קאנספיראציע טעאריעס

אנאליזן און דעבאטעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

tell.me.something
שר האלף
תגובות: 1250
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 17, 2010 11:43 am
לאקאציע: אין די קנא נייעס אפיס

קאנספיראציע טעאריעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך tell.me.something »

אזויווי די וואך איז געווען די צענטע יארצייט פון דעם ביטערן טאג סעפטעמבער עלף 2001 למס' האב איך באשלאסן צו עפענען אן אשכול איבער קאנספיראציע טעאריעס, וואס דאס און די 9/11 אטאקעס זענען זייער פארבינדן

איך וועל דא אנהויבן מיטן (לכאורה) מערסט באקאנטן טעאריע. דהיינו: די אויפגעקלערטע מענטשן וואס גלויבן נישט אז אסאמא (נישט אבאמא...) בין לאדין האט געשיקט די טעראריסטן אינעם ביטערן טאג
9/11/01

איך וועל דא נישט שרייבן קיין נארישע קאנספיראציעס אן קיין באוויזן נאר אראפשרייבן אפאר פון די מערסט אנגענומענע. די רעגירונגס אפיציעלע ווערסיע. אפאר פון די קאנספיראציעס. און וואס די רעגירונג/סתם מענטשן ענטפערן צוריק

די פאקטן: דינסטאג צופרי כ"ג אלול תשס"א למס' 9/11/01 האבן 19 טעראריסטן. מערסטנס פון סאדי אראביע. פארכאפט 4 עראפלאנען. און מיט מעסערס אומשעדליך געמאכט די פילאטן

אום 8:46 האט דער ערשטער עראפלאן אריינגעקראכט אונעם ערשטן טורעם. 17 מינוט שפעטער אום 9:03. האט דער צווייטער עראפלאן אריינגעשמעטערט אינעם צווייטן טורעם. 9:37 האט דער דריטער זיך אריינגעשטופט אונעם פענטאגאן. אויפן פערטן עראפלאן האבן די פאסאזשירן געכאפט וואס די טעראריסטן ווילן דא טון. און זיך אנגעהויבן שלאגן מיט די טעראריסטן. און 10:03 האט דער עראפלאן אראפגעקראכט אין א פעלד נעבן שענקסוויל, פענסילוועניע

אום 9:59 איז דער צווייטער טורעם איינגעפאלן נאך 56 מינוט ברענען. 10:28 איז דער ערשטער טורעם איינגעפאלן נאך 102 מינוט פונעם קראך. דער ערשטער טורעם איז איינגעפאלן אויף א קלענערן בנין באוואוסט אלס "ווארלד טרעיד סענטער 7" וואס איז איינגעפאלן אום 5:20 נאכמיטאג. ד.מ. בערך 7 שעה נאכדעם וואס דער ערשטער טורעם איז איינגעפאלן אויף איר.

אין דעם ביטערן טאג זענען אומגעפער 3000 אמעריקאנער געהרג'ט געווארן. ובתוכם אפאר יודן ליידער. הונדערטער אנדערע יודן זענען ניצול געווארן מיט אפענע השגחה פרטית

שפעטער נאכמיטאג האט על-קאידא אין שפיץ פון בין לאדין גענומען פאראנטווארטליכקייט פאר די אטאקעס

די רעגירונגס ווערסיע: מיר האבן גארנישט געוואוסט. עס איז געווען א טאטאלע סורפרייז. די טווין טאוערס זענען איינגעפאלן פון
1) דעם קראפט פון דעם קראך
2) פון די געזאלין עקספלאזיע
3) פון די פייערן וואס האבן העליש געפלאקערט פאר בערך א שעה. וואס האבן איינגעווארפן די אויבערשטע שטאקן אויף די נידריגערע ביז עס איז געפאלן איינס אויפן אנדערן

