אנקעטע: פארוואס האב איך נאך א סמארטפאו"ן

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

פארוואס האב איך נאך א סמארטפאו"ן?? (און נישט א טעבלעט)

ווייל כ'קען מיך באמת נישט באגיין מיט א טעבלעט, נאר מיט א סמארטפאו"ן
26
17%
ווייל ס'איז אומבאקוועם
19
12%
ווייל כ'זעה נישט די תועלת פון די טויש
59
38%
ווייל אזוי וויל איך (ס'איז אלעס אמת, אבער מיין ווילן איז גובר די תועלת)
18
12%
כ'דארף טאקע טוישן אפילו ס'איז אומבאקוועם
32
21%
 
סך הכל שטימען: 154

אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר ששת אלפים
תגובות: 6378
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 08, 2017 4:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דניאל אויערבאך »

רודף שלום האט געשריבן:אויב דו מוזט נישט האבן קיין סמארטפאון, נאר א טעבלעט איז דיר גענוג, וויאזוי ווייסטו יעצט פאר "א פאקט" אז יענער דארף עס אויך נישט האבן? וואס פאלט דיר ביי אז יענער נוצט עס פאר די זעלבע זאך ווי דו?

איך האב פרובירט א טעבלעט. It didn't serve the purpose. נוץ איך א בעיסיק פאון צו רעדן און טעקסטן, און א סמארטפאון פאר א "טעבלעט", ס'האט סאך א בעסערע פראסעסאר, און די features וואס איך דארף פאר מיין ארבעט. ווען איינער שרייבט אז א טעבלעט איז גענוג, ווייס איך אז ער ארבעט אין א אנדערע אינדוסטרי ווי איך.

און אויך אז רוב טעבלעטס האבן נישט קיין נארמאלע קעמערע
אוועטאר
שפע רב
שר האלף
תגובות: 1663
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 06, 2018 11:20 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפע רב »

בליץ האט געשריבן:צום קעפל איר הייבט אן לאמיר דעבאטירען… אלזא לאמיר טאקע

איך קען דיר זאגען אסאך מעלות לגבי אידיש קייט פון האבן א סמארט פאן איבער א טעבלעט
ווי אויך האט די טעבלעטס געוויסע מעלות
אלזא מיר מיינען אלע דעם באשעפער, ברויך יעדער טון וואס עס בעסער פאר ״זיין״ רוחניות…

איך בין זיכער אז אפילו דער פותח האשכול מיט די טעבלעט אגענדע האלט אויך אז אויב עס איז פאר אים נישט קיין שום רוחניות תועלת צו טוישן נאר אפשר פארקערט זאל מען אוואדאי נישט טוישן


וואלט געווען אינטערסאנט צו הערן דיין סברה. טייל מיט מיטן עולם. פארוואס איז איין סמארטפאון פאר ALL DAY USE בעסער ווי א פליפ פאון צו רעדן/טעקסטן מיט א טעבלעט פאר ביזנעס USE

כ'וועל גיין פתיחה. די ערשטע מעלה, ס'איז ביליגער...
קאטאגאריש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 266
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 6:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאטאגאריש »

אין נאך א מעלה איז, אז סמארט פאונס האט כמעט יעדער פילטערס ווייל די מוסדות האלטן חשבון, אין טעבלעטס איז גרינגער צי האבען אן א פילטער
סמיינט נישט אז איך האלט פארקערט
I just like playing devils advocate
אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2814
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חושב מחשבות... »

איך האב טאקע יא נאר א טעבלעט.
סוף מעשה במחשבה תחילה.
Programming
שר שלשת אלפים
תגובות: 3152
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 8:53 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Programming »

קאטאגאריש האט געשריבן:אין נאך א מעלה איז, אז סמארט פאונס האט כמעט יעדער פילטערס ווייל די מוסדות האלטן חשבון, אין טעבלעטס איז גרינגער צי האבען אן א פילטער


אבער א דאנק די פעולות פון די חשוב'ע עסקנים אז מען זאל האלטן די סמארטפאון בצינעה און האבן נאך א פאון, איז שוין אזוי דער מנהג ביי פילע אז ווען מען דרייט זיך צווישן מענטשן וואס האבן די פראבלעמען נעמט מען נישט ארויס דעם סמארטפאון. איז שוין אוועק געפאלן די מעלה אויך.

