חיזוק, אמונה, און אינספעראציע, אין ליכט פון די שוידערליכע אטאקע ה"י

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
ספרים שטוב
שר חמש מאות
תגובות: 796
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 01, 2019 10:16 pm

חיזוק, אמונה, און אינספעראציע, אין ליכט פון די שוידערליכע אטאקע ה"י

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ספרים שטוב »

ס'איז זייער שווער זיך צוזאמענצוקלויבן די געדאנקן, יעדער איז פארווייטאגט, יעדער איז צוטרייסעלט, כל לבב דוי וכל ראש לחלי.

נייעס אהער, נייעס אהין, נאך אלעם איז ליידער געשעהן וואס ס'איז געשעהן, מאת ה' היתה זאת והיא נפלאת בעינינו, גזירה היא מלפני ואין לך רשות להרהר אחריה. די מחשבות פליען, און קיינער קען נאך נישט צו זיך קומען פון וואס עס האט ליידער פאסירט אין דער ווירקליכקייט, אזוי ברוטאל, און אזוי גרויזאם.

שווערע טויזענטער אידן האבן נעכטן באגלייט למנוחת עולמים די צוויי טייערע קדושים הי"ד, די עולות תמימות פון כלל ישראל, די צוויי טייערע ריינע נשמות יקרות. און יעדער איז איבערגענומען פון די שטארקע דברי חיזוק ואמונה וואס זענען געהערט געווארן ביי ביידע לוי'ס דורך די נאנטע בני המשפחה.

דער אשכול וועט זיין געווידמעט פאר דברי חיזוק, אמונה, און אינספעראציע, אין ליכט פון די אויפשוידערנדע און פרעצעדענטלאזע געשעעניש, געדאנקן און רעיונות פון די חשובע חבירים דא אויפן וועלטל, און אזוי אויך ציטירונגען פון די דברי חיזוק והספד וואס זענען געזאגט געווארן ביי די לוי'ס, אין די חסד ה' אין דער שרעקליכער הסתרה שבתוך הסתרה, וואס בדרך הטבע וואלט ווען דא געקענט פארקומען א ברוטאלע מאסן שחיטה ה"י היל"ת.

און גלייכצייטיג אויך ווער עס וויל מיטטיילן פארשידענע דברי הערכה אויף די טייערע קדושים הי"ד, וועלעכע זענען געווען פון די שענסטע און בעסטע וואס כלל ישראל פארמאגט, אז עס זאל זיין לע"נ, און לזכר עולם.
לעצט פארראכטן דורך ספרים שטוב אום דאנערשטאג דעצעמבער 12, 2019 3:16 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
א "ספרים שטוב" קען זיין אין א שטוב, עס קען אויך זיין אין א מח.
אז איך האב נישט פלאץ אין מיין שטוב דערפאר, וועט מען עס מוזן פלאצירן אין מח.
אוועטאר
ספרים שטוב
שר חמש מאות
תגובות: 796
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 01, 2019 10:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ספרים שטוב »

גענומען פון דא

לעגאו מענטשעלע האט געשריבן:ליל תשעה באב:
כלל ישראל זיצט אויף דער ערד, דערנידערט, צעבראכן, צעקלאפט און פארווייטאגט, פון יעדעס אידיש צורה שרייט ארויס ימים פון צער און פיין ר"ל... יעדער האט זיך זיין פעקל. מען זיצט מיט די קינות און מען קלאגט און מען ביטערט אויף דעם שרעקליכן חורבן - בכלליות ובפרטיות.

בכלליות אויפן ביטערן חורבן הבית, מען וויינט אויפן לאנגן גלות, מען קלאגט אויף די צער פון כלל ישראל און אויפן צער השכינה. און בפרטיות קלאגט מען אויף די פעקלעך וואס מען שלעפט אויף די אייגענע פלייצעס, אדער וואס די נאנטע און באקאנטע דארפן נעבעך שלעפן...

אזוי אין דעם אומעטיגן אטמאספערע, מיט פארטרערטע אויגן און מיט פארקלעמטע הערצער, ברימט מען מיט מיט'ן חזן דעם טרויעריגן איכה ניגון, און מיטאמאל... אינמיטן דעם טרויעריגן מגילה טרעפן מיר זיך מיט א באקאנטע פסוק: "חסדי ה' כי לא תמנו כי לא כלו רחמיו"... א פסוק וועלכע מיר זענען געוואוינט צו אויסשרייען מיט א פייערליכקייט און מיט שמחה, הערן מיר אט דאן מיטן איכה תנועה...

יא יא... אין די פינסטערע טעג ווען השי"ת האט בעונותינו הרבים חרוב געמאכט זיין הייליג הויז און פארטריבן זיינע קינדערלעך אין גלות, האט ער אונז אריינגעשיינט א שטראל פון חסדים ורחמים! כי לא יטוש ה' את עמו! עס איז טאקע תשעה באב... עס איז פינסטער און ביטער... אבער דייקא דאן איז אזוי וויכטיג צו דערמאנען די חסדי הבורא!

ליל י"ד כסלו תש"פ:
כלל ישראל איז צעשוידערט און צעשאסן, דערנידערט, צעבראכן, צעקלאפט און פארווייטאגט, פון יעדעס אידיש צורה שרייט ארויס ימים פון צער און ווייטאג ר"ל... מען קלאגט אויף ביטערן חורבן - בכלליות ובפרטיות.

בכלליות נאכן באקומען אזא הילכיגן און ביטערע דערמאנונג אז מיר זענען אין גלות... אנטי-סעמיטיזם שטייגט פון טאג צו טאג... שנאת ישראל פלאקערט מיט א שרעקליכן האס וועלכע זעט זיך אן אין די לעצטיגע תקופה, און אצינד מיט אזא שוידערליכקייט. און בפרטיות אויף צוויי פרישע אומשולדיגע קרבנות - מסלתה ומשמנה - וועלכע זענען אויסגעקליבן געווארן דורכ'ן באשעפער אליין צו דינען אלס קרבנות ציבור... מיט בלוטיגע הערצער און נאסע אויגן שטייען אידן און באוויינען דעם שוידערליכן מציאות - א מציאות וואס לאזט זיך נישט גלייבן...

