דבר יום ביומו, גוט מארגן און אנדערע... ווער איז די בעסט?

ביזנעסלייט העלפן זיך ארויס

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,עמעזאן

וועלכע פעיפער איז די בעסטע?

דבר יום ביומו
92
34%
גוט מארגן
58
21%
קול ברמה
13
5%
דער אוונט
6
2%
שאפערס רוט
20
7%
שאפינג סענטער
4
1%
דער איד
40
15%
דער בלאט
29
11%
אנדערע (שרייבט וועלכע?)
12
4%
 
סך הכל שטימען: 274

באבל
שר מאה
תגובות: 140
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 29, 2015 4:18 pm

דבר יום ביומו, גוט מארגן און אנדערע... ווער איז די בעסט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באבל »

לאמיר רעדן זייער אפן.

איך זוך צו אדווערטייזן אין וויליאמסבורג א געוויסער פראדוקט, נישט קיין טעגליכער אנגאוינג אייטעם און נישט קיין זאך וואס איז געאייגנט פאר יעדן איינעם אין אלע צייטן. איך פראביר צו דערגיין וואו עס איז די בעסטע צו אדווערטייזן אזא זאך אין וויליאמסבורג. איך ווייס אז געוויסע וועלן פרעגן פארשידענע שאלות איבער מיין אייטעם, כדאי צו וועלן ארויסהעלפן וואו צו אדווערטייזן, אבער איך וועל לאזן די שאלה אפן, כדאי עס זאל קענען דעבאטירט ווערן אין אלגעמיין, וועלכע אויסגאבעס זענען די בעסטע, וואו זעט מען די מערסטע רעזולטאטן אין אלגעמיין און זאל מען דיסקאסירן אין אלע פעלער אלע מעלות און חסרונות פון יעדע איינע, און וואו עס לוינט זיך צו משקיע זיין.

איך האב געלאזט די אנקעטע, אז מען זאל קענען שטימען פאר עטליכע, אזוי אז מען זאל קענען זען די ריכטיגע רעטינגס פון די פעיפערס.

איך האלט אז אזא אשכול איז וויכטיג, כדאי מען זאל קענען דורכשמועסן דעם גאנצן נושא פון אדווערטייזינג אין די היימישע פעיפערס, וואו עס איז גוט און וויכטיג.
אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2814
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חושב מחשבות... »

יעזורו?

קול הציבור [מאנסי] ?
סוף מעשה במחשבה תחילה.
אוועטאר
יהודי
שר האלפיים
תגובות: 2935
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 02, 2016 2:20 pm
לאקאציע: אונטערן מעקער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהודי »

חושב מחשבות... האט געשריבן:יעזורו?

קול הציבור [מאנסי] ?

ער רעדט פון ווילאמסבורג
א פשוטע איד.
קאזאבלאנקא
שר חמש מאות
תגובות: 621
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 02, 2016 11:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאזאבלאנקא »

די פראגע איז קיין פראגע, יעדער אפעלירט צו א צווייטן, אנצוקומען צו יעדן מיזטו אדווערטייזן איבעראל

דבר יום ביומו, ליגט אין איין חלק שוהלן, גוט מארגן ליגן דוקא נאר אין אנדערע שולן, שאפערס רוט ליינען אזעלכע וואס זעען נישט דעם דבר יום און גוט מארגן, קול ברמה ווייס איך נישט וואס דאס איז, ווארשיינליך ווערט דאס געזען דורך אן אנדערע סוג מענטשן, דער איד און דער בלאט קויף איך נישט, אא"וו וכו' וכו'

ממילא איז נאריש צו שטומען דערפאר

די אנקעטע דארף ענדערש גיין: וועלכע אויסגאבע זעסטו די מערסטע?
ווייסע זאקן
שר חמש מאות
תגובות: 968
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 21, 2014 5:01 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווייסע זאקן »

