זיי נישט קיין בהמה - מח שליט על הלב - קורצע געדאנקן און טיפס.

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
היימישער הייקער
שר האלף
תגובות: 1635
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 08, 2019 5:07 pm

זיי נישט קיין בהמה - מח שליט על הלב - קורצע געדאנקן און טיפס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער הייקער »

ומותיר האדם מן הבהמה - אין, די מענטש איז מער ווי די בהמה, ווייל ער קען זאגן ניין.
אבער קען ער טאקע?

קען דער איבערוואגיגער זאגן ניין צו א קאקאש?
קען דער ארבעטער/בעה"ב זאגן ניין צו אייוועלט א.ד.ג. פאר ער ענדיגט וואס ער דארף?
קען דער פעפער זאגן ניין צו זיין בעט ווען דער וועקער זייגער קלינגט?

ענפער: נישט אזוי פשוט. לאמיר חברים זיך צענויפרעדן מיט עצות און טיפס אויף דעם נושא.
אוועטאר
היימישער הייקער
שר האלף
תגובות: 1635
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 08, 2019 5:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער הייקער »

עמיר גיין צו פתיחה. די מח איז אזוי ווי א מאסעל, עקסערסייז מאכט עס שטארק. געדענק אז יעדעס מאל דו שטארקסט זיך אויף דיין לב, מאכט עס גרינגער די קומענדיגע מאל זיך צו שטארקן.

מיין נישט אז נאר די איין מאל וועסטו איינגעבן צום לב, און נעקסטיים וועסט שוין אויפשטיין באצייטנס. מיט דעם מאכסטו דיין לב שטערקער, און עס וועט נאר שווערער זיין קומענדיגער מאל.
אוועטאר
היימישער הייקער
שר האלף
תגובות: 1635
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 08, 2019 5:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער הייקער »

סחור סחור אמרינן לנזירא. צופיל עקסערסייז אויף איינמאל קען מען נישט מאכן. די פיס האט א לימיט ווי לאנג עס קען לויפן אויף איינמאל, די מח האט א לימיט וויפיל עס קען זיך שטארקן אויף איינמאל. אויב דער ארבעטער/בעה"ב וועט האבן אייוועלט/וואטסעפ/טעלעגרעם אפען אגאנצע טאג, וועט די מח אויפגעבען עט סאם פוינט, און ער וועט זיך זעצן דערויף. אויב דער איבערוואגיגער וועט האבן קאקאש אין אפיס, וועט ער עס אריין אכל'ן עט סאם פוינט. אויף וויפיל עס איז שייך, דארף מען זעהן לכתחלה נישט צו זיין אויסגעשטעלט צום נסיון.
טראק דרייווער
שר האלפיים
תגובות: 2281
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 01, 2009 2:58 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טראק דרייווער »

איש יודע ציד מיר טרינקען מיט דארשט דיינע ווערטער, מאור מאור
ווען משיח וועט קומען וועט קוקן מיט די אויגן די זענען די אויגן וואס האבן ארויסגעקוקט אויף די גאולה און דאס געהאלטן ריין לראות בתפארת עוזך
אוועטאר
היימישער הייקער
שר האלף
תגובות: 1635
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 08, 2019 5:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער הייקער »

היימישער הייקער האט געשריבן:קען דער ארבעטער/בעה"ב זאגן ניין צו אייוועלט א.ד.ג. פאר ער ענדיגט וואס ער דארף?


איך האב שוין באקומען אפאר אישי'ס וועגן דעם, איך זאל שוין שרייבן מער. איך זעה אז דאס איז א נחלת הכלל. דערעמעס איז, אז איך ווייס נישט קיין עצה צו דעם ספעציפישע פראבלעם, ווייל ווי געשריבן, קען א נארמאלער מענטש נישט אנשטרענגן די מח צו זיין שליט על הלב פאר צו לאנג אין א צי. אויב אן איבערוואגיגע מענטש וועט זיך דרייען נעבן קאקאש פאר שעות נאכאנאנד, איז חזקה אז ער וועט צום סוף עסן דערפון. פאר די מענטשן וואס עס ציט אייוועלט וכדו', אויב זיצט ער אויף א קאמפיוטער וואס האט עקסעס דערצו, איז קיין ספק אז ער וועט זיך ארויפזעצן דערויף, איינמאל פריער און איינמאל שפעטער, אין די ארבעט וועט שוין איבערבלייבן פאר מארגן.