און אזוי אין דעם ביטערן הסתר פנים, ווען די טרערן רינען נאך אויף די באקן האט זיך ארויסגעוויזן - און ווייזט זיך כסדר ארויס - פון אזויפיל זייטן דעם "חסדי ה' כי לא תמנו כי לא כלו רחמיו" א פסוק וועלכע מיר זענען געוואוינט צו נוצן אין פרייליכערע זמנים, קומט ארויף אויף יעדענ'ס ליפן אין די איצטיגע ביטערע מאמענטן...

יא יא... אין די פינסטערע טעג ווען השי"ת האט אונז געשיקט אזא ווייטאגליכע דערמאנונג אז מיר געפונען זיך נאך אין גלות, האט ער אונז אריינגעשיינט א שטראל פון אומגעהויערע חסדים ורחמים! כי לא יטוש ה' את עמו! עס איז טאקע ביטער... עס איז ווייטאגליך... אבער דייקא אצינד איז אזוי וויכטיג צו דערמאנען און געדענקן די ענדלאזע חסדי הבורא!

דער אויבישטער זאל העלפן עס זאל שוין זיין הראנו ה' חסדך, מיר זאלן באשיינפערליך זען און פארשטיין די חסדים. חסדים נגלים אויף וואס מען דארף נישט זיין קיין מבין צו פארשטיין אז דאס איז חסד!

חסדי ה' כי לא תמנו כי לא כלו רחמיו!!!
א "ספרים שטוב" קען זיין אין א שטוב, עס קען אויך זיין אין א מח.
אז איך האב נישט פלאץ אין מיין שטוב דערפאר, וועט מען עס מוזן פלאצירן אין מח.
אוועטאר
טשאלענט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4017
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 07, 2016 3:34 pm
לאקאציע: אין טשאלענט טאפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאלענט »

פון דא
טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:והעיר יהדות החדדית נכוכה, נאך אזאנע צוויי שרעקעדיגע לויות. די הארץ איז נאך צו ווייעך אפצומעסטן די טראגעדיעס, ווען דא באגלייט מען למנוחת עולם א יונגע ביימל וואס האט נאכנישט אנגעהויבן בליען, ער לאזט ליידער נישט קיין דורות אינטער זיך אויף שפעטער, אביסל ארויפציער באוויינט מען א יונגע מאמע וואס האט יא געהאט די זכיה איינצופלאנצן א בוים. הערט מען אבער דעם קליינעם יתום מאכן די ברכה.. אם אבן הוא נימוח..

די וועלט פארט אזוי שנעל.. מ׳כאפט זיך נישט אז זיי, די קדושי גרינוויל זענען בכלל נישט קיין איינצעלנע פרישע קרבנות. וויפיל פרישע יונגע יתומים זענען צוגעקומען די וואך אליינס, בנוסף פון די גרינוויל טראגעדיע?.. יונגע מענטשן גייען איינער נאך דעם אנדערן. הייליגער באשעפער ליבער פאטער, מיר בעטן דיר, געב אונז כאטש צייט. אויף אונזער שפראך רופט מען דאס.. כאפ נישט קיין הייסע לאקשן.

אין די וואכיגע סדרה שטייט, יעקב אבינו האט געבעטן ורוח תשימו בין עדר לבין עדר, זאגט דער הייליגער רמב״ן. יעקב אבינו האט געבעטן דעם אויבערשטן, "רבונו של עולם, אם יהיו צרות באות על בני, לא תביא אותן זו אחר זו, אלא תרוח להם מצרותיהם". לאז פלאץ צו פארדייען, מ׳זאל קענען תשובה טאן אז דו זאלסט אונז קענען פארצייען.

מעשי אבות סימן לבנים, יעקב אבינו האט פארשטאנען אז אים תש״פ גייען זיינע אייניקליך זיך מיזן ספראווען מיט אזא נסיון, צווייפאכיג. דא פאסירן ליידער שרעקליכע זאכן, מ׳קען ממש זאגן אויף א טעגליכע פארנעם רח״ל. ווינאר עס קומט אינטער א פרישע טראגעדיע פארגעסן מען פונעם פריעדיגן. בנוסף צו די ביטערע מצב פונעם דור בכלל, יעדער איז אזוי אריינגעטאן און פארטעמט געוואויר צו ווערן די נייעס, נייעס וואס לויפט אפ ווינאר ס׳דערגרייכט די אויערן, ווייל ס׳קומט דאך שוין פרישע.

ולא עוד. שטייען נעבעך אידן אחבנ״י וואס זענען פארקלעמט און פאר׳צער׳ט מיט זייערע ברודער, אנשטאטס אויסניצן דעם געלעגענהייט זיך אוועקצוזעצן און מאכן א חשבון הנפש, איז מען פארנומען מיט נארישע שטותים והבלים.. דער האט טענות אז יענער גוי האלט אזוי און אזי, און היתכן ער האט יא אדער נישט געזאגט דאס און יענס ביים רעדן צו די המון עם.. אדער פראבירט מען צו מאכן חשבונות גענוי וועלכער ביקס עס האט אומגעברענגט די קרביות.. טייערע לעכטיגן אידן, וואס איז מיט ענק!?.. קוקט אריין אין רמב״ם, א הלכה פסיקה אין הלכות תענית.

וז״ל הרמב״ם. ״אבל אם לא יזעקו ולא יריעו אלא יאמרו דבר זה ממנהג העולם אירע לנו וצרה זו נקרה נקרית. הרי זו דרך אכזריות וגורמת להם להדבק במעשיהם הרעים. ותוסיף הצרה צרות אחרות. הוא שכתוב בתורה והלכתם עמי בקרי והלכתי גם אני עמכם בחמת קרי. כלומר כשאביא עליכם צרה כדי שתשובו אם תאמרו שהיא קרי אוסיף לכם חמת אותו קרי.״

כ׳בין נישט חלילה מקטרג, מ׳מיז פשוט מעורר זיין. די אלע נארישע דיבאטעס איז גוט ווען מ׳וויל זיך אויסליפטערן אמאל, און אפילו אפטמאל. ווען ס׳קומט אבער ליידער אזא פאל, איז עס א ערענסטע צייט. לאז אפ די שטותים.

