תנא בתרא האט געשריבן:די אשכול האט זעך אנגעפאנגען מיט "אנטיוויירוס פראגראמען", העל איך זיך ערלויבען דא צו פרעגן א פראגע וועלכע אנטבלאנגט "אנטי וויירוס".
איז אזוי: זייט די לעצטע פאר windows updates, קוקט עס מיר אויס אז די windows security app (וועלכע האט רעפלעיסד ווינדאויס דעפענדער) איז היפש אפ-טו-דעיט (בפרט אז ס'איז דא כמעט טעגליך פרישע וויירוס אפדעיטס), וואלט איך געוואלט וויסן אויב "ווינדאויס סעקיורעטי" איז גענוג צו האלטן א קאמפיוטער סעיף, אדער "מ'מוז" האבן אויך עפעס אנדערש וכדו'.
(איך פלעג זיך ארומשפילען מיט אלע פרי סאפטוועיר'ס למיניהם... נאכן reseten א קאמפיוטער די וואך, בין איך מסופק צו ס'פעלט זיך נאך אויס היינטיגע טעג...)
די ווינדאוס אנטי ווירוס (נישט קיין חילוק וועלכע) איז נישט ווערט, ווער עס ניצט נאר דאס איז א מאבד עצמו לדעת.. דאס איז פאר סתם ערנסטע מענטשן, ווער רעדט פון איינער וואס מאכט עקספרימענטן... מיינער א קרוב איז ממש די לעצטע וואך אנגעשטעקט געווארן מיט א געלונגענע וויירוס פון א נארישע אימעל אטעטשמענט (ער האט גארנישט אינסטאלד נאר אויפגעעפנט א זיפ פייל).
די בעסטע אנטי ווירוס ובפרט פאר איינער ווי דיר וואס לאזט זיך וואויל גיין איז eset, זיי זענען מוראדיג שטארק און בעיקר רופן זיי זיך נישט אן ביי קיין גוטע זאכן ווי רוב אנדערע טוהען, אז ביי כשרע זאכן רופן זיי זיך אן צו געבן די געפיל אז מען רעדט דא פון א גאר שטארק שומר... (וואס איינער וואס עקספרימענט ליידט גאר שטארק דערפון) אבער ווען עס קומט צי עכטע פראבלעמען זענען זיי נישט ווערד.. (ווינדאוס, מיט אוועסט למשל זענען פון דיע).
איך האב געהאט דעוועלאפט א פראגראם אין java און די אלע רופן זיך אן אז עס איז א וויירוס (פארשטייט זיך אז עס האט מיט ווירוס גארנישט איינגעלייגט) משא"כ eset לאזט דיר צורו.
איך פערזענליך מאך אויך אלע עקספערימענטן.. און קיינמאל נישט אנגעשטעקט געווארן (זייט איך האב eset) ב"ה ויעזור להלאה..
דאס אז eset איז די "בעסטע" אנטי וויירוס האב איך געהערט פון גאר גרויסע מומחים.
די מומחים זאגן אז node32 איז גענוג אבער איך וואלט געראטן צו ניצן smart security וואס האט מער פראטעקשן און אויך א פייערוואל.
למעשה eset קאסט געלט אבער מען קען קויפן ביי איבעי וכד' א קי פאר שפאט ביליג. איך האב געקויפט א קי (smart security) פאר 2-3 דאלער אפיציעל פאר א יאר און באקומען קרוב צו צוויי יאר.
אבער נאך אלעם איינער וואס גיט נישט אבאכט וואס ער טוט און אינסטאלד, איז קיינמאל נישט פארזיכערט, די בעסטע אנטי וויירוס איז נאכאלץ א ראבאט און האט נישט קיין שכל.. ממילא "וואטש שטארק וואס די טוסט", איך וואלט דיר געראטן צו אינסטאלן sendboxi און פרובירן צו מאכן אלע עקספערימענטן דארטן.