אדרבא, אויב איינער האט א פראקטישע עצה, ווי למשל א פילטער וואס לאזט נאר זיין כך וכך צייט אויף א סייט, אדער נאר דורינג לאנטש ברעיק, וכדו', זאל ער לאזן דערוילעם וויסן דערפון.
אוועטאר
היימישער הייקער
שר האלף
תגובות: 1635
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 08, 2019 5:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער הייקער »

טראק דרייווער האט געשריבן:איש יודע ציד מיר טרינקען מיט דארשט דיינע ווערטער, מאור מאור


שקויעך פאר די קאמפלימענט(?)...
אוועטאר
צו געזונט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7052
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש נאוועמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צו געזונט »

אין די ארבעט? איך האב א באדאסטע קאנעקציע...
אפשר דו ביזט גוט מיט דיינע באלעבאטים, אדער אפשר ביזטו א אייגענער באלעבאס און דו האסט א גוטע קאנעקציע
לערנט אייך אויס סקול באס סעיפטי. דאן פראקטיצירט עס מיט אייערע קינדער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
חיים חייקל
שר חמישים
תגובות: 51
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 02, 2019 11:20 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיים חייקל »

היימישער הייקער האט געשריבן:
היימישער הייקער האט געשריבן:קען דער ארבעטער/בעה"ב זאגן ניין צו אייוועלט א.ד.ג. פאר ער ענדיגט וואס ער דארף?


איך האב שוין באקומען אפאר אישי'ס וועגן דעם, איך זאל שוין שרייבן מער. איך זעה אז דאס איז א נחלת הכלל. דערעמעס איז, אז איך ווייס נישט קיין עצה צו דעם ספעציפישע פראבלעם, ווייל ווי געשריבן, קען א נארמאלער מענטש נישט אנשטרענגן די מח צו זיין שליט על הלב פאר צו לאנג אין א צי. אויב אן איבערוואגיגע מענטש וועט זיך דרייען נעבן קאקאש פאר שעות נאכאנאנד, איז חזקה אז ער וועט צום סוף עסן דערפון. פאר די מענטשן וואס עס ציט אייוועלט וכדו', אויב זיצט ער אויף א קאמפיוטער וואס האט עקסעס דערצו, איז קיין ספק אז ער וועט זיך ארויפזעצן דערויף, איינמאל פריער און איינמאל שפעטער, אין די ארבעט וועט שוין איבערבלייבן פאר מארגן.

אדרבא, אויב איינער האט א פראקטישע עצה, ווי למשל א פילטער וואס לאזט נאר זיין כך וכך צייט אויף א סייט, אדער נאר דורינג לאנטש ברעיק, וכדו', זאל ער לאזן דערוילעם וויסן דערפון.


איך וועל פורבירן צו שרייבן אביסל לויט מיין עקספיריענס

1) די ערשטע זאך דארף מען וויסן "פארוואס" וויל איך אויפהערן, וואס איז שלעכט אזוי ווי ביז יעצט, וואס איז די פראבלעים אז איך בין אויף אייוועלט א גאנצע טאג. איך קען וויסן די נייעס די ערשטע מינוט סגעשעהט, (אדער נאך פאר סגעשעהט), אינ'אמתן ווער זאגט בכלל אז סאיז עפעס נישט גוט, ווי קען איך יעצט ארבעטן ווען מענטשן ווערן געשטאכן! איך דארף דאך וויסן צו יוסי געשטעטנער איז גערעכט צו נישט, צו טראמפ פירט גוט אמעריקא צו נישט!

