ווי קען מען באקומען א דעיטע בעיס פון אייטעמס און ספעקס

אלעס איבער קאמפיוטער, און קאמפיוטער פראגראמ'ס

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

יונתן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 336
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 11, 2016 12:18 pm

ווי קען מען באקומען א דעיטע בעיס פון אייטעמס און ספעקס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יונתן »

איך האב מיט פראגמערינג א שייכות פונקט ווי מיט יונתן, און איך טאפ א וואנט מיט דעם ענין, וועל איך עס דא אנפרעגן, אולי ירחם.

איך ארבעט אויף א געוויסע פראיעקט וואס איך דארף האבן דעיטע בעיס מיט אייטעמס אין די קאטאגאריעס פון עפלייענסעס און עלעקטראניקס. און פון יעדע מין זאך דארף איך א ליסט מיט ברענדס און מאדעלס מיט זייערע ספעקס, מסודר אויף א ספרעדשיט. למשל אסאך לעפטאפס, יעדע איינס די רעם, cpu, סקרין סייז א. א וו. באופן מען זאל קענען פילטערן אייטעמס לויט די אויסגעוועלטע ספעקס. יעצט, דאס צו טון מעניולי וועט נעמען פארעווער, דארף איך טרעפן עפעס א שנעלע וועג.
איז אזוי, די פשוטע מהלך וואלט געווען צו דאונלאודען אזאלכע פארטיגע שיטס אויף יעדע מין פראדוקט. אבער דא עקא אז וויפיל איך האב געזיכט האב איך נישט געקענט טרעפן אזאנס (ס'איז דא icecat.com אבער זעט אויס נאר צו דאונלוידן איין אייטעם אויף אמאל) . נאך א קליינע פראבלעם מיט דעם איז אז מען דארף דאס אפדעיטן יעדע שטיק צייט.
די צווייטע אפציע איז דורך api calls, האב איך געטראפן 2 קאמפאניס וואס שטעלן דאס צו http:// cnetcontent.com/datasource און https://www.semantics3.com/ יעצט קודם כל די חברה בעטן אסאך, בערך 10 אלפים א יאר. צווייטענס ווייס איך נישט ווי ספעסיפיק מען קען זיין מיט די קאמענדס, דהיינו צו איך קען פארלאנגען א ליסטע פון מייקראוועיווס די סייז צווישן כך וכן, "און" די וואטס צווישן כך וכך, פלאס די קאליר, פלאס די און די פיטשערס דארף איך.
נאכדעם קען מען האבן אזאלכע api פון עמעזאן אומזינסט פאר עפיליעטס. אבער דאס וועט לכאורה נישט טון וואס איך דארף. ווייל די עמעזאן פראדוקט ספעקס זייער זייער אומבאלומפערט און נישט structured. למשל איר וועט קוקן אויף homedepot.com וועט איר זען יעדע לייטער האט די זעלבע ליסטע מיט ספעקס גענוי די זעלבע. אבער עמעזאן יעדע אייטעם שטייט עפעס אנדערש. אזאך אייטעמס שטייט בכלל נישט קיין בעיסיק ספעקס אדער שטייט עס מובלע אין די דיסקריפשען.
)נאכדעם איז דא אזא זאך ווי א סקרעיפער, וואס דערווייל נעם איך עס בכלל נישט אין באטראכט).

אפשר איז נישט אלעס געשריבן אזוי קלאר, אבער מיט אביסל מחשבה קען מען עס פארשטיין. ואתכם הסליחה
Looking for experienced bookkeeper/controller to oversee your finances or make your business more profitable? Please PM me
יונתן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 336
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 11, 2016 12:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יונתן »

אויב איינער קען מיך ארויסהעלפן מיט די שאלה וועל איך עם מוראדיג דאנקבאר זיין, ווייל איך שוין געספענט זייער אסאך צייט אויף דעם. און איך בין גרייט צו באצאלן פאר א שטיקל צוזאמענארבעט.
Looking for experienced bookkeeper/controller to oversee your finances or make your business more profitable? Please PM me
שרייב תגובה

צוריק צו “קאמפיוטער און פראגרעמינג”