פרנסה קלה ונקיה- אפיליעט מארקעטינג - עמעזאן און אנדערע ביזנעסער

ביזנעסלייט העלפן זיך ארויס

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,עמעזאן

שמעלקעלע
שר מאה
תגובות: 221
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2016 12:58 am
לאקאציע: 224 shepherded rd

פרנסה קלה ונקיה- אפיליעט מארקעטינג - עמעזאן און אנדערע ביזנעסער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקעלע »

If you want to read it in English then click here http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 3#p1301383


דיסקלעימער (אלול תשפ"ג)
די ארטיקל איז געשריבן געווארן פאר קנאפע זיבן יאר צוריק, בעפאר איינער ליינט עס יעצט, וויל איך קלאר מאכן דאס פאלגענדע
א. איך האב דאס געטוהן פאר א קורצע צייט מיט יארן צוריק און איך ווייס נישט אויב די אינפארמאציע איז נאך רעלעוואנט היינט און וואס ס'האט זיך געטוישט זייט דעמאלטס.

ב. דאס איז קלאר נישט קיין זייטיגע ארבעט, כדי צו מצליח זיין און דעם ברויך מען שווער ארבעטן אזוי ווי און יעדע אנדערע ארבעט וואס מען טוט.

ג. געוויסע זאכן איז געשריבן געווארן אביסל אויפגעבלאזן ווי למשל אז מיינע סעילס זענען געוואקסן אזוי צו אזוי וואס ס'איז נישט געווען ממש ריכטיג, און אויב איר זענט אריין און דעם ליין וועגען מיין ארטיקל בעפאר אלול תשפ"ג און דערלייגט געלט ביטע קאנטאקט מיר און אישי און מיר וועלן זיך בעזר השם פארעכענען, אדער זייטס עס מוחל בלב שלם.

ד. ביטע נישט שיקן פראגעס איבער די נושא ווייל ווי געזאגט טו איך דאס שוין נישט פאר יארן.



כ'האב לעצטנס געשריבן אפאר תגובות איבער די נושא פון AFFILIATE MARKETING און כ'האב באקומען אסאך פרייוועטע מעסעזשעס. על כן גיי איך עס דא אראפצושרייבן די גאנצע נושא, וויאזוי אפיליעט מארקעטינג ארבעט, און וויאזוי עס איז שייך פרנסה דערפון.

קודם וועל איך דורך גיין די גאנצע נושא וויאזוי ס'ארבעט, און דערנאך וועל איך אריינגיין און פרטים וואס מ'דארף צו טאן אויב וויל מען אנהייבן טון און AFFILIATE MARKETING פונקטלעך וואס מ'האט צו טאן ע"כ נעמט אייך די פאר מינוט און ליינט עס גרינטלעך אדורך.


נישט קיין דריידלעך

רוב היימישע חברה ביי אונז ווילן אלץ אז מ'זאל גראד גיין צו די טריקס און דריידלעך... און זיכן וועגן וויאזוי מ'קען גלייך אנהייבן מאכן געלט, אן צו דארפן אדורך גיין די נערמאלע לעגעטימע וועג... ממילא לאמיר אייך קלאר שטעלן פארוואס איך גיי דאס נישט טון.

ווען איינער פארקויפט אויף עמעזאן און ער טוט עפעס א נישט לעגעטימער טריק וואס עמעזאן כאפט אויף, וועלן זיי פארמאכן די ליסטינג און שיקן א ווארענונג, אבער די אקאונט וועט נאך בלייבן אפען ( חוץ אויב מען טוט עס אסאך).

ביי AFFILIATE MARKETING אויב גוגל כאפט אויף א נישט לעגעטימער טריק וואס די האסט געטון דאן ווארפן זיי דיר גראד ארויס פון זייער RANKING סיסטעם, וואס מיינט אז דיין וועבזייטל און אלע ארטיקלעך און חדשים ארבעט איז גארנישט ווערט, און איר דארפט אנהייבן פון אלף, ממילא לוינט זיך בכלל נישט צו טרייען צו אויסשפילען די סיסטעם נאכדערצו אז די רשעים פון גוגל האבן ליידער זייער גרינגע וועגן אויפצוכאפן די טריקס וואס אונזערע אויבער חכמים טרעפן אויס, ממילא איז עס באמת נישט ווערט, אונז וועלן דא רעדן נאר פונעם לעגעטימער וועג וואס נעמט טאקע לאנג און ס'איז נישט גרינג אבער איינמאל מ'איז דערין איז שייך צו מאכן פרנסה דערפון.

וואס איז אפיליעט מארקעטינג ?

דער געדאנק פון אפיליעט מארקעטינג איז זייער פשוט
אמאל פלעגט אדווערטייזינג ארבעטן אז א פירמע קאלט אן אן אויסגאבע און באצאלט געלט אריינצולייגן זייערע עדס און די פירמע דארף באצאלן פארן אויסגאבע און דאס איז עס,
היינט ארבעט עס גאר אנדערש, כמעט א יעדע גרויסע פירמע האט אן AFFILIATE PROGRAM פשט איז, אז די סיינטס דיך אויף ביי עני פירמע וואס די ווילסט, און די הייבסט אן לייגן עדס פון יענע פירמע אויף דיין וועבזייטל, און ווען איינער קויפט עפעס פון יענע פירמע אדורך דיין עד, דאן באקומסטו א געוויסע פראצענט פון די סעיל.

די פראצענט וואס פירמעס באצאלן איז געוואנדן און די CONVERSION RATE, וואס מיינט וויפיל פראצענט טשענס איז, אז ווען איינער גייט קליקן אויף דיין עד וועט ער צום סוף קויפן עפעס,
למשל עמעזאן האט א מורא'דיגער סיסטעם צו פארזיכערן אז ווען איינער גייט צו AMAZON.COM וועט ער צום סוף קויפן עפעס ממילא קומט אויס אז זיי טוען בעצם אסאך מער פון דיר פאר'ן סעיל, ממילא וועט עמעזאן נישט צאלן מער פון 8% קאמישען פונעם סעיל, און אזוי אויך איבעי וואלמארט. (ווייל עס איז דא א גרויסע שאנס אז עס זאל געשען א סעיל דורך דעם קליק) (היינט צוטאגס באצאלט עמעזאן ממש גארנישט)
אבער קלענערע פירמעס, וועלן באצאלן אפילו 50% און אסאך מאל מער פון דעם, געוואנדן און די פראדוקטן.

א יעדע גרויסע פירמע האט היינט אזא פראגראם ממילא קענסטו גיין ווי די ווילסט אדער קען מען גיין צו GOOGLE AD-SENSE וואס די געבסט אוועק פלעצער און דיין וועבזייטל און זיי לייגן אריין עדס פון אלע מיני פירמעס.

