בשבילי הלב - שמועסן אויפן לעבן.

פסיכאלאגיע און מעדיצינען

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: בשבילי הלב - שמועסן אויפן לעבן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

Haklal האט געשריבן:
ברכה והצלחה האט געשריבן:
בִּשְׁבִילֵי הלב האט געשריבן:עס קען העלפן אפשר פאר די שארט טערם. אבער עס וועט נישט היילן באמת.
סעלף עסטים איז נישט בלויז א מחשבה אדער שאצונג, עס איז א טיפע פילינג. קענסט זאגן פאר א מענטש ביז מארגן, הער אויף צו טראכטן אזוי, אדער פיל אזוי, קיין סאך וועט עס נישט העלפן.

הרב בשבילי! נשמה רעדט נישט סתם פון זאגן פאר די מענטש ''הער אויף צו טראכטן אזוי'', נשמה ווייסט זייער גוט אז עס העלפט נישט, נשמה מיינט דא א טיפע פאקט וואס די מענטש ווייסט אז אויב ער גייט פילן ווערד גייט עפעס שרעקליך פאסירן, אזוי ווי נשמה האט מאריך געווען אין זיינע ארטיקלן ''די טיפע טויש פון קוהירנס טערעפי". אין כדי דאס צו היילן מוז מען ארויפברענגן די פאקט וואס די מענטש ווייסט, אין ער דארף אנערקענן אז די פאקט וואס ער מיינט טיף אינערווייניג איז נישט אמת, אין דעמאלטס גייט פון זיך אליין אוועק די געפילן פון לאו סעלך עסטים, אין ס'קומט ארויס די נאטורליכע געפיל פון ווערד, וואס דאס איז בעצם א נאטירליכע געפיל וואס די אייבערשטער האט אריין געלייגט אין די נפש פון א מענטש ודו"ק.

אויב מען פארשטייט נישט וואס דא שטייט קען איך מער מאריך זיין.


@נשמה דאס מיינסטו?
מע'האמיר אים לייו אין זאל ער זאגן אויב דאס האט ער געמיינט

יא, אוודאי. והשם הטוב יעזור.
אוועטאר
בִּשְׁבִילֵי הלב
שר מאה
תגובות: 199
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 30, 2020 8:50 pm

Re: בשבילי הלב - שמועסן אויפן לעבן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בִּשְׁבִילֵי הלב »

צווייטע ארטיקל - בויען סעלף עסטיעם.



1.jpg
1.jpg (18.09 KiB) געזען 1512 מאל


א גוטן טאג טייערע חברים.

איידער איך הייב אהן, וויל איך זיך באדאנקען פאר אלע וואס נעמען די צייט צו קאמענטירן, סיי דא און סיי מיט פריוואטע מעסעדזשעס. איך פרישיעט יעדער שאלה און תגובה. און עס גיבט מיר חיזוק צו גיין ווייטער.
איך האב באקומען אין די לעצטע טעג עטליכע שאלות וועגן די נושא פון סעלף עסטיעם. איך וועל דא ציטירן איינס פון זיי, און איך וועל פרובירן בעזר ה' לעכטיג צו מאכן די נושא, און אויך רעדן אביסל למעשה.
פרעגט א יונגערמאן אזוי: "איך וויל וויסן וויאזוי איך קען ארבעטן אויף מיין סעלף עסטיעם. איך דריי זיך ארום מיט א הרגשה אז איך בין נישט גענוג גוט, איך פיל זיך שוואך קעגן מענטשן. און אפילו מענטשן קוקן מיר אהן אלס געלונגענע זאך, און אלס א מוצלח, איך אליין פיל נישט אזוי. עס איז מיר אינטערסאנט אז אסאך מאל טוה איך עפעס און איך באקום גיטע פידבעק אויף דעם, מענטשן האבן הנאה פין מיר, אבער מיט דעם אלעם פיל איך נישט גיט ביי זוך, איך פיל אז אויב וואלטן זיי געוויסט ווער איך בין באמת, וואלטן זיי מיר אנדערש אנגעקוקט. בכל אופן, איך וואלט געוואלט פארשטיין וואס איז ראנג מיט מיר, און צו די קענסט מיר געבן א עיצה אויף למעשה."

