בשבילי הלב - שמועסן אויפן לעבן.

פסיכאלאגיע און מעדיצינען

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

אוועטאר
fiena nieas
שר חמשת אלפים
תגובות: 5495
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2011 8:56 am

Re: בשבילי הלב - שמועסן אויפן לעבן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך fiena nieas »

ואיש משה עניו מאוד מכל האדם וואס איז די גרויסקייט דערפון אויב סאיז א גיטע זאך ?
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: בשבילי הלב - שמועסן אויפן לעבן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

fiena nieas האט געשריבן:ואיש משה עניו מאוד מכל האדם וואס איז די גרויסקייט דערפון אויב סאיז א גיטע זאך ?

ווער זאגט דיך אז ענווה איז א ביטערע זאך? ס'איז זייער א געשמאקע זאך. פארקערט, א געזונטער ארגינאלער מענטש לויפט עס נאך. כן כתוב בספר הק' יושר דברי אמת. נאר וואס דען, ענווה איז א גוטע זאך פאר'ן יצר טוב, און גאווה איז א גוטע זאך פאר'ן יצר הרע. משה רבינו איז געווען זייער אויסגעארבעט.
אוועטאר
וואס עפעס?
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4102
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

Re: בשבילי הלב - שמועסן אויפן לעבן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס עפעס? »

@בשבילי
אז די האסט שוין די הסכמה פון @נשמה דאן ביזטו מסודר

סאיז א שטאלץ פאר אייוועלט צי האבן אזוינע קעפ דא
הצלחה מרובה
אוועטאר
בִּשְׁבִילֵי הלב
שר מאה
תגובות: 199
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 30, 2020 8:50 pm

Re: בשבילי הלב - שמועסן אויפן לעבן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בִּשְׁבִילֵי הלב »

נשמה האט געשריבן:דיין הסבר צווישן ענווה און סעלף עסטים איז גוטע נייעס. איך האב מיך אלעמאל געמוטשעט צו פארשטיין וויאזוי ס'קומט זיך צאם.

לויט וויאזוי איך טייטש אפ לאו סעלף עסטים איז אז דער מענטש מוז האלטן קאפ אויף זיין ווערד אז ס'איז נישט אזוי ווערדפול. און געהעריגע סעלף עסטים איז ווען דער מענטש ערלויבט זיך צו זיין ווערד וויאזוי ער איז ווערד באמת. אן עס דארפן אפשאצן

איך וואונדער מיך צו א מענטש דארף ארבעטן אויף סעלף עסטים, אדער ער דארף ענדערש ארבעטן אז ער זאל אויפהערן זיך צו שאצן ווייניגער ווערד. ער זאל זיך אויפהערן אריינצולייגן אין א געוויסע באקס. ער זאל זיך ערלויבן צו זיין וואס ער איז באמת. אן דארפן שאצן.

ווען דער מענטש ערלויבט אויפצוהערן צו שאצן און אנהאלטן זיין לאו סעלף עסטים, פעלט אים נישט אויס גאווה. פאר יעדעם איז די ווארט ווייזן שוואכקייט אביסל אנדערש. עס ווענד זיך וועלכע נומער אין די אניאגראם.

איך גיי פרובירן דיין עצה פאר אביסל, עמער זען צו ס'ארבעט. און וויאזוי ס'ארבעט.

אוודאי איז עס ביי יעדן אנדערש. די הגדרה פון ווייזן שוואכקייטן, איז ארויסווייזן דיינע מענטשליכע ניד''ס ווי למשל וועלן מען זאל דיר געבן א גוטע געפיהל, וכדו'.
קענסט מיר אפדעיטן.
אוועטאר
בִּשְׁבִילֵי הלב
שר מאה
תגובות: 199
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 30, 2020 8:50 pm

Re: בשבילי הלב - שמועסן אויפן לעבן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בִּשְׁבִילֵי הלב »

fiena nieas האט געשריבן:ואיש משה עניו מאוד מכל האדם וואס איז די גרויסקייט דערפון אויב סאיז א גיטע זאך ?

גוט געפרעגט!
לענ''ד, ענווה איז א מידה און א מדריגה וואס האט גאר אסאך לעוועל'ס און טיפקייטן.

איך האב גערעדט פין די פשוט'סטע לעוועל פון ענווה.
איך האב נישט גערעדט פון "עניו מאוד מכל אדם"....
לעצט פארראכטן דורך בִּשְׁבִילֵי הלב אום דאנערשטאג אוגוסט 06, 2020 2:26 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
nemtudom
שר מאה
תגובות: 135
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 07, 2020 5:41 pm

Re: בשבילי הלב - שמועסן אויפן לעבן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך nemtudom »

נשמה האט געשריבן:דיין הסבר צווישן ענווה און סעלף עסטים איז גוטע נייעס. איך האב מיך אלעמאל געמוטשעט צו פארשטיין וויאזוי ס'קומט זיך צאם.

לויט וויאזוי איך טייטש אפ לאו סעלף עסטים איז אז דער מענטש מוז האלטן קאפ אויף זיין ווערד אז ס'איז נישט אזוי ווערדפול. און געהעריגע סעלף עסטים איז ווען דער מענטש ערלויבט זיך צו זיין ווערד וויאזוי ער איז ווערד באמת. אן עס דארפן אפשאצן

איך וואונדער מיך צו א מענטש דארף ארבעטן אויף סעלף עסטים, אדער ער דארף ענדערש ארבעטן אז ער זאל אויפהערן זיך צו שאצן ווייניגער ווערד. ער זאל זיך אויפהערן אריינצולייגן אין א געוויסע באקס. ער זאל זיך ערלויבן צו זיין וואס ער איז באמת. אן דארפן שאצן.

