Sun sign Astrology - די נאטור פון מענטשן לויט די חדשים

פסיכאלאגיע און מעדיצינען

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

אוועטאר
בִּשְׁבִילֵי הלב
שר מאה
תגובות: 199
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 30, 2020 8:50 pm

Re: Sun sign Astrology - די נאטור פון מענטשן לויט די חדשים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בִּשְׁבִילֵי הלב »

נשמה האט געשריבן:
בִּשְׁבִילֵי הלב האט געשריבן:עס איז זייער אינטעסאנט די נושא. האסט עפעס גוטע סחורה אויף תמוז?

אפילו ער איז געפיליש צו זיינע קינדער וואס זיינע קינדער זענען א עיקר חלק פון זיין פערזענליכקייט, פרובירט ער צו באהאלטן זיינע הרגשים, און זיין שכל געוועלטיגט אויף זיינע הרגשים טראץ וואס אינערליך איז ער זייער געפיליש, אבער ער האלט אז מ'דארף זיך אלעמאל אויך רעכענען מיט געפיל מיט דעם אלעם וואס מ'דארף גיין מיט שכל. און זיי זענען טאקע זייער געפיליש. צו זיך און צו ארומיגע. אבער מיט דעם אלעם קלוג, פארשטענדליך, און האבן ליב זיך צו לערנען און זיי האבן א נאטורליכע אינטעליגענט. זיי האבן אין זיך א געוויסע תמימות, צוזאמען מיט לעבנ'ס-עקספיריענס.

והשם הטוב יעזור

זייער אינטערעסאנט.

איך האב אמאל געזעהן אז די מזל פון תמוז אז דאך "סרטן" וואס דאס איז א בעל חי וואס איז בעצם ווייעך, אבער האט א הארטע שיכט אויף זיך..
עס שטימט מיט וואס דו ברענגסט אז דער תמוז איז שטארק געפיליג אינעווייניג אבער פרובירט עס צו באהאלטן.
יישר כח!
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: Sun sign Astrology - די נאטור פון מענטשן לויט די חדשים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

גרויסע עם הארץ האט געשריבן:
נשמה האט געשריבן:
גרויסע עם הארץ האט געשריבן:
נשמה האט געשריבן:
גרויסע עם הארץ האט געשריבן:וועליכע חודש אין נעקסט?

דו ביסט א אלול?

ניין, איך בין ניסן.

הו, הו.

וואס איז? י"ד ניסן April 10

בס"ד
לאמיר דא אביסל שרייבן וועגן חודש ניסן. טלה. יסוד האש.

די זאך איז אז איך קען כמעט נישט מענטשן וואס איך ווייס אז זיי זענען דעם חודש. אפשר נאר איינער, צי אפשר אפילו צוויי. אדער גאר דריי. און כדי צו באשרייבן א זאך, האב איך ליב, און איך האלט אז איך דארף, וויסן וואו און וויאזוי צו שרייבן די ריכטיגסטע נקודה אז מ'זאל זיך נישט טועה זיין.

איינער האט שוין דא געשריבן אז כדי צו וויסן "חדשים", דארף מען קענען מענטשן, און וויסן זייער חודש, און נאכדעם אבסטראקטן די צד השווה שבהן.
עכ"פ, לאמיר פרובירן וואס מ'דארף זעהן אויף א מענטש אויב ער איז א חודש ניסן. לויט דעם ספר כמובן.

אויף א ניסן דארפסטו קענען זען א אינערליכער טרייב קראפט צו א ציהל. א אינערליכער קאך צו א ציהל. ער האט א ציהל! און ער ציהלט דערצו. פלענער, חשבונות וויאזוי אנצוקומען. און נאך און נאך. עס קאכט און ער ווירבלט אין אים א ציהל!

איך גלייב אז דו וועסט נישט טרעפן א ניסן זאל זיך אוועקזעצן אויף א שיפל און אפלאזן זיינע פלענער. ער האלט אין איין גיין פון נקודה צו נקודה. אלעמאל האלט ער ערגעץ ביי א געוויסע נקודה. און בכלל האט ער ליב צו טון א זאך שנעל און שוין.

אויב גייסטו מיר טרעפן א ניסן וואס מ'רופט 'פעניאק' אדער 'שטאטער מענטש', קען זיין אז ער איז דורך אין זיינע יונגע יארן זאכן וואס האבן אים געמאכט שטאט. צום סוף דארפסטו זעהן א געוויסע אינערליכער שטרעבונג צו א ציהל. אין אנדערע בעסערע ווערטער: דו דארפסט זען אויף אים ניסן.

אפילו אויב דו וועסט זעהן א רואיגקייט אויף א ניסן, איז עס נאר יעצט, און נאר פון אויבן אויף, עס דאכט זיך דיר אז ער רוהט זיך אפ. אבער נעם צוזאם אלע זיינע צייטן, און עס וועט אויסקומען א בילד וואו ער מישט זיך אריין אין צענטער פון זאכן. מ'זאל זעהן אז ער איז דא. זיי האלטן אז מ'קען זיך נישט באגיין אן זיי. "איך פעהל אויס". און אפשר איז געזונט פאר א ניסן אז ער זאל אזוי פילן.

א סיון זעהט זיך אן אין צענטער, א ניסן שפירט אז אן אים איז נישטא קיין צענטער. ס'איז מער די אינערליכער שטופ פונעם ניסן צו זיין אינוואלד. און נישט אזוי ווייט די פאקטישער זיין אין צענטער.

א ניסן קענען גוט אנדרייען אז מ'זאל זיי העלפן אויספירן זייערע פלענער. ווייזן ארויס זעלבסט-זיכערקייט, טראץ וואס אינערליך זענען זיי נישט אזוי זעלבסט-זיכער. א סיון קען אויך אנדרייען, אבער א סיון טוט עס ווייל ער רעדט און זאגט זיינע דיעות. א ניסן זוכט אנצודרייען.

א ניסן איז נישט אזוי ווייט אז ער האט ליב איינצוטיילן לשם איינטיילן, אזוי ווי א חשון. א ניסן איז מער די מאגנעטישער כח וואס פירט ארומיגע מאגענעטן אויסצפירן זיינע פלענער.

א ניסן האט ליב זעלבסט-שטענדיגקייט. אבער אסאך חדשים האבן דאס ליב. און איך ווייס נישט וויפיל דאס קען דינען אלץ א סימן פאר א ניסן. עכ"פ, א ניסן האט ליב זעלבסט-שטענדיגקייט.

האט ליב צו זיין דער ערשטער ביי יעדע זאך. האט ליב אנצוגיין אויף א שנעלע ספיד.

ווען ער דארף עפעס רעדן מיט איינעם, האט ער ליב צוצוגיין צום עיקר ענין. און נישט גיין ארום און ארום. זוי זאגט ער.

א ניסן האט אין זיך א הומאר, און אפילו פון זיך אליין קען ער אויך מאכן א דשאוק, אבער קען זיך אפרעדן אפילו ווען אומגערעכט.

א ניסן איז ציניש. דאס מיינט אז עס קומט אין זיי אריין די דיעה אז מענטשן מיינען נישט וואס זיי זאגן, נאר אז מענטשן מיינען זיך אליין, אדער זיי מיינען צו מאכן געלט, און אז זיי מיינען נישט עכט 'לשמה' אזוי ווי זיי פארקויפן. מיט דעם זענען זיי אביסל ענליך צו א חשון.

א ניסן ווערט זייער פארקאכט אין מענטשן וועם זיי קוקן ארויף.

האבן נישט צופיל געדולד. קען אפזאגן מענטשן וואס בעטן עפעס. האט א נטי' צו זיין אנדערש ווי די סיסטעם. זענען ספונטאניש.

די חילוק צווישן א ניסן און א אב איז, ביידע קענען ארויסווייזן א געוויסע פעסטקייט, אזא גאווה. דער אב איז עס מער א גאווה מיט זיין פערזענליכקייט, א ארי'. ביים ניסן איז עס מער מיט זיין רצון צו זיין אין צענטער פון ענינים. ס'א אנדערע סארט.

א ניסן האט ליב צו שלאפן און ער איז עס מודה. און נאר דאן איז ער רואיג. זוי שרייבט ער.