אנטיסעמיטיזם איז די ענגלישע טייטש פון גלות, מ׳קען עס אויך אנרופן העיט, ראסיזעם.. וכדו׳. דאס זענען אלעס פאר אונז די עם הנבחר פונעם מלך מלכי המלכים, מיר זענען ליידער פארטריבן אין גלות, און אזאלכע אנטיסעמיטישע אטאקע׳ס גייען שוין אן באלד צוויי טויזעט יאר, וואס במשך די צייט האט כלל ישראל שוין ליידער מיט געמאכט אלע קללות ווערן ווערן געברענגט אין די תוכחה, נסיונות וואס מיר האבן און מיר וועלן מיזן ביישטיין ביז משיח וועט קומען.

קיין איין פאלק, קיין איין פאלאטישן און קיין איין פארטיי מיינען נישט אונזער טובה, דער גוי האט אונז פיינט אזוי, און דער ריליגיע האט אונז פיינט אזי. הצד השווה שבהן שהזיקן מצוי ודרכן לילך ולהזיק.. ס׳איז ברשות היחיד פונעם מלך יחיד ומיוחד. ושמירתן עליך וכשהיזק חב המזיק.. הייליגער באשעפער, דו ביסט מחיוב אונז אויסצולייזן פון גלות!

הצלינו נא, ווילאנג מיר זענען נאך יא דא אונעם גלות ס׳זאל זיין ורוח תשימו בין עדר לבין עדר, מיר האבן דיר יעצט געגעבן א גרויסן פעקל.. מיר בעטן דיר, עליה השלם כל הקרבנות כולם, ולקחת מנחתינו מידינו כי על כן ראיתי פניך כראת פני אלהים ותרצני. והושיעה נא, מיט די ענדגילטיגע ישועה דער גאולה שלימה ובא לציון גואל בב״א.
טשאלענט גמח!

ווען איך בין געווען אינגער פלעג איך זאגן:
די לעבן איז צו ערנסט צו נעמען אזעלכע נארישקייטן פערזענליך,
אבער היינט בין איך שוין שוין געקומען צום שכל און איך זאג:
די לעבן איז צו נאריש צו נעמען אזעלכע ערנסטע זאכן פערזענליך
אוועטאר
טשאלענט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4017
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 07, 2016 3:34 pm
לאקאציע: אין טשאלענט טאפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאלענט »

טשאלענט גמח!

ווען איך בין געווען אינגער פלעג איך זאגן:
די לעבן איז צו ערנסט צו נעמען אזעלכע נארישקייטן פערזענליך,
אבער היינט בין איך שוין שוין געקומען צום שכל און איך זאג:
די לעבן איז צו נאריש צו נעמען אזעלכע ערנסטע זאכן פערזענליך
אוועטאר
ספרים שטוב
שר חמש מאות
תגובות: 796
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 01, 2019 10:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ספרים שטוב »

אוסף החסיל האט געשריבן:יעצט גענדיגט אויסהערן די הארץ רייסענדע הספדים,
רבותי! ווי קען מען גיין ווייטער???

גלייבט מיר טייערע אידן, מיט פארטרערטע אויגן גיסט זיך מיר ארויס דאס פאלגענדע:


לבינו נשפך כמים,
נשארנו בפיק ברכים,
ברפיון ידים,
ממה שראינו בעינים,
ושמענו באזנים,
אוי כי לקינו בכפליים,

בכינו ויללנו פעמים,
על הרוגי גרינוויל וחלליהם,
הנאהבים והנעימים בחייהם,
פערענץ ודייטש למשפחותיהם,
נפלו לפני בני עוולה בני חם ומצרים,
רוצחים ארורים נשאו ראשיהם,
ובדבר אשר זדו עליהם,
ובשנאה כבושה בליביהם,
לא שעו לצעקותיהם,
הרגום בדמי ימיהם,
לא הגיעו אפילו לחצי שנותיהם,
הוי אבינו בשמים,
האם תכפר על דמיהם,
אנא, נקום לעינינו נקמיהם,
רחם על עמך מרודפיהם,


מכאן נביע לקרוביהם,
ייטיב ה' ולא יוסיף עוד ליסריהם,
ימחה ה' דמעה מעל פניהם,
כימות ענותיהם ינחמיהם,
בתוך שאר עם ישראל אחיהם,
עדי נשוב יחד שבטי ישראל לירושלים.

על החתום: כלל ישראל בהמוניהם.
א "ספרים שטוב" קען זיין אין א שטוב, עס קען אויך זיין אין א מח.
אז איך האב נישט פלאץ אין מיין שטוב דערפאר, וועט מען עס מוזן פלאצירן אין מח.
אוועטאר
ספרים שטוב
שר חמש מאות
תגובות: 796
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 01, 2019 10:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ספרים שטוב »

איך האב פערזענליך האב נישט געקענט דעם טייערן נפטר משה הערש הי"ד, אבער פאלגענד איז וואס איך האב באקומען פריוואט פון א נאנטער חבר להבחל"ח פון אים:

משה הערש ווי ביזטו??????? כ'האב גע'חלומ'ט צו זען דיין שטריימל נישט דיין ארון. ס'לאזט זיך נישט גלייבן האסט אונז איבערגעלאזט, פונקט דו, די קוואל פון לעבן, די קוואל פון חיזוק, און די קוואל פון שמחת החיים.

איך זעה דיר נאך פאר מיינע אויגן, מיט דיין לעכטיגע שמייכל, און איך טראכט, ווי איז משה הערש אונז צו טרייסטן אין די ביטערע צייט????????? עס לאזט זיך נישט גלייבן אז דוקא דו ביזט יעצט אויף די אנדערע זייט, אוי וויי ווער זאל אונז יעצט טרייסטן???? עס קען זיך נישט טראכטן אז דיר האב איך באגלייט נעכטן צו דיין אייביגע רוה... אוי וויי משה הערש! קום צוריק, קום צוריק אינאיינעם מיט משיח, לאז אונז נישט אזוי איבער, רייס איין ביים באשעפער אונז זאל מיר נאכאמאל זען דיין זיסע שמייכל בקרוב.