ווען דער מענטש ערלויבט אויפצוהערן צו שאצן און אנהאלטן זיין לאו סעלף עסטים, פעלט אים נישט אויס גאווה. פאר יעדעם איז די ווארט ווייזן שוואכקייט אביסל אנדערש. עס ווענד זיך וועלכע נומער אין די אניאגראם.

איך גיי פרובירן דיין עצה פאר אביסל, עמער זען צו ס'ארבעט. און וויאזוי ס'ארבעט.

אזוי האב איך אויך אלעמאל פארשטאנען, און אזוי ווערט געברענגט אין ספרים.

מיר אלע ווייסן פון קינדווייז אן אז דער אויבערשטער האט געגעבן די תורה אויפן בארג סיני, צו ווייזן אז מ'דארף זיך האלטן קליין.
נו, אויב אזוי, פארוואס האט ער עס נישט געגעבן אין א טאל, וואס איז נאך קלענער?

די תירוץ איז, ווייל א טאל איז "באמת קליין", ער האט נישט מיט וואס זיך צו גרויסן, משא"כ די בארג סיני איז בעצם א גרויסע בארג, און מיט דעם אלעם האלט ער זיך קליין.

די לימוד פאר אונז איז, ווייס און אנערקען דיינע שטארקקייטן און מעלות, ווי די לעכאוויטש'ער ווארט להודיע לבני האדם "גבורותיו", דער מענטש זאל וויסן זיינע אייגענע גבורות, און פונדעסטוועגן האלט זיך קליין, ווייל עס איז ס"ה א מתנה פון אויבערשטן, עס צו נוצן להגדיל שמו הגדול.

און דאס איז לכאורה די חילוק פון ענוה - בארג סיני, און לאו סעלף עסטיעם - טאל.
למד לשונך לומר איני יודע (ברכות ד.)
Pardon my English, obviously I don't have now a Yiddish keyboard
אוועטאר
בִּשְׁבִילֵי הלב
שר מאה
תגובות: 199
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 30, 2020 8:50 pm

Re: בשבילי הלב - שמועסן אויפן לעבן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בִּשְׁבִילֵי הלב »

ערשטע ארטיקל - וויאזוי די גאנצע עולם הרגש ווערט אויסגעפארעמט אין די ערשטע יארן.

[/size]אגוטן טאג טייערע חברים. איך וויל היינט שריייבן און אויסשמועסן אביסל ברייטער וויאזוי די עולם הרגש פון א מענטש ווערט דעוועלאפט.
און וויאזוי די ערשטע פאר יאר איז ממש קריטיש וויכטיג פאר די גאנצע לעבן.

ווען א קינד קומט אראפ אויף דער וועלט, קומט ער אראפ מיט 2 עיקר צרכים, 2 סארטן ניעד'ס. די פיזיקעל ניעד'ס און די עמאשאנעל ניעד'ס.
די פיזיקעל ניעד'ס איז זייער פשוט - עסן, טרינקען, א דאך איבערן קאפ וכדו'.
די עמאשאנעל ניעד'ס זענען ווארעמקייט און ליבשאפט אהן קיין תנאי - אנקאנדישענל.
די צרכים זענען אריינגעבויט אין יעדעם איינעם בלי שום יוצא מן הכלל. דאס איז א חלק פון זיין יומען.

יל''ד איז די אותיות דל''י - א איימער. דאס איז א כלי קיבול. ווייל אלעס וואס א קינד דארף איז צו זיין א כלי וואס זאל ווערן אנגעפילט מיט זיינע ניעד'ס.

א קינד וואס האט אין זיינע ערשטע יארן - (בעיקר ביז 7 יאר) באקומען וואס ער דארף, און זיין כלי איז מער ווייניגער פיל. (קיינער כמעט איז נישט 100 פרעצענט פיל..) דעוועלאפט א גוטע און געזונטע עולם הרגש. ער פילט גוט מיט זיך, ער פילט פארזיכערט דא אויפן וועלט, און ער איז מצליח אויסצופירן און ארויסברענגען זיינע כוחות און כשרונות צו די עפנטליכקייט.

א קינד, בפרט גאר א קליין קינד קען דאך גארנישט אליין טוהן. ער איז ממש הילפלאז און אינגאנצן אנגעהאנגען אין זיינע עלטערן. ער פילט ביי זוך זייער גוט אז אהן די עלטערן זיינע האט ער נישט קיין קיום. ממילא אויב באקומט ער ווארעמקייט און ליבשאפט פון די עלטערן פילט ער פארזיכערט און סעיוו, אז אלעס וועט זיין גוט. ווייל זיינע עלטערן האבן איהם ליב, און אויב אזוי וועלן זיי אוודאי זיכער מאכן אז ער איז אקעי.
אבער א קינד וואס באקומט נישט קיין ווארעמקייט און ליבשאפט פון זיינע עלטערן, פילט נישט סע'וו, און ער גייט אריין אין א מורא'דיגע פחד, ווייל אפשר וועלן זיינע עלטערן איין שיינעם טאג מחליט זיין אז זיי דארפן איהם שוין נישט? אפשר וועלן זיי איין ליאדן טאג מחליט זיין אז ער איז גאר א לייעביליטי און נישט קיין עסעט? מענטשן ווארפן טאקע נישט אוועק זאכן וואס זיי האבן ליב, אבער איהם האט מען דאך נישט ליב, סו ווער פארזיכערט איהם אז זיינע עלטערן וועלן בלייבן איהם האלטן ביים לעבן?