(אין א וועג איז עס ממש קאמיש; אין אנפאנג איז עס געווען דער 'עצת היצר' צו האבן 2 פאון'ס, איינס פאר די מוסדות און איינס פאר זיך, בעת היינט איז עס גאר א מעלה און א פרומקייט. הצד השווה שבהם אז ס'איז נישט ווי עס ברויך ווען צו זיין - אוועק שטעלן א סטאנדארט אז ממש יעדער האט א פילטער השוה לכל נפש אויף אלע זיינע כלים)
צו לייקן אדער דיסלייקן די תגובה, מאכט א רייט קליק אויף די ווייסע קעסטל נעקסט צו די טיים סטעמפ העכער די תגובה און קאפי'ט די לינק אדרעס. אלע 5'ס (5, 15, 25, 105, 1005 א.א.וו.) זענען לייקס, 10'ס (10, 100, 1000 א.א.וו.) זענען דיסלייקס.
אוועטאר
שאינו יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6762
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאינו יודע »

אלס איינער וואס גייט דורך יעדע נאכט א שיינע שטרעקע אין וויליאמסבורג און זענדיג די יונגעליייט וואס זיצן אין קארס קוקענדיג ווידיאוס אויף טעבלעטס, וואלט איך פארגעשלאגן אלס א קבלה טובה צו נעמען נאר סמארטפאונס און אוועקווארפן די טעבלעטס
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 30746
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

שאינו יודע האט געשריבן:אלס איינער וואס גייט דורך יעדע נאכט א שיינע שטרעקע אין וויליאמסבורג און זענדיג די יונגעליייט וואס זיצן אין קארס קוקענדיג ווידיאוס אויף טעבלעטס, וואלט איך פארגעשלאגן אלס א קבלה טובה צו נעמען נאר סמארטפאונס און אוועקווארפן די טעבלעטס

פארוואס? ווייל קוקן ווידיאוס אויפן סמארטפאון אינדערהיים (אן האבן דער 'אישו' אז שאינו קען אויך זען וואס ער זעט...) אויפן קאוטש, אין בעט, אדער אינעם פריוואטן צימער איז טאקע אסאך בעסער?...

איך האב נישט קיין מיינונג אויף דעם עצם נושא עכט, אבער דיין ארגיומענט איז נישט זייער צודערזאך.
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
טעבלעט
שר העשר
תגובות: 26
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 15, 2019 2:05 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעבלעט »

Of course האט געשריבן:
Think and Thank האט געשריבן:
טעבלעט האט געשריבן:מ'קען האבן 'אלע' עפפס אויף א טעבלע''ט.

גראדע איז דא אומצאליגע עפפס וואס ארבעטן נישט אויף טעבלעטס. אלס טעבלעט וואלסטו געמעגט וויסן אזויפיל.



ווען איך קען ווען האבן וואטסעפפ אויף א טעבלעט וואלט איך זיכער געטוישט.


מ'קען האבן וואטסעפפ געהעריג היינט אויף וואטסעפפ. נישט איינס נאר צוויי! (ביזנעס + רעגולער וואטסעפפ. די ביזנעס ארבעט אפעציעל אויך אין טעבלעטס, די געהעריגע וואטסעפפ דארפסטו ארבעטן מיט גדר/משומר עס צו טון דורך APK.

