7 מאל $290

געזונט און רפואה

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

אוועטאר
בארואיגט-אייך
שר האלף
תגובות: 1279
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 15, 2017 11:53 am

7 מאל $290

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בארואיגט-אייך »

געווען איז דאס א 2 טעג פאר יום טוב שבעות ווען די פיס האט שטארק וויי געטאן, נא שוין געמאכט א אפוינטמען ביים דאקטער, געמיינט אז דאס איז א קליינע אינפעקציע, אבער ביז דערווייל האט ער דייאינגנוז מיטן ביטערן פיל פון פשטוע אינפעקציע.

דאס ערשטע מאל ברוך השם וואס אזא זאך באקענט זיך מיט מיין קערפער, נישט געוויס וויאזוי עס צו עסן, די גאנצע נושא איז נאך געווען ווילד פרעמד, אין געמיינט אז דאס איז עס, אבער ביז דערווייל האט ער מיך בארואיגט אז מע וועט דאס ארויס שניידן אין פארמאכט די קעיס.

יעצט אזוי פאר עס ווייסט נישט וואס דאס מיינט, וועל איך עס טרייען צו מסביר זיין:

דאס איז נישט אזא איי איי אבער די עקספיריענ'ס וויל איך מיטטיילן.

איך האב געהאט א שטארקע רוגזה אויף די גאנצע מעשה, די דאקטער האט געשניטן אין דער וועלט אריין, געגעבן עטיטוד אויף א שרעקליכע פארנעם, אין גאנץ שבעות געהאט ווייטאג פון זיינע גראבע הענט וואס האבן נישט געקאנט זיין אביסל קערפול ביים שניידן.

למעשה איז ברוך השם אלעס פיין, זיך אוסגעלערנט וואס מיר ברויכן צו טאן סע זאל נישט איבער קומען נאכאמאל, טא פארוואס שערסט די סטארי מיט מיר?

איז אזוי, די דאקטער האט מיר געזאגט אז איך זאל קומען צו עם נאכאמאל פאר א וויזיט, איך האב דאס אוואדי דענייד, אלעס איז אין אורדענונג ברוך השם,אבער נעכטן נאכט עפען איך אויף די פאסט אין איך זע א גרינע ענוועלאפ.

אינעווייניג ליגט א בריוו פון די אינשארענ'ס פירמע, אז די דאקטער האט פארלאנגט 7 וויזיט'ס די קומעדיגע 7 וואכן, צו קענען האלטן א נאנטע אויג אויף די אינפעקציע וואס וועט לכוראה נישט צירוק קומען נאכאמאל, אין זיי האבן דאס אפראוואד, אין דא איז באגלייט 7 טעשק'ס פון $290 יעדע טעשק, פאר די קומעדיגע וויזיט'ס,

איך פלאן נישט צו קענען מער די דאקטער, זעט אויס ווי ער וויל מיך נעמען אויף א רייד, אדער וויל ער נעמען די אינשורענ'ס פירמע אויף א היילאו, אלזא וואס וואלט איר געטאן אין אזא סיטואציע?

עס גענימען פאר זיך, געגבן פארן דאקטער, אדער אריין געגעבן א קאמפלען אז ער האט א קרוז שיף רייד אפאר וואכן ארום וואס אגב ער האט דאס גערמאנט אינמיטן, אין מיין פיס וועט עס קאווערן,
אסאך מאל דארף זיך א מענטש ווענטילעטען זיין יומידיטי.
בעסער דא אויף מיר, ווי איידער אויף זיין ווייב אונדערהיים
אוועטאר
ווייזער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 489
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 17, 2017 10:50 am
לאקאציע: על אדמת נכר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווייזער »

ווען דאס וועלט געווען אין מזומן וואלט איך דאס באטראכט אלץ א נסיון.
אויב ס'איז א טשעק, קוקט עס מיר נישט אויס אלץ נסיון, איך דיאגנאז דאס מער אלץ א דמיון.

