שטיצן אידן ביים קויפן אויף עמעזאן

ביזנעסלייט העלפן זיך ארויס

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,עמעזאן

אוועטאר
סטיטשינער
שר עשרים אלף
תגובות: 22676
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 05, 2017 3:49 pm
לאקאציע: 50°18′N 21°4′E

שטיצן אידן ביים קויפן אויף עמעזאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטיטשינער »

איך בין זיכער אז איך בין נישט די איינציגסטע מיט די טעגליכע דילעמע. פון איין זייט גלייב איך זייער זייער שטארק אין שטיצן היימישע. עס איז סיי א מצוות עשה, און סיי א פשוטע שכל'דיגע זאך און מען דארף נישט אריין גיין אין דעם בכלל. אבער פון די אנדערע זייט איז עמעזאן א קאנוויניענס וואס עס איז נישט דא עפעס נאנט צו דעם בכלל. דעריבער יעדעס מאל וואס איך וויל עפעס קויפן, ובפרט א גרעסערע פורטשעס נעמען זיך מיינע געוויסן זיך הארגענען.

דעריבער פאלט מיר איין א פשוטע עצה. עס איז דאך דא שווערע טויזענעטער סעלערס מאחינו בשרינו, וואס פארקויפן כמעט יעדער אייטעם אויף די מארקעט. איז דאך ממש א שאד אז אויב קויפט מען שוין יא אויף עמעזאן זאל מען נישט קויפן ביי זיי און אזוי וועט זיין א ווין ווין סיטיועשען. די פראבלעם איז נאר אז מען קען דאך נישט וויסן ווער די סעלער איז. דעריבער וואלט געווען א שטארקע געדאנק אז מען זאל מאכן א היימישע סימן וואס יעדער סעלער זאל אריין לייגן אין זיין פראדאקט דיסקריפשען. צו זאל עס זיין BSD, אדער דריי פינטעלעך, אדער וואס עס זאל נאר זיין, און די היימישע עולם וועט וויסן אז ווען מען קויפט איין אויף עמעזאן און עס קומען ארויף צענדליגע פון די זעלבע אייטעם זאל מען האלטן אן אפענע אויג פאר דעם סימן, און אזוי ארום קענען מקיים זיין די מצוות עשה מדאורייתא פון וְכִי תִמְכְּרוּ מִמְכָּר לַעֲמִיתֶךָ אוֹ קָנֹה מִיַּד עֲמִיתֶךָ אויף די גרינגסטע אויפן נאר שייך.

נ.ב. היות איך בין א קויפער נישט קיין פארקויפער קען איך נישט די אלע רולס, און עס קען זיין אז מיין עצה איז נישט שייך בכלל, ואתכם הסליחה
לעצט פארראכטן דורך סטיטשינער אום דאנערשטאג דעצעמבער 10, 2020 12:14 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
געוואלטיג
שר האלפיים
תגובות: 2726
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 29, 2011 5:12 pm

Re: שטיצן אידן ביים קויפן אויף עמעזאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געוואלטיג »

WOW good and important idea
פוטין איז דער פתויי הייצר זיך צי איינרעדן אז מקען זיין שלעכט און פירן יעדן ביים קארג.. אבער חז"ל זאגן אונז קלאר:
סוף גנב לתלי'! פון דעם האט זיך קיינער נישט ארויסגעדרייט!
ווי לאנג עס וועט נעמען?
דאס ווענד זיך שוין אין אונזערע תפילות!
אוועטאר
בשבילי נברא
שר תשעת אלפים
תגובות: 9223
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 18, 2010 10:53 am

Re: שטיצן אידן ביים קויפן אויף עמעזאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בשבילי נברא »

וואזשנע בייפאל דאס!
וואלט געווען געוואלדיג אויב מ'קען אזאנס איינפירן
---
אוועטאר
Graphic24
שר חמש מאות
תגובות: 719
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 10, 2018 5:02 pm

Re: שטיצן אידן ביים קויפן אויף עמעזאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Graphic24 »

שטארקע געדאנק! קען מען עס למעשה טון?
עמעזאן סעלער׳ס קומט׳ס אריין קלאר...
אוועטאר
פרעזידענט
שר האלף
תגובות: 1384
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 22, 2009 11:20 pm

Re: שטיצן אידן ביים קויפן אויף עמעזאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרעזידענט »

גוטע איינפאל

אז מען רעדט שוין
מיר מעגן ווען האבן אן אייגענע מארקעט-פלאץ, מיר האבן ב״ה געניג אינוועסטירער, פארקויפער, קויפער
וועט כאטש א איד מאכן א שיינעם ביס פון יעדע סעיל אנשטאט דשעף בעזאז

אזוי אויך אובער איעטס מעגן ווען זיין א היימישע פלאטפארמע אין די היימישע געגענטער
אובער סטייל קאר סערוויס אויכט.