איך קען דיר נישט זאגן וועגן היינט צוטאגס אבער א 2 יאר צוריק האב איך אסאך עדווערטייזט אין אלע טעגליכע צעטליך אין ווילי , די טעגליכע צעטליך האבן געברענגט זייער שטארקע ריזאלטס אבער נאכדעם איז מיר אויסגעקומען א שטיקל צייט נאר אריין צולייגן אמאל א יובל אין דבר יום אין די ריזאלטס אין טעלעפאן קאללס זענען געקומען ממש אפאר חדשים , און גוט מארגן איז געווען טעג וואס האט נישט געברענגט קיין איין קאללס!! איך האב עס נישט געקענט גלייבן ,אויסער וואס דבר יום ליגט אין מער שילן , איז דא א זאך אז די ערשטעער בלייבט די שטערקסטער ,אזוי ווי אין א געוויסע זין האט נאך די שאפעערסט ראוט אלע מעיזשער עדס, די ערשטע בלייבט די זאך ,אזוי מיין איך איז מיט דבר יום,
אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6858
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסגערעכנט »

יום ביומו אן קיין ספק איז די שטערקסטע ריזאלטאטן
טשאקלעט
שר חמש מאות
תגובות: 558
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 14, 2014 10:18 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאקלעט »

דבר יום ווערט געזען דורך סאך מער מענטשען, אבער די גוט מארגן איז שענער און קלארער
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32414
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

קאזאבלאנקא, איך מוז קודם וויסן וואס איז פשט אין דיין נאמען... דו ווייסט ווי שווער סיז נאכצושרייבן?

און איך עגרי, סיז אן אנדערע קלייענטעל... און רוב מאל איזעס נישט אידער אר...

חוץ מזה, סיז מורא'דיג שווער אז אזא סאבדזשעקט זאל ווערן אדורכגעשמיעסט אביעקטיוו, אויב איז ביי יעדע ביזנעס דא פרענדס ענד פעמעלי וואס וועלן זיך אננעמען פאר זייער קרוב חבר, איז ביי געוויסע אויסגאבעס דא פי כמה...

למעשה בין איך א קאסטומער ביי טייל פון די אויסגאבעס דעריבער גייעך שרייבן מיין עקספיריענס...

ווען איך האב א מודעה, למשל איך זוך אן ארבייטער, לייגעך אריין נאר אין די קליינע, העפענס טו בי אז איך האב געלייגט אין גוט מארגן אסאך מאל און געזעהן גוטע ריזאלטס...

אויך נוץ איך כסדר פאר גרעסערע מודעות, זאכן וואס איך וויל ריעטשן אויך אנדערע געגענטער, "קול מבשר", און פאר א סעזאן לאז איך מיך הערן אין די יוד און בלאט...

סיז שווער צו זאגן צו איך זעה בעסערע ריזאלטס אין די יוד אדער בלאט, ביידע ווערן געליינט דורך אנדערע מענטשן, און מיינע עדס זענען געווענליך שרייעדיגע, אבער סיז קלאר ווי די טאג אז ביידע ווערן געזעהן און מ'הערט אסאך צוריק...

ווען איך גיי אין די יוד און בלאט לייגעך אויך אויף קול מבשר און גוט מארגן... זיי האבן אן אנדערע קלייענטעל...

פול דיסקלאודזשער, איך בין א גוטע חבר פארן בעה"ב פונעם גוט מארגן, אבער איך ספענד נישט קיין געלט בלויז אלס חבר נאר ווייל איך האב געזעהן כמה פעמים ריזאלטס...

די זעלבע איז מיט קול מבשר, איך בין א גוטע חבר מיט ערעב זלמן, אבער איך וואלט נישט געלייגט בלויז אלס חבר, איך האב געזעהן ריזאלטס...
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32414
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

צו די פראגע פונעם פותח איז נישטא קיין עכטע ענטפער, סיז דא נאך פראגעס...