משה הערש ס'גלייבט זיך נישט איך שרייב עס פאר דיר, וויאזוי קען א קאלטע בולעט פארלעשן דיין שפרודלדיגע חיות, אבער דער באשעפער איז א גוטער מער ווי אונז אלע, אונז פארשטיי מיר נישט זיינע וועגן. משה הערש גיי ארויף ביזן כסא הכבוד און שריי צום בורא עולם: "מען האט מיך נאר דערשאסן ווייל איך טראג בארד און פיאות לייז שוין אויס דיין פאלק, דו ביזט שוין אויבן אבער אונז זעמיר נאך אויף א פלאץ ווי א בלוט דורשטיגער מערדער קען אויסציען זיין ביקס קעגן א טייערע נשמה און אים דערמארדן אין איין רגע רחמנא ליצלן".

אוי משה הערש! וויאזוי זאל איך אין אפאר שורות ארויסברענגען ווער דו ביזט געווען, ווען מען וואלט נאך געקענט כאפן איין בליק אויף דיין לעכטיגע שמייכל וואלטן אלע ווערטער יעצט געווען איבריג, אבער מען קען דאך שוין ליידער נישט, איז וויאזוי זאל איך עס ארויסברענגן?! אונז חברים פון ישיבה (שביל התורה) אטעמען דיין געוואלדיגע חסד יעדע מינוט פון אונזער לעבן, בשעת מען האט געגרינדעט די ישיבה האסטו זיך אזוי שטארק אויסגעפעלט דיין אפטאמיזם, בשעת אסאך פון אונז זענען געווען אזוי פארלוירן האסטו דיך קיינמאל נישט פארלוירן, האסט געטון וואס מען דארף טון מיט א שמייכל נישט קיין חילוק וואס מען וועט זאגן און טראכטן, אזויפיל פון אונז וואס זענען געשטאנען נעכטן אויף ראדני סטריט האבן לכאורה געטראכט די זעלבע ווי מיר, "האסט אונז טאקע פארלאזט אלץ א בחור אבער ווייניג עלטערע לאזן איבער אזויפיל דורות ווי דיר", ווי ווי דער סיגוט'ער רב שליט"א האט אויך ערווענט אין זיין הספד, אזוי ווי רבי עקיבא האט געזאגט פאר זיינע תלמידים וועגן זיין ווייב, מיין תורה און ענקער תורה איז איר'ס, זאג איך דיר יעצט: "משה הערש מיינע דורות, מיינע מצוות, און פון די גאנצע ישיבה, ביז משיח'ס טאג איז דיינס!!!"

משה הערש יעצט ווען איך לייג אראפ מיינע הענט פון די קיבאורד פיל איך ווי איך טו מיך נאכאמאל געזעגענען פון דיר, אבער איך שפיר אז איך וועל נאך אסאך שרייבן אין די קומענדיגע טעג, און ביזדערווייל לאמיר אריינטראכטן פארוואס דעס איז געקומען אויף אונז און וויאזוי אונז קען מיר זיך פארבעסערן לעילוי נשמתך.

תהא נשמתך צרורה בצרור החיים


פון דיין חבר וואס וויל נישט און קען נישט פארגעסן פון דיר.....
א "ספרים שטוב" קען זיין אין א שטוב, עס קען אויך זיין אין א מח.
אז איך האב נישט פלאץ אין מיין שטוב דערפאר, וועט מען עס מוזן פלאצירן אין מח.
yid
שר האלף
תגובות: 1876
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 08, 2011 6:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך yid »

Rabbi Avrum Mordche Malach
דברי חיזוק אחר האסון הנורא של קדושי גרינוויל הי"ד כסלו תש"פ

https://www.torahanytime.com/#/lectures?v=97086
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

מהאט שוין צוריק געעפנט די פארשלאסענע טיר, לאזט עס אפן ביטע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lebediger berel »

דער אשכול איז שוין 44 בלאט
און איך בייס מיך שוין די ליפן פונעם ערשטן בלעטל יעדעס מאל צוליב א אנדערע זאך
אבער יעצט
אפשר קענען מיר זיך מקבל זיין איין זאך, כאטש אין דעם אשכול
נאר פאזיטיוו, כ'רעד עטליסט פון מענטשן אדער מרמז זיין מענטשן וואס זענען בני ברית
לאמיר רעדן די פאזיטיווע זייט פון יחידים קהלות מנהיגים מגידים וכו' וחסל,
נישט איך בין בעסער, איך בין גוט, כלל ישראל איז גוט, וכו' כו' ואכמ"ל
מיט דעם קען מען בלייבן?
אויב דארפט איר איינעם אראפרייסן זאל זיין זיידי בערעלע איר ווייסט דאך סיי ווי נישט ווער איך בין
אבער,, נישט ברמז נישט מיט א דריי מיט די נאז אויף קיינעם!!!!!!!!!!
הכו"ח ז"ב מבארא פארק
לעצט פארראכטן דורך lebediger berel אום דאנערשטאג דעצעמבער 12, 2019 11:37 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אז מ'לעבט דערלעבט מען
yid
שר האלף
תגובות: 1876
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 08, 2011 6:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך yid »

rabbi leibish langer shlita

https://www.yiddish24.com/cat/12
אטעטשמענטס
chizek jersey city.JPG
chizek jersey city.JPG (21.29 KiB) געזען 1744 מאל
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35242
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

כ'ווייס נישט און פארשטיי נישט דעם מעסטל פון צרות אחרונות משכחות את הראשונות וואס האט באגאסן די לעצטע פאר וואכן, אבער דאס איז זיכער אז אין רחמים כרחמנותך, און אויב דער גרעסטער בעל רחמים טוט אזוי איז דאס די בעסטע וואס איז פארהאנען, מארגן ביי קבלת ש"ק וועלן מיר אלע זינגען און אויסשרייען ביינעזאם להגיד כי ישר ה' צורי ולא עולתה בו.