א ניסן איז גאנץ אגרעסיוו. זענען פעסט מיט פיזישע כוח. שלאגן זיך פאר זייערע זאכן. פאדערן, און געבן אויס אסאך ענערגיע. לויפן לויט זייער אייגענעם ספיד און רעכענען זיך נישט מיט די ספיד פון ארומיגע. אזאך וואס קען שטערן די ארומיגע וואס קענען נישט נאכיאגן.

א ניסן קען זיך אפרעדן אז ער האט נישט מיט וועם צו רעדן אין א געוויסע ענין. אינדערצייט ווען עס איז יא דא אנדערע מיט וועם ער קען רעדן. אבער ער איז געבליבן שטעקן מיט איין געוויסע מענטש אז נאר מיט אים וואלט מען געדארפט קענען רעדן דערין. (איך מיין אז דאס שרייבט ער)

א ניסן, אויב ער וויל אז מ'זאל עפעס טון שוין, וויל ער אז מ'זאל עס טון שוין ממש.

א ניסן האב ליב חידושים. און זיי האבן א חשבון מיט יעדע זאך פארוואס עס זאל זיי צוניץ קומען.

האבן ליב נייע זאכן. און קענען באשטיין צו זיין דער ערשטער, צום ביישפיהל, דער ערשטער צו קומען וואוינען אויף א נייעם ישוב.

א ניסן האט נישט ליב זיך צו געפינען נעבן שוואכע מענטשן, אבער נאר מיט שטארקע.

זיי דארפן א גוטע נייע רייץ וואס זאל זיי צוברענגען צו וועלן אנהייבן דעם טאג. צו שפירן אז זיי לעבן.

זענען נישט אזוי שטארק עמפאטיש. כאטש זיי קענען זיך אויסארבעטן דערויף.

זיי האבן ליב אז מ'זאל זיי ליב האבן, אזוי ווי זיי האבן אויך ליב אנדערע.

קענען אריינזאגן עמיצן, אבער האבן גראד חרטה דערויף.

זיי ווערן שנעל געטשעפעט אבער זענען גאר שנעל מוחל. אבער נאר פאר ווער ס'איז ווערד די מחילה, דהיינו, נישט איינער וואס האט בארירט זיין ווערד. זיין 'איגו'.

זיי האלטן חשוב ווער ס'הערט זיי אויס.

זיי האבן א גוט אויג. זיי האבן נישט קיין קנאה צו קיין שום זאך אויף קיין שום אופן. (די נקודה האב איך נישט געוואוסט, ס'האט מיר אויסגעזעהן אנדערש. עלעך עס נאכקוקען)

ער זאגט אז א ניסן האט נישט ליב דעפרעסיע. אדער מיינט ער צו זאגן אז ס'איז זייער נישט גוט פאר אים.

זיי רעגן זיך שנעל אויף, און ווען זיי זענען גערעגט האבן זיי נישט קיין רחמנות. אבער זיי האבן חרטה און עס טוט זיי באנק, אזוי ווייט אז ער שפירט אז עס דרוקט אים פיזיש אין קאפ. עס קען זיי קאסטן א נאכט שלאף, פון חרטה פארוואס זיי זענען געווען אזוי גערעגט.

האבן א הויעכע אינטעליגעץ, און האבן א שארפן שכל.

האבן ענדערש ליב צו גיין מיט לאגיק, ווי מיט געפיל.

פון איין זייט האבן זיי א גוטן זכרון, און פון די אנדערע זייט נישט ווייניג שכחה.

האבן ליב זיך צו לערנען וויאזוי אנצוגיין אין לעבן.

ווילן זיך אנטוויקלן, ארבעטן אויף די מידות וכו', און קענען דערגרייכן גרויסע מדריגות אין חכמה.

אסאך פון ניסנ'ס זענען מנהיגים. (דער שרייבער איז זייער פארנומען ווער ס'האט אין זיך מנהיגות, אדער האט ליב מנהיגים.)

האבן ליב צו מאכן זאכן פונקטליך. יעצט, אויב דו גייסט מיר טרעפן א ניסן וואס איז צעווארפן, גייסטו מיר זאגן אז ס'שטומט נישט? ער מיינט דען צו זאגן אז אלעס וואס ער טוט איז פונקטליך, ער מיינט צו זאגן אז אין געוויסע זאך קומט ארויס דאס פונקטליכקייט.

זענען נישט צו שטארקע אפטימיסטן.

ער זאגט אז א ניסן זאל געדענקען און טון די פאלגנדע דריי זאכן.

א) די אינערליכע מצב רוחניות זאל שטומען מיט די אינערליכע מצב גשמיות

ב) זיך צו קאנצענטרירן אויף וואס מ'טוט, און די אטענשאן זאל נישט זיין צעווארפן.

ג) ענדיגן וואס מ'האט אנגעהויבן.

ביז אהער האמיר גאנץ א גוטע בילד וויאזוי א ניסן דארף אויסצוקוקען.

לויט דעם ספר וועסטו נישט טרעפן א ניסן זיצן מיט די פיס ארויף.

וועסטו נישט טרעפן א ניסן וואס רעגט זיך נישט.

וועסטו נישט טרעפן א ניסן וואס לאזט אז ארומיגע זאלן באשליסן זיינע ציהלן, ווען ער אליין האט נישט קיין ציהל.

וועסטו נישט טרעפן א ניסן מיט ווייניג ענערגיע.

וועסטו נישט טרעפן א ניסן וואס גייט מיט געפיל אבער נישט מיט לאגיק.

וועסטו נישט טרעפן א ניסן וואס איז נאריש.

וועסטו נישט טרעפן א ניסן וואס טשעפעט נישט.

וועסטו נישט טרעפן א ניסן וואס קען באשטיין זיך צו געפינען נעבן שוואכע לאו ענערגיע מענטשן.

וועסטו נישט טרעפן א ניסן וואס איז א פיפטע ראד איבעראל.

וועסטו נישט טרעפן א ניסן וואס זאל אלעמאל מסכים זיין.

וועסטו נישט טרעפן א ניסן וואס איז נישט ציניש.

וועסטו נישט טרעפן א ניסן וואס ווייזט נישט ארויס קיין זעלבסט-זיכערקייט. אדער וואס האט נישט ליב קיין זעלבסט-שטענדיגקייט.

וועסטו נישט טרעפן א ניסן וואס וועט נישט צומאל אנדרייען דעם עולם ארום אים צו העלפן מיט זיינע ציהלן.

וועסטו נישט טרעפן א ניסן א "לעמעלע"

והשם הטוב יעזור על דבר כבוד שמו, און ער זאל העלפן און אויפרעכטן צעבראכענע יודישע הערצער.
אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר עשרת אלפים
תגובות: 14572
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

Re: Sun sign Astrology - די נאטור פון מענטשן לויט די חדשים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע עם הארץ »

ייש"כ נשמה, כ'וועל עס גיבן צייט כ'זאל קענען פארדייען אלעס וואס ס'שטייט דא.
אוועטאר
טרעוולער
שר חמש מאות
תגובות: 559
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 12:34 am
לאקאציע: אין פליגער

Re: Sun sign Astrology - די נאטור פון מענטשן לויט די חדשים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טרעוולער »

נשמה A1.
האמיר א קינד א ניסן בלע"ה, איך האב געשמייכלט ביי יעדע שורה, ער האט אזוי אויסגעקוקט פון די איין יאר ביז היינט ווען ער איז שוין ערוואקסען,

גיי אן נשמה חזק ואמץ עמו"ש.
אוועטאר
פעטער משה
שר חמש מאות
תגובות: 815
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יאנואר 03, 2020 12:21 pm

Re: Sun sign Astrology - די נאטור פון מענטשן לויט די חדשים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעטער משה »

דער נשמה!!!
איך ווער משוגע יעדער אשקול וואס רעדט עפעס פון נפש איז ער דא און קלאר
וויאזוי האט איינער געזאגט פאר פינקו לעצטענס "אויב וועסטו אנגיין אזוי וועסטו נאך איין טאג זיין א גרויסע בדחן"
וכן לנשמה
אוועטאר
שאשא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4147
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 05, 2020 12:16 am

Re: Sun sign Astrology - די נאטור פון מענטשן לויט די חדשים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאשא »

איך בין כו' שבט
הצלחה
אוועטאר
fiena nieas
שר חמשת אלפים
תגובות: 5565
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2011 8:56 am

Re: Sun sign Astrology - די נאטור פון מענטשן לויט די חדשים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך fiena nieas »

איך קען א ניסן ער איז א גבאי צו א אדמור בדורנו און ער שטימט גאר גיט מיט דיין ווערטער נשמה , ער איז ענעדזעטיק אכטער במלא מובן המילה גאר א שטארקע כאראקטער דערשרעקט זיך נישט פון קיינעם!
להודיע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3084
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 27, 2014 11:09 am

Re: Sun sign Astrology - די נאטור פון מענטשן לויט די חדשים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודיע »

ייש"כ נשמה, דיינע באשרייבונגען זענען זיך צו באלעקן די פינגער.