פארשטייט זיך אז עס ווענד זיך אסאך וואספארא מין פראדוקט די פראמאטס (PROMOTES) א פראדוקט ווי אן סינגל אייטעם ווי למשל א קאמפיוטער אדער א שיך וועסטו נישט באקומען צו א גרויסע פראצענט, ווייל די פירמע מוז דאך אויכעט מאכן עפעס רווח דערויף, אבער אויף א פראגראם אדער א סערוויס וואס מ'דארף באצאלן חודש'לעך, קענסטו מאכן אפילו מער ווי 50%.

איינמאל די ביסט איינגעשריבן און עני אפיליעט פראגראם וועסטו באקומען צוטריט צו קענען באקומען LINKS AND BANNERS פון אלע פראדוקטן די ווילסט פראמאטן, און זיי האבן א סיסטעם צו וויסן ווען איינער קליקט אויף די עד צו וויסן אז ס'קומט פון דיר.

איינמאל איינער קליקט אויף דיין לינק צו א וועבסייט, וועסטו באקומען קאמישען אויף אלעס וואס יענער קויפט אויף יענע וועבסייט יענעם טאג, און נישט נאר אויפן פראדוקט די האסט פראמאטאד, און אויב האסטו פראמאטעד א סערוויס וואס יענער גייט באצאלן חודש'לעך למשל פידבעק פייוו (FEEDBACK FIVE), וואס יענער באצאלט ארום $50 א חודש, וועסטו באקומען ארום $5 א חודש איינמאל יענער האט זיך איינגעשריבן אדורך דיין לינק.

קען מען מאכן געלט ?

דאס איז די ערשטע קשיא וואס א היימישער וויל וויסן די ערשטע זאך קען מען מאכן געלט דערין...
די ענטפער פאר דעם איז א קלארן יא און מ'קען מאכן געלט, והא ראיה אסאך מענטשן מאכן געלט דערפון, אבער מען דארף קלאר וויסן אז ס'נעמט נישט א טאג אדער א וואך, ס'וועט נעמען חדשים אדער יארן ביז מ'וועט אנהייבן צו זען געלט דערפון, אבער איינמאל מ'הייבט אן ארויפצוקומען אויף גוגל ווען מענטשן זיכן זאכן וואס דיין וועבזייטל איז געאייגנט פאר דעם, קען מען פארדינען דערפון, צום ערשט לאמיר קלאר מאכן צוויי מיני וועבזייטליך וואס ס'איז דא און קלאר מאכן פון וועלעכע מיר רעדן דא.

פראדוקט וועבזייט
ניטש וועבזייט NICHE

פראדוקט וועבסייט איז א זייטל וואס די פארקויפסט נאר פראדוקטן און ווען איינער וויזיט דיין סייט, וועט ער זען אלע סארטן פראדוקטן וואס די פארקויפסט, דאס איז זייער שווער צו מאכן געלט ווייל די גייסט מער ווייניגער און קאמפעטישען מיט עמעזאן, וואלמארט, איבעי, וואס זיי באצאלן ביליאנען א יאר פאר אדווערטייזינג, ממילא וויאזוי גייסטו זיך אריינבאקימען און די מארקעט ? (די איינציגסטע וועג איז באצאלטע עדס, וואס דאן איז אויך נישט זיכער אז מענטשן גייען קימען צו דיין וועבזייטל, אודאי איז דא וועגן וואס מ'קען טון אבער דעס וועל איך איבערלאזן פאר פראפעסיאנעל מארקעטערס, אונז וועלן רעדן פון די אנדערע מין וועבזייטל.)

אונז וועל מיר רעדן פון די צווייטע קעטאגאריע וועבזייטל 'ניטש'

ניטש NICHE וועבסייט א ניטש מיינט א ספעציפישע זאך למשל איר קענט פארקויפן ווייטימינען, נאכדעם קען איר עס צוטיילן און קלענערע קעטעגאריס למשל, פארלירן וואג, דערנאך צוטייל עס און מער למשל פארליר וואג פון די פיס, אדער פארליר וואג נאטירלעך, שנעל, און אזוי ווייטער.

ווי מער ספעציפיש די גייסט אלס ווייניגער קאמפעטישען גייסטו האבן, און די דארפט נישט זארגען אז ס'איז דא צו א קליינע מארקעט דערפאר, ווייל די גייסט ארויס צו א וועלט פון צוויי ביליאן מענטשן וואס זיצן אויפן אינטערנעט, זיכענדיג עצות און פראדוקטן פאר זייערער פראבלעמען, ע"כ, אפילו די גייסט אריין און א מארקעט פון שמירן שמעקערס אויף קאמפיוטערס, אויב ווערסטו נאמבער איינס און די מארקעט פון קאמפיוטער שמעקערס, דאן גייסטו מאכן אסאך געלט ממילא לוינט זיך אלץ אריינצוגיין און ווי מער ספעציפיש וואס דאן איז די טשענס צו ווערן נאמבער איינס, אסאך גרעסער.

א ניטש וועבסייט איז נישט געבויט אויף פראדוקטן וואס דאס מיינט אז ווען איינער גייט צו דיין וועבסייט זעט מען נישט קיין ליסטעס פון פראדוקטן וואס מ'קען קויפן פון דיר, וואס מ'זעט יא, איז ארטיקלעך וואס די שרייבסט,.
דהיינו.. אז די שרייבסט ארטיקלעך איבער די נושא און וואס די ביסט אריין, און אין איעדן ארטיקל ריקסטו אריין אפאר פראדוקטן וואס העלפן פארן פראבלעם וואס די שרייבסט, און ווען מענטשן וועלן זיכן אינפארמאציע איבער די נושא וואס די שרייבסט, וועלן זיי ליינען זיי דיין ארטיקל און זיי וועלן דיר טראסטן, ווייל די שרייבסט דאך אסאך איבערן פראבלעם וואס זיי האבן, ממילא ווען ווען די רוקסט אריין אינעם ארטיקל א פראדוקט אדער צוויי וואס וועט אסאך העלפן פאר די פראבלעם, וועלן זיי זייער מעגליך קליקן אויפן פראדוקט און עס קויפן. (זע ווייטער מער פונקטליכע משלים)

וויאזוי ס'ארבעט און קורצן

די וועלסט אויס א נושא וואס אינטערעסירט דיר, און עפענסט א וועבזייטל וואס די שרייבסט ארטיקלעך איבער די נושא וואס דיין וועבסייט איז געמאכט פאר, און אין איעדע ארטיקל וואס די שרייבסט זיכסטו אויף וואספארא פראדוקטן איינער וואס האט די פראבלעם איבער וואס דו שרייבסט קען ניצן און די פראמאטס די פראדוקטן
און די דארפסט מאכן אז מענטשן זאלן קומען צו דיין וועבסייט און אויב באקומסטו א שיינע צאל מענטשן צו קומען צו דיין וועבסייט קענסטו פארדינען דערפון.