דערווייל געהערט פון נאר איין עפפ וואס מיר היימישע אידן קענען נוצן און ס'ארבעט נישט אויף א טעבלעט. די קאר טו גאו'ס עפפ:
Think and Thank האט געשריבן:
למעלה משבעים האט געשריבן:
Think and Thank האט געשריבן:
למעלה משבעים האט געשריבן:
Think and Thank האט געשריבן:גראדע איז דא אומצאליגע עפפס וואס ארבעטן נישט אויף טעבלעטס. אלס טעבלעט וואלסטו געמעגט וויסן אזויפיל.

וואס ארבעטן נישט, אדער וואס מען קען נישט דאונלאודן פון פלעי סטאר? ווי ווייט איך ווייס ארבעט עס יא, נאר מען דארף עס אינסטאלירן דורך דאונלאודן אן APK.

איך האב אויך אזוי געמיינט ווען איך האב אינסטאלד קאר טו גאו'ס עפפ דורך די APK. עס ארבעט אבער נישט.

כ'האב נישט קיין טעבלעט צו פראבירן, ס'איז מיר אבער זייער אינטרעסאנט וואס איר זאגט. איר האט פראבירט זיכער מאכן אז ס'האט נישט מיטן פילטער וכדו'?

יאפ. עס ארבעט נישט אפילו אויף א גענצליך אומגעפילטערטע טעבלעט.


קומט היינט אריין די ברעכנדיגע נייעס אז:
Car2Go will soon be gone from ... North America
One week before Christmas, the car-sharing service announces it will cease operations Feb. 29, eliminating an unspecified number of jobs

https://montrealgazette.com/news/local- ... th-america
טעבלעט
שר העשר
תגובות: 26
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 15, 2019 2:05 pm

כ'בעט מחילה פארן גאנצן אשכול. מ'דארף ווען איבערמאכן די וואלן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעבלעט »

די נקודה איז נישט גוט געווארן ארויסגעברענגט. די פוינט איז נישט טעבלע''ט VS סמארטפאון.

די עיקר נקודה איז -און כ'מיין אז כמעט יעדע רב ומורה הוראה האלט אזוי- אז מ'זאל נוצן די סמארטפאון נאר פאר ביזנעס און די פריימערי פאון וואס מ'נוצט אינדערהיים, אין ביהמ''ד, ביי אבות ובנים, ביים שיעור, וואס מ'בארגט פאר משה'לע ווען מאמי האט די קארדלעס, זאל זיין א כשר'ע פאון. (מיין רב האט כמה פעמים דאס פארלאנגט ברבים).

און ווער ס'וויל זיך טענה'ן אז א סמארפאו'ן דיסטרעקט נישט די מוח (מער ווי א פליפ פאו'ן) אוועק פון די קינדער, פונעם דאווענען, אדער פון די שטוב, האב מיר דא גאנץ קלוגע גוים א שטייגער ווי ווארען באפעט וואס קריגן זיך מיט עם: https://www.marketwatch.com/story/move- ... 2017-09-12
אוועטאר
שאינו יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6762
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאינו יודע »

קנאפער ידען האט געשריבן:
שאינו יודע האט געשריבן:אלס איינער וואס גייט דורך יעדע נאכט א שיינע שטרעקע אין וויליאמסבורג און זענדיג די יונגעליייט וואס זיצן אין קארס קוקענדיג ווידיאוס אויף טעבלעטס, וואלט איך פארגעשלאגן אלס א קבלה טובה צו נעמען נאר סמארטפאונס און אוועקווארפן די טעבלעטס

פארוואס? ווייל קוקן ווידיאוס אויפן סמארטפאון אינדערהיים (אן האבן דער 'אישו' אז שאינו קען אויך זען וואס ער זעט...) אויפן קאוטש, אין בעט, אדער אינעם פריוואטן צימער איז טאקע אסאך בעסער?...

איך האב נישט קיין מיינונג אויף דעם עצם נושא עכט, אבער דיין ארגיומענט איז נישט זייער צודערזאך.



