ענדליך: א גליון טרעט ארויס קעגן די חוצפה'דיגע טענענט'ס...

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

פאטעטאס מיט אייער
שר העשר
תגובות: 19
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 18, 2014 6:50 pm

ענדליך: א גליון טרעט ארויס קעגן די חוצפה'דיגע טענענט'ס...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטעטאס מיט אייער »

עס איז שוין אסאך באהאנדעלט געווארן די פראבלעם פון דירות, אבער די וואך האב איך געזען א ביכל/גליון אין די שול ווי איך דאווען וואס דערמאנט די וויכטיגע