צוריק צו די נושא
אויב איז מעגליך דיין איינפאל, אין ווייטער איז נישט אזוי שייך..
געגאנגען!
נו גוט, נו שוין!
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9180
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

Re: שטיצן אידן ביים קויפן אויף עמעזאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

און משומר זאל נאר האלטען אפען די עפפס
האב שכל און גיב א שמייכעל!
אוועטאר
ערעב איד
שר האלף
תגובות: 1188
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 03, 2020 11:47 pm
לאקאציע: אלל אווער דעי פלעיס

Re: שטיצן אידן ביים קויפן אויף עמעזאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ערעב איד »

וואס מ'קען טוען... ביי די אייטעם שטייט sold by, קליקט אויף די נאמען קומט ארויף די ביזנעס נאמען און אדרעס פון די סעלער.
אוועטאר
סטיטשינער
שר עשרים אלף
תגובות: 22676
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 05, 2017 3:49 pm
לאקאציע: 50°18′N 21°4′E

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטיטשינער »

איך האב דעס פראבירט צו טוהן, אבער רוב נעמען זענען דשענעריק, און נישט יעדער איז בעיסד אין ב"פ..
שפאנט'ס מיט ווארטונג

די רעוואלוציע איז אין פילן שוואנג

טראגטס עס ארויס פון דא!
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9184
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

Re: שטיצן אידן ביים קויפן אויף עמעזאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

פרעזידענט האט געשריבן:גוטע איינפאל

אז מען רעדט שוין
מיר מעגן ווען האבן אן אייגענע מארקעט-פלאץ, מיר האבן ב״ה געניג אינוועסטירער, פארקויפער, קויפער
וועט כאטש א איד מאכן א שיינעם ביס פון יעדע סעיל אנשטאט דשעף בעזאז

אזוי אויך אובער איעטס מעגן ווען זיין א היימישע פלאטפארמע אין די היימישע געגענטער
אובער סטייל קאר סערוויס אויכט.


און זיד פלארידע איז טאקע דא אזא עפפ. א פלא פארוואס קיינער מאכט עס נישט אין ניו יארק
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
בסד
שר האלפיים
תגובות: 2973
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 13, 2016 4:03 pm

Re: שטיצן אידן ביים קויפן אויף עמעזאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בסד »

איז דען דא נישט אידישע סעלערס אויף עמעזאן?
אוועטאר
לפנות בוקר
שר שלשת אלפים
תגובות: 3175
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 04, 2019 7:58 pm
לאקאציע: ששש..

Re: שטיצן אידן ביים קויפן אויף עמעזאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לפנות בוקר »

איך וואלט געזאגט: קויפטס נאר אויף עמעזאן וועט איר אטאמאטיש שטיצן אסאך אידן...
לפנות בוקר
אוועטאר
Kosher Travel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4216
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

Re: שטיצן אידן ביים קויפן אויף עמעזאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kosher Travel »

בסד האט געשריבן:איז דען דא נישט אידישע סעלערס אויף עמעזאן?

יוש!
:lol:

דערמאנט מיך... זענען געזעצען אפאר רייכער ברודערס און זיך אפגערעדט וועגען אלע גרויסע audits וואס זייערע nursing homes באקומען.
איז געזעצן א ארימע ברודער דארט, לאמיר אים אהנרופן זעליג. פרעגט זעליג, זאגסט מיר נאר, האבן אלע נורסינג האומס אזויפיל אודיטס, אדער נאר די אידישע.
צילאכט זיך איינע פון די רייכע חברה, און זאגט: "זעליג! אלע נורסינג האומס זענען אידישע!".
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35237
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: שטיצן אידן ביים קויפן אויף עמעזאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

ג"א בחלומי, ווען איך האב א וועג צו וויסן מי ומי ההולכים, איינציגע ווייס איך, אבער אין דזשענעראל נישט.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
בסד
שר האלפיים
תגובות: 2973
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 13, 2016 4:03 pm

Re: שטיצן אידן ביים קויפן אויף עמעזאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בסד »

שוין געהאט אסאך סורפרייזעס ביים קויפן אויף עמעזאן, און אפילו ביי אנדערע סייטס.
איינער האט מיר אפילו צוגעשריבן א ווארעמע וואונטש אויף אידיש. נישט געווען א טייערע זאך, איך האב געמיינט ס'קומט פון טשיינע.

איין מאל איז עפעס געקומען אומגערישט בלויז עטליכע גאסן, אין סענטער פון מיין שטעטל. באמערקט אויפן שיפינג לעבעל.