קודם וויל איך דיר זאגן, אז איך פיל מיט מיט דיר, איך פארשטיי דיר זייער, עס איז זייער שווער און פיינפול זיך ארומצודרייען מיט אזא הרגשה, אז דאס וואס דו ביסט איז נישט גענוג גוט, און אז עפעס אין דיר איז נישט בסדר. ליידער דרייען זיך אזוי ארום רבים וטובים, פיינע און גוטע מענטשן, און פילן אז זיי זענען נישט אוקעי.

די נידריגע סעלף עסטיעם איז משפיע אויף אונזער לעבן מער ווי מען מיינט. עס איז משפיע אויף וויאזוי מיר פילן, עס איז משפיע אויף אונזערע קשרים און רילעישאנ'ס מיט אונזערע נאנטע. און עס איז משפיע אויף די החלטות וואטס מיר מאכן און לעבן. און בעיקר איז עס אונז גורם אסאך עמאשאנעל ווייטאג און איבעריגע לייד.

לאמיר פארשטיין, וואס איז די הגדרה אויף סעלף עסטיעם? סעלף עסטיעם (אדער "סעלף אימעדש" ווי איך האב עס ליב צו רופן, ווייל עס מוז נישט זיין אז דער מענטש האלט זיך און איין שאצן, נאר עס איז זיין פיקטשער און בליק אויף זיך) איז די וועג וויאזוי די מענטש קוקט זיך אהן. צו ער קוקט זיך אהן אלס איינער וואס איז מסוגל און ביכולת צו טוהן און אויספירן זיינע רצונות אדער נישט. צו ער איז א מענטש וואס איז ווערד מען זאל זיך אומגיין מיט איהם בכבוד און שיין אדער נישט. צו איז ער גוט אזוי ווי ער איז, אדער דארף ער זיין אנדערש אויב וויל ער זיין אנגענומען, און אז מען זאל זיין צופרידן פון איהם.

סעלף עסטיעם, כשמו כן הוא - סעלף. עס האט נישט צוטוהן מיט וואס אנדערע האלטן אויף איהם. עס מאכט נישט קיין סאך אויס. אזוי ווי אונזערע שואל לייגט אראפ, אז כאטש מענטשן ארום איהם קוקן איהם אהן ווי א מוצלח, מיט דעם אלעם ער אליין ביי זיך פילט שוואך און נישט אוקעי.

וויאזוי בויעט זיך אונזער סעלף עסטיעם? אויב האסטו שוין געליינט די ערשטע ארטיקל (און אויב נישט ביסטו אינווייטעד עס יעצט צו ליינען :grin:..)ווייסטו שוין אז זייער אסאך ווענדט זיך לויט די ערשטע יאהרן פון א קינד. סעלף עסטיעם ווערט אויסגעפארעמט לויט וויאזוי מען פירט זיך אויף צום קינד. א קינד וואס מען פירט זיך אויף צו איהם שיין, מ'גיבט איהם זיינע ניעד'ס, מ'סופארט איהם, מ'הייבט איהם, מען שמייכלט צו איהם און מ'גיבט איהם צופילן אז ער איז אנגענומען וויאזוי ער איז. אזא קינד וועט דעוועלאפן א געזונטע סעלף עסטיעם. ער וועט אריינעמען אין זיך טיף, אז ער איז פשוט ווערד מען זאל איהם הענדלען שיין, ער איז ווערד מען זאל איהם ליב האבן, און ער איז גוט. וואס בעצם אזוי דארף עס צו זיין, יעדער נברא איז ווערד מען זאל איהם מכבד זיין און שיין באהאנדלען.