איז די ערשטע זאך פאר אלעס דארף מען זיך גוט איבערטראכטן פארוואס איז עס נישט גוט פאר מיר. די בעסטע זאך איז אויב משרייבט עס אראפ, (סמיז נישט זיין אויפן פאפיר, סקען אויך זיין אויפן קאמפיוטער), למשל, ווי אזוי פיל איך נאך א טאג שטיפן אויף אייוועלט? ווי אזוי וועט מיין באס ראגירן אויב פאקט ער מיך זיצן א גאנצע טאג אויף אייוועלט? (איך רעד נישט וועגן די הלכה חלק, דאס קען מען שרייבן ביי די אשכול פון שאלות אין הלכה, איך רעד וועגן די פראקטישע חלק) וואס וועט געשעהן אויב די ארבעט ווערט נישט געטוהן? וויפיל געלט וואלט איך געקענט מאכן אין די צייט וואס איך פארברענג אויף אייוועלט? און אזוי ווייטער.

2) נאכדעם וואס מווייסט שוין "פארוואס" סאיז נישט גוט פאר מיר, דארף מען זיך מאכן א גדר. די בעסטע זאך איז אויב קען מען אנשטעלן דורוך די פילטער קאמפעני אז מזאל נאר קענען עפענען אייוועלט א האלבע שעה א טאג. אדער קען מען זיך אליין מאכן א גדר, איך וועל נאר זיין אויף אייוועלט דרייסיג מינוט א טאג (אויב פאר איינעם איז עס צו ווייניג קען ער עס מאכן פאר דריי און דרייסיג מינוט...) די בעסטע איז אויב מנעמט די לעצטע האלבע שעה פון טאג, ווייל אויב וועט ער נעמען די ערשטע חלק טאג קען זיך עס פארציען פון א האלבע שעה צו א שעה, און פון א שעה צו צוויי....

3) נאכדעם דארף מען זיך מאכן קנסים. סאיז דא וואס האלטן אז מזאל מאכן קנסים מיט געלט, למשל אויב בין איך עובר אויף מיין גדר וועל איך געבן כך וכך פאר צדקה (מדארף ניצן די אייגענע שכל וואס מיינט עובר געווען אויפן גדר, למשל אז מהאט געגעבן א בליק אריין פאר צוויי מינוט איז נישט געפערליך, נאר אז סהאט זיך שוין פארצויגן מער פון צען מינוט). גראדע 'איך' האלט נישט פון קנסים פון געלט, ווייל אויב מוועט אדורוך פאלן אפאר מאל און סוועט אפקאסטן אסאך געלט און ער וועט זיך נישט קענען האלטן צו זיינע קנסים האט ער גארנישט אויפגעטוהן. איך וואלט געזאגט אז מזאל זיך מאכן א קנס אז אויב בין איך אויף אייוועלט מער פון צען מינוט דורוכן טאג, וועט ער מיזן אראפציפן צען מינוט פון זיין האלבע שעה סוף טאג, און אזוי ווייטער. אויך קען מען מאכן אז אויב האט ער זיך איינגעהאלטן א גאנצע טאג וועט ער צולייגן א באנעס, אז ער וועט קענען צולייגן נאך צען מינוט סוף טאג. (העי, פארוואס לאכסטו דארט? איך מיין עס זייער אמתדיג! אז סהעלפט פאר דיין קינד קען עס העלפן פאר דיר אויך!)

עלה והצלח.
אוועטאר
היימישער הייקער
שר האלף
תגובות: 1635
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 08, 2019 5:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער הייקער »

;l;p- ;l;p-

זייער שיין
אוועטאר
היימישער הייקער
שר האלף
תגובות: 1635
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 08, 2019 5:07 pm

די עלעוועיטער צו סוקסעס איז צובראכן, ביטע ניצן די טרעפן...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער הייקער »

נעם דיר איין זאך וואס דו האסט א שוועריקייט, און האק אים אויס די ציין מיט א רציחה!. איינמאל דאס ווערט א געוואוינהייט, קענסטו נעמען די קומענדיגע טרעפל.
אוועטאר
פריטלעך
שר האלף
תגובות: 1241
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 04, 2018 3:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פריטלעך »

פארוואס בין איך געווארן רויט שפאצירנ'דיג אין דעם אשכול?
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18800
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

היימישער הייקער האט געשריבן:נעם דיר איין זאך וואס דו האסט א שוועריקייט, און האק אים אויס די ציין מיט א רציחה!. איינמאל דאס ווערט א געוואוינהייט, קענסטו נעמען די קומענדיגע טרעפל.