איין מאל איז עפעס אנגעקומען צובראכן פון עמעזאן. איך האב נישט געהאט קיין השגה פון וואו ס'קומט. איך האב געקאנטאקט עמעזאן אז איך דארף א ריפלעיסמענט. באקום איך א ענטפער פון די סעלער אז ער גייט באלד אדורך גיין, אין עס אראפלייגן ביי מיין פאסט קעסטל וכך הוה.

איך גלייב דער עולם דא האב נאך אסאך אזאלכע מעשיות.
ס'איז גאנץ געשמאק צו באגעגענען א ברודער ביים איינקויפן.

(איך מיין ח"ו נישט אפצופרעגן וחי אחיך עמך. דיין שכינות'דיגע געשעפט דארף מען ווייטער זען צו שטיצן)
אוועטאר
שמואל בארג
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4026
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 18, 2016 6:44 pm

Re: שטיצן אידן ביים קויפן אויף עמעזאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל בארג »

לעצטנס פארציילט מיר איינער אז ער האט באקומען א געשריבענע נאציץ "נוץ עס געזונטערהייט!"...
אוועטאר
אלטער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9970
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 14, 2020 12:44 pm
לאקאציע: אין בהמ"ד ביים קאווע שטיבל

Re: שטיצן אידן ביים קויפן אויף עמעזאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטער »

וואלט געווען א געואלדיגע זאך. מ'קען אפשר מאכן אז מ'זאל זיך קענען אויף סיינען אויף א סייט, און יענער סייט זאל פירן צו עמעזן (פארשטייצעך מ'וועט דארפן וויסן וואס מ'ענטפערט אויף א ברכה צו קענען שאפן דארט...).


יעך האב שוין געהאט אמאל, אז כ'האב אריין גערופן א סעלער. גראדע איז עס געווען אויף איבעי. און ווי נאר כ'האב געזאגט מיין נאמען, רופט ער זיך אן יא, וואס קען איך אייך העלפן?....
ווייל איך בין א אידעלע, זינג איך מיר א לידעלע, ווייל איך בין א איד, זינג איך מיר א ליד
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35237
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: שטיצן אידן ביים קויפן אויף עמעזאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

כ'דערמאן זיך איין פירמע וואס כ'האב שוין געקויפט כמה פעמים, נישט געקלערט אז ס'איז א איד, ביז כ'האב אנגעהויבן באקומען זייער האלידעי סקעדזשועל ועוד, ונודעתי אז איך שטיץ א היימישער איד.

גראדע איז ער אין יענע ליין, וואס איז געווענליך פערפלייצט מיט לאודס אף דזשאנק, פון די לייטישסטע סעללער'ס מיט די גרעסטע אויסוואלן, גוטע פראדוקטן, שטארקע סחורה, והיינו דאהני לי' אז כ'האב געקויפט נאך און נאך, ס'איז די רייט פראדוקט און אויסוואל.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
green sunday
שר האלף
תגובות: 1199
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 16, 2010 3:34 pm

Re: שטיצן אידן ביים קויפן אויף עמעזאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך green sunday »

ווי סגייט דער מעשה פון איינער האט געוואלט קויפן א TV נא ווי גייט מען ? אויף אמעזאן, אין קיינער וועט נישט וויסן, סקימט אן, זעט ער אז עס קימט פון זיין נעקסט דאר נעיבער...
פאר צענטראלע נייעס אינערהאלב קהל יטב לב ד'סאטמאר שיקט אן אימעל צי בחצרות סאטמאר
פאר לאקאלע נייעס קליקט דא מודעות קהלינו סאטמאר קרית יואל קול הקהל סאטמאר וויליאסמבורג
קרית יואל וועכענטנליכע נייעס באריכט היימשטאט
אוועטאר
sheetrock
שר עשרת אלפים
תגובות: 14217
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 29, 2017 4:42 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

Re: שטיצן אידן ביים קויפן אויף עמעזאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך sheetrock »

מטעמים האט געשריבן:און משומר זאל נאר האלטען אפען די עפפס

די עמעזאן עפפ?
איך האב אייך נאר געוואלט זאגן אז: ווען דו שרייבסט עפעס פאר מיר און דו ווילסט אז איך זאל עס זעהן, ציטיר מיר.
אוועטאר
לפנות בוקר
שר שלשת אלפים
תגובות: 3175
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 04, 2019 7:58 pm
לאקאציע: ששש..