נא, טראכסטו אודאי וויאזוי קען איך באקומען וויזיטערס צו מיין סייט ווען ס'איז דא אזויפיל קאמפעטישן... לאמיר קודם אויסשמועסן אפאר נקודות בעפארן מסביר זיין וויאויז די קענסט צוקומען דערצו, און דערנאך וועלן מיר גיין צום חלק וויאזוי מ'קען גרינגערהייט באקומען וויזיטערס צו דיין וועבסייט. [זע ווייטער וויאזוי ס'ארבעט אז די זאלסט באקומען וויזיטערס אבער קודם לאמיר זען די בענעפיטן אויב האסטו א וועבסייט מיט וויזיטערס דערצו]

-אנליין סעלערס און בעסיקלי איעדע ביזנעס וואס מ'דארף זיך נישט טרעפן פיזיש כדאי צו מאכן א סעיל-

אז די פארקויפסט ממילא אויף עמעזאן, און די פארמאגסט א וועבסייט ווי דיינע אייטעם'ס זענען געליסט, שרייב אפאר ארטיקלעך איבער די נושא איבער די פראדוקטן וואס די פארקויפסט אויף עמעזאן.

למשל.. די פארקויפסט א HAND CREAM וואס מאכט גלאט די הענט, און די פארקויפסט עס פאר $50 דאן קענסטו שרייבן אן ארטיקל איבער די פראבלעם פון פימפעלס אויפן האנט, און באשרייבן אלעס ארום די נושא, און נאכדעם צולייגן אז די און די פראדוקט האט דיר געהאלפן, און דיינע ליינערס נאכן ליינען דיין ארטיקל און וואס די געבסט עצות און אינפארמאציע דערין, וועלן דיר טראסטן און קויפן דיין פראדוקט (פארשטייט זיך אז די שרייבסט נישט אז ס'איז דיין פראדוקט) און אז זיי קויפן עס, קומט אויס אז חוץ פון די פראפיט וואס די מאכסט אויפן סעיל פון עמעזאן, באקומסטו נאך קאמישען אויפן סעיל פון AMAZON ASSOCIATES.
און נישט געזארגט איבער טרעפן די תוכן פארן ארטיקל ס'איז נישט שווער (זע ווייטער)

און דאס איז בכלל נישט נאר פאר אנליין סעללערס, אויב למשל די טוסט און קרעדיט ריפעיר, אדער IT, אדער DESIGNING, מער ווייניגער אלעס וואס מ'טוט געווענדליך אדורכ'ן טעלעפאן אדער אנליין, קענט איר דאפלען דיינע סעילס דורכ'ן האבן אן אייגענע וועבסייט און באקומען הונדערטער קאסטומערס אדורך דעם.

וועט מיך AMAZON ASSOCIATES אנעמען ? ווער דארף זיי ?

קיינער כמעט גייט דיך נישט אנעמען און איין חודש, די דארפסט האבן א וועבסייט פאר כאטשיג אפאר חדשים און האבן א שיינע צאל ארטיקלעך דערויף, אז פירמעס זאלן דיר אריינעמען און זייער אפיליעט פראגראם, אבער ווי געזאגט אויבן ס'גייט נעמען אפאר חדשים.. אבער איינמאל די ביסט שוין דארט, קען מען מאכן געלט דערפון.

ממילא קודם וועסטו דארפן אנפולן אביסל דיין וועבסייט מיט אינהאלט און דערנאך קענסטו אנהייבן זיך צו איינשרייבן און אפיליעט פראגראמען.

איך רעד דא אגאנצן צייט פון עמעזאן אפיליעט פראגראם אז ס'קען זיך דאכטן אז עמעזאן'ס פראגראם איז ממש דאס בעסטע וואס ס'קען נאר זיין סא, לאמיר אייך קלאר מאכן אז ס'איז נישט ממש אזוי...

אויב קוקסטו אויף עמעזאן אפיליעט פון אן עמעזאן סעללער שטאנדפונקט, דאן ביזסטו גערעכט אז עמעזאן איז א געוואלדיגע פראגראם ווייל די קענסט פארגרעסערן דיינע סעילס אויף עמעזאן פלאס, באקומען נאך קאמישען, און אויכעט עמעזאן האט א מורא'דיגער גרויסע CONVERSION RATE וואס מיינט אז כמעט יעדער וואס גייט קליקן אויף דיין עד און גייט גיין צו עמעזאן'ס וועבסייט, גייט צום סוף עפעס קויפן צו ס'זאל זיין די פראדוקט וואס די האסט פראמאטעד, צו עני אנדערע אייטים, נישט קיין חילוק וואס וואס יענער קויפט אויף עמעזאן פאר די נעקסטע 24 שעה באקומסטו די קאמישען.

פון די אנדערע זייט אויב קוקסטו פון א אפיליעט מארקעטער שטאנדפונקט, איז עס אביסעלע אנדערש ווייל איינמאל דו טוטסט וואס מ'דארף צו טאן און די באקומסט טויזענטער מענטשן וואס באזוכן דיין וועבסייט איעדן חודש, דאן פארוואס זאלסטו פראמאטן א פירמע וואס געט דיר א קליינעם פראצענט ווען די קענסט פאר די זעלבע געלט פראמאטן איינער וואס געט דיר 50% ? אודאי פארשטייט זיך אז ס'איז אביסל שווערער צו האבן א גרויסע CONVERSION פאר די קלענערע פירמעס, אבער די יסוד איז, אז איינמאל די באשרייבסט גוט א נושא וועלן דיר דיינע ליינערס טראסטן און די קענסט זיי פארקויפן זאכן אויף וואס די מאכסט מער.

לאמיר קלאר מאכן מ'רעדט נישט דא פון אריינ'נער'ן דיינע ליינער מיט עפעס וואס דאן מאכסטו א שנעלן צוואנציגער אבער ער קוקט דיר נישט אן נאכדעם.. מ'רעדט נאר אז אנשטאט די זאלסט עם שיקן קויפן א קרום פון עמעזאן וואס די באקומסט א קליינעם פראצענט שיק עם צו די פירמעס וועבסייט ווי די באקומסט 20%..

ממילא, אלס איינער וואס האט אנגעהויבן אפיליעט מארקעטינג וועגן עמעזאן וואלט איך אייך געראטן קודם צו ארבעטן אויף א מהלך פון ניצן אפיליעט מארקעטינג צו העלפן דיינע עמעזאן סעילס, אבער נאך א שיינע שטיק צייט ווען די האסט שוין א סאליד וועבסייט מיט טויזענטער וויזיטערס דעמאלטס איז צייט צו מאכן א חשבון אויב ס'לוינט זיך נישט צו זיך איינצושרייבן אויף אנדערע אפיליעט פראגראמען, די קענסט דיך איינשרייבן ווי די ווילסט און וויפיל די ווילסט, און אליינס אפמאכן ווען און ווי די ווילסט פראמאטן וועלכע פירמע.