הָאָדָם לֹא נִבְרָא בָּעוֹלָם רַק לְשַׁבֵּר אֶת הַטֶבַע
מִי שֶׁנוֹלַד בְּטֶבַע שֶׁל עַקְשָׁנוּת יְשַׁבֵּר אֶת טִבְעוֹ אַרְבָּעִים יוֹם רְצוּפִים לַעֲשׂוֹת דַוְקָא לְהֵיפֶךְ מִמַה שֶׁיַעֲלֶה בְּמַחְשַׁבְתּוֹ
וְכֵן מִי שֶׁבְּטֶבַע עָצֵל יַרְגִיל אֶת עַצְמוֹ אַרְבָּעִים יוֹם רְצוּפִים לַעֲשׂוֹת כָּל דָבָר בִּזְרִיזוּת
כִּי הֶרְגֵל שֶׁל כָּל דָבָר נַעֲשֶׂה שִׁלְטוֹן,
וּמִשָׁם וְאֵילָךְ מִן הַשָׁמַיִם יַעֲזְרוּהוּ לִהְיוֹת מוֹסִיף וְהוֹלֵךְ
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
היימישער הייקער
שר האלף
תגובות: 1635
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 08, 2019 5:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער הייקער »

פריטלעך האט געשריבן:פארוואס בין איך געווארן רויט שפאצירנ'דיג אין דעם אשכול?


דריי אפשענס:

קאקאש
אייוועלט
קישן...
אוועטאר
מלמד
שר מאה
תגובות: 118
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 14, 2018 3:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מלמד »

היימישער הייקער האט געשריבן:אדרבא, אויב איינער האט א פראקטישע עצה, ווי למשל א פילטער וואס לאזט נאר זיין כך וכך צייט אויף א סייט, אדער נאר דורינג לאנטש ברעיק, וכדו', זאל ער לאזן דערוילעם וויסן דערפון.


עס איז דא פילטערס וואס קענען אויב דיין פילטער קען נישט איז בראוזער עקסטענשאנס וואס קענען
אוועטאר
nmi
שר חמשת אלפים
תגובות: 5122
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך nmi »

היימישער הייקער האט געשריבן:ומותיר האדם מן הבהמה - אין, די מענטש איז מער ווי די בהמה, ווייל ער קען זאגן ניין.
אבער קען ער טאקע?

קען דער איבערוואגיגער זאגן ניין צו א קאקאש?
קען דער ארבעטער/בעה"ב זאגן ניין צו אייוועלט א.ד.ג. פאר ער ענדיגט וואס ער דארף?
קען דער פעפער זאגן ניין צו זיין בעט ווען דער וועקער זייגער קלינגט?

ענפער: נישט אזוי פשוט. לאמיר חברים זיך צענויפרעדן מיט עצות און טיפס אויף דעם נושא.

כ'מיין אז דו קענסט טוישן די אשכול צו "קורץ און שארף". צו זיין א מח שליט על הלב פארלאנגט זיך גאר א לאנגע ארבעט, ס'קומט נישט פון קיין טיפס.
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי
shalsheles
שר האלף
תגובות: 1487
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 22, 2009 9:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך shalsheles »

היימישער הייקער האט געשריבן:
פריטלעך האט געשריבן:פארוואס בין איך געווארן רויט שפאצירנ'דיג אין דעם אשכול?


דריי אפשענס:

קאקאש
אייוועלט
קישן...

ריכטיגער:
אייוועלט
טשאדעלע באדעלע
אוועטאר
היימישער הייקער
שר האלף
תגובות: 1635
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 08, 2019 5:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער הייקער »

nmi האט געשריבן:
היימישער הייקער האט געשריבן:ומותיר האדם מן הבהמה - אין, די מענטש איז מער ווי די בהמה, ווייל ער קען זאגן ניין.
אבער קען ער טאקע?

