רב מייזל, דיין סוף איז נאנט!

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

פארשריבן
שר האלף
תגובות: 1429
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 03, 2010 6:58 am
לאקאציע: אין די העכערע ספערן...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארשריבן »

פארשריבן האט געשריבן:איך דערמאן זיך, אז אינעם ביכל "ר' יוסלה רוזנבלט" שרייבט זיין זון אז זיין מאמע האט פון אנהייב נישט אזוי געגליכן דאס נייע גאלדענע לאנד, איינע פון די זאכן באשרייבט ער אז זי האט געטראפן א מייז אינדערהיים, א זאך וואס מ'האט נישט געזעהן אין דער אלטער היים.
זעהט אויס אז מייז און ניו יארק זענען מחותנים נישט פון היינט...

אז כ'וועל האבן צייט וועל איך עס בל"נ אפיר זוכן.


כאטש קיינער איז ווארשיינליך נישט אינטרעסירט דערין, וועל איך עס אבער מעתיק זיין עטליכע ציטאטן, אפי נאר בלויז צוליב מיין הנאה.


אבער גאר אנדערש איז געווען דער איינדרוק פון מיין מאמע פון די נייע אמעריקאנער סביבה. זי האט זיך נישט ארומגעקוקט מיט די אויגן פון א קונצלער אויף זיינע פארערער, נאר מיט די אויגן פון פרוי וואס איר פליכט איז צו פירן א שטוב מיט קינדער און זיך זארגן פאר זייער וואוילזיין. און פון אזא שטאנדפונקט, האט איר אויסגעזעהן ווי גאר א שלעכטער געשעפט האט זי געמאכט מיטן קומען קיין אמעריקע.

(דא רעכנט ער אויס אביסל דער קאנטראסט צווישן זייער ברייטע דירה אין האמבורג, און די טונקעלע שמוציגע דירה אין הארלעם).
אויסער דעם, איז אונז אויסגעפאלן אנצוקומען קיין ניו יארק אין א רעקארד הייסן זומער, וואס די ניו יארקער האבן שוין לאנגע יארן אזוינס נישט געהאט. און מיר זענען זיכער נישט געווען געוואוינט צו אזא סארט היץ, אין די לענדער פון אייראפע. אלס דירעקטער רעזולטאט דערפון, האבן מיר נישט געקענט פארמאכן קיין אויג אין די ערשטע נעכט וואס מיר זענען אנגעקומען קיין ניו יארק. און ווי פארשטענדליך, האט דאס נישט צוגעגעבן קיין סאך פרייד, צו מיין מוטער'ס אזוי אויך דערשלאגענעם גייסט. און אויב ס'איז אונז נישט גענוג געווען דאס אלעס, האט זיך אונז אנטפלעקט אז דאס פלאץ צייכנט זיך נישט אויס מיט באזונדערע זויבערקייט, מילד גערעדט. אין די שטיבער האט זיך געטראגן א זויערליכן גערויך, און אינעם ערשטן צופרי נאכן זיך אריינציען, האט פאסירט א דבר משונה מאוד, א זאך וואס איז נישט מעגליך געווען אז עס זאל פאסירן אין האמבורג, א פלאץ ווי מ'האט שטענדיג גערייניגט גרונטליך די דירה באופן קבוע.
ווען מיר -די קינדער- האבן געעפנט איינע פון די לעדלעך אינעם קליידער-שאנק מיטן ציל אריינצולייגן דארט זאכן, האבן מיר פלוצים געהערט א קליינע דינע קוויטש, און פאר אונזערער אויגן האט זיך אנטפלעקט א קליין מייזל מיט א גרוי קאלירטן הויט, א באשעפעניש וואס אויף איר עקזיסטענץ האבן מיר נאר געוואוסט פון די ערציילונגען, אבער קיינמאל האבן מיר דאס נישט געזעהן מיט אונזערער אויגן.
און דעריבער האבן מיר אויסגעשריגן אין א הילכיגן געשריי: "מאמע, גיב נאר א קוק, א חיה איז דא!"