קאנספיראציע נומער 1: די טווין טאוערס זענען איינגעפאלן פון באמבע עקספלאזיעס

די באווייזן:
1) די גרויסע און ווילדע עקספלאזיעס (גראד נאכן קראך) האבן נישט געקענט זיין נאר פון אן עראפלאן. אפילו ער איז אנגעפולט מיט גאז ביז אויבן
2) די טווין טאוערס זענען געווען צו פעסט. גרויס און שטארק צו קענען אראפקומען פון איין פייער אויף די אויבערשטע שטאקן. והא ראי' די טראק באמבע אין 93' האט נישט פאראורזאכט צופיל שאדן, אפילו עס איז געווען א מאכטפולע באמבע
3) די פייער וואס שיסט ארויס אזוי ווילד פון די פענסטער (שוין לאנג נאכן קראך) קען נישט קומען פון סתם א פייער. עס מוז זיין פון אונטערגעשטעלטע עקספלאזיעס
4)WTC 7. א געביידע צווישן די טווין טאוערס. וואס איז איינגעפאלן 7 שעה נאך די אטאקעס. טענה'ן די קאנספיראטארן אז עס מוז זיין א אונטערגעשטעלטע באמבע וואס האט נישט אויפגעריסן באצייטנס

די רעגירונגס ענטפער:
1)ביזט גערעכט ווען אן עראפלאן קראכט אראפ אויף דער ערד. אבער ווען ער קראכט אין א בנין. איז דא עלעקטריק ווייערס. גאז ליניעס. וכו' וואס דאס מאכט אויפן פלאץ א שרעקליכע אויפרייס (אזויווי איר קענט טאקע זעהן ביי א הויז פייער. ווען עס קומט צו די גאז ליניעס ווערט עס א ווילדער אומקאנטראלבארער פייער)
2) גערעכט. זיי זענען געווען זייער שטארקע בנינים (דאכט זיך אז זיי זענען געווען די ערשטע שטאלענע וואלקן קראצער) אבער זיי זענען נישט איינגעפאלן פון דעם פייער. נאר דורך דעם וואס די אויבערשטע שטאקן זענען איינגעפאלן אויף די שטאקן אונטער זיי און דאס האט געלייגט דרוק אויף די אונטערשטע שטאקן וואס האבן נישט געקענט אויסהאלטן דעם דרוק. זענען זיי איינגעפאלן
3) די טבע פון א פייער איז אז ער זוכט אקסידזשען. אן דעם קען ער נישט לעבן. און ווען ער קומט אן צו אן אפענעם פלאץ נאכן זיין אויף א פארמאכטן פלאץ און ער טרעפט אן אפענעם פלאץ (דורך אויפרייסן דעם פענסטער) ווערט ער שרעקליך ווילד. פונקט ווי א מענטש וואס קען נישט כאפן דעם אטעם וועט ער צולויפן צום פענסטער. די זעלבע -אויף א שטערקערע פארנעם- איז ביי א פייער. וואס כ"ז ער איז אין א פארמאכטן פלאץ איז ער קלענער. אבער איינמאל ער טרעפט א לאך (אדער דער פענסטער צוברעכט זיך פון היץ) רייסט ער אויף מיט א שרעקליכער קראפט. וואס מאכט עס אויסקוקן כאילו א באמבע האט יעצט אויפגעריסן
4)די געביידע האט טאקע איבערגעלעבט די אטאקע (נאך אלעם איז עס נישט דירעקט אטאקירט געווארן) אבער איז זייער אפגעשוואכט געווארן פון די פאלנדע טאנען פון ברענענדיגע ברוכווארג. און 7 שעה שפעטער האט עס שוין נישט אויסגעהאלטן דעם דרוק און צאמגעפאלן

קאנספיראציע נומער 2: די אידן האבן דורכגעפירט די אטאקעס

די פאקטן: צענדליגער יודן וואס האבן געארבייט אין די צווילינג טורעמס זענען פונקט יענעם טאג נישט אריינגעקומען צו די ארבייט

די קאנספיראטארן טענה'ן אז 4000 יודן/איזראעליס זענען יענעם טאג נישט אריינגעקומען ווייל מען האט זיי געווארנט אז עס קומט אן אטאקע

די ענטפער:צווישן די 2749 טויטע פון די ווט"צ אטאקע.זענען לויט צו אַן אַרטיקל אין דער אקטאבער 11, 2001 וואל סטריט דזשורנאל בערעך 10% געווען איִדיש/אידיש אפשטאמיגע. א שפּעטער אַרטיקל, אין די 5 סעפטעמבער 2002 ייִדיש וואָך, לענדער, "באזירט אויף דער רשימה פון נעמען, בייאַגראַפיקאַל אינפֿאָרמאַציע צונויפגעשטעלט דורך די New York Times, און אינפֿאָרמאַציע פון רעקאָרדס בייַ די מעדיקאַל עקסאַמינערס אָפיס, עס זענען געווען לפּחות 400 וויקטימס אָדער באשטעטיקט אָדער שטארק געגלויבט צו זיין ייִדיש. "דאס וועט זיין בעערעך 15% פון די גאַנץ וויקטימס פון די ווט"צ אנפאלן.

