זעליג בעטמאן, איר קענט אים?

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

זעליג בעטמאן, איר קענט אים?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

איך האב אייך שוין באקאנט געמאכט מיט ר' היטשע ראוט, אצינד וועל איך אייך באקאנט מאכן מיט נאך איינעם, איר קענט אים, איר ווייסט אים, און איר ליידט פון אים, אבער ס'קען זיין אז איר האט נישט געוואוסט אז מאנכע האבן אים געגעבן א נאמען מיט א פאמיליע נאמען, און אט דאס איז דער זעליג בעטמאן, אן קיין ר'.

ווער איז דאס דער זעליג? איך וועל פראבירן פארצושטעלן זיין אויפגאבע, און לאמיר זען צו איר וועט אליינס כאפן פון וועמען איך רעד, מען האלט נאך א שווערן טאג ארבעט, ענדליך מ'איז אויפן וועג אהיים, איך וועל נישט פונקטליך שילדערן דאס אנקומען אהיים, ווייל נישט דאס איז דער ציל פון מיין באשרייבונג, מ'האלט שוין נאך סאפער, מ'האט עס שוין אפילו באשריבן אין די קרעטשמע וואס מ'האט געגעסן, און מ'דאווענט מעריב, און צוריק אהיים, מ'ליינט קריאת שמע, נעגל וואסער, און מ'גרייט אן דעם זייגער אויף פינעף דרייסיג בערך, כל אחד לפי מדרגתו, און מ'זינקט איין אין א פיינעם שלאף, מ'לאזט זיך ווי לעמעלעך באהערשן פונעם בעל החלומות, מ'פארט פון אמעריקא קיין ישראל און פון דארט קיין האנג קאנג, איי מ'האט נאך קיינמאל נישט געזען ווי אזוי דאס זעט אויס, אבער מ'חלום'ט אבי גע'חלום'ט, איינער זעט קרעטשמעס, א צווייטער זעט דעם בית דין של מעלה, א דריטער פון דאס וואס ער האט געטראכט בייטאג, און אזוי ווייטער, אלעס פארט מער ווייניגער כשורה, איך רעד נישט פון די וואס האבן די זכי' אז אינמיטן די נאכט הערן זיי א בת קול, הערסטו זיי מוחל די בעיבי וויינט גיי נעם קער, אדער פון אונטער די טיר, טאטי איך שליקערץ איך דארף צו טרינקען, איך דארף א בענדעיזש ווייל מיין קאפ טוהט מיר וויי, איך רעד פשוט ווען אלעס פארט כשורה, ביז פינעף דרייסיג, דער זייגער קלינגט, טררררררררררר, טררררררררררררר,.

דא קומט ער אריין אין פיקטשער.

ווער, פון וועמען רעדסטו?

איך זע אז דו האסט שוין פארגעסן מיט וואס איך האב אנגעהויבן, יא, איך רעד פון זעליג בעטמאן, ער הייבט אן מיט זיינע מעשות, מיט זיין באקאנטן ניגון וואס וועגן דעם האט ער באקומען אט דעם נאמען, זע ליג נאך אביסל, האב נישט קיין מורא עסט גארנישט פארשפעטיגן, צו זיין הילף זענען געקומען די זייגער קאמפאניס, מיט זייער סנאז אויפטרעף, און מ'פראבירט אויס, מ'געט א דרוק אויפן סנאז באטן, און זעליג פארדינט נאך פינעף מינוט, און ער איז העפי, ער כאפט אריין אין די פינעף מינוט און לויפט צו א צווייטן וואס יענעם'ס זייגער האט געקלונגען מיט איינס און א האלב מינוט שפעטער, און ציט דארט אויך אן פאר א פינעף מינוט, ווען די ערשטע פינעף מינוט איז פארטיג, קומט ער גראד צוריק, און פראבירט זיין לאק פאר נאך פינעף מינוט, און אזוי ווייטער, ס'זעט אויס ווי ער באקומט אויף די מינוט, אזוי ארבעט ער אפ, און די פארטאגט שטונדן, דא אין אמעריקא, ווען ער ענדיגט דא, ברויך ער שנעל גיין צום אנדערן קאנטינענט, ווי די פארטאגס שטונדן הייבן זיך הערשט דאן אן, און אזוי ארבעט ער פיר און צוואנציג שעה א מעת לעת.

נישט ביי יעדן האט ער א גרינגן ארבעט, ער מוז יעדן איינרעדן עפעס אנדערש, ווען איינער וועט אים ענטפערן וואס האסטו מורא, איך גיי דאך נישט לערנען, איך גיי פלעין צו די ארבעט, מיינט איר ער וועט זיין צופרידן, א מכה, ער וועט אים דרייען א קאפ, אז ס'איז דא א שניי אינדערויסן, און ס'וועט לכאורה היינט נישט זיין קיין ארבעט, א צווייטן רעדט ער איין, האסט דאך עניוועי פארשפעטיגט, וועט דאך שוין נישט אויסמאכן, אז ס'וועט זיין נאך אביסל.

ביי מאנכע מענטשן האט ער נאך א נאמען, מ'רופט אים דער בעטלאנער רבי, דאכט זיך מיר, אז זיין חסידות קען זיך פארמעסטן מיט סיי וועלעכע רבי ס'איז נאר דא אויפן כדור העולם, אפילו די רבי'ס זענען זיינע חסידים, ער האט מעלות וואס קיין איין רבי האט נישט, ווי למשל.