אפשר קענסטו נעקסט באשרייבן תשרי ?
honest
שר העשר
תגובות: 10
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 26, 2020 11:32 am

Re: Sun sign Astrology - די נאטור פון מענטשן לויט די חדשים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך honest »

יישר כח נשמה

וואס האט ניסן יא מיט א לעמעלע אז ער איז טלה ??
שיעלע בהמה
שר האלפיים
תגובות: 2366
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 10, 2019 11:59 am

Re: Sun sign Astrology - די נאטור פון מענטשן לויט די חדשים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שיעלע בהמה »

נשמה האט געשריבן:
בִּשְׁבִילֵי הלב האט געשריבן:עס איז זייער אינטעסאנט די נושא. האסט עפעס גוטע סחורה אויף תמוז?

בס"ד

איך קען מיך יעצט נישט דערמאנען פון איינעם וואס איך ווייס אז ער איז א תמוז.

איך וועל פרובירן בעזרת השם אראפצולייגן וואס ער שרייבט דא אז ס'זאל מיר ארויסקומען א געוויסע בילד פון א תמוז, סרטן, יסוד המים.

איך לערן אפ אז דו ביסט א תמוז.

איך וועל קודם אויסקלויבן וויאזוי איך קען טרעפן אזאך וואס זאל שילדערן דעם תמוז אינדרויסן, אן וויסן אינערליכע פרטים.

א תמוז איז א משפחה מענטש, אזוי ווייט אז צומאל מאכט זיך אז זיי דערווייטערן זיך פון יעדער וואס איז נישט משפחה, זיין גאנצע זעלבסט-זיכערקייט קומט זיך שפירנדיג אלץ א מיטגליד אין די משפחה. זענען בטבע גאר שטארקע חברה לייט, דאס הייסט מענטשן וואס האבן ליב צו זיין בחברה. האבן ליב צו זיין א גאסט ביי א נאנטן ידיד, און נאך מער אז מ'זאל זיין ביי זיי א גאסט. און שמועסן פון אלטע גוטע צייטן פון די יונגע יארן.

בטבע א גראדער, מסודר'דיגער, איינגעהאלטענער, פונקטליכער, און אויך פונקטליך און יושר'דיג מיט געלט, עמפינדליך, געבינדן צו זיינע געוואוינהייטן און זארגט זיך פאר'ן מארגנדיגן טאג. ער האט א נטי' אז אלע שטוב זאכן זאלן זיך פירן וויאזוי ער וויל, און דערפאר מישט ער זיך ארין אין יעדע זאך אנבאלאנגט, אבער מיט דעם אלעם האט ער נישט ליב צו פילן ביי זיך אז ער איז סעלפיש, און ווארשיינליך האט ער נישט ליב אז אנדערע ארום זענען סעלפיש. אבער ער איז דאך פיל מיט שעפערישקייט, נאסטאלגיש, און האבן ליב די מיסטעריעזישסטע מיסטעריע און די באהאלטענסטע סודות. נאך דערצו אנבאלאנגט יודישקייט.

אפילו ער איז געפיליש צו זיינע קינדער וואס זיינע קינדער זענען א עיקר חלק פון זיין פערזענליכקייט, פרובירט ער צו באהאלטן זיינע הרגשים, און זיין שכל געוועלטיגט אויף זיינע הרגשים טראץ וואס אינערליך איז ער זייער געפיליש, אבער ער האלט אז מ'דארף זיך אלעמאל אויך רעכענען מיט געפיל מיט דעם אלעם וואס מ'דארף גיין מיט שכל. און זיי זענען טאקע זייער געפיליש. צו זיך און צו ארומיגע. אבער מיט דעם אלעם קלוג, פארשטענדליך, און האבן ליב זיך צו לערנען און זיי האבן א נאטורליכע אינטעליגענט. זיי האבן אין זיך א געוויסע תמימות, צוזאמען מיט לעבנ'ס-עקספיריענס.

צומאל קענען זיי זאגן עפעס וואס טוט יענעם וויי, אן כאפן אז ס'האט יענעם וויי געטון. ווען עס מאכט זיך א מיספארשטענדעניש קען ער ארויסקומען ווי א עקשנות'דיגער הארטער טיפ, אבער סוף סוף ווערן זיי רואיג און זיי האלטן זיך נישט ביי בעבישע קריגערייען. וויסנדיג אז מ'מוז זיך צאמלעבן מיט די משפחה. איז, ער פארשטייט אז מ'דארף אויך מוותר זיין. איז, דאס בייגט אים.

ער שרייבט אויף א תמוז: עצתם מוצלחת לבני אדם. ויש להם מזל בחיים. זיי האבן ליב צו העלפן מענטשן.

(די אלע זאכן האב איך נאכנישט געזעהן ביי איינעם וואס איך ווייס אז יענער איז א תמוז, סאו, איך שרייב נאר נאך) און אויך אז די אלע זאכן זענען מער נטיות. דאס מיינט אז דער מענטש איז מער נוטה צו זיין אזוי ווי געשילדערט, אבער מיט עבודה קען די פאקט זיין אנדערש.

והשם הטוב יעזור

כבין נישט קיין תמוז און איך טרעף מיך היבש אין די קאטעגאריע
אוועטאר
פארפרוירן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 460
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 28, 2019 8:11 am
לאקאציע: וואו סידא צועסן

Re: Sun sign Astrology - די נאטור פון מענטשן לויט די חדשים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארפרוירן »

ייש"כ אייך,
גאנץ גוט מכוון געווען, דעם פאראגראף פון געפיליש צו די קינדער זעט עפעס אויס ווי אויסגעשפרייטע ווערטער וואס מען דארף מצרף זיין די אותיות (נישט אז איך פארשטיי נישט וואס דו שרייבסט, נאר עס שפירט זיך מיר פשוט בכלל נישט היימיש) דער צווייטער האלב פאראגראף שמעקט יא קענטליך.
אבער פארוואס קענען מיר נישט זוכה זיין אין א לענגערע באשרייבונג אזויווי די אנדערע חדשים?
עניוועי, טענקס א לאט!
די וועלט איז ליידער א שטיק שקר, די איינציגסטע זאך וואס איז נאך אמת'דיג איז בלויז א שטיקל הערינג מיט אייער קיכל
אוועטאר
KEWL
שר שלשת אלפים
תגובות: 3088
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 30, 2011 1:57 pm
לאקאציע: ס'מעדדיש ביי די גמרא

Re: Sun sign Astrology - די נאטור פון מענטשן לויט די חדשים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך KEWL »

נשמה האט געשריבן:.

יישר כח, נשמה.
אויסטערליש אינטערעסאנט!
וואס האסטו צו פארציילן איבער מיר?
איז א טבת טאקע אייביג קאאל?
מיין חתימה איז ליידיג, אויב האסטו עפעס א געדאנק פאר מיין חתימה, שיק אין אישי
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: Sun sign Astrology - די נאטור פון מענטשן לויט די חדשים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

פארפרוירן האט געשריבן:יש"כ אייך,
גאנץ גוט מכוון געווען, דעם פאראגראף פון געפיליש צו די קינדער זעט עפעס אויס ווי אויסגעשפרייטע ווערטער וואס מען דארף מצרף זיין די אותיות (נישט אז איך פארשטיי נישט וואס דו שרייבסט, נאר עס שפירט זיך מיר פשוט בכלל נישט היימיש) דער צווייטער האלב פאראגראף שמעקט יא קענטליך.
אבער פארוואס קענען מיר נישט זוכה זיין אין א לענגערע באשרייבונג אזויווי די אנדערע חדשים?
עניוועי, טענקס א לאט!