די נקודה איז אז עס אייז די זעלבע זאך (פאר ווידיאוס אביסל בעסער מיט א גרעסערע סקרין) וואס מען קען נישט מאניטערן היות קיינער ווייסט נישט און די מוסדות קענען עס נישט נאכגיין. בנוסף וואס עס קאסט פרוטות און היינט אין וויליאמסבורג איז דא אומזיסט ווייפיי אויף אסאך פלעצער.
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 30746
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

שאינו יודע האט געשריבן:
קנאפער ידען האט געשריבן:
שאינו יודע האט געשריבן:אלס איינער וואס גייט דורך יעדע נאכט א שיינע שטרעקע אין וויליאמסבורג און זענדיג די יונגעליייט וואס זיצן אין קארס קוקענדיג ווידיאוס אויף טעבלעטס, וואלט איך פארגעשלאגן אלס א קבלה טובה צו נעמען נאר סמארטפאונס און אוועקווארפן די טעבלעטס

פארוואס? ווייל קוקן ווידיאוס אויפן סמארטפאון אינדערהיים (אן האבן דער 'אישו' אז שאינו קען אויך זען וואס ער זעט...) אויפן קאוטש, אין בעט, אדער אינעם פריוואטן צימער איז טאקע אסאך בעסער?...

איך האב נישט קיין מיינונג אויף דעם עצם נושא עכט, אבער דיין ארגיומענט איז נישט זייער צודערזאך.



די נקודה איז אז עס אייז די זעלבע זאך (פאר ווידיאוס אביסל בעסער מיט א גרעסערע סקרין) וואס מען קען נישט מאניטערן היות קיינער ווייסט נישט און די מוסדות קענען עס נישט נאכגיין. בנוסף וואס עס קאסט פרוטות און היינט אין וויליאמסבורג איז דא אומזיסט ווייפיי אויף אסאך פלעצער.

דאס שרייבסטו יעצט און דאס קען זיין ריכטיג.

פריער האסטו געשריבן אז היות דו זעסט (מינינג טו סעי היות עס איז דא) מענטשן וואס ווייל זיי האבן טעבלעטס בלייבן זיי זיצן אינדרויסן אין קאר און וואטשן ווידיאוס, און דערפאר איז א סמארטפאון גאר אסאך בעסער. און דאס איז נישט ריכטיג ווייל אויב עפעס די מיט סמארטפאון קוקט נאך אזוי סאך ווידיאו נאר עס איז אינדערהיים ווען עס שטערט די משפחה און ווען קיינער קען נישט זען וואס ער קוקט (אנדערש ווי דער וואס קוקט אין קאר).
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
אוועטאר
Think and Thank
שר חמשת אלפים
תגובות: 5672
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 09, 2018 11:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Think and Thank »

טעבלעט האט געשריבן:דערווייל געהערט פון נאר איין עפפ וואס מיר היימישע אידן קענען נוצן און ס'ארבעט נישט אויף א טעבלעט.

און בעיסד אויף די הנחה אז 'דו' ווייסט נישט פון קיין אנדערע עפפס וואס ארבעטן נישט אויף קיין טעבלעטס, מוז דאך זיין אז אלעס אנדערש ארבעט יא, מוז זיין אז יעדער קען נוצן א טעבלעט אנשטאט א סמארטפאון.
איך האב ארויס די לאגיק?
אלעס וואס איך שרייב צו פארענטפערן די מדינה איז נאר אלס פאליטיק, כאילו ס'וואלט געווען א גוי'אישע לאנד. למעשה טאר די מדינה נישט עקזיסטירן קיין רגע און דעריבער וועט קיין שום העברת פי ה' נישט מצליח זיין. די אייציגסטע וועג ארויס איז גענצליך אויפגעבן די מדינה.
טעבלעט
שר העשר
תגובות: 26
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 15, 2019 2:05 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעבלעט »

טערסאנט אז דו קענסט שרייען אבער קיין משל נישט געטראפן. כ'האב שוין געשריבן אז אלע בענק, אנליין ווי עמעזאן סעללער, אליבאבא, וכו', און ריעל עסטעיט וכו', און בדרך כלל אלעס וואס מיר אלע נוצן, קען מען געהעריג האבן אויף א טעבלעט.

