אוויאציע (סעריע)

פארשידענע רייכע ידיעות און וויסנשאפטליכע טעאריעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
Ivelt Cockpit
שר חמישים ומאתים
תגובות: 272
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 05, 2020 11:19 pm
לאקאציע: ביי די קאנטראלס

אוויאציע (סעריע)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ivelt Cockpit »

ביטע נאר שרייבן הגהות אין דעם געלינקטן אשכול

[align=center]הקדמה[/align]

איך עפן דא בעז"ה א סעריע פון ארטיקלען איבער די נושא פון Aviation, (ד.מ. די נושא פון פליען אין די לופט) וואו ס'וועט בעז"ה געדעקט ווערן פילע אינטערעסאנטע טעמעס וואס זענען דירעקט און אומדירעקט פארבינדן מיט דעם.
די היינטיגע מאדערענע סיסטעם פון פליען איז צאמגעקניפט מיט צענדליגע דעטאלן וואס געט פלאץ פאר כמעט יעדע שיכט פון די מענטשהייט זיך צו שפירן פארבינדן מיט דעם.
א סייענטיפישער מענטש וועט זיין פאראינטערעסירט אין די Aerodynamics פון די פליגער.
דער היסטאריקער וועט וועלן וויסן וויאזוי זאכן האבן זיך דערקייקלט פון דעם פשוט'ן מאשין ביי די Wright ברידער ביז צו די היינטיגע מאנסטער-געבויען אין וואס מיר פליען.
ווידעראום דער טעכניקער וועט דוקא וועלן וויסן וויאזוי די עראפלאנען זענען צוזאמגעשטעלט (אן Airbus A380 האט ארום פיר מיליאן עקסטערע חלקים, און א Boeing 747 ארום זעקס מיליאן!).
ווייטער דער לויער וועט זיך אריינזעצן צווישן די טויזנטע שורות פון רעגולאציעס און געזעצן וואס זענען נוגע אהער.
א ביזנעסמאן וועט זיך פילן היימיש צווישן די מיליאנען פינאנציעלע דעטאלעכלעך.
דער פראקטישער מח וועט וועלן פארשטיין וויאזוי די ראוטס אויף די ערד און די לופט זענען איינגעטיילט אז ס'זאלן נישט זיין קיין צוזאמשטויסן טעגליך.
און דער טשילער וועט טרעפן זיין פלאץ………. אויף די עראפלאן זיץ!
ערנסט גערעדט, דורכאויס די יארן נתגלגל הדבר אז הונדערטער סארטן אינדוסטריעס און קערפערשאפטן ווערן פארבינדן אהערצושטעלן עראפלאן רייזעס, יעדער האט זיך זיין ראלע, אבער אלעס אינאיינעם איז זייער אסאך.

הגם אז די טערמין "אוויאציע" באציהט זיך אויך צו פליען מיט העליקאפטער, Air באלאנען און נאך, ווידמע איך בעיקר די סעריע צו רעדן פון עראפלאנען, און אמערסטנס פון קאמערציאלע\עירליין עראפלאנען (לאפוקי מיליטערישע, פריוואטע\עקזעקיוטיוו), אבער עס איז אוממעגליך אז ס'זאלן זיך נישט אריינכאפן איבער די אנדערע אויך, און בגדול.

איך האב צוזאמגעשטעלט א ליסטע פון טעמעס צו באשרייבן איבער די צייט, שורות אויף די ליסטע וועלן צוקומען\אראפגיין לויט די פארלאנג און שטאפל פון אינטערעסע וואס איז דא דערין.
די פותח הסעריע וועט זיין די היסטאריע פון פלי-געצייג, די פארשידענע סארטן, די אנטוויקלונג און די באנוץ ביז היינט.
מיט די צייט האף איך בעזר ה' אנצוקומען צו די פאלגנדע:
1) די פלי געצייג - אינדזשענירונג, Aerodynamics, געבוי, פרודאקשן, קאמפאניס, חילוקים צווישן איין סארט און צווייטן און נאך.
2) די פילאטן - טרענירונג, פלייט סקול, לייסענס, ראנגען, פאדערונגען און נאך.
3) עירפארטס - היסטאריע, טעכנישע אויסשטעל, ראנוועיס, טעקסיוועיס, טערמינאלס און געיטס, אויטאריטעטן, סעקיורעטי און נאך.
4) Air Navigation - פלייט רוטס, טרעפיק קאנטראל, Airways, GPS, VOR, די FAA, פילאט טשארטס, פארשידענע נעוויגאציע צענטערן, קאטעגאריעס פון Airclass און נאך. די דאזיגע חלק איז די ברייטסטע נושא פון די ליסטע און וועט ווארשיינליך דארפן צוטיילט ווערן אין סוב-חלקים. יאמר הזמן.
5) ווערד צו דערמאנען - היסטארישע צוזאמשטויסן, די קאנקארד, 9/11, די עיר פארס 1 און נאך.

איך האף אז ס'וועט זיין אן אינטערעסע אין די סעריע, נוח לשמים ונוח לבריות און ס'וועט זיין לנחת ולנוי פאר אונזער וועלטל.

ביטע נאר שרייבן הגהות אין דעם געלינקטן אשכול
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
אוועטאר
Ivelt Cockpit
שר חמישים ומאתים
תגובות: 272
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 05, 2020 11:19 pm
לאקאציע: ביי די קאנטראלס

Re: אוויאציע (סעריע)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ivelt Cockpit »

ביטע נאר שרייבן הגהות אין דעם געלינקטן אשכול

[align=center]פונקטן פארן ליינער.[/align]

1) ביטע נעמט א חלק.
צווישן פילאטן דרייט זיך א וויץ איבער אן עד וואס ליינט זיך ווי פאלגענד:
Wanted: Pilot.
Must be a trained Navigator, Engineer, computer technician, HR manager, communications officer, customer service operator, weather expert……… Oh, and must be able to fly a plane!

די וויץ שפיגלט אפ די פילע קוואליפיקאציעס וואס פעלן זיך אויס צו זיין א געלונגענע פילאט, אויסער קענען פירן אן עראפלאן, און דאס מיינט אויטאמאטיש אז ווען מ'וויל זיך אביסל אינטערעסירן אין די נושא, און נאכדערצו ווידמען א גאנצע סעריע דארף מען האבן א שפאר ביסל ידיעות אין פילע נושאים כדי עס קענען צוצושטעלן.
דערפאר אפעליר איך צו יעדן ליינער אז אויב איז ער אויסגעקאכט אין איינע פון די ענינים וואס ווערן אסאך דערמאנט דא, וו.צ.ב. וועטער, אקוסטיק פריקווענסיס, נעוויגאציע וכו' זאל ער ביטע קאמענטירן און פארעכטן צו יעדע געלעגנהייט און איך וועל טוישן די ארטיקל לויט די שיפורים.
בכלל איז וויכטיג צו וויסן אז איך ערקלער מיך נישט אלס עקספערט אויף אוויאציע מיטן לאזן אין שוואונג דעם פראיעקט, איך האף אז ס'וועלן זיין אסאך וואס זענען גדול ממני בחכמה און וועלן צוגעבן זייערע ידיעות צום סעריע.

2) אופן פון הוספה און הגהה.
אזויווי איך קלער אז ס'וועט זיך אפט מאל מאכן אז מ'וועט דארפן צולייגן אדער טוישן די תוכן פון עקזיסטירנדע חלקים פון די סעריע לויט די פידבעק און צוגעקומענען ידיעות, איבערדעם וועל איך - יעדעס מאל ס'פאסירט - שרייבן די פרישע שטיקלעך אין א בלויע קאליר, כדי מ'זאל זעהן אז עפעס איז פריש און נאך א שטיק צייט וועל איך עס צוריקטוישן צו שווארץ כדי ס'זאל זיך ליינען ווי נארמאל.

3) אשכול פאר דיסקוסיעס.
איך עפן א באזונדערע אשכול פאר דיסקוסיעס ארום די טעמע, ווי אויך פאר פידבעק אויף די סעריע, איך בעט אז מ'זאל זיך האלטן צו דעם אז מ'זאל נישט מגיב זיין אין דעם אשכול נאר אין די אשכול המיוחד לכך כדי ס'זאל זיך קענען גרינגערהייט אפליינען אין איין המשך.

4) אלעס איז געוואנדן אין די אינטערעסע.
מיין אינטערעסע פארצוזעצן פארבינדן מיט די אינטערעסע פונעם עולם צו ליינען. איך האב אנגעפרעגט איידערן עפענען דעם אשכול אויב ס'איז דא אן אינטערעסע אויף דעם נושא, און כאטש וואס די רעספאנד איז געווען גאנץ שוואך האב איך גענומען דעם סטעפ ווייל איך האב געזעהן ווי דער עולם שרייבט דארט אז די אשכול איז אין א פארשטופט פלאץ. אבער איך וועל נישט האבן די מוט פארצוזעצן אויב וועל זיך אויסשטעלן אז ס'איז נישט דא קיין אינטערעסע דערין.

5) טערמינען און ראשי תיבות.
אזויווי במשך די סעריע וועלן אפט דארפן גענוצט ווערן טערמינען און abbreviations (ראשי תיבות) וואס זענען נישט באקאנט, לייג איך אין מיין חתימה, א לינק צו א דיקשינערי וואו איך וועל כסדר אריינשרייבן אומבאקאנטע ווערטער וואס ווערן דא גענוצט. אויב פארשטייט איר נישט א ווארט וואס איך שרייב, כאפט א בליק דארט, זייער מעגליך אז ס'ווערט דארט ערקלערט.


און אויף יעצט, בינדט אייך איין אין די גארטלעך, לאנט אייך אן אויף אייער זיץ, און גרייט זיך ארויסצופארן בשעה טובה ומוצלחת.

ביטע נאר שרייבן הגהות אין דעם געלינקטן אשכול
לעצט פארראכטן דורך Ivelt Cockpit אום זונטאג מאי 24, 2020 2:41 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
אוועטאר
Ivelt Cockpit
שר חמישים ומאתים
תגובות: 272
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 05, 2020 11:19 pm
לאקאציע: ביי די קאנטראלס

Re: אוויאציע (סעריע)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ivelt Cockpit »

[align=center]טערמינען און ראשי תיבות[/align]
[align=center]אין מיין חתימה איז פארהאן א לינק צו די דיקשינערי וואס ווערט כסדר אפדעיטעד.[/align]
לעצט פארראכטן דורך Ivelt Cockpit אום זונטאג מאי 24, 2020 2:40 pm, פארראכטן געווארן 5 מאל.
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
אוועטאר
Ivelt Cockpit
שר חמישים ומאתים
תגובות: 272
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 05, 2020 11:19 pm
לאקאציע: ביי די קאנטראלס

Re: אוויאציע (סעריע)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ivelt Cockpit »

הגהות? ביטע נאר דא

[align=center]חלק א' - היסטאריע פון פליען
[/align]

קאפיטל א'
די רייץ פון די מענטשהייט צו קענען נוצן די לופט פאר אייגענע צוועקן איז גאנץ א פארשטענדליכע, וואס דארף מען מער פון דעם אז דוד המלך האט אויסגעדרוקט א ווילן צו נוצן א פליגל פאר א שנעלע אנטלויף-פלאן, "מי יתן לי אבר כיונה אעופה אשכונה".
פאר הונדערטע יארן האבן מענטשן גע'חלומ'ט פאנטאזירט און געגארט צו טרעפן א מהלך וויאזוי צו הערשן אויך אויף די לופטן.
אזוי פרי ווי אין 1507 טרעפט מען דאקומענטירט א פרואוו פון סקאטישער מאן וועלכע האט גענוצט פעדערן פון הינער זיך צו מאכן פליגלען, אבער זיינע פרואוון פאקטיש צו פליען האבן זיך ענדערש געענדיגט מיט אפאר צובראכענע ביינער ווי מיט א סוקסעספולע רייזע. ער האט געווארפן די שולד אויפן פאקט אז ער האט זיך באנוצט מיט פעדערן פון א בעל חי וואס קען ניטאמאל פליען, אבער פרואוון פון אנדערע וואס האבן יא גענוצט פליענדע פעדערן האבן זיך אויסגעשטעלט צו זיין פונקט אזוי אומגעלונגען.
מער ווי עטליכע פאנטאזירטע פיקציע ביכער מיט שילדערונגען איבער מענטשן וואס זענען אנגעקומען צו די הויכן איז קיין ערנסטע פארשריט נישט געווען, עטליכע ביכער האבן פארגעשלאגן געוויסע פלענער און פאטענטן וואס מ'קען נוצן א שטייגער ווי א ביך וואס איז ערשינען אין ענגלאנד אין יאר 1638 וועלכע אילוסטרירט א קאמפליצירטע געוועב מיט א בענקל פון אונטן און א מחנה פון פייגל דערהייבן איר אין די לופטן.
אין 1678 איז גראדע יא געווען א פראנצויזישער מאן וועלכע האט געבויעט האלצערנע פליגלען, וועלכע זענען געווען צוגעבינדן צו ביידע הענט און ביידע פיס, און מיט א צוזאמארבעט פון די 4 אינאיינעם האט מען זיך געקענט האלטן אין די לופט א שטיק צייט און זאגאר אראפקומען אנע זיך צוקלאפן, אבער ווי פארשטעדליך לאזן זיך די כוחות אויס נאכן אפערירן אויף אזא אופן פאר עטליכע מינוט, און אזעלכע פאטענטן האבן נישט געקענט פארשרייבן די עתיד פון אוויאציע.
אין 1742 האט א פאריזער מאן געליטן אן ערנסטע דורכפאל ווען ער האט זיכערערהייט צוזאמגערופן א שאו צו צייגן וואו ער פליט אריבער א טייך, אבער זיין געפלי האט זיך מיאוס איבערגעהאקט ווען ער אינאיינעם מיט זיין צובראכענעם פוס האבן זיך געטראפן אין א פארבייפארענדע שיפל.
די דורכברוך איז געקומען אין די 1780'ער יארן ווען צוויי פראנצויזישע ברידער Joseph און Etienne למשפחת Montgolfier האבן ערפינדן דעם Hot air baloon.
די פאקטישער ערפינדער איז געווען Joseph וועלכער האט אריינגעטראכט פארוואס די לופט העכער פייער דערהייבט זיך, זיין טעאריע איז געווען אז געוויסע גאזן זענען גרינגער פון לופט און וועלן זיך דערהייבן אויף ארויף (ווי די כלל לויטעט, אז א זאך וואס איז שווערער גייט אויף אראפ און א זאך וואס איז גרינגער גייט אויף ארויף), און פייער פראדוצירט דעם געוויסען גאז, און דערפאר דערהייבט זיך די רויעך אויף ארויף.
(די טעמע פון באלאנען איז נישט לסוגיין, ווייל זיי זענען א קאטעגאריע וואס הייסט lighter than air, און אונזער סעריע איז בעיקר איבער heavier than air מאשינען, אבער ס'פארנעמט צו א שטארקע פלאץ אין די היסטאריע עס צו פארזעהן).
וואס אן אמת האט שוין אין יאר 1766 דער בריטישער כעמיסט Henry Cavendish ערפינדען דעם עלעמענט hydrogen, וועלכער וועגט א צענטל פון לופט און גייט אויף ארויף, אבער Montgolfier וועלכער איז נישט געווען קיין פארשער, נאר א בלויזער פאפיר פראדוצירער, האט זיך געפרייט מיט זיין המצאה און איר זאגאר א נאמען געגעבן "Montgolfier gas".
דזשאסעף האט אין 1782 דורכגעפירט א סוקסעספולע עקספערימענט דורכן אנהייצן די אינעווייניגסטע חלק פון א סחורה'נעם זעקל און זי האט זיך ווירקליך געהויבן ביזן דאך פון זיין הייזקע אינעם שטעטל Avignon אין פראנקרייך.
ביי דעם שטאפל האט דזשאסעף אריינגענומען זיין ברודער Etienne אינעם בילד, און אינאיינעם האבן זיי דורכגעפירט צענדליגע עקספערימענטן וויאזוי צו ברענגען אז זייער ערפינדונג זאל קענען אויפהייבן א מענטש. זיי האבן געגלייבט אז ווען זיי וועלן טרעפן די פאסיגע לייכטע סחורה, וואס האלט אבער גענוג גוט די היץ אין איר וועט זי זיין בכח אויפצוהייבן א שווערע וואג.
ס'איז אינטערעסאנט צו נאטירן אז דורכאויס זייערע פראבעס זענען זיי געקומען צום אויספיר, אז א פייער וואס ברענט פון אלטע שיך אדער פארדארבענע פלייש איז די בעסטע צו נוצן פאר דעם צוועק פון זיך הייבן.
אין אפריל פון 1783 האבן די ברידער באוויזן צו נוצן זייער פאטענט, און פאר א פארזאמלטע פובליק האבן זיי ארויפגעשיקט זייער היימיש-פאבריצירטע באלאן, ווען אינעם קארב דערונטער ליגן עטליכע באשעפענישן.
שפעטער אין נאוועמבער איז עס דעמאנסטרירט געווארן פארנט פון א ריזיגן עולם אין פאריז, ווען די באלאן האט ארויפגעשלעפט אין זיין קארב צוויי מענטשן, און געפלויגן העכער פאריז פאר ארום 25 מינוט ביז א ווייטקייט פון 5 מייל.
אין די נאכפאלגענדע יארן האבן פילע פון איבער די וועלט נאכגעפאלגט די מאדעל פון די Montgolfier'ס, און די אינטערעסע אין די באלאנען איז שטארק געשטיגען. רעגירונגען האבן געזעהן א שטארקע נוצן פון די געצייגן אין פאל פון א מלחמה, און דער געצייג האט שוין ווירקליך דעצידירט די אויסגאנג פון עטליכע שלאכטן אין די היסטאריע.
די טשעלענדזש אין דעם שטאפל איז געווען וויאזוי אהערצושטעלן א באלאן אויף וועם מ'זאל קענען האבן קאנטראל אין וועלכע ריכטונג ער פארט. ביי דעם שטאפל האט זיך דער מענטש וואס האט זיך אריינגעזעצט אינעם קארב גענצליך ארויפגעווארפן אויף חסדי הבורא אז ער גייט נישט פארפליען איבער א מים שאין לה סוף נאר קענען לאנדן אויף א זיכערע פלאץ. די איינציגסטע קאנטראל מיטל וואס זיי האבן געהאט איז געווען דורך שטריק צוגעבינדן צו די ערד, און געוויסע האבן גענוצט פערד צו שלעפן די שטריק אין די ריכטונג וואס מ'האט געוואלט די באלאן זאל פליען. ס'איז אבער זעלבסט-פארשטענדליך אז די אויפטוה פון אזא "מאשין" איז גאנץ א קנאפער.
די ריכטיגע דורכברוך איז געקומען נאנט צום 20'סטען יאר הונדערט ווי איר וועט בעז"ה ליינען אין די קומענדיגע קאפיטל.