א קינד אבער, וואס וועט אויפוואקסן אין א פארקערטע אטמאספער, מען וועט זיין נערוועז אויף איהם, איהם כסדר לייגן גבולות, קריטיקירן און געבן צו פילן אז ער איז נישט גוט, א קינד וואס פילט אין די לופט כעס און אנגעצויגנקייט, אויב וועט ער פילן אז זיין סביבה איז נישט צופרידן מיט איהם. אזא קינד וועט דעוועלאפן א נידריגע סעלף עסטיעם. ער וועט אריינעמען אין זיך אז ער איז נישט ווערד מען זאל איהם שיין באהאנדלען, און אפשר טאקע איז עפעס אין איהם ראנג און פעלערהאפטיג.

אזא איינער וועט אויפוואקסן, און ווי ער גייט שלעפט ער מיט מיט זיך דער לאו סעלף עסטיעם. ער האט עס אריינגענומען אין זיך און עס איז געווארן א חלק פון איהם.

און יעצט למעשה. עס זענען דא פארשידענע וועגן וויאזוי צו ארבעטן און הייבן די סעלף עסטעים. וואס איך וויל היינט מציע זיין איז אזוי. הייב אהן צו רעדן מיט מענטשן וועגן דיינע געפילן. הייב אהן צוביסלעך צו ווייזן פאר מענטשן וואס עס גייט באמת פאר ביי דיר אינווייניג. הייב אהן ארויסצוברענגען דיין עולם הרגש צו די עפנטליכקייט דורך שערן מיט נאנטע מענטשן וואס די פילסט. לאז זיי אריין ביי דיר, לאז זיי זעהן אפילו חלקים אין דיר מיט וואס די ביסט ווייניגער שטאלץ.

מיט די צייט וואס וועט געשעהן איז אז דו וועסט זעהן און פילן, אז מענטשן ווערן נישט אזוי דערשראקן פון וואס די ווייזט זיי, נאר אדרבה זיי פילן אפילו נאנטער צו דיר ווי פאר דעם. זיי אקסעפטן דיר מיט דעם אלעם. דאס קען מורא'דיג שטארק העלפן און הייבן דיין סעלף עסטיעם. וועסט זעהן אז מענשטן הענדלען דיר שיין אפילו מען קען דיר באמת...

פארשטייט זיך אז די דארפסט נישט אויסקלאפן אין ביהמ''ד דיינע עבירות... נאר מיט נאנטע מענטשן מעג מען אביסל זיך עפענען, בדגש צו ווייזן דיינע געפילן און פחדים, און זיין מער אמת'דיג.

גיי אויף דעם! פרוביר עס צו טוהן, אפילו אנפאנג זעהט עס אויס אביסל שרעקעדיג. איך בין זיכער אז די וועסט פילן אסאך בעסער.

אויב ווילסטו איך זאל ענטפערן דיין שאלה, ביסטו אינווייטעד מיר צו שרייבן אין פרייוועט, און איך וועל פרובירן צו ענטפערן און איינע פון די קומענדיגע ארטיקלען אדער ווידיאו'ס
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: בשבילי הלב - שמועסן אויפן לעבן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

בשבילי הלב האט געשריבן:מיט די צייט וואס וועט געשעהן איז אז דו וועסט זעהן און פילן, אז מענטשן ווערן נישט אזוי דערשראקן פון וואס די ווייזט זיי, נאר אדרבה זיי פילן אפילו נאנטער צו דיר ווי פאר דעם. זיי אקסעפטן דיר מיט דעם אלעם. דאס קען מורא'דיג שטארק העלפן און הייבן דיין סעלף עסטיעם. וועסט זעהן אז מענשטן הענדלען דיר שיין אפילו מען קען דיר באמת...