די ביזט דא צו העלפן מענטשן
שקר
!!!!!! די ווילסט מאכן געלט
א משל


די HEADLINE קוקט אויס אביסל אינטערעסאנט לאמיר עס קלאר מאכן
איעדער בר שכל פארשטייט אז ווען די געסט אוועק צייט און כח אוועקצושטעלן א וועבסייט מיט אסאך אינהאלט, אז די ביסט נישט דא לשם מצוה ממש ווייל ס'גייט דיר און לעבן צו העלפן מענטשן.. (ביי אונז אידן איז דא די מושג אבער נישט און די גויאישע וועלט) דאס מיינט אבער נישט אז די דארפסט דערמאנען איעדע צוויי מינוט ווען איינער ליינט דיין ארטיקל אז די ווילסט מאכן געלט..
פון די אנדערע זייט יענעם גייט נישט אן אז די פארדינסט אויב האט ער הנאה פון דיין ארבעט ממילא דארף מען צו גיין מיט שכל וויסן ווי איין און ווי אויס.

איך האב געשריבן ארום א האלב יאר צוריק אן ארטיקל אויף מיין וועבסייט איבער פארקויפן אויף עמעזאן אלעס וואס מ'דארף וויסן בנוגע עמעזאן, ווי אזוי מ'ליסט אייטעם'ס, פרייוועט לעבעל, פידבעק, ממש קלאר פאר א גולם אז נאכ'ן אדורך ליינען די ארטיקל זאל ער ארויסהאבן מער ווייניגער ווי אזוי די גאנצע סיסטעם פון עמעזאן ארבעט, פון אנפאנג ביזן סוף די ארטיקל איז בערך זעקס טויזענט ווערטער.


יעצט לאמיר אדורך גיין וואס מ'קען אלס פראמאטן אינעם ארטיקל.. און וויאזוי מ'קען מאכ'ן א שיינע פאר דאלער אויף איין קאסטומער אינדערצייט וואס כ'האב עם גארנישט אריינגע'נער'ט , און ס'קוקט ניטאמאל אויס ווי אן אדווערטייזמענט, און איך בין געגאנגען מיט א קלארן מהלך צו ארויסהעלפן דעם ליינער און ממש נאר עם צו העלפן און ס'איז ממש בבחינת זה נהנה וזה נהנה.

לאמיר אנהייבן וואס מ'קען פראמאטען און איין ארטיקל

קארפארעשאן - $50
קרעדיט קארד - $50
קאמפיוטער לעפטאפ - $100
פידבעק פייוו - $5 א חודש (18 חדשים $90)
עפ איגל APPEAGLE - בערך 10%
פעקעזשינג - 5%

פארשטייט זיך אליינס אז רוב מענטשן וועלן נישט קויפן אלעס, און מעגליך גארנישט, רוב האבן שוין א קאמפיוטער אדער לעפטאפ, אדער האבן שוין א קרעדיט קארד אדער א קארפערעישאן, אבער אסאך האבן נישט אלעס אדער גארנישט סא, לאמיר עס אדורך גיין.

פארשטייט דאס איז אן איליסטראציא וואס ס'איז שייך צו פראמאוטען און מישט וויפיל דו גייסט פאקטיש פארדינען פון דעם

א קארפערעישאן אדער א LLC איז א זאך וואס איז זייער וויכטיג פאר א יעדע ביזנעס, ווי יעדער וואס האט א ביזנעס ווייסט, ממילא שרייב איך אז ס'איז זייער וויכטיג און מ'קען אויספילן אן אפליקעישאן וואס ווערט געשיקט צו א CPA וואס געט $50 פאר יעדע אקאונט וואס מ'ברענגט אים.

קרעדיט קארדס ס'איז פשוט א גיטע זאך אויב מ'קען קויפן אויף קרעדיט קארד אז מ'זאל עס טון, ממילא געב איך אפאר אויסוואלן פון גיטע קארטלעך, רוב קרעדיט קארד אפיליעטס וועלן געבן $50 פאר א קאסטומער וואס די ברענגסט.

קאמפיוטער לעפטאפ האבן רוב מענטשן, אבער ווער ס'האט נישט דארף עס קויפן ווייל מ'קען נישט ארבעטן פון א טעלעפאן געהעריג, און איך שיק צו א וועבסייט וואס צאלט 10-15% קאמישאן און רוב מענטשן וועלן באצאלן צווישן $500-1000 פאר א קאמפיוטער.

פידבעק פייוו וועל איך קלאר שרייבן אז ס'איז נישט קיין מוז אבער ס'איז א גיטע זאך און זיי באצאלן 10% פאר 18 חדשים.

עפ איגל שרייב קלאר אז מ'דארף עס נאר ווען מ'פארקויפט נישט קיין פרייוועט לעבל, און נאר ווען מ'האט אסאך ליסטינג (30 און מער) זיי צאלן בערך 10% א חודש'לעך.

פעקעזשינג א יעדע סעללער דארף דאס האבן אחוץ אויב מ'שיקט נאר מיט FBA און מ'ניצט איבער די באקסעס, אבער טעיפ, דארף מען דעמאלטס אויך, און מ'קען זיין אן אפיליעט מיט אסאך פירמעס וואס פארקויפן עס.

יעצט לאמיר זען, מ'האט פונקטלעך באשריבן וואס מ'דארף האבן צו זיי א סוקסעספילער עמעזאן סעללער, און מ'האט קלאר געשריבן וואס מ'מוז האבן, און וואס ס'נאר גוט צו האבן, און וויבאלד ס'איז א לאנגער קלארער ארטיקל קוקט עס אפילו נישט אויס ווי אן אדווערטייזמענט פארן ליינער און דאך קען מען פארדינען אפאר מאות פון איין קאסטומער...

סא דאס איז די מהלך מיט וואס מ'דארף צוגיין יעצט לאמיר גיין צוביסלעך ווי אזוי די גאנצע זאך ארבעט

וואס דארף איך האבן צו קענען אנהייבן...

בעיסיק ענגליש די דארפסט נישט זיין קיין פראפעסיאנעל
געדולד... דיי גייסט נישט ווערן קיין ביליאנער איבער נאכט ס'גייט נעמען צייט
צייט... די דארפסט זיי גרייט אוועקצוגעבן אסאך צייט אזוי ווי א יעדע אנדערע ביזנעס

לאמיר אנהייבן

כ'וועל פראבירן אדורך צו גיין און קורצן וואס מ'דארף צו טאן און דערנאך ווי מ'קען זיך דאס אלס לערנען און וואס איך וואלט אייך געראטן צו טון

וועבסייט נאמען - DOMAIN NAME
די ערשטע זאך קענט דארפסטו קויפן א וועבסייט נאמען DOMAIN NAME, דאס קען מען קויפן אויף אסאך פלעצער, די גרעסטע און די ליין איז GO DADDY ס'קאסט בערך $10-15 א יאר, מיט דעם באקומסטו שוין 5 אימעיל אדרעסן אומזיסט, און אויב ווילט איר זיין פרייוועט אז מענטשן זאלן נישט קענען נאכזוכן אז די ביסט די בעה"ב פונעם וועבסייט, וועלן זיי בעטן נאך ארום 6-7 דאלער.

