קנאפער ידען האט געשריבן:ישוב הדעת האט געשריבן:קנאפער ידען האט געשריבן:פארוואס טראכסטו אז זיי גייען בכלל עפעס שיקן אז עס זאל דארפן זיין פאלשע סחורה?...
גוט!!
זיי נעמען געלט דורך פעיפעל איך מיין אז פעיפעל איז פראטעקטעד קעגן אזעלכע חברה.
און פארוואס קומען זיי ארויף ביי גוגל שאפינג?
ביידע זענען נישט עכט קיין שאלה (דהיינו עס איז מסתם דא וועגן אויסצושפילן פעיפאל און בלייבן מיט די געלט, העכסטענס וועט דיר פעי פאל צוריקגעבן די געלט אבער עס נישט זען דארט. און גוגל שאפינג איז נישט עכט א סעיף מעסטער, עס ברענגט ארויף וואס עס קען נאר טרעפן.)
אבער אין ערגסטן פאל שיקן זיי א פאלשע זאך...
יא נעבעך... בדידי הווה עובדא... בינעך אריינגעפאלן מיט אזא טשיינע סקעממער ממש יעצט...
די נאמען פון דעי מעשה איז טשיינע מאכט חוזק פון אמעריקא...!!!
מיין אינגל רעדט שוין זייט שלחן עורך פון זיין סעג-וועי וואס ער גייט באקומען פאר אפיקומן...
פארוואס דען נישט? יעדער האט! אלע אינגלעך פון מיין בלאק! אלע אינגלעך פון מיין חדר! וכו' וכו'
אבער וואס? ווען? וואו? די פרייז פאר די גוטע סארט מיט די גרויסע רעדער מיט די בעלענסונג מיט די הענטל לויפט ערגעץ צווישן 500-350...
וואס טוט מען?
מ'גיימער זיכן אויפן געוועב...
יגעתי ומצאתי תאמין... גענישטערט און געטראפן...
געב א
קליק דא וועסטו זעהן וואס כ'האב געפונען...!!! ממש א בלינדע ווילדע מציאה...!!!
כ'האב געמאכט א "ישוב הדעת'דיגן" חשבון:
ראשית, זיי נעמען דאך געלט דורך פעיפעל איך מיין אז פעיפעל איז פראטעקטעד קעגן אזעלכע חברה.
והשנית, און פארוואס קומען זיי ארויף ביי גוגל שאפינג?
מקח געשלאסן, געקליקט, געסווייפט, געקנאקט, געזעצט, און געפראסעסד.
באקומען דעם קאנפורמעישאן אימעיל פון פעיפעל, פונעם סעלער, און מ'ווארט מיר אויפן פעקל.......
נאך עטליכע טעג האמיר געשיקט אן אימעיל פארן סעלער: וואו איז די טרעקינג נומבער?
ער שיקט מיר צוריק עפעס א טשיינע פאוסט טרעקינג, און עס שטייט דארט אז ס'וועט זיין בי מיר ביז א טאג צוויי.
כ'ווארט מיט שפאנונג, כ'דמיון מיר שוין דעם ריזיגן שמייכל פון מיין אינגל פון אויער צו אויער, כ'זעה שוין ווי פלייסיג ער גייט לערנען די נעקסטע פאר וואכן...
ביז... כ'האב מיר אויפגעוועקט!!!! די פאסט טרעגער קלאפט און טיר... כ'עפן אויף... ער געבט מיר איבער א קליינעם שווארצן פלעסטיג זעקל...
כ'פליק עס אויף מיט כעס... וואס מיינסטו ליגט דארט???
דריי פעיס מעסקס...!!!!!
משוגענער!!! צודרייטער!!! פערד!!! אקס!!! נו שוין, גם זו לטובה...
כ'האב דאך באצאלט מיט פעיפעל פאר א סיבה... מ'העט מארגן צוריקגיין אין אפיס, געבן אפאר קליקעס און די געלט וועט זיין צוריק ביי מיר אין שיסל...
אבער וואס? ווען? וואו? דערווייל טאפ איך א וואנט, כ'האב געעפענט א קעיס, אהין און צוריק מיטן סעלער מיט אלע טענות ומענות...
דערווייל קומען זיי צוריק מיט אזא סארט תשובה:
To continue with this investigation, a report must be filed with a law enforcement agency or government organization. You may choose to contact your local law enforcement agency (such as your local police or sheriff's department) or you may choose to file a report with any other governmental agency of your choice.
Examples of such agencies could include:
The Internet Crime Complaint Center (
http://www.ic3.gov)
Your state's Consumer Protection office
Your state police
A Federal law enforcement agency such as the FBI or Postal Inspection Service
A report to the Better Business Bureau (BBB) isn’t acceptable for this document request
Filing a report with a law enforcement agency or government organization
Contact a law enforcement agency or other governmental organization (either in person or online) to report the issue
Report specific details regarding the item you received
You must obtain a copy of a report from the law enforcement agency or governmental organization and provide it to PayPal
The report must contain the following information: It should be on the agency's or organization's letterhead or contain a stamp or seal or some other information that indicates the report is official documentation
It should clearly explain the details of your issue
It must include the agency's or organization's contact information
Any documents you provide may also be supplied to the seller.
האלט איך נישט דערביי... האבעך זיי צוריקגעשריבען וואו פאלגענד:
I don't understand this respond, why am I using pay-pal if not to ensure my payment from fraud, I've been ripped of by a website charging me $60.68 for a Segway, and they shipped me from China 3 face masks, why can't you help me with this? Am I really the only one with a complaint on this seller? don't you see any more complaints on this seller to figure out this situation? Please help me with this matter. Thanks!
און דא האלט איך יעצט, איך ווארט אויף א תשובה...!!!
אדרבה אויב איינער האט א געדאנק מיר צו העלפן און מיין פלאנטער זאל ארויפקומען און אראפשטעלן זיינע צוויי פעניס... נאך אלעם רעדט מען דאך פון זעכציג אידישע דאלער...
און בעיקר אז ממנו ילמדו וכן לא יעשו...!!! וילמדו תועים בינה...!!!
יישר כחכם ואתחם הסליחה.