ס'ווענט זיך וועלכע טייפ מענטש מ'איז. ס'דא מענטשן וואס זיי שטעלן פאר א סעלף אימעדש, ווען באמת אינערליך זענען זיי נישט דאס וואס שטעלן ארויס פאר'ן פובליקום. צום ביישפיהל זיי ווייזן זיך אלץ אויסטערליש ליבליך און גוט, ווען אינערליך פיהלן זיי נישט נאר ליבשאפט, נאר אינערליך פילן זיי אויך אנדערע געפילן ווי כעס, אדער ס'דא מענטשן וואס ווייזן זיך ארויס אין פובליק אלץ א מוצלח'דיגער מענטש וואס יעדער קוקט ארויף, ווען באמת אינערליך איז ער נישט דאס. און ער אליין ווייסט ביי זיך אז ער איז נישט דאס, פאר אזא מענטש העלפט מער דיין עצה.

אבער ס'דא מענטשן וואס זייער גאנצער לאו סעלף אימעדש קומט פון האלטן בשיטה אז איך בין אזוי, איך בין א חסרונ'דיגער זאך וכו'. עס איז אים נישט קיין חילוק צו מ'זעהט עס צו נישט. פארקערט, זאל מען זעהן אז איך בין וואס איך בין. פאר אזא מענטש העלפט נישט אזוי שטארק ארויסצוקומען און רעדן פון זיינע געפילן. ווייל אלעס גייט אים נאר איבערצייגן אז דער אמת איז מיט אים אז ער האט טאקע אזא סעלף אימעדש וויאזוי עס דאכט זיך אים. עס גייט פשוט פארשטארקערן זיין בליק אויף זיך.

דאס רעדן פון זיינע געפילן, דאס זיך עפענען פאר יעדעם, גייט נישט צופיל אויפטון אים צו הייבן זיין פאלשע דיעה אויף זיך. אזעלכע סארט דארפן ארויסקומען און רעדן צו אנדערע אלץ "איך האב די סעלף אימעדש פונקט ווי יעדעם, איך בין נישט ווייניגער און אויך נישט מער" און דאן וועט העלפן זיין ארויסקומען.

והשם הטוב יעזור.
אוועטאר
בִּשְׁבִילֵי הלב
שר מאה
תגובות: 199
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 30, 2020 8:50 pm

Re: בשבילי הלב - שמועסן אויפן לעבן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בִּשְׁבִילֵי הלב »

א גוטע וואך טייערע חברים. איך פריי מיר ארויפצולייגן א פרישע ווידיאו.

איך האף אז איהר וועט הנאה האבן, איך וועל זיך פרייען צו הערן ענקער פידבעק.

"צו קענען מיר באשולדיגן אונזער עלטערן?"

500.PNG
500.PNG (395.68 KiB) געזען 1465 מאל
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: בשבילי הלב - שמועסן אויפן לעבן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

הערליך שיין. השי"ת זאל דיר געבן כוח פארצוזעצן ווייטער מיט דיינע הערליכע שיעורים. מחי' נפשות. און יעצט לאמיר עס נאכאמאל הערן.
אוועטאר
אהרן הלוי
שר האלף
תגובות: 1499
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 18, 2018 1:42 pm

Re: בשבילי הלב - שמועסן אויפן לעבן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אהרן הלוי »

הערליך שיין. השי"ת זאל דיר געבן כוח פארצוזעצן ווייטער מיט דיינע הערליכע שיעורים. מחי' נפשות.
צוויי אפציעס זענען פארהאן פאר דער טיפע "דורות" שאלה:
1. טיפע אהבה; 2. טיפע חכמה.
Haklal
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4032
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

Re: בשבילי הלב - שמועסן אויפן לעבן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Haklal »

אהרן הלוי האט געשריבן:
הערליך שיין. השי"ת זאל דיר געבן כוח פארצוזעצן ווייטער מיט דיינע הערליכע שיעורים. מחי' נפשות.

גא"מ, הערליך שיין
אוועטאר
בִּשְׁבִילֵי הלב
שר מאה
תגובות: 199
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 30, 2020 8:50 pm

Re: בשבילי הלב - שמועסן אויפן לעבן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בִּשְׁבִילֵי הלב »

נשמה האט געשריבן:הערליך שיין. השי"ת זאל דיר געבן כוח פארצוזעצן ווייטער מיט דיינע הערליכע שיעורים. מחי' נפשות. און יעצט לאמיר עס נאכאמאל הערן.