פארשטייט זיך אז די קליין בעיבי איז נישט מסוגל צו מאכן די אלע חשבונות אין זיין קליין מוח'ל מיט די ווערטער. נאר עס איז א געפיהל וואס ער פילט אינסטינקעוולי אין זיין סאב-קאנשעס.

א קינד וואס פילט אזוי, פילט ווי געזאגט א מוראדיגע פחד, און א טיעפע ווייטאג. און צוביסלעך וועט מען זעהן אויף אזא קינד איינס אדער עטליכע פון די פאלגענדע ערשיינונגען - ווי למשל ער וועט ווערן זייער שטיל און איינגעהאלטן, נישט ווייזן וואס ער פילט, נישט בעטן קיין אטענשאן, ער וועט ציען ווי ווייניגער אויפמערקזאמקייט, ער וועט ווערן די קינד וואס העלפט און לייגט צו א האנט איבעראל, ער וועט ווערן די דשאוקער פון די הויז - מאכן פאני זאכן, אדער פארקערט, ער וועט ווערן זייער ערנסט און גאר מעטשוער, מער פון זיין עידש.

וואס איז פשט פון די אלע ערשיינונגען? הצד השווה שבהן אז ער מאכט זיכער נישט צו זיין צו שווער, נישט צו זיין קיין לייעביליטי, נאר פאקערט זיין די קינד וואס מען דארף האבן. ווייל די כלל איז דאך אז מענטשן ווארפן נישט אוועק א זאך וואס זיי דארפן, און אויב האט מען איהם נישט ליב, אויב וויל מען איהם נישט, מאכט ער זיכער אז מען זאל איהם דארפן, דאס איז זיין סטראטעגיע צו זיין פארזיכערט.

אזוי וואקסט זיך אויף א קינד אויף די וועלט, וואס פון איין זייט איז ער אויסגעהונגערט פאר אביסל ווארעמקייט און ליבשאפט, חלש'ט פאר א שמייכל. אבער אין די זעלבע צייט, ווייזט נישט ארויס קיין שום צייכן פון דעם. פונקט פאקערט, שטעלט זיך ארויס אלס איינער וואס דארף נישט גארנישט, גיבט זיך אליין א עיצה, דרייט זיך ארום פארמאכט און איינגעהאלטן. אלעס כדי צו סורווייוון. אבער ווי געזאגט אינעווייניג איז גאר א צווייטע מעשה, אינעווייניג איז א דערשראקענע הונגעריגע קינד.

ביי אזא קינד, די עולם הרגש בלייבט סטאק, און דעוועלאפט זיך נישט. רגש דעוועלאפט זיך נאר אויב עס איז אפן. אויב די עולם הרגש איז פארמאכט, בלייבט אלעס שטיין. ממילא קומט אויס אז עס קען זיין א מענטש פון 20, 30, 40 יאהר און אפילו מער, וואס זיין עולם הרגש איז דעוועלאפט פונקט ווי א קינד פון 5 יאהר. ער דרייט זיך ארום הונגעריג, ער דרייט זיך ארום מיט א לאך אינעווייניג, א לאך פון עמאשאנעל ניעד'ס וואס זענען ליידער קיינמאל נישט זאט געווארן. און די לאך טוט וויי און באגלייט איהם ווי א שווארצע שאטן ווי ער גייט.

מענטשן פרובירן אנצופילן און צו בארואיגן די נפש, מיט כל מיני זאכן, ווי עסן, נייעס, מאווי'ס און אפילו מיט איידעלערע זאכן ידיעות און נאלעדש. עס בארואיגט ווי טיילענאל פאר א קורצע צייט, אבער גלייך דערנאך קומט די הונגער נאכאמאל ארויף, ווייל די אלע חומר'דיגע אדער אפילו מוח'דיגע זאכן פילן נישט אהן די לאך, וואס איז בכלל אין הארץ.

איך קען זיצן מיט א יונגערמאן, וואס איז לכאורה זייער מצליח אין לעבן. ער האט א גוטע דשאב, ער איז מסודר, אבער צווישן פיר אויגן בלוטיגט ער, אויף וואס ער האט נישט באקומען. ער דרייט זיך צווישן מענטשן מיט פחדים און ענקזייעטי, ער פילט זיך נישט אוקעי, ער פילט אז ער איז נישט גענוג גוט. זיין שכל איז שטארק דעוועלאפט אבער זיין עולם הרגש איז געבליבן סטאק ערגעץ ווי אין די קינדערישע יאהרן. און א קינד האט מורא פון "גרויסע טאטע'ס". די געפ צווישן פון איין זייט זיין א גרויסע מענטש און פון די אנדערע זייט זיין א קליין קינד, די געפ טוט זייער וויי.

פארשטייט זיך אז עס איז דא אסאך לעוועל'ס אין דעם. עס ווענדט זיך אין נאך כל מיני פאקטארן, וואס מען וועט אפשר מאריך זיין אין א צווייטע געלעגנהייט. אבער דאס איז די איידיע.

א יונגערמאן האט מיר געזאגט, אז ער האט געארבעט א לאנגע צייט אויף איבערדרייען שלעכטע מחשבות, און טראכטען פאזיטיו. און מיט דעם אלעם האט ער נאך אלץ געפילט שלעכט איעווייניג. לענ''ד איז דאס די סיבה, ווייל אט מענטש וואס איז ארויסגעקומען פון די יונגע יאהרן נישט אנגעפילט. וועט נישט קומען אל המנוחה ואל הנחלה, ווילאנג ער טוט נישט עפעס מיט די הונגער, טוישן מחשבות אליין (וואס לכשעצמו איז גאר א שטארקע זאך) וועט אבער נישט זיין גענוג אין זיין פאל. די בעיסיק ניד'ס פון א מענטש זענען שטערקער ווי זיינע מחשבות.