הגהות? ביטע נאר דא
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
אוועטאר
Ivelt Cockpit
שר חמישים ומאתים
תגובות: 272
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 05, 2020 11:19 pm
לאקאציע: ביי די קאנטראלס

Re: אוויאציע (סעריע)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ivelt Cockpit »

הגהות, הערות, פארשלאגן? א דאנק! אבער ביטע נאר דא.

קאפיטל ב'
אין די 1800 יארן האבן אינדזשענירן און עקספערימענטער געלייגט זייער פאוקוס אויפן אנטוויקלען די באלאן, פון ענגלאנד ביז אמעריקא און פון דארט צוריק קיין פאריז האבן זיך ערפינדער געיאוועט צו ברעכן פרישע רעקארדס און אויפקומען מיט פאטנעטן צו פארבעסערן די באלאנען.
אין 1852 איז געלונגען פאר א פראנצויזישע אינדזשעניר Henri Giffard צו ערצייגן אן Airship וועלכער מ'האט געקענט סעמי-דירעקטירן, אינדערצייט וואס אין יעדע ווינקל פון די וועלט האט מען פרובירט צו מאכן מער און מער פארשריט אין דעם הינזיכט. (עירשיפ און באלאן זענען ביידע א באלאן וואס דערהייבט דיך דורך דעם וואס די לופט אינעווייניג איז לייכטער ווי די געווענליכע לופט, אבער אן עירשיפ האט א rudder, propeler אדער engine, וועלכע העלפט קאנטראלירן דעם באלאן - פאר דיר סטיטשינער).
אין א זייטיגע נאטיץ - Giffard האט זיך גענומען דאס לעבן אין 1882, לומר לך, אז נישט רוהם אויף דעם וועלט קען ברענגען עכטע צופרידנהייט.

די נעקסטע טורנינג פוינט איז געווען אין 1853 ווען די ערשטע Glider האט געטראגן א מענטש.
די מחדש פונעם גליידער איז געווען אן ענגלישער ערפינדער Sir George Cayley, א מענטש וועמענס יסודות אין Aerodynamics זענען די הויפט שטריכן פאר יעדן וואס שטודירט די סוגיא. Sir George האט שוין אייגנטליך אפגעמאלן די בלו-פרינט פון דעם גליידער צוריק אין 1799, אבער אין 1853 איז עס ארויס מכח אל הפועל ווען נאך יארן פון שטודיעס און פארבעסערונגען איז עס געווען א פארטיגע פראדוקט.
די כבוד האט מען אפגעגעבן פארן סיר'ס בעל עגלה, וועלכער איז אביסל ארומגעפלויגן אין איר העכער א טאל ביי איינע פון די Cayley פאמיליע'ס וואוינערטער גערופן Brompton Hall (היינט איז דא א סקול אין די בנין), ארום דרייסיג מייל NE פון Yokshire אין ענגלאנד.

יעצט א שטיקל בליק וואו די וועלט האט דעמאלטס געהאלטן, און די מצב איז געגאנגען אזוי ביז ארום יארע 1900.
טראצדעם וואס די גליידער האט זיך אין די שפעטערע יארן אויסגעשטעלט צו זיין די בעסערע מיטל פאר פליען, און ווען מ'האט איר מיט יארן שפעטער באקליידעט מיט מאשין-קראפט האט זי זיך ארויסגעשטעלט צו זיין די עתיד פון אוויאציע, האט זיך די וועלט נישט אזוי שנעל אוועקגערוקט פון אנטוויקלען די באלאנען.
אין די מיליטערישע פעלד איז געשטיגן די אינטערעסע אין די נייע מאשין נאך וואס זי האט זיך שוין א שיינע פאר מאל ארויסגעשטעלט אלס א גרויסע הילף אין קאנפליקטן. אין 1861 האט די אמעריקאנער מיליטער געגרינדעט די US Army Balloon Corps אין ליכט פון די דעמאלטסדיגע ברידער-קריג און איר באנוץ האט אסאך אויסגעמאכט פאר ביידע זייטן.
אין די ציווילע וועלט האבן זיך אויך געגרינדעט פארבאנדן פון עקספערטן און פיאנערן וועלכע האבן געהאט אן אינטערעסע אין די אנטוויקלונג פון באלאנען. אין 1866 האט זיך אין ענגלאנד געגרינדעט די Aeronautical Society of Great Britain וואס פארבלייבט די עלסטע אזא פאראיין אין היסטאריע. (די פאראיינען זענען אין די שפעטער יארן פארברייטערט געווארן און אוועקגעשטעלט יסודות און רעגולאציעס, ווערנדיג מיט דעם די טאטעס פון די רעגירונג אגענטורן וועלכע רעגולירן לופט-טראנספארטאציע, ווי די FAA אין אמעריקע, און די CAA אין ענגלאנד)
למעשה אבער האבן די באלאנען - טראץ די פילע יארן וואס מ'האט זיי שוין עקספערימענטירט - קיין סך טובה פאר די בריאה נישט געברענגט, פארשער האבן טאקע געטראפן אפאר וועגן וויאזוי אנצופולן די באלאן מיט עפעס וואס זאל עס אויפהייבן, אבער אין די תחום פון קאנטראלירן איר ריכטונג האט מען זיך קוים גערוקט. דאך זענען אבער ענטוזיאסטישע פארשער פון איבער די גאנצע וועלט געווען פארנומען מיט פראבעס אין עקספערימענטן מיט די האפענונג צו אויפקומען מיט א דבר השלם. פון אונטער די באוואוסטזיין האבן אלע אבער געהאלטן אוועקגעלייגט די געדאנק אז מ'וועט מעגליך דארפן לייגן מער געוויכט אויף heavier than air מאשינען. אין פאקט אין 1866 ווען די בריטישע האבן געגרינדעט דעם פריערדערמאנטן פארבאנד האט מען ביי די ערשטע זיצונג שוין דיסקוסירט גליידערס.

אין 1898 האט זיך אין פראנקרייך געגרינדעט די Aero Club de France, די קלוב איז באשטאנען פון ארויפגעקוקטע פראפעסארן, אינדזשענירן און ערפינדער, און אויך זענען אנגעשלאסן געווען רייכע לייט אינטערסירט אין די אנטוויקלונג פון אוויאציע, און די קלוב-מעמבערס האבן אויסגערופן גרויסע באלוינונגען פאר ווער ס'האט געבראכן רעקארדס און ערצייגט חידושים.
פראנקרייך האט זיך אין יענע יארן ארויסגעשעלט שטענדיג צו זיין א טריט פאראויס אין יעדע אספעקט פון פליען, סיי ווען ס'איז געקומען צו ברעכן רעקארדס און סיי ווען ס'איז געקומען צו ריסורטש און ערצייגן פרישע פאטענטן. אין 1874 האט אן אפיציר אין די פראנצויזישע נעווי ערצייגט גאנץ א פארגעשריטענע מאשין פאר זיינערצייט, ס'איז געווען א קליינע מאדעל פון א גליידער מיט אן שטיקל ענדזשין (כמו עראפלאן), אבער ס'האט בלויז באוויזן זיך אביסל צו רוקן פון פלאץ און זיך הייבן קוים עפעס אין די לופטן, אבער דאס אליין ווייזט אז די פראנצויזן האבן גאנץ ווייט געהאלטן מיט זייערע שטודיעס.
דערפאר איז גאנץ פארשטענדליך אז מיטן גרינדונג פון די קלוב זענען די אנגעשלאסענע מעמבערס געווען קאנפידענט אז צווישן זייערע גרעניצן וועט זיך אנטוויקלען די סוקסעס פון Powered flight.
זאכן האבן זיך אבער געטוישט אין 1899 ווען אינעם שטעטעלע Dayton אין Ohio האבן זיך צוויי ברידער פארקאטשעט די ארבל און זיך גענומען ארבעטן......

מער איבער די ווייטערדיגע אנטוויקלונגען אינעם קומענדיגן קאפיטל בעז"ה.

הגהות, הערות, פארשלאגן? א דאנק! אבער ביטע נאר דא.
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
אוועטאר
Ivelt Cockpit
שר חמישים ומאתים
תגובות: 272
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 05, 2020 11:19 pm
לאקאציע: ביי די קאנטראלס

Re: אוויאציע (סעריע)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ivelt Cockpit »

איך וועל מיך פרייען צו הערן הערות, קריטיק, קאמפלימענטן וכו' אין דעם ספעציעלן דיסקוסיע אשכול.

קאפיטל ג'
די צוויי Wright ברידער Wilbur און Orville האבן אינאיינעם געוואוינט אין Dayton Ohio אינאיינעם מיט א שוועסטער (א שוועסטער?! יא! אויך האבן זיי געהאט צוויי עלטערע ברידער, אבער די צוויי האבן געוואוינט עקסטער), זייער טאטע האט געדינט אלס א בישאף אין א קריסטליכע קירכע, זייער מאמע איז אין 1889 געשטארבן פון טובערקעלוזיס און די משפחה האט זיך געפירט זייער אייגענעם לעבן אין א הייזל אין Dayton.
אין א צופאל וואס האט מעגליך געטוישט די אויסגאנג פון היסטאריע, איז פאר Wilbur ארויסגעהאקט געווארן די אויבערשטע רייע פון ציינער ביי די 18 יאר בשעת'ן שפילן עפעס א ספארט, און צוליב דעם האט ער אפגעלייגט זיינע פלענער פון גיין שטודירן אין א קאלעדזש נאר איז געבליבן כלוא בבית פאר די קומענדיגע דריי יאר און עווענטועל געגרינדעט א ביציקל שאפ אינאיינעם מיט זיין ברודער אין Dayton.
אין זייער זייטיגע צייט האבן זיי גענוצט די שאפ זיך אפצוגעבן מיט זייער האבי, וואס איז געווען צו ערצייגן פארגעשריטענע גליידערס צו קענען נוצן פאר געהעריגע טראנספארטאציע.

ס'זענען פארהאן עטליכע סיבות פארוואס די Wrights זענען געווען מער סוקסעספול ווי אנדערע וועלכע האבן עס שטודירט און פרובירט לענגער ווי זיי, די צוויי הויפט סיבות זענען: ערשטנס, אינדערצייט וואס אנדערע זענען שוין געווען עקסייטעד אז ס'איז דא א גליידער און מ'דארף נאר טרעפן א פאסיגע ענדזשין וואס זאל עס קענען שלעפן, האבן די Wrights ענדערש געלייגט א דגוש צו אהערשטעלן א גליידער אויף וועלכע מ'קען האבן גוטע קאנטראל אין אלע ריכטונגען (ארויף אראפ און זייטיג), די אויפטרעף פון די פאסיגע ענדזשין האט שוין נאכגעפאלגט. צווייטנס, האבן די Wrights זייער פארזיכטיג געטעסט יעדע מאדעל אויף פארשידענע אופנים, הויפטזעכליך דורך א Wind-tunnel וואס זיי האבן אויפגעשטעלט אין זייער היים, דורפירנדיג טויזנטער קלענערע און גרעסערע טעסטס. אבער מער איבער דעם אין א נאכפאלגנדע חלק אין די סעריע איבער Aerodynamics.

די ברידער האבן באקומען כסדר'דיגע מאטיוואציע און אסאך פראקטישע אנווייזונגען פון א אינדזשעניר מיטן נאמען Octave Chanute מיט וועם זיי האבן פארטוישט הונדערטע בריוון דורכאויס די יארן.
Chanute איז געבוירן אין פראנקרייך (ווידער א פראנצויז), אבער אימיגרירט מיט זיינע עלטערן קיין אמעריקע ווען ער איז געווען 6 יאר אלט, ער האט געהאט א שטארקע אינטערעסע אין אוויאציע, און נאכגעפאלגט די העלדן אין דעם הינזיכט. Chanute האט אנגעוויזן פאר די Wrights וועלכע מאדעלן גליידערס נאכצומאכן פאר די שטערקסטע שאנס פון סוקסעס.

אין יאר 1899 האבן זיך די פאקטישע פראבעס אנגעהויבן, אמערסטנס אויף מיניטשור פראטא-טייפס פון גליידערס, און די גרעסערע האט מען געפירט ווי מ'פליעט מיט א קייט - אגעהאלטן דורך שטריק פון די אונטן.
זייער שטעטל אין אהייא איז נישט געווען די פאסיגע פלאץ וואו דורכצופירן זייערע טעסטס אויף די גרעסערע גליידערס, סיי די צושטופקייט פון די פלאץ און ווי אויך די ווינטן האבן נישט צאמגעשטעלט די בעסטע טעקסטשור פאר א טעסט סייט. אויף די ראהט פון נאציאנאלע וועטער עקספערטן האבן זיי אויסגעקליבן די בארטן-שטאט Kitty Hawk, North Carolina צו דורכפירן זייערע פראבעס.
די Wrights האבן אויך אין באטראכט גענומען די זאמטיגע בארטענעס אין Kitty Hawk וועלכע קענען דינען אלס א נאטורליכע קישן אין פאל פראבעס גייען נישט גוט.

אין Fall פון 1900 האבן זיך די Wrights אריבערגעפעקלט קיין Kitty Hawk מיטשלעפנדיג זאפאסן פון מאטריאל אויף דעם לאנגן 650 מייל'יגן וועג.
די טעסט זענען געווען היפש סוקסעספול, זיי זענען מייסטנס געגאנגען אין די פיסטריט פון א בארימטן גערמאנישער גליידער-אינדזשעניר Otto Lilienthal נוצנדיג זיינע מאדעלן אבער מיט פעסטע אימפראוומענטס פון זייערע אייגענע חידושים.
זיי האבן זיך אומגעקערט אהיים מיט פרישע חשבונות וויאזוי צו פארבעסערן די גליידערס, ביי דעם שטאפל האבן זיי געהאלטן אז מיט ברייטערע פליגלען וועט עס האבן א בעסערע קאנטראל.
דורכאויס די קומענדיגע חדשים האבן זיי טאקע געארבעט צו ערצייגן גליידערס לויט די ידיעות וואס זיי האבן זיך איינגעקויפט און זיך געגרייט אויף א פרישע רייזע אין די זומער פון 1901.
די ברידער האבן געארבעט זייער פלייסיג און זייער שטיל, זיי האבן גאנץ גוט געוואוסט אז די וועלט איז אין א געיעג צו דערגרייכן דאס זעלביגע וואס זיי זוכן צו דערגרייכן, און זיי זענען געווען אנטשלאסן צו זיין די געווינער. זיי האבן זייער ווייניג מיטגעטיילט מיט סיי וועם, און אויסער דעם אויבערדערמאנטן Chanute האבן זיי נישט צוגעלאזט קיין צושויער ביי זייערע טעסט.

אין 1901 האבן זיך די ברידער צוריקגעקערט קיין Kitty Hawk מאטיווירט צו ארבעטן און ערצייגן. זיי האבן געליטן גאנץ א שטארקע אנטוישונג ווען זייער גליידער מיט פליגלען פון 22 פיס לאנג האט נישט קאאפערירט אין די טעסטס. א סיסטעם וואס זיי האבן ערפינדן גערופן Wing warping מיט וועלכע מ'האט געדארפט צו קענען קאנטראלירן די ריכטונג פון די גליידער, האט זיך אינגאנצן נישט אויסגעארבעט.
זיי האבן באשלאסן אז די מהלך פון די ליליענטאל געבוי איז נישט אינגאנצן ריכטיג און זיי דארפן מאכן נאך אייגענע טעסטינגס אינדערהיים צו טרעפן די ריכטיגע געבוי פאר זייער פלי מאשין. (ליליענטאל זעלבסט איז געשטארבן פון א גליידער קרעש אין בערלין אין יאר 1896).
אנטוישט אבער נישט מיואש האבן זיי זיך צוריקגעקערט קיין אהייא פריער ווי ארגינעל געפלאנט און זיך גענומען בויען א Wind tunnel (א לאנגע ברייטע פייפ אין וועלכע מ'בלאזט דורך לופט מיט א פען וכדו' און מ'נוצט עס צו אויספראבירן די עפפקטס ווען זאכן פליען אין די לופט) דורך וועלכע זיי האבן געמאכט פארשריט אין זייער שטודיעס.

