האט איר א מעטרא קארד? באזוכט שומרי שבת!

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15939
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע: אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

fiena nieas האט געשריבן:די ערשטע נאכט סליחות!

not the full picture
of the mixture

עס פעלען די ספרדים וואס האבען זייער אייגענעם נוסח סליחות און ווי זענעו די אהן הוטען און רעקלעך
גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל


אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15939
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע: אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

מעשה רב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

מחמת סיבה האב איך ג'דאווענט מיט א שפעטען מנין ש"ק "אינדערפרי" אין שומרי שבת זעה איך ווי דער גבאי ר משה מעצגער גייט צום עמוד צי חזרת הש"ץ פון מוסף נישט האבענדיג ג'דאווענט די שטילע
פרעג איך אים וואס איז דאס? איך האב שוין ג'דאווענט איך האב 2 יארצייטען די וואך דאווען איך צוויי מאל חזרת הש"ץ איך האב ג'האט צוויי מאל מפטיר אויך
האסט ג'פרעגט? אודאי NO PROBLEM
א FRINGE BENEFIT איך מיין דאס איינציגע פערזענליכע הנאה אויזער אפשר א געהאלט
גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל


אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18061
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך msp »

גאר אינטערעסאנט
דאס דארף מען טאקע מברר זיין צו מען מעג דאווענען צוויי הויכע שעמענעסרעס.....
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב
אוועטאר
מכטי1
שר חמשת אלפים
תגובות: 5260
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 17, 2011 5:34 am
לאקאציע: צוווישען ערליכע אידען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מכטי1 »

זאלצי ידידי יעצט געליינט זיך שיעור דערהארגעט פאר געלעכטער.......
אראפגעלייגט בעסער פון גוט אהן קיין איין גוזמא.......געוואלדיג.
אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15939
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע: אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

msp האט געשריבן:גאר אינטערעסאנט
דאס דארף מען טאקע מברר זיין צו מען מעג דאווענען צוויי הויכע שעמענעסרעס.....



משנה ברורה סימן סט (יז) שעמד וכו' - ולא עוד אלא אם אין חזן לאחרונים יכול אפילו החזן הראשון להתפלל שנית להוציא גם האחרונים [לבוש ומ"א]
שאלה!! אם אפשר לדמות מנהגינו של מוסף בש"ק קודם היא"צ ל אין חזן לאחרונים ???
עכ"פ משה'ס רב האט ג'האט א מקור
גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל


איש יהודי
שר חמישים
תגובות: 69
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 19, 2012 10:06 am
לאקאציע: אונטער׳ן מאמעס פארטוך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש יהודי »

שכח זאלצי!
כ׳האלט מיר נאך אינמיטן אפלעקן די פינגער... א הערליך ארטיקל!!
ווען וועלט וואלט ווען געווען וועלט, וואלט ווען די גאנצע אידישע וועלט, זיך געפונען דא צווישן די שפאלטענעס פון ׳איי וועלט׳..!
אוועטאר
ידיד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3822
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 6:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ידיד »

איש יהודי האט געשריבן:שכח זאלצי!
כ׳האלט מיר נאך אינמיטן אפלעקן די פינגער... א הערליך ארטיקל!!

ס'א שאד זיך צו מוטשענען אפצולעקן ווייל זאלץוואסער גייט עס זייער שנעל נאכאמאל אנשמירן...
אוועטאר
שלעפשיץ
שר האלף
תגובות: 1427
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 17, 2010 1:32 pm
לאקאציע: ביים רבי'ן אין שלעפשיץ
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלעפשיץ »

אוי זאלצי - דו בוסט גוט משוגע: איך מיין משוגע גוט

איך זיך פאפיר מיינע אויגן, נאז, מויל רינען.

;l;p- ;l;p- ;l;p-
אוועטאר
זאלץוואסער
שר האלף
תגובות: 1866
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 20, 2012 6:41 pm
לאקאציע: אין א זאלץ וואסער מעסטל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאלץוואסער »

בארואיג דיך שלעפשיץ איך האב דיר נישט געוואלט וויי טון....
אוועטאר
אוזן שומעת
שר העשר
תגובות: 27
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 13, 2012 5:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוזן שומעת »

וואס טוט זיך מיט די קוקיס אונטן פון דעם האט מען גאנישט גערעדט ???
אוועטאר
אנעים זמירות
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4693
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע: ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנעים זמירות »

אוזן שומעת האט געשריבן:וואס טוט זיך מיט די קוקיס אונטן פון דעם האט מען גאנישט גערעדט ???


