1. כח היחיד - נישט קוקן אויף יענעם 2. גאלדענע זייגער געלד אין גארבעדזש 3. שטריימל ווי העכער אלטס העכער די הארץ אטאקע 4. דזעלערי פאבערנט די טאטע פאר א קרבן 5. פה לא נטמן 6.ב בית החיים נישט בית הקברות
all.jpg
די שטערקסטע מעסעדש (קרעדיט יוסי ג"ב אויף ק.מ.) איז ''איך בין א סוקסעספול אינגערמאן וואס מאכט שיין פרנסה! און.... איך גיי נישט חתונה מאכן מיט די 'סטענדערד' (75 - 80 אלפים) ווייל איך בין 'נישט' קיין שנארער!
די קאמפיין דארף צילן שיינע פארדינער. 'נישט' בעלי חובות.
ארעמעלייט וועלן שווערער טוישן, זיי דארפן סייווי בארגן/שנארן. בכלל איז אסאך בעסער צו צילן די קאמפיין פאר גוטע פארדינער וואס מאכן אבער נישט מיליאנען. אזוי ס'זאל נישט זיין א בושה צו זיין א חלק.
אפאר לעצטע צעטלעך האבן גערעדט אז 'מ'איז א בעל חוב' מ'קען זיך נישט מער פאר'חוב'תן. לענ"ד ברענגט עס אראפ.
''איך בין א סוקסעספול אינגערמאן וואס מאכט שיין פרנסה! און.... איך גיי נישט חתונה מאכן מיט די 'סטענדערד' (75 - 80 אלפים) טאקע ווייל איך בין נישט קיין שנארער!"
ר' יום טוב האט געשריבן:
זכאי האט געשריבן:א שטארקע נקודה וואס ער ברענגט ארויס. און איך מיין אז אסאך ווענד זיך אין דעם. ״אינגערמאן דו ביסט סוקסעספול, זייער סוקסעספול, אפילו אויב דו האסט נישט קיין אכציג אלפים פאר יעדע קינד״
יא דו ביסט זייער טויגלעך די מאכסט הונדערט פופציג, צוויי הונדערט אלפים, א יאר, דו קענסט לעבן זייער באקוועם, אבער דו קענסט נישט און דו דארפסט נישט האבן די 80 אלפים חתונה צו מאכן.
די דאזיגע נקודה איז גאר א שטארקע, און ווענדט אפ די טענה אז עס פאנגט זיך נישט אן ביי חתונה מאכן, נאר מען מוז אלץ לעבן מצומצם'דיג בכדי צו קענען חתונה מאכן שפארזאם. קומט ר' יוסי מיט זיין לשון למודים און פרעגט פארוואס? א נארמאלע סוקסעספולע מענטש וואס מאכן הונדערט אלפים א יאר, ער ארבעט שווער אויף זיין געלט, ער באגאשעט נישט קיינעם, פארוואס זאל מען אים זאגן אז ער טאר נישט ספענדן זיין געלט אויף א טייערע וואקאציע, אויף א באגעבו קערידזש, אדער סיי וואס ער גלייכט, מען רעדט נישט פון עפעס אויסטערליש אינדרויסן פון זיין בודזשעט, אלעס בלויז פארוואס, ווייל ווען ס'וועט קומען חתונה צו מאכן וועט ער נישט קענען ספענדן דערויף 80 אלפים א יאר.
עס איז אבסורד צו פארלאנגען פון א מענטש וואס האט בכבודיג פרנסה אז אדער קען ער ממש גארנישט ספענדן יעצט, אדער מוז ער אויפקומען מיט א האלב מיליאן דאללאר אין די חתונה מאכן תקופה.
''איך בין א סוקסעספול אינגערמאן וואס מאכט שיין פרנסה! און.... טאקע דערפאר גיי איך נישט חתונה מאכן מיט די 'סטענדערד' (75 - 80 אלפים) ווייל איך בין נישט קיין שנארער!" איך פלאן בעז"ה נישט צו דארפן צוקומען צו מענטשן.
איך גיי לכבוד דעם שניידן די תנאים, די אתרוג האלטער (און יא, די לולב האלטער אויך), די פארטי פלענער'ס מיט זייערע מיניטשורס. די פרויען קידוש. די באווארפן זאל. ועוד.
אומגעראכטן זאגט מיר נעכטן מיין עזר (כנגדו) אז פארפאלן דער כח היחיד קאמפיין איז א קלוגע סטראטעגיע און שלאגט ווארצלן אפילו ביי די נשים זי האט אויס געהערט די אינטערוויא אויף קול מבשר און איז היבש אנציקט דערפון
אשריך יוסי! אשריך סעם! לך בכחך הזה והושע את ישראל
מיר פרייען זיך נישט מיט די מפלות אדער נצחונות פון די ציונים
מיר ווארטן אויף ביאת משיח וואס וועט אונז אויסלייזן פון גלות פון די ציונים און אראבער ביינעזאם
קודם כל גלייב איך נישט אז מענטשן זענען אינטערעסירט אין גראמען, און שנית זיי הייבן נישט אן צו גראמען....
לאז ביטע די איידיעס קומען פון די פראפעסיאנאלן, און אויב ווילט איר זיין א חלק, קאנטאקס יוסי אדער סעם, זאג אז דו ביזט גרייט צו מאכן גרעפיקס, זיי זאלן דיר נאר געבן די קאנסעפטס.