פירט טיש פיר און צוואנציג שעה א מעת לעת.
פיר און צוואנציג שעה אינטערטעימענט, גוטע ווי נישט גוטע.
סיי ווי אין די וועלט איר זענט נאר, האט ער א שטיבל, און מיט וויפיל חסידים איר ווילט נאר.
מ'קען זיך פראווען ביי אים ווען אימער.

איין גרויסן חסרון אבער, ער איז ווערט אויף כפרות, ווען איר דארפט א טובה פון אים, איז ער ווי אין וואסער אריין, ווען איר ווילט באמת בלייבן שלאפן ווייל איר ווילט זיך אויסרוהען, איז ער נישט צום האבן, פונקט דעמאלטץ איז ער ביזי מיט עפעס אנדערש, און איר זאלט זיך דרייען אין בעט וויפיל ס'לאזט זיך נאר, ער וועט נאר זיין צוריק ווען איר וועט אים שוין נישט דארפן.

פארוואס דערצייל איך אייך דאס אלעס, ווייל איר זאלט וויסן אז ער איז א פאפער פונעם ערשטן קלאס, איר זאלט אים נישט גלייבן גארנישט, ער קומט זיך אלץ אן מיט אזא תמימות'דיגן פנים, אומשולדיגערהייט, און זאגט אז ער מיינט נאר אייער טובה, גלייבט אים נישט, אפילו ווען ער וועט אייך אנגעבן זיין נאמען וואס ווען נישט איך דערצייל אייך אז ער איז דאס, זעט ער אויס אזוי רחמנות'דיג, זאלט איר וויסן אז דאס איז ער פון אים האב איך גערעדט, און די זעלבע ווען ער וועט קומען צו אייך אין די שמונה בגדים, מיטן טילעפ, אויב איר וועט אים פרעגן מה טיבכם וואספארא רבי זענט איר, און ער וועט אייך ענטפערן וואס הייסט איר קענט מיך נישט, איך בין כ"ק אדמו"ר ר' זעליג מ'בעטלאהן שליט"א, זאלט איר געבן א שפיי, און נאר טוהן אנדערש ווי ער זאגט, און אז איר וועט מיך צוהערן וועט אייך זיין גוט בעולם הזה וטוב לך לעולם הבא.
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

יישר כח ר' איך_הער פאר די שיינע ארטיקל.

איך קען שוין קוים ווארטן זיך צו באקענען מיטן נעקסטן "ערעב" דיינעם.
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

איך האב נאך איינס, אבער לאז קודם קומען צו זיך פון דעיע.
3x0
המכונה 'טריאו'
תגובות: 9152
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 11:29 am
לאקאציע: חבוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך 3x0 »

הערליך.
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12689
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

זייער שיין. אן ארטיקל וואס אנטהאלט הומאר מיט ערנסטקייט געמישט.
אידן, שטייטס אויף לעבודת הבורא!
An article a day keeps the babies away
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14264
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

זייער געלונגען איך הער.

און אויך, דער סיבה פארוואס איך זיץ נאך דא היצטעט איז אויך צוליב דעם זעליג (אדער זעליג'ס קאזין). ער ארבייט סיי צופרי און סיי ביינאכט, צופרי לאזט ער נישט אויפשטיין און ביינאכט לאזט ער נישט זיך לייגן. נו, ווען שלאפט ער ? רבוש"ע ?
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15481
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

איך_הער;

ביוטיפול באשריבן, מיטן ערשטע נאמען איז ער מיר געווען באוואוסט שוין פון קינדווייז אן, וואו אויך מין רביסטעווע נאמען (ביי אונז האט מען אים גערופן ביים זיך לייגן 'בעטלאנער' און ביים אויפשטיין 'זעליג') אבער דאס אז ער איז פון די בעטמאן משפחה איז שוין א נייעס.
אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6484
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דארפסמאן »

איכהער זייער שיין באשריבען אבער פין ווייסטו וואס טיט זיך אין מיין בעדרום פינקט אזוי איז געווען היינט ציפרי
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

יאכער בעטמאן, אוי ניין דו הייסט דאך נישט אזוי, אלזא פלעין יאכער, זעהר שעהן באשריבן, ממש געוואלדיג, מיין פענע איז היבש פארמאכט איצט, כ'קען נישט שרייבן ברייט, אבער יהא נא בעיניך כאילו הייתי פורטם.
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2176
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זארעכפעפער »

איך הייב דאס היטל פאר איך הער...
ער באשרייבט מיט אזא מין געשמאקע הומאריזים תוכנ'דיגע נושאים, אז ס'ממש א פארגעניגן. ויה"ר ס'זאל אויפטוהן.

וליהוי ידוע לך, איך הער, אז מיר האבן נאך עד היום נישט געהאט אזא סארט סטיל שרייבער, וואס זיינע ארטיקלען זאלן זיין געשריבן איבער ערנסטע נושאים געמישט מיט הומאריזים. דיינע ארטיקלען, וועלכע זענען גוט געשריבן, גוט אראפגעלייגט און ארויסגעברענגט דעם ענין אויף וואס דו צילסט, האבן א שטארקן טשענס אז דיינע ארטיקלען זאלן עושה רושם זיין, ביי די סארט ליינער וואס ביי זיי אין מח זעצט זיך גיכער רעיונות פון אן ארטיקל וואס איז געשריבן אין דעם סטיל.
מרן אדמו"ר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מרן אדמו"ר »

טאקע וועגן ר' זעליג הייבט זיך אן שו"ע תתגבר כארי
אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6484
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דארפסמאן »

אבער זעליג טוט ווייטער זיין דזשאב
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12236
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

13 יאר פארביי און ר' זעליג גייט אן מיטן זעלבן פרישקייט
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”