זייער דריטע הערבסט פון פראבעס אין 1902 איז געווען א שטארקע סוקסעס און זיי האבן זיך שוין ערלויבט אליין צו פליען אין די גליידער ליגנדיג אויף די בויך מיטן פנים אראפ. זייער פריינט Chanute איז ווידער געקומען פון זיין וואוינארט אין שיקאגא מיטצוהאלטן די פראבעס און זיי אנגעהויבן שטופן זיך צו נעמען זוכן א פאסיגע מאטאר פאר זייער פלי-מאשין.
ווי שוין געשריבן אויבן האבן זיך די Wrights נישט געיאגט מיטן געבן מאשין-קראפט פאר זייער גליידער, זיי האבן צום ערשט געוואלט זעהן אז ס'פליעט ווי ס'דארף צו זיין און ווערט אויסגעארבעט צו קענען פולשטענדיג קאנטראלירט ווערן דורך א מענטש וואס זיצט\ליגט דערין. אבער יעצט ווען Chanute האט זיי שוין רעקאמענדירט עס צו טוהן האבן זיי זיך גענומען צו די ארבעט. זיי האבן געוואוסט פונקטליך וואס זיי זוכן, אן ענדזשין מיט די מאקסימום קראפט צו קענען שלעפן דעם מאשין מיט א מענטש אין איר, אבער מיט די מינומום וואג כדי נישט צו פארשווערן אין די לופטן. זיי האבן זיך געוואנדן צו קאר פראדוצירער מיט זייער פארלאנג אבער האבן נישט אזוי שנעל געטראפן איינער וואס זאל קענען צושטעלן וואס זיי זוכן. במקום שאין איש האבן זיי זיך אליינס אראפגעזעצט און געשרין א בלו-פרינט פון אן ענדזשין פונקטליך לויט זייער חלום און געגעבן די ארבעט פאר זייערס אן ארבעטער אין די ביציקל-שאפ מיטן נאמען Charlie Taylor עס צו בויען.
טשארלי האט טאקע סוקסעספול באוויזן אהערצושטעלן דעם ענדזשין אין א קנאפע צוויי וואכן, און די Wrights האבן זיך געגרייט עס צו נוצן אינעם קומענדיגן פראבע-סעזאן, אינעם זומער פון 1903.


צוריק קיין פאריז איז דער עולם אויך נישט געשלאפן, די חברה האבן פעסט געארבעט זיך צו ארויפצוכאפן אויפן וואגן. די גרעסטע שאנס פאר סוקסעס האט ווארשיינליך געהאט א פראנצויזישער אפיציר מיטן נאמען Ferdinand Ferber. פערבער האט שוין ערצייגט עטליכע רעלאטיוו סוקסעספולע גליידערס און שוין געהאלטן גאנץ ווייט אין די ארבעט צו טרעפן א גוטע מאטאר פאר זיי. פערבער איז אויך געווען אין נאענטע פארבינדונג מיט Chanute און פון אים געהערט די פארשריט וואס די Wrights מאכן. Chanute האט אויך ארויסגעגעבן סודות\יסודות אויף וועלכע די Wrights האבן געבויעט און פערבער האט עס אנאליזירט און באטראכט צו נוצן.
ער איז שוין אבער אנגעקומען צו שפעט אינעם שפיל…...

פארלאזנדיג זייער שטוב אין סעפטעמבער פון 1903 ווען זיי שלעפן מיט זיך שטאף אהערצושטעלן א פול-איינגערישטע מאטאריזירטע גליידער, זענען די Wrights געווען זיכער ביי זיך אז אהיים קומען זיי שוין אלס געווינער. זיי האבן איבערגעלאזט ביי זייער עלטערע ברודער א פרעסס-קיט מיט אינפארמאציע, דאקומענטן און בילדער פון זייערע ערפינדונגען און אים אנגעזאגט אז ווען זיי שיקן א טעלעגראם אז זיי האבן דורכגעפירט א סוקסעספולע רייזע זאל ער עס אפטראגן צום לאקאלן Dayton journal אז ס'זאל געמאלדן ווערן.
די ערשטע פראבע אין די 1903 טעסט סעזאן איז נישט געווען סוקסעספול, די "Flyer" - ווי זיי האבן עס גערופן - איז געזונקען אין די זאמטיגע ערד.
אבער אין די ענדע איז היסטאריע געבראכן געווארן! ווען? וויאזוי? דאס וועט איר ליינען אין די קומענדיגע קאפיטל בעז"ה.

איך וועל מיך פרייען צו הערן הערות, קריטיק, קאמפלימענטן וכו' אין דעם ספעציעלן דיסקוסיע אשכול.
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
אוועטאר
Ivelt Cockpit
שר חמישים ומאתים
תגובות: 272
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 05, 2020 11:19 pm
לאקאציע: ביי די קאנטראלס

Re: אוויאציע (סעריע)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ivelt Cockpit »

א קאמענט? א דאנק אייך! אבער איין קלייניגקייט, פליז דא

קאפיטל ד'
ווי שוין געשריבן אין פאריגן ארטיקל האט זיך די 1903 סעזאן נישט אנגעהויבן אזוי גלאטיג.
די ברידער האבן זיך געהאט איינגעטיילט ביי די טעסטס אז איינס מאכט ווילבאר און איינס אורוויל, אבער דורכאויס די צייט האט זיך ארויסגעוויזן אז אורוויל טויגט בעסער צו פירן די גליידער\פלייער ווי ווילבאר. און ווירקליך ביי די ערשטע טעסט מאנטאג דעצעמבער דעם 14'טען, מיט ווילבאר ביי די קאנטראלס, האט זיך עס נישט געהויבן נאר אנשטאט איינגעזונקען אין די ווייכע זאמד, שעדיגנדיג דערביי א חלק פון די פלייער'ס סטרוקטור.
צוויי טעג האט געדויערט דורצופירן די נויטיגע ריפעירס, און דאנערשטאג אינדערפרי 10:35 האט זיך אורוויל צוגעזעצט - אדער ענדערש "צוגעלייגט" לויט די דעמאלטסדיגע דיזיין - צו פילאטירן דעם פלייער, און די נס איז געשעהן! א גליידער מיט אן גאז-געטריבענעם ענדזשין וועלכער דרייט צוויי פראפעלערס האט זיך געהויבן אין די לופטן!
די רייזע האט נישט לאנג געדויערט, בלויז 12 סעקונדעס האט ער זיך געהאלטן אין די לופטן דעקנדיג א שטרעקע פון ארום 120 פיס, די 5 צושויער וועמען די ברידער האבן געברענגט מיטצוהאלטן זייערע טעסט כדי צו האבן עדות פון זייערע עררייכונגען, האבן בשום אופן נישט געקענט פארשטיין די אויסערגעווענליכע ענטוזיאזם וואס האט אנגעכאפט די ברידער נאך די סוקסעספולע פלייט.
די Wrights האבן אבער געוואוסט אז זיי האבן דא ענדליך געבראכן היסטאריע, זייער שווערע ארבעט פון יארן האט זיך ביי דעם שטאפל פולשטענדיג אויסגעצאלט! און צו די זייט האט זיי היפש געשמעקט אז זיי זענען געוואונען די געיעג נאך Powered-flight.
זיי זענען דורכן טאג געפלויגן נאך דריי מאל, ווען ביי די פערטע מאל, האבן נאך 59 סעקונדעס, ווינטן אראפגעברענגט דעם פלייער און געמאכט אוממעגליך צו פליען אין איר א פיפטע מאל. אפילו פון די פערטע און לענגסטע פלייט האבן די פארזאמעלטע נישט געכאפט קיין גרויס התפעלות, אבער די ברידער זענען געווען זאט פאר דעם טאג.
ווען ס'זאל ווען זיין פריער אין דעם סעזאן וואלטן זיי ווען געפיקסט די מאשין און ווייטער געפלויגן דעם נעקסטן טאג אין איר, אבער היות זיי האבן פארשפראכן צו זיין אינדערהיים אויף די קראצמעך חגא (לאמיר נישט פארגעסן אז זייער טאטע איז געווען א קריסטליכע גלח) האבן זיי זיך געאיילט צו פאקן פעק און ריכטן די טריט צוריק קיין Dayton.

איידערן פארלאזן Kitty Hawk האבן זיי אפגעשיקט א טעלעגראם דורך Wetern Union (יא, זי האט זיך געגרינדעט אלס א טעלעגראף-סערוויס פירמע) צו זייער היימשטאט, און די באוואוסטע היסטארישע טעלעגראם ליינט זיך ווי פאלגנד:
"Success four flights thursday morning all against twenty one mile wind starting from level with engine power alone average speed through air thirty one miles longest 57 seconds inform press home christmas. Orevelle Wright."

און יא, איר האט גוט באמערקט! די היסטארישע טעלעגראם האט צוויי טעותים.
1) די פלייט איז געווען 59 סעקונדעס און נישט 57 (איך מיין, איבער צוויי סעקונדעס מאכסטו א בראטל?).
2) די נאמען פון Orville איז נישט ריכטיג ארויסגעשריבן.
אגב, איינע פון די אוויאציע ווערטלעך לויטעט, אז מ'קען זעהן די צוגעבינדנקייט צו אוויאציע פון א מענטש לויט זיין מיינונג וועלכע טעות איז ערגער. אינדערצייט וואס פאר סתם א מענטש וועט די גרייז אין אורוויל'ס נאמען זיין ערגער צוליב דעם וואס יעדע אות אין א טעלעגראם האט אסאך געקאסט און דא איז עס געשריבן מיט איין איבריגע אות, וועט פאר אן אוויאציע-ליבהאבער גיין אין לעבן די צוויי סעקונדעס פון סוקסעס וואס די טעלעגראם האט אראפגענומען.

די ערשטע צו ליינען דעם טעלעגראם איז געווען זייער פאטער Milton, וועלכער האט קוים געקענט ווארטן זיין טאכטער זאל אהיימקומען ער זאל קענען מיטיילן מיט איינעם די פרייליכע נייעס. די שמחה אין זייער הייזל קען מען זיך גרינג פארשטעלן, זיי האבן זיך געשפירט זייער שטאלץ צו זיין פאמיליע מיטגלידער מיט אזעלכע פיאנערן. די Wright טאכטער האט אבער געהאלטן דעם קאפ אויפן פלאץ, און צו אלעם ערשט אריבערגעלאפן צו איר ברודער Lorin ווען אין איר הענט ליגט די טעלעגראם אינאיינעם מיט די אויבערדערמאנטע קיט וואס האט ענהאלטן בילדער, דאקומענטן און פאקטן איבערגעלאזט דורך די ברידער איידערן זיך ארויסלאזן קיין NC.
ס'איז אינטערעסאנט אנצוצייכענען אז געוויסע שרייבן אז די סיבה פארוואס זי האט געשיקט איר ברודער און נישט אליין געגאנגען איז געווען צוליב באשיידנקייט. בכלל האבן זיך די Wrights געפירט זייער גלויביג, וו.צ.ב. די ברידער זענען קיינמאל נישט געפלויגן זונטאג און האבן אין יעדע וועטער און מצב געטראגן זייער פולע טראדיציאנעלע קליידונג אריינגערעכנט די היט מיט וואס מ'זעהט זיי אויף די בילדער.
אלנפאלס, ווען לארין האט אריינשפאצירט מיט א געהויבענע געמיט צום ביורא פון די דעיטאן דזשורנאל האט ער נישט געפינען קיינעם וואס זאל אנטיילנעמען אין זיין פרייד, דער פרעסע-מאן וואס איז געזעסן ביים טישל האט איבערגענומען דעם טעלעגראם און עס באטראכט פאר עטליכע סעקונדען און קאלט רעאגירט "57 סעקונדעס? קום צוריק נאכן פליען 57 מינוט".
לארין האט געזעהן אז ארגומענטן וועלן נישט קענען אויפווייזן פאר אן אומפארשטענדליכן יונג די שטארקע מיינונג פון אזא דערגרייכונג, האט ער זיך אומגעקערט אהיים מיט ליידיגע הענט, ריכטיגער געזאגט - מיט פולע הענט, ווייל די קיט איז געבליבן ביי אים.
אנטוישטערהייט האט משפחת Wright געליינט די העדליין פונעם דעיטאן דזשורנאל דעם נאכפאלגנדן אינדערפרי "געשעפטן איבערגעפילט מיט קונדן פאר קראצמעך שאפינג".

די איינציגע וואס האבן נאכגעפאלגט מיט אינטערעסע די פארשריט - און נישט דוקא אויף א פאזיטיווע וועג - זענען געווען די פראנצויזישע אוויאטארן, מעמבערס פון די Aero Club.
וואס האבן זיי געזאגט דערצו? און וויאזוי וועלן זיך זאכן ווייטער אויסקאכן?
פאלגט נאך מיט שפאנונג די קומענדיגע ארטיקל אין דעם סעריע וועלכע וועט ארויפגעלייגט ווערן גאר בקרוב אי"ה.


א קאמענט? א דאנק אייך! אבער איין קלייניגקייט, פליז דא
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
אוועטאר
Ivelt Cockpit
שר חמישים ומאתים
תגובות: 272
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 05, 2020 11:19 pm
לאקאציע: ביי די קאנטראלס

Re: אוויאציע (סעריע)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ivelt Cockpit »

לאזט איבער אייער פידבעק אינעם ספעציעלן אשכול. א דאנק!

קאפיטל ה'
אונזערע ליינער האבן שוין אפגעאטעמט מיט דערלייכטערונג, די יסוד פון פאוערד פלייט איז שוין אוועקגעשטעלט געווארן, און די עיקר היסטארישע חלק איז ב"ה געדעקט געווארן. יעצט וועלן מיר בלויז אוועקגעבן א קאפיטל-צוויי אויסצושמועסן אביסל וויאזוי די וועלט האט אויפגענומען די פרישע פארשריט און אנטוויקלונגען וואס זענען געמאכט געווארן במשך די נאכפאלגנדע יארן.

יא, אונזערע ליינער האבן שוין ב"ה אפגעאטעמט, אבער אינעם פראנצויזישן מעטרעפאל האבן א גרופע מענטשן הערשט יעצט אנגעהויבן שווער אטעמען. די גרופע באשטייט פון בארימטע פיאנערן, היסטארישע ערפינדער, לעגענדארע עקספערימענטער און רייכע לייט, מעמבערס פון די Aero Club de France וועלכע האבן זיך געשוואוירן ביי אלעם הייליגן אז אין פראנקרייך – וואו אוויאציע איז געבוירן – וועט אויך אט די שטיק היסטאריע געבראכן ווערן. זיי האבן נישט אזוי שנעל געהאלטן ביים אוועקגעבן די היסטארישע סטאטוס פאר צוויי יונגע אמעריקאנער.
די Wright ברידער – וועלכע האבן אויך געוואוסט ווער זייער גרעסטע קאמפאטישן איז – האבן זיך גאנץ שנעל געיאגט, און ביים ערשטן געלעגנהייט אפגעשיקט א בריוו צו די פירערשאפט אין די קלאב מיט א באריכט איבער זייערע עררייכונגען.

אין פאקט, נאך איידער די בריוו איז ערהאלטן געווארן דורך די קלאב מעמבער, זענען די שמועות שוין אנגעקומען קיין פאריז, און ביי די וועכנטליכע זיצונג פון אלע קלאב-מעמבערס איז א היציגע דעבאטע אנטשטאנען צו מ'זאל אננעמען די שמועות אלס וואר. פון איין זייט זענען געשטאנען אסאך ענטוזיאסטישע לייט וועלכע זענען געווען גרייט אנצונעמען די געשיכטע און נאר געוואלט זעהן אויב ס'וועט מעגליך זיין צו באקומען איינס פון די פלייערס פון די ברידער כדי עס צו קענען עקספערימענטירן און עס נעמען צו די נעקסטע שטאפל.
צווישן די וואס זענען געשטאנען אויף דעם זייט האט זיך ספעציעל ארויסגעזעהן דער אויבערדערמאנטער נעיווי אפיציר Ferdinand Ferber וועלכע האט שוין געהאלטן זייער ווייט מיט זיינע אייגענע אויפטרעפן, אבער ביי דעם שטאפל האט ער -צו אלעמענס שטוינונג - געהויבן דעם ווייסן פאן, און געשיקט Octave Chanute אלס א פארמיטלער צו די Wrights צו פארהאנדלען איבער קויפן א פלייער פון זיי.

פון די צווייטע זייט זענען געשטאנען פילע עלטערע עקספערטן וועלכע האבן בשום אופן נישט איינגעשטימט אנצונעמען די דורכברוך אלס לעגיטים. זיי האבן האסטיג גע'טענה'ט אז אויף דערווייל איז נישט דא קיין עדות'שאפט פון קיין איין איינציגע אוויאציע עקספערט וועלכע האט זיי שוין פאקטיש געזעהן פליען.
וואס אן אמת, איז די ארגומענט פון די צד שכנגד געווען גאנץ מסתבר, די Wrights זענען ממש געווען אבסעסד מיטן האלטן פרטים פון זייערע גליידערס אלס א שטרענגע געהיימניס, אפילו אין די נאכפאלגנדע יארן ביז 1908 ווען ס'האט זיך אפאר מאל געמאכט אז אוויאטארן האבן אפגעשטאט א וויזיט ביי זיי, האבן זיי נאר געצייגט עטליכע חלקים פון די פלייער אויף איין מאל, קיינמאל נישט די גאנצע געבוי. זיי האבן געהאלטן אז נאר אזוי זענען זיי פארזיכערט פון קאנקורענץ.

אזוי צו אזוי, צו מ'האט יא געגלייבט צו נישט געגלייבט, האבן די מעכאניזמס וואס די Wrights האבן געבויעט, זייער גוט געשטימט, און כמעט יעדער וואס האט געארבעט אויף צו ערצייגן עראפלאנען, האט אריבערגעטוישט רוב פון די בלו-פרינטס צו נאכמאכן די Wright מאדעלן, לויט די אינפא מיט וואס Chanute האט זיי געפיטערט.