היות עס איז נישט דא קיין קורצע און שנעלע סאלושען פאר דעם, נאר עס פאדערט זיך א עבודה, וועל איך דא מסיים זיין. און אי''ה וועל איך מרחיב זיין און א געלעגנהייט אויף וואס מען קען טוהן דערצו. יא צו העלפן די עולם הרגש וואקסן אפילו ווען מען איז שוין עלטער. קודם איז ארויסהאבן און פארשטיין די נושא שוין א גוטע זאך.

מענטשן דרייען זיך ארום צומאל, און פארשטיין נישט וואס גייט פאר, פארוואס ווער איך אנאנצן צייט סטאק, פארוואס פאל איך דורך נאכאמאל און נאכאמאל מיט די זעלבע זאכן. פארוואס האב איך נישט קיין מנוחה און קיין שלוות הנפש. פארוואס קען איך מיך נישט מחזק זיין און אמונה, און שוין. אבער ניין, עס קומט נישט דא אריין אמונה. דאס מיינט אוודאי קומט אריין אמונה אז די אייבישטער ווייסט פארוואס איך האב געמוזט האבן אזעלכע קינדער יארן. אבער יעצט איז די רצון ה' איך זאל יא טון עפעס דערצו. איך זאל זיכער מאכן צו טון דא די ארבעט כדי צו פילן בעסער. ווייל עס קומט זיך פאר יעדעם צו פילן גוט. "בשעה שישראל בצער שכינה מה אומרת? קלני מראשי קלני מזרועי". און אויב אויף צער הגוף איז אזוי איז אוודאי אויף ייסורי הנפש וואס קענען זיין נישט ווייניגער ווייטאגליך. עס איז זיכער די רצון ה' א איד זאל זיך ארומדרייען בשמחה ובטוב לבב מרוב כל.

שוין, עס פילט שוין ממש ווי א שאלעשידע'ס תורה... :grin: וועל איך דא מסיים זיין. עס איבעריג צו זאגן אז איך וועל זיך פרייען צו הערן ענקער פידבעק, בעיקר וועל איך זיך פרייען צו הערן סיי דא, און סיי פריוואט פון מענטשן ( אפילו בעילום שם) וואס האבן געפילט אז עס רעדט צו זיי. און די ווערטער האבן זיי געטאטשט ערגעץ ווי אינעווייניג.

יישר כח פארן זיין דא
לעצט פארראכטן דורך בִּשְׁבִילֵי הלב אום פרייטאג אוגוסט 07, 2020 3:52 pm, פארראכטן געווארן 6 מאל.
אוועטאר
אהרן הלוי
שר האלף
תגובות: 1499
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 18, 2018 1:42 pm

Re: בשבילי הלב - שמועסן אויפן לעבן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אהרן הלוי »

בִּשְׁבִילֵי הלב האט געשריבן:ערשטע ארטיקל - וויאזוי די גאנצע עולם הרגש ווערט אויסגעפארעמט אין די ערשטע יארן.

wow דאס איז ענדישער א 'שיעור' ווי איידער אן ארטיקל... א שיינעם דאנק.

ס'זייער אינטערסאנט דאס קינד'ס סטראטעגיע צו סארווייווען פיזיקלי, דאס איז לכאורה טיפער פון דעם אלעמען באקאנטן (?) "סאב-קאנשעס"; דאס הערט זיך ענדערש דארווין'דיג, נישט אזוי?

אלענפאלס, לא המדרש עיקר... מיר ווארטן אויף די פתרונות... נישט פאר מיר, נאר פאר א יונגערמאן וואס איך קען :lol: און ביזדערווייל וועל איך איבערלערנען דעם שיעור...
יישר כחכם.

יישר כח פארן זיין דא
פנחס

איר זענט זייער וועלקאמירט :grin:
צוויי אפציעס זענען פארהאן פאר דער טיפע "דורות" שאלה:
1. טיפע אהבה; 2. טיפע חכמה.
משיבת נפש
שר העשר
תגובות: 31
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 30, 2020 10:19 pm

Re: בשבילי הלב - שמועסן אויפן לעבן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משיבת נפש »

זייער גוט ארויסגעברענגט די מציאות הדברים !

שכוח ר׳ פנחס
אוועטאר
fiena nieas
שר חמשת אלפים
תגובות: 5495
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2011 8:56 am

Re: בשבילי הלב - שמועסן אויפן לעבן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך fiena nieas »

הערליך!!! סאיז כדאי צו קיקן די ווידואוי דו ברענגט עס דארט בעסער ארויס!
להתחבר
שר חמישים
תגובות: 81
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 04, 2020 12:08 pm

Re: בשבילי הלב - שמועסן אויפן לעבן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להתחבר »

זייער שטארקע ארטיקל סיי צו כאפן/פארשטיין און זיך מתמודד זיין מיט אונזערע קינדער יארן, און סיי צו פארשטיין די needs פון אונזערע קינדער, ספיציעל אין די גאר נידריגע קינדער יארן 0-7.
ס'לוינט צו זעהן אויך די קליפ. ס'האט א אנדערע געשמאק, בעסער אראפגעלייגט, צונומען אויף קליין געלט.
א שטארקע ארטיקל אויף חינוך ילדים !!
יישר כח
אוועטאר
בִּשְׁבִילֵי הלב
שר מאה
תגובות: 199
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 30, 2020 8:50 pm