שקויעך נשמה.
האלט דיר נישט צוריק צוצולייגן דיינע (סאך מער, ווי) 2 סענט...
אגב, איך ווארט נאך צו הערן פון דיר אין א געלעגנהייט אביסל אויף די אסטרולוגיע פון חודש תמוז ...
ברכה והצלחה
שר מאה
תגובות: 186
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 18, 2016 8:03 pm

Re: בשבילי הלב - שמועסן אויפן לעבן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברכה והצלחה »

הערליך!! באלערנד!! תורה'דיג!!
איך בין זייער נייגעריג ווי ס'איז די מקור פון די מקובלים
אוועטאר
בִּשְׁבִילֵי הלב
שר מאה
תגובות: 199
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 30, 2020 8:50 pm

Re: בשבילי הלב - שמועסן אויפן לעבן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בִּשְׁבִילֵי הלב »

ברכה והצלחה האט געשריבן:הערליך!! באלערנד!! תורה'דיג!!
איך בין זייער נייגעריג ווי ס'איז די מקור פון די מקובלים


יישר כח!

איך האב עס געהערט אין די לעצטערע יאהרן איינמאל בשם די זוהר און איינמאל בשם "מקובלים".

איך האב אוועקגעגעבן אסאך צייט אין די לעצטע טעג צו טרעפן די פינקטליכע מקור, ווייל איך האב עס נישט געוואלט ציטירן פאר דעם.
איך האב עס נאכנישט געטראפן. וואס יא, זיכנדיג בין איך אנגעקומען אויף קול הלשון צו א דרשה פון הרבנית נוישטאט, ווי זי זאגט עס אויך נאך, ממילא האב איך שוין געפילט מער באקוועם עס צו נאכזאגן.

איך וועל מפרסם זיין די פינקטליכע מקור, ווען איך וועל עס בעז''ה טרעפן.
ברכה והצלחה
שר מאה
תגובות: 186
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 18, 2016 8:03 pm

Re: בשבילי הלב - שמועסן אויפן לעבן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברכה והצלחה »

דאס שטייט דאך קלאר אז די נשמה פאר ס'קומט אראפ אויף די וועלט איז ער מסכים אויף אלעס וואס ער גייט אדורך גיין, ממילא פארשטייט זיך אז עס איז נכלל די ענין אויך
אוועטאר
בִּשְׁבִילֵי הלב
שר מאה
תגובות: 199
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 30, 2020 8:50 pm

Re: בשבילי הלב - שמועסן אויפן לעבן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בִּשְׁבִילֵי הלב »

ברכה והצלחה האט געשריבן:דאס שטייט דאך קלאר אז די נשמה פאר ס'קומט אראפ אויף די וועלט איז ער מסכים אויף אלעס וואס ער גייט אדורך גיין, ממילא פארשטייט זיך אז עס איז נכלל די ענין אויך


אמת, דאכט זיך אז דאס א גמרא אין ראש השנה.
איך רעד אבער פון דעם קנייטש, אז נישט נאר ער איז מסכים.
נאר ער זיכט גאר די עלטערן וואס זיי זאלן איהם ברענגען צו זיין תיקון.
צו דורך איהם געבן זיינע ניעד'ס, צו דורך דווקא נישט געבן... ער קוקט אראפ און ער זעהט א דערשראקענע יונגערמאנטשיק וואס האט נארוואס חתונה געהאט, פול מיט ווייטאג און לאו סעלף עסטעים, און ער ווייסט אז חוץ פון פעטש וועט ער קיין סאך נישט באקומען פון איהם... און ער איז בוחר אנצוקומען דווקא צו איהם...
אוועטאר
בִּשְׁבִילֵי הלב
שר מאה
תגובות: 199
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 30, 2020 8:50 pm

Re: בשבילי הלב - שמועסן אויפן לעבן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בִּשְׁבִילֵי הלב »

זינטאג כי תצא


-פארוואס בין איך אזוי סענסיטיוו?
-קען מען אויסהיילן Sensitivity?
-און וויאזוי קען מיין שוואכקייט ווערן א שטארקייט?