צוריק קיין דעיטאן האבן זיך די ברידער גענומען העפטיג ארבעטן איינצוקעשן זייער ערפינדונג. צום אלעם ערשט האבן זיי זיך געאיילט צו פיילן פאר Patent רעכטן איבער די פארגעשריטענסטע לענדער אויף די וועלט, אריינגערעכנט אמעריקע, ענגלאנד און (פארשטייט זיך) פראנקרייך.
זיי האבן פארשטאנען אז די ערשטע וועלכע וועלן זיין אינטערעסירט אין דעם ערצייגונג וועלן זיין מיליטערן ארום די גלאוב, און זיי האבן זיך טאקע אנגעהויבן ווענדן צו די ארמיי פירער פון די דריי אויבערדערמאנטע לענדער צו אויפרייצן זייער אינטערעסע פאר א סעיל.
אבער דא האבן זיי זיך אנגעקלאפט אין גרויסע שוועריקייטן. ווי געשריבן האבן זיי געהאלטן די פלייערס טמיר ונעלם מעיני כל חי און אפילו פאר לענדער מיט וועם זיי זענען געווען אין געשפרעכן האבן זיי עס נישט באוויליגט צו צייגן נאר אויב מ'גאראנטירט זיי א דיעל, דאס האט גאנץ שנעל אפגעקילט פאטענציאלע קונים פון פארצוזעצן מיט האנדל-געשפרעכן.
אין צוגאב צו דעם האבן גענערעלער און מיליטערישע שישקעס אפן אויסגעדרוקט צווייפל אויב די פראדוקט איז בכלל די גרויסע ערפינדונג מיט וואס ס'ווערט אראפגעמאלן, אסאך האבן געהאלטן אז ס'וועט נישט זיין קיין אויפטוה אין מלחמה-זאנע וואו מ'קען נישט אייביג האבן די ליידיגע גלאטע שטרעקע וואס פארלאנגט זיך צו הייבן דעם פלייער, און בכלל האט די דעמאלטסדיגע Biplane נישט געהאט קיין פלאץ פאר מער ווי 2 מענטשן צו זיצן. אין זייער מיינונג האבן ארמייען ענדערש געדארפט לייגן די פאקוס אויף פארגעשריטענע באלאנען וועלכע קענען זיך הייבן פון סיי און איר קארב קען פארנעמען עטליכע מענטשן פלוס סופליי.
די ברידער האבן זיך שפעטער געוואנדן צו נאך לענדער ווי יאפאן, דייטשלאנד, רוסלאנד און איטאליע, אבער זאכן האבן זיך גערוקט שטאטער ווי זיי האבן געהאפט.
בכלל האבן זיי נישט גענאסן פון קיין גרויסע פאזיטיווע פרסום אין די אלגעמיינע גאס, אנגעהויבן מיט די דורכפאל ווען די דעיטאן דזשורנאל האט נישט געוואלט דעקן זייער ערשטע פלייט, און געענדיגט מיט א פאל ווען זיי האבן ספעציעל געלאדנט א רעפארטער צו שאו-אפפן פאר אים, אבער די וועטער האט פאר עטליכע טעג אין א ציה נישט ערלויבט קיין פליעראציעס און ער האט זיך אהיימגעקערט מיט ליידיגע הענט.
די פאל מיט די Wrights איז א ריכטיגע ביישפיל פון היסטארישע דורכברוכן וועלכע זענען היינט בארימט און פארהייליגט אבער האבן אין זייער-צייט בכלל נישט אזוי אמוזירט דעם געווענליכן המון-עם.

על כל פנים, די Wrights זענען שוין ביי יעצט געווען פיל מער קאנפידענט מיט זייער עראפלאן און ס'האט שוין נישט אויסגעפעלט די קאנדישינס אויף וואס זיי האבן געקליבן נארט קעראליינע צום פליען, האבן זיי אנשטאט געשלאסן א בונד מיט א חבר מיטן נאמען Huffman Prairie וואס האט געהאט א גרויסע פאשע-פעלד ארום 15 מייל - א האלבע שעה וועג פאר זיי - פון זייער היים אין דעיטאן, און דאס איז געווארן זייער נייע פלי סטאנציע. די פעלד - וועלכע איז יעצט א חלק פון אן עיר-פארס באזע אין אהייא - ווערט אפט באצייכנט אלס "די ערשטע עירפארט".
זיי האבן יעצט אממערסטנס געהאלטן פאר זייערע אויגן די ציהל פון ביזנעס, און העפטיג געארבעט עס צו מאכן א פראדוקט קענען גרינג פארקויפן.
ביז אריין אין 1905 האבן זיי געארבעט אויף צו מאכן זייער פלייער בעסער, שטערקער און מער פארגעשריטן, דערגרייכנדיג דערביי אסאך מיילסטאונס וו.צ.ב. מאכן א פולע סירקל מיט די פלייער און אויך די באוואוסטע רעקארד-פלייט אין October 1905 פון גאנצע 38 מינוט.

און יעצט, לאמיר אויף דערווייל לאזן די ברידער אויסרעכענען זייער ווייטערע שריט. און אינעם קומענדיגען ארטיקל וועלן מיר באגלייטן זייערע רייזעס פון 1908 ארום די וועלט צו פראמאוטען זייער עראפלאן, ווי אויך וועלן מיר זעהן וואס אנדערע אוויאטארן האבן אויפגעטוהן אין דעם צייט.

לאזט איבער אייער פידבעק אינעם ספעציעלן אשכול. א דאנק!
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
אוועטאר
Ivelt Cockpit
שר חמישים ומאתים
תגובות: 272
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 05, 2020 11:19 pm
לאקאציע: ביי די קאנטראלס

Re: אוויאציע (סעריע)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ivelt Cockpit »

ווי שטענדיג, וועל איך הנאה האבן אייך צו זעהן אין דעם אשכול פאר הערות און פראגעס.

קאפיטל ו'
נאך אזא לאנגע הפסק האב איך זיך געמוזט אביסל איבערפרישן איידער זיך נעמען שרייבן דעם לעצטן קאפיטל פון די היסטארישע חלק כדי צו קענען ממשיך זיין לויט די סדר ווי מיר האלטן. ס'איז כדי אז איר זאלט טוהן דאס זעלבע פארן ליינען.

נאכן אזויפיל צוזאמפליען ביז אין 1905 אריין זענען שוין די Wright ברידער געווען קאנפידענט אז זייער מאשין איז א דבר השלם הראוי לעלות על שולחן מלכים, זיי האבן שוין ניטאמאל געשפענדעט קיין עקסטערע צייט צום פליען מער. זיי האבן יעצט - ווי געשריבן - געלייגט זייער גאנצע געוויכט אויף שאפן גוטע קאנטראקטס, וואס איז זיי - ווי אויבן ערווענט - גאנץ שווער אנגעקומען.
די ברידער האבן זיך צוטיילט די ראלעס, אינדערצייט וואס ווילבאר האט זיך ארייינגעלייגט צו שאפן קונים אין די אייראפעאישע קאנטינענט, האט אורוויל באקומען די אויפגאבע צו טרעפן קונים אין די אמעריקאנע מארקעט, מער ספעציפיש - פרובירן צו שאפן די אמעריקאנע מיליטער אלס א קונה.
היסטאריקער זאגן אז ווילבאר איז געווען מער loud און היציג ביי נאטור, און אורוויל, כאטש וואס ער איז געווען פרייליכער און מער פאזיטיוו, איז ער אבער געווען שעמעדיגער און ענדערש צוריקגעצויגן. דאס געט צו פארשטיין פארוואס ווילבאר האט גענומען אויף זיך צו פארן קיין אייראפע און אורוויל האט ענדערש געסטיקט קיין אמעריקא.
על כל פנים. ווילבאר האט אין מאי פון 1907 אפגערייזט קיין יוראפ (נישט מיט קיין עראפלאן, נאר מיט א שיף! די שוסטער גייט בארוועס) צו ארבעטן אויף קאנטראקטס מיט עטליכע לענדער, אבער כאטש וואס די רייזע איז דאקומענטירט האב איך נישט געקענט טרעפן קיין מקורות וואס דערציילן אסאך דעטאלן איבער די רייזע, אזוי אז ס'לאזט זיך גלייבן אז קיין גרויסע דורכברוכן האט ער נישט געשאפן.
וואס איז אמאל זיכער איז אז מיט קיין אפמאך אין די האנט איז ער נישט אהיימגעקומען.

די פרישע יאר 1908 האט אבער מיטגעברענגט מיט זיך א גוט מזל פאר די Wrights.
אין ענדע פון יאר 1907 האבן זיי העפטיג געארבעט צו איבערצייגן די אמעריקאנע מיליטער זיך אראפצוזעצן פאר א דיעל. זייער ארבעט האט זיך גוט אויסגעצאלט ווען אין Dec. 23 האט די מיליטער ארויסגעלייגט א פאבליק ביד זיי צוצושטעלן אן עראפלאן פארן מיליטערישן באנוץ.
פארשטייט זיך אז פון אלע קאמפאניס וועלכע האבן זיך איינגעגעבן האט די רעגירונג אין Feb. 8 1908 אפיציעל אנגענומען די ביד פון די Wrights פאר אן 1,100 - 1,250 פונטיגן מאשין מיט פלאץ פאר צוויי צו זיצן און א מעגליכקייט פון פארן 40 MPH (הממ.....). די פרייז - $25,000 (לויט די חשבונות פון אינפלאציע שטעלט ער זיך עס צאם צו איבער $700,000 אין 2020 געלטער!).
די ברידער האבן יעצט געוויסט אז אויב ווילן זיי ריכטיג קענען פרעזענטירן זייער פראדוקט פאר פאטענציאלע קונים דארפן זיך צוריקזעצן צו די קאנטראלס זיך ווידער-היימיש צו מאכן מיט זייער פארגעסענע פליען-סקילס. זיי האבן אין מאי געשפענדעט אפאר טעג אין Kitty Hawk אין נארט קאראליינע זיך איבערצופרישן אביסל אין די פעלד.
ווילבאר איז תיכף געפארן פון דארט קיין ניו יארק צו כאפן א שיף קיין אייראפע וואו ער האט געפלאנט פארצושטעלן זיין פליגער - וואס ער האט שוין פון פריער אפגעשיקט מיט אן אנדערע שיף - פאר די ברייטע מאסן. אינדערצייט וואס אורוויל האט זיך געגרייט פארצושטעלן פאר די אמעריקאנע מיליטער דעם "פלייער" שפעטער אין די יאר.
אנקומענדיג מאי 29 אינעם פארט-שטאט La Harve אין פראנקרייך, האט פאר ווילבאר'ן אפגעווארט גאנץ אן אומאנגענעמען איבעראשונג, זיין פלייער - וועלכער איז אנגעקומען פאר אים - האט געליטן אסאך שאדנס אין די הענט פון די פראנצויזישע קאסטומס אגענטורן וועלכע האבן קיין מושג נישט געהאט וויאזוי זיך אפצוגעבן מיט אזעלכע סארט מאשינען, זיי האבן עס זייער פאצעריש אויסגעפאקט פון די שיפינג crate, און אן קיין טראפ עקספעריענס וויאזוי צו האנדלען מיט אזעלכע האקעלע באשטאנדטיילן, האבן זיי עס געלאזט שטיין א שטיק צייט אינדרויסן פון די crate און דאס האט געברענגט אסאך שאדנס. ער האט יעצט געדארפט אוועקגעבן דעם גאנצן זוממער צוריקצושטעלן די פלייער צו איר ארגינעלן פארעם אז עס זאל זיין ראוי צו פליען מיט איר.
אין אוגוסט האט ער שוין ענדליך געהאט די מאשין גרייט צום באנוץ און ער האט צאמגערופן א גרויסע שאו ביי א טייך אין די שטעטל Le Mans, ארום 120 מייל פון פאריז.
א ריזיגע ציבור פון טויזענטער זענען זיך צאמגעקומען אום אוגוסט 8 (שבת נחמו תרס"ח - ולמספרם 08/08/08) צו באטראכטן וויאזוי ווילבאר פירט דעם עראפלאן, אין שפיץ האבן זיך אנגעזעהן די פיאנערן פון די Aero Club de France וועמענס נייגער-שטאפלען זענען געווען אויף די העכסטע ניווא, נישט וויסנדיג וואס צו ערווארטן אז זיי וועלן זעהן היינט.
ווילבאר האט זיך צום ערשט געהויבן ארומפליענדיג פאר 1 מינוט און 45 סעקונדעס אין די קלארע זומער הימלען, די צושויער אויף די ערד זענען פשוט געשטאנען געפלעפט מיט אפענע מיילער, די פלייער האט זיך ווי געשמאק ארומגעגליטשט דארט אויבן ווען ווילבאר האנדלט סוקסעספול יעדע מאנואווערע און טורן.
די פארזאמעלטע אויף די ערד האבן אים ענטפאנגען נאך זיין Smooth לאנדונג מיט פארטויבנדע אפלאדיסמענטן, זיי זענען נישט זאט געווארן פון מיטהאלטן עטליכע מאל ווי ער הייבט זיך, פליט ארום און לאנדעט צוריק מיט א משונה'דיגע גלאטקייט פון אנהייב ביז די ענדע.
די בארימסטע ערפינדער האבן זיך געשפירט נאריש מיט זייער פארשריט קעגן וואס זייערע אויגן האבן צוגעזעהן, ווי צוקוקער האבן זיך אויסגעדריקט האט עס געמאכט די אנדערע ערפינדער "אויסקוקן קינדעריש קעגן די Wrights". די פראנצויזישע העלדן האבן אויפן פלאץ געבויגן די קאפ צו ווילבאר און אים געקומען גראטולירן, זיי האבן זיך אליינס אויסגעדרוקט אז "ס'איז א נייע תקופה פאר אוויאציע" נאך וואס זיי האבן דאס צוגעזעהן.
הונדערטע מענטשן האבן זיך אינעם קומענדיגן זונטאג פארזאמלט האפנדיג אז ווילבאר וועט נאכאמאל זיך באווייזן ווי נעכטן, אבער זיי האבן פארגעסן אז אלס א גלויביגער קריסט פליהט ער קיינמאל נישט אין קיין זונטאג!
אין די נאכפאלגענדע טעג האבן צייטונגען פארעפנטליכט פייערליכע ארטיקלען מיט ברייטע דעקונג איבער די שאו, און די אלע וואס האבן קריטיקירט די ברידער און זיי באצייכנט אלס "בלאפפער" דורכאויס די יארן זענען ארויסגעקומען זיך אנטשולדיגן. שפעטער איז ווילבאר אפיציעל באעהרט געווארן דורך די Aero Club מיט אן Award אויף זיינע דערגרייכונגען.
אויפן ארט פון די פארשטעלונג איז היינט צוטאגס דא א גאס אויפן נאמען פון ווילבאר און א מאנומענט פון זיין געשטאלט איז אוועקגעשטעלט אין אן ארטיגן פארק.
היסטאריקער זאגן אז די טאג האט געהאט אן מאסיווע עפפעקט אויף די פארשריט פון אוויאציע, ווייל דורך די שאו זענען אלע אינדזשענירן און ערפינדער איבערצייגט געווארן צו ארבעטן אויף די זעלבע איין מהלך וואס איז געווארן ערפינדן דורך די Wrights, און דאס האט געברענגט אז די אוויאציע אינדוסטריע זאל זיך נעמען רוקן מיט שנעלערע פארשריט.

צוריק צום אמעריקאנעם קאנטינענט האט די מיליטער באשטימט די טעג פון סעפטמבער צו געבן א געלעגנהייט פאר אורוויל צו ווייזן די פלייער אויף וועלכע ער האט געבידט.
ענדע אוגוסט איז אורוויל אנגעקומען צו די Fort Myer ארמיי-באזע אין ווירדזשיניע (די באזע שטייט שוין נישט היינט, אבער אסאך אינטערעסאנטע מיליטערישע בנינים גייען נאך אן דארט - ס'איז א שמועס פאר זיך) און צאמגעשטעלט זיין פלייער. סעפטעמבער 9 האט ער אנגעהויבן מיט א רונדע פון באווייזן די געצייג פאר עטליכע טעג אין א ציה.
די מיליטערישע פירער האבן זיך צוגעקוקט איבערגענומען און באאיינדרוקט פון וואס זיי האבן געזעהן, דורכאויס די קומענדיגע טעג האט אורוויל געהאלטן אין איין ברעכן פרישע רעקארדס פליענדיג מיט און אן פאסאנזשירן ביי נייע הויכקייטן און פרישע לענג פון רייזעס.
ער האט זיי געהאלטן געשפאנט ביז סעפטעמבער 17 ווען נאך עטליכע סוקסעספולע פלייטס האט א פלוצימ'דיגע טראגעדיע געצווינגען איבערצושניידן די פלי-פראבעס אויף דערווייל. ארום 5 אזייגער נאכמיטאג זייענדיג 75 פיס אינדערהייך אינאיינעם מיט נאך א פאסאנדזשיר האט זיך די פראפעלער פלוצלינג צובראכן און געברענגט דעם גאנצן פליגער אראפצוקראכן אויפן פעלד פארנט פון די אויגן פון 2,000 צושוידערטע צוקוקער.
די מיטרייזנדער, טאמעס סעלפרידזש - א לוטענטאט אין די ארמיי - איז געפאלן אויף זיין קאפ, און אויך זיין שדרה איז געשעדיגט געווארן, ער איז נאך אין יענעם טאג דערקלערט געווארן אלס טויט. זיין טויט איז פארשבריבן אין די היסטאריע אלס די ערשטע טויט-פאל דורך פאוערד-פלייט.
ווילבאר זעלבסט איז אויך ערנסט געשעדיגט געווארן, אמערסטנס האט עס שווער-אפעקטירט זיין פיס וועלכע האט געדארפט אנקומען צו קריטישע באהאנדלונג. צו זיין מזל איז זיין שוועסטער Katharine געווען מיט אים אויף די רייזע און זי האט אים באגלייט צו די ארמיי-שפיטאל אין ווירדזשיניע וואו ער איז אפגעלעגן 7 וואכן.
Katharine האט גענומען עמערדזשענסי אורלויב פון איר ארבעט אלס טיטשער פאר עטליכע וואכן (עווענטועל האט זי גענצליך געדארפט אויפגעבן איר דזשאב צוליב די פארצויגענע באהאנדלונגען) דורכאויס די צייט האט זי נישט אפגעטרעטן פון זיין בעט באדינענדיג אים מיט א אויסערגעווענליכע געטריישאפט, און איבער אלעם האט זי נישט אויפגעהערט אים צו באגיסן מיט פאזיטיווע ווערטער אויף זיין עתיד און אויף די עתיד פון אוויאציע. אורוויל האט שפעטער געזאגט אז ווען נישט זיין שוועסטער וואלט ער זיכער געשטארבן. (פארהאן איין אוויאציע-היסטאריקער היינט וואס איז ממש אבסעסד מיטן איר קרעדיטן און ארויסברענגען איר טייל אין היסטאריע).

