טרערעלעך - קרן יתומים

צדקה צוועקן און חסד ארגאניזאציעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
רינדעכיג
שר האלף
תגובות: 1829
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 14, 2015 1:16 pm
לאקאציע: אין טעלער

טרערעלעך - קרן יתומים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רינדעכיג »

כאיש אחד ובלב אחד פאראייניגן מיר זיך

צו פארווישן די

טרערעלעך

פון די יתומים

און אראפשטעלן א שטאנדהאפטיגן יסוד פאר די טייערע יתומים נאך די פריצייטיגע פטירה פון אביהם היקר

הרה"ח ר' יוסף פישמן ז"ל

אחד מבני החבורה שמת ידאגו כל בני החבורה!



די אויגן זענען נאך פארוויינט, יעדער איז צעבראכן און ערשיטערט פון דער שרעקליכער טראגעדיע מיט די פריצייטיגע פטירה פון דעם טייערער אינגערמאן מוה"ר יוסף פישמן ז"ל, וואס איז אוועקגעריסן געווארן אין זיינע בליענדע יארן זייענדיג בלויז 31 יאר אלט, איבערלאזנדיג א צובראכענע אלמנה, און דריי קליינע טייערע שעפעלעך, אשר לא טעמו טעם חטא!...

און אין די איצטיגע צייט, ווען די הערצער זענען אזוי פארקלעמט און פארטרויערט, האבן די חשוב'ע רבנים, חברי וועד העסקנים, באשלאסן אז "לא עת לחשות", יעצט איז די פאסיגסטע צייט צו טוען "למעשה".

מען שטייט דא ביי א מצב ווען אזא חשוב'ע משפחה איז געבליבן בלי משען ומשענה, אָן קיין ברויט אין שטוב במלוא מובן המלה. ווער רעדט נאך פון פרנסה בהרחבה, און אוודאי אוודאי איז נישטא קיין מקור אויף צום קלערן פון חתונה מאכן קינדער.

דערפאר האבן זיך צוזאמענגענומען א קבוצה פון אנשים חשובים, עסקנים יקרים, ובראשם פון רבנים הגאוה"צ שליט"א בעיר התורה והחסידות מאנסי, און האבן מחליט געווען אז דאס ריכטיגע שריט יעצט צו טוען - כדי צו שטעלן די משפחה אויף די פיס - איז צו גרינדן א שטאנדהאפטיגער "קרן יתומים" און צו שאפן די פאנטאסטישע סומע פון ניין הונדערט טויזענט דאללאר, כדי אז די משפחה זאל זיך קענען צוזאמענקלויבן, און אז די חשוב'ע אלמנה זאל ווייטער קענען מחנך זיין די קינדער לתורה ויראת שמים חסידות ומדות טובות, במסורת האבות, וברוח ישראל סבא, לויט ווי עס איז געווען דער רצון פון דעם חשוב'ן פאטער, האברך היקר איש תמים במעשיו, ירא אלקים מנעוריו, שמו הטוב הולך לפניו, יהא זכרו ברוך.





וועד הרבנים


הרב אלי' ברודני שליט"א ר"י מיר - הרב אברהם צבי וואזנער שליט"א אבד"ק קיט"ל מאנסי - הרב דניאל געלצעהלער שליט"א ר"י אור ישראל


https://www.dryveup.com/tears/?utm_sour ... -Campaigns
רעוואלטאלתי יותר מדי...
אוועטאר
שפע רב
שר האלף
תגובות: 1663
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 06, 2018 11:20 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפע רב »

וכאן המקו' לעורר: ע-ר-ב-י-ם 'יעצט'. נישט מארגן. viewtopic.php?p=1730223#p1730223
שרייב תגובה

צוריק צו “צדקה וחסד”