והשאר כתבתי כאן
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
וויל וועלן
שר חמש מאות
תגובות: 663
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 01, 2016 1:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויל וועלן »

בריוו פונעם ראש ישיבה - ר' יואל ראטה שליט"א:

בעזרת ה' יתברך

ערב שבת קודש פרשת וישלח, ט"ו כסליו, שנת תש"פ לפרט קטן

לכבוד ... נרו יאיר.

‎יעצט ווען עס האט פאסירט אזא שרעקליכע טראגעדיע, עס זענען געקומען רוצחים און גע'הרג'ט אידישע קינדער, דארפן מיר זיך בארעכענען וואס טוען מיר דא און וואס וועלן מיר מיט נעמען מיט זיך. אנשטאט ארום צו גיין מיט פחדים פון די געשעעניש, דארפן מיר זיך אויפוועקן פון שלאף און טראכטן פון תכלית, וואס איז דער תכלית בזה העולם? וואס וועלן מיר מיט נעמען מיט זיך? דאס ביסל תורה וואס מיר לערנען יעדן טאג נאר דאס וועלן מיר מיט נעמען און דאס ביסל מעשים טובים וואס מיר כאפן אריין - דאס איז אונזער פארמעגן.

אז דו ווילסט געראטעוועט ווערן פון שלעכטס זאלסטו אנהייבן לערנען יעדן טאג גמרא, דאס וועט דיר היטן פון אלעם שלעכטס. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תנא דבי אליהו רבא, ד): "כָּל תַּלְמִיד חָכָם שֶׁעוֹסֵק בַּתּוֹרָה בְּכָל יוֹם תָּמִיד", א איד וואס וואס לערנט יעדן טאג תורה, "בִּשְׁבִיל לְהַרְבּוֹת כְּבוֹד שָׁמַיִם", כדי צו מאכן א נחת רוח פאר'ן אייבערשטן, "אֵינוֹ צָרִיךְ לֹא חֶרֶב וְלֹא חֲנִית וְלֹא כָּל דָבָר שֶׁיִּהְיֶה לוֹ שׁוֹמֵר", דארף נישט האבן א שווערד אדער א פאנצער זיך צו היטן פון שלעכט, "אֶלָּא הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא מְשַׁמְּרוֹ בְּעַצְמוֹ", נאר דער אייבערשטער אליינס היט אים.

האסט אודאי געהערט די גוטע חלק פון די נייעס אז איינער פון אונזערע חברים איז געראטעוועט געווארן, האברך היקר ... נרו יאיר; ער איז געווען אינעם געשעפט און איז בחמלת ה' געראטעוועט געווארן, ער האט נישט לאנג צוריק מסיים געווען גאנץ ש"ס.

אלע זענען מיר אפגעשוואכט, מיר זענען צעבראכן פון די טראגעדיע; אין ישיבה טאנצן מיר יעדן טאג מיט מוזיק און אין די פאר טעג האבן מיר נישט געטאנצן, אבער דער עיקר איז מען זאל זיך אויפוועקן פון שלאף, אריין כאפן גוטע זאכן.

חכמינו זכרונם לברכה זאגן (אבות ו, ג): "אֵין טוֹב אֶלָּא תוֹרָה", עס איז נישט פארהאן גוטס, נאר לערנען תורה; זע צו לערנען יעדן טאג אביסל חומש מיט תרגום. זיי מעביר סדרה יעדן טאג, שטופ עס נישט אפ אויף פרייטאג אדער אויף שבת, נאר יעדן טאג זאלסטו לערנען אביסל חומש רש"י מיט'ן תרגום וועסטו זוכה זיין צו האבן א געבענטשטע וואך מיט אלע ברכות. א וואך וואס מען איז מעביר סדרה האט מען א געבענטשטע וואך, אבער א וואך וואס מען איז נישט מעביר סדרה וועט מען האבן א הפסד אין געלט אדער נאך ערגערס חס ושלום; אז מען שטופט עס אפ ביז פרייטאג קען אריבער גיין די וואך אן מעביר סדרה זיין און דאס וועט קאסטן א פרייז השם ישמרינו. הייב אן מעביר סדרה זיין פון אנהייב וואך - יעדן טאג לערנען אביסל חומש, תרגום און רש"י, דאס וועט דיר היטן פון אלעם שלעכטס.

טראכט אריין וועסטו זען ווי די טעג פליען אריבער אזוי ווי א שאטן, "כַּצֵּל יָמֵינוּ עַל הָאָרֶץ וְאֵין מִקְוֶה (דברי הימים-א כט, טו)", זאגן אויף דעם חכמינו זכרונם לברכה (בראשית רבה צו, ב): "הַלְּוַאי כְּצִלּוֹ שֶׁל כּוֹתֶל, אוֹ כְּצִלּוֹ שֶׁל אִילָן, אֶלָּא כְּצִלּוֹ שֶׁל עוֹף בְּשָׁעָה שֶׁהוּא עָף", הלואי זאלן אונזערע טעג זיין אזוי ווי א שאטן פון א וואנט וואס נעמט אביסל צייט ווי לאנג עס גייט אריבער, אדער ווי א שאטן פון א בוים, אבער אז מען קוקט גוט זעט מען אז דאס לעבן פונעם מענטש איז ניטאמאל ווי אזא שאטן נאר פליט דורך ווי די שאטן פון א פייגל וואס פליט.

א פרייליכן שבת.