עפילאג
די שווערע פאל ביי די ארמיי האט טאקע אפגעשטופט די טעסטן און - אין רעזולטאט - דאס אונטערשרייבן אן אפמאך אויף א פלייער פאר די מיליטער. אבער, דאס איז טאקע בלויז געווען "אפגעשטופט" די דיעלס זענען שפעטער יא געשלאסן געווארן און ס'איז איבריג צו פארציילן וויפיל די ארמיי האט שוין איינגעקעשט קעגן יענע $25,000.

די Wrights האבן געעפנט זייער אייגענע עראפלאן-פראדוקשן קאמפאני, פון וואו ארויס זיי האבן פארקויפט צענדליגע פליגערס איבער די גאנצע וועלט. זיי האבן גענאסן פון אלוועלטליכע רוהם, און געווארן גאר פאפולערע פערזאנען. קאמיש איז, אז ווידער האבן די איינוואוינער פון זייער אייגן לאנד - די פאראייניגטע שטאטן - פארזעהן צו אנערקענען זייער ווערד, און די Wrights זענען טאקע אסאך געפארן קיין אייראפע וואו מ'האט אנערקענט זייער ארבעט און אויפטוען געבנדיג זיי די געפיל פון העלדן, א זאך וואס די אמעריקאנער האבן פארפעלט צו טוהן בחייהם.
ווילבאר איז געשטארבן אין 1912 נאכן כאפן Typhoid fever ביים עסן אן אנגעשטעקט מאכל ביי א רייזע אין באסטאן. אורוויל האט דעמאלטס פארקויפט זייער קאמפאני פאר 1.5 מיליאן דאללער, און זיך צוריקגעקערט צו א שטילע לעבנס-שטייגער אין דעיטאן, אהייא.
די אינדוסטרי איז זיך זייער שנעל צואוואקסן ארויס פון די געצוימטע מיליטערישע באנצוץ און איז היינט אן אינדוסטרי וועלכע מאכט אויס - מיט אלע אירע פליגלען - א שיינע פאר פראצענט פון די וועלטס עקענאמיע.

אויספיר
מיט דעם שליסן מיר אונזער ערשטע חלק פון די אוויאציע סעריע, וואס איז איבער "אוויאציע היסטאריע".
ס'איז איבריג צו זאגן אז ס'האט בלויז בארירט די שפיץ פון איינע פון די הויפענעס פון חומר וואס איז פארהאן צו רעדן אין דעם נושא. איך האב זייער מצמצם געווען צו רעדן פון פרטים איבער די פערזענליכקייט פון די Wright ברידער און זייער לעבנס-שטייגער, ווי אויך האב איך קוים עפעס גערעדט איבער אנדערע בארימטע אוויאטארן וואס האבן אויך איבערגעלאזט ערנסטע פינגער-אפדרוקן אין די פעלד און נאך ענינים. אבער האלטנדיג פאר די אויגן די ציהל פון די סעריע - נעמליך, צו ברענגען זאכן פאר די ליינער אויף די קלארסטע און פארשטענדליכסטע אופן שייך - האב איך געדארפט שניידן אסאך אינטרעסאנטע ידיעות.
פארהאן נאך אסאך זאכן וואס האבן זיך אנטוויקלט אין נאכפאלגענדע יארן צו וועלכע מיר וועלן נאך יא צוריק קומען בעזר ה', דאס זענען זאכן א שטייגער ווי: די גרינדונג און היסטאריע פון עירליינס, די גרינדונג און היסטאריע פון לופט פעלדער, און נאך. יעדע זאך וועט בעז"ה צולייגט ווערן אין זיין אייגענעם חלק אינעם סעריע.

איך האף אז אסאך אידן האבן הנאה געהאט פון די ביז-יעצטיגע קאפיטלען אין די סעריע, איך קוק ארויס ווייטער צו מהנה זיין אלע וואס האבן אן אינטערעסע אין אוויאציע והמסתעף.
ביטע נעמט א מינוט אפצוגעבן אייער שטימע אין די שטים בודקע וואס ס'זאל זיין חלק ב' אינעם סעריע, פרייע טראנספארטאציע איז צוגעשטעלט צו די שטים-לאקאל עקסקלוסיוו פאר אייוועלט ליינער.
די שטימעס וועלן אי"ה געציילט ווערן דעם קומענדיגן דאנערשטאג און מ'וועט זיך רוקן פאראויס בסייעתא דשמיא.

ווי שטענדיג, וועל איך הנאה האבן אייך צו זעהן אין דעם אשכול פאר הערות און פראגעס.
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
אוועטאר
Ivelt Cockpit
שר חמישים ומאתים
תגובות: 272
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 05, 2020 11:19 pm
לאקאציע: ביי די קאנטראלס

Re: אוויאציע (סעריע)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ivelt Cockpit »

האט איר א שאלה איבער וואס איר ליינט דא, אדער אויף סיי וואס איבער אוויאציע? פרעגט עס דא! א קאמפלימענט אויף די סעריע? אויך דא! א הערה אויף די תוכן? ווידעראמאל דא!

וועלקאם בעק צו אונזער סעריע וואו מיר דעקן ידיעות איבער אוויאציע פון אלע אספעקטן.
מיר האבן זיך ערלויבט צו נעמען א לאנגע איבעררייס און פארלאזן דעם ווינקל צוליב אסאך סיבות, אריינגערעכנט אז מיר האבן זיך געוואלט נענטער באקענען מיט אסאך נושאים פון וועלכע מיר וועלן ווייטער רעדן (א זאך וואס איז אונז גאנץ קנאפ געלונגען due to covid).
סיי וויאזוי, אויף יעצט פרישן מיר איבער דעם סעריע, מיר ווילן בעז"ה ארויפלייגן צוויי קאפיטלען א וואך, איינס מאנטאג אינדערפרי און איינס דאנערשטאג נאכמיטאג, איך האף אז מ'זאל מיך עס ערמעגליכן פון אויבן.

די קומענדיגע חלק אין די סעריע וועט זיין איבער די פילאטן - אזויווי רוב שטימעס האבן געבעטן.
די ערשטע קאפיטלען וועלן זיין רייך אין טעכנישע און לעגאלע אינפארמאציע, און די שפעטערע קאפיטלען וועלן נאכפאלגן מיט ידיעות איבער די פראצעדורן און לעבנס-שטייגער.
איך האף אז ס'וועט זיין אינטערעסאנט פאר די ליינער, און די סעריע וועט פארזעצן מיט הצלחה.


[align=center]חלק ב' - די פילאטן[/align]
קאפיטל א'
די געשטאלטן וועלכע קומען אונז ארויף אויפן געדאנק ווען מיר טראכטן פון די ווארט "פילאט", זענען באשניפסעלטע לייט אין א יוניפארם געשטרייפט ביי די ערמל און אויף די אקסלען, וועלכע זיצן אין די קאבינע פון ריזיגע עירליין פליגער.
מיר וועלן אין שפעטערע קאפיטלען צוריקומען צו די געשעצטע דעלטא און יונייטעד פילאטן וועלכע רופן אויס עהרע ווען מ'זעהט זיי אדורכיאגן די קארידארן פון די לופט-פעלדער. אבער אויף היינט לאמיר זיך צוערשט באקענען מיט די לעגאלע און טעכנישע חלקים וואס מען דארף דורכגיין צו ווערן "א פילאט", און נישט דוקא פאר אן עירליין.

די FAA (ר"ת Federal Aviation Administration) איז די גאווערמענט אגענטור וועלכע רעגולירט אלעס ארום אוויאציע. אנדערש ווי - צום ביישפיל - דרייווינג געזעצן, וועלכע ווערן קאנטראלירט דורך יעדע סטעיט באזונדער, און אויך די דרייווינג לייסענס וווערן ארויסגעגעבן דורך יעדע סטעיטס DMV באזונדער, איז די FAA איין גרויסע פעדעראלע קערפערשאפט וועלכע שטעלט אוועק די געזעצן און רעגולאציעס פאר די גאנצע לאנד צוגלייך, און עס זענען נישט דא קיין געזעצן וואס טוישן זיך פון איין סטעיט צום צווייטן.
אגב, וויבאלד פליען איז א זאך וואס גייט זייער אפט אינטערנאציאנאל זענען אויך דא אלוועלטליכע אגענטורן וועלכע שטעלן רעגולאציעס, אבער מיר וועלן דאס לאזן פאר א שפעטערע חלק אין די סעריע.
די FAA איז די אגענטור פון וועם מ'דארף באקומען לייסענס צו קענען פירן סיי וועלכע מאשין אין די לופטן. אנגעהויבן פון א קליינטשיגע דראון און געענדיגט ביי די ריזיגע 747, מיט א גליידער העליקאפטער און אלעס אינצווישן.

אגב, מיר דארפן זיך צוגעוואוינען אז ביי פילע זאכן וואס זענען נוגע פאר אוויאציע וועלן מיר זיך באגעגענען מיט עטליכע טערמינען, וו.צ.ב. די שטיבל אין וואס די פילאטן זיצן און מיר קענען עס אלס די "Cockpit" וועט אין א פראפעסיאנעלע שפראך ווערן גערופן "Flight Deck".
די זעלבע איז מיט דעם, בשעת וואס מיר וועלן עס רופן "לייסענס" וועלן זיך די געזעץ ביכער באציען צו דעם אלס "Certificate".

די קארטל:
די אייגנטליכע לייסענס קארטל זעהט אויס די זעלבע פאר א סטודענט פילאט און אן עירליין פילאט, סאיז א פלאסטישע גרינליך-בלויע קארטל מיט די בילד פון די Wright ברידער און זייער ערשטע עראפלאן אין די בעקגראונד. די חילוק איז אין איין שורה וואס דערמאנט וועלכע סארט לייסענס ס'איז.
רעדנדיג פון די לייסענס מיט די Wright ברידער איז אינטערעסאנט צו באמערקן אז אין 1927 ווען די רעגירונג האט אנגעהובין טיילן פילאט לייסענס האט מען געוואלט געבן דעם כבוד פאר Orville Wright וועלכער האט נאך דעמאלטס געלעבט צו באקומען די ערשטע לייסענס, אבער ער האט עס אפגעזאגט צוליב וואס ער איז שוין נישט געווען אקטיוו אין פליען, אויך האט אים נישט געפאסט אז ס'וועט אויסקוקן ווי כאילו ער דארף א באשטעטיגונג פון די רעגירונג אז ער קען פליען. דוחה כבוד מפני כבוד. די עהרע איז אלזא געגעבן געווארן פאר א צווייטן.
פילאט לייסענס האט נישט קיין בילד פונעם פילאט אויף זיך, ס'קען אלזא נישט גענוצט ווערן אלס קיין פיקטשער איי.די., אויף די גאר אלטע לייסענס - אריינגערעכנט די סאמע ערשטע - ערשיינט יא א בילד פון די פילאט אויף דעם, איך בין נישט קלאר ווען ס'האט זיך אויפגעהערט. אזויפיל ווייס איך יא אז אין 2004 איז דורכגעפירט געווארן א געזעץ אין קאנגרעס אז די FAA זאל מאכן מאכן טוישונגען צו די לייסענס קארטל עס צו מאכן מער פארזיכערט און שווערער צו פעלשן, און איינע פון די זאכן פארלאנגען איז געווען אז יעדע לייסענס זאל האבן א בילד און אפילו פינגערפרינטס. למעשה איז גארנישט געטוהן געווארן און ס'האט געדויערט ביז אין 2010 ווען די FAA האט זיך צאמגעקליבן צו אויסרופן די נייע רעגולאציעס, זיי האבן ארויסגעגעבן א פראפאסעל פאר די נייע רול, גענומען קאמענטס, און ווייניגער ווי א יאר דערויף האבן זיי איינגע….. אאאאאאך! שטותים! ס'האט געדויערט נאך 5 יאר ביז זיי האבן ארויסגעלייגט א נייע סעט פון רולס צו אויספירן די געזעץ וואס קאנגרעס האט דורכגעפירט, און אויף די נושא ספעציפיש שרייבן זיי "No change to current regulation".
די סיבה פארוואס זיי פארלאנגען טאקע נישט דא קיין בילד, איז פשוט ווייל ס'איז פאר זיי צו א גרויסע קאפ ווייטאג, אפליקאציעס ווערן יעצט אריינגעגעבן נאר אנליין אדער דורך די פאסט, די טעסטס וואס מ'דארף דורכגיין ווערן נישט אפגעהאלטן אויף א ספעציפישע לאקעישן. ס'וואלט זיי געווען א ריזיגע קאפ ווייטאג צו דארפן האבן יעדעם וואס נעמט ארויס א לייסענס, אויף אן ארט וואו מ'קען כאפן א בילד. נא, אז מ'קען זיך מאכן גרינגער, פארוואס זיך מאכן שווערער?

פארלאנגען:
ס'זענען פארהאן אסאך שטאפלען פון לייסענס, יעדע סארט קומט מיט זיינע "Limitations and Privileges" (צוימונגען און רעכטן), און ווי פארשטענדליך וועט מען דארפן נאכקומען מער פאדערונגען (Requirements) כדי צו ערהאלטן א גרעסערע לעוול סערטיפיקאט.
איין פארלאנג איז די זעלבע, כדי צו קענען באקומען סיי וועלכע סארט לייסענס דארף מען קענען ליינען שרייבן און רעדן ענגליש. ענגליש איז אנגענומען אלס די אינטערנאציאנאלע שפראך, בפרט ווען ס'קומט צו אוויאציע. "אלע" קאנטראל טאוערס איבער די וועלט (יא, אויך די כינעזע סו-האן-גאם און די בראזיליאנע אנטאניא לאפאריטאו) קאמיוניקירן בדרך כלל מיט די פילאטן אויף די ענגלישע שפראך. ס'זענען דא פארשידענע אויסנעמען צו דעם, אין לענדער וואו די שפראך איז שפאניש אדער פראנצויזיש וועלן די קאנטראלערס יא טיילמאל רעדן צו א פילאט וואס רעדט נאר די ארטיגע שפראך, אויף זייער לשון. די FAA ערלויבט אויך פאר פריוואטע פילאטן וואס פליען נישט פאר קיין עירליין צו רעדן צו די קאנטראלער אויף סיי וועלכע שפראך ביידע פארשטייען.
די ענגליש וואס ווערט גענוצט אין אוויאציע (Aviation English) איז פאר זיך אזויווי אן אייגענע שפראך, פונקט ווי ענגליש ווערט גערעדט אביסל אנדערש אין אמעריקע ווי אין ענגלאנד, האט זיך די ATC א שפראך וואס איז כאילו אן אפצווייג פאר זיך, מיט אירע אייגענע ווערטער אין איר לעקסיקאן און אויך די אויסשפראך וויאזוי ס'ווערט ארויסגעזאגט.
ס'זענען דא נאך פארלאנגען וואס מ'דארף נאכקומען, א שטייגער ווי די יארגאנג וכדו', אבער דאס ווענדט זיך לויט וואספארא לייסענס מ'האט, און מ'וועט עס אויסשמועסן אינעם קומענדיגן קאפיטל בעז"ה ביים באהאנדלען די פארשידענע סארטן לייסענס און אלעס ארום.

האט איר א שאלה איבער וואס איר ליינט דא, אדער אויף סיי וואס איבער אוויאציע? פרעגט עס דא! א קאמפלימענט אויף די סעריע? אויך דא! א הערה אויף די תוכן? ווידעראמאל דא!
לעצט פארראכטן דורך Ivelt Cockpit אום דאנערשטאג נאוועמבער 05, 2020 5:33 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
אוועטאר
Ivelt Cockpit
שר חמישים ומאתים
תגובות: 272
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 05, 2020 11:19 pm
לאקאציע: ביי די קאנטראלס

Re: אוויאציע (סעריע)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ivelt Cockpit »

זאגט\פרעגט\הערט\קאמענט אלעס איבער אוויאציע בכלל און די סעריע בפרט אין דעם אשכול.

קאפיטל ב'
אצינד לאמיר דורכגיין אלע סארטן לייסענס' וואס די FAA געט פאר עראפלאן פילאטן.

שלב א' איז צו באקומען א סטודענט לייסענס.
די סטודענט סערטיפיקעט קען מען נישט ממש רופן א "לייסענס" ווייל ס'געט באמת נישט קיין שום ערנסטע רעכטן. ס'איז ענדערש ענליך צו די "דרייווערס פערמיט" וואס מ'באקומט איידערן באקומען א "דרייווערס לייסענס".
מיט די סטודענט לייסענס קען מען נישט פירן קיין פאסאנדזשירן, נישט פליען ווען די זעה מעגליכקייטן זענען שוואך, וו.צ.ב. ביינאכט אדער אין שווערע וועטערס, נישט פליען אין קיין פארנומענע פלעצער, וו.צ.ב. ארום גרויסע עירפארטס און נאך צוימונגען.
די סטודענט לייסענס געט בעיקר די רעכט אז נאכן ערהאלטן אן "ענדארסמענט" פון א CFI (ר"ת פון Certified Flight Instructor) קען מען מיט דעם לייסענס פירן אן עראפלאן אליינס, א זאך וואס ווערט גערופן Solo. אבער מער וועגן דעם שפעטער.
ס'קאסט נישט קיין געלט צו באקומען א סטודענט פילאט לייסענס, און מ'דארף נישט דורכגיין קיין שום טרעינינג אדער טעסט. די איינציגסטע פארלאנגען זענען, זיין ווייניגסטנס 16 יאר אלט, און קענען ליינען, שרייבן און רעדן ענגליש. עס נעמט נישט מער ווי אפאר מינוט אויסצופילן אן אנליין אפליקאציע צו ערהאלטן די לייסענס.
אין פאקט זענען דא טויזנטע וואס מאכן זיך אזא לייסענס סתם ווייל ס'איז אומזינסט און ס'איז cool צו האבן.
אבער א רגע! לויף נאכנישט מאכן אזאנס! די דאטאבעיס פון יעדער וואס האט סיי וועלכע FAA לייסענס איז פאבליק, אריינגערעכנט די נאמען, אדרעס און געוויסע כלליות'דיגע פרטים פון די געזונט-צושטאנד. (די אדרעס קען מען באהאלטן מיט א ספעציעלע ריקוועסט).