אבער די מאמע האט ווייט נישט אויסגעזעהן צו זיין א שותף צו אונזער שמחה... ביי איר האט די זאך ארויסגעברענגט א גרויל און עקל, און איר צוגעברענגט צו א טיפע דיפרעסיע.

ס'איז דא דארט נאך אינטרעסאנטע שטיקלעך ווי אזוי אמעריקע האט דאן אויסגעזעהן, אבער ס'איז נישט דא דאס פלאץ דערפאר.
אוועטאר
leiby
שר שלשת אלפים
תגובות: 3911
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 16, 2008 11:08 pm
לאקאציע: צווישן אידן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך leiby »

פארשריבן האט געשריבן:כאטש קיינער איז ווארשיינליך נישט אינטרעסירט דערין,

.


וואס פאלט אייך ביי?

שכוח פאר די העתקה.
שש מצות תמידיות: אהבת ה',יראת ה', יחוד ה', אמונה בה', שלילת ע"ז, ולא תתורו.
פארשריבן
שר האלף
תגובות: 1429
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 03, 2010 6:58 am
לאקאציע: אין די העכערע ספערן...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארשריבן »

אזא איינדרוק האב איך געהאט.

אלענפאלס איז עס מיר א גרויס הנאה אז איר האט הנאה.
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

פארשריבן. וואס מאכט איך קלערן אז קיינער איז פילייכט נישט אינטערעסירט און אייער פארציילונג?
מיר האבן עס שוין איינמאל געגליכן.
איר קענט ברענגן נאך מיר ליינען מיט הנאה.
פארשריבן
שר האלף
תגובות: 1429
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 03, 2010 6:58 am
לאקאציע: אין די העכערע ספערן...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארשריבן »

ס'איז נישט מיין פארציילונג, איך האב קלאר ארויסגעשריבן פון וואנעט איך ברענג עס נאך. פינטל.
אוועטאר
סתם_אזוי
שר ששת אלפים
תגובות: 6112
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 24, 2008 4:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סתם_אזוי »

פארשריבן. סזייער אינטערעסאנט געווען.
איך האב עס געזאגט.... סתם אזוי. איך האב עס געפרעגט.... סתם אזוי.
אוועטאר
ימות המשיח
שר חמישים ומאתים
תגובות: 478
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 31, 2019 6:17 am
לאקאציע: אויף אַ ווייַסע פערד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ימות המשיח »

;l;p-
אַ געשעפט האָב איך............
אפטרופס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 261
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 10, 2019 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אפטרופס »

געהרט אמאל פון א חבר וואס האט געהאט צו טוהן מיט די חברה אויף א שוידערליכע אופן, האט איהם איינער געצה'ט אז לייגן א טרעפ וואס זאל אדער יא כאפן אדער נישט און בכל אופן האבן א פראבלעם זיך מטפל צו זיין מיט איהם נאכדעם וואס ער איז שוין געכאפט איז נישט קיין עסק, ווידערום די סם קען זיין שעדליך פאר קינדער וואס קריכן און אומבאמערקטערהייט קענען זיי טועם זיין דערפון
האט ער געטוהן די עצה פון אנצגרייטן טעלערס מיט מעל און צוקער און baking soda אייניג פון אלע 3 מען מישט עס אויס און ר' מייזל האט ליעב מעל מיט צוקער וועט ער שוין ממילא פארזוכן פון די baking soda און ער פאנגט אהן צו שפירן א דארשט לויפט ער ארויס זוכן וואסער (מען דארף זיכער מאכן אז עס איז נישטא קיין וואסער אין הויז וואס ער קען צוקומען צו דעם) און די baking soda מאכט איהם געז וואס ער קען נישט ארויסברענגען און עס ווערט הארט אין זיין בויך און דאן איז עס היסטארי. און ב"ה ער איז פטור געווארן דערפון.
אוועטאר
ליידיג גייער
שר חמש מאות
תגובות: 578
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 09, 2013 4:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליידיג גייער »

איך בין נישט זיכער אויב מיט בעיקינג סאודע (זכר אדער טשולענט בונדלעך פונקט אזוי... צומאלן פארשטייט זיך) איז די עסק פון אויפרוימען דערנאך גרינגער
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”