וואסערע מין אייטעם ווילסטו אדווערטייזן? א נייע ביכל איז נישט קיין דרשה, א נייע קערידזש איז נישט קיין נייע דרינק... דו מוזט גיבן מער פרטים...
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
שיק יונגל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 482
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 21, 2016 12:59 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שיק יונגל »

ווענדט זיך צו סאיז מער פאר מענער אדער פאר פרויען
שיק יונגל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 482
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 21, 2016 12:59 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שיק יונגל »

האסט נישט אויסגערעכענט די צייטונג די קלאסיפייד לוח המודעות קול מבשר אנדערע האט ליינס בולעטין וויקלי לינק וכו'
אוועטאר
שעמעדיגער
שר חמש מאות
תגובות: 606
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 15, 2013 12:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שעמעדיגער »

קלאסיפייד קומט אהן איבעראל ווערט געליינט די מערסטע ביליגסטע פרייז
לעב און לאך א גוטס
קאזאבלאנקא
שר חמש מאות
תגובות: 621
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 02, 2016 11:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאזאבלאנקא »

וויכטיג מאכער האט געשריבן:קאזאבלאנקא, איך מוז קודם וויסן וואס איז פשט אין דיין נאמען... דו ווייסט ווי שווער סיז נאכצושרייבן?



אוי... איך שיק דיר אריין קאזאבלאנקא אויף טעקסט, וועסט דאס אלעמאל קענען קאפיען.

ווייסט אודאי געוויס אז קאזאבלאנקא איז א שטאט אין מאראקא, אין די אפטייטש פון דעם איז קאסא - הויז, בלאנקא - ווייס, אין אנדערע ווערטער: ווייט האוז
ראש העיר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 400
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 03, 2012 10:45 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראש העיר »

"דער אווענט" קומט נאך ארויס? שוין לאנג נישט געזען..

"דבר יום ביומו" האט קלאר די שטערקסטע רעזולטאטן, אבער די "גוט מארגן" איז שענער אין גראפיק און האט ווייניגער טעותים..
שנהי' לראש ולא לזנב, נישט זיין קיין שוואנץ און נוצן דעם קאפ..
חסדי אבות
שר האלף
תגובות: 1169
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 15, 2013 1:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חסדי אבות »

די קלעסיפייד קומט ארויס אין וויליאמסבורג? - איז דאס שטארק?
אוועטאר
יאצמעך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3075
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 4:09 pm
לאקאציע: ביים עם הארץ אין מויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאצמעך »

יא. ניין. (יו געט וואט יו פעי פאר)
ביטע נעמט נישט מיין שווייגן פאר א שתיקה כהודאה.
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32414
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

ראש העיר האט געשריבן:"דער אווענט" קומט נאך ארויס? שוין לאנג נישט געזען..

"דבר יום ביומו" האט קלאר די שטערקסטע רעזולטאטן, אבער די "גוט מארגן" איז שענער אין גראפיק און האט ווייניגער טעותים..


וואס הייסט 'קלאר'? וויזוי האסטו עס גע'מעזשערד?

די וועג אזא זאך צו מעזשערן איז צו אריינלייגן אפאר מאל אן עד, ביידע די זעלבע טאג און אנדערע נאמבערס און זעהן וועלעכע האט מער קאללס...

ווי געשריבן איז דא בתי מדרשים וואס האבן נאר דעם דבר יום און וואס האבן נאר דעם גוט מארגן... די וואס דרייען זיך אויף פלעצער ווי ס'נאר דא איינס, וועלן זיך שווערן אז יענע איז די בעסטע! צו ווייל ער זעהט נאר יענץ צו ווייל ער איז געטריי פאר זיין פארטיי...

איך אלס אדווערטייזער האשוין געהאט פון ביידע סאליד ריזאלטס!
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
יאצמעך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3075
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 4:09 pm
לאקאציע: ביים עם הארץ אין מויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאצמעך »

וויכטיג מאכער האט געשריבן:
ראש העיר האט געשריבן:"דער אווענט" קומט נאך ארויס? שוין לאנג נישט געזען..

"דבר יום ביומו" האט קלאר די שטערקסטע רעזולטאטן, אבער די "גוט מארגן" איז שענער אין גראפיק און האט ווייניגער טעותים..