Re: שטיצן אידן ביים קויפן אויף עמעזאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לפנות בוקר »

אפאר מעשיות וויל איך מיטיילן מיטן עולם
איך ווייס א איד וואס פארקויפט אויף עמעזאן לייטס און גלייך נאך סוכות קאנטאקט אים אימיצער פון די היימישע געגענטער אז אלע 6 לייטס וואס ער האט געקויפט ארבעטן נישט.... און ער דארף א פאל ריפאנד...
געווען איינער וואס פלעגט יעדע 29 טעג ריטערנען זיין ליידיגע קאפי באטלעך צו זיין FBM סעללער ביז יענער האט אים געקאלט און געבעטן אויפציהערן... האט ער אים געזאגט אז עמעזאן לאזט...
(גוים טיען עס אויך)
ועוד ועוד....
לפנות בוקר
בסד
שר האלפיים
תגובות: 2973
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 13, 2016 4:03 pm

Re: שטיצן אידן ביים קויפן אויף עמעזאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בסד »

יא. מען דארף געדענקן אויב אביוזד מען, אויב א גוי איז עס גניבה און א חלול ד'. אויב א איד עס גניבה, און בעסטן פאל בא'עול'ט א איד.

סתם ריטורנען קען זיין א פארלוסט פארן סעללער.
איז עס בארעכטיגט פיין. אויב נישט, אית דין ואית דיין.
KMW
שר האלפיים
תגובות: 2283
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 23, 2017 11:05 am

Re: שטיצן אידן ביים קויפן אויף עמעזאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך KMW »

probably not possible as if 10 sellers sell the same item as in most cases only seller is changing but item description stays the same, unless its a own brand or only 1 seller on the item
אוועטאר
מיין שטעלונג
שר האלף
תגובות: 1563
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 04, 2015 5:58 pm
לאקאציע: אין מוח

Re: שטיצן אידן ביים קויפן אויף עמעזאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיין שטעלונג »

מ'דארף אויך וויסן, אגב, אז דער איד וועט נישט רייך ווערן ווען דו קויפסט ביי אים אויף עמעזאן; גאנץ אמעריקע קען קויפן ביי אים. אבער דיין לאקאלער געשעפטסמאן גייט יא ארים ווערן אויב דו הערסט אויף קויפן ביי אים. אויב נישט דו און דו און דו און איך, ווער יא?

איז, וואס זאג איך דא? איך אליינס בין אויך נישט דער גרויסער צדיק און איך קויף אויך היבש אויף עמעזאן. אבער צו מאכן אן אפיציעלן ווינט צו קויפן דוקא ביי אידן אויף עמעזאן האט אבוויעסלי פיל א גרעסערע פאטענציעל שאדן צו מאכן פאר היימישע געשעפטסלייט ווי עס לאזן שטאטוסקווא אז יעדער קויפט זיך שטילערהייט איין אויף עמעזאן ביים איד/גוי.

#אזוי מיין איך.
KMW
שר האלפיים
תגובות: 2283
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 23, 2017 11:05 am

Re: שטיצן אידן ביים קויפן אויף עמעזאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך KMW »

מיין שטעלונג האט געשריבן:מ'דארף אויך וויסן, אגב, אז דער איד וועט נישט רייך ווערן ווען דו קויפסט ביי אים אויף עמעזאן; גאנץ אמעריקע קען קויפן ביי אים. אבער דיין לאקאלער געשעפטסמאן גייט יא ארים ווערן אויב דו הערסט אויף קויפן ביי אים. אויב נישט דו און דו און דו און איך, ווער יא?

איז, וואס זאג איך דא? איך אליינס בין אויך נישט דער גרויסער צדיק און איך קויף אויך היבש אויף עמעזאן. אבער צו מאכן אן אפיציעלן ווינט צו קויפן דוקא ביי אידן אויף עמעזאן האט אבוויעסלי פיל א גרעסערע פאטענציעל שאדן צו מאכן פאר היימישע געשעפטסלייט ווי עס לאזן שטאטוסקווא אז יעדער קויפט זיך שטילערהייט איין אויף עמעזאן ביים איד/גוי.

#אזוי מיין איך.

װי איך פארשטײ איז די נושא אױב אײנער קױפט עניװעי זאל ער קױפן בײ א איד
בסד
שר האלפיים
תגובות: 2973
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 13, 2016 4:03 pm

Re: שטיצן אידן ביים קויפן אויף עמעזאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בסד »

KMW האט געשריבן:probably not possible as if 10 sellers sell the same item as in most cases only seller is changing but item description stays the same, unless its a own brand or only 1 seller on the item

א סייט ווי יעדער וואס ווייסט וואס מען ענטפערט נאך א ברכה, זאל זיך איינשרייבן אלץ א סעללער. און יענע סייט זאל טראגן צו עמעזאן אדג.
אנשטאט סירטשען אויף עמעזאן, זאל מען סירטשען אויף יענע סייט.
שרייב תגובה

צוריק צו “ביזנעס”