באקומען פאלאוער'ס אויף סאשעל מידיא

ביזנעסלייט העלפן זיך ארויס

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,עמעזאן

אוועטאר
לפנות בוקר
שר שלשת אלפים
תגובות: 3175
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 04, 2019 7:58 pm
לאקאציע: ששש..

באקומען פאלאוער'ס אויף סאשעל מידיא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לפנות בוקר »

כמעט א יעדער אײנער דארף אמאל באקומען פאלאוער'ס אויף סאשעל מידיא, צו דאס איז א ברענד וואס וויל ווייזן אז זיי זענען גוט, אדער פאר סיי וועלכע אנדערע סיבה. וויל איך דא גיבן צוויי זייער ניצבארע עצות ווי אזוי צו באקומען פאלאוער'ס אויף טעלעגראם און אויף טוויטער,

עס איז דא א עפפ מיטן נאמען Membersgram וואס דאס איז א טשענעל באסטער דאס הייסט אז איך סיין מיך אויף דארטן און ער שיקט מיך טשענעל'ס צו פאלאו'ען א יעדער טשענעל וואס איך פאלאו באקום איך צוויי פוינטס, נאכדעם קען איך מיט די פוינטס קויפן פאלאוער'ס פאר מיין טשענעל, מ'קען מאכן אז עס זאל זיך אליינס סובסקרייבן אויף טשענעל ממילא דארפסטו גארנישט טון!
https://play.google.com/store/apps/deta ... rs.android

די צווייטע עצה איז פאר טוויטער, ווי באקאנט איז טוויטער זייער שטרענג פארן נעמען פאלאוער'ס זיי האבן א לימיט ווי סאך מענטשן דו מעגסט פאלאו'ען,
איז דא אבער א גוטע וועג אז מ'גייט אויף דער סירטש באקס און מ'לייגט אריין I will follow you back קען מען זען אלע אקאנטס וואס שרייבן אז זיי גייען דיך צוריק פאלאען אויב די פאלאוסט זיי הייב זיי אן פאלאו'ען קענסטו באקומען אזוי אין איין טאג אפאר הונדערט פאלאוער'ס!
לפנות בוקר
אוועטאר
פריילעך אידל
שר האלף
תגובות: 1844
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 01, 2015 4:10 pm

Re: באקומען פאלאוער'ס אויף סאשעל מידיא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פריילעך אידל »

דאס מציאות האט געוויזן אז די אלע פאלטשע פאלאוערס ברענגען נישט קיין שום ניצן חוץ פון זעהן א גרעסערע נאמבער פון פאלויערס (א שטייגער ווי שיסן תגובות צו ווערן א העכערע שר אויף אייוועלט)

די פאלטשע פאלויערס ליינען נישט און שיקן נישט דיינע זאכן ווייטער. אויב ווילסטו אז דיינע קאנטענט זאל פארן ווייטער, איז דאס בלויז מיט עכטע פאלויערס, עס געדויערט טאקע שטייטער אבער מען קומט אן סאך ווייטער.
אין יעדע תגובה איז פארהאן איינע פון די צוויי: תוכן אדער טוחן = מאלן וואסער. פערזענליך גלייך איך די ערשטע.
שרייב תגובה

צוריק צו “ביזנעס”