ר׳ שמחה איר זענט א איד א יחיד זענען מיר צוויי יחידים המכחישים זה את זה יבוא היחיד השלישי ויכריע ביננו וועל איך לאזן טאקע פאר די פראפעשינלס ענדיגן די ארבעט ווער סקען צוענדיגן איז מכובד (אויב איינער וויל די אפענע פייל קען מיר בעטן אין אישי)
(כאטש איך האלט נישט אז מ׳קען זאגן אז איך האב חרוב געמאכט, לכל היותר נישט געהאלפן)
איך וועל נעמען דעם כבוד פון 'יחיד השלישי' פאר מיר און מחזק זיין @איינס מיט זיינע הערליכע עדס און גראמען, עס גיבט אזויפיל צו און מאכט די גאנצע זאך פשוט לעבעדיג!
i made bh 2 chasunas in past 2 years i am on a nice income - 3 eitzos that i did 1. no aufruf seuda in a hall kiddush finished 1pm mincha at 430 who needs it ( both sides were local)saved $4000 2. my son chusen ok w 1 shtreimel 3200 miller ( saved at least 2000) 3. no albums whoever wants order themselves saved 1800 4 val kulam both in nice furnished basements saving at least 400 a month) bli neder i print the gold and black ads to hang in shul shabbos
איך טראכט א איידיע וואס קען זייער משפיע זיין אויף די פרויען אז זיי זאלן אויך נעמען די כח היחיד
די תוצאה פון סאושעל מידיא איז זייער שטארק, ווי מען זעט ווי יוסי גאלדבערגער איבערגעדרייט א וועלט און ווייניגער ווי א וואך, און רוב ציבור איז דערביי, און זיי זענען פרייליך מיט די געדאנק פון כח היחיד, אבער ווי עס שטעלט זיך אפ איז ביי די עזרת נשים, און איך האלט אז א חלק פארוואס ביי די פרויען פיקט עס נישט אויף, איז ווייל ביי זיי איז נישטא אזויפיל סאושעל מידיא (עכ"פ ביי די וואס זענען אין די עידזש פון חתונה מאכן קינדער) מילא האט עס נישט די השפעה אויף זיי. די מאן וואס איז שוין נשפע פון די גאס, פון וואטסעפפ, קומט אהיים און רעגט זיך אויף די פרוי פארוואס זי פארשטייט נישט אז יעדער דארף נוצן זיין כח היחיד.
איז מיר בייגעפאלן א געדאנק וויאזוי צו מאכן אז די סאושעל מידיא זאל אריבערגיין צו די פרויען אויך, און דערפאר דארף מען אפאר פרויען, וואס זענען גרייט צו טון צו די זאך. דאס איז מאכן א קאנפרענץ ליין, וואס יעדער וועט קענען אריינרופן, און דארט וועט מען שמועסן פון די כח היחיד, עס דארף זיין אפאר פרויען וואס זאלן עס פירן, פון פרומע ביז בעל בתי'שע, זיי זאלן האבן א גוטע שפראך, זיי זאלן גרייט אייביג צו רעדן, און אונטערהאלטן די עולם עס זאל נישט זיין באורינג, און עס זאל זיין באטעמ'ט פאר פרויען אריינצורופן, און אפילו מען רעדט נישט זאלן זיי זיך קענען אונטערהאלטן, און די צייט וואס די מאן איז אין בית מדרש און דאווענט מעריב, און שמועסט מיט זיינע חברים און אויך, און אפשר גאר די עיקר, זאלן אלע פרויען וואס ווילן קענען אריינרעדן, און זאגן וואס זיי האבן געשפארט, און אז זיי מאכן נישט קיין תנאים, אדער זיי דינגען א גאון פאר די כלה, פאר הונדערט דאללער ביי מרת פרנס (וואס דארף עקסטער דערהויבן ווערן וואס זי טוהט), און די מחותנ'סטע ספענד אויך נישט צופיל פאר קלייד וכדו', און ווי עס עפעקט גארנישט די כלה אדער מחותנ'סטע, נאר אדבה מען גייט צו צו די חתונה מער בשמחה, מיט הרחבת הדעת, א עכטע אידישע שמחה.
קרייסלער האט געשריבן:אומגעראכטן זאגט מיר נעכטן מיין עזר (כנגדו) אז פארפאלן דער כח היחיד קאמפיין איז א קלוגע סטראטעגיע און שלאגט ווארצלן אפילו ביי די נשים זי האט אויס געהערט די אינטערוויא אויף קול מבשר און איז היבש אנציקט דערפון
מיין עזר כנגדו הערט נישט קול מבשר, וואס טו איך ???
איך קוק זיך צו מיט וואספארא באגייסטערניש דער עולם נעמט אויף דעם געדאנק פון כח היחיד. גייט מיר דורך א סקרוך אין מיינע ביינער לאן הגענו... בעצם איז א כח הרבים פיל פיל שטערקער ווי א כח היחיד. נישט אזוי? זאכען וועס דער יחיד קען נישט אליינס מיט כח הרבים קען מען אויספירען אומצאליגע זאכען. א רבים האט אומבאגרעניצטע כוחות
אבער רבותי....קוקטס ווי סאסייעטי האט אונז געפוטשט. אז אונזערע פראבלעמען קומט גאר פון כח הרבים און די איינציגסטע ישועה איז. צוריק צושטעלן דעם מענטש מיט זיינע כוחות אויפן פלאץ ווי דער בורא עולם האט אים באשאפען. א רבים איז נאר א הילף ווען סע זענען דא דארט געזונטע יחידים בעצם דער קאמפיין וויל ראטעווען די חתונה פראבלעם. אבער די סלאגאן כח היחיד גייט שלאגען ווארצלען אסאך טיפער. ומסתפינא ווי סגייט אנקומען א דעת פון א ''יחיד''