עס איז דא צייט צו רעדן פון זיי נעקסטע יאר - זארג דיך נישט זיי וועלן נאך דארט בלייבען.
א מענטש קען זיך טועה זיין.
ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך. (ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

מיינע שיעורים
אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7788
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווינקל »

אנגעצויגגגגגגגגגגגגגגגגגגגגגגן! נערוועעעעעעעעעעעעעעעעעעעעעז! בין איך געווען אפאר מינוט צוריק, נעווער מיינד פארוואס, כ'עפן אייעולט אביסל אויפצוטרעינען די נארוואוינים, און אט גיסט זאלתי אראפ א באזוך אין שומרי שבת מיט לעבעדיגע קאלירן!!! כ'האב נישטאמאל געקענט בלייבן מיט א שמייכל, כ'האב בלית ברירה געמוזט לאכן פול פארס!

זאל עס דיר זיין צו מצוה!

אנעים מיט זאלצי גייטס ווייטער אן מיטן לעצטן ווארט פייט,
דער עולם האט הנאה ווי עס פלעכט זיך דער לאנגער קייט.
אוועטאר
fiena nieas
שר חמשת אלפים
תגובות: 5565
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2011 8:56 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך fiena nieas »

fiena nieas האט געשריבן:זאלצי גוט איז גיט,



ווי אויך די נייע שנארער וואס האט זיך אנגעריקט לעצטענס און רוימט אריין צו יעדעם..
"וואוינסט אפשר אין בארא פארק"

עים מיין איך!! איינער קען עים?
אטעטשמענטס
bp.jpg
bp.jpg (9.15 KiB) געזען 2878 מאל
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28204
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

יא. ער אינטערסירט זיך ביי יעדן אויב מען האט א דירה פאר אים.
אוועטאר
fiena nieas
שר חמשת אלפים
תגובות: 5565
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2011 8:56 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך fiena nieas »

לכאורה האט געשריבן:יא. ער אינטערסירט זיך ביי יעדן אויב מען האט א דירה פאר אים.

יא איך האב עים דא געכאפט ווי ער קאלט אן די אלע נומבערס וואס האבן זיך איינגעשריבן ביי עים... :lol:
אוועטאר
אינגאנצן צעמישט
שר העשר
תגובות: 21
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 19, 2012 11:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אינגאנצן צעמישט »

אה, דאס איז שוין אן אנדערע מעשה...
מ' רעדט פון שומר שבת! מיין פעיוואריט... האב איך מיר געמוזט אפירזוכן מיין אנדערע ניק, טא, פון דארט איז דאך געקומען מיין דאזיגע קריאת השם... ווער ס'גייט אריין דארט אביסל א גלייכער קומט ארויס "אינגאנצן צעמישט..."

איך דאווען דארט כמעט יעדן טאג מנחה מעריב, דאס איז א מין מקום וואס אין די גאנצע וועלט טרעפט מען דאס נישט!! יא יא, דאס איז נישט קיין גוזמא, אין די גאנצע וועלט קען מען נישט טרעפן אזא צאמשטעל!

אויב מ'שטעלט זיך מנחה ערגעץ אין די נאכמיטאג שעות איז ניאכנישט געפערליך, אויף די מעין פלאר שטעלט זיך א מנין יעדע פופצן מוניט פונקטליך! קיין סעקונדע נישט פריער. און אינצווישן איז דא מנינים אין בעיסמענט, ווייבער שול, סוכה.

די פראבלעם הייבט זיך אן אין ראש-אוער. אביסל נאך שקיעה שטעלט זיך אפ די מנינים אין ביהמ"ד און מ'לערנט דארט משניות, ס'אינטרעסאנט צו זען ווי צו דעם שיעור קומען נאך אפאר "מעמבערס" פון "שומר שבת", אדער סתם אידן וואס ווארטן אויפן ערשטן מנין מעריב.

אין די שעה איז געפערליך, ס'קומען הונדערטער מענטשן, אין סוכה שטעלט זיך א מנין, אין בעיסמענט, אויף די סטעפס, און אין ווייבער שול עטליכע אויף אמאל.