איך האב עס געשריבן קורץ, ווייל בשעת'ן שרייבן האב איך נישט געוואוסט צו זאגן פון איינעם וועם איך קען, און אויך אז ער איז א תמוז. סאו איך האב נישט געקענט מאריך זיין. איך האב נאר נאכגעשריבן, אבער נישט צוגעלייגט אייגענע אויסברייטערונגען.

געפיליש צו די קינדער. האב איך געמיינט צו שרייבן: געפיליש צו די אייגענע קינדער. די בחינה איז, א ווארימקייט צו די קינדער. caring. עס איז ביי זיי א זאך. ער ציהט אויף א משפחה. ער באגלייט זיי. ער איז זיי מגדל. ער "שטייט נעבן זיי", און אומר להם גדל. ס'איז זיין אייגנטום. ער נעמט קער פון עס. עס איז זיין באשעפטיגונג. ער טוט דערין. אין אנדערע ווערטער: וועסט נישט טרעפן א תמוז (לויט דעם "ספר") וואס איז מסיח דעת פון זיינע קינדער.

געב א קוק דא צו דו ביסט טאקע א תמוז.

פון דא און ווייטער רעד איך נישט צו קיינעם ספעציעל.

עס לויפט לויט די מזלות. בעסער געזאגט השי"ת האט אויסגעשטעלט אז די טבע פון א מענטש זאל זיך ווענדן לויט וועלכע צייט ער ווערט געבוירן אינעם יאר. (איך גיי יעצט מיט דעם הנחה אז די חדשים זענען פאקטיש) אזוי ווי השי"ת האט אריינגעלייגט אין די נאטור אז נאר ווען עס ווערט חודש האביב ווערט חודש האביב. אזוי ווי ער האט אריינגעלייגט אין די נאטור אז דעמאלטס און דעמאלטס ווערט ווינטער, און דעמאלטס און דעמאלטס ווערט זומער. אזוי האט ער אריינגעלייגט אז דעמאלטס און דעמאלט - אין דעם און אין דעם צייט אפשניט פון יאר - געבוירט זיך אזעלכע און אזעלכע נאטורן.

ער האט פארשטאנען - אזוי צו זאגן, אז אזוי זאל עס קומען.

פונקט אזוי ווי ער האט פארשטאנען אז נאר מיט וואסער זאל וואקסן. און אזוי ווייטער. ער האט אויסגעשטעלט די וועלט לויט א געוויסע סיסטעם. דערפאר ווען ער האט געוואלט צוזאגן פאר אברהם אבינו קינדער, האט ער אים געזאגט: אברהם, דיך האב איך נישט אריינגעשטעלט אינעם טבע. אדער דיך וועל איך אויפהייבן פונעם טבע.

די מצריים זענען געווען זייער פארנומען מיט די מזלות. זיי האבן פארשטאנען אז אלעס האט מיט די מזלות. זיי האבן אבער נישט געוואלט פארשטיין אז איינער האט אזוי געוואלט אז ס'זאל האבן צו טון מיט די מזלות. די חכמה פון שטערן זעעריי איז געווען זייער אויפגעכאפט אין זייערע צייטן. משה רבינו איז געבוירן האבן זיי באלד געזאגט אז ער גייט געשלאגן ווערן מיט וואסער. און ער איז טאקע געשלאגן געווארן מיט וואסער, מיט די מי מריבה.

די זאך וואס איז כדאי צו וויסן איז, אז צומאל מיינט מען אז מ'קען זיך. געב א טראכט: צו ווייסטו וויאזוי מענטשן קוקן דיך באמת אן? צו ווייסטו באמת דיין אמת'ע נאטורן וויאזוי מענטשן זעען דאס? זייער מעגליך אז דו הייבסט נישט אן צו וויסן. וויאזוי קען עס זיין? נאר דו פארהוילסטעך פונעם אמת. און דו קוקסט נאר די גוטע חלק פון דיר, אדער נאר די חלק וואס דו ווילסט ענדערש קוקן דערויף. ס'קען צום ביישפיהל זיין אז דו ביסט א הארטער מענטש, וואס רעדט שטרענג און מיט א שטארקייט צו ארומיגע, און דו ביסט גארנישט אזוי ווייעך צו ארומיגע, אבער עס דאכט זיך דיר אז דו ביסט גאר א פיינער בא'טעמ'טער מענטש וואס איז פוטער צו ארומיגע, און וואס יעדער האט ליב. דו כאפסט נישט. דו שפירסטעך וויאזוי עס פילט זיך דיר אינעווייניג. אבער דאס מיינט נישט אז דאס ביסטו.

קען אפילו זיין אז אויב איינער וועט דיך ווייזן אויף איינעם וועם דו האסט פערצופאל פיינט, און ער וועט דיך זאגן: דו ביסט פונקט אזוי ווי יענעם. וועסטו עס נישט וועלן גלייבן. עס מוז נישט זיין אז א מענטש קען זיך.

והשם הטוב יעזור.
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17156
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: Sun sign Astrology - די נאטור פון מענטשן לויט די חדשים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

זעמיר געבוירן אין חודש ניסן!

און טאמער כ'האב נאך געהאט א ספק ביז היינט, האט מיר נשמה פושט געווען...

נישט אלעס שטיטמט ביי מיר, אבער רוב יא!
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
שאשא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4147
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 05, 2020 12:16 am

Re: Sun sign Astrology - די נאטור פון מענטשן לויט די חדשים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאשא »

אויף שבט האסטע עפעס ?
הצלחה
אוועטאר
חוח בין השושנים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4136
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

Re: Sun sign Astrology - די נאטור פון מענטשן לויט די חדשים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוח בין השושנים »

אייר. מיין דארן האט ארויסגעשפראצט אין אייר. און, נשמה טייערע, כ'טרעף אין מיר כמעט אלע נאטורן וואס דו האסט פארגעשריבן אויף אייר.

==

איבער 20 יאר צוריק, בערך תשנ"ט, אין געווען אין א"י א 'טלכרט' פון בזק, וואס האט געהאט ארויפגעפרינט דערויף א טבלא פון חדשים מיט קאלירטע קעסטלעך. כ'מיין אז ס'איז געווען אויסגעשטעלט צו קענען וויסן אויב למשל א חתן פון שבט וועט זיך גרינג אויסארבעטן מיט א כלה פון תמוז, וכדומה. האט עס עפעס שייכות אהער?
געוואלטיג
שר האלפיים
תגובות: 2769
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 29, 2011 5:12 pm

Re: Sun sign Astrology - די נאטור פון מענטשן לויט די חדשים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געוואלטיג »

יישר כח נשמה פאר די גאר רייכע סחורה איך בין נאר נייגעריג ווער עס ווייסט צי גייט נישט די חשבון אז ניסן אייר סיון תמוז אב איז אש מים רוח עפר און אזוי ווייטער נאכאמאל אלול תשרי חשון כסליו - אש פאר חשון און מים פאר כסליו וכו'? צי אפשר איז עס בבחינת הרבה מדרשים יש?
פוטין איז דער פתויי הייצר זיך צי איינרעדן אז מקען זיין שלעכט און פירן יעדן ביים קארג.. אבער חז"ל זאגן אונז קלאר:
סוף גנב לתלי'! פון דעם האט זיך קיינער נישט ארויסגעדרייט!
ווי לאנג עס וועט נעמען?
דאס ווענד זיך שוין אין אונזערע תפילות!
געוואלטיג
שר האלפיים
תגובות: 2769
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 29, 2011 5:12 pm

Re: Sun sign Astrology - די נאטור פון מענטשן לויט די חדשים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געוואלטיג »

fiena nieas האט געשריבן:דאנאלד טראמפ איז א סיוון

נשמה סקיקט אויס אביסל פון דיינע ווערטער אז סיוון זענען זיבינערס

גוגל זאגט אז ער איז געבוירן יוני 14 למספרם און ביז יוני 20 גייט טאקע פאר סיון
פוטין איז דער פתויי הייצר זיך צי איינרעדן אז מקען זיין שלעכט און פירן יעדן ביים קארג.. אבער חז"ל זאגן אונז קלאר:
סוף גנב לתלי'! פון דעם האט זיך קיינער נישט ארויסגעדרייט!
ווי לאנג עס וועט נעמען?
דאס ווענד זיך שוין אין אונזערע תפילות!
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: Sun sign Astrology - די נאטור פון מענטשן לויט די חדשים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

honest האט געשריבן:יישר כח נשמה

וואס האט ניסן יא מיט א לעמעלע אז ער איז טלה ??