Re: בשבילי הלב - שמועסן אויפן לעבן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בִּשְׁבִילֵי הלב »

נייע ווידיאו - וויאזוי צו הענדלען Mood changes ?
https://www.dropbox.com/s/lr0dql5s5kjq35q/4.mp4?dl=0
Haklal
שר שלשת אלפים
תגובות: 3978
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

Re: בשבילי הלב - שמועסן אויפן לעבן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Haklal »

נשמה האט געשריבן:דיין הסבר צווישן ענווה און סעלף עסטים איז גוטע נייעס. איך האב מיך אלעמאל געמוטשעט צו פארשטיין וויאזוי ס'קומט זיך צאם

איך וואונדער מיך צו א מענטש דארף ארבעטן אויף סעלף עסטים, אדער ער דארף ענדערש ארבעטן אז ער זאל אויפהערן זיך צו שאצן ווייניגער ווערד. ער זאל זיך אויפהערן אריינצולייגן אין א געוויסע באקס. ער זאל זיך ערלויבן צו זיין וואס ער איז באמת. .

נניח ווי די צווייטע צד וויאזוי הערט מען אויף צי זיין העכער ווי אנדערע אין אראפקומען אזוי ווי אנדערע מענטשן?
פראקטישע אנווייזונגען איז זייער עפרישיעטעד
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: בשבילי הלב - שמועסן אויפן לעבן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

Haklal האט געשריבן:

די עצה איז לכאורה די זעלבע ווי ער האט געזאגט. די ענין אז א מענטש דארף ארבעטן אויף זיין סעלף עסטים איז מער (וואונדער איך מיך) אז מ'דארף בעיקר ארבעטן אז מ'זאל זיך נישט דארפן שאצן אלץ ווייניגער ווערד ווי יעדעם, עס זאל מער נישט אויספעלן זיך צו דארפן שאצן ווייניגער ווי יעדעם. די גאנצע זאך פארוואס א מענטש האט מורא ארויסצוקומען מיט זיינע שוואכקייטן (ביי יעדעם איז עס אנדערע, געוואנדן לויט די טייפ) איז ווייל דער מענטש איז געווארן פארנומען זיך צו שאצן. יא, ניין, יא, ניין, "איך בין יא ווערד, ניין איך בין נישט ווערד" אויב האב איך שוואכקייטן בין איך ווייניגער ווערד ווי יעדעם, און אויב איך האב נישט שוואכקייטן בין איך מער ווערד ווי יעדעם. אבער אויב א מענטש הערט אויף זיך צו שאצן, נאר ער שפירט זיין אמת'ע ווערד, קען ער שוין ארויסקומען מיט זיינע שוואכקייטן. ווייל ער ווייסט אז ס'האט גארנישט צו טון מיט זיינע שוואכקייטן. דאס איז דער עיקר.

מיין וואונדער איז, צי די גאנצע סעלף עסטים אישו, איז א אישו ווען א מענטש ווערט סטאק מיט דעם ענין זיך אליין אפצושאצן זיין אייגענעם ווערד אלץ ווייניגער. אדער בכלל וואס זיין שאץ איז. ווען דו זאגסט פאר אזא איינעם: דארפסט ארבעטן אויף דיין סעלף עסטים, איז מען נישט געגאנגען צום שורש פונעם פראבלעם (לויט די צד). די שורש איז אז דער מענטש איז געווארן פארנומען מיט זיין סעלף עסטים. עפעס מאכט אז דער מענטש זאל ווערן פארנומען דערמיט.

סתם ווייזן שוואכקייטן איז נאך נישט די גאנצע עצה אז די סעלף עסטים זאל זיך אויסהיילן. דער מענטש קען אויך ווערן פארנומען מיט'ן דארפן זאגן אגאנצן צייט ווי פאלגנד: דאס וואס איך האב די און די שוואכקייט מיינט נאך נישט אז איך בין ווייניגער ווערד, נאר עס מיינט אז איך בין נאך אלץ די זעלבע ווערד און... ע"כ. דאס מיינט אז דער מענטש איז נאך אלץ פארנומען מיט זיין ווערד.

ס'איז אמת אז לאו סעלף עסטים איז א גרויסע שטער, און א עיקר שטער אין א מענטש'נס לעבן. צו פאררעכטן דעם פראבלעם מיינט נישט אז דער מענטש דארף יעצט ארבעטן צו האבן א געזונטע סעלף עסטים. (די וועג וויאזוי מ'לערנט עס אפ אויבנאויף) כאילו הייבן די עסטים. ווייל מיט דעם האט ער נאך נישט אנגערירט דעם שורש פון זיין פראבלעם. די עיקר פראבלעם איז: וואס צווינגט דיך צו טראכטן אז דו ביסט ווייניגער ווערד. וואס מאכט דיך זיין פארנומען דערמיט. פארוואס כאפסטו דאס בכלל אן.

איז לויט מיינע ביז יעצטיגע אויסשמועס פון דעם צד (אז מ'דארף נישט ארבעטן צו האבן א געזונטע סעלף עסטים, נאר מ'דארף ארבעטן אז מ'זאל זיך ערלויבן צו זיין די ווערד וואס מ'איז באמת ווערד) קומט אויס אז די פראקטישע וועג וויאזוי מ'קען זיך צוריקבויען א געזונטע סעלף עסטים איז, נישט נאר אז דער מענטש קען באשטיין ארויסצוקומען מיט זיינע שוואכקייטן. נאר אז דער מענטש קען אויך באשטיין צו באקומען זיין אמת'ע ווערד, צוזאמען מיט זיינע שוואכקייטן, אדער וואטעווער.