קען דער איבערוואגיגער זאגן ניין צו א קאקאש?
קען דער ארבעטער/בעה"ב זאגן ניין צו אייוועלט א.ד.ג. פאר ער ענדיגט וואס ער דארף?
קען דער פעפער זאגן ניין צו זיין בעט ווען דער וועקער זייגער קלינגט?

ענפער: נישט אזוי פשוט. לאמיר חברים זיך צענויפרעדן מיט עצות און טיפס אויף דעם נושא.

כ'מיין אז דו קענסט טוישן די אשכול צו "קורץ און שארף". צו זיין א מח שליט על הלב פארלאנגט זיך גאר א לאנגע ארבעט, ס'קומט נישט פון קיין טיפס.


אין הכי נמי, פון ליינען דעם אשכול, וועט גארנישט געשעהן, אבער אויב נעמט מען אפילו נאר איינע פון די זאכן, און מען ארבעט אריין עס צו טוהן למעשה, וועט עס שוין איינמאל אויפטוהן.

דא גיבט מען א מאפע און טיפס ווי אזוי צו הייקן, אבער אויב מען לייגט נישט למעשה איין פיס פאר די צווייטן, בלייבט מען אינדערהיים!
חיים חייקל
שר חמישים
תגובות: 51
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 02, 2019 11:20 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיים חייקל »

שכח היימישע הייקער פארן עפענען די אשכול, סאיז זייער א אינטערסאנטע און וויכטיגע נושא.

דאס וואס @איינס האט געברענגט פונעם הייליגן רבי ר' אלימלך, אז סנעמט פערציג טעג צו צוברעכן א געוואוינהייט, סאיז טאקע אמת, אבער מדארף געדענקן אז נאך פערציג טעג קען מען נישט צומאכן די אויגן און זאגן, שוין איך בין שוין מסודר. סאיז אזוי ווי ווען איינער הייבט אן צו דרייוון, די ערשטע פאר וואכן ליגט ער ראשו ורובו אין דעם, ער כאפט אן די רעדל מיט ביידע הענט, ער לייגט ארויף א באמפער סטיקער אויף די קאר "נהג חדש", חברה געטס אכטונג דא דרייווט א נייע דרייווער, איין קליינע נישט ריכטיגע דריי קען אפקאסטן מענטשליכע לעבנס, ער האט אפען צוואנציג אויגן, פון פארנט, פון די בעק, פון די זייטן. סגייט אדורוך אפאר וואכן, ער פילט זיך שוין באקוועם, קען ער זיך שוין ערלויבן צו טרינקן א קאפי אינמיטן דרייוון, אדער אויב א פאליס זעהט נישט קען ער אפילו (ח"ו) טעקסן אינמיטן דריייוון.... אבער קיינער וועט זיך נישט דערוואגן צו צומאכן די אויגן און זיך לייגן שלאפן.

לענינינו, אונז דרייוון נישט קיין דרייוו-לאזע קארס! מקען נישט צומאכן די אויגן און לאזן די קאר פארן, סאיז אמת אז סנעמט פערציג טעג צו 'צוברעכן' א טבע, אבער מקען נישט 'טוישן' א טבע, איינער וואס איז געבוירן מיט די מדה פון כעס, וועט ער בלייבן דערמיט עד יומו האחרון, נאר וואס יא ער קען זיך אויסלערנען זיך צו מתגבר זיין אויף זיך, און סזאל זיין "מח שליט על הלב" אז נישט יעדע מאל וואס איינער רעגט אים אויף וועט ער זיך אויפרעגן. אזוי די הייליגע רבי ר' אלימלך ענדעגט צו "ומשם ואילך מן השמים יעזרוהו להיות מוסיף והלך" אבער ער זאל ח"ו נישט טראכטן אז סוועט שוין פארן פון זיך אליין. (אגב די פערציג טעג וואס ער רעדט איז צו "צוברעכן" א טבע, אבער כדי סזאל זיין "מח שליט על הלב" נעמט עס לענגער)

און צו דער וואס איז געווארן רויט, וואש דיך אפ די פנים, און טוה וואס דו האסט צו טוהן, אז סוועט זיין וישן ויחלום שנית, קענסטו נאכאמאל רויט ווערן....