ווער רעדט נאך ווען ס'איז א תענית און מ'דארף ליינען... כ'האב שוין אמאל געדאווענט אין עזרת נשים ווי ס'האבן זיך געשטעלט צוויי מנינים 5 מוניט געריקט און ביידע האבן גענוצט דעם אזוי גערופענע בימה, וואס באשטייט פון א שטיק האלץ אויסגעשפרייט אויף בענק... דא האט מען געטאנצן קדוש קדוש, און דא האט מען געשריגן ה' ה', ס'געווען לעבעדיג.

האט איר אמאל געזען די סעקיורעטי גארד אין די באנק קעגנאיבער? ווייסט וואס איז פשט? ווען די ראש- אוער איז אנגעקומען האט מען געזוכט מאכן מנינים ווי מ'קען נאר, נא אז א אידל האט געסווייפט זיין קארטל צו מאכן א דיפאזעט, (אדער א ווייבל צו מאכן א ווידראעל), האט זיך איינער אוועקגעשטעלט האלטן די טיר און געשריגן מנחה! מנחה!, און ס'האבן זיך געשטעלט מנינים איינער נאכ'ן צווייטן... אויף אזוי ווייט אז טאמער האט זיך דערוואגט א ערל'טע אריינקומען אהין איז געגאנגען קולות, ס'טייטש תערובות! שוין האבן זיי געשטעלט א גארד און דאס אידאס!

די גבאים דארט זענען א מסכתא פאר זיך.

די מער באקאנטע איז הלל. גדול מרבן שמו. א צדיק פון אידל, וואס איז אין די זייט זיס ווי צוקער. דער איד פארשאפט היטשעס און קאר ריידס יעדן טאג אין די הונדערטער! אריינגערעכענט: וויליאמסבורג, מאנסי, מאנרא, לעיקוואד, פלעטבוש, אדער אנדערע עק בארא פארק, סיגעיט. זומער צו אלע געגענטער אין די קעטסקילס, חתונה זאלן. און ער זאגט מיר אז ער האט שוין געשאפט ריידס קיין באלטימאר, באסטן, און אפילו קענעדע!

ער האט א ספעציעלע חוש הריח צו דערשנאפן ווער ס'פארט ווי. "עקסקיוז מי ער יו גאוינג טו לעיקוואד?", ער קען פון אויסענווייניג מענטשנס סדר היום ווען זיי פארן ווי. ער קען אפילו רוב מאל זאגן בערך ווי לאנג מ'עט דארפן ווארטן ביז מ'עט כאפן א היטש. הפלא ופלא!

הלל האט נומבערס פון בעלי הכנסת אורחים, וואס נישט איין מאל מאכט זיך אז מענטשן וואנדערן אריין דארט אינמיטן דער נאכט און האבן נישט ווי צו שלאפן, און הלל פארשאפט זיי אן אכסניא.

ר' משה פון די צווייטע זייט, עם קומט די גאנצע קרעדיט פון דעם פלאץ. אנגעהויבן האט זיך עס תשל"ט ווען ער האט מחליט געווען צו מאכן א מנין מעריב ביים זמן רבינו תם. ער האט מיט כוחות צאמגעשטעלט א קביעות'דיגע מנין, ווען מענטשן האבן שוין געוואוסט אז ס'דא א מנין, פלעגן זיי אנקומען אפאר מוניט שפעט, און זיך געוואלט מיטכאפן, אבער נישט מיט משה, ער האט זיי נישט געלאזט, ער איז געגאנגען צו די פיצא שאפס און געשלעפט מענטשן ממש ווי מיט געוואלד, ביז ס'האט זיך געמאכט נאך א מנין. און אזוי האט ער געארבעט נאך און ביז ס'איז געווארן וואס ס'איז געווארן.

אזוי שטעלט זיך עס אויס, אז ס'דא אלעס וואס א איד דארף. מנינים שחרית מנחה מעריב, סליחות אלע סארטן שעות – צענער ביינאכט, צוועלווער 2 מנינים א שטאטע מיט א שנעלע, צווייער, און פארטאגס עטליכע. יום כיפור קטן דורך אלע שעות פון ער"ח, משנה תורה א גאנצע נאכט, קריאת המגילה א גאנצן טאג, סיום בכורים'ס ערב פסח, און מנינים מנחה גאנץ שבת און יו"ט נאכמיטאג, און מנינים מעריב מוצאי שבת ביי אלע מיני זמנים – 72, 90, 120, און כ'ווייס נישט וואס נאך.