פון דא: https://breslevcenter.com/daily-letters
אוועטאר
צו געזונט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7049
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש נאוועמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צו געזונט »

קוקענדיג אויף די טראגעדיעס וואס באטרעפן אונז ליידער אין די לעצטערע צייטן, כאפט א שוידער פון די סימנים וואס דער הייליגער באשעפער וויל ווייזען פאר אידען, יעדען אויף זיין פארנעם. אבער, נעם אין אכט. נישט וואס דו זעהסט אז דער באשעפער וויל, מיינט דאס אז ער פארלאנגט דאס אויך פון דעם צווייטען. אז עס האט דיך געכאפט א פלאקער פאר זיך פארבעסערן עפעס אין סיי וועלכע ענין, טוה עס, און לאז דעם צווייטען טוהן לויט וויאזוי יענער האט געכאפט די מעססעדזש. און אויב האט יענער נישט געכאפט, דאן איז גאר מעגליך אז טאקע נאר דיך האט ג-ט ב"ה געוואלט אויפוועקן. און טאקע עס איז פארהאן זאכען ווען יענער האט א אויפוואכונג און דו גייסט דיר ווייטער דיין וועג, ווייל דענסטמאל האט דיין מח אנדערש אויפגעכאפט די פאסירונג.

א צווייטע נקודה דערביי. הטוב כי לא כלו רחמיך. דאס צייגט אז יעדן טאג, שעה, מינוט און סעקונדע איז דער באשעפער אונזער היטער. צו קאן דען איינער זאגען אז דאס וואס האט פאסירט אין דזשוירסי סיטי זאל נישט קאנען פאסירן אין סיי ועלכע געגנט און צו סיי וועלכע צייט? דער גרויסער באשעפער היט אונז די גאנצע צייט, אפילו אין דזשערסי סיטי האט ער געהיטן די צענדליגער אנדערע אידען טאקע אין די זעלבע צייט און די זעלבע ארט פון די טראגעדיע!
לערנט אייך אויס סקול באס סעיפטי. דאן פראקטיצירט עס מיט אייערע קינדער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
אוועטאר
ספרים שטוב
שר חמש מאות
תגובות: 796
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 01, 2019 10:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ספרים שטוב »

הספד פונעם מגי"ש פון משה הערש ע"ה הי"ד הרה"ג ר' שלמה האפמאן שליט"א
https://www.torahanytime.com/#/speaker?l=1173
א "ספרים שטוב" קען זיין אין א שטוב, עס קען אויך זיין אין א מח.
אז איך האב נישט פלאץ אין מיין שטוב דערפאר, וועט מען עס מוזן פלאצירן אין מח.
yid
שר האלף
תגובות: 1876
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 08, 2011 6:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך yid »

דברי חיזוק וזכרון פון הרב דניאל קאליש ר"ם בישיבה וואטערבארי ווי די קדוש האט געלערענט דורכן זומער

https://www.torahanytime.com/#/lectures?v=97098
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

בס"ד

א מוסר השכל ; איסנפיראציע, קען מען זיך אראפלערנען פון דעם יונגל וואס איז אנטלאפן צוזאמען מיט'ן באקסל, ער האט זיין שליחות נישט אפגעלאזט. איך אנטלויף אבער איך בלייב געטריי צו מיין שליחות. צו מאל איז א מענטש אין א מצב וואס עס גייט אים שווער, אבער מיין שליחות וועל איך אנהאלטן. די תורה, תפילה, תפילין, ציצית, וכו', דאס איז אונזער באקס שאקאלאד וואס דער מנהל האט אונז געהייסן ברענגען, מיר וועלן דאס נישט אראפלאזן פון אונזערע הענט. אויב מיר קענען דאס נישט יעצט ברענגען וועט זיין קומענדיגעס מאל, אראפלאזן נישט.

נאך א זאך, ווען נישט די ווידעאו פון 'לאקס' מיין איך אז ער וואלט געדארפט אסאך רעדן כדי צו איבערצייגן ווי ווייט ער האט געהאט נסים. איך מיין אז מענטשן וואלטן געזאגט "נע, ער מיינט נאר, ער האט נישט אוועקגעשטופט קיין גאן, ס'גייט נישט אזוי, ס'שטופט זיך נישט אוועק קיין גאן, ער חלומ'ט...". "וואס, א מענטש קומט אריין מיט א גאן, קענסטו דאס אוועקשטופן?... טו מיר א טובה..."

פון דעם זעהט מען, אז מיט'ן זאגן "נע, ער רעדט דמיונות, מיינט נאכנישט אז ס'טאקע דמיונות". ס'קען זיין אז ס'דא דמיונות, אבער מיטן זאגן ס'איז 'דמיונות', ווערט עס נאכנישט דמיונות. אויב ס'איז א דמיון איז עס א דמיון. אבער מיט'ן זאגן: נע, ער מיינט..., ווערט עס נאכנישט אפגעפרעגט.

מ'זאל זיך גוט טראכטן, וויאזוי מ'וואלט אנגענומען 'לאקס' מעשה ווען נישט די ווידעאו. עס וואלט זיך נישט אזוי געגלייבט. נישט אז מ'איז מחוייב צו גלייבן יעדע מעשה. נאר מ'קען זיך יא לערנען דערפון ווען ס'קומט צו גלייבן זאכן.

והשם הטוב יעזור.
אוועטאר
שטאלצער יוד
שר האלפיים
תגובות: 2438
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 19, 2016 2:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטאלצער יוד »

נשמה האט געשריבן:בס"ד

א מוסר השכל ; איסנפיראציע, קען מען זיך אראפלערנען פון דעם יונגל וואס איז אנטלאפן צוזאמען מיט'ן באקסל, ער האט זיין שליחות נישט אפגעלאזט. איך אנטלויף אבער איך בלייב געטריי צו מיין שליחות. צו מאל איז א מענטש אין א מצב וואס עס גייט אים שווער, אבער מיין שליחות וועל איך אנהאלטן. די תורה, תפילה, תפילין, ציצית, וכו', דאס איז אונזער באקס שאקאלאד וואס דער מנהל האט אונז געהייסן ברענגען, מיר וועלן דאס נישט אראפלאזן פון אונזערע הענט. אויב מיר קענען דאס נישט יעצט ברענגען וועט זיין קומענדיגעס מאל, אראפלאזן נישט.