מענטשן האבן א טעות אז א וועבסייט נאמען דארף קענען זאגן וואס דיין וועבסייט איז געמאכט פאר, למשל אויב פארקויפסטו שיך מוז דיין וועבסייט האבן די ווארט שיך דערין ווי BESTSHOES.COM וכדו' ס'איז א טעות, גוגל רעכנ'ט זוך בכלל נישט קיין סאך דערמיט.

עמעזאן'ס נאמען, זאגט בכלל נישט אז ס'איז די בעסטע אנליין ריטעילער
גוגל'ס נאמען, זאגט בכלל נישט אז ס'איז די בעסטער SEARCH ENGINE וואס ס'איז דא

די זאך וואס מ'דארף זוכן איז א נאמען וואס מענטשן קענען געדענקן און פארשטייט זוך נישט דירעקט אנדערש ווי וואס די טוסט זאלסט נישט הייסן שיך ווען די פארקויפסט לאקשן... ס'דארף מאכן אביסעלע SENSE.

אפילו די האלסט נאכנישט ביי SOCIA MEDIA לוינט זיך אלס צו זיין בעה"ב אויף דיין נאמען איבעראל ס'געט אסאך צו צום ברענד ממילא נישט קיין חילוק ווי די קויפסט דיין וועבסייט נאמען גיי קודם צו
https://www.namecheckr.com/

ס'איז אומזיסט און מ'דארף אפילו נישט אריינסיינען די קענסט דארט אריינלייגן א נאמען וואס געפעלט דיר און ס'וועט דיר זאגען אויב ס'איז נאכנישט פארקויפט און ס'וועט דיר ווייזן אלע SOCIAL סייטס ווי ס'איז נאך אוועלעיבעל און ס'לוינט זיך צו כאפן די נאמען אויף אלע סייטס.

ביטע וויסן אז אלע געלונגענע נעמען די גייסט פראבירן גייען שוין זיין פארנומען ווייל ס'איז דאך דא מיליאנען וועבסייטס. און אסאך מענטשן קויפן נעמען און די וועלט אריין אויכעט (אז ווען איינער דארף עס, פארקויפן זיי עס פאר שווערע געלטער) ממילא געט נישט אויף זוכט ביז ווילאנג די טרעפסט עפעס וואס געפעלט דיר.

געדענקט 1) די הצלחה פונעם וועבסייט ליגט נישט נאר אינעם נאמען, די נאמען איז א קלייניקייט 2) די קענסט אלץ קויפן נאך א נאמען און אריבערפירן די גאנצע אינהאלט פון דיין וועבסייט צו די נייע נאמען.

אינהאלט
געוויסע מענטשן מיינען אז אונטער יעדע פראפעסיאנעל וועבסייט באהאלט זיך עפעס א געלונגענער מענטש וואס פארשטייט צו די זאכן... ס'איז א טעות, ס'איז באמת גרינג צו מאכן א פראפעסיאנעל וועבסייט, ס'איז דא פילצאליגע פירמעס וואס שטעלן צו וועבסייט טעמפלעטס TEMPLATE מיט THEMES, וואס מיינט אז די דארפסט נישט אויסשטעלן די וועבסייט די דארפסט זיי נאר זאגן וואספארא מין זאכן די גייסט שרייבן אדער פארקויפן דארט, און די קענסט באקומען פיל אויסוואלן פון רעדי סייטס וואס די דארפסט בסך הכל אנהייבן אריינלייגן אינהאלט, אבער די עצם אויסשטעל איז אויטעמאטיש, די סייטס ווי מ'קען גיין פאר דעם איז WORD PREES אדער WIX אדער גוגל דערפאר ס'איז דא אסאך.

איינמאל דיין וועבסייט איז אפען דארפסטו אנהייבן שרייבן איבער די נושא און וואס די ווילסט אוועקשטעלן דיין וועבסייט
קודם כל לאמיר קלאר שטעלן ס'איז אויף אלעמען דא הילף אנליין פון געדאנקן אויף וואס צו שרייבן ביז וויאזוי צו שרייבן ממש אלעס ממילא נישט געזארגט נעמט עס EASY

די ערשטע זאך זאלט איר דאונלאדן GRAMMARLY וואס דאס וועט אייך קלאר זאגן אויף איעדע זאך וואס די שרייבסט וואס ס'נישט אויסגעהאלטן און הלכות גרעמער און ווי די האסט נישט גוט געספעלט ווערטער
קענסט עס דאונלאודן דא http://gram.ly/rwV9

מאכט זיכער צו אריינגיין און א נושא וואס ס'אינטערעסירט דיר, ווייל אויב נישט וועסטו קראכן זייער שנעל... ווי געזאגט אויבן אויף איעדע פאריקטע זאך איז דא צווישן ביליאנען מענטשן אויף די וועלט גענוג פאר דיר צו מאכן אסאך געלט.

מ'טאר נישט נאך קאפיען קיין שרייב ארבעט פון אנדערע וועבסייטס, און גוגל כאפט אויטעמאטיש אויף ווען די קאפיעסט, אבער דאס מיינט נאר אז די טארסט נישט מאכן COPY PASTE אבער די קענסט זיכן וועבסייטס וואס טיען און דיין נושא און זען פונקטליך וואס זיי שרייבן און דארנאך עס שרייבן און דיין שפראך אויף דיין וועבסייט.

-א יעדע וועבסייט דארף האבן א PRIVACY POLICY וואס איר קענט אויפזיכן אנליין און קאפיען אויף דיין וועבסייט און טוישן איבעראל ווי ס'שטייט די וועבסייט נאמען (און מאכן זיכער אויף די PAGE אז ס'ווערט נישט גערענקט אויף גוגל אזוי וועט נישט זיין קיין פראבלעם פון קאפיען).

קיווארדס KEYWORDS
נאכדעם וואס די האסט א פערטיגער ארטיקל דאן דארפסטו אויפזיכן וואס איז די בעסטע KEYWORD וואס מענטשן לייגן אריין און גוגל ווען זיי טוען א גוגל SEARCH דערויף, אויף דעם איז דא הונדערטער פראגראמען געוויסע אומזיסט, און אנדערע פאר געלט, איך וואלט דיר נישט געראטן צו צאלן ביז די האסט ארויס פונקטליך די נושא און די פארשטייסט פארוואס די זאלסט באצאלן איך פערזענדליך ניץ jaxxy איר קענט אויפסיינען דערויף דא http://tinyurl.com/jy6yvwh

פלעגערייזן - קאפיען
ווען די ענדיגסט אן ארטיקל בעפאר דו מאכסט עס פאבליק גייט צו PLAGTRACKER.COM ווי די קענסט עס ארויפלייגן אומזיסט און ס'וועט דיר זאגן אויב ס'איז גארנישט געקאפיעט און ס'ריין דיין אינהאלט.

