון די רב פון קוממיות.

די זוהן פון רב וואס איז אלט געווען 12 יאהר איז אמאהל אריין אין קאר אין געפאהרן דערמיט צום הויפט גאס. אויפ'ן וועג צוריק "צו זיין מזל" זעהט ער די מנהל פון חדר שטייען און וויל צוריק פאהרן אין דערפל. דער מנהל געבט א קוק און גלייבט נישט וואס ער זעהט "א יונגל פון חדר דרייווט א קאר?" די יונגל האט זיך דאן זייער דערשראקן "ווער ווייסט וואס עס ווארט מיר אפ!" ווען דער מנהל איז אנגעקומען אהיים איז ער באלד אריין צום רב פארציילן וואס ער האט געזעהן.

ווען דער דערשראקענע יונגל איז יענע נאכט אהיים, איז ער באלד אריין אין זיין שלאף צומער, און זיך געלייגט שלאפן. עטליכע מינוט דערנאך האט איהם זיין טאטע אריינגערופן, און ראוגערהייט א זאג געטוהן "מען טוט נישט אזעלכע זאכן".

א וויילע שפעטער איז געקומען די מנחת יצחק הרב יצחק יעקב ווייס די רב פון ירושלים צו פארהערן די קלאס ווי דער יונגל האט געלערנט, און לכבודו איז אויך מיטגעקומען זיין טאטע די רב פון קוממיות.

ביים פארהער האט די רב'ס זוהן זייער פיין געענטפערט. אביסל שפעטער ווען מ'האט פארהערט א שוואכערע יונגל, און ער האט זייער נער'יש געענטפערט האט זיך די רב'ס זוהן צולאכט.

די רב'ס זוהן איז אהיים געקומען מיט א שטאלצקייט, וויסנדיג אז זיין טאטע גייט איהם זייער שטארק בארימען פארן ענטפערן אזוי קנאקעדיג און גוט. צו זיין ערשטוינונג, אזוי ווי ער קומט אריין אין שטוב האט די רב אנגעהויבן מאכן קולות אויף איהם, פארוואס ער האט פארשעמט יענע יונגל, און האט איהם דערלאנגט שטארקע פעטש.

א וויילע שפעטער האט דער יונגל געפרעגט זיין טאטע: "טאטע! איך פארשטיי נישט, ווען איך האב געטוהן אז שלעכטע זאך ווי "דרייוון א קאר" האסטו מיר זייער איידל געזאגט אז איך זאל עס מער נישט טוהן, און ווען איך האב נאר געגעבן א לאך האב איך באקומען אזעלכע פעטש?"

האט די טאטע געענטפערט: "דרייוון א קאר איז א ווילדע זאך, ווילדע זאכן וואקסט מען אויס ווען מען ווערט עלטער, אבער וויי טוהן א צווייטע, איז גאהר א שלעכטע מדה, און שלעכטע מדות וואקסן מיט, און דאס מוז מען אויסרייסן באצייטענס"
אוועטאר
ישיבה בחור
שר העשר
תגובות: 37
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 30, 2011 10:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישיבה בחור »

לאנג סטארי שארט, ווען מיין מלמד וואס איז נישט געווען קיין בהמה, און ער האט פארשטאנען אז מיינע עלטערן קויפן מיר נישט יעדן טאג אזויפיל טייערע נאש, האט פארציילט פארן מנהל, און ער האט געקאלט מיין מאמע, און ווען איך בין אהיים געקומען האט מיר מיין טאטע גוט גוט אנגעריסן די ביינער, אבער פאר אינגאנצען א צווייטע סיבה מ'כלומפרש'ט, (אין דיין קעיס וואלט דאס געווען אויף למשל קראסן אן רשות אדער גיין שפעט אין חדר) איך האב זייער פיין געוואוסט פארוואס איך כאפ אזעלכע שטארקע פעטש, אבער איך האב אויסגעמוטען די געפערליכע בזיונות פון אן אפענע קאנפראנטאציע וואס וואלט מיר געווען אסאך מער אומאנגענעם, און מער האב איך עס נישט געטון, יעדע קינד איז אנדערש, אבער ביי מיר איז דאס אויסדריקליך געווען די ריכטיגע אפראוטש.
אוועטאר
ישיבה בחור
שר העשר
תגובות: 37
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 30, 2011 10:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישיבה בחור »

עיקר שכחתי! איך בין געווען כיתה ד', קיינער זאל מיר נישט פארציילן אז איך האב נישט פונקטליך געוואוסט וואס איך טוה, און וואו עס ווערט דערמאנט און די תורה,
ס'אינטערעסירט מיך נישט, איך רוף עס ווייטער די טריי-בארא און די טאפפען-זי.
אוועטאר
קלמן הלוי
שר מאה
תגובות: 132
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 21, 2014 9:59 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלמן הלוי »

אזא ציגאנג האט אבער א שטארקע חסרון
עס קען מאכן די קינד זאל וויסן אז זיין טאטע ווייסט און ער ווייסט אבער זיי רעדן נישט צווישן זיך דערוועגן און ער וויל זיך אנטשולדוגן/באצאלן די גניבה אבער ער שעמט זיך...
בקיצר עס קילט זייער אפ די באציאנגען.......
איך פרעג נאר!
שרייב תגובה

צוריק צו “חנוך לנער”