דער משה האט זיין מקום קבוע ביים עק ווי ער קען מיטהאלטן וואס טוט זיך אין אלע ווינקלען כדי צו מאכן זיכער אז מ'זאגט תחנון ביי אלע מנינים... און דערוואגן זאל זיך איינער...

יעדע נאכט קומט דארט פאר א שיעור פון הרב משה זאבערמאן שליט"א, אפיציעל איז די שיעור דף היומי, אבער ער האט געווענליך מיט צוויי דריי מסכתות צוריקגעשטאנען. אויפן צווייטן שטאק איז דא הונדערטער גמרות אויסגעשורה'ט פון אלע יארן פון די שיעורים, גראדע הער איך אז זיי ווילן דאס אוועקנעמען ווייל איבער א יאר ווילן זיי דארט ברענגען כפרות...

פון ר"ח אדר ביז פסח קומט פאר ביי יעדע מנין אן אפיל פאר מעות חטים, ווי ס'ווערט צאמגעשאפט איבער 200,000$! משה'ס מנהג איז צו זאגן א דבר תורה'לע, יעדן טאג אן אנדערס, אבער ביי יעדע מנין אויפן האר די זעלבע ווערטער... און ס'ענדיגט זיך "טענק יו פאר ליסענינג...". הלל קוקט זיך נישט פאר ער זאגט וואס ס'ליגט אים אויפן צונג, און א רחמנות אויף דער וואס האלט אינמיטן דאווענען דעמאלס, מ'קען זיך רייסן פון געלעכטער פון זיינע מעשה'לעך.

די זעלבע פון ר"ח אלול ביז סוכות פארקויפט מען א.ג. "זיצן", ד.מ. אן אפיל פארן ביהמ"ד. האט איר א מעשה פון הלל לעצטע וואך, כ'האב געהאלטן אינמיטן שמו"ע און כ'האב מיך געריסן פאר געלעכטער. "לעסט נייט איז געווען א מענטש וואס די ווייב טרו הים אוט אוו די האוס, יא ס'מאכט זיך, מענטשן זענען אנגעצויגן פאר יו"ט, דער מענטש האט געטראכט איים נאט גאנא פייט, ווי מיינט איר איז ער געגאנגען? שומר שבת! דא האט ער געגעסן געטרונקען, און זיך אביסל אראפגעלייגט ביז אינדערפרי ווען זי איז שוין געווען אין א בעסערע מוד. שטעלט אייך פאר אן שומר שבת...". כהנה וכהנה אזעלכע מעשה'לעך.

און אז מ'רעדט שוין פון די עסן דארט, אמאל פלעגט דאס זיין אין סאמע צענטער פון די מנינים, היינט האט מען דאס אריינגעריקט אין א זייט, דארט איז דא צו עסן און צו טרינקען פון אלע סארטן, קאלטס און ווארעמס, עטליכע מיני קאווע, טיי, א קאלטע וואסער מאשין, לאקשן, קוגלעך אפאר סארטן, פיצא אפאר סארטן, קוקיס, קעיקס און וואס נישט.

אין דעם ביהמ"ד ווערט פארקויפט תורה טעיפס פון אלע סארטן, פאר יעדן יו"ט פארקויפט מען דארט אלע מיני צרכים פארן יו"ט. און פאר פסח ווערט דארט אויסגעטיילט ברכת אילנות ליסטעס, אנהייב יאר לוחות פון אלע מינים. און נאך.

א באזונדערע מסכתא איז די צעטלעך אויף די ווענט. ס'איז קאלארפול, און פול מיט סימנים ווי למשל א פינגער אויף ארויף מיינט עזרת נשים, א פינגער אויף אראפ מיינט בעיסמענט, א שטערנדל מיינט סוכה. א רינגעלע ארום די זמן מיינט ס'איז א נייער מנין.

ס'ווערט ארויסגעהאנגען זמנים און מנהגים ווי למשל די הפטורה, וכדו', די מנהג איז אז מ'קלעפט ארויף איין צעטל אויפן צווייטן אז ס'קען זיך גאר אנזאמלען דרייסיג פערציג צעטעלך איינער אויפן צווייטן ביז פשוטע סקאטש טעיפ קען עס מער נישט האלטן.