מיט די סטודענט לייסענס אין די האנט קען מען זיך נעמען רוקן צום נעקסטן לעוועל.
די נעקסטע לעוועל ווערט שוין צוטיילט אין אפאר. געווענליך וועט מען וועלן גלייך גיין צו "פרייוועט פילאט" לייסענס, וואס דאס איז א לייסענס וואס געט די מערסטע רעכטן פאר ווער ס'וויל עס האבן צו פליען סתם פאר שוואוילטאג און פאר פריוואטע רייזעס, און אויך מוז מען עס האבן איידערן גיין צו די קומענדיגע לייסענס מיט וועלכע מ'קען שוין פליען פאר ביזנעס.
ס'זענען דא צוויי קלענערע מדריגות אויך, אבער כדי נישט צו צומישן דעם ליינער (אויב זענט איר נאכנישט), וועט מען קודם שרייבן וועגן "פרייוועט פילאט" און באלד צוריקומען צו דעם.

1) ספארטס פילאט.
מער וועגן דעם שפעטער

2) רעקריעשענעל פילאט.
מער וועגן דעם שפעטער.

3) פרייוועט פילאט.
דאס איז די סארט לייסענס וואס די FAA געט ארויס די מערסטע פון איר א יאר.
כדי צו ערהאלטן די לייסענס דארף מען זיין כאטש 17 יאר אלט.
אנדערש ווי ביי א "ראוד טעסט" ווען ס'גייט בכלל נישט אן פאר די עקזעמינער וויפיל שעות איר זענט שוין געזעצן ביים רעדל און וויפיל שעה איר האט באקומען לעקציעס, איז ביי פילאט לייסענס אלעס שטרענג נאכגעקוקט. פאר א פרייוועט פילאט לייסענס צום ביישפיל דארף מען שוין האבן רעקארדירט 40 שעה וואס מ'איז געפלויגן אין אן עראפלאן. 20 פון די שעות דארפן זיין שעות געפלויגן אינאיינעם מיט א CFI (גערופן אינסטראקשן טיים), 10 פון די שעות דארפן זיין דוקא שעות וועלכע מ'האט אליין געפירט דעם עראפלאן (גערופן Solo) און די איבריגע 10 איז נישט קיין נפק"מ.
נאכן זיך אנזאמלען די פארלאנגטע צאל שעות גייט מען אויף א טעסט אין וועלכע מ'דארף ענטפערן שריפטליכע און מונדליכע פראגעס וואו מ'ווערט פארהערט אויף די ידיעות וואס מ'האט אין אוויאציע, און די עיקר איז - ווי פארשטענדליך - די "טשעקרייד", וואס איז אזויווי די ראוד טעסט ביי א קאר, וואו די עקזעמינער באטראכט וויאזוי מ'פירט דעם פליגער, און אויב טויגט מען, היידא!
מיט די PPL אין די בערזל זענען די הימלען שוין פריי צו פליען פאר סיי וועלכע אייגענע צוועק, סיי פאר שוואוילטאג, אדער פאר פערזענליכע טראנספארטאציע. מ'איז שוין ערלויבט צו טראגן פאסאנדזשירן און נאך.
די עיקר לימיטעישן מיט די PPL איז אז מ'טאר נישט באקומען קיין געלט פארן פליען, דאס מיינט אז מ'קען נישט אננעמען קיין שום דזשאב צו פליען פאר באצאלט. נישט טראגן קיין מענטשן, קיין פעקלעך (cargo) און אפילו פליען אן קיינעם אין די עראפלאן, וו.צ.ב. צו פאטאגראפירן סצענעס פונדערהויעך. דאס מיינט אז אויב איר ווילט נעמען די נעפיוס אויף א חול המועד טריפ אין די וואלקענעס טארט איר לעגאל נישט באקומען קיין געלט פון די ברידער פארן נעמען זיינע קינדער! נאך מער פון דעם, אויב מען פליהט מיט אפאר מענטשן - נאך 3 צום ביישפיל - טארן זיי נישט נעמען א גרעסערע חלק אין די הוצאות פון די טריפ ווי דיר. למשל, אויב דאס רענטן די פליגער, די געז וכו' האט געקאסט 400 פאר די צייט וואס מ'האט עס גענוצט, מוזסטו צאלן 100 פון די הוצאות!
מיין נישט אז מיט די PPL קען מען זיך שוין אריינזעצן אין א 747 און פליען קיין אומאן, נא….. ס'איז נאך דא א שטיקל מהלך ביז אהין! מיט די PPL קען מען נאר פירן קליינע עראפלאנען וואס וועגן ביז 12,500 פונט. מער וועגן דעם שפעטער.

צוריק צו אונזער געערטן באשניפסלטן פילאט פון דעלטא עירליינס. ס'איז גאנץ פארשטענעדליך אז ער וועט זיך נישט באגנוגן מיט א PPL נאר זוכן צו גיין צום נעקסטן לעוועל אויפן וועג צו די רעספעקטירטע cockpit זיץ. וועלכע לייסענס נעמט ער נאכדעם? וועלן מיר זעהן קומענדיגן מאנטאג אינדערפרי בעז"ה.

זאגט\פרעגט\הערט\קאמענט אלעס איבער אוויאציע בכלל און די סעריע בפרט אין דעם אשכול.
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
אוועטאר
Ivelt Cockpit
שר חמישים ומאתים
תגובות: 272
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 05, 2020 11:19 pm
לאקאציע: ביי די קאנטראלס

Re: אוויאציע (סעריע)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ivelt Cockpit »

שמועסן איבער אוויאציע און קאמענטארן אויף דעם אשכול קענט איר טרעפן דא.

קאפיטל ג'
מיר גייען ווייטער מיט די סארטן פילאט לייסענס פאר עראפלאנען.

4) קאמערשל סערטיפיקאט.
די נעקסטע שטאפל איז א Commercial Pilot License. די עיקר פריווליגיע פון די לייסענס איז - ווי שוין דערמאנט - אז מ'קען ארבעטן מיט דעם פאר געלט. יעצט איז שוין א פילאט ערלויבט צו טוהן באקומען באצאלט פאר סיי וועלכע פליען ארבעט. סיי אלס א סטעדי דזשאב און סיי באופן ארעי.
דאס מיינט אז א קאמפאני קען אויפנעמען איינעם וואס האט א CPL צו טראגן און ברענגען זייערע CEOs פון\צו וויכטיגע ביזנעס מיטינגס מיט א פריוואטע פליגער וואס די קאמפאני האט א.א.וו.
די עיקר לימיטעישן וואס איז דא, איז אז פאר עירליינס קען מען נאכנישט פליען מיט דעם לייסענס. אבער ס'איז דא א טוץ מיט אנדערע ארבעטס וואס מ'קען יא האבן נאר מיט א CPL. איך וועל ברענגען א ליסטע אין די צווילינג אשכול.
כדי צו באקומען די סערטיפיקאט דארף מען שוין זיין 18 יאר אלט, און האבן אנגעזאמלט 250 שעה פון פליען, 50 פון די שעות דארפן זיין דוקא Cross-country וואס דאס מיינט, אז מ'איז געפלויגן פון איין לאקאציע צום צווייטן (נישט געהויבן און געלאנדעט אין זעלבן עירפארט) און נאך אינגרידיענטס פעלן זיך אויס פאר די שעות.
די טעסטס און Checkride פאר CPL איז - ווי פארשטענדליך - לענגער און שווערער, און די עקזעמינער וועט וועלן זעהן מער באקאנטשאפט (Profficiency) ביים פליען.

5) עירליין טרענספארט פילאט לייסענס.
דאס איז "די" לייסענס מיטן ה' הידוע. מיט דעם איז שוין איר באזיצער בארעכטיגט צו אפלייען פאר א דזשאב ביי דעלטא און יונייטעד און אנקומען צו זיין לעבנס-חלום (זארג נישט, ער וועט נישט באקומען די דזשאב אזוי שנעל סייווי).
צו באקומען די לייסענס דארף מען שוין האבן אנגעזאמעלט א מינימום פון 1,500 שעה פון פליען (מיט אפאר אינגרידיענטס), און זיין 23 יאר אלט.

דאס איז די וועג (Path) אויף פען און פעיפער אנצוקומען צום ATPL, ס'פארשטייט זיך פון זיך אליינס אז ס'טוט זיך סך שווערער ווי ס'שרייבט זיך, און ס'פעלן זיך אויס שעות פון ארבעט און געלט אנצוקומען אהין, און פארדעם וועלן מיר טאקע ממשיך זיין אין די נעקסטע קאפיטלען עס צו באטראכטן און באגלייטן פון אסאך טעכנישע און פינאנציעלע אספעקטן.

יעצט לאמיר צוריקגיין אויף א מינוט צו די ערשטע צוויי סארטן לייסענס', אבער כדי זיי צו פארשטיין דארף מען רעדן פון נאך א נקודה.
אין אוויאציע איז די "מעדיקאל" קאנדישאן פון א פילאט זייער א וויכטיגע פאקטאר און שפילט א גרויסע ראלע. כדי צו קענען פירן אן עראפלאן, וועט מען דארפן דורכגיין א ספעציעלע טשעק-אפ ביי א אוויאציע דאקטאר - גערופן א AME - וואס וועט אפשאצן די מעדיצינישע צושטאנד.
די דאקטאר קען מאכן דריי סארטן טשעקס Class 1 2 & 3, און Class 3 איז די שוואכסטע.
צו קענען פליען מיט די רעכטן פון א PPL דארף מען האבן א Class 3 מעדיקעל, 2 פאר קאמערשל און 1 פאר עירליין.
די "מעדיקעל" פעלט נישט אויס כדי צו באקומען די לייסענס, אבער יא כדי פאקטיש צו פליען (Exercise the privileges).
לדוגמא, אויב האט מען א קאמערשל לייסענס, אבער נאר א קלאס 3 מעדיקל, מעג מען נאך פליען אין אן עראפלאן, אבער מיט די רעסטריקשנס וואס א פרייוועט פילאט האט, אבער צו פליען מיט די רעכטן פון קאמערשל פילאט וועט מען שוין מוזן האבן א Class 2.

דא קומט אריין די ספארטס פילאט. ס'זענען געווען אזעלכע וואס האבן מעדיקעל קאנדישינס וואס לאזט זיי נישט דורכגיין אפילו א 3'טע קלאס מעדיקעל אבער האבן געוואלט קענען פליען, האט די FAA פאר 15 יאר צוריק צוגעלייגט א סארט לייסענס גערופן "ספארטס פילאט" וואס מ'קען באקומען אן א "מעדיקעל", אבער די לימיטעישנס אויף דעם זענען זייער גרויס.
כדי צו ערהאלטן די לייסענס דארף מען זיין 17 יאר אלט, האבן א דרייווערס לייסענס און שוין האבן געפלויגן 20 שעה.
די לימיטעישנס זענען ריזיג. מ'קען מיט דעם נאר פליען אין געוויסע סארטן עראפלאנען, נאר פליען ווען די סייט איז זייער קלאר א.א.וו.

די צווייטע סארט לייסענס איז א רעקריעשענעל פילאט. מ'דארף טאקע האבן א 3'טע דעגרי מעדיקעל, אבער די רעקווייערמענטס זענען אביסל גרינגער. מ'דארף נישט מער ווי 30 שעה פון פליען און די טשעקרייד איז נישט אזוי שווער. די לימיטעישנס זענען אבער גאנץ גרויס. מ'קען נישט פליען צו ווייט פון די פלאץ וואו מ'איז ארויסגעפארן, נישט פליען ביינאכט, נאר פליען אין א עראפלאן וואס האט 4 זיצן אדער ווייניגער, און נאר פליען מיט איין פאסאנדזשיר.
ביז 2004, ווען די FAA האט צוגעלייגט די אויבערדערמאנטע Sport pilot certificate, איז די רעקריעשענעל פילאט געווען גאנץ א פאפולערע אפציע פאר ווער ס'האט געוואלט פליען פאר פאן, אבער פאר ווייניגער קאסטן. אבער זינט דאן איז עס די מערסט-אומפאפולערע לייסענס, ווייל ווער ס'זוכט די מינימום גייט צו ספארט, און ווער ס'וויל עס טוהן געהעריג גייט צו פרייוועט.

עד כאן האבן מיר געדעקט די עיקר לייסענס פאר עראפלאנען. ווי פארשטענדליך זענען נאך דא לייסענס פאר העליקאפטערס און נאך סארטן פלי-געצייגן, אבער אונזער פאוקוס איז בלויז אויף עראפלאנען.
דאנערשטאג וועלן מיר בעז"ה צוענדיגן די נושא מיטן רעדן פון Ratings און Endorsements און נאכדעם אריבערגיין צו רעדן וויאזוי די פראצעדור גייט צו טעכניש, ווי אויבן געשריבן.

שמועסן איבער אוויאציע און קאמענטארן אויף דעם אשכול קענט איר טרעפן דא.
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
אוועטאר
Ivelt Cockpit
שר חמישים ומאתים
תגובות: 272
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 05, 2020 11:19 pm
לאקאציע: ביי די קאנטראלס

Re: אוויאציע (סעריע)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ivelt Cockpit »

לאזט איבער אייערע הערות אין דעם אנדערן אשכול. א דאנק.

קאפיטל ד'
להשלמת הענין לאמיר אוועקגעבן דעם קאפיטל צו רעדן פון Ratings און Endorsments נאך אפאר לייסענס' וואס די FAA געט וואס האבן א שייכות מיט פילאט לייסענס הגם זיי זענען נישט.
די ערשטע זאך צו דערמאנען איז א לייסענס צו זיין א Certified Flight Instructer, די מיינונג איז פשוט אז מ'איז לייסענסד אויסצולערנען פאר אנדערע און געבן ענדארסמענטס. פארשטייט זיך אז מ'קען נאר זיין א טיטשער פאר פרנסה נאכן האבן מינימום א "קאמערשל" לייסענס, אנדערש קען מען דאך נישט מאכן קיין געלט אויף קיין שום אופן פונעם פליען, ווי געשריבן אויבן. דערנאך דארף מען דורכגיין מער טרעינירונג און טעסטס צו זעהן אז מ'האט די ריכטיגע ברייטע ידיעות אין אלע נושאים, א גוטע שפראך עס איבערצוגעבן, גוטע סקילס צו אויסשטעלן א סדר פון לעסאנס און נאך.
די FAA נעמט זייער ערנסט די נושא פון Instruction און מ'שטייט אויס גאר ערנסטע שטראפן אויב לערנט מען אויס א צווייטן אן זיין קוואליפיצירט.

ענדארסמענט:
א אינסטראקטער האט די רעכט צו געבן א "ענדארסמענט". דאס מיינט אז די CFI קען געבן רשות פאר איינעם צו פליען אויף אן אופן וואס יענער איז באמת נאכנישט סערטיפייד. למשל, א פילאט האלט זיך אינמיטן לערנען וויאזוי צו פליען א גרעסערע סארט עראפלאן, ער האט נאכנישט קיין לייסענס אויף דעם, אבער די אינסטראקטער האלט אז די סטודענט איז שוין כמעט רייף און ער וויל זעהן וויאזוי די סטודענט פליעט אין דעם פאר ער גייט צו די Checkride, וואס טוט מען? קען די אינסטראקטער אונטערשרייבן א "המלצה בריוול" אין וועלכע ער אינדארסירט דעם סטודענט אז ער מעג יעצט יא פליען דעם עראפלאן.
אן ענדארסמענט קען אויך זיין מער א פערמענאנטע זאך וואו א CFI אויטאריזירט איינעם אויף עפעס ספעציפיש אויף א לאנגע אדער אייביגע צייט, אבער אויף צו פארשטיין איז דעיס גענוג אויף יעצט.
אן ענדארסמענט איז טאקע א פשוטע אפגעשריבענע שטיקל פאפיר וואו די CFI שרייבט אריין מיט פשוטע ווערטער "איך באשטים אז פלוני אלמוני האט די פארלאנגטע טרענירונג פאר XYZ און קען טוהן כך וכך" און די CFI דארף עס אונטערשרייבן און צושרייבן זיין לייסענס נאמבער.

רעיטינג:
א Rating איז ווען א פילאט לערנט זיך און באקומט די רעכט צו פליען אין א ספעציפישע מצב אדער עראפלאן.
ד.מ. מיט סיי וועלכע לייסענס מ'זאל זיך נאר ארומטראגן זענען נאכאלץ דא רעסטריקשנס אויף די סארט פליגער וואס מ'מעג פירן, דאס הייסט אז מ'קען נאר פליען אין אן עראפלאן מיט איין engine. כדי צו קענען פירן אן עראפלאן מיט צוויי ענדזשינס דארף מען האבן א Multi-engine Rating צו פליען אין דעם.

אויך איז דא א רעיטינג גערופן א Instrument Rating, וואס אן דעם איז די פילאט געבינדן צו קענען פליען נאר ביז א געוויסע הייעך, אויב וויל ער גיין העכער פון דעם דארף ער האבן א רעיטינג אויף דעם.