דעם 10-15% אָפּשאַצונג פון אידישע קרבנות איז אפילו מער ווי די פראצענט וואס וואוינען אין נוי יארק, לויט צו די 2002 אמעריקאנער יודישע ציילונג, 9% פון די באַפעלקערונג פון ניו יארק סטעיט, ווו 64% פון די ווט"צ קרבנות האבן געלעבט, זענען יודיש. און לויט די פארצענט פון וויפיל יודן וואוינען אין נוי יארק זענען די יודן גאר מער באטראפן געווארן פון יעדן!

און חוץ דעם ווייסן מיר די מעשיות פון צענדליגער יודן זענען יענעם טאג חוץ לדרך הטבע אפגעהאלטן געווארן פון גיין צו די ארבייט. אבער גיי זיי דאס מסביר פאר א גוי...

ביז דא האב איך דערווייל געהאט צייט צו שרייבן, איך גיב רשות פאר ווער עס קען, צו שרייבן נאך 9/11 אדער סיי וואספארא אינטערעסאנטע קאנספיראציעס(אויב עס אי נאכנישט דא אן אשכול פאר די זאכן) אפשר וועלן מיר זיך א צווייט מאל צוריקקערן
In the end everything will be ok. if its not ok, its not the end!
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

און די קאנספראציע וועגן דעם פענטאגאן
מ׳האט נישט געפונען קיין אפפאל פון קיין עראפלאן דארט
עס איז נישט מעגליך פאר א פליגער צו פליען אזוי נידריג און אריינהאקן מיט א קראפט
וכו׳ וכו׳
אוועטאר
פעדער
שר האלף
תגובות: 1373
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 02, 2011 4:23 am
לאקאציע: אין די הויזן!
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעדער »

די קאנספיראציע אז בוש דער ערשטער איז געווען פארמישט אין די אטענטאט פראוו אויף רעיגן.

די קאנספיראציע אז לי הארווי אסוואלד דער רוצח פון קענעדי האט נישט געארבעט אויף די אייגענע האנט

די קאנספיראציע אז מ'האט קיינמאל נישט געכאפט און אומגעברענגט סאדאם כוסעין.

די קאנספיראציע אז מ'איז קיינמאל נישט אנגעקומען אויף די לבנה

די קאנספיראציע אז אמעריקע ווערט געפירט פון א אינטערערדישע רעגירונג אנגעהערט צו די פרימעיסן-אידילאגיע, און געהיימע מיטגלידער..

די קאנספיראציע אז די UFO'S זענען געהיימע מיליטערישע אקטיוויטעטן פון די אמעריקאנער רעגירונג.
כ'מיין נישט דיך! אבער אויב מיינסטו אז איך מיין דיך, זאלסטו וויסן אז טאקע דיך מיין איך!!
אוועטאר
זעליג
שר חמש מאות
תגובות: 693
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 26, 2008 4:35 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זעליג »

דא
מ'קען דאס דאונלאדן דורכן דריקן ctrl+s
מאנסיאנער
שר האלף
תגובות: 1308
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 20, 2011 4:53 pm
לאקאציע: אינעם גרויסן עפל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאנסיאנער »

יהיה כן האט געשריבן:און די קאנספראציע וועגן דעם פענטאגאן
מ׳האט נישט געפונען קיין אפפאל פון קיין עראפלאן דארט
עס איז נישט מעגליך פאר א פליגער צו פליען אזוי נידריג און אריינהאקן מיט א קראפט
וכו׳ וכו׳

און נאכמער פון דעם טענה'ן די קאנספיראציע טעאריקער
אז אויף די איינציגסטע ווידיאו וואס מען האט ארויסגעגעבן זעהט מען בלויז א אויפרייס אין נישט קיין עראפלאן אריינקראכן
און אזוי אויך פארוואס האט מען בלויז ארויסגעגבן איין אומקלארע טעיפ פון איין קאמערע בשעת ס'איז דא צענדליגער צו גאר הונדערטער קעמערעס ארום די פענטאגאן
ועוד ועוד...
מיר זענען די 999 פראצענט (קרעדיט: "אקופיר"/הערמאן קעין)
אוועטאר
leiby
שר שלשת אלפים
תגובות: 3911
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 16, 2008 11:08 pm
לאקאציע: צווישן אידן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך leiby »

