ווידיאו קאורס וויאזוי צו מאכן געלט אויף די סטאק מארקעט.
די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,עמעזאן
ווידיאו קאורס וויאזוי צו מאכן געלט אויף די סטאק מארקעט.
amazsiple מאכט יעצט א אנליין ווידיא קאורס וויאזוי צו מאכן געלט אויף די סטאק מארקעט.
איר וועט לערנען אלעס וואס מען ברויך צו וויסן צו מצליח זיין בע׳׳ה אויפן סטאק מארקעט, דבר השוה לכל נפש עצות אין הדרכות מרישא עד גמירא ארויסגעברענגט אויף א זעלטענעם מסודר׳דיגן קלארען ״אידישען שפראך״
(ס׳האט גארנישט מיט מיר, איך נעם נישט קיין אחריות)
https://www.amazsimple.com/pl/33787
(see below: Frequently Asked Questions)

- אטעטשמענטס
-
- as.JPG (50.34 KiB) געזען 6245 מאל
-
- שר האלף
- תגובות: 1268
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 30, 2018 10:50 am
- לאקאציע: אין קאנפערענס רום
מה יקר? וואס די פרייז פון די קורס?
........
איך זעה יעצט אז די פרייז איז $499 פאר נאך 16 טעג ביז עס ווערט פאבליק ריליסט.
איך פערסאנעל האב זייער הנאה געהאט פון amzsimple קורסעס אויף עמעזאן, און איך ווינטש אים אסאך סוקסעס פאר די נייע קורס.

.When someone tells you: "It can't be done!" Remember: Those are their limits, not yours
טייערע חברים, איך בעט ענק ברחמים אז אפילו נאכ'ן נעמען די קורס זאלט איר נישט אריינלייגן אין סטאקס מער וויפול איר קענט זיך ערלויבן צו פארלירן. געדענקט אז סטאקס איז א געמבל, אפילו די קורס מאכט די אימפרעשאן ווי גרינג מ'קען פארדינען. גדולים וטובים האבן זיך שוין אפגעבריעט. שלא תמות כדרך שמת פלוני.
פאר די אלע וואס לערנען אויס וויאזוי צו פארדינען פון סטאקס האב איך א שטארקע קשיא. פארוואס גייסטי נישט בארגן 10,000 דאלער, אינוועסט עס, ביז א קורצע צייט וועט זיך עס דאפלן, צאל צוריק דיין הלוואה און דערנאך שפיל ווייטער מיט דיין אייגן געלט, ס'וועט זיך דאפלן און טריפלן איינמאל און נאכאמאל. וואס מאכסטיך נעריש מיט די פאר דאללער וואס די באקומסט פאר די קורסעס ווען די קענסט און די צייט ווערן א מיליאנער? און נאך מער. טאמער זיינע טריקס ארבעטן טאקע, וואלט ער עס דען געוואלט מפרסם זיין אז אנדערע זאלן אים אויסכאפן?
א שאד די געלט

כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
דריידל האט געשריבן:און נאך מער. טאמער זיינע טריקס ארבעטן טאקע, וואלט ער עס דען געוואלט מפרסם זיין אז אנדערע זאלן אים אויסכאפן?
דאס איז ווייט נישט קיין טענה אין די סטאק מארקעט, ס'דא הונדערטער גוטע קאורסעס אנליין און פריוואט, ס'דא גענוג פאר יעדעם.
ווי אויך, מאכן פאסיוו אינקאם איז אינטערעסאנט אפי' פאר איינעם וואס איז מצליח.
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.
ווישוואש האט געשריבן:דריידל האט געשריבן:און נאך מער. טאמער זיינע טריקס ארבעטן טאקע, וואלט ער עס דען געוואלט מפרסם זיין אז אנדערע זאלן אים אויסכאפן?
דאס איז ווייט נישט קיין טענה אין די סטאק מארקעט
זיי מסביר פארוואס
ווישוואש האט געשריבן:ס'דא הונדערטער גוטע קאורסעס אנליין און פריוואט, ס'דא גענוג פאר יעדעם.