יעצט גיי זוך אפיר עפעס אן עפפ וואס מ'קען נעבעך נישט האבן.

קעדילעק האט געשריבן:נישט צום גלייבן ווי שטארק נגיעות קען פארדרייען נארמאלע קלוגע מענטשן, מענטשן זענען אזוי צוגעבינדן צום סמארט פאון אז מ'קען רעדן אזעלכע אומריכטיגע שטותים אוועק צו מאכן יעדע ברעקל קריטיק אדער התעוררות, צוליב די נגיעה און קשר אדיר וחזק צום סמארט פאון.

נ.ב. איך נוץ מיין (געפילטערטע) סמארט פאון אין קאר אדער אין ביזנעס, איך רעד אויף א בעיסיק פאון, איך קלער יא שוין א צייט צו טישן אויף א טעבלעט, אבער רוב מענטשן וואס האבן סמארט פאונס טוען נישט אזוי.
אוועטאר
כשרע טעלעפאן
שר חמש מאות
תגובות: 666
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 15, 2018 1:35 pm

הארץ רייסנד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כשרע טעלעפאן »

א מיוזיק ווידיאו פון הרה"ג רבי יואל ראטה שליט"א וועגן דעם ענין https://www.dropbox.com/s/tty0toi1exiew ... o.mp4?dl=0
דער צמח צדק האט אמאל געזאגט: טראכט גוט, וועט זיין גוט.
וויל וועלן
שר חמש מאות
תגובות: 663
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 01, 2016 1:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויל וועלן »

כשרע טעלעפאן האט געשריבן:א מיוזיק ווידיאו פון הרה"ג רבי יואל ראטה שליט"א וועגן דעם ענין https://www.dropbox.com/s/tty0toi1exiew ... o.mp4?dl=0


נישט פאר שוואכער הערצער... אזאנס מיטגעוויינט...!
אוועטאר
כשרע טעלעפאן
שר חמש מאות
תגובות: 666
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 15, 2018 1:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כשרע טעלעפאן »

וויל וועלן האט געשריבן:
כשרע טעלעפאן האט געשריבן:א מיוזיק ווידיאו פון הרה"ג רבי יואל ראטה שליט"א וועגן דעם ענין https://www.dropbox.com/s/tty0toi1exiew ... o.mp4?dl=0


נישט פאר שוואכער הערצער... אזאנס מיטגעוויינט...!

איך אויך, ליידער ליידער האב איך עס מיטגעלעבט ביי מיר, אבער ב"ה נישט פאר צולאנג, עס אוועקגעווארפן און מיינע קינדער האבן אויפגעלעבט.
דער צמח צדק האט אמאל געזאגט: טראכט גוט, וועט זיין גוט.
טעבלעט
שר העשר
תגובות: 26
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 15, 2019 2:05 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעבלעט »

געטוישט אביסל די קעפל.

האבן א פליפ פאון אלס די פריימער''י געהעריגע נומבער און 'אויך' א סמארטפאו'ן פאר ביזנעס, איז זיכער א מדריגה בעסער ווי נאר האבן א סמארטפאון, אויף וואס מ'גייט אויפהייבן ווען מ'לערנט/שמועסט מיט די קינדער/ זינגט די נירות חנוכה (ווען ס'א וויכטיגע קאל פארשטייט זיך) 'און אזוי אין איינוועגס קוקן די אפדעיטע''ד סטעטוס..' וכו'.
טעבלעט
שר העשר
תגובות: 26
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 15, 2019 2:05 pm

תכלית. סעלושענס!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעבלעט »

די אינפא האבן מיר באקומען פון משומר. ותשוח''ח להם. אבער עס איז נישט פון 2019.