באקומט וויזיטערס
איינמאל דו שרייבסט אסאך אינהאלט מיט די ריכטיגע KEYWORDS גייסטו צוביסלעך אנהייבן באקומען TRAFFIC צו דיין וועבסייט ס'וועט נעמען אביסל צייט אבער נאך א שטיק צייט קענסטו דיר טרעפן מיט אסאך באזיכער צו דיין סייט.

פארשטייט זיך אז ס'איז דא א געוואלד דערין צו לערנען אבער איך שטעל מיך פאר אז דו פארלאנגסט נישט פון מיר א פילע קורס מיט ווידיאס פונקטליך אלעס ארום די נושא.. ממילא וואס כ'קען יא טון איז דיך פארצושלאגן ווי זיך צו לערנען אלעס.

בחינם באקומט מען כינים

זיך אויסצולערנען פונקטליך אלעס גייסטו מיזן נעמען א אנליין קורס דערוועגן נישט קיין חילוק ווי, ממילא לאמיר דיר קודם זאגן וואס דו זאלסט קוקן בעפאר די נעמסט א קורס דערוועגן און דערנאך וועל איך דיר געבן מיין פארשלאג און מסביר זיין פארוואס איך רעקאמענד עס.

גארנישט איז נישט אומזיסט ממילא קענסטו דיר אליינס פארשטעלן אז קיינער גייט דיר נישט געבן קיין קורס איבער אלעס ארום די נושא וואס דאס קאסט אפ שעות ארוכות צייט און געלט ממילא ווען די זעסט איינער זאגט דיר אז ער געט עס אומזיסט זאלסטו קלאר וויסן אז ער זאגט דיר ליגנט די שאלה איז נאר, וויפיל ער וועט דיר בעטן דערפאר.

וואס גייט מען דיר אויסלערנען זייער אסאך אפיליעט מארקעטינג פראגראמען וועלן דיר אויסלערנען נאר וויאזוי צו פראמאטן 'זייערע' פראדוקטן, (פארשטייט זיך אז זיי זאגן עס נישט אויס פון אנפאנג, אבער געווענדליך ווי נאר מ'הייבט אן די קורס קען מען זען אז זיי זענען דא פאר דעם,) שטייט ווייט דערפון ווייל ס'איז כמעט זיכער אז די גייסט נישט מצליח זיין דארט קודם כל, ווער זאגט אז זיי האבן די בעסטע פראדוקט און די מארקעט פארוואס זאלסטו דיר אראפבינדן צו זיי ? צווייטענס, די באקומסט נישט קיין פאך און די הענט ווי די ווערסט דיין אייגעגנער בעה"ב צו טון וואס די ווילסט, דו האסט בסך הכל געטראפן א זשאב צו ארבעטן פאר יענע פירמע און דיין באצאלט איז אפילו נישט פארזיכערט..

ווען איינער זאגט דיר צו אז די גייסט מאכן געלט שוין מארגן ביז א וואך, חודש, שטיי ווייט דערפון.. לערנט אייך אויס אז זאכן דארפן מאכן SENSE אודאי וועסטו נישט פארשטיין אלעס און די ערשטע מינוט, אבער אזויפיל זאלסטו ניצן דיין שכל אז מ'בויעט נישט אויף א לעגעטימער סוקסעספיל ביזנעס און 10 מינוט.

צאל נישט פאר די פארשטייסט נישט א יעדע פראגראם אפילו די לעגעטימע גייען טרייען דיר צו מאכן קויפן זאכן מיט הבטחות ממילא מאכט דיר א פאליסי אז די נעמסט נישט ארויס דיין קרעדיט קארד פאר דו פארשטייסט נישט פארוואס די באצאלסט


כ'מיין אז ס'איז גענוג פאר יעצט.. און בעיקר זאלסט אייביג טראסטן דיין שכל מער ווי דיינע געפילן.
איך געדענקט נאך איינמאל ווען איך האב באקומען צוויי רויטע נומבערס פון עמעזאן ביי די NOTIFICATIONS (עמעזאן סעללערס וועלן גיט פארשטיין די ווייטאג) כ'בין געווען אזוי צוזעצט און כ'האב גע'גוגל'ט צו טרעפן עפעס א ביזנעס און וואס כ'קען אריינגיין, און כ'האב געטראפן איינער וואס פאר אונטער $200 פארקויפט ער א פראגראם וואס קען אויסשפילן די לאטערי סיסטעם, און צו טרעפן די נומבערס וואס גייען געווינען.. און איך האב שוין כמעט באצאלט דערפאר ביז כ'האב מיך געגעבן א כאפ, קען דאס אפילו זיין אמת ? פארשטייצעך אז נישט כ'וועל נישט אריינגיין פונטליך פארוואס, איך וויל נאר ארויסברענגן אז אסאך מאל ווען מ'איז צוזעצט כאפט מען זיך אן אויף א האר אפילו ווען ס'לייגט זיך נישט אויפן שכל ממילא מאכט זיכער נישט צו מאכן דעם טעות.

יעצט לאמיר צו גיין צו וואס איך וואלט אייך רעקאמענדעט

דאס איז געשריבן געווארן פאר יארן צוריק עס קעןן זיין אז היינט איז דא אסאך בעסערע אפציעס און אויכעט אז זיי זענען געווארן ערגער (איך ווייס נישט כהיום)

הייבט אן מיט הצלחה

און די פראגראם קענט איר זיך איינשרייבן דא http://tinyurl.com/gvj45jd און לאמיר אדורך גיין וויפיל עס קאסט און וואס דו באקומסט דערפאר


קודם קענסטו דיר אריינשרייבן פאר אומזיסט און פארדעם גייסטו באקומען: (די פירמע האפט אז די גייסט הנאה האבן דערפון און דערנאך וועסטו באצאלן פאר'ן UPGRADE)

צוויי וועבסייטס
ס'איז דא די אלגעמיינע וועבסייט נאמען וואס איז YOURNAME.COM דערנאך איז דא פירמעס למשל BLOGSPOT.COM וואס געט דיר אומזיסטע וועבסייטס למשל YOURNAME.BLOGSPOT.COM
א געהעריגע וועבסייט גייט דיר קיינער נישט געבן פאר אומזיסט סא, דאס דארפסטו קויפן פון ווי די ווילסט אבער דא באקומסטו 2 אומזיסטע SUB DOMAINS

וועבסייט בילדינג - WEBSITE BUILDING

די ווארט פון באקומען 2 וועבסייטס איז נישט נאר אז די באקומסט אומזיסטע וועבסייטס וואס דאס קענסטו באקומען פון נאך פלעצער, נאר די געדאנק איז, אז זיי בויען דיר אויף צוויי וועבסייטס פאר אומזיסט, וואס דאס מיינט אז די וועלסט דיר אויס א וועבסייט (הייב אן מיט איינס ס'פעלט נישט אויס צוויי נאר נאכדעם וואס די ווילסט אריבערגיין צו נאך א סייט וואס איז אויסגעשטעלט פאר א אנדערע נושא) און איינמאל די נעמסט עס מאכן דיי זיכער אז ס'ווערט INDEX ביי גוגל וואס מיינט אז ס'וועט אנהייבן ווערן גערענקט.