אודאי זענען דא גוטע קורסעס וואס לערנט אויס וואס מ'דארף וויסן. מ'זאל זיך אבער נישט איירעדן אז ווייל מ'פארשטייט עס מיינט עס אז מ'גייט מאכן געלט. ס'דא א גרעסערע טשענס מ'זאל פארלירן ווי פארדינען (מיוטשעל פאנדס איז אן אנדערע מעשה), ווייל מ'קאמפיעט מיט גרויסע בערן וואס קענען די אלע טריקס בעסער פון דיר און זיי שמעקן פריער ווען מ'דארף אריין אדער ארויס.
ווישוואש האט געשריבן:ווי אויך, מאכן פאסיוו אינקאם איז אינטערעסאנט אפי' פאר איינעם וואס איז מצליח.
וואס ווילסטי זאגן דערמיט און וואס ריפסטי פאסיוו אינקאם?
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
-
- שר האלף
- תגובות: 1260
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 22, 2015 1:15 pm
- לאקאציע: אויפן וועג ארויף
דריידל האט געשריבן:טייערע חברים, איך בעט ענק ברחמים אז אפילו נאכ'ן נעמען די קורס זאלט איר נישט אריינלייגן אין סטאקס מער וויפול איר קענט זיך ערלויבן צו פארלירן. געדענקט אז סטאקס איז א געמבל, אפילו די קורס מאכט די אימפרעשאן ווי גרינג מ'קען פארדינען. גדולים וטובים האבן זיך שוין אפגעבריעט. שלא תמות כדרך שמת פלוני.
פאר די אלע וואס לערנען אויס וויאזוי צו פארדינען פון סטאקס האב איך א שטארקע קשיא. פארוואס גייסטי נישט בארגן 10,000 דאלער, אינוועסט עס, ביז א קורצע צייט וועט זיך עס דאפלן, צאל צוריק דיין הלוואה און דערנאך שפיל ווייטער מיט דיין אייגן געלט, ס'וועט זיך דאפלן און טריפלן איינמאל און נאכאמאל. וואס מאכסטיך נעריש מיט די פאר דאללער וואס די באקומסט פאר די קורסעס ווען די קענסט און די צייט ווערן א מיליאנער? און נאך מער. טאמער זיינע טריקס ארבעטן טאקע, וואלט ער עס דען געוואלט מפרסם זיין אז אנדערע זאלן אים אויסכאפן?
א שאד די געלט
איך האב קיין אהנונג וואס דער קורס איז, אבער אייער קשיא איז נאר שווער אויף איינעם וואס זאגט אז ער קען מאכן 100% א יאר און מער (געווענליך איז דאס אליינס א רויט לעמפל) אבער אויב איינער לערנט אויס א מהלך וואס מען קען מאכן לדוגמא 25% א יאר, איז פארשטענדליך פארוואס אויסלערנען זיין מהלך פאר אנדערע לוינט אים מער ווי טרעידן מיט אייגענע קאפיטאל.
אונז האמיר דאס שוין דיסקאסד.. 100% איז ווייט נישט זעלטן ביים קויפן (Long) אפשענס.
א סקרינשאט פון היינט, 200% אין צוויי טעג. (100% אויף די טאטעל פאזישען). אמת, נישט אויף די טאטעל אקאונט, אבער דאס ווענדט זיך שוין אין דיין ריסק מענעדזשמענט.
א סקרינשאט פון היינט, 200% אין צוויי טעג. (100% אויף די טאטעל פאזישען). אמת, נישט אויף די טאטעל אקאונט, אבער דאס ווענדט זיך שוין אין דיין ריסק מענעדזשמענט.
- אטעטשמענטס
-
- ET.JPG (42.08 KiB) געזען 5894 מאל
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.
ווישוואש האט געשריבן:לאמיר אנהייבן פון א'.
וואס מיינט פאסיוו אינקאם?
זארג דיך נישט, איך ווייס פינקטליך וואס ס'מיינט. איך האב אבער נישט פארשטאנען וואס די מיינסט צו זאגן ווייל די שרייבסט נישט אויף וואס די באציסט דיך.
האסטי געוואלט מסביר זיין פארוואס איינער וואס מאכט אסאך געלט פון סטאקס וויל נאכאלץ זיין ביזי מיט קורסעס?
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
-
- שר האלף
- תגובות: 1260
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 22, 2015 1:15 pm
- לאקאציע: אויפן וועג ארויף
ווישוואש האט געשריבן:אונז האמיר דאס שוין דיסקאסד.. 100% איז ווייט נישט זעלטן ביים קויפן (Long) אפשענס.
