די מקור פון "רעבישע אייניקלעך" און זיינע "רעכטן" (וכו')

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

צדיקים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 421
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 10, 2018 2:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צדיקים »

דער עולם רעדט פון 'רעבישע אייניקלעך' דא ווי ס'זאל זיין די קללה פונעם יאר הונדערט.

איז לאמיר רעדן פון דעם צווייטן צד

ווען מ'ווארט אויף א בעל תפלה/בעל קורא אין בית המדרש, די ערשטע קרבן (נאך א 13 יאר'יגער בחור'ל) איז די בנש"קלעך, ווייל יעדער איינער פארשטייט, אז ער איז דא צו סערווירן דעם עולם.

ווען א נייע געגנט דארף א ביהמ"ד, וועט מען זיך גלייך ווענדן צו די בנש"קלעך (אפגעזעהן ווי האלט זיי זענען), און בעטן, אנטראגן, (אמאל ערנסט, און אמאל אלץ א דזשאוק) ער זאל עפענען א ביהמ"ד

ווען מ'דארף א בעל דרשן אין ביהמ"ד אויף פרקי אבות, און די באקאנטע מגידי שיעורים און בעלי דרשנים זענען נישט עוועלעבל, אדער מ'דארף איינער זאל אויפטרעטן פאר בחורים, וועט מען אפיר זיכן דעם קרבן ציבור א בנש"קל, כי לכך נוצרת.

וויל מען אנפירן א נסיעה מקומות הק', און מ'וויל נישט צאלן פאר די באקאנטע גרויסע מגידים, וועט מען אפיר זיכן א בנש"ק, זאל מיטפארן, און דרש'ענען א גאנצע וועג, כי לכך נוצרת.


דאס הייסט, דער עולם, פארשטייט, אז דער בנש"ק איז דא אויף צו סערווירן דעם כלל ישראל.

אבער אז דער בנש"ק, טראכט (רוב טראכטן בכלל נישט אזוי, אבער די פאר וואס יא), אז אויב ער איז דא צו סערווירן פארן כלל ישראל, מעג כלל ישראל אים עפעס צוריק צאלן, איז ער שוין א גאנצער שחצן, און א גאנצער ווייס איך וואס.


דערצו למשל לגבי שידוכים, וואס זאל מען טון, אבער ביי משפחת הבנש"ק'ס, איז דער יחוס ארויף מער קלאר ווי ערגעץ אנדערש (רוב סתם מענטשן, ווייסן נישט מער ווי 3 ביז 5 דורות למעלה בקודש), און לגבי ווי אזוי מ'האט געלעבט די ערשטע יארן אין אמעריקא, צו אין די יארן צווישן די ערשטע און צווייטע וועלט מלחמה, רוב מענטשן ווייסן נישט (און נאך א מזל), אבער ביי די בנש"ק'ס ווייסט מען מער ווייניגער יא (לטב ולמוטב), און דעריבער וועט מען ליבערשט זיכן א בנש"ק, ווי סתם א עמך איד, אפי' אויב דער בנש"ק איז עטוואס ווייניגער ת"ח וכדו'.

חוץ מזה, א חשוב'ער איד האט אמאל גענומען א איידעם א בנש"ק (כהיום רב מפורסם מאוד, ושמו הולך לפניו), וואס איז געווען דער ווילדסטער בחור פון ישיבה, האט מען אים געפרעגט האסט נישט געקענט נעמען עפעס בעסער'ס?, אזוי ווערסטו פארלוירן פאר א בנש"ק?, האט דער איד געענפטערט, ער איז טאקע א צאפ, אבער די נפק"מ איז א) ווען ער וועט וועלן זיין וואויל, האט ער א קלארע מסורה ווי אזוי זיך צו פירן, און האט אלע כלים, ב) זכות אבות מסייעתו.
און דער איד איז ארויס גערעכט, ביי די עטלעכע צוואנציג יאר האט זיך זיין איידעם גענומען אין די הענט אריין, וכהיום איז ער א גרויסער אנגענומענער רב אין א בעל מידות טובות.

מ'קען נאך אסאך נקודות אויסשמועסן אין דעם נושא, אבער איך האב יעצט נישט די צייט און כח.
אזוי פיל יא, איר וועט זעהן, אז דער עמך איד, קוקט אלעמאל ארויף דעם בנש"ק, און איז אים מקנא, און דעריבער, זיכט מען זיינע חסרונות, (און יא, א בנש"ק איז מער א פאבליק מענטש, ווען א פשוט'ער עמך איד, פירט זיך אויף אמאל נישט איידל, וועט מען אים מוחל זיין, אבער ווען א בנש"ק וועט דאס טון, נישט נאר מ'וועט אים דאס נישט מוחל זיין, נאר מ'וועט גלייך זאגן, אלע בנש"קים זענען די זעלבע, בערך פילט זיך דאס, ווי ווען די פרייע באשולדיגן "אלע פרומע", און די גוים באשולדיגן "אלע אידן).
אבער א בנש"ק קוקט נישט אויף דעם עמך איד, און דעריבער זיכט ער נישט אין אים קיין חסרונות.

איך בעט איבער יעדער איינער וואס פילט זיך געטראפן, איך מיין נישט קיינעם, נאר די נקודה.
בבל
שר האלף
תגובות: 1817
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 25, 2016 4:34 pm
לאקאציע: הייליגע שטעטל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבל »

צדיקים האט געשריבן:דער עולם רעדט פון 'רעבישע אייניקלעך' דא ווי ס'זאל זיין די קללה פונעם יאר הונדערט.