מ'קען אהער לינקן צום זאך'ס אשכול.
שש מצות תמידיות: אהבת ה',יראת ה', יחוד ה', אמונה בה', שלילת ע"ז, ולא תתורו.
אוועטאר
ים רויבער
שר האלפיים
תגובות: 2176
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 03, 2011 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ים רויבער »

כא כא כא האבן זיך די רויבער צולאכט (מנחם מענדל)
אוועטאר
קראק-פאט
שר חמש מאות
תגובות: 936
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2011 11:13 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קראק-פאט »

קאנספיראציע טעאריעס האבן איין גרויסען פראבלעם, נעמליך, די קאנספיראטארן מישן אויס פאקטן מיט טעאריעס און טוען דאס פארקויפן פארן פובליק אלס איינס.
דערנאך קומען די אזוי גערופענע עקספערטן און פרעגן אפ די טעאריעס, מורמלען 'קאנספיראציע טעאריע' און דער עולם גולם שאקלט צו מיטן קאפ און גייט ווייטער ביז דער נעקסטער קאנספיראטאר קומט אפיר, וחוזר חלילה.
דער פראבלעם איז, פאקט בלייבט פאקט, די פאקטן וואס ווערן ארויפגעברענגט ווערן זעלטן אדרעסירט. אין רוב פעלער איז גענוג צו באשמירן דעם פראפעסאר אדער עקספערט אלס א נארישער קאנספיראטאר אן אדרעסירן די פאקטן בכלל, דער פראפעסאר וויל נישט פארשמירן זיין נאמען און דראען זיין פאזיציע, און מיט דעם ענדיגט זיך עס.

בנוגע 9-11 בכלל און בילדינג 7 בפרט איז דא א גרופע וואס באקומט אסאך אויפמערקזאמקייט, דאס איז א גרופע פון איבער 1500 פראמינענטע ארכיטעקטן און אינזשענירן וואס ברענגן אויף פיל סייענטיפישע פראגעס איבער די אויסגאנג פונעם אפיציעלען אויספארשונג. זיי געבן נישט אן קיין שום טעאריעס אדער מיינונגען, זיי פארלאנגן נאר א פרישן אינדעפענדענט אויספארשונג מיט צוזאמארבעט פון פראפעסיאנעלע ארכיטעקן און אינזשענירן.

זיי האבן ארויסגעגעבן א ווידעא[1] איבער זייערע פאקטן און פראגעס. זיי טוען בארירן די פאלגענדע:
1) מאדערנע וואלקן קראצער זענען ספעציעל געבויעט צו פארנעמען האריקען'ס, טארנעידא'ס, פארפלייצונגען און פייערן, אלזא, איז אוממעגליך צו זאגן אז ברענעדיגע אפיס פורניטשער האט אראפ געברענגט בילדינג 7 וואס איז בכלל נישט אטאקירט געווארן דורך די עראפלאנען.
2) בילדינג 7 איז צוזאמגעפאלן אין סעקונדען, אומצאליגע דעמאליש עקספערטן וואס האבן געזען די ווידעא'ס זאגן אז א פייער קען נישט מאכן א בילדינג איינפאלן אויף דעם אופן, ספעציעל דאס וואס די שטאקן לייגן זיך צאם ווי שפיל קארטן מיט א געניטן גלייכקייט איינס אויפן צווייטען. מען הערט אפילו רעפארטער'ס זאגן אז עס איז א "קאנטראלד דעמאלישן."
3) עס איז דא ווידעא (2:10) ווי מען זעט פייער לעשער זאגן "האלט דיינע אויגן אויף דעם בילדינג, עס קומט אט אראפ." און (2:15) "די בילדינג גייט אט פלאצן, ריקט'ס ענק צוריק." און נאך.
4) עקספערטן האבן געטראפן 'טערמייט', א עקספלאסיווע מאטריאל, אויף די ברוכווארג. די אפיציעלע אויספארשונג האט אויסגעשטראכן עקספלאסיוו'ס אלץ דער גורם. האבן די עקספערטן געפרעגט, האט עטס אפילו באקוקט די באוויזן וואס מיר האבן געטראפן? איז דער ענטפער געווען ניין!
און נאך

[1] יו-טוב לינק פארבאטן, פארלאנגט דורך אישי (געטראפן נאך ערגעץ)
לעצט פארראכטן דורך קראק-פאט אום דינסטאג סעפטעמבער 20, 2011 10:14 am, פארראכטן געווארן 2 מאל.
שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7783
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

קראק פאט היקר,

איך פרעג נישט אפ די קאנספיראציע, ווייל איך בין נישט קיין סייענטיסט.