איינמאל די האסט דאס גייען זיי דיר אויסלערנען

1. ווי אזוי ארבעט די סיסטעם
2. ווי אזוי בעצם אפיליעט מארקעטינג ארבעט
3. ווי אזוי אפצומאכן און וועלעכע נושא (NICHE) די זאלסט אריינגיין
4. וואס איז דער געדאנק פון א ניטש
5. וויאזוי אויפצובויען דיין וועבסייט
6. אויפצוסעטן די וועבסייט
7. צוגרייטן דיין וועבסייט פאר גוגל און אנדערע SEARCH ENGINES
8. ווי אזוי צו טרעפן אינהאלט וואס צו שרייבן
9. חילוקים פון PAGES AND POSTS און ווי אזוי צו שרייבן דיין ערשטע PAGE
10. ווי אזוי צו מאכן זיכער אז דיין אינהאלט איז גוט

קיווארדס
די באקומסט צוטריט צו א KEYWORDS סיסטעם ווי די קענסט אויפזיכן KEWARDS אומזיסט

לייוו טשעט
דערנאך באקומסטו צוויי וואכן צוטריט צו LIVE CHAT וואס דארטן איז דא פילע מעמבערס וואס זיצן דארט, און מ'קען פרעגן איינער דעם צווייטן וואס מ'וויל, די מעלה דערפון איז אז אנשטאט צו ווערן אפגעהאלטן פון א קלייניקייט פרעגט מען עס דארט און געווענדליך וועט מען באקומען ענטפערס און וויייגער פון א מינוט.

קאמיוניטי
אויכעט איז דא פאר לענגערע שאלות די COMMUNITY SECTION וואס געווענדליך נעמט עס א 10-15 מינוט ביז ס'וועט ווערן גענטפערט אויכעט, ווי נאר די שרייבסט אריין דיין קשיא וועט אויטעמאטיש ארויף קימען די ענטפער אויב די קשיא איז שוין דארט געפרעגט געווארן און די לעצטע 10 יאר וואס די פראגראם איז אפען (געווענדליך וועט א יעדע קשיא שוין זיין געענטפערט דארט).
מ'רעדט פון מענטשן וואס האבן אויך נישט אמאל געוויסט די פשוטסטע זאכן ממילא רוב אפילו פשוטע זאכן שטייט שוין דארט.

די הויפט מעלה איז אז מ'זעט נישט קיין אויסצוגן פון מענטשן וואס לויבן אויס דעם פראגראם מ'זעט עכטע טויזענטער מענטשען וואס זענען דערויף. און מ'קען קאנטאקטן פערזענדליך וועם מ'וויל. און מ'קען זען יעדעם'ס וועבזייטלעך (ווער ס'לייגט עס אריין און זיין פראפייל) ממילא ס'נישט קיינעם'ס חלומות ס'איז פאקטישע זאכן.


כסף מנלן ???
נא וועסטו דאך פרעגן בחינם באקומט מען כינים פארוואס געט מען מיר דאס אומזיסט ?
דער תירוץ איז פשוט, איינמאל די גייסט אדורך גיין די ערשטע 10 אומזיסטע שיעורים וועסטו מער ווייניגער ארויסהאבן די נושא און אויב ס'וועט דיר געפעלן וועסטו וועלן מער שיעורים צו פארשטיין פונקטלעך ווי אזוי צו באקומען וויזיטערס צו דיין סייט וכדו'' און פארדעם וועסטו מיזן אנהייבן באצאלן $49 א חודש און די זאכן וואס די באקומסט פאר דעם וועסטו שוין אליינס זען ווען די סיינסט אריין.

בקיצור ווען די וועסט דארפן אפמאכן צו די ווילסט באצאלן דערפאר וועסטו שוין האבן געלערנט גענוג צו וויסן אויב ס'איז דיר ווערט און די וועסט וויסן פארוואס די גייסט באצאלן און אויב ס'לוינט דיר
לעצט פארראכטן דורך שמעלקעלע אום דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 10:06 am, פארראכטן געווארן 3 מאל.
שמעלקעלע
שר מאה
תגובות: 221
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2016 12:58 am
לאקאציע: 224 shepherded rd

ביטע אנטשולדיגן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקעלע »

אלס איינער וואס טוט שוין און אפיליעט מארקעטינג א שטיק צייט, קען זיין אז געוויסע זאכן וואס איך האב פארשטאנען פאר פשוט און נישט געפילט פאר וויכטיג עס קלאר אויסצושמועסן, איז בעצם נישט אזוי פשוט פאר א מתחיל
פון די אנדערע זייט קען זיין אז כ'האב מסביר געווען צו לאנג א געוויסע זאך וואס איז זייער פשוט

ממילא ביטע פארשטייט......
און איר קענט מיר קאנטאקטן אויב האט איר נאך קשיות

שמעלקע.
דיעל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 401
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 30, 2012 3:12 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דיעל »

Wow
Just read it. its a masterpeice

Thank you
צולייגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3772
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צולייגער »

א דאנק.

קוקט אויס לעגיטים און זייער זייער גוט!
געשטימט פאר ראשעק הול
אוועטאר
Iphone
שר האלף
תגובות: 1316
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 10, 2013 8:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Iphone »

Masterpiece it is
אפשר דאך?
שר מאה
תגובות: 228
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 11, 2015 5:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אפשר דאך? »

Iphone האט געשריבן:Masterpiece it is

Have to print it out and read again.
אוועטאר
חכם ממה נשתנה
שר האלף
תגובות: 1147
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 08, 2015 8:26 pm
לאקאציע: א גאנצע צייט אינטער די השפעה פון די אפיקומן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חכם ממה נשתנה »

דאס האט עפעס מיט די עדס אויף אייועלט? טוט אייוועלט אויך באקומען געלט אדער עס איז סתם גוגלס ביזנעס
חכם מה הוא אומר.. (הגדה של פסח)
שמעלקעלע
שר מאה
תגובות: 221
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2016 12:58 am
לאקאציע: 224 shepherded rd

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקעלע »

חכם ממה נשתנה האט געשריבן:דאס האט עפעס מיט די עדס אויף אייועלט? טוט אייוועלט אויך באקומען געלט אדער עס איז סתם גוגלס ביזנעס

Ivelts ads is either directly from the company or they join Google Ad-Sense
But not through an affiliate program
נא_שכל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7999
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

יישר כח פאר די הערליכע ארטיקל.
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
אוועטאר
משה מאשקאוויטש
שר חמש מאות
תגובות: 853
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 05, 2015 2:47 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה מאשקאוויטש »

ש'כח, גאר נוצבארע און וויכטיגע פאקטן.
הלואי ווען איך קען ווען טוישן מיין ניק נאמען, כ'וואלט עס שוין לאנג געטוהן...
אוועטאר
derech eretz
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4479
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 04, 2011 3:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך derech eretz »

WOW און נאכאמאל WOW! כ'קען נאר אראפברענגען דיינע אייגענע ווערטער..

