אַבּערוואַס האט געשריבן:לייעביליטי אינשורענס ביי א קאנטראקטאר איז ווי "מינימום קאווערעדזש" ביי א קאר כאטש די גאווערנמענט איז עס אפשר נישט מחייב
עקזעקטלי
ווען א אינגערמאן קויפט אן אלטע קאר פאר די ארבעט און (לו יצוייר אז) די גאווערנמענט פארלאנגט נישט קיין לייעביליטי. וועסטו אויך זאגן ער מוז קויפן לייעביליטי? ער מאכט דאך קוים אויף צום לעבן
אמת. ער דארף טאקע זיין מורא'דיג פארזיכטיג (באמת דארף מען אייביג זיין פארזיכטיג ווייל די אינשורענס קען ארויפגיין)
ווען ער איז מצליח איז צייט צו קויפן לייעביליטי. אזויווי די מענטשן וואס קויפן פול קאווערעדזש אויף אייגענע קארס
אַבּערוואַס האט געשריבן:כדי צו שפאר צוויי-דריי טויזנט דאלער א יאר
ווען ס'וואלט געווען נאר אזויפיל החרשתי. וויפיל איך ווייס, דארף מען אראפלייגן אזויפיל (אדער מער) נאר כדי אנצופאנגן די פאליסי
נאך א פוינט. די אינשורענס קאמפאני גייט איבער די ביכער יעדעס יאר. אז מ'האט לייעביליטי האט מען נאך אן עקספענס פון א בוקקיפער
יעדע ביזנעס
מוז האבן א בוקקיפער אבער נישט ממש ביים אנפאנג
אַבּערוואַס האט געשריבן:אז עמיצער זאל אייך סוען
פאר דעם איז מורא'דיג וויכטיג צו מאכן א קארפארעישן (די זעלבע ביי יעדע ביזנעס)
אַבּערוואַס האט געשריבן:אייך ארויסטראגן פין ביזנעס (צומאל נאך פאר איר עספייעט צו מאכן געלט)?
נו פארדעם זאל ער שוין ביים אנפאנג נישט מאכן קיין געלט?
אַבּערוואַס האט געשריבן:מילא די היימישע ריעל עסטעיט אונער'ס, זיי קענען טאקע באשטיין צו צאלן ווי ביליגער, און נעמען זיי די סארט ביליגע מענטשן וואס שפארן אויף אינשורענס
זיי זענען די איינציגסטע וואס הייערן בעגינערס
אַבּערוואַס האט געשריבן:אויב איינער האט נישט קיין צוויי-דריי אלפים א יאר צו אינוועסטירן אין זיין ביזנעס פאר אינשורענס, אפשר זאל ער בכלל נישט אריין דערין.
כ'מיין אז דא שטעקט אונזער דיסאגרימענט
איך האלט אז ס'לוינט צו נעמען א ריסק כדי אריינצושפרינגען אין ביזנעס
דו. און נאך אסאך אנדערע האלטן אז נישט
וואס האלטסטו זאל טון א אינגערמאן וואס האט נישט קיין געלט אפגעשפארט, און וויל אריינגיין אין קאנסטראקשן, אבער האט נישט פון וואו צו נעמען די עקסטרע פאר טאלער פאר לייעביליטי? נישט אריינגיין? בלייבן ביי זיין יעצטיגע דזשאב וואס ער קען קוים קאווערן דעם חודש?
איך האלט ער זאל אריינשפרונגען אן אינשורענס און עווענטועל ווען ער איז מצליח וועט ער מאכן אינשורענס