נאך א סארט רעיטינג איז דא, גערופן א Type rating.
כדי צו קענען פירן עראפלאנען וואס וועגן מער ווי 12,500 פונט, אדער עראפלאנען וואס פארן מיט ספעציעל שטארקע ענדזשינס, וועט מען דארפן האבן א Rating פאר יעדע עקסטער. דאס מיינט אז די פילאט דארף דורכגיין טרענירונג וואס איז זייער ספעציפיש פאר די געוויסע מאדעל עראפלאן כדי ער זאל עס קענען פירן.
למשל, א פילאט וואס האט ביז היינט נאר געמאכט פלייטס פאר א פריוואטע ביזנעס און איז נאר געפלויגן אין א קליינע פליגער מיט 8 זיצן וואס וועגט אונטער 12,500 פונט, און יעצט גייט ער אנהייבן פליען פאר אמעריקאן עירליינס אין א גרעסערע Airbus A320, וועט ער דארפן דורכגיין טרענירונגען וויאזוי זיך אומצוגיין מיט אזא מאדעל עירקרעפט און אלע אירע סיסטעמען ספעציפיש, און באקומען א Type rating אויף Airbus A320.
אויב סוויטשט ער יעצט אריבער דזשאבס און גייט ארבעטן פאר UPS און יעצט אנהייבן פירן די גרויסע קארגא Boieng 747-8 וועט ער מוזן נעמען א פרישע Type Rating זיך צו לערנען אויף דעם מאדעל און זיין ערלויבט עס צו פירן.

ס'איז אביסל קאמפליצירט צו כאפן וואס ס'איז די נפקא מינא פון א לייסענס ביז א רעיטינג, אבער לאמיר עס מאכן אזוי, מ'קען נישט באקומען קיין רעיטינג אן קיין לייסענס, אבער מ'קען האבן לייסענס אן קיין רעיטינג. אין אנדערע ווערטער, די רעיטינג איז א הוספה צו די לייסענס וואס ברייטערט אויס די שטארקייט פון די רעכטן וואס די לייסענס געט.
אויב האט איר נישט פארשטאנען, לאמיר האפן אז איר וועט מיטקומען מיט אונז טיפער אין די סעריע און ס'וועט קלאר ווערן מיט די צייט.

לייסענס פארבינדן צו פילאט:
ס'זענען דא נאך עטליכע לייסענס וואס די FAA געט וואס זענען אומדירעקט פארבינדן צו פילאטן.
די ערשטע האבן מיר שוין דערמאנט אין פאריגן קאפיטל, דאס איז א AME, א ספעציעלע FAA Approved דאקטאר צו אפשאצען די מעדיצינישע מצב פון א פילאט און זיין מעגליכקייט צו פליען.
די צווייטע איז א AMT וואס איז ר"ת Aircraft Maintenance Technician און דאס איז א מעקעניק וואס איז סערטיפייד צו מאכן אינספעקשנס אויף עראפלאנען און אזוי אויך דורכפירן געוויסע מעינטענענס וואס נאר א לייסענסד טעקנישן מעג.

מיט דעם שליסן מיר די טעמע פון FAA לייסענס "אויף די בוקס" און פון דא וועלן מיר זיך רוקן ווייטער צו די פראקטישע און פאקטישע פראצעדורן.

לאזט איבער אייערע הערות אין דעם אנדערן אשכול. א דאנק.
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
אוועטאר
Ivelt Cockpit
שר חמישים ומאתים
תגובות: 272
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 05, 2020 11:19 pm
לאקאציע: ביי די קאנטראלס

Re: אוויאציע (סעריע)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ivelt Cockpit »

איידער איר הייבט אן ליינען, זייט וויסן אז הערות געהערן אין דעם אנדערן אשכול.

קאפיטל ה'
יעצט לאמיר זעהן וויאזוי די פילאטן גייען דורך אלע שטאפלען פון טרעינינג ביז זיי זעען זיך אינעם קאקפיט פון די גיגאנטישע פליגערס.

כדי צו פליען פאר א עירליין דארף די פילאט ענטגילטיגע ערהאלטן א ATPL, וואס דאס איז די ר"ת פון Airline Transport Pilot Licence, אבער כדי אנצוקומען צו דעם דארף ער פארדעם באקומען די קלענערע סארט לייסענסעס וואס מיר האבן אויבן אויסגעשמועסט, און אזוי גיין ממדריגה למדריגה ביז ער ווערט certified צו פליען פאר אן עירליין.
די ערשטע סעט פון טרענירונגען וועט זיין צו באקומען די PPL (פרייוועט פיילאט לייסענס) וואס דאס איז די קלענסטע סארט פילאט סערטיפיקאט, דאס ערלויבט א פילאט צו פליען אין קליינע סארטן פליגערס (וו.צ.ב. Cessna 172), אבער ס'געט אים נאכנישט קיין רעכט צו ארבעטן פאר קיין קאמפאני צו פליען פאר באצאלט, ער מעג נאר פליען פאר זיין פריוואטע באנוץ.
ווי מיר האבן שוין אויבן געשריבן איז עס קלאר פארלאנגט אז כדי צו באקומען די PPL מוז מען האבן א ספעציפישע צאל שעות פון טרעינינג. אנדערש ווי ביי א ראוד טעסט וואס די עקזעמינער וועט נאר קוקן אויב דו קענסט דרייוון דעם קאר און ס'אינטערעסירט אים נישט אויב דו האסט זיך געלערנט ביי דיין חבר, ביי דיין שוואגער אדער ביי א פראפעסיאנאלע אינסטראקטער, טוט די FAA יא נאכקוקן פונקטליך וויפיל שעה די פילאט איז געפלויגן מיט א אינסטראקטער און וויפיל שעה ער איז געפלויגן אליינס. ממילא דארף דער המיועד-להיות-עירליין- פילאט זיך גיין יעצט לערנען ביי א CFI און באקומען זיין PPL.

ס'זענען דא דריי עיקר וועגן וויאזוי זיך צו לערנען פליען. די ערשטע וועג איז זיך צו לערנען ביי א פריוואטע CFI וואס טוט א פערזענליכע ארבעט מיט יעדע סטודענט עקסטער. די צווייטע אפציע איז צו גיין אין א פלייט סקול וואס האלט אויף אפאר אינסטראקטערס און זיי לערנען פאר אין קלאסן פאר עטליכע סטודענטן צוזאמען, אבער ס'איז א קלענערע סארט סקול ווי די נעקסטע אפציע. די דריטע מהלך איז צו גיין אין א גרויסע פלייט סקול וואס איז אויסגעשטעלט ממש ווי א קאלעדזש מיט א געהעריגע קוריקולעם און סיסטעם פון שיעורים.
ווי פארשטענדליך איז די ערשטע אפציע די ביליגסטע און דאס לעצטע איז די קאסטבארסטע, אבער פון די צווייטע זייט איז די דריטע אפציע דאס מערסטע פראפעסיאנעל און די סטודענטן גייען ארויס מיט די מערסטע עדיוקעישן אין אלע הינזיכטן פון אוויאציע.
וועגן דעם וועט זיך זייער שטארק ווענדן וואס ס'איז דעם פערזאנ'ס פאטענציאלע ציהל מיטן זיך לערנען אוויאציע, און לויט דעם וועט ער קלויבן מיט וועלכע מהלך ער וויל גיין. צ.ב. איינער וועמענס פלאן איז סתם צו פליען פאר זיין אייגענע באנוץ, וועט נישט זיין אינטערעסירט צו ספענדן די געלטער וואס ס'קאסט צו גיין אין די גרויסע סקולס און ער וועט ענדערש באטראכטן די ערשטע צוויי אפציעס. אבער איינער וואס זוכט צו גיין עד הסוף און האפט צו באקומען א דזשאב ביי א גרויסע עירליין וועט יא טראכטן מער פון באקומען א געהעריגע גרונטליכע ידיעה אין אלע תחומים פון אוויאציע, און וועט ענדערש יא אינוועסטירן אין די טייערסטע מהלך.
ס'זענען אויך דא עירליינס וואס אפפערן טרענירונג פאר סטודענט פילאטן, אין אויסטויש פון דעם מאכן זיי קאנטראקטס מיט די סטודענטן מיט תנאים וואס בענעפיטירן מער די עירליין. געווענליך וועט זיך א סטודענט דארפן צובינדן צו בלייבן ארבעטן פאר די עירליין אויף א געוויסע פעריאד פון צייט, אדער בלייבן מיט א נידריגערע ראטע אויף די פעיראל סיסטעם, אדער אויפגעבן אויף אנדערע פריווילעגיעס. אבער אין אויסטויש פאר דעם באקומט ער זיין טרענירונג גענצליך אדער טיילווייז אויסגעצאלט. אין אזא פאל וועט די עירליין ע"פ רוב אויפהאלטן די גרויסע סארט פלייט סקול וואס איז מער ענליך צו א קאלעדזש, כדי צו געבן פאר די פאטענציאלע פילאטן די העכסטע בילדונג אין דעם געביט.

[align=center]***[/align]לאמיר זיך אפשטעלן א מינוט אויסצושמועסן עפעס וואס איז נוגע אויף אסאך זאכן אין אוויאציע, און ס'האט א שייכות דא אויכעט.
די צוויי סארטן פלייט סקולס פון וועלכע מיר האבן גערעדט וועלן אפטמאל באצייכנט ווערן מיט די נעמען Part 61 און Part 141. די סיבה פארוואס ס'ווערט גערופן אזוי האט צוטוהן מיט אוויאציע געזעץ בכלליות, דערפאר וועלן מיר נעמען דא די צייט עס אויסצושמועסן איין מאל, אזוי אז יעדעס מאל די ווערטער קומען אריין אין א שמועס זאלן די שורות גענוצט ווערן אלס רעפערענס.

די שולחן ערוך (להבדיל, איך בארג עס נאר אהער) פון אוויאציע געזעצן אין אמעריקע ווערט גערופן 14 CFR (ס'לייגט זיך אויס דא פארקערט אבער מ'זאגט עס מיט די נאמבער פארדעם, כזה: פארטין סי. עף. אר.). פארוואס? ווייל די גרויסע געזעץ-בוך פון די אמעריקאנע רעגירונג הייסט די Code of Federal Regulations אדער אין קורצן CFR, דארטן איז פארשריבן אלע רעגולאציעס און סטאנדארטן אין געזעץ פון די פעדעראלע רעגירונג.
די CFR איז צוטיילט אין 50 חלקים, גערופן "Titles". יעדע title איז איבער א אנדערע סעקטאר פון געזעצן.

צום ביישפיל: title 11 פון די CFR באהאנדלט אלע רעגולאציעס ארום עלעקשאנס און דאס דינט אלס שולחן ערוך אין אלע תחומים פון באשטימען וואלן, די פראסעס פון קלויבן קאנדידאטן, קאמפיינען אא"וו. אלע באשלוסן דורך די וואל קאמיסיעס און לויפנדע קאנדידאטן דארפן שטימען מיט "טייטל 11".
נאך א ביישפיל: טייטל 26 דעקט די נושא פון רעגירונג אינקאם, אין קלארערע ווערטער "Taxes". דארט ווערט אויסגעשמועסט אלע סארטן שטייערן און דידאקשנס וואס די רעגירונג לייגט ארויף אדער נעמט אראפ. דאס דיקטירט אויך די IRS און אנדערע רעגירונג אגענטורן וואס זענען פארמישט אין באשטימען אדער איינמאנען טעקסעס, וויאזוי צו אינפארסירן די געזעצן א.א.וו.

די טייטלס זענען איינגעטיילט אין קלענערע חלקים גערופן Parts.
לאמיר גיין מיט אונזער לעצטע ביישפיל. Part 1 פון title 26 רעדט פון אינקאם טעקס, part 25 רעדט פון טעקסעס אויף זאכן וואס מ'האט באקומען במתנה. און אזוי ווייטער און ווייטער און ווייטער.

יעצט לאמיר צוריקפליען צו אוויאציע. Title 14 פון די CFR רעדט פון Aeronautics and Space ד.מ. אז אלע רעגולאציעס פון די פעדעראלע רעגירונג אנטבאלאנגט די לופט ארויף ביז אין ספעיס (ועד בכלל) זענען דארט פארשריבן. ממילא ווען מ'וויל רעדן אין רעפערענס פון א געזעץ איבער אוויאציע נוצט מען אפט די ווערטער 14 CFR.
אזוי גייט עס ווייטער אויך אז ווען מ'רעדט אין רעפערנס צו א ספעציפישע געזעץ פון אוויאציע וועט מען עס דערמאנען מיט די Part וואס רעגולירט עס, כדי צו געבן א מראה מקום פאר דעם צוהערער\ליינער וואו די חוק בכל פרטיה ודקדוקיה איז פארשריבן.
דאס ברענגט אונז צוריק צו וואו מיר האבן אנגעהויבן. ווייל אין פארט 61 שטייען די רעגולאציעס פאר פלייט אינסטראקטערס און פלייט טרעינינג בכלליות, און די דאזיגע רעגולאציעס זענען אויך גילטיג פאר די קלענערע סארט פלייט סקולס וואס מיר האבן פריער דערמאנט, אבער אין פארט 141 שטייט די רעגולאציעס פאר די מער שטייפערע און אוועקגעשטעלטע פלייט סקולס וועלכע אפערירן מער אין א סטרוקטור ווי א קאלעדזש.
דערפאר ווערן די קלענערע סקולס גערופן פארט 61 פלייט סקולס צו אנדייטן אז זיי אפערירן אונטער די רעכטן און געזעצן פונעם 61'סטען חלק, און די גרויסע סקולס זענען גערופן פארט 141 פלייט סקולס פאר די זעלבע סיבה.

נאך א ביישפיל אין אוויאציע וואו זאכן ווערן גערופן על שם זייער געזעץ-קאוד, איז ביי עירליינס. רעגולאציעס פאר די גרויסע עירליינס זענען געשריבן אין part 121 אינערהאלב די 14 CFR, אבער ס'זענען דא קליינע עירליינס וואס זענען אויך ערלויבט צו אפערירן אונטער אנדערע רעגולאציעס וועלכע זענען ארויסגעשטעלט אין part 135.
וועגן דעם - ווען ס'איז נוגע - וועט א גרויסע עירליין ווי דעלטא, יונייטעד א.א.וו. באצייכנט ווערן אלס א part 121 carrier דאס זאגט אז די עירליין אפערירט אונטער די לעגאלע סטאטוס און גיידליינס אוועקגעשטעלט אין פארט 121. און קליינע עירליינס (וועמענס נאמען איר האט מעגליך נאך קיינמאל נישט געהערט) ווי Boutique air אדער Cape air, וועלן גערופן ווערן א part 135 carrier
ומכאן יצא הכלל אויף יעדע מאל ווען מ'רעדט פון אוויאציע און א זאך ווערט דערמאנט מיט "part (whatever)" מיינט דאס אז דער עירליין, פילאט וכו', אפערירט אונטער די כללים וואס זענען רעגולירט אין דעם דערמאנטן part אינערהאלב 14 CFR.

נעקסטע וואך וועלן מיר בעז"ה גיין ווייטער און באגלייטן דעם פילאט אין זיין רייזע צום קאקפיט, און מיר האפן אי"ה דורך די צייט צו ברענגען די אייגענע עקספעריענס פון פילאטן וואס זענען דאס אליינס אדורך.

יעצט אז איר האט שוין געענדיגט ליינען, זייט וויסן אז הערות געהערן אין דעם אנדערן אשכול.
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
אוועטאר
Ivelt Cockpit
שר חמישים ומאתים
תגובות: 272
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 05, 2020 11:19 pm
לאקאציע: ביי די קאנטראלס

Re: אוויאציע (סעריע)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ivelt Cockpit »

א קורצע דערמאנונג, הערות און קאמענטס זאל מען ביטע לייגן ברודער-אשכול.

קאפיטל ו'
יעצט לאמיר דורכלויפן סטעפ ביי סטעפ וויאזוי א מענטש קומט אן פון 0 ידיעות ביזן ארבעטן פאר עירליינס אלס א פיילאט אדער קא-פיילאט.

איך וועל פרובירן זיך צו פירן ווי רש"י שלאגט פאר אין פרשת וישב, דורכצוגיין אלע גלגולים שנעלערהייט מיט ווייניג פרטים, כדי נישט צו צו באלמוטשען דעם ליינער מיט צופיל טעכנישע דעטאלן און רעגולאציעס וואס דאס איז נישט די עיקר נושא אויף וואס מיר זענען נייגעריג. אבער ווען מיר וועלן אנקומען צום נושא פון "עירליין פילאטן" וועלן מיר זיך אפשטעלן און פארברייטערן די שמועס איבער די סקעדזשועלס, געהאלט, לעבנס-שטייגער א.א.וו. פון די פילאטן וועלכע פירן אונז אויף מקומות הקדושים, דאטשע, ביזנעס טריפס א.א.וו.

* * *
אין די ערשטע טריט וואס מיר באגלייטן אונזער חבר אין זיין געיעג צום לינקן זיץ פון די קאקפיט (די פילאט זיצט אלס אויף די לינקע זייט און די קא-פילאט אויף די רעכטע זייט), גייט ער זיך טרעינען פאר די בעיסיק קלענסטע מדריגה פילאט, וואס דאס איז א פרייוועט פיילאט.
די טרעינינג האט אין זיך צוויי חלקים. די ערשטע חלק ווערט גערופן "Ground School" דארט לערנט מען די ידיעות פון אוויאציע, ד.ה. די יסודות פון פליען, Aerodynamics, וויאזוי צו נוצן א compass און אנדערע נעוויגאציע טולס, וויאזוי אויסצורעכענען ספיד, דירעקציע, וואג און באלאנס, וויאזוי צו פלאנירן רייזעס, וועטער ידיעות און נאך ענליכס.
די אלע זאכן קען מען בעצם לערנען אין בוקס, אנליין, ביי א פריוואטע פלייט אינסטראקטער אדער אין א פלייט סקול\קאלעדזש. אבער די FAA פארלאנגט אז כדי צו באקומען לייסענס דארף מען האבן א סערטיפיקאט (תעודה) אז מען איז דורך די לימודים און מ'קען די אלע נושאים. ממילא, אפילו א מענטש ליינט אליינס דורך מיליאנען ביכער און ער קען אלע ידיעות אויסנווייניג, וועט ער נאכאלס דארפן דורכגיין א גראונד סקול, און באקומען א endorsement פון א CFI אז ער קען עס.
אבער דאס מיינט נישט אז אונזער פריינט דארף יעצט גיין אין א פלייט סקול און זיצן אין א קלאס צימער אויסהערן די אלע שיעורים. ס'זענען דא אסאך אנליין גראונד סקולס וואו א CFI לערנט דאס אלעס אויס אויף רעקארדירטע ווידיאוס און אנדערע אופנים, און ווען מען גייט דורך טעסטס אז מ'קען טאקע אלעס וואס מ'האט געלערנט אנליין באקומט מען א סערטיפיקאט וואס איז פונקט אזוי גוט ווי די וואס א פיזישע גראונד סקול געט.

