DovidStroh האט געשריבן:פאר א איד וואס איז מקפיד אויף קרית יואלער שחיטה איז זיכער נישטא קיין אנדער'ן אויסוואל. וויאזוי קען אזא איד נוצען א פילטער וואס איז ליידער נישט גענצליך כשר...?
געפעלט מיר דער פסק.
אבער יענע וואך האבעך פונקט אויסגעשמועסט מיט איינעם אין ביהמ"ד וויאזוי נעטפרי ארבעט, אז גויטעס אין אינדיע קוקן דורך די בילדער וכו'.
האט מיך א כולל אינגערמאן פונדערזייט אריינגעפרעגט: "און אויף כשרות פון פלייש וואלסטו זיך אויך פארלאזט אויף גויטעס פון אינדיע..?"
ער האט עס נישט געמיינט ערנסט, איך גלייב אז ער ווייסט בכלל נישט וואס אינטערנעט איז - אויסער פון וואס ער הערט ביי דרשות וכדו', אבער ס'האט מיך באמת אביסל דערשראקן.
ובפרט נאכן לייענען די פאלגענדע:
מחשב האט געשריבן:הגם ס'האט זיך שוין ביי מיר יא געמאכט עטליכע מאל כ'האב געדארפט דווח'ן א פארזעהנדע בילד, אבער דאס איז זעלטן.
איך בין זיכער אז דאס איז גאר גאר א קליינע פראצענט פון יומען עראר, און איך בין נאך אלס איבערצייגט אז דאס איז מיליאן מאל מער כשר ווי די אנדערע פילטערס, און ס'איז דעריבער א חיוב פאר א מדקדק במצוות ובכשרות צו גיין פאר דעם (ווען מעגליך), דאך אבער וויבאלד ס'איז פארט אנגעוויזן אויף די גויטעס, קען מען אוודאי נישט זאגן אז עס איז 100% אויסגעהאלטן (נאר אפשר 99.9999999%...).
עכ"פ למסקנא זעהט נאך אלס אויס אז יא,
פאר א איד וואס איז מקפיד אויף קרית יואלער שחיטה איז זיכער נישטא קיין אנדער'ן אויסוואל.