6-.png
6-.png (98.97 KiB) געזען 1305 מאל

איז סענסעטיוויטי א פראבלעם?

איך וועל זיך פרייען צו הערן וואס דו האסט צוזאגן אויף די נושא
לעצט פארראכטן דורך בִּשְׁבִילֵי הלב אום מאנטאג אוגוסט 24, 2020 1:29 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
חבצלת השרון
שר חמישים ומאתים
תגובות: 366
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מאי 31, 2014 10:45 pm

Re: בשבילי הלב - שמועסן אויפן לעבן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חבצלת השרון »

בִּשְׁבִילֵי הלב האט געשריבן:זינטאג כי תצא

א גוטן טייערע חברים
בייגעלייגט איז א פרישע ווידיאו

6-.png

איז סענסעטיוויטי א פראבלעם?

איך וועל זיך פרייען צו הערן וואס דו האסט צוזאגן אויף די נושא

אנבעליוועבל. אייזן שטארק. צוקער זיס. מלא תוכן און הערליכע דעליווערי.
בפשיטות
שר האלף
תגובות: 1119
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2019 6:01 pm

Re: בשבילי הלב - שמועסן אויפן לעבן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בפשיטות »

א גרויסען שכוח פאר אלע אייערע שיעורים! איר צולייגט די נושאים זייער קלאר אין לייכט צו פארשטיין א מחי' אויסצוהערן!

זייער הנאה געהאט פון דעם ליין אין די לעצטע שיעור: דיין גרעסטע חולשה דאס איז דיין גרעסטע מעלה.. איך מיין אז עס ליגט אין דעם א געוואלדיגן עומק.

כה לחי, מיר קוקן ארויס אויף נאך סחורה.. אייערע פוינטס זענען זייער שטארק.
אוועטאר
בִּשְׁבִילֵי הלב
שר מאה
תגובות: 199
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 30, 2020 8:50 pm

Re: בשבילי הלב - שמועסן אויפן לעבן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בִּשְׁבִילֵי הלב »

בפשיטות האט געשריבן:א גרויסען שכוח פאר אלע אייערע שיעורים! איר צולייגט די נושאים זייער קלאר אין לייכט צו פארשטיין א מחי' אויסצוהערן!

זייער הנאה געהאט פון דעם ליין אין די לעצטע שיעור: דיין גרעסטע חולשה דאס איז דיין גרעסטע מעלה.. איך מיין אז עס ליגט אין דעם א געוואלדיגן עומק.

כה לחי, מיר קוקן ארויס אויף נאך סחורה.. אייערע פוינטס זענען זייער שטארק.


האסט ארויס דעם ענין. עס איז טאקע א שטארקע ליין, און עס ליגט דערין עמקות.
כ'וועל אפשר נאך מאכן איינמאל א עקסטערע נושא דערפון.

יישר כח בפשיטות, פאר דיינע גוטע ווערטער!
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: בשבילי הלב - שמועסן אויפן לעבן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

זייער שיין. ש'כח. און דער אייבערשטער זאל דיר העלפן אויף ווייטער.
שפכי
שר מאה
תגובות: 152
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 05, 2015 9:44 pm

Re: בשבילי הלב - שמועסן אויפן לעבן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפכי »

בִּשְׁבִילֵי הלב האט געשריבן:זינטאג כי תצא


-פארוואס בין איך אזוי סענסיטיוו?
-קען מען אויסהיילן Sensitivity?
-און וויאזוי קען מיין שוואכקייט ווערן א שטארקייט?

6-.png

איז סענסעטיוויטי א פראבלעם?