ווען א מענטש ארבעט נישט אויף אויפצוהערן אז ס'זאל זיך אים אויספעלן זיין גאנצע שעצונג, און ער ארבעט נאר צו האבן א געזונטע סעלף עסטים, קען ער ווערן א בעל גאווה, פארוואס? ווייל די עצם זאך אז דער מענטש - זיין געדאנק - איז געווארן פארנומען מיט זיין אייגענעם ווערד, מיינט אז דער מענטש איז אפגעהאקט פון זיין אמת'ע ווערד, און ווען א מענטש בלייבט אפגעהאקט דערפון, איז די איינציגע זאך וויאזוי עס צוריקצובאקומען איז דורך גאווה.

קומט אויס אז, סתם ארבעטן אויף סעלף עסטים, (די וועג וויאזוי מ'לערנט עס אפ אויבנאויף) איז נאך בכלל נישט אויסגעהיילט די ווייטאג אינעם נפש. די רוח נכאה. לאו סעלף עסטים איז א רוח נכאה וואס איז נישט ריכטיג געווארן אויסגעהיילט. לאו סעלף עסטים מוז נאך נישט זיין גאווה. ס'קען זיין אז ס'איז פשוט א וואונד אינעם נפש. ס'איז אזא ואני אמרתי בחפזי נגרזתי מנגד עיניך. ס'איז א פראבע זיך צוריקבויען, זיך צוריקצוכאפן נאכדעם וואס מ'כאפט א פליק.

איז ווייטער, די פראקטישע וועג וויאזוי מ'קען דאס צוריקהיילן איז נישט נאר צו ערלויבן אז מ'זאל זעהן די שוואכקייטן, און ארויסווייזן די שוואכקייטן. נאר אויך צו ערלויבן צו זיין ווערד טראץ די שוואכקייטן.

די גאנצע ענין פון לאו סעלף עסטים איז א געוויסע וועג פון נעמען די אייגענע ווערד אין די אייגענע הענט. על זה הדרך "אויב גיי איך טרעפן ביי מיר א שוואכקייט, ווי צום ביישפיהל די שוואכקייט פון האבן אין זיך גאווה, בין איך שוין גארנישט ווערד" דאס קומט פון אליין קאנטראלירן די אייגענע ווערד. כלומר: כדי צו זיין ווערד מוז איך זיין עפעס. סתם אזוי בין איך גארנישט. וואס דאס איז נישט אמת. דער אמת איז: סתם אזוי בין איך ווערד.

ס'איז פונקט פארקערט ווי עס קוקט אויס אויבנאויף. אויבנאויף קוקט עס אויס אז דער מענטש וואס שפירט זיך גארנישט ווערד איז א עניו, און דער מענטש וואס שפירט זיך דאך ווערד אפילו ער ווייסט וואסערע בעל גאווה ער איז, ער איז טאקע א בעל גאווה. אבער אז מ'טראכט אריין קען מען זעהן אז דער מענטש וואס געט אויף זיין ווערד פאר די חשש אז ער איז א בעל גאווה, אזא מענטש מוז אלעמאל זיין א בעל גאווה כדי צו האבן א ווערד, און אויב נישט עט ער זיך איינרעדן אז ער איז עניו כדי צו האבן מיט וואס צו זיין א בעל גאווה, כדי צו האבן מיט וואס צו זיין ווערד. אבער א מענטש וואס ווייסט אז ער איז ווערד, ער האט אין זיך א ווערד, א חלק אלוק ממעל וואס געט אים בהכרח א ווערד, אזא מענטש קען באשטיין אויסצוטרעפן אז ער איז באמת א גרויסע בעל גאווה. ס'שטערט אים נישט. פארקערט, ער פריידט זיך מיט יעדעס ביסל אמת. מיט יעדעס ביסל איבערצייגונג אז קען נאך ווערן מער בהכנעה. ווייל דאס רירט נישט אן זיין ווערד.

איך וואונדער מיך צו איך בין גענוג קלאר, אבער אפילו אויב נישט, איז עניוועי די עיקר וואס איך וויל ארויסברענגען אז ס'איז נישט אזוי ווייט אז מ'דארף ארבעטן צו האבן א געזונטע סעלף עסטים. ווייל דאס קען זיך אויך גרעניצן מיט גאווה. ווייל עס מוז נישט זיין אז דער מענטש וויל שוין אראפקומען פון די הויעכן, נאר ער וויל דארט אויף יענעם פלאץ האבן סעלף עסטים. להוסיף אישו על אישו. סתם אראפקומען העלפט אויך נישט. מ'דארף מסכים זיין צו זיין ווערד. צוזאמען מיט די שוואכקייטן.

אונטערשטע שורה איז, אז א געזונטע סעלף עסטים, קען ראטעווען פון גאווה. און לאו סעלף עסטים קען עווענטואל ברענגען צו גאווה. עס ווענד זיך אבער וויאזוי מ'וויל צוריקבויען דעם סעלף עסטים.

והשם הטוב יעזור.
אוועטאר
בִּשְׁבִילֵי הלב
שר מאה
תגובות: 199
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 30, 2020 8:50 pm

Re: בשבילי הלב - שמועסן אויפן לעבן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בִּשְׁבִילֵי הלב »

נשמה האט געשריבן:

איך האב זיך אוועקגעזעצט יעצט צום צווייטן מאל כדי צו פרובירן צו שרייבן א תגובה צו דיינע בארייכענדע שורות . איך מוז אבער מודה זיין אז איך האב נישט מצליח געווען יורד צו זיין לעומקם של דבריך. עס איז מיר געווען שווער צו כאפן פינקטליך וואס דיין כוונה איז. עס האט מיר אביסל געפילט ווי מען האט גענומען א שטיקל חסידיש'ע ספר און אפגעלערנט מיט די בריסקער דרך הלימוד.. יעדענפאלס איך ועל זיך פרייען צו ענטפערן איך קלארער מאכן די נושא, ווען איך וועל זיין קלארער אין דיין כוונה.