ביז מ'האט איבערגעמאכט די מזרח וואנט פאר עטליכע יאר צוריק, איז געווען א מנהג אז מ'האט אויסגעהאנגען אפשר פופציג מיני משנכנס אדר סיינס יעדן פאר פורים. אין די סוכה מוז הענגען א פיקטשער פון יעדע רבי בכדור העולם. און נאך פארשידענע אינטרעסאנטע מנהגים אין די הענגערייען.

טאמער איז נישטא קיין אלטערנעט סייד פארקינג יענעם טאג אדער די נעקסטע, גייט ארויף א סיין וואס מעלדט דאס איין פארן עולם.

פארן זומער קען מען דארט אויפטוישן פאר קוואדערס, די וואס דארפן עס פאר די וואש מאשינס. פאר ר"ה ליגט דארט באקסעס ווי מקען שיקן קוויטלעך קיין אומאן, און פאר כ"א אדר קיין ליזענסק.

פארשידענע אידן ציען זייער חיונה פוןד עם פלאץ, עטליכע פארקויפן דארט טעגליך זייערע זאכן אין און ארום דאס ביהמ"ד. ווער רעדט נאך פון די טעג פאר סוכות, יוי געוואלד, מ'קען דאך נישט דורכגיין דארט, ווער רעדט נאך פון די שמוץ וואס בלייבט דארט איבער...

כ'האב נאך אסאך צו שרייבן אבער ס'שפעט און איך מוז גיין קויפן הדסים לכבוד שבת, יא אויך דעם סערוויס שטעלן זיי צו יעדן ערב שבת.

מעטשעם ווען כ'על האבן נאך כח וועל איך פאוסטן נאך מיט מיין געהעריגע ניק.

זייטס צעמישט.
אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 17010
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שנאפס »

הערליך באשריבן! איר האט א גוטע שריפט, ביטע מאך זיכער מיך צו צומישן לכל הפחות איינמאל א וואך
kraitchmah עט גימעיל

באקומט סטאקס בחנם
אוועטאר
זאלץוואסער
שר האלף
תגובות: 1866
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 20, 2012 6:41 pm
לאקאציע: אין א זאלץ וואסער מעסטל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאלץוואסער »

אסאך אסאך פארענטפערט געווארן... איך בין נאר דארט געווען א גאסט אויף א ווייל אבער יעצט פארשטיי איך אסאך אומפארענטפערטע קשיות. למשל:
דער מענטש וואס האט געלערנט אויפן בלעמער אין די מייק האב איך געמיינט אז ער האט פשוט נישט געטראפן ווי צו לערנען ווייל אז מ'קען נישט טרעפן ווי צו דאווענען ווער רעדט נאך לערנען.
יעצט פארשטיי איך שוין עס איז א אפיציעלע שיעור וואס מ'האלט דארט אין א סאטמארן (צוריקגעבליבן מיט די בלעטער) דף היומי...
צווייטע קשיא: איך האב נישט פארשטאנען פארוואס דעם רב'ס בענקל ליגט אריינגעקוועטשט ווי רש"י'ס מאמע אין די וואנט. יעצט פארשטיי איך שוין מ'האט איבערגעבויט דעם אויבן אן און פשוט נישט געהאט קיין פלאץ צו רוקן דעם בענקל בעפאר מ'האט געענדיגט
דריטע קשי': איך האב נישט פארשטאנען די סיין ארדענונג אויף די וואנט, און איך האב נישט געוואוסט וויאזוי זיי באשטימען ווי צו לייגן וועלכע'ס. יעצט פארשטיי איך שוין: עס האט טאקע נישט קיין פירוש...
פערטע קשי': איך האב נישט פארשטאנען ווער דער אידל ביי די קארנער איז וואס דאווענט מיט מיט אלע מנינים, איך האב אים שטארק רעספעקטירט ווי דעם צדיק וואס איז געגאנגען מיט 100 פאר ציצית צוזאמען (די נאמען האב איך אויף די מינוט פארגעסן) און איך האב געקלערט אז ער האט דעם זעלבן ענין מיט דאווענען. יעצט פארשטיי איך שוין עס איז "משה"
5טע קשי': איך האב געזעהן הענגען אפאר זייער דיקע צעטליך, און נישט פארשטאנען אין וואספארא פרינטעריי מ'מאכט די סארט צעטלעך: יעצט פארשטיי איך שוין עס איז פשוט איינס אויפן צווייטן
6טע קשי' איך האב מיך געוואונדערט פארוואס אום אלול הענגט דארט א סיין פון ספירה, און א משנכנס... יעצט פארשטיי איך שוין. עס איז נישטא ווער עס נעמט אראפ נאר ווער עס לייגט ארויף.
מער פון אלעמען:

יעצט פארשטיי איך שוין פארוואס עס איז דא מוני מיטער'ס אין באראפארק... איך וואלט עס אויך געלייגט ווען איך קען ווען מאכן אזא לעבן אויף מענטשן ווי מ'מאכט דארט. מען פארקט ווי עס לאזט זיך אפילו אויב דאס זאל מיינען מ'שטעלט זיך ביי רויט לייט און מ'לויפט כאפן א מנחה. מ' קומט אריין מ'הייבט אן מיט איין מנין, און מ'לויפט דורך אלע שטובער און עקסיט'ס קומט מען ארויס א געדאוונטער אין 3 מינוט....

א גוט שבת איך דארף גיין אויך קויפן הדסים און ערבות פאר יו"ט.
אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15939
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע: אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

אינגאנצן צעמישט האט געשריבן:ווער רעדט נאך ווען ס'איז א תענית און מ'דארף ליינען... כ'האב שוין אמאל געדאווענט אין עזרת נשים ווי ס'האבן זיך געשטעלט צוויי מנינים 5 מוניט געריקט און ביידע האבן גענוצט דעם אזוי גערופענע בימה, וואס באשטייט פון א שטיק האלץ אויסגעשפרייט אויף בענק...

ביסט שוין לאנג נישט געווען אויפען צווייטען שטאק !!!! נייע טישען און בענק און א FULL SIZED בימה
גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל


געריבענער
אנשי שלומינו
תגובות: 3
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש סעפטעמבער 08, 2012 9:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געריבענער »

מען האט שוין פאראכטען די פאבליק פאון אין שומר שבת אבער מען קען נאך אלץ נישט ריפען ווייל ווי נאר מען נעמט ארויס א קוואדער צו ריפען וואקסען ארויס זעקס שנארערס [ קרעדיט:די שטערן)
שטרוי
שר חמש מאות
תגובות: 584
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 05, 2011 9:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטרוי »

'קאמפלימענט'ס נעם איך אן אויף אייוועלט ברבים' זאגט זאלצי און זיין אינטערשריפט. נא. עמיר מקיים פסק זיין.

צוויי אריכות'דיגע גוט'ס בנושא א' אין איין און דעם זעלבן אשכול (אדער מאך איך א טעות).

שקויעך זאלצי. נעמסט עס אן...??!?
אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15939
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע: אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

זאלצי האט ג'שריבען
יעצט פארשטיי איך שוין. עס איז נישטא ווער עס נעמט אראפ נאר ווער עס לייגט ארויף.
אויזער ווען עס מאככט זיך אזא מודעה און א אייוועלטניק
האלט עס פאר אינטערסאנט מיטטיילען
אטעטשמענטס
bimkom.jpg
גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל


אוועטאר
שלעפשיץ
שר האלף
תגובות: 1427
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 17, 2010 1:32 pm
לאקאציע: ביים רבי'ן אין שלעפשיץ
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלעפשיץ »

א ש טייגער ווי שלמה גומבא איז אויך נישט אוועק צו מאכן
אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15939
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע: אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

שלמה'ס חסד און שפיטלער וכדומה איז טאקע נישט אוועק צו מאכען
לעצט פארראכטן דורך קיקיון אום דינסטאג נאוועמבער 20, 2012 8:40 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל


אוועטאר
יוסף שרייבער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4589
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 23, 2010 4:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסף שרייבער »

וואס איז שייך הנאה צו האבען ווי איינער האלט זיך אונטער אופן חשבון פון עלטערע ארימעלייט וואס זענען נעבעך נישט מיט אלעמען. אויב דער גאמבא ליינט דא וואלט איך עם מייעץ געווען ער זאל זיך צויאגען און זיי איבערבעטען.
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”