אבער עטליכע נקודות פאר מחשבה:

א) פארוואס ביי יעדע וועלטס-פאסירונג זענען עס געווענליך די זעלבע עקספערטן אכציג פראצענט פעלער, וואס זיי און נאר זיי, דערגייען דעם אמת׳דיגן אמת?

ב) קשיות, ווי שווער עס זאל נישט זיין, ברענגן קיינמאל נישט קיין אלא מאי׳ס.

ג) דאס נאמנות פון סייענטיסטן מיט אינדזשינירן איז נישט ביים העכסטן שטאפל, אויבנאויפיג האנדעלט מיט מאטאמאטיקער אין קאליבער פון די לאדשזער חברה, וואס ביי זיי איז אלעס נאמבערס (זיי נישט סורפרייזט אויב דו הערסט פון זיי אז די צווילינג-טורעמס האט מען קיינמאל נישט חתונה געמאכט [ק: ר׳ סנדר ענגעל ז״ל...], און זיי שטייען אין פולען פראכט... ווייל ״לויט׳ן חשבון״ קען עס נישט זיין...).

מענין לענין: די זעלבע ליבעראלע פרעפעסארן און סייענטיסטן, וואס זעען גלאהאלע-ווארעמונג אין אלעם; אנגעהויבן פון אןאויסגעגאסענעם גלעזל קאווע אזש ביז האריקעין איירין, האבן אין די נישט ווייטע פארגאנגענהייט געהאט אקוראט די זעלבע זארגן, נאר יענמאלט האט מען געציטערט אז די וועלט פרירט גאר אפ...

סיכום:
שטארקע מעגליכקייטן אז די רעגירונגס ווערסיע איז אומריכטיג, על כל פנים למחצה, לשליש ולרביע. קען זיי זענען אליין נישט קלאר, אדער מעגליך צוליב זיכערהייטס סיבות... אדער - איך געב דיר נאך - קארופציע, עפעס געפעערליך באהאלט מען פון אונץ...

אבער ביטע, פון די אינטעליגענטע אויבערמענשן וואס פלאגן מיט׳ן פארפלייצונג פון צייט-איבערפלוס, און האבן קיין סאך בעססערס נישט וואס צו טוהן מיט׳ן אויסגעצויגענעם יום...

לא באלה חלק יעקב, פון די מטורפים ברענג נישט קיין ראי׳.
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
אוועטאר
קראק-פאט
שר חמש מאות
תגובות: 936
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2011 11:13 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קראק-פאט »

שטארק זיך,
אז די וואלסט דיר גענומען די מיה אריינצובליקן אין וואס איך האב געברענגט בעפארן ענטפערן, וואלסטו געזען אז דאס איז א פריוואטע גרופע, פינאנצירט דורך די פאמיליעס פון די 9-11 אומגעקומונע.

צו פארגלייכן סייענטיסטן, וואס זיצן אויף רעגירונגס באצאלטע פאזיציעס, אין רעגירונגס באצאלטע לאבארטאריעס, און האבן גארנישט צו פארלירן פון איבערקייען אפיציעלע רעגירונגס ווערסיעס איבער גלאבאלע ווארעמונג, צו א פריוואט פינאנצירטע גרופע ביזנעסלייט וואס באדראען זייער רעפוטאציע מיטן אויפברענגן פראגעס איבער די אפיציעלע ווערסיע פון בילדינג 7, איז אבסורד.
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

דער איראנער צופידעלטער האט היינט ביי זיין רעדע אין די יו ען אויך מסביר געווען אז די בנינים זענען זיכער נישט צוזאמגעפאלן פשוט פון דעם וואס עראפלאנען זענען אריין געפארן אין איר... פירטס אים אריין...
חשמל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 404
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 08, 2011 6:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חשמל »