@בשבילי הלב.

דאס איז זיכער אז מ'דארף האבן א געזונטע סעלף עסטים. און דאס איז זיכער אז עס איז נישט געזונט צו האבן לאו סעלף עסטים. יעצט, וואס טו איך ווען איך זע א מענטש מיט לאו סעלף עסטים, זאל איך אים זאגן "בוי אויף דיין סעלף עסטים" אדער זאג איך אים "וואס אין דיר צווינגט דיך דיך צו פילן ווייניגער ווערד ווי ארומיגע"? די חילוק צווישן די צוויי איז. די ערשטע איז א שטיקל סתירה מיט די ענין פון ענווה - עכ"פ אין א געוויסן זין. און די צווייטע איז - ווי עס קוקט אויס - נישט קיין סתירה.

אז א מענטש זאל קוקן אויף זיינע אייגענע מעלות און צוליב דעם שפירן זיין אייגענעם ווערד, דאס איז א שטיקל סתירה מיט די ענין פון ענווה ושפלות.

אז א מענטש זאל זיך ערלויבן אוועקצונעמען זיין געברויך וואס צווינגט אים זיך צו שאצן ווייניגער ווערד ווי די ארומיגע, דאס שטומט יא מיט די ענין פון ענווה.
אוועטאר
בִּשְׁבִילֵי הלב
שר מאה
תגובות: 199
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 30, 2020 8:50 pm

Re: בשבילי הלב - שמועסן אויפן לעבן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בִּשְׁבִילֵי הלב »

@נשמה
די ערשטע מוז נישט זיין קיין סתירה מיט ענווה, א מענטש מעג און דארף וויסן זיינע מתנות און כשרונות מיט וואס ער איז באשאנקען געווארן. ווילאנג ער האלט נישט אז עס קומט זיך איהם עפעס פאר דעם.

ארויס ווייזן שוואכקייטן העלפט צו זעהן אז עס געשעהט גארנישט, און אז מען קען אביסל נאכלאזן פון די דיסטענ''ס וואס מען האלט כדי נישט נפגע צו ווערן.

איך וועל מסיים זיין מיט א אויסצוג פון רבי צדוק הכהן מלובלין (צדקת הצדיק עמוד קנ"ד):
"כשם שהאדם צריך להאמין בקב"ה, כך הוא צריך להאמין בעצמו".
Haklal
שר שלשת אלפים
תגובות: 3978
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

Re: בשבילי הלב - שמועסן אויפן לעבן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Haklal »

בִּשְׁבִילֵי הלב האט געשריבן:@נשמה

ריכטיג, אבער צי נשמהס פאוינט, איז גענוג צי זאגן איינעם נעם אוועק די זאכן וואס מאכן דיך טראכטן אז די ביסט ווייניגער ווי א צווייטן ממילא וועסטו שוין האבן דיין נאטורליכע זעלבסט זיכערקייט, בקיצור מדארף נישט טוען גארנישט בקום ועשה נאר סטאפן מיט די נאנסענס

@נשמה,ריכטיג?
אוועטאר
בִּשְׁבִילֵי הלב
שר מאה
תגובות: 199
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 30, 2020 8:50 pm

Re: בשבילי הלב - שמועסן אויפן לעבן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בִּשְׁבִילֵי הלב »

עס קען העלפן אפשר פאר די שארט טערם. אבער עס וועט נישט היילן באמת.
סעלף עסטים איז נישט בלויז א מחשבה אדער שאצונג, עס איז א טיפע פילינג. קענסט זאגן פאר א מענטש ביז מארגן, הער אויף צו טראכטן אזוי, אדער פיל אזוי, קיין סאך וועט עס נישט העלפן.
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: בשבילי הלב - שמועסן אויפן לעבן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

בִּשְׁבִילֵי הלב האט געשריבן:עס קען העלפן אפשר פאר די שארט טערם. אבער עס וועט נישט היילן באמת.
סעלף עסטים איז נישט בלויז א מחשבה אדער שאצונג, עס איז א טיפע פילינג. קענסט זאגן פאר א מענטש ביז מארגן, הער אויף צו טראכטן אזוי, אדער פיל אזוי, קיין סאך וועט עס נישט העלפן.

ווייל מ'דארף דערגיין ווען פונקטליך דער מענטש האט אנגעהויבן זיך אזוי צו שאצן. און זעהן פארוואס עס האט דארט אזוי אויסגעפעלט.
ברכה והצלחה
שר מאה
תגובות: 186
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 18, 2016 8:03 pm

Re: בשבילי הלב - שמועסן אויפן לעבן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברכה והצלחה »

בִּשְׁבִילֵי הלב האט געשריבן:עס קען העלפן אפשר פאר די שארט טערם. אבער עס וועט נישט היילן באמת.
סעלף עסטים איז נישט בלויז א מחשבה אדער שאצונג, עס איז א טיפע פילינג. קענסט זאגן פאר א מענטש ביז מארגן, הער אויף צו טראכטן אזוי, אדער פיל אזוי, קיין סאך וועט עס נישט העלפן.