איז לאמיר רעדן פון דעם צווייטן צד

איך בעט איבער יעדער איינער וואס פילט זיך געטראפן, איך מיין נישט קיינעם, נאר די נקודה.

ישר כוח פארן אריינקומען ממתיק זיין, איך טראכט אז ווען מען רעדט א קעגן רעבישע אייניקלעך איז מען פשוט א ראסיסט( איך מיין מיך אויך)יא סמאכט זיך אמאל אז מען זעהט יענעמס פעלער שנעלער אבער אפילו מען איז יא איינמאל גערעכט איין בנשק פארטרעט נישט יעדעם, און מען דארף אפרישיעטן זייער סערוויס פארן ציבור
אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15034
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הענדימען »

צדיקים האט געשריבן:דער עולם רעדט פון 'רעבישע אייניקלעך' דא ווי ס'זאל זיין די קללה פונעם יאר הונדערט.

ח"ו. דא רעדט מען נאר פון געװיסע וואס איך גלייב אז דו ביסט אויך מסכים אז זיי פארשעמען די איבעריגע

קען זיין אז אין די גאס רעדט מען יא אזוי ווי דו זאגסט

צדיקים האט געשריבן:איז לאמיר רעדן פון דעם צווייטן צד

זייער שיין ארויסגעברענגט בנוגע שידוכים און קנאה

פון די אנדערע זייט.
דאס וואס דו זאגסט אז יעדער פארשטייט אז זיי זענען דא צו סערווירן דעם עולם בין איך חולק אינגאנצן.
די סיבה פארוואס מ'ערווארט פון א בנש"ק געוויסע זאכן איז טאקע ווייל געווענליך האבן זיי דוקא הנאה דערפון

איך למשל בין א פשוט'ער אינגערמאן אבער כ'האב נישט מורא פונעם עמוד און איך גיי טאקע צו זייער אפט. ווען ס'מאכט זיך אמאל אז איך וויל נישט צוגיין פאר א סיבה, ווערן מענטשן ברוגז היתכן איך גיי נישט צו. איך האב קיינמאל פון קיינעם נישט צוגענומען דעם עמוד, קיינמאל פארלאנגט און מיט קיינעם נישט געשריבן קאנטראקט. נאר וואס? היות איך גיי אסאך צו, ערווארט מען שוין אז איך זאל אייביג צוגיין ווען ס'פעלט זיך אויס. זענען זיי בארעכטיגט צו פארלאנגען? אויסדריקליך נישט! איז פארשטענדליך פארוואס זיי פרעשורן מיך? זייער פארשטענדליך

די זעלבע איז מיט ביהמ"ד אין נייע געגנטער, צוגיין צום עמוד מנחה ער"ש, פרק לערנען וכו'

גראדע, ווען איך וואלט ווען געווען אין טשארדזש, וואלט איך געגעבן פרק לערנען וכדו' פאר בנשק'לעך. נישט ווייל כ'האלט אז זיי זענען מיר עפעס שולדיג אדער איך בין זיי שולדיג נאר פשוט ווייל איך גלייב אז זיי האבן הנאה דערפון. און פארוואס זאל א איד נישט הנאה האבן? א בחינה פון בעל התל ובעל החריץ

אגב. בנוגע שידוכים איד דא א שטיקל חילוק צווישן א צאפ וואס איז ערליך און א ליידיגער שטרוי זאק וואס מים אין בו... און פון דעם האב איך גערעדט פריער

און וועגן קנאה. איך בין נישט מקנא כמעט קיינעם און אוודאי נישט קיין רבי'ש אייניקל. איך האב אנדערע תאוות. ס'טוט מיר אבער זייער וויי ווען איך זעה ווי איינער נוצט זיין זיידענ'ס תורה, ניטאמאל זיין אייגענע, אלץ א קרדום לחפור.

איך זעה דאס נישט יעדן טאג און - ווי געשריבן פריער - האב גארנישט קעגן קיין רבי'שע אייניקלעך אבער די וואס פירן זיך יא אזוי עתידין ליתן את הדין פארן געבן שטאף פאר אזעלכע וואס ווילן חוזק מאכן פון ערליכע אידן

------
יעצט טראכטעך אז אן אייניקל אין א זיידענ'ס ביהמ"ד ערווארט מען טאקע יא אז ער זאל סערווירן דעם עולם און איך וואלט געזאגט אז ס'קומט פון דעם וואס מ'שפירט אז איך טוה א גאנצע טובה מיטן דאווענען דא און אויב אזוי קומצעך מיר אז ער אייניקל וואס דאווענט דא כדי דעם זיידענ'ס שול זאל האבן טרעפיק, זאל צולייגן א פליסיגע און צוגיין צום עמוד

אין געוויסע שוהלן איז טאקע אזוי אז די קינדער און אייניקלעך דאווענען פאר'ן עמוד, ליינען און טוהען אלעס
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
אוועטאר
הארזים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5187
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 24, 2020 11:20 pm

Re: די מקור פון "רעבישע אייניקלעך" און זיינע "רעכטן" (וכו')

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הארזים »

היצט אריינגעפאלן דא, גאר זיס צו ליינען ביידע זייטן.
"מסורה" איז ביי מיר די ערשטע זאך!

שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”