איך וואלט נישט געגאנגען אזוי ווייט,
איך וואלט געזאגט אז אמערקע האט ספעציעל אריינגעשיקט א פאלשע סטעלט, זיי וועלן פרובירן נאכצומאכן, אין עס וועט זיי פארברענען צייט אין געלט.
אדער נאכמער, אמעריקע וועט נאכגיין ווי מפירט עס דורך גפס טרעקינג, אין עס וועט שיקן בילדער פון די חכמים וואס ארבעטן דערויף, דערנאך וועלן זיי שטארבן פון א עקסידענט.
אוועטאר
אלף בית
שר האלפיים
תגובות: 2738
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 10, 2008 4:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלף בית »

מיר איז בייגעפאלן א טעאריע, (כ'בין מסתמא נישט דער ערשטער), אז די אלע רעוואלוציע'ס וואס קומען פאר אין מיטעל מזרח ווערט אונטערגעשטיצט דורך די גרויסע גאז קאמפאני'ס.
ווייל אלעמאל מ'קריגט זיך גייען ארויף די פרייזן פון אויל (פרעג פארוואס? אבער דאס איז דער מציאות).
מיט דעם ווערט פארענטפערט די וועלט'ס קשיא, פארוואס אמעריקע האט געשיקט טרופן קיין ליביע, אבער אין סיריע ווי דער מצב איז פיל ערגער שטייט אמעריקע אינדרויסן? נאר, ליביע באזיצט אסאך אויל משא"כ סיריע.
א גוט ווארט איז אלעמאל גוט
אוועטאר
קראק-פאט
שר חמש מאות
תגובות: 936
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2011 11:13 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קראק-פאט »

אלף בית האט געשריבן:ווייל אלעמאל מ'קריגט זיך גייען ארויף די פרייזן פון אויל (פרעג פארוואס? אבער דאס איז דער מציאות).

ווען די מצב ווערט אומסטאביל קויפן מענטשען מער אויל צו האלטן אין רעזערוו ווייל מען ווייסט נישט מה יולד יום. דאס מיינט עס איז דא מער דימענד.
ווען די דימענד פאר עפעס גייט ארויף און די סופליי בלייבט די זעלבע, גייט די פרייז ארויף.
אויב די מצב ווערט גאר אומסטאביל און די אויל פראדוקציע פאלט, איז דא א קלענערע סופליי.
ווען די סופליי פאר עפעס גייט אראפ און די דימענד בלייבט די זעלבע גייט די פרייז ארויף.
ווען דימענד גייט ארויף און סופליי גייט אראפ, בענאזאם, גייט די פרייז נאך מער ארויף.
חשמל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 404
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 08, 2011 6:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חשמל »

אלף בית האט געשריבן:מיט דעם ווערט פארענטפערט די וועלט'ס קשיא, פארוואס אמעריקע האט געשיקט טרופן קיין ליביע, אבער אין סיריע ווי דער מצב איז פיל ערגער שטייט אמעריקע אינדרויסן? נאר, ליביע באזיצט אסאך אויל משא"כ סיריע.

דאס איז שוין גאר קיין קאנספיראציע נישט
אוועטאר
אלף בית
שר האלפיים
תגובות: 2738
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 10, 2008 4:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלף בית »

קראק-פאט האט געשריבן:
אלף בית האט געשריבן:ווייל אלעמאל מ'קריגט זיך גייען ארויף די פרייזן פון אויל (פרעג פארוואס? אבער דאס איז דער מציאות).

ווען די מצב ווערט אומסטאביל קויפן מענטשען מער אויל צו האלטן אין רעזערוו ווייל מען ווייסט נישט מה יולד יום. דאס מיינט עס איז דא מער דימענד.
ווען די דימענד פאר עפעס גייט ארויף און די סופליי בלייבט די זעלבע, גייט די פרייז ארויף.
אויב די מצב ווערט גאר אומסטאביל און די אויל פראדוקציע פאלט, איז דא א קלענערע סופליי.
ווען די סופליי פאר עפעס גייט אראפ און די דימענד בלייבט די זעלבע גייט די פרייז ארויף.
ווען דימענד גייט ארויף און סופליי גייט אראפ, בענאזאם, גייט די פרייז נאך מער ארויף.

