מאמענטן פון דורכפאל

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
יש לו מנה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3998
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 28, 2020 2:55 pm
לאקאציע: אונטערן מאטראץ

מאמענטן פון דורכפאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש לו מנה »

בעז''ה עפן איך אויף דא א נייע אשכול געווידמעט אך ורק פאר דורכפעלער.

די מענטשליכע לעבן איז פיל מיט באמפס ארויף און אראפ, יעדער האט עקאמפלישמענטס, און דורכפעלער, צומאל שיקט די אייבערשטער אונטער א גוטס, אזאנס וואס מאכט זיך נישט אפט, און די אויערן פלאקערן ווי די זיסע מייערן אין מאגן פאר א האלבע יאר.

אין יעדע זאך דארף מען איינערקענען א חסד פון ג-ט, אלעס איז חסדים, און ביי דורכפעלער אויך. ס'איז נאטורליך אז ווען מ'זעהט ווי איינער שמייסט נאך זיין הוט פאר דריי גאסן און דאן קומט דער יוקאן צו פארן און ער גראד אויס דעם הוט ווי א פריזבי, צו געבן א שמייכל, אדער ווען דער בחור אין ישיבה וויל ווייזן גבורה אז ער קען עפענען א שלאס אן א שליסעל אין דער מנהל שטייט פון אונטען.כהנה וכהנה משלים און מעשיות ביז איבערן קאפ.

רבותי, לאמיר דא משמח זיין אנדערע אידן, האסט געהאט א גוטע פלאפ? ברענג עס אהער, און אינאיינוועגס ברענג א שמייכל פאר א צווייטע איד, צו לאכן פון איינעם'ס דורכפאל בפניו, איז דאך ברור אז ס'איז אסור, אבער אויב ביסטו די בעל המעשה ענד יו העוו נאו פראבלעם צו פארציילן דיין געשיכטע, דאן קום ארויף און מאך שמייכלען א צווייטע איד.

כ'קלער אז אפילו עפעס וואס איז נישט געשעהן צו דיר און דו ביסט נאר געווען א צושויער, אויב איז מעגליך עס צו פארציילן אן דעם וואס מ'זאל האבן די מינדענסטע הו''א פון וועם מ'רעדט, ברויך עס לכאורה נישט זיין קיין פראבלעם, אבער אויב איז דא די מינדענסטע ספק אז מ'וועט כאפן פון וועם די רעדע איז, דאן האלט עס ביי דיר אין מאגן.

מנהלים אויב איז שוין דא אזא אשכול, ביטע אהינשטעלן.
איך גיי מיט שלייקעס...

און איך שטרעב פאר א קוטשמע!!!
אוועטאר
הודו להשם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4699
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 17, 2017 3:44 pm
לאקאציע: אפדעיט: נארוואס צוריקגעקומען!
פארבינד זיך:

Re: מאמענטן פון דורכפאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הודו להשם »

איז אישי טאקע אזוי גוט ווי מען מאכט אים?
אוועטאר
יש לו מנה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3998
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 28, 2020 2:55 pm
לאקאציע: אונטערן מאטראץ

Re: מאמענטן פון דורכפאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש לו מנה »

כ'וועל אליין אנהייבן מיט די ערשטע.

געווען איז עס 8 וואכן נאך מיין חתונה און מיין שווער זאל זיין געזונט האט מיר געבארגט זיין קאר, כ'האב נאך נישט געהאט די קארטל פון מיין לייסענס נאר די רעסיט.

הקיצור בינעך געפארן קיין ניו דזשערזי און צוריקגעקומען אנעם פראנט באמפער, כ'געדענק נאך ווי היינט ווי כ'האב געמאכט די פאון קאל צו מיין שווער אים מודיע זיין די בשורה טובה, כ'האב די ערשטע מאל פארשטאנען די בזיונות עצומות וואס יאסעלע גייט אריבער יעדע אדר מיט זיין שווערס קאר בדרך כלל, אלעס נאר אונז צו משמח זיין
איך גיי מיט שלייקעס...

און איך שטרעב פאר א קוטשמע!!!
אוועטאר
יש לו מנה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3998
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 28, 2020 2:55 pm
לאקאציע: אונטערן מאטראץ

Re: מאמענטן פון דורכפאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש לו מנה »

הודו להשם האט געשריבן:https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?forms=0&t=38

מנהלים...... ש'כח
איך גיי מיט שלייקעס...

און איך שטרעב פאר א קוטשמע!!!
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”