גרויסע פיילס - SHARE, לינקס, בעסטע מהלך

אלעס איבער קאמפיוטער, און קאמפיוטער פראגראמ'ס

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

מזל מידיע
שר האלף
תגובות: 1593
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 24, 2015 9:14 am

גרויסע פיילס - SHARE, לינקס, בעסטע מהלך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מזל מידיע »

בס"ד

אין אונזער אינדוסטריע קומט אסאך אויס צו ארבייטן מיט גרויסע פיילס, אסאך מער ווי די 10-20 מעגאבייט וואס אפיציעלע אימעיל קען פארנעמען.

איז דא וואס נוצן "לינקס" צו די פיילס אויף גוגל דרייוו. דאס איז א חורבן. מען האט נישט קיין עקסעס, מען דארף בעטן רשות, א גאנצע מעשה. א חורבן, כנ"ל. אויך שלעפט עס אראפ געפערליך די מעמארי פון מיין קאמפיוטער סיסטעם, איך ווייס נישט פארוואס. האט נאך איינער די אלע פראבלעמען אויף "לינקס" פון גוגל דרייוו ?

נאכדעם איז דא ווי-טרענספער אדער דראפ-באקס, צי אנדערע. אין דעם אליינס איז אויך דא סתם א לינק, אדער "שעירן". די "שעירן" טויג נישט, ווייל די זעלבע מעשה מיט גוגל דרייוו, עקסעס, פערמישאן, וכו' וכו'.

די בעסטע וועגן צו שעירן אדער שיקן גרויסע פיילס איז א "לינק" פון דראפ-באקס. פשוט און גראד, לייג עס אין דיין דראפ-באקס פאלדער, קאפי דעם לינק, און שיק דעם לינק אלס איין גראדע שורה אין א פשוטע אימעיל, נישט מער און נישט ווייניגער.

אויב מען וויל שעירן אסאך פיילס, מאכט מען א נייע פאלדער אין דראפבאקס, און מען שיקט א "לינק" צו יענע פאלדער, למשל צו איין פייל, און יענער באקומט עקסעס צום גאנצן פאלדער מיט די אלע פיילס, אבער נישט צו עפעס אנדערש אויף די דראפ-באקס אקאונט. נישט געזארגט.
ווי זאגט מען WOW אין אידיש? שיקט אייער מיינונג צו [email protected].
אוועטאר
טויגליכער איד
שר האלף
תגובות: 1216
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש פעברואר 13, 2016 9:17 pm
לאקאציע: אין אינדעזיין אדער פאטאשאפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טויגליכער איד »

אין וואןדרייוו קען מען סעלעקטן עטליכע פיילס און שערן א לינק אן דארפן אריינלייגן אין א נייע פאלדער
אויסשטעלן ספרים אין אינדעזיין פאר מתחילים: https://toiglicher.com/
שרייב תגובה

צוריק צו “קאמפיוטער און פראגרעמינג”