דער מציאות איז אז מ'קריגט זיך שוין יארן אינעם מיטל מזרח, און ס'האט נאך קיינמאל נישט פאסירט אז ס'זאל נישט זיין גענוג אויל.
אבער וואס יא, אינוועסטירערס און שפעקולאנטן אויף וואל-סטריט ווערן אנגעצויגן (פאר גארנישט), גייען די פרייזן ארויף.
מאכן די אויל קאמפאניס געלט.
א גוט ווארט איז אלעמאל גוט
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

פעדער האט געשריבן:די קאנספיראציע אז לי הארווי אסוואלד דער רוצח פון קענעדי האט נישט געארבעט אויף די אייגענע האנט

אינטערעסאנט, אז פון אלע קאנספירעסיס, איז דאס די איינציגסטע, וואס א ריזיגער עולם, אפי' נארמאל דענדענדע מענטשען, גלייבן אז די רעגירונג ווערסיע פונעם "קענעדי אסעסענעשאן" איז נישט אמת.

אגב דאס אז אסוואלד, האט נישט געארבייט אליין, איז נאר איין ווערסיע פון די קאנספירעסי, עס איז דא צענדליגער, טעאריס, מיט ביכער אויף ביכער, און פילמען, וואס טיען זיי אינטערשיצען!

עוד אגב, דזעק רובין, וואס האט געהארגעט אסוואלד (דאס אליינס ווערט גענוצט דורך די קאנספיריטאטן) איז געווען א איד, דאס איז זיין מצבה!
אטעטשמענטס
rubyjack.jpg
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
קראק-פאט
שר חמש מאות
תגובות: 936
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2011 11:13 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קראק-פאט »

אלף בית האט געשריבן:
קראק-פאט האט געשריבן:
אלף בית האט געשריבן:ווייל אלעמאל מ'קריגט זיך גייען ארויף די פרייזן פון אויל (פרעג פארוואס? אבער דאס איז דער מציאות).

ווען די מצב ווערט אומסטאביל קויפן מענטשען מער אויל צו האלטן אין רעזערוו ווייל מען ווייסט נישט מה יולד יום. דאס מיינט עס איז דא מער דימענד.
ווען די דימענד פאר עפעס גייט ארויף און די סופליי בלייבט די זעלבע, גייט די פרייז ארויף.
אויב די מצב ווערט גאר אומסטאביל און די אויל פראדוקציע פאלט, איז דא א קלענערע סופליי.
ווען די סופליי פאר עפעס גייט אראפ און די דימענד בלייבט די זעלבע גייט די פרייז ארויף.
ווען דימענד גייט ארויף און סופליי גייט אראפ, בענאזאם, גייט די פרייז נאך מער ארויף.

דער מציאות איז אז מ'קריגט זיך שוין יארן אינעם מיטל מזרח, און ס'האט נאך קיינמאל נישט פאסירט אז ס'זאל נישט זיין גענוג אויל.
אבער וואס יא, אינוועסטירערס און שפעקולאנטן אויף וואל-סטריט ווערן אנגעצויגן (פאר גארנישט), גייען די פרייזן ארויף.
מאכן די אויל קאמפאניס געלט.

עס איז דא גענוג אויל פאר די וואס קענען זיך עס ערלויבן.
ווען עס איז דא מער דימענד פאר א פראדוקט גייט די פרייז ארויף, ווען די פרייז גייט ארויף קענען א טייל מענטשען מער נישט קויפן אויל און עס גייט פאר ווער עס קען זיך עס יא ערלויבן.
אוועטאר
ממש אזוי
שר האלפיים
תגובות: 2804
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 19, 2017 6:58 pm

קאנספיראציעס...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממש אזוי »

האט איינער דערמאנט אז אולי איז צייט צו מאכן אן אשכול ספעציעל געווידמעט אויף קאנספיראציעס. איז פארוואס טאקע נישט? איך האלט אז עס וואלט געווען א פיינע זאך. ווער עס האט ליב קאנספיראציעס ווערט געבעטן אריינקומען און אראפלייגן זיין מיינונג אין קאנספיראציע אויך סיי וועלכע הינזיכט.

איך וועל אנהייבן מיט איינע פון מיינע.

איך האלב בשיטה אז די גאנצע טעות וואס איז געשען אין האוואוי וואו עס איז ארויס געשיקט געווארן בטעות א מעלדונג אז עס קומט צו גיין א מיסיל פון צפון קארעא איז גאר קיין טעות נישט געווען!!