אויב איר פרובירט עפעס און איר זעהט אז עס איז שוין היינט אומנוצבאר, ביטע לאזט דא וויסן.

ווער ס'קען צוגעבן עצות אדער תיקונים, למצוה גדולה יחשב.

בס''ד
צוויי טעלעפאנס

.1
צום ערשט איז פארהאן די פשוט'ע וועג; נעמליך אריבערצופירן אייער אלטן סעל-נומער צום בעיסיק-פאון, וואס יענץ זאל פון היינט און ווייטער ווערן "דער טעלעפאן צום רעדן", בעת דער סמארטפאון באקומט א נייעם נומער, וואס איר גיט נישט ארויס פאר קיינעם, און דאס ווערט רעזערווירט בלויז פאר אימעיל און ביזנעס קארעספאנדענץ.

אבער אין פאל איר ווילט יאָ קענען ניצן אייער סמארטפאון אויך צום רעדן, צום ביישפיל ווען מ'איז אין קאר און אין געשעפט וכדומה, און איר ווילט נישט קיינמאל פארלירן קיין פון-קאלס נישט אויפ'ן סמארטפאון און נישט אויפ'ן בעיסיק-פאון, איז אויף דעם פארהאן אַ טעכנישער מהלך.

.2
בלויז פאר קאלס - אן טעקסט - אויב דארפט איר נישט צוקומען צו קיין טעקסט מעסעדזשעס, נעמט א צווייטע בעיסיק פאון, און איר קענט פארווארדן אייער סמארטפאון צו דעם נומער, דורכ'ן דריקן *71 ביי ווערייזאן, און דערנאך דעם נומער פון אייער בעיסיק-פאון. דאס וועט אויטאמאטיש אריבערפירן אלע קאלס, סיי ווען איר ווילט עס איינשטעלן, צו אייער בעיסיק פאון.
3
. פאר "קאלס" קענט איר ניצן דעם "ווערייזאן איידי סופארט" וואס איז אוועילעבל אויף ווערייזאן ביזנעס אקאנוטס, און האט די אפציע פון טוישן דעם "קאלער איידי" נאמען וואס קומט ארויף אויפ'ן סקרין.

פאר טעקסט קען מען ניצן א ספעציעלע "עפ" צו פארווארדן די טעקסט-מעסעדזשעס צו אייער בעיסיק סעלפאון. עס איז פארהאן פילע ע ס וואס קען דאס טון אויפ'ן סמארטפאון, אדער אויף "טאבלעטס" קען מען אריינגיין צו די טעקסט מעסעדזשעס אויפ'ן ווערייזאן מעסעדזשינג עפ.

פאלגענד איז עטליכע עפס ספעציעל פאר טעקסט מעסעדזשינג:***


.4

פאלגענד איז איז א נאך אן אפציע פאר ספרינט וכד':

בס''ד
1 . איר גייט אַ ריין צו אייער גוגל אקאונט, און איר עפענט א נייעם נומער, אַ "גוגל וואויס" נומער, וואס וועט מהיום והלאה ווערן אייער צענטראלער סעל-נומער, וואס איר גיט ארויס פאר יעדן אז דאס איז דער נומער אייך צו רופן.

2 .איינמאל איר האט באקומען אייער נייעם נומער, גייט איר אריין צו די "סעטטינגס" ביי גוגל וואויס, און איר טעלט אן אז דער נייער נומער זאל קלינגען צו אייערע ביידע טעלעפאנען; דער סמארטפאון און בעיסיק פאון.