עס איז מן הסתם דאס אז ס'איז די ערשטע מזל. א בחינה פון 'ראשון הוא לכם לחודשי השנה'. זעהט אויס אז די שורש דערפון אין די עולמות עליונים איז א ענין פון הקדמה, אנפירן. די אותיות פון די שם וואס איז שולט אויף דעם חודש איז דאך שם הוי' ביושר. עכ"פ, זעהט אויס אז ס'איז מער די מזל ווי איידער דער פיזישער טלה. די מצריים האבן געזעהן אז ס'האט אזא כח, האבן זיי געמאכט א עבודה זרה פונעם טלה. אבער דער טלה איז דאך אויך נאר אזוי ווייל דער אייבערשטער וויל אזוי. דערפאר האט מען דאס געברענגט פאר א קרבן. קען זיין אז דער גשמיות'דיגער טלה איז אויך אזוי נוצבאר און אנגענומען, מ'מאכט דערפון אזויפיל זאכן, טאקע ווייל זיין שורש איז דער טלה.
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: Sun sign Astrology - די נאטור פון מענטשן לויט די חדשים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ

לאמיר אביסל זעהן וואס דאס איז א אדר. מזל אדר דגים. איך קען נישט צופיל אדר'ס, איך וועל שרייבן וויפיל איך קען. והשם הטוב יעזור.

א אדר איז א מענטש וואס קען ארויסשטעלן פון זיך צוויי אנדערע סארטן כאראקטערס. אזוי ווייט אז מענטשן ארום אים געבן זיך אזא שטעל אפ "דו ביסט עס?" עס איבערראשט די ארומיגע צו זעהן אז פלוצלינג זעהט מען פון אים א אנדערע נאטור וואס מ'האט נישט גע'חלומ'ט אז ער קען דאס. און נישט נאר די ארומיגע ווערן איבערראשט פון דעם, נאר ער אליין ווערט איבערראשט "איך אקט אזוי און אזוי? אויב אזוי ווער בין איך?" אט די טבע איז נארמאל ווען עס קומט צו א אדר. אנדערש ווי א סיון, א תאומים. א סיון איז צוויי מענטשן אויף איינמאל. א סיון פארשטייט זיין דיעה, און בשעת מעשה אויך יענעמ'ס. א אדר איז אמאל אזוי און אמאל אנדערש.

א אדר איז צוגעבינדן צו זיין אינערליכער דמיונ'דיגער וועלט. עמער באלד זעהן נאך פון דעם, אבער א אדר זעהט נישט אזוי ווייט די פאקטישע אביעקטיווער וועלט, נאר ער קריכט הונטער זיין דמיון, און פון דארט זעהט ער די וועלט. ער איז מקושר צו זיין דמיון. ער איז ווי דער פיש וואס קוקט אויף די וועלט פון די וואסער, אבער בלייבט אין וואסער. ער לעבט אין זיין דמיון.

א אדר ווערט איבערגענומען פון די וועלט. ער באגייט זיך מיט די וועלט פון די פלאץ אין אים וואס ווערט באאיינדרוקט פון די וועלט. ער גייט צו צו די וועלט מיט געפיל. פון געפיל. פון לב. פון דמיון. פון רגש. פון די כח המדמה זיינעם.

א אדר איז נישט הארט מיט די מציאות. ער איז אין אזא רינעדיגע, פלאטשקעדיגע, מצב. ער איז נישט מציאות'דיג. יעצט, נישט אלע אדר'ס זענען אינעם זעלבן נישט מציאות'דיגער וועלט. עס איז נישטא איין נישט מציאות'דיגער וועלט.

א אדר קען זיך שווער פארמעסטן מיט די טאג טעגליכע לעבן. יעצט, אוודאי גייט ער אן מיט די טאג טעגליכע לעבן, אבער ער פארמעסט זיך נישט דערמיט. וועסט נישט טרעפן א אדר וואס דו וועסט קענען זאגן אויף אים אז ער פארמעסט זיך. ער לעבט נישט אינעם מציאות.

אדר'ס זענען בדרך כלל ביישנים. יעצט, דאס מיינט נישט צו זאגן אז א אדר רעדט נישט הויעך ברבים. אפילו ער רעדט הויעך ברבים, שעמט ער זיך נאך אלץ. ער קריכט נישט ארויס פונעם בושה.

א אדר האט נישט קיין זעלבסט-זיכערקייט. און עס איז אים שווער מחליט צו זיין אליין. לאמיר פארשטיין, ער שפירט אז די וועלט איז וואסער. ער האט נישט קיין הארטע 'Grip' וואו ער קען עס אנכאפן. יעצט, אבער אויב ער מאכט אפ אזאך, דהיינו, ער באקומט א געוויסע זעלבסט-זיכערקייט אין עפעס, וועט ער בלייבן דערמיט מיט א עקשנות עד הסוף.

דאס מיינט, אז ווען דו זעהסט א אדר וואס איז עומד על דעתו, איז ער נאך אלץ א אדר. און טאקע דערפאר.

אדר זענען גראדע מענטשן. פלייסיג און באגלייבט. יעצט, אויב דו גייסט טרעפן א אדר וואס איז נישט פלייסיג, וואס גייסטו טראכטן? פלייסיג האט אסאך בחינות. ס'דא אסאך אופנים וויאזוי א מענטש קען זיין פלייסיג. אבער פלייסיגקייט איז נישט א עיקר ווען עס קומט צו א אדר.

א אדר האט א גרינגע נאטור. עס איז גאנץ געשמאק מיט אים. די פאקט איז אז נאך פאקטן קענען שטערן דעם פאקט. א אדר איז געווענליך געשמאק. און האט ליב שלום. אבער לאמיר נעמען צום ביישפיהל דאס וואס מיר האבן פריער געשמועסט, אז ווען א אדר האט ביי א געוויסע זאך א זעלבסט-זיכערקייט, וועט ער עומד זיין על דעתו עד הסוף.

יעצט, לאמיר נעמען א אדר וואס ביי א געוויסע זאך איז ער זעלבסט-זיכער, און ער איז עומד על דעתו, וועט ער זוכן שלום? ... דאס דארף מען וויסן. עס איז דא פאקטן וואס קענען זיך שלאגן ביי א געוויסע אדר. אבער געווענליך האט א אדר ליב שלום. און ארומיגע האבן ליב דעם אדר צוליב דעם. אבער מ'קען זיי גוט גוט אויסנוצן. און זיי דארפן אכטונג געבן.

א אדר האט אסאך חברים. וואס דאס מיינט איז נישט אזוי ווייט אז ער האט אסאך חברים, אזוי ווייט ווי ער איז אזא מזל וואס מאכט זיך אסאך חברים גרינגערהייט. ער האט די נטי' צו מאכן אסאך חברים. וואס וועט זיין אז ער וואוינט אין א מדבר? פארשטייסטוואסיכמיין.

א אדר ווערט שנעל געטשעפעט. אפילו ווען מ'מיינט נישט אים צו טשעפענען. פארוואס? ווייל ער איז צוגעבינדן צו זיינע געפילן. און ער איז זייער געפיליש.

א אדר האט א נטי' צו חושד זיין. א אדר דארף זיך אויסלערנען צו געטרויען, און נישט אזויפיל חושד זיין. און נישט מקפיד זיין אזויפיל אויף די ארומיגע. וועגן דעם קען מען זעהן ווי א אדר וואס איז באמת א פרידליכער מענטש, קען זיך צומאל צעשרייען אויף א חבר און אפילו אויף גאר נאנטע. פארוואס? ווייל ער איז חושד. ער געטרויט נישט. ווייל ער לעבט אין דמיון. ער זעהט יענעמ'ס מעשה, מיט זיין אייגענעם דמיון.