מיט דעם סערטיפיקאט אין בוזעם טאש קען מען זיך צוזעצן צו די PAR Exam (Private Pilot Airplane) אדער ווי ס'איז בעסער באוויסט אלס די Written Exam. די Written Exam איז די equivalent פון א פערמיט טעסט ביי דרייווערס לייסענס (אדער די גוי'שע equivalent פון א בחינה בכתב פרשת משפטים), די חילוק איז אבער, אז אנדערש ווי ביי א פערמיט באקומסטו נישט קיין שום רעכט בנוגע דרייוון א פליגער נאכן Passן, ס'איז פשוט א סטעפ וואס מ'מוז נעמען כדי צו באקומען די לייסענס שפעטער.
די טעסט ווערט געמאכט אויף א קאמפיוטער, ס'האט 60 שאלות איבער אלע נושאים וואס מ'לערנט אין גראונד סקול, און ס'איז א Multiple choice טעסט, ד.ה. אז אויף יעדע שאלה שטייט דריי מעגליכע ענטפערס און מ'דארף קלויבן וועלכע ס'איז די ריכטיגע.
מ'דארף האבן 70% ענטפערס ריכטיג כדי צו פעססן, און לויט FAA דאטא מאכן עס פילאטן דורך ביי א דורכשניט פון 84 פראצענט תשובות ריכטיג.
די געזעץ פארלאנגט אז די FAA מוז ארויסשטעלן קלארע אינפארמאציע איבער וועלכע נושאים ס'ווערט געלייגט א דגוש אויף די טעסט, און אויך לייגט די FAA ארויס סעמפל טעסטס אויף וואס מ'קען גרינגערהייט חזר'ן, און פלייט אינסטראקטערס האבן אויך אייגענע פרעקטיס (ליין: cheating) טעסטס, אזוי אז ס'איז בכלל נישט קיין ביג דיעל צו פעססן דעם טעסט. און ווירקליך האבן טאקע גאנצע ניינציג פראצענט מענטשן סוקסעס אין עס דורכמאכן.

הערנדיג די אלע אינפארמאציע, הייבן מיר אן זעהן אז נישט אין דעם טעסט ליגט די שוועריגקייט אנצוקומען אין די קאקפיט פון א עירליין פליגער, וועלן מיר מוזן משער זיין אז מיר וועלן נאך דארפן באגלייטן אונזער חבר א לאנגע וועג ביז ער וועט ערפילן זיינע טרוימען.
קומענדיגן מאנטאג וועט מען אי"ה אויסשמועסן די צווייטע חלק פון די טרעינינג וואס דאס איז "פלייט סקול" דהיינו, זיך לערנען פאקטיש צו פליען זיצנדיג אין א פליגער ביי די פלייט קאנטראלס.
איך וועל שרייבן יעדע וואך קורצערע ארטיקלען ווי ביז יעצט, אבער אזוי וועט עס בסייעתא דשמיא קענען זיין יעדע וואך אן אויסנאם.

א קורצע דערמאנונג, הערות און קאמענטס זאל מען ביטע לייגן שוועסטער-אשכול.
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
אוועטאר
Ivelt Cockpit
שר חמישים ומאתים
תגובות: 272
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 05, 2020 11:19 pm
לאקאציע: ביי די קאנטראלס

Re: אוויאציע (סעריע)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ivelt Cockpit »

א קאמענט? זיכער יא! דא? ביטע נישט! נאר וואו יא? דא.

קאפיטל ז'
מיטן דורכמאכן די טעסט אויף יסודות'דיגע ידיעות איבער פליען און קאנטראל אויף א פליגער, קען מען שוין אנהייבן טראכטן פון פאקטיש אראפזעצן אונז סטודענט ביי די קאנטראלס פון א פליגער.

מיר האבן שוין אויסגעשמועסט באריכות אין קאפיטל ה' אז ס'זענען דא עטליכע וועגן וויאזוי זיך צו לערנען, אבער סיי וועלכע וועג מען נעמט נאר וועט די סטודענט זיך אריינזעצן אין איין פליגער מיט א CFI, מעגליך אז די CFI ארבעט פריוואט, מעגליך אז ער ארבעט פאר א פלייט סקול און מעגליך אז ער ארבעט פאר א קאלעדזש. אבער א קוואליפיצירטע לייסענסד אינסטראקטער מוז ער זיין כדי צו ווייזן פארן סטודענט די ערשטע שריט.
דורכאויס די קומענדיגע וואכן פליהט דער סטודענט כסדר מיט זיין אינסטראקטער וואס ווייזט אים פונקטליך וויאזוי זיך צו הייבן, לאנדן, דרייען אויף אלע זייטן א.א.וו.
די פליגערס אין וועלכע מען טרענירט זיך ביים אנהייב זענען פון די קליינע סארט אזויווי די סעסנא 172 און אנדערע פון די קאטעגאריע. די פליגער האבן איין ענדזשין, א מאקסימום פון פיר סיעטס, קענען נישט פליען צו ווייט און האבן פשוט'ע סיסטעמס פאר וועלכע מ'דארף נישט זיין צו שטארק טרענירט אנצוהייבן מיט דעם.
כמעט יעדע איינציגע פליגער - פון די גאר קליינע ביז די ריזיגע דזשעטס - האט צוויי סעטס פון קאנטראלס פאר ביידע זייטן, ד.מ. אז אין פאל אז די סטודענט מאכט א טעות קען עס די אינסטראקטער שנעל און גרינג פאררעכטן, פונקט ווי א דרייווינג אינסטראקטער האט א סטאפ ברעיק ביי זיין זיץ צו קענען ברעיקן אין פאל פון געפאר ח"ו.

אונזער חבר וועט זיך יעצט איינהנדלען א ספעציעלע ביכל גערופן א log book, דארט ווערט פארצייכנט יעדעס מאל ער פליהט אין א פליגער, אויך דארף מען אפשרייבן אויב ער איז געפלויגן אליין, מיט אן אינסטראקטער, אין וועלכע מאדעל פליגער ס'איז געווען א.א.וו.
די לאג-ביך איז זייער וויכטיג פאר די עתיד פונעם פילאט, ווייל ווען ער גייט זוכן א דזשאב גייען קאמפאניס זייער גוט נאכקוקן וויפיל און וואספארא סארט עקספעריענס דער קאנדידאט האט מיט פליען, און לויט דעם וועט ער קענען באקומען א בעסערע דזשאב. אבער כעת בשעת טרעינינג האט די לאג-ביך נאך א וויכטיגע אויפגאבע, ווייל דער סטודענט וועט מוזן פליען א מינומום פון 40 שעה איידערן נעמען זיין טשעק-רייד (ראוד טעסט פאר עראפלאנען), און 20 פון דעם דארף זיין מיט אן אינסטראקטער, דערפאר דארף דער סטודענט דאקומענטירן יעדעס מאל ער פליהט, כדי צו קענען אויפווייזן אז ער האט די פארלאנגטע סכום שעות וואס פעלט זיך אויס צו ווערן לייסענסד.
די לאג-ביך ארבעט מיט א נאמנות אזויווי נאמן החנוני על פנקסו, און די FAA טראסט די פילאטן אז אלעס וואס איז דארט אפגעשריבן איז ריכטיג. פארשטענדליך אז קרוקס מאכן זיך אייביג, און ס'זענען שוין געווען פעלער ווי פילאטן האבן געפעלשט זייערע בוקס, אדער כדי צו ווערן שנעלער לייסענסד אדער כדי צו באקומען א גוטע דזשאב, אבער FAA אפיצירן און אויך עירליין פראפעשענלס זענען געלערנט מיט פארשידענע טריקס צו אידענטיפיצירן די פעלשערייען, אזוי אז ס'איז זייער שווער to get away מיט אזאנס. אויסער דעם איז עס זייער א גרויסע ריסק, ווייל מ'קען דורכדעם פארלירן די רעכטן פון באקומען א פילאט לייסענס לעולמי עד.

אויף דערווייל ארבעט אונזער חבר אויף א שטרענגע סקעדזשועל און גייט צוויי אדער דריי מאל א וואך פליען פאר א שעה אזוי אז נאך עטליכע וואכן האט ער שוין די מינימום 20 שעה פארלאנגט זיך צו רוקן ווייטער.
די גאול וואס איז מאמענטאל פאר די אויגן איז אנצוקומען צו Solo. די ווארט solo איז עפעס וואס געט א דריי אין די קישקעס פאר יעדע סטודענט אין פלייט סקול, דאס איז א מיילסטאון ווען מ'לאזט די סטודענט דרייוון אליינס דעם פליגער אן דעם וואס אן אינסטראקטער זיצט ביי זיין זייט און היט פון טעותים.
כדי צו קענען גיין סאלאו דארף די CFI שרייבן א ספעציעלע ענדארסמענט אז די סטודענט איז שוין קוואליפיצירט פאר דעם. אבער לאמיר נישט שטערן אונזער פריינט פון זיינע חזרות און לאמיר צוריק קומען זעהן ווי ער האלט נעקסטע וואך מאנטאג בס"ד.

א קאמענט? זיכער יא! דא? ביטע נישט! נאר וואו יא? דא.
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
אוועטאר
Ivelt Cockpit
שר חמישים ומאתים
תגובות: 272
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 05, 2020 11:19 pm
לאקאציע: ביי די קאנטראלס

Re: אוויאציע (סעריע)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ivelt Cockpit »

כדי נישט צו שטערן דעם המשך, ביטע שרייבט הגהות אין די אנדערע אשכול

קאפיטל ח'
די טרענירונג וואס דער פלייט-תלמיד נעמט יעצט איז אממערסטנס בעיסיק מאנואווערעס און נעוויגאציע, אבער אויך דארף ער זיך אויסלערנען ספעציעלע מאנואווערעס און חזר'ן צענדליגע שורות פון אינסטרוקציעס וויאזוי צו האנדלן אין פאל פון אן עמערדזשענסי.
ווילאנג ער זיצט מיט אן אינסטראקטער ביי זיין רעכטע זייט, איז די פרעשור נישט אזוי גרויס. אפילו אויב ער איז דעזיגנירט אלס די PIC און אלעס איז אויף זיין אחריות, ווייסט ער אז אין פאל ער מאכט א טעות וועט די אינסטראקטער עס שנעל באמערקן און ראטעווען. אבער ווען ס'גייט קומען די מינוט און מ'גייט אים אריינזעצן איינער אליין אין א פליגערל און זאגן "גיי", דעמאלטס דארף ער שוין קענען די שטאף אדורך און אדורך אויב וויל ער עס איבערלעבן, נאו מאנקי ביזנעס.

אלזא, ווען ס'קומט די מינוט און די אינסטראקטער זעהט אז די סטודענט איז שוין גרייט צו זיצן אליין ביי די קאנטראלס שרייבט ער אן ענדארסמענט (המלצה) אין די לאג-בוק פונעם סטודענט, און שרייבט עס אונטער מיט זיין נאמען און CFI נאמבער.
ס'זענען דא נאך צוויי טעכנישע זאכן וואס די סטודענט דארף ערלעדיגן צו מעגן לעגאל פליען סאולאו. ערשטנס דארף ער האבן א סטודענט פילאט לייסענס, פאר מער דעטאלן איבער די לייסענס ליינט קאפיטל ב'. די צווייטע זאך איז אז ער דארף דורכגיין א עקזעם ביי א ספעציעלע דאקטאר וואס באשטעטיגט אז ער איז אין א גוטן געזונט צושטאנד און ער ליידט נישט פון קיין מיחושים וואס קענען שאטן פאר זיין פליען, מיר האבן שוין אביסל געשריבן וועגן מעדיקאלס אין קאפיטל ג', צופיל מער וועלן מיר נישט שרייבן צוליב לעגאלע סיבות.

די סאלא איז א געווענליכע קורצע פלי-רייזע, ווי די פילאט פארט ארויס, קאמיוניקירט מיט ATC פליהט ארום אביסל, דרייט זיך צוריק און לאנדעט. די איינציגע אויסנאם איז אז די סטודענטס קישקעס דרייען זיך ממצרים ועד הנה, מחריש לדעת היצליח את דרכו אם לא.
ס'מאכן זיך מעשיות ווען זאכן ביי א סאולאו גייען נישט גוט צוליב איין סיבה אדער אן אנדערס, אבער מיר האבן ספעציעל געקליבן א מוצלח'דיגן חבר כדי צו האבן א גרינגע רייזע פון אנהייב ביזן סוף, לאמיר אלזא אננעמען אז אלעס איז געגאנגען כשורה, און ביים לאנדן סוקסעספול האבן די אינסטראקטער אפגעווארט מיט אפלאדיסמענטן פאר די געוואלדיגע ארבעט וואס ער האט געטוהן.
די סאולאו איז "די" מיילסטאון פאר א סטודענט, ביז אהער איז אלעס מער ווייניגער באטראכט אלס "לערנען" און דא און ווייטער איז עס מער "חזרה" צו בויען די סקילס און קענען דורכגיין די "טשעקרייד" וואס איז די לעצטע טעסט וואס מ'דארף דורכגיין צו באקומען די PPL.

און פרעקטיס איז ממש דאס וואס יעדע סטודענט טוט אויף דעם שטאפל, מען פארט ארויף און אראפ, איין מאל און נאכאמאל און ווידעראמאל. די חזרות זענען בעיקר אויף זיך הייבן און לאנדן, ווייל דאס זענען די שווערסטע חלקים פון יעדע פלייט. סאו געווענליך וועלן די סטודענטן אליינס דינגען א פליגער - אדער פון די פלייט סקול אדער פון א צווייט פלאץ - און מאכן עטליכע אדער אסאך Touch and Gos אין איין ציה. דאס מיינט אז ביים לאנדן שטעלט מען זיך נישט אפ, נאר מ'פארט גלייך ווייטער, קומט אויס אז ער פרעקטיסט צו לאנדן און זיך הייבן אויף איין מאל.
א ווידיאו ווי א קליינע פליגער מאכט א Touch and go

נאך א שטיק צייט ווען די תלמיד און זיין רבי פילן אז ס'איז די עפל איז שוין פולשטענדיג געצייטיגט קומט די צייט צו סקעדזשועלן א "טשעקרייד" ביי א FAA עקזעמינער. ס'זענען דא ספעציפישע טרענירונגען און נאמבערס פון שעות וואס די סטודענט דארף דורכגיין געזעצליך צו קענען גיין צו א טשעקרייד, אבער מיר ווילן נישט צו טיף אריינגיין אין טעכנישע דעטאלן.
די עקזעמינער ווערט גערופן א DPE וואס איז קורץ פון Designated Pilot Examiner, דאס איז איינער וואס האט באקומען ערלויבעניש פון די FAA צו טעסטן פילאטן אויב זיי זענען שוין גרייט צו באקומען לייסענס. ס'איז לאו דוקא א FAA איינגעשטעלטער, נאר איינער וואס איז אויטאריזירט דורך די FAA פאר די טעסטס (אנדערש ווי דרייווערס לייסענס וואס די עקזעמינערס זענען אלע דירעקט DMV איינגעשטעלטע).
די עקזעמינער וועט צוערשט אויספראקן דעם סטודענט מיט שאלות אין די לענג און אין די ברייט פון אוויאציע פאר ארום אן אנטערהאלבן שעה. אויב יכול'ט ער נישט געזעגנט מען זיך לחיים ולשלום און ער דארף צוריק קומען א צווייטע מאל איבערצומאכן די טשעקרייד.
אונזער סוקסעספול חבר קען דאך אבער יא גרונטליך די זאך, קען מען אלזא נאך די בחינה בעל פה (Oral exam) זיך אריינזעצן אין א פליגערל וואו ער באקומט די ראלע אלס PIC, בשעת ווען די עקזעמינער שאצט אפ זיינע פעאיגקייטן. די DPE וועט אים הייסן מאכן פארשידענע turns און אנדערע מאנואווערעס וואס ער דארף קענען דורכפירן גלאטערהייט, ווי אויך וועט מען זיך הייבן און לאנדן עטליכע מאל כפי הצורך דורכאויס ארום א שעה צייט.
אויב איז רובא דרובא גוט געגאנגען און נאר לאמיר זאגן אין די descend איז ער געווען אביסל אומרייף, האט ער דורכגעמאכט דעם עיקר טעסט, און ער דארף צוריק קומען טעסטן נאר אויף די descend, ס'אבער פארשטענדליך אז אויב ווייזט ער נישט גענוג סקיל ביי א גרויסע טייל פון פלייט איז דאס א גענצליכע fail.
אבער יעצט אז מיר האבן ב"ה א סטודענט וואס האט יא גוט געקענט און מיט א געניטקייט געפירט דעם פליגער מהייבונג עד לאנדונג טוט אים די DPE קאנגראטולירן אויפן אפיציעל באקומען די טיטל "פילאט" ער איז שוין אצינד ערלויבט צו פליען מיט פיל ווייניגער רעסטריקשנס און די מרחק צווישן אים און די 747 קאקפיט איז שוין היפש קורצער.

מיר וועלן לאזן דעם פרישן דרייווער זיך פרייען מיט זיין פרישן גלאנציגן קארטעלע, און קומענדיגן וואך וועלן מיר אי"ה אויסשמועסן וואס אסאך ווילן וויסן - ווי לאנג דויערט די פראסעס ביז אהער און וויפיל געלט קאסט עס.

כדי נישט צו שטערן דעם המשך, ביטע שרייבט הגהות אין די אנדערע אשכול
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
שרייב תגובה

צוריק צו “ידיעות און וויסנשאפט”