הרב בשבילי! נשמה רעדט נישט סתם פון זאגן פאר די מענטש ''הער אויף צו טראכטן אזוי'', נשמה ווייסט זייער גוט אז עס העלפט נישט, נשמה מיינט דא א טיפע פאקט וואס די מענטש ווייסט אז אויב ער גייט פילן ווערד גייט עפעס שרעקליך פאסירן, אזוי ווי נשמה האט מאריך געווען אין זיינע ארטיקלן ''די טיפע טויש פון קוהירנס טערעפי". אין כדי דאס צו היילן מוז מען ארויפברענגן די פאקט וואס די מענטש ווייסט, אין ער דארף אנערקענן אז די פאקט וואס ער מיינט טיף אינערווייניג איז נישט אמת, אין דעמאלטס גייט פון זיך אליין אוועק די געפילן פון לאו סעלך עסטים, אין ס'קומט ארויס די נאטורליכע געפיל פון ווערד, וואס דאס איז בעצם א נאטירליכע געפיל וואס די אייבערשטער האט אריין געלייגט אין די נפש פון א מענטש ודו"ק.

אויב מען פארשטייט נישט וואס דא שטייט קען איך מער מאריך זיין.
Haklal
שר שלשת אלפים
תגובות: 3978
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

Re: בשבילי הלב - שמועסן אויפן לעבן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Haklal »

ברכה והצלחה האט געשריבן:
בִּשְׁבִילֵי הלב האט געשריבן:עס קען העלפן אפשר פאר די שארט טערם. אבער עס וועט נישט היילן באמת.
סעלף עסטים איז נישט בלויז א מחשבה אדער שאצונג, עס איז א טיפע פילינג. קענסט זאגן פאר א מענטש ביז מארגן, הער אויף צו טראכטן אזוי, אדער פיל אזוי, קיין סאך וועט עס נישט העלפן.

הרב בשבילי! נשמה רעדט נישט סתם פון זאגן פאר די מענטש ''הער אויף צו טראכטן אזוי'', נשמה ווייסט זייער גוט אז עס העלפט נישט, נשמה מיינט דא א טיפע פאקט וואס די מענטש ווייסט אז אויב ער גייט פילן ווערד גייט עפעס שרעקליך פאסירן, אזוי ווי נשמה האט מאריך געווען אין זיינע ארטיקלן ''די טיפע טויש פון קוהירנס טערעפי". אין כדי דאס צו היילן מוז מען ארויפברענגן די פאקט וואס די מענטש ווייסט, אין ער דארף אנערקענן אז די פאקט וואס ער מיינט טיף אינערווייניג איז נישט אמת, אין דעמאלטס גייט פון זיך אליין אוועק די געפילן פון לאו סעלך עסטים, אין ס'קומט ארויס די נאטורליכע געפיל פון ווערד, וואס דאס איז בעצם א נאטירליכע געפיל וואס די אייבערשטער האט אריין געלייגט אין די נפש פון א מענטש ודו"ק.

אויב מען פארשטייט נישט וואס דא שטייט קען איך מער מאריך זיין.

@נשמה דאס מיינסטו?
מע'האמיר אים לייו אין זאל ער זאגן אויב דאס האט ער געמיינט

סאיז ווי א רש"י יעדער לערנט אפ און פארשטייט די רשי אויף זיין מדריגה א קינד אין חדר האט זיך זיין וועג א בחור אין ישיבה א יונגערמאן אין כולל א בעל הבית נאכן ארבעטן א גאנצע טאג שווער און ר'משה גרין זצ"ל יעדער זעהט דעם רשי אויף זיין וועג ודו"ק
אוועטאר
בִּשְׁבִילֵי הלב
שר מאה
תגובות: 199
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 30, 2020 8:50 pm

Re: בשבילי הלב - שמועסן אויפן לעבן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בִּשְׁבִילֵי הלב »

ברכה והצלחה האט געשריבן:
בִּשְׁבִילֵי הלב האט געשריבן:עס קען העלפן אפשר פאר די שארט טערם. אבער עס וועט נישט היילן באמת.
סעלף עסטים איז נישט בלויז א מחשבה אדער שאצונג, עס איז א טיפע פילינג. קענסט זאגן פאר א מענטש ביז מארגן, הער אויף צו טראכטן אזוי, אדער פיל אזוי, קיין סאך וועט עס נישט העלפן.

הרב בשבילי! נשמה רעדט נישט סתם פון זאגן פאר די מענטש ''הער אויף צו טראכטן אזוי'', נשמה ווייסט זייער גוט אז עס העלפט נישט, נשמה מיינט דא א טיפע פאקט וואס די מענטש ווייסט אז אויב ער גייט פילן ווערד גייט עפעס שרעקליך פאסירן, אזוי ווי נשמה האט מאריך געווען אין זיינע ארטיקלן ''די טיפע טויש פון קוהירנס טערעפי". אין כדי דאס צו היילן מוז מען ארויפברענגן די פאקט וואס די מענטש ווייסט, אין ער דארף אנערקענן אז די פאקט וואס ער מיינט טיף אינערווייניג איז נישט אמת, אין דעמאלטס גייט פון זיך אליין אוועק די געפילן פון לאו סעלך עסטים, אין ס'קומט ארויס די נאטורליכע געפיל פון ווערד, וואס דאס איז בעצם א נאטירליכע געפיל וואס די אייבערשטער האט אריין געלייגט אין די נפש פון א מענטש ודו"ק.

אויב מען פארשטייט נישט וואס דא שטייט קען איך מער מאריך זיין.

יישר כח "ברכה והצלחה" פארן מסביר זיין נשמה'ס שיינע געדאנקען. איך וועל בעז''ה מאכן צייט צו דורכליינען זיינע ארטיקלען.
שרייב תגובה

צוריק צו “תורת הנפש”