דעפאזיטן דעם טשעק קען ברענגען גרעסערע פראבלעמען ווי די אינפעקציע.
בויער
שר חמישים
תגובות: 82
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 04, 2018 7:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בויער »

אינטרעסאנט, דוכט זיך אז געווענליך שיקט מען נישט טשעק'ס צום פאציענט.
עס איז גראדע א גוטער מהלך אז דער דאקטאר זאל נישט קענען טשארזשן אין די וועלט אריין, אבער א מודעה וואלט געווען גענוג
אוועטאר
שמארטיקל
שר האלף
תגובות: 1419
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 29, 2019 8:50 pm
לאקאציע: אונטערן קאפל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמארטיקל »

שיק צירוק די טשעקס, און זאג אז ביסט נישט געגאנגען צום דאק. ממילא קומצעכעמעס נישט.

נעמען די טשעקס פאר דיר, מאן דכר, ס'דאך נישט דיין, ס'קען דיר מאכן פראבלעמען.

סתם אזוי וואלטעך געזאגט שיקעס צום דאקטער אלס הכרת הטוב, אבער אויב איזער טאקע אזא אגעריסנס ווי דו לייגסטעם אראפ, דאן פארוואס זאלערעס באקומען?
אוועטאר
nmi
שר חמשת אלפים
תגובות: 5122
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך nmi »

איך פארשטיי באמת נישט וואס דא גייט פאר. גניבת עכו"ם איז אסור ס'איז א קלארע מחבר. עטס ווייסט אז איינע פון די ערשטע 7 שאלות אויף יענע וועלט איז נתת ונשאת באמונה?

ביי טעות עכו"ם שרייבט די מחבר אז ס'איז מותר (אויב ס'קען נישט ארויסקומען קיין חילול השם ח"ו) שרייבט דעראויף די באר היטב (מיינעך) אז "כ'האב נאך קיינמאל נישט געזעהן אז איינער זאל האבן ריווח דערפון". דעי מעשה איז קלאר גניבה און נישט טעות וואס כולי עלמה מודה אויף אזא פאל אז ס'איז אסור. קל וחומר בן בנו של קל וחומר אז ס'קען ארויסקומען א ריזיגע חילול השם און מ'קען זיך אריין לאזן אין לעגאלע פראבלעמען.

רוף אן דיין אינשורענס קאמפעני אז דו פלאנסט עס נישט צו ניצן.
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי
אוועטאר
mmn
שר חמישים ומאתים
תגובות: 394
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 29, 2018 3:59 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך mmn »

nmi האט געשריבן:איך פארשטיי באמת נישט וואס דא גייט פאר. גניבת עכו"ם איז אסור ס'איז א קלארע מחבר. עטס ווייסט אז איינע פון די ערשטע 7 שאלות אויף יענע וועלט איז נתת ונשאת באמונה?

ביי טעות עכו"ם שרייבט די מחבר אז ס'איז מותר (אויב ס'קען נישט ארויסקומען קיין חילול השם ח"ו) שרייבט דעראויף די באר הגולה (מיינעך) אז "כ'האב נאך קיינמאל נישט געזעהן אז איינער זאל האבן ריווח דערפון". דעי מעשה איז קלאר גניבה און נישט טעות וואס כולי עלמה מודה אויף אזא פאל אז ס'איז אסור. קל וחומר בן בנו של קל וחומר אז ס'קען ארויסקומען א ריזיגע חילול השם און מ'קען זיך אריין לאזן אין לעגאלע פראבלעמען.

רוף אן דיין אינשורענס קאמפעני אז דו פלאנסט עס נישט צו ניצן.
בר דעת
שר האלף
תגובות: 1434
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 25, 2011 1:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בר דעת »

עפעס שטימט מיר נישט דא בכלל, זיי באצאלן פון פאראויס פאר 7 וויזיטס? צו וועם זענען די טשעקס אויסגעשטעלט?
אוועטאר
טישטוך
שר האלפיים
תגובות: 2608
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 4:13 am
לאקאציע: בין יום השביעי לששת ימי המעשה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טישטוך »

mmn האט געשריבן:
nmi האט געשריבן:איך פארשטיי באמת נישט וואס דא גייט פאר. גניבת עכו"ם איז אסור ס'איז א קלארע מחבר. עטס ווייסט אז איינע פון די ערשטע 7 שאלות אויף יענע וועלט איז נתת ונשאת באמונה?