איך וועל זיך פרייען צו הערן וואס דו האסט צוזאגן אויף די נושא

זייער גוט און צום פוינט....
איז דאס די לעצטע ווידיאו?
שפכי כמים לבך נכח פני ה'
אוועטאר
וואס עפעס?
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4116
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

Re: בשבילי הלב - שמועסן אויפן לעבן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס עפעס? »

היינט געזעהן עטליכע ווידיוס און זייער הנאה געהאט!
שכוח@בשבילי
Haklal
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4032
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

Re: בשבילי הלב - שמועסן אויפן לעבן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Haklal »

שפכי האט געשריבן:
בִּשְׁבִילֵי הלב האט געשריבן:זינטאג כי תצא


-פארוואס בין איך אזוי סענסיטיוו?
-קען מען אויסהיילן Sensitivity?
-און וויאזוי קען מיין שוואכקייט ווערן א שטארקייט?

6-.png

איז סענסעטיוויטי א פראבלעם?

איך וועל זיך פרייען צו הערן וואס דו האסט צוזאגן אויף די נושא

זייער גוט און צום פוינט....
איז דאס די לעצטע ווידיאו?

ניין
שפכי
שר מאה
תגובות: 152
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 05, 2015 9:44 pm

Re: בשבילי הלב - שמועסן אויפן לעבן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפכי »

שוין לאנג נישט דעליווערט קיין נייע סחורה.....
מ'ווארט....
שפכי כמים לבך נכח פני ה'
אוועטאר
בִּשְׁבִילֵי הלב
שר מאה
תגובות: 199
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 30, 2020 8:50 pm

Re: בשבילי הלב - שמועסן אויפן לעבן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בִּשְׁבִילֵי הלב »

שפכי האט געשריבן:שוין לאנג נישט דעליווערט קיין נייע סחורה.....
מ'ווארט....

יא יא, געווען א פארנומענע חודש. ווי אויך געהאט קאוויד....

כ'האב גראדע עטליכע מינוט צוריק ארויפגעלייגט א נייע קליפ.
אין די אשכול - viewtopic.php?f=25&t=44217

אגב, די קליפ'ס פון נומבער 7 און ווייטער ווערן דארט ארויפגעלייגט.
אוועטאר
בִּשְׁבִילֵי הלב
שר מאה
תגובות: 199
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 30, 2020 8:50 pm

Re: בשבילי הלב - שמועסן אויפן לעבן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בִּשְׁבִילֵי הלב »

א עראפלאן מיט א מאטאר פון א עירקאנדישען?

images.jpg
images.jpg (6.16 KiB) געזען 756 מאל

לאמיר אויסשמועסן עטליכע מינוט
א שטארקע יסוד בתורת הנפש
אדער גאר "די יסוד" בתורת הנפש.
און דאס איז די נושא פון "התבגרות הרגש" - Emotional maturation.

ווען עס קומט צו אונזער עמאשענל וועלט
איז דא פארשידענע שוועריקייטן און פראבלעמען
מענטשן מוטשענען זיך מיט נידריגע סעלף עסטים,
נידריגע קאנפעדענס, סענסעטיוויטי, פחדים און ענקזייעטי'ס,
סאשל שוועריקייטן, שוועריקייטן אין קשרים מיט מענטשן,
אלטע ווייטאגן וואס מ'שלעפט מיט, און נאך און נאך.

עס קען אויסזעהן ווי יעדע פראבלעם איז א מסכת בפני עצמה
אבער לעומקן של דברים איז אלעס איינס.

קיינער פון אונז ווערט נישט געבוירן מיט קיין פחדים
קיינער ווערט נישט געבוירן מיט קיין נידריגע סעלף עסטים א.א.וו.
מיר קומען אראפ אויף די וועלט ווי א דף ריק, א פרישע ליידיגע בלעטל.
יעצט איז די שאלה נאר וואס גייט געשריבן ווערן אויף דעם בלעטל.