איינער איז מיט מיר?

יעצט העסטו פרעגן, פארוואס זאלן זיי דאס טון? זייער פשוט מען האט געוואלט פון פאר אויס צוגרייטן מענטשן וויאזוי אזא סארט זאך קוקט אויס, אזוי אז אויב עס וועט חלילה אמאל זיין אמת, זאל מען שוין האבן אין באוואוסטזיין אזא סארט זאך ווי באקומען אזא שרעקעדיגע מעסעדזש!
אוועטאר
ממש אזוי
שר האלפיים
תגובות: 2804
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 19, 2017 6:58 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממש אזוי »

איך האלט אויך אז מדינת ישראל האט אליין אונטערגעשטעלט די לעצטע דראון אריינקום פון סיריע כדי צו האבן א תירוץ צו באמבעדירן די איראנע באזע וואס געפינט זיך נעבן צפון ארץ ישראל.
אוועטאר
יונהלע
שר חמש מאות
תגובות: 671
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 21, 2013 12:21 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יונהלע »

ממש אזוי האט געשריבן:איך האלט אויך אז מדינת ישראל האט אליין אונטערגעשטעלט די לעצטע דראון אריינקום פון סיריע כדי צו האבן א תירוץ צו באמבעדירן די איראנע באזע וואס געפינט זיך נעבן צפון ארץ ישראל.

שא... זאג נישט פאר קיינעם... אבער איך האלט אויך אזוי.
כ'שעם זיך נאר עס צו זאגען הויעך.
אוועטאר
ממש אזוי
שר האלפיים
תגובות: 2804
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 19, 2017 6:58 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממש אזוי »

יונהלע האט געשריבן:

טובים השנים מן האחד!
פאראויס
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4354
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 01, 2015 8:56 pm

911 געמאכט געווארן טיילווייז דורך CIA

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאראויס »

CIA Agent Confesses On Deathbed: ‘We Blew Up WTC7 On 9/11’

https://www.opdeepstate.com/2017/07/15/ ... c7-on-911/

#קאנספעראציע
Know your profits per ASIN, your inventory forecasting, ppc, and more, for just $19.99 a month. Try it for two months FREE with this link:
https://sellerboard.com/?partner=00529
אוועטאר
ממש אזוי
שר האלפיים
תגובות: 2804
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 19, 2017 6:58 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממש אזוי »

פאראויס האט געשריבן:CIA Agent Confesses On Deathbed: ‘We Blew Up WTC7 On 9/11’

https://www.opdeepstate.com/2017/07/15/ ... c7-on-911/

#קאנספעראציע

דו האלסט אזוי?
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

ממש אזוי האט געשריבן:האט איינער דערמאנט אז אולי איז צייט צו מאכן אן אשכול ספעציעל געווידמעט אויף קאנספיראציעס. איז פארוואס טאקע נישט? איך האלט אז עס וואלט געווען א פיינע זאך. ווער עס האט ליב קאנספיראציעס ווערט געבעטן אריינקומען און אראפלייגן זיין מיינונג אין קאנספיראציע אויך סיי וועלכע הינזיכט.

איך וועל אנהייבן מיט איינע פון מיינע.

איך האלב בשיטה אז די גאנצע טעות וואס איז געשען אין האוואוי וואו עס איז ארויס געשיקט געווארן בטעות א מעלדונג אז עס קומט צו גיין א מיסיל פון צפון קארעא איז גאר קיין טעות נישט געווען!!

איינער איז מיט מיר?

יעצט העסטו פרעגן, פארוואס זאלן זיי דאס טון? זייער פשוט מען האט געוואלט פון פאר אויס צוגרייטן מענטשן וויאזוי אזא סארט זאך קוקט אויס, אזוי אז אויב עס וועט חלילה אמאל זיין אמת, זאל מען שוין האבן אין באוואוסטזיין אזא סארט זאך ווי באקומען אזא שרעקעדיגע מעסעדזש!

איך מיין אז די חלק אז ס'איז נישט געווען קיין טעות איז נישט קיין קאנספיראציע, דאכטעצך אז אזוי איז געווען לעצטנ'ס אין די נייעס
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
שרייב תגובה

צוריק צו “נייעס קאך לעפל”