וואס הייסט 'קלאר'? וויזוי האסטו עס גע'מעזשערד?

די וועג אזא זאך צו מעזשערן איז צו אריינלייגן אפאר מאל אן עד, ביידע די זעלבע טאג און אנדערע נאמבערס און זעהן וועלעכע האט מער קאללס...

ווי געשריבן איז דא בתי מדרשים וואס האבן נאר דעם דבר יום און וואס האבן נאר דעם גוט מארגן... די וואס דרייען זיך אויף פלעצער ווי ס'נאר דא איינס, וועלן זיך שווערן אז יענע איז די בעסטע! צו ווייל ער זעהט נאר יענץ צו ווייל ער איז געטריי פאר זיין פארטיי...

איך אלס אדווערטייזער האשוין געהאט פון ביידע סאליד ריזאלטס!


איך גיי אפט נאך געלט אין אלע שולן צוגלייך, א גרויס חלק פון די גרעסערע שולן (גרויס אין טרעפיק) אין ווילי איז נאר דא די דבר יום ביומו משא''כ די גוט מארגן וואס האט נאר איין גרויסע שול (אדער צוויי, אויב ברך משה ווערט פאררעכענט גרויס) ווי ער איז עקסקלאסיוו.

איך האב אמאל געלייגט א עד אין עטליכע אויגאבעס אריין גערעכענט די צוויי און געפרעגט יעדע קאללער ווי ער האט מיר געזען, די ריזאלטס זענען בכלל נישט דומה
ביטע נעמט נישט מיין שווייגן פאר א שתיקה כהודאה.
ראש העיר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 400
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 03, 2012 10:45 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראש העיר »

וויכטיג מאכער האט געשריבן:
ראש העיר האט געשריבן:"דער אווענט" קומט נאך ארויס? שוין לאנג נישט געזען..

"דבר יום ביומו" האט קלאר די שטערקסטע רעזולטאטן, אבער די "גוט מארגן" איז שענער אין גראפיק און האט ווייניגער טעותים..


וואס הייסט 'קלאר'? וויזוי האסטו עס גע'מעזשערד?

די וועג אזא זאך צו מעזשערן איז צו אריינלייגן אפאר מאל אן עד, ביידע די זעלבע טאג און אנדערע נאמבערס און זעהן וועלעכע האט מער קאללס...

ווי געשריבן איז דא בתי מדרשים וואס האבן נאר דעם דבר יום און וואס האבן נאר דעם גוט מארגן... די וואס דרייען זיך אויף פלעצער ווי ס'נאר דא איינס, וועלן זיך שווערן אז יענע איז די בעסטע! צו ווייל ער זעהט נאר יענץ צו ווייל ער איז געטריי פאר זיין פארטיי...

איך אלס אדווערטייזער האשוין געהאט פון ביידע סאליד ריזאלטס!


איך האב אריינגעלייגט אין ביידע אז איך האב פערציג מאל געזאגט די "באברויסקער תחינה", און איך האב געזען ביי וועלכע איך האב געהאט א גרעסערע ישועה..
שנהי' לראש ולא לזנב, נישט זיין קיין שוואנץ און נוצן דעם קאפ..
קליפ און קלאר
שר העשר
תגובות: 10
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2011 5:14 pm

דבר יום ביומו, גוט מארגן און אנדערע... ווער איז די בעסט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קליפ און קלאר »

גוט מארגען!
חסדי אבות
שר האלף
תגובות: 1169
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 15, 2013 1:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חסדי אבות »

איך אדווערטייז יעדע יאר, ביי א געוויסער סיזן, א געוויסער אייטעם, אין דבר יום ביומו. דאס יאר איז די רעזאלטס געווען פילפאכיג שוואכער. איך ווייס נישט די סיבה פארוואס. האט נאך איינער אזא עקספיריענס?
קאזאבלאנקא
שר חמש מאות
תגובות: 621
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 02, 2016 11:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאזאבלאנקא »

דבר יום איז די בעסטע רעזאלטס אין בתי מדרשים פון כ"ק אדמו"ר מהרי"י, גוט מארגן איז די בעסטע אין בתי מדרשים פון כ"ק אדמו"ר מהר"א

ותו לא מידי

פון אייגענע עקספיריענס
טשאקלעט
שר חמש מאות
תגובות: 558
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 14, 2014 10:18 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאקלעט »

חסדי אבות האט געשריבן:איך אדווערטייז יעדע יאר, ביי א געוויסער סיזן, א געוויסער אייטעם, אין דבר יום ביומו. דאס יאר איז די רעזאלטס געווען פילפאכיג שוואכער. איך ווייס נישט די סיבה פארוואס. האט נאך איינער אזא עקספיריענס?


זייער פשוט, זייער קלעסיפיידס ווערט קלענער און קלענערע שורה׳ס זיי שטופן אריין צי סאך און ס׳איז זייער נישט קלאר און בטעמ׳ט צי ליינען, די גוט מארגן איז סאך שענער אבער ס׳קומט נישט או צי רוב בתי מדרשים אין ווילי
אוועטאר
סעטינגס
שר חמש מאות
תגובות: 833
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 13, 2015 2:59 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סעטינגס »

טשאקלעט האט געשריבן:
חסדי אבות האט געשריבן:איך אדווערטייז יעדע יאר, ביי א געוויסער סיזן, א געוויסער אייטעם, אין דבר יום ביומו. דאס יאר איז די רעזאלטס געווען פילפאכיג שוואכער. איך ווייס נישט די סיבה פארוואס. האט נאך איינער אזא עקספיריענס?


זייער פשוט, זייער קלעסיפיידס ווערט קלענער און קלענערע שורה׳ס זיי שטופן אריין צי סאך און ס׳איז זייער נישט קלאר און בטעמ׳ט צי ליינען, די גוט מארגן איז סאך שענער אבער ס׳קומט נישט או צי רוב בתי מדרשים אין ווילי
קומט אן צו אלע שוהלען, חוץ מהרז''ל'ס שוהלען, פינקט ווי דבר יום ביומו קומט נישט אן צו מהר''א'ס שוהלע'ן נעם א פאון בוק צו זעהן וויפיל שוהל'ן מקוואות וויליאמסבורג האט היינט צו טאגס חוץ פין די סאטמערע
יענקעל משה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 444
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 17, 2016 11:19 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יענקעל משה »

וויכטיג מאכער האט געשריבן:
ראש העיר האט געשריבן:"דער אווענט" קומט נאך ארויס? שוין לאנג נישט געזען..

"דבר יום ביומו" האט קלאר די שטערקסטע רעזולטאטן, אבער די "גוט מארגן" איז שענער אין גראפיק און האט ווייניגער טעותים..


וואס הייסט 'קלאר'? וויזוי האסטו עס גע'מעזשערד?

די וועג אזא זאך צו מעזשערן איז צו אריינלייגן אפאר מאל אן עד, ביידע די זעלבע טאג און אנדערע נאמבערס און זעהן וועלעכע האט מער קאללס...

ווי געשריבן איז דא בתי מדרשים וואס האבן נאר דעם דבר יום און וואס האבן נאר דעם גוט מארגן... די וואס דרייען זיך אויף פלעצער ווי ס'נאר דא איינס, וועלן זיך שווערן אז יענע איז די בעסטע! צו ווייל ער זעהט נאר יענץ צו ווייל ער איז געטריי פאר זיין פארטיי...

איך אלס אדווערטייזער האשוין געהאט פון ביידע סאליד ריזאלטס!

@וויכטיג מאכער
איך האב לעצטענס אריינגעלייגט אן עד אין ביידע איבער טוישן א דירה, אפגעריקט עטליכע טעג
עס איז לא נגע ולא פגע ולא קרוב זה אל זה כלל וכלל די עד אין דבר יום האט געברענגט 70-80 קאלס אין די צייט וואס גוט מארגען האט געברענגט בערך %10 פון די נומבער
שרייב תגובה

צוריק צו “ביזנעס”