א סקרינשאט פון היינט, 200% אין צוויי טעג. (100% אויף די טאטעל פאזישען). אמת, נישט אויף די טאטעל אקאונט, אבער דאס ווענדט זיך שוין אין דיין ריסק מענעדזשמענט.
אזוי ווי דו זאגסט, מיר האבן דאס שוין דיסקאסד... און מיין מיינונג האט זיך נישט געטוישט זינט דאן...
-
- שר האלף
- תגובות: 1268
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 30, 2018 10:50 am
- לאקאציע: אין קאנפערענס רום
אברך האט געשריבן:איך האב קיין אהנונג וואס דער קורס איז, אבער אייער קשיא איז נאר שווער אויף איינעם וואס זאגט אז ער קען מאכן 100% א יאר און מער (געווענליך איז דאס אליינס א רויט לעמפל) אבער אויב איינער לערנט אויס א מהלך וואס מען קען מאכן לדוגמא 25% א יאר, איז פארשטענדליך פארוואס אויסלערנען זיין מהלך פאר אנדערע לוינט אים מער ווי טרעידן מיט אייגענע קאפיטאל.
געבן קורסעס, וואס אין די ביזנעס וועלט אינקלאד עס פיין באצאלטע פאנעלס, ביזנעס לאנטשעס, ווארקשאפס, וכו', איז א ריזיגע ביזנעס פאר זיך, און אפילו לאמיר זאגן אז דער קורס געבער איז א מאלטי מיליאנער פון סטאקס, אדער פארקערט, ער האט נאך גארנישט געמאכט פון סטאקס, ער האט עס אבער גוט דורך געארבעט, איז אזוי ווי ער האט די סקיל צי געבן קורסעס, איז הא גופא א ביזנעס.
לעצט פארראכטן דורך געריבענער סוחר אום דאנערשטאג מאי 16, 2019 8:11 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
.When someone tells you: "It can't be done!" Remember: Those are their limits, not yours
נישט אמת. צו טרעידן דארף מען האבן אייזערנע נערוון, און מח שליט על הלב אויף גאר א שטארקע פארנעם.
נישט יעדער וואס קען גוט טרעידן בכח קען עס אויספירן בפועל.
און אפי' ווען יא, מיינט נישט אז ער קען עפארדן די ריסק אריינצולייגן מער געלט.
ווי אויך ווי געשריבן אויבן, ס'איז צוויי אנדערע ביזנעסער. איך קען טרעידערס וואס מאכן קאנסיסטענטלי אפאר טויזנט דאללער וועכנטליך פון טרעידן, און זיי האבן א רעגולער דזשאב אויך.
נישט יעדער וואס קען גוט טרעידן בכח קען עס אויספירן בפועל.
און אפי' ווען יא, מיינט נישט אז ער קען עפארדן די ריסק אריינצולייגן מער געלט.
ווי אויך ווי געשריבן אויבן, ס'איז צוויי אנדערע ביזנעסער. איך קען טרעידערס וואס מאכן קאנסיסטענטלי אפאר טויזנט דאללער וועכנטליך פון טרעידן, און זיי האבן א רעגולער דזשאב אויך.
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.
- דערבארומדיג'ער
- שר האלפיים
- תגובות: 2918
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 930
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 13, 2018 9:25 am
- קנאפער ידען
- שר החסד
- תגובות: 30696
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
- לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל
Yoely האט געשריבן:איינער ווייסט צי ס׳ארבעט טאקע?
מ׳מאכט טאקע געלט?
צו דער סטאק מארקעט ארבעט? אוודאי אזוי.
צו מ'מאכט געלט, ווענדט זיך וואס מען טוט דארט. מען קען אוודאי מאכן געלט און מען קען אויך אוודאי דערלייגן.
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 513
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2018 5:34 pm
- פארבינד זיך:
בס"ד
די אלע ווידיאס וויייזען נאר סוקסעס, זייט נישט קיין שוטים, גלייבט נישט, רוב אירע מאכען נישט קיין גרויס געלט
ביטע לאזט אייך הערן, רופט 1718-682-2052 #4 לאזט איבער אייער פידבעק בנוגע דעם האט-ליין