יעצט, זענט איר שוין מסודר מיט'ן ערשטן חלק, אז איר וועט "באקומען" אלע פאון-קאלס ווען איינער זוכט אייך, אויף אייערע ביידע טעלעפאנען. דאס טייטש איר קענט לאזן אייער סמארטפאון אין קאר און אריינגיין אין שטוב, ווען אלע קאלס קומען אָ ן ווייטער צום בעיסיק-פאון. די זעלבע ווען איר זענט אין קאר, וועלן אלע פאון-קאלס אנקומען אויך צו אייער סמארטפאון, און איר קענט נעמען וועלכע עס איז אייך גרינגער אויפצוהייבן.


אבער, יעצט דאַרף מען מסדר זיין דעם צווייטן חלק, נעמליך, אז ווען איר רופט "ארויס" צו א צווייטן; איר ווילט צוריקרופן צו אַ פארלוירענעם קאל, דאן דארפט איר דאך ניצן אייער אייגענעם טעלעפאן, און איר ווילט דאך נישט אז ס'זאל ארויסקומען דער נומער פון אייער פאון אויפ'ן "איי.די.", ווייל דעמאלט וועלן מענטשן אייך ווייטער צוריקרופן אויף דעם נומער, און איר זענט ווייטער אויסן צו פארלירן קאלס.

אויף דעם איז דער מהלך ווי פאלגענד:

איר בעט פון אייער קאנטאקט זאל אייך אריינשיקן א "טעקסט מעסעדזש" צו אייער נייעם "גוגל וואויס" נומער. ווען דער טעקסט מעסעדזש קומט אריין צו אייך, ערשיינט עס ווי פאלגענד: עס קומט אריין דורך אַ נייעם "ווירטואלן" נומער, וואס גוגל האט ערצייגט ס עציעל פאר דעם קאנטאקט, און אינעם מעסעדזש גופא שטייט אריינגעשריבן, אז דער מעסעדזש איז געשיקט געווארן צו אייך דורך דעם נומער פון ווער ס'האט עס אייך געשיקט.

צום ביישפיל: לאמיר זאגן אייער "גוגל וואויס" נומער איז 347 (623-509 ,יעצט, ווען אייער בעל הבית שיקט אייך א טעקסט מעסעדזש צו דעם נומער, וועט עס אנקומען צו אייך דורך א נייעם ס עציעלן "גוגל" נומער וואָ ס גוגל האט ערצייגט ס עציעל פאר דעם קאנטאקט, למשל 8047-676-972 .און אין דעם מעסעדזש איז אריינגעשריבן אז דער מעסעדזש איז געשיקט געווארן דורך אייער בעה"ב.

יעצט, סעיווט איר אריין דעם נייעם נומער וואס איר האט יעצט באקומען פון גוגל, אויף אייערע "ביידע" טעלעפאנען" אז דאס איז דער נומער מהיום והלאה מיט אייער בעל הבית, סיי פאר טעקסט און סיי פאר קאלס; סיי אריין און סיי ארויס. און ווען איר רופט אייער בעה"ב דורכ'ן רופן דעם, וועט ארויסקומען אויף זיין איידי בלויז אייער נייער צענטראלער "גוגל וואויס" נומער.

די זעלבע איז מיט אלע אייערע קאנטאקטן. אין קורצן: איר בעט איינמאל פון אייער קאָ נטאַ קט אייך צו שיקן אַ "טעקסט" צו אייער נייעם צענטראלן "גוגל וואויס" נומער; עס קומט אָ ן צו אייך, צו ביידע טעלעפאנען, פון אַ נייעם נומער וואס ערשיינט, איר סעיווט דאָ ס אַ ריין צו ביידע טעלעפאָ נען צו דעם קאָנטאקט, און מהיום והלאה ווען איר ווילט אים קאלן רופט איר אים דורך דעם נומער, און עס וועט אלעמאל גיין דורך "גוגל וואויס".