ביי טעות עכו"ם שרייבט די מחבר אז ס'איז מותר (אויב ס'קען נישט ארויסקומען קיין חילול השם ח"ו) שרייבט דעראויף די באר הגולה (מיינעך) אז "כ'האב נאך קיינמאל נישט געזעהן אז איינער זאל האבן ריווח דערפון". דעי מעשה איז קלאר גניבה און נישט טעות וואס כולי עלמה מודה אויף אזא פאל אז ס'איז אסור. קל וחומר בן בנו של קל וחומר אז ס'קען ארויסקומען א ריזיגע חילול השם און מ'קען זיך אריין לאזן אין לעגאלע פראבלעמען.

רוף אן דיין אינשורענס קאמפעני אז דו פלאנסט עס נישט צו ניצן.

כ'פארשטיי דיר נישט, איינער האט דא געשווינדלט אויף מיין קאפ, כ'האב גארנישט גע'גנב'עט, היות עס איז אינשורענס וואס איך צאל קען זייער מעגליך זיין אז עס זאל נישט זיין א שאלה.

קען זיין אז דארט אין די הויעכע פענסטער האט מען דאס נישט ליב, אבער כ'גלייב אז עס דארף נישט זיין א פראבלעם.

כ'בין נישט קיין דיין.
אוועטאר
nmi
שר חמשת אלפים
תגובות: 5122
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך nmi »

טישטוך האט געשריבן:
mmn האט געשריבן:
nmi האט געשריבן:איך פארשטיי באמת נישט וואס דא גייט פאר. גניבת עכו"ם איז אסור ס'איז א קלארע מחבר. עטס ווייסט אז איינע פון די ערשטע 7 שאלות אויף יענע וועלט איז נתת ונשאת באמונה?

ביי טעות עכו"ם שרייבט די מחבר אז ס'איז מותר (אויב ס'קען נישט ארויסקומען קיין חילול השם ח"ו) שרייבט דעראויף די באר הגולה (מיינעך) אז "כ'האב נאך קיינמאל נישט געזעהן אז איינער זאל האבן ריווח דערפון". דעי מעשה איז קלאר גניבה און נישט טעות וואס כולי עלמה מודה אויף אזא פאל אז ס'איז אסור. קל וחומר בן בנו של קל וחומר אז ס'קען ארויסקומען א ריזיגע חילול השם און מ'קען זיך אריין לאזן אין לעגאלע פראבלעמען.

רוף אן דיין אינשורענס קאמפעני אז דו פלאנסט עס נישט צו ניצן.

כ'פארשטיי דיר נישט, איינער האט דא געשווינדלט אויף מיין קאפ, כ'האב גארנישט גע'גנב'עט, היות עס איז אינשורענס וואס איך צאל קען זייער מעגליך זיין אז עס זאל נישט זיין א שאלה.

קען זיין אז דארט אין די הויעכע פענסטער האט מען דאס נישט ליב, אבער כ'גלייב אז עס דארף נישט זיין א פראבלעם.

כ'בין נישט קיין דיין.

100% אז ס'איז גניבה. די זעלבע זאך ווען דו צאלסט מקוה געלט פאר א חודש און דו ניצט נישט די מקוה קענסטו נישט צוריק בעטן די געלט ווייל דו האסט געקויפט די זכות פון ניצן די מקוה דעם חודש און אז דו ניצט עס נישט ביסטו זיך אליין שילדיג.

די זעלבע זאך איז דא. דו צאלסט פאר אינשורענס יעדע חודש אז אויב ס'וועט זיך ח"ו מאכן אז דו וועסט ברויכן גיין צום דאקטער און ס'וועט קאסטן 1500 זאלסטו נישט ברויכן אויסלייגן די געלט פון דיין טאש נאר זיי וועלן עס דיר צאלן.

פאר מער פרעג דיין דיין.
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי
הרב_שלום
שר עשרת אלפים
תגובות: 14690
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 12, 2014 9:44 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב_שלום »

איך רעקאמענדיר דיר צו פאלגען די דאקטאר און נעמן די 7 וויזיטס
ליידער האבן אסאך זיך שלעכט אפגעבריט פון נישט פאלגען די דאקטאר (זיי נישט קליגר פונעם דאקטאר)

זאלסט האבן א רפואה שלימה און זיין געזינט און שטארק און קיינמאל נישט וויסען פון קיין צער
Section 8 Secrets: Get housing assistance faster https://amzn.to/3TaIg5B
You can find jobs at www.macherusa.com/all www.jobsgemach.com
As an Amazon Associate I earn from qualifying purchases
שרייב תגובה

צוריק צו “געזונטהייט”