ברכה והצלחה
אוועטאר
שווערע שטופער
שר האלף
תגובות: 1666
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2017 5:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שווערע שטופער »

היימישער הייקער האט געשריבן:
היימישער הייקער האט געשריבן:קען דער ארבעטער/בעה"ב זאגן ניין צו אייוועלט א.ד.ג. פאר ער ענדיגט וואס ער דארף?


איך האב שוין באקומען אפאר אישי'ס וועגן דעם, איך זאל שוין שרייבן מער. איך זעה אז דאס איז א נחלת הכלל. דערעמעס איז, אז איך ווייס נישט קיין עצה צו דעם ספעציפישע פראבלעם, ווייל ווי געשריבן, קען א נארמאלער מענטש נישט אנשטרענגן די מח צו זיין שליט על הלב פאר צו לאנג אין א צי. אויב אן איבערוואגיגע מענטש וועט זיך דרייען נעבן קאקאש פאר שעות נאכאנאנד, איז חזקה אז ער וועט צום סוף עסן דערפון. פאר די מענטשן וואס עס ציט אייוועלט וכדו', אויב זיצט ער אויף א קאמפיוטער וואס האט עקסעס דערצו, איז קיין ספק אז ער וועט זיך ארויפזעצן דערויף, איינמאל פריער און איינמאל שפעטער, אין די ארבעט וועט שוין איבערבלייבן פאר מארגן.

אדרבא, אויב איינער האט א פראקטישע עצה, ווי למשל א פילטער וואס לאזט נאר זיין כך וכך צייט אויף א סייט, אדער נאר דורינג לאנטש ברעיק, וכדו', זאל ער לאזן דערוילעם וויסן דערפון.

מען קען דאולאודן אן עקסטענטשן וואס הייסט Stay Focused ווי מען קען אויף סעטן געוויסע סייטס וואס זאלן נאר ארבעטן א געוויסע סכום פון שעות אדער נאר אין א געוויסע range פון שעות
אז עס גייט נישט מיט כח פראבירט מען מיט מער כח
אוועטאר
היימישער הייקער
שר האלף
תגובות: 1635
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 08, 2019 5:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער הייקער »

אן עצה וואס איך האב יעצט געטוהן. טויש די פעסווארד פונעם וועלטל פאר א לענגערס, און סעיוו עס נישט אויף auto insert. די איבריגע פאר סקונדעס גיבט א געלעגענהייט פארן מח צו אריין זאגן זיין אפיניען...

בנוסף צו דעם, דער לב זעהט נישט ווייטער ווי זיין נאז, און אויב דארף ער זיך א טראפעלע אנשטרענגן, בעט ער עס שוין נישט אזוי שטארק.

דא טוישט מען:
ucp.php?i=ucp_profile&mode=reg_details
j718
שר חמש מאות
תגובות: 888
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 18, 2016 3:14 pm
לאקאציע: אין בוידעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך j718 »

איך זיך א chrome extension וואס זאל מיך אויסלעשן נאך א זייגער. למשל נאך 10:00.
איש יהודי בשושן האט געשריבן: מאנטאג מאי 09, 2022 5:36 pm


שרגי געשטעטנער האט געזאגט קוק אריין און מיינע אויגן…
די אויגן האבן שוין נישט געזעהן קיין איין ראיה אסורה פאר איבער פינעף יאר!!



ל"נ שרגא אליהו בן חיים אליעזר דוד
j718
שר חמש מאות
תגובות: 888
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 18, 2016 3:14 pm
לאקאציע: אין בוידעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך j718 »

j718 האט געשריבן:איך זיך א chrome extension וואס זאל מיך אויסלעשן נאך א זייגער. למשל נאך 10:00.


https://chrome.google.com/webstore/deta ... blnalofhch
איש יהודי בשושן האט געשריבן: מאנטאג מאי 09, 2022 5:36 pm


שרגי געשטעטנער האט געזאגט קוק אריין און מיינע אויגן…
די אויגן האבן שוין נישט געזעהן קיין איין ראיה אסורה פאר איבער פינעף יאר!!



ל"נ שרגא אליהו בן חיים אליעזר דוד
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”