נאך א זאך, ווען נישט די ווידעאו פון 'לאקס' מיין איך אז ער וואלט געדארפט אסאך רעדן כדי צו איבערצייגן ווי ווייט ער האט געהאט נסים. איך מיין אז מענטשן וואלטן געזאגט "נע, ער מיינט נאר, ער האט נישט אוועקגעשטופט קיין גאן, ס'גייט נישט אזוי, ס'שטופט זיך נישט אוועק קיין גאן, ער חלומ'ט...". "וואס, א מענטש קומט אריין מיט א גאן, קענסטו דאס אוועקשטופן?... טו מיר א טובה..."

פון דעם זעהט מען, אז מיט'ן זאגן "נע, ער רעדט דמיונות, מיינט נאכנישט אז ס'טאקע דמיונות". ס'קען זיין אז ס'דא דמיונות, אבער מיטן זאגן ס'איז 'דמיונות', ווערט עס נאכנישט דמיונות. אויב ס'איז א דמיון איז עס א דמיון. אבער מיט'ן זאגן: נע, ער מיינט..., ווערט עס נאכנישט אפגעפרעגט.

מ'זאל זיך גוט טראכטן, וויאזוי מ'וואלט אנגענומען 'לאקס' מעשה ווען נישט די ווידעאו. עס וואלט זיך נישט אזוי געגלייבט. נישט אז מ'איז מחוייב צו גלייבן יעדע מעשה. נאר מ'קען זיך יא לערנען דערפון ווען ס'קומט צו גלייבן זאכן.

והשם הטוב יעזור.
איך וויל דא אראפברענגן א אינטערסאנטע תגובה פון פעידש 8 פון די שיסעריי אשכול.

טאקע נשמה (יד"נ) ברענגט אראפ די מעשה מיט'ן אוועקשטיפן די גאן , און אויפ'ן פלאץ ווערט ער אוועקגעמאכט.
אוועטאר
fiena nieas
שר חמשת אלפים
תגובות: 5495
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2011 8:56 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך fiena nieas »

נו ברענג עס
פ' לך לך
שר האלף
תגובות: 1334
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 17, 2012 11:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פ' לך לך »

איך ווייס נישט צו ס'באלאנגט דא, אבער שטייענדיג אצינד שוין עטליכע טאג נאכן שווערן אטאקע, דער עולם הייבט שוין אהן זיך צו בארואיגן, וויל איך מיר ערלויבן ארויסצוברענגן דריי נקודות וועלכע לענ"ד פאדערן אביסל מחשבה מיר זאלן זיך מתבונן זיין דערין.

1) בכלליות אויפן געשיכטע. מען הערט א מעשה, א מענטש האט א טבע פון נייגעריגקייט און וויל וויסן די געשיכטע בכל פרטיה ודקדוקיה, וואס געשעט איז, אז דאס ברענגט איהם זיך אריינצולייגן אין די געשיכטע ראשו ורובו, מען לעבט דערמיט, מען שלאפט דערמיט, און וואו מען גייט דיסקוסירט מען דאס. די תוצאות זענען אבער שעדליך, ס'ברענגט אויף א מענטש אן אנגעצויגנקייט, פיין, ווייטאג, און טוט אויך גורם זיין פחד און ענקזייעטי.
סיי ע"פ תורה און סיי ע"פ מענטשליכקייט, איז נישטא קיין שום סיבה, קיין שום התחייבות, זיך אריינצולייגן אין אזא געשיכטע צו וויסן אלע דעטאלן. די אלע גרויסע באשרייבונגען, די שרעקעדיגע ארטיקלן, די גראפישע בילדער, זענען שעדליך פארן גוף, פארן געזונט, פארן הארץ, און ס'נישטא קיין שום מצוה דאס צו דורך לייענען.
מיר דארפן זיך מתגבר זיין אויף די נייגער און פארגינען דעם נפש מנוחה, שטרענג איהם נישט איבער מיט אומנויטיגע צער ועגמת נפש. אונז האמיר גענוג דאגות! לאמיר זיך פארגינען רואיגקייט.
דאס איז בגשמיות.

2) ברוחניות, ס'איז היינט א וועלט פון קליפ'ס, מען שטייט און מען קוקט איבער די קליפס נאכאמאל און נאכאמאל, מען באטראכט דאס און יענץ, און מען לעבט איבער די פחדים, ביז מען געוואוינט זיך צו צו די מחזה.
זיך צוקוקן צו מעשי אלימות ומעשי רציחה, שטימט נישט מיט אן איידעלע אידישע נפש, ס'איז ברור אז ווי מער מען קוקט אזעלכע קליפ'ס שאדט דאס פארן נפש הרוחני באופן גרוע מאוד, ס'ברענגט אריין אכזריות, כעס, און הארצלאזיגקייט. ודי בזה

3) במשך פון די טעג זענען נתפרסם געווארן, סיי אפיציעל און סיי אומאפציעל, פארשידענע בילדער פון די באטראפענדע אין פארשידענע מצבים. ס'איז ברור אז ווען מען פרעגט רשות וואלט מען דאס קיינמאל ערלויבט מפרסם צו זיין. פארוואס איז דאס אזא שטח הפקר? פארוואס שפירט א מענטש אז ווייל יענער איז אין א מצב פון צער איז זיין נפש הפקר און א נחלת הכלל? ווי איז דאס געהערט געווארן ארויסצוגעבן בילדער פאר די גאס און פאר די פרעסע פון אן אשה חשובה וצנועה וועלכע איז ליידער אומגעקומען? ווי איז דאס געהערט געווארן צו פארשפרייטן בילדער פון צוויי קליינע מיידלעך זיצן שבעה? זענען טאקע נישט פארהאן קיינע גדרים? אתמהה!