מיר ווערן נישט געבוירן מיט קיינע געפיהלן
מיר ווערן געבוירן מיט א פאטענציאל צו דעוועלעפן געפיהלן
כדי מיר זאלן קענען דעוועלעפן א געזונטע עולם הרגש
פאדערט זיך געוויסע תנאים און קאנדישענ'ס
אויב דאס איז דא, קען זיך דעוועלעפן א געזונטע עולם הרגש

אויב אבער, פעלט די תנאים
ענשטאט צו דעוועלעפן א אפענע געזונטע עולם הרגש
דעוועלפט זיך ביים קינד א פחד פון געפיהלן
ער דעוועלעפט עמאשענל שוועריקייטן
אלע אדער א חלק פון די אויבנדערמאנטע..

וואס געשעהט איז אז אויב די געפיהלן דעוועלעפן זיך נישט ריכטיג
בלייבט די עולם הרגש סטאק, עס פארט נישט ווייטער
די זייגער פארט טאקע ווייטער, מיין פיזיקל עידש גייט ווייטער
איך בין שוין 20, 30, 40 און נאך עלטער
אבער מיינע עמאשענס קענען נאך זיין סטאק אין די ערשטע דעקעיט פון מיין לעבן
דאס הייסט אז מיין עמאשענל עידש קען אפילו זיין אזוי יונג ווי 7 און נאך יונגער...

נו, וואס קען מען שוין ערווארטן פון א ערוואקסענע וואס פילט ווי א קינד?
וואס קען מען ערווארטן פון א עראפלאן מיט א מאטאר פון א עירקאנדישן?
אוודאי האט ער נידריגע סעלף עסטים, ער איז א קינד צווישן ערוואקסענע..
אוודאי איז ער פיל מיט פחדים פון אלע סארטן
אוודאי קען ער נישט הענדלען זיינע געפיהלן.
אויב זיין עולם הרגש איז געבליבן שטיין און די 1900 יאהרן
קען ער זיין גרויס און שטארק פון אינדערויסן
אבער אינעווייניג וועט ער פילן קליין און אומזיכער.

קיין שום כלי אדער סעלף דעוועלעפמענט טעכניק
וועט נישט העלפן ווילאנג מ'וועט נישט נעמען די עולם הרגש
עס היילן אויף א וועג אז ער זאל אנהייבן וואקסן
קלענער מאכן די סתירה צווישן מיין פיזיקל עידש און מיין עמאשענל עידש
און ווען מען מאכט אט די ארבעט
הייבן זאכן זיך אהן צו היילן אויף די גאנצע ברייט
דאס הייסט אפילו זאכן וואס מען האט נישט דירעקט געצילט, היילן זיך בס''ד

*********************************

אין 2 וואכן פון היינט, גיי איך ארויס אויפן וועג מיט נאך א קבוצה
אויפן וועג פון היילונג און סעלף דעוועלעפמענט.
א וועג פון 8 וואכן - מיט 20 שעה פון לערנען און פרעקטעסן
זיכער צו מאכן אז דאס ווערט א חלק פון אונז
+ 5 שעה פון פערסאנעל טרעינינג און באגלייטונג פאר יעדער חבר הקבוצה.

אויב ווילסטו זיין א חלק פון די קבוצה
אבער אויב האסטו שאלות קענסטו מיר רופן
פאר Free Consultation call
צו זעהן צו עס קען זיין פאסיג פאר דיר.
קליק דא https://bishvileihalev.ravpage.co.il/kurs2
אדער רוף : 514-3325908
ext. 7
שפכי
שר מאה
תגובות: 152
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 05, 2015 9:44 pm

Re: בשבילי הלב - שמועסן אויפן לעבן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפכי »

יישר כח!
welcome back צו דעם אשכול...
שפכי כמים לבך נכח פני ה'
Haklal
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4032
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

Re: בשבילי הלב - שמועסן אויפן לעבן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Haklal »

עראפלאן מיט די מאטאר פין אן ערקאנדישאן
דעס איז די קוואט פין די יאר הונדערט
פיינע ווארע
געוואלדיג!
שרייב תגובה

צוריק צו “תורת הנפש”