אזוי מאכט איר זיכער אז סיי ווען, אלעמאל, באקומט איר אלע טעלעפאן-קאלס אויף ביידע טעלעפאנס, און די זעלבע ווען איר ווילט ארויסרופן, וועט ארויסקומען אויפ'ן "איי.די." ביי יענעם אייער צענטראלער "גוגל וואויס" נומער, וואס מאכט זיכער אז אלע אייערע קארעס אנדענץ איז מסודר און קומט אָ ן צו אייערע ביידע טעלעפאנען.






VZW message app.
http://www.verizonwireless.com/solution ... -messages/

Following are some forward SMS apps:
https://play.google.com/store/apps/deta ... oid.mirror

https://itunes.apple.com/us/app/mysms-m ... 57282?mt=8

For tablet:
https://play.google.com/store/apps/deta ... oid.tablet
אוועטאר
בשבילי נברא
שר תשעת אלפים
תגובות: 9224
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 18, 2010 10:53 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בשבילי נברא »

די עצה פון גוגל וואויס דורך ספרינט איז שוין מער נישט פארהאן.

גוגל האט אויפגעהערט Google Voice integration מיט ספרינט טעלאפן נומבערס שוין א שטיק צייט צוריק.
---
אוועטאר
שפע רב
שר האלף
תגובות: 1663
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 06, 2018 11:20 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפע רב »

די מהלך פון ווערייזען ארבעט נאך יא?

רוב עולם האט סייווי מער נישט ספרינט פליפ פאונס. ס'איז נישט דא קיין איין כשר'ע 4G פון זיי. אויסער ווער ס'האט נאך די אלטע סחורה 3G וואס ארבעט שוין נישט אזוי איי-איי-איי.
אוועטאר
וועלטניק
שר האלפיים
תגובות: 2811
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2015 5:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וועלטניק »

איך זעה אז ס'איז געטוישט געווארן דער קעפל פונעם אנקעטע, ס'איז אבער נישט ריכטיג ווייל דאס טוישט די משמעות פונעם קשיא, און ענטפערס פון בעפאר איז נישט גילטיג
למשל אויב האט איינער א געהעריגע סמארטפאון פאר ביזנעס אלץ כלי שני און זיין תירוץ איז געווען לאמיר זאגן נומער איינס, לויט די יעצטיגע שאלה גייט ער בכלל נישט אריין אין די קאטעגאריע
אוועטאר
milech fried
שר האלף
תגובות: 1107
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 14, 2016 9:59 am
לאקאציע: checkmate in 1
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך milech fried »

א יונגל פרעגט זיין טאטע: טאטי דעיס איז א סמארטפאון?
טאטע: ניין שעפעלע ח"וו דאס איז א קליינע טעבלעט
וויאזוי צו שפילן שאך

שלעכטע נייעס פאר ביידן! סאיז דערנאך מיט טראמפ... צייט פאר א קריסטי אדמיניסטראציע!
חומש
שר מאה
תגובות: 120
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 24, 2019 9:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חומש »

Thanks a lot "tablet" it was very clear I'll use this information
yid
שר האלף
תגובות: 1876
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 08, 2011 6:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך yid »

בארימטער זינגער אראפ פון וואטסעפ

עס איז מיר כמעט געקומען טרערן ביים הערן

https://www.dropbox.com/s/nrl8bfx9s9xkk ... p.mp3?dl=0
חומש
שר מאה
תגובות: 120
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 24, 2019 9:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חומש »

"טעבלעט" די זאגסט אז מען דארף עפענען א נייע גאגל וואויס וואס דאס ווערט דיין נייע צענטראלע נאמבער האב איך געוואלט צולייגן אז ס'איז דא א אפציע צו טראנספערירן דיין אלטע צענטראלע נאמבער צו גאגל וואויס און דערנאך טאָן דאס וואס איר האט געזאגט קומט אויס אז איר קענט בלייבן מיט אייער אלטע נאמבער וואס איז שוין באקאנט פאר יעדן
שרייב תגובה

צוריק צו “סעלפאונס און טעבלעטס”