והחי יתן אל לבו.
!want to be good
שר חמש מאות
תגובות: 698
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 06, 2019 5:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך !want to be good »

מיינע טייערע חברים בניו של הקדוש ב''ה!
די מחשבות זענען נאך אין טאטאלען שאק, די הרגשים פארפרוירן, און די טרערן-קוואל פארשטאפט, נאך די שווערע און אכזריות'דיגע און אומבאשרייבליכע רציחה אין וועלכע צוויי נידריגע בריות זענען געקומען מיט א מחשבה תחילה צו אוועקשניידן הערליכע צווייגעלעך פון כרם בית ישראל, ועלתה בידם רח''ל.
די רעיונות און געדאנקען זענען אנגעלייגט ווי א אפיס דעסק נאך 8 טעג יום טוב אנגעפילט מיט כל-ערליי דאקומענטן, ווען מען ווייסט נישט צו וועלכע זיך קודם צו קערן, לאמיר זיך אביסל אויסשרייבן דא ווייל דאגה בלב איש ישיחנה לאחרים, ואשיחה וירווח לי,

מי חשיד קודשא בריך הוא דעביד דינא בלא דינא!  
די גמרא זאגט אין מסכת ברכות, רב הונא תקיפו ליה ארבע מאה דני דחמרא על לגביה רב יהודה אחוה דרב סלא חסידא ורבנן, ואמרי לה רב אדא בר אהבה ורבנן. ואמרו ליה לעיין מר במיליה! אמר להו ומי חשידנא בעינייכו? אמרו ליה מי חשיד קודשא בריך הוא דעביד דינא בלא דינא? עיי''ש.

ווען מקוקט דארט איז מבואר אז די הייליגע אמורא רב הונא האט נישט געהאלטן אז עס איז דא אפילו ''איין'' סרך פגם ''בכל מעשיו'', און ווען רב יהודה האט אים געזאגט: זיי מעיין אין דיינע מעשים, האט ער אים גענפערט צו דען בין איך חשוד אין דיינע אויגן?? האט אים אבער רב יהודה געזאגט איין זאץ וועלכע רב הונא האט אנגענומען און מודה געווען לדבריו, און דאס איז זיינע ווערטער: מי חשיד קודשא בריך הוא דעביד דינא בלא דינא! צו דען איז די בורא עולם יא חשוד אז ער וועט טון א זאך וואס קומט זיך נישט?????

ווען איך הייב אן צו פארדייען די שוידערליכע פאסירונג, צום ערשט האק איך זיך אריין אין מחשבה איינמאל און נאכאמאל, ''ומי חשיד קודשא בריך הוא דעביד דינא בלא דינא??'' אונז זענען מיר מיליאנען ליכט-יארן ווייט פון רב הונא, אבער די ווערטער איז די זעלבע.   יא די אייבערשטער האט דערלאנגט ''צוויי'' הילכיגע פרעסק, וועלכע האבן אפגעקלינגען מסוף העולם ועד סופו, און יא, עס איז אמת אז אונז פארשטייען נישט פארוואס פונקט זיי, אבער דאס איז קלאר געווען א געצילטע פראסק פונעם בורא עולם צו כלל ישראל, 

ר' יחזקאל לעווינשטיין זכר צדיק לברכה איז אמאל געווען ביי א לויה, האט ער געזאגט ביים הספד (זה רק תוכן דבריו) רבותי דא ליגט נישט קיין מת, דא ליגט חטא!!! די זעלבע איז יעצט ביי די טראגעדיע, מי חשיד קודשא בריך הוא דעביד דינא בלא דינא? נאר וואס דען, דא ליגט חטא! הוי ומי יאמר ידינו לא שפכו את הדם הזה, יעדער דארף ווערן בעסער כאטש מיט איין זאך.

ווי הייבט מען אן????
מיינע מחשבות זענען מיר געלאפן ווי אין א מאריטאן, וועלכע זאך האט די אייבערשטער געמיינט? ליידער האב איך אסאך פלעצער צו ארבעטן און צו זיך פארבעסערן, און מיין יצר טוב האט הונדערטע אקטיווע בילדינ''ג סייט''ס ווי ער דארף ארומגיין יעדן טאג צו זיכער מאכן אז עס איז דא פראגרעס, ווי הייבט מען אן?? 

איך האב מיך דערמאנט פון א ידיד מיינער וועלכער איז ליידער זייער זייער א פארשלעפער איד, און זיין צוקראכנקייט האט אים געפירט צו א פארקלאוזשע''ר ווייל ער האט פשוט נישט געצאלט בזמן, און ער האט באקומען די בריוו פונעם באנק מיט שרייעדיגע ווערטער אז היות ער איז שולדיג אין מאה השישי אריין און ער צאלט נישט זיין התחייבות, גייען זיי אים אוועקנעמען זיין חזקת הבתים, די איד איז געווארן דערשראקן עד דכדוכו של נפש, ווי שאפט ער יעצט $600,000, האט אים איינער געזאגט, דו ביזט טאקע שולדיג 6 מאות, אבער אויב הייבסטו צוריק אן צו צאלן די קליינע חודש'ליכע סכום פון 2 אלפים דאן וועלן זיי דיר אפלאזן, זיי ווילן נישט דיין הויז, זיי מיינען נאר אז דו זאלסט צאלן תמידים כסדרן.

איך האלט נאך אינמיטן, אבער מיין פעדער האט גע'חלש'ט ווען ער האט געהערט איבער די ווייבל וואס זיצט שבעה נאך איר בן יחיד, און אויף איר מאן. וידם אהרן. מה נאמר. מה נדבר. 
אוועטאר
גיב א שמייכל
שר חמש מאות
תגובות: 817
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 12, 2019 2:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גיב א שמייכל »

!want to be good האט געשריבן:וידם אהרן. מה נאמר. מה נדבר. 

זייער גוט געשריבן.

אסאך מאל איז מען אזוי צושוידערט און צומישט, אז מקען זיך אפילו נישט צוזאמנעמען די מחשבה, איז נאר דא איין עצה וידם אהרן מאיז מקבל די גזירה מן השמים
איך שמייכל נישט ווייל איך בין פרייליך...
איך בין פרייליך ווייל איך שמייכל!
אוועטאר
פריילאך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3088
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 10, 2009 8:45 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פריילאך »

https://www.torahanytime.com/#/lectures?v=97086

הרב ר' אברהם מרדכי מלאך שליט"א
מען זאגט לחיים און מ'איז פריילאך, און מען גייט א קאראהוט
טעבלעט
שר העשר
תגובות: 26
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 15, 2019 2:05 pm

#כח היחיד קאמפיין לעילוי נשמת הקדושים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעבלעט »

שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”