שמעלקעלע האט געשריבן:....

איך האב געשריבן ארום א האלב יאר צוריק אן ארטיקל אויף מיין וועבסייט איבער פארקויפן אויף עמעזאן אלעס וואס מ'דארף וויסן בנוגע עמעזאן, ווי אזוי מ'ליסט אייטעם'ס, פרייוועט לעבעל, פידבעק, ממש קלאר פאר א גולם אז נאכ'ן אדורך ליינען די ארטיקל זאל ער פונקטליך ארויסהאבן ווי אזוי די גאנצע סיסטעם פון עמעזאן ארבעט, פון אנפאנג ביזן סוף די ארטיקל איז בערך זעקס טויזענט ווערטער.

...
גם העובד ד' ועוסק בתורה מן ההכרח שיעסוק גם במעט דר"ך אר"ץ - מאור ושמש פ' בחוקותי
green sunday
שר האלף
תגובות: 1199
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 16, 2010 3:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך green sunday »

יישר כח פארן זיך נעמען די מי אין אפשרייבן, א ריכטיגע מזכה את הרבים
פאר צענטראלע נייעס אינערהאלב קהל יטב לב ד'סאטמאר שיקט אן אימעל צי בחצרות סאטמאר
פאר לאקאלע נייעס קליקט דא מודעות קהלינו סאטמאר קרית יואל קול הקהל סאטמאר וויליאסמבורג
קרית יואל וועכענטנליכע נייעס באריכט היימשטאט
שמעלקעלע
שר מאה
תגובות: 221
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2016 12:58 am
לאקאציע: 224 shepherded rd

מלאכתו נעשה ע"י אחרים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקעלע »

נאכ'ן שרייבן די ארטיקל האט זיך מיר געמאלדן איינער וואס קען צו שטעלן די גאנצע זאך פון אנהייב ביזן סוף פאר צוגענגליכן פרייז
איך האב אביסל דורך געקוקט אפאר וועבסייטס וואס יענער האט אהערגעשטעלט און ס'איז געוואלדיג
ממילא אויב ווילט איר האבן א וועבסייט מיט טויזענטער באזוכער אבער איר ווילט אז איינער זאלט טון די ארבעט פאר דיר דאן שוקט מיר א פרייוועטע מעסעזש אדער אן אימעיל
Yoely
שר חמש מאות
תגובות: 604
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 27, 2011 11:07 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Yoely »

שכח שמעלקא. סך הכל וויפיל געלט בערך קען מען מאכן א חודש נאכן עס טוען פאר 6/12 חדשים?
שמעלקעלע
שר מאה
תגובות: 221
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2016 12:58 am
לאקאציע: 224 shepherded rd

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקעלע »

Yoely האט געשריבן:שכח שמעלקא. סך הכל וויפיל געלט בערך קען מען מאכן א חודש נאכן עס טוען פאר 6/12 חדשים?



ס'איז אביסל שווער צו ענטפערן די קשיא ווייל למשל איינער פרעגט דיר
וויפיל געלט קען מען מאכן אויף עמעזאן ?
די תירוץ איז געוויסע מאכן איבער א מיליאן דער רוב מאכט פרנסה פרנסה און א חלק קראצן קוים עפעס ארויס און געוויסע דערלייגן די הויזן...

יעצט דערלייגן וועסטו נישט ווייל די אינוועסטמענט איז א קלייניקייט
אבער מאכן ווענד זיך, דער עיקר איז, אז מ'קען מאכן ערענסט געלט

כ'גיי נישט דא שרייבן פובליק מיינע פיינענשילס אבער אז די ווילסט מיר קאנטאקטן דורך אימעיל קען איך דיר געבן בערך מיינע נומבערס
אוועטאר
מונאוויטש
שר האלפיים
תגובות: 2902
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2015 6:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מונאוויטש »

הערליך, יש"כ!

פי די עף?
אוועטאר
קאטשקע
שר חמש מאות
תגובות: 523
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 05, 2015 1:40 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאטשקע »

WOW
Great To Be Here
שר חמישים
תגובות: 66
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 16, 2016 2:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Great To Be Here »

זייער גוט אראפגעלייגט די זאך
מיר זעט אויס אויפן ערשטן בליק אז מ'דארף האבן א גאנצע סטעף מיט ארבעטערס פאר דעם
שמעלקעלע
שר מאה
תגובות: 221
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2016 12:58 am
לאקאציע: 224 shepherded rd

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקעלע »

Great To Be Here האט געשריבן:זייער גוט אראפגעלייגט די זאך
מיר זעט אויס אויפן ערשטן בליק אז מ'דארף האבן א גאנצע סטעף מיט ארבעטערס פאר דעם


נישט אלעמאל זאלסטו טראסטן דיין ערשטע בליק :lol:

איך טו דאס אליינס און די זעלבע צייט וואס איך בין אן עמעזאן סעללער און האב נאכנישט דערווייל קיין איין ארבעטער און איך האב נאך צייט צו שרייבן אביסל שטותים דא אויף אייוועלט אויכעט ;l;p- וווי למשל דאס viewtopic.php?f=98&t=31434
אוועטאר
א. טראכטער
שר האלף
תגובות: 1377
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 11, 2014 12:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א. טראכטער »

זייער שיין ;l;p- ;l;p-


קיפ אפ
פעינטער
שר מאה
תגובות: 199
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 1:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעינטער »

WOW!
:grin: :grin: :grin:
איך קוק ארויף אויף דיר אז די האסט אוועק געגעבן קאפ און מח צו שרייבן די הערליכען ארטיקל.

חזק חזק!!!!
הכל לטובה!!
אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4402
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה פתאום??? »

זייער קלאר און פראקטיש געשריבן! א גרויסן ייש"כ
אוועטאר
נגיד
שר האלפיים
תגובות: 2000
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 04, 2015 10:39 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נגיד »

בוקמארקד
I reserve the right to disagree
12:56
אוועטאר
געשמאקער
שר האלף
תגובות: 1576
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 10, 2008 7:27 pm
לאקאציע: נישט צום געפונען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געשמאקער »

זייער שיין און קלאר געשריבען

א גרויסן שכח
מיט דעם אלעם, א שמייכעל קענסט די נאך אלץ געבען ....

קויפט איר אויף איבעי? ביטע ניצט דעם לונק.
זה נהנה וזה לא חסר
חלהדעקל
שר האלף
תגובות: 1247
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 09, 2015 4:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חלהדעקל »

א ריזיגן יישר כח!
1 + 1 = חלה דעקל...
שרייב תגובה

צוריק צו “ביזנעס”