א אדר גייט מיט א סיסטעם. יעדע זאך וואס א אדר טוט איז ווייל אזוי דארף מען טון. יעצט, דאס מיינט נישט אז א אדר טוט וואס מ'דארף. דאס מיינט אז ווען ער טוט וואס ער וויל, לויט זיינע געפילן, טוט ער עס לויט א געוויסע מהלך. און נישט נאר לויט געפיל.

א אדר גייט נישט סתם אזוי אויסקערן די פלאר. אדער צאמפאקן ספרים. נאר אויב מ'מוז, גייט ער עס טון.

א אדר לעבט פאר די מענטשהייט. דאס דארף מען וויסן. א אדר לעבט נישט פאר זיך. א אדר האלט אז ער איז דא פאר די טובה פון די מענטשהייט. אויפצוטון פאר די מענטשהייט. א אדר זעהט די מענטשהייט אלץ א זאך וואס מ'דארף פארבעסערן.

א אדר האט ליב א צווייטן בטבע. און פארשטייט זיך אז דא דארף מען נעמען אין באטראכט אנדערע 'אדר' פאקטן אויך. אבער סתם אזוי אן קיין קיטרוג, האט א אדר ליב די מענטשהייט. דאס מיינט נישט אז ער גייט העלפן די מענטשהייט, ווי למשל עסקנית. דאס מיינט סתם א שטארקע אהבה צו די מענטשהייט.

א אדר האט ליב די וועלט. יעצט, א אדר לעבט אין דמיון. דארט קומען פאר אלע מינע פלענער וויאזוי מ'קען העלפן די מענטשהייט. זייער אסאך סארטן פלענער, אבער אלעס בלייבט דארט אין דמיון.

א אדר קען עס ארויסברענגען אויב ער וויל. אבער עס מוז זיין גאר א שטארקע אינערליכער טרייב קראפט אז דאס זאל ארויסקומען מכח אל הפועל. געווענליכע אדר'ס בלייבן ביים חלומ'ן. חוץ אויב - ווי פריער דערמאנט - ער האט זעלבסט-זיכערקייט. און נאך זאכן.

א אדר האט אזא נאטור זיך שנעל צוצוכאפן צו טעאריעס. און רעיונות. ער ווערט שנעל פארקויפט פאר טעאריעס. ער כאפט שנעל אויף טעאריעס. און דאס געט אים א געפיל ווי כאילו ער האט עס בעסער ארויס ווי יעדעם.

די מצב רוח פון א אדר האלט זיך אין איין טוישן. פון גאר גוט, צו גאר... דו גייסט נישט טרעפן א אדר וואס זיין מצב רוח טוישט זיך נישט. איך רעד אן מעדיקעשאן. א אדר איז א גיסטע מענטש. איינע פון די שטארקע זאכן פון א אדר איז אומסטאבליזירטער גיסטע. א וואסער, כוואליעס.

א אדר איז נוטה צו צו שטארק רחמנות האבן אויף זיך אליין. אדרבה, טרעף מיר א אדר וואס גייט האלטן ביי זיך אז ער איז נישט קיין רחמנות. איך רעד נישט פון זאגן: איך בין א רחמנות. איך רעד פון אריינפאלן אין א מצב פון א געפיל פון רחמנות אויף זיך אליין. קען זיין אז ער גייט נישט מודה זיין אזוי שנעל דערויף. (און קען אויך זיין אז דאס וואס דער ספר שרייבט איז נישט פאקטיש, אבער איך גיי אז ס'איז יא אין פאקט)

א אדר האט א שוועריגקייט מודה צו זיין אויפ'ן אמת. אלעמאל וועט ער האבן א תירוץ. איך רעד נישט פון זאגן: יא ביסט גערעכט. איך רעד פון זיך לאזן אינגאנצן אנערקענען דעם אמת אזוי ווייט אז מ'לעבט דערמיט. זיך לאזן אנערקענען די מציאות. ער קען נישט באשטיין. ער קען אפילו זאגן: יא, ביסט הונדערט פראצענט גערעכט. אבער ביי זיך לויפט אריין אין עפעס א עוועניו וואס אויף עפעס אן אופן מאכט עס אים שפירן אנדערש ווי דעם אמת.

א אדר גליטש זיך ארויס פון אחריות. ער קען עס פשוט נישט טראגן. (אין דעם נקודה, קען זיין אז ס'גייען זיין וואס גייען נישט מסכים זיין דערצו. מ'דארף אבער כאפן זיין נקודה. די נקודה איז, אז פאר א אדר איז שווער צו לעבן מיט די מציאות)

א אדר איז זייער וויכטיג צו האבן חיזוק און מוטיגונג פון ארומיגע. צו מוטיגן: דו קענסט יא. חזק ואמץ. קוק עס נישט אן אזוי פעסעמיסטיש.

דער עיקר ציהל פון א אדר אין זיין לעבן איז צו העלפן אנדערע. ער גייט נישט קענען ארבעטן מיט א ארבעט וואס עס האט נישט אין זיך דעם ציהל פון העלפן אנדערע. אדרבה טרעף מיר איין אדר וואס ארבעט פאר זיך. און ער איז צופרידן דערמיט. א אדר זוכט צו העלפן אנדערע. העלפן אויף א בחינה, ווי העלפן ווערן געזונטער. האבן געלט. דערגרייכן ציהלן.

א אדר האט ליב א ארבעט וואס האט אין זיך אסאך סארטן מינע זאכן. א אדר האט נישט ליב צו טון א פונקטליכע ארבעט אין וואס מ'דארף זיך פאר א לאנגע צייט קאנצענטרירן. ער קען עס טון אויב מ'מוז

א אדר האט א ספעציעלן גוטן זכרון. און האט אין זיך מנהיגות. (דער איז פארנומען מיט 'מנהיגות'. זעט אויס אז א שטארקע חלק פון זיין אייגענעם כאראקטער איז געווען יא מנהיגות, אדער נישט מנהיגות)

א אדר האט ליב צו לעבן א דארפישן לעבן. ער האט ליב צו האבן די געלעגנהייט צו קענען גיין און קומען ווען ער וויל. יעצט, דאס מוז נישט זיין דוקא. די ווארט איז נאר, אז א אדר האט געפיל. און נאך פאקטארן קענען שפילן דא.

א אדר רעכנט זיך מיט די געפילן פון ארומיגע. ער האט סימפאטיע. דאס הייסט, ווען עס ווערט נישט געשטערט פון אנדערע פאקטארן, רעכנט ער זיך מיט די געפילן פון ארומיגע. און ער טראכט שטארק וואס ארומיגע פילן, און רעכנט זיך דערמיט. ער מאכט זיכער צו זאגן א גוט ווארט.

א אדר האט ליב נאטור. ווייטער, אלעס קומט פון איין נקודה, אדער פון איין בינטל נקודות. און דאס איז: געפיל. כח המדמה.

אדר זענען גוט און ברייטהארציג. האבן ליב צו געבן פון זיך. האבן ווייניג זעלבסט-שאץ, (אדער א נידעריגער זעלבסט-בילד)

אין א אדר ווירקט א טעטיגקייט פון צענישט מאכן זיין 'איך'. ער לאזט זיך צופיל אראפ. ער האלט זיך נישט אויבן. אזא סארט נטי'.

א אדר האט ליב צו רעדן פון זיינע צרות. א גראדן שכל און קלוג.

פרויען אדר'ס זענען איבערגעגעבן, געטריי, און געבן זיך אוועק פאר די משפחה. זענען די אידיאליסטישע מאמע.

א אדר איז באשאנקען מיט געפיל, אבער נישט מיט מעשים. יעצט, דאס מיינט נישט צו זאגן אז א אדר טוט נישט. נאר דאס מיינט צו זאגן, אז א אדר האט א נטי' צו זיין אויף דעם וועג. אוודאי, טאמער א אדר ווערט געבוירן אין א משפחה וואו מעשה איז געווען א גרויסע זאך, און נאך און נאך זאכן, וועט ער טון צום זאך. די רעדע דא איז, אז א אדר קען בלייבן סטאק מיט געפילן. און ער קען זיך נישט ארויסברענגען. ער ווייסט נישט וויאזוי מ'טוט. אלעס בלייבט שטעקן אין דמיון. ער האט נישט די כלים וויאזוי זיך ארויסצוברענגען.

אויב דו גייסט זאגן: דער ספר רעדט שטותים, גייסטו אויפטון? איך מיין אז נישט. ווייל קודם געב א קוק צו ס'איז אמת.

א אדר ליידט. פארוואס? ווייל עולם הרגש געט ליידעניש. און נאך אזאך: א אדר קען נישט געהעריג ארויסברענגען זיינע געפילן. עס איז צו טיף. "איך קען דיר נישט מסביר זיין וואס איך פיל"

א אדר ליידט פון ווייניג זעלבסט-דיסציפלין. (איך מיין אז דאס זאגט ער)

א אדר איז קלוג, האט ליב דורכצוטראכטן זאכן, און האט ליב צו לערנען.

א אדר האט אסאך אנטוישונגען אין זיין לעבן. צוויי זאכן קען זיין, אדער אז יעדער מענטש האט אנטוישונגען, נאר א אדר, ווייל ער איז געפיליש, מאכט ער דערפון א מצב. און ס'קען זיין אז ווייל דער אדר קען נישט געהעריג ארויסקומען אין די וועלט, דערפאר האט ער מער אננטוישונגען.

א אדער קען זיך צוגעוואוינען צו יעדן מצב. דער אייבערשטער זאל אפהיטן פון אלעם בייזן.

א אדר האט אסאך פאטענציאל, ווייל ער האט אסאך כשרונות. האמיר אבער פריער געשמועסט, אז פאטענציאל מאכט נאך נישט הצלחה. השי"ת האט באשאפן כלים. א מענטש דארף האבן כלים. לעבן האט א וועג. א אדר כאפט נישט אז מיט'ן בלויזן דמיון קען מען נישט דערגרייכן אין ערגעץ. עס איז די פאקטישע כלים וואס העלפן מענטשן.

א אדר האט מורא: וויאזוי גיי איך מיך פארמעסטן מיט די מציאות.

א אדר לעבט אין זיין דמיון. סאו, צומאל ענטפערט ער נישט ווען מ'רעדט צו אים. און מענטשן טראכטן: אזא שלעכטער, ניין? אבער ער איז נישט שלעכט. ער ענטפערט נאר ווען ער האט נישט קיין ברירה.

א אדר קען זיך אפרעדן אפילו אויב ער איז מצליח.

א אדר איז א גרויסער בעל רחמן.

א אדר האט זייער ליב צו מוותר זיין. וויתור? אדר. און אויב א אדר איז נישט מוותר ערגעץ, קומט עס לכאורה ווייל ער האט זיך שוין גוט אפגעבריהט. מ'דארף קענען כאפן די פאקטן.

א אדר האט ליב נייע רעיונות.

אלע זאכן קומט - האמיר שוין געשמועסט - פון די נקודה פון עולם הדמיון. כח המדמה.

א אדר איז א פאסיווער מענטש. ער איז נישט אקטיוו. ער איז דער וועם דו קענסט טרעפן זיצן אונטער א בוים אין די קאנטרי און חלומ'ן. און שמועסן מיט זיין אייר חבר. ער גייט אבער נישט רעדן שטותים. ער גייט פרובירן א נייע שכליות. א נייע רוחניות. אבער אלעס אין דמיון. נישט אויף למעשה ממש ממש. וויאזוי מ'קען זיך פארבעסערן אין תפילה, און תורה, און שבת, אין דביקות. און אפשר אויך עצות וויאזוי מ'קען טון זאכן. אלעס ביז אויף למעשה.

פארשטייט זיך, אלעס איז א נטי'. קען זיין אז דו קענסט טרעפן א אדר וואס איז יא מצליח. וועסט אבער גוט קוקן, וועסטו זעהן אז אינערליך גייט אלעס אן ווי געהעריג. די גאנצע אדר'קייט לעבט אויף אלע באקן.

א אדר איז קיינמאל נישט צופרידן פון זיין מצב. קיינמאל. אלעמאל פילט ער אז "עס איז א בדיעבד". אבער מיט דעם אלעם איז ער צופרידן מיט די טאקע בדיעבד.

א אדר האט אייביג פלענער מיט חידושים וויאזוי די סאושל ארבעט, און וויאזוי די גיסטע ארבעט. ער איז קיינמאל נישט פארטיג דערמיט.

א אדר איז נישט אלעמאל פארשטענדליך צו די סביבה.

וועסט נישט טרעפן א אדר וואס קען שנעל מחליט זיין.

דו האסט נישט ארויס דעם אדר. ווייל: א) ער לעבט אין דמיון, און ב) ער קען צומאל ארויסברענגען גאר א פארקערטער כאראקטער פון זיך. אבער זיין כאראקטער איז בא'חנ'ט.

א אדר איז א בחינת נוקבא. ווייעכקייט, רחמנות, און איידלקייט.

יעצט, ס'איז וויכטיג צו געדענקען, אז נישט אלע אדר'ס זענען די זעלבע. ס'דא פעסטע "אכטערישע" אדר'ס אויך. עכ"פ פון דרויסן. אבער אפילו ווען זיי זענען פעסט, האבן זיין תיכף חרטה. בכלל אויב א אדר שרייט, אדער רעגט זיך, אדער עקט אלץ א גבר אלים, וועט ער א מינוט נאכדעם חרטה האבן. ווייל ער איז בטבע ווייעך.

א אדר וויל צוקומען צו רוחניות דורך זיינע געפילן. אבער ער האט מורא צו בלייבן פארכאפט אין זיינע געפילן. די סיבה איז ווייל א אדר זוכט דאך שכליות. אבער ער זוכט דאך געפילן. איז, ער איז אין קאנפליקט.

יעדע זאך וואס א אדר טוט, טוט ער עס צעווארפן. וועסט קיינמאל נישט טרעפן א אדר וואס טוט א זאך מיט א סדר. אלעמאל וועט איבערבלייבן עפעס וואס ער האט נישט אויפגערוימט. אלעס איז צעווארפן.

א אדר שפירט אלעמאל ווי ער איז אין זיין אייגענעם גלות. א געפיל אז ער וויל אוועקלויפן פון זיך. אוועקלויפן פון די וועלט. ער האט ליב צו טרעפן זיך אליין. ער האט ליב התבודדות. ער האט ליב צו זיין פאר זיך אליין.

שטענדיג פילט ער אז ער ליידט. ווי כאילו אין אזא סארט גיהנם. ער האט נישט א אינערליכע מנוחה. ער שוועבט אין "עולמות עליונים".

א אדר האט ליב צו לעבן אין זיך. נישט אייביג גייסטו דאס גראד זעהן. אבער קוק גוט, און דו וועסט עס טרעפן.

א אדר וויל טוישן די מציאות, אבער ער זעהט אז ס'גייט נישט.

טרעף מיר א אדר וואס האט נאכנישט געזאגט: פארוואס בין איך געבוירן.

א אדר קען ערשיינען ווי א הארטער מענטש. אבער אינערליך איז ער ווייעך.

א אדר קען באשרייבן די געדאנקען גאנג פונעם ציבור, און אויף וואס דער עולם קוקט ארויף.

ביי א אדר איז די געפיל דער עיקר.

מער ווייניגער וועט א אדר די מערסטע מצליח זיין בעזרת השי"ת ווי צום ביישפיהל: גבאים, שמשים, טון פאר אנדערע, טערעפיסטן. זינגען פאר אנדערע ביי "חתונות". א ארבעט פון כח המדמה וואס נוצט אויפלעבן די כח המדמה פון ארומיגע. אפילו אויב ער וועט זיין א אינשורענס אגענט, וועט ער זיין אויף אן אופן אז ער העלפט יענעם טרעפן א געלעגנהייט צו מאכן געלט, אוועקלייגן געלט. (דאס איז וואס איך ווייס ווען איך שרייב די שורות)

א אדר האט נישט ליב א ציהל. אנדערש ווי א ניסן. ער לעבט נישט מיט א ציהל. אוודאי קען א אדר האבן א ציהל. אבער זיינע אינערליכע פראסעסעס וועט נישט לויפן צום ציהל. אז עס וועט געשעהן דער ציהל, וועט עס געשעהן. א אדר האט נישט ליב די געדאנק: מאך דיר א ציהל. ער דערליידט עס נישט. ס'נעמט אים אוועק פון זיין גאנצע חיות.

א אדר לעבט פון נאסטאלגיע. און מיט דעם איז ער אביסל ענדליך צו א תמוז. ביידע גייען זיך גוט פארשטיין אין דעם. זיי האבן ליב צוריקצופארן צו דעמאלטס און דעמאלטס, ווען איך בין געווען א קינד, און וואס איך האב דעמאלטס געפילט. א אדר וועט נאכאמאל גיין אויף די זעלבע פלאץ ווי אלץ קינד, כדי נאכאמאל זיך צו באגעגענען מיט זיין עבר.

א אדער קען נישט זיין אביעקטיוו. ער לעבט אין כח המדמה. ער זעהט זאכן מיט זיין דמיון.

א אדר איז נישט אזוי גרינג מצליח. "ווען דו לייגסט מיך פרעשור, קען איך נישט, איך פיהל נישט אז איך לעב"

א אדר האט אזא נאטור פון ליצנות. ער קען נאכמאכן אנדערע. א אדר דארף טאקע אסאך הארעווען אויף זיך אנצונעמען אזאך ערנסט. פון יענע זייט אויך.

א אדר ווערט שנעל פארקויפט פאר א זאך. ער ווערט שנעל נתפעל פון אזאך.

א אדר האט א נטי' צו געטרויען די אומריכטיגע מענטשן. זיי האבן א געוויסע נאיוויטעט.

א אדר מוז האבן א בת זוג וואס טוט אויף למעשה. אדער אויב ער איז אין א ארבעט וואו ער וויל אויסגעבן זיינע שעפערישקייטן, דארף ער האבן א שותף, אדער ארבעטער וואס טוט אויף למעשה.

בקיצור, וואס מ'זעהט ביז אהער איז, אז א אדר לעבט אין זיין כח המדמה. ער איז געפיליש. ער איז נישט אביעקטיוו. ער איז נישט מסודר. ער קען ארויסגעבן פון זיך צוויי אנדערע כאראקטערס, ער האט אין זיך די מידה פון ליצנות. (ס'דא די געלעגנהייט צו מאכן ליצנות, און ס'דא מאכן ליצנות, צוויי אנדערע זאכן, א מענטש מעג האבן די יצר פון ליצנות. אזוי האט השי"ת באשאפן. אבער מאכן ליצנות וואס איז פוגם אין נפש טאר מען נישט)

א אדר האט ליב צו לעבן אין זיך. א ארבעט האט ער ליב וואס העלפט אנדערע, און טוט פאר אנדערע. ער דארף זיך אויסארבעטן צו טרעפן כלים וויאזוי ארויסצוגעבן זיינע חלומות. ער דארף זיך טרעפן מיט די מציאות. קומען פנים אל פנים מיט'ן אמת. מיט'ן פאקט. אפשיילן די דיקע גלעזער פון דמיון וואס איז פאר זיינע אויגן, עס אויסטון פאר אביסל. אנקוקן די וועלט וויאזוי עס איז עכט, און נישט מיט די פירושים פון זיינע דמיונות.

והשם הטוב יעזור.
לעצט פארראכטן דורך נשמה אום מיטוואך אוגוסט 19, 2020 8:05 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17156
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: Sun sign Astrology - די נאטור פון מענטשן לויט די חדשים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

למעשה דארף מען אנמערקן, אז אויב ס'איז געבויעט אויף די מזלות איז עס תלוי אין די חדשי החמה, נישט די חדשי הלבנה.

ס'איז דא א מעגליכקייט עס אויסצורעכענען, וועלכע גוישע דאטום הייבט זיך אהן וועלכע חודש?
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: Sun sign Astrology - די נאטור פון מענטשן לויט די חדשים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

אוראייניקל האט געשריבן:למעשה דארף מען אנמערקן, אז אויב ס'איז געבויעט אויף די מזלות איז עס תלוי אין די חדשי החמה, נישט די חדשי הלבנה.

ס'איז דא א מעגליכקייט עס אויסצורעכענען, וועלכע גוישע דאטום הייבט זיך אהן וועלכע חודש?

דעס מיינסטו? ס'האט צו טון ווען די מזל טלה הייבט אן שולט צו זיין. קומט ארויף. דאס קומט אויס אביסל פאר ניסן.
לעצט פארראכטן דורך נשמה אום מיטוואך אוגוסט 19, 2020 9:47 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
אוועטאר
פעטער משה
שר חמש מאות
תגובות: 815
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יאנואר 03, 2020 12:21 pm

Re: Sun sign Astrology - די נאטור פון מענטשן לויט די חדשים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעטער משה »

איך בין א 08/03
יעצט דורכגעליינט סיי תמוז און סיי אב אן איך מיין אז איך בין און תמוז
אוועטאר
פארפרוירן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 460
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 28, 2019 8:11 am
לאקאציע: וואו סידא צועסן

Re: Sun sign Astrology - די נאטור פון מענטשן לויט די חדשים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארפרוירן »

נשמה האט געשריבן:
פארפרוירן האט געשריבן:יש"כ אייך,
גאנץ גוט מכוון געווען, דעם פאראגראף פון געפיליש צו די קינדער זעט עפעס אויס ווי אויסגעשפרייטע ווערטער וואס מען דארף מצרף זיין די אותיות (נישט אז איך פארשטיי נישט וואס דו שרייבסט, נאר עס שפירט זיך מיר פשוט בכלל נישט היימיש) דער צווייטער האלב פאראגראף שמעקט יא קענטליך.
אבער פארוואס קענען מיר נישט זוכה זיין אין א לענגערע באשרייבונג אזויווי די אנדערע חדשים?
עניוועי, טענקס א לאט!

איך האב עס געשריבן קורץ, ווייל בשעת'ן שרייבן האב איך נישט געוואוסט צו זאגן פון איינעם וועם איך קען, און אויך אז ער איז א תמוז. סאו איך האב נישט געקענט מאריך זיין. איך האב נאר נאכגעשריבן, אבער נישט צוגעלייגט אייגענע אויסברייטערונגען.

געפיליש צו די קינדער. האב איך געמיינט צו שרייבן: געפיליש צו די אייגענע קינדער. די בחינה איז, א ווארימקייט צו די קינדער. caring. עס איז ביי זיי א זאך. ער ציהט אויף א משפחה. ער באגלייט זיי. ער איז זיי מגדל. ער "שטייט נעבן זיי", און אומר להם גדל. ס'איז זיין אייגנטום. ער נעמט קער פון עס. עס איז זיין באשעפטיגונג. ער טוט דערין. אין אנדערע ווערטער: וועסט נישט טרעפן א תמוז (לויט דעם "ספר") וואס איז מסיח דעת פון זיינע קינדער.

געב א קוק דא צו דו ביסט טאקע א תמוז.

לויט דא בין איך אן אב, אבער לויט ווי די נשמה טהורה איז מסביר, בין איך ענדערש א תמוז ווי אן אב, כ'מיין אז מיר מוזן זיך אראפזעצן פערזענליך ביי א שאל קאווע און דורכטון די נושא. וויפיל נעמסטו א שעה?
די וועלט איז ליידער א שטיק שקר, די איינציגסטע זאך וואס איז נאך אמת'דיג איז בלויז א שטיקל הערינג מיט אייער קיכל
אוועטאר
פערדס מיניסטער
שר האלף
תגובות: 1541
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 10:39 pm
לאקאציע: איך ווייס נישט

Re: Sun sign Astrology - די נאטור פון מענטשן לויט די חדשים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פערדס מיניסטער »

נשמה האט געשריבן:
בִּשְׁבִילֵי הב האט געשריבן:עס איז זייער אינטעסאנט די נושא. האסט עפעס גוטע סחורה אויף תמוז?

בס"ד

(די אלע זאכן האב איך נאכנישט געזעהן ביי איינעם וואס איך ווייס אז יענער איז א תמוז, סאו, איך שרייב נאר נאך) און אויך אז די אלע זאכן זענען מער נטיות. דאס מיינט אז דער מענטש איז מער נוטה צו זיין אזוי ווי געשילדערט, אבער מיט עבודה קען די פאקט זיין אנדערש.

והשם הטוב יעזור

איך בין א תמוז און א גרויס חלק שטימט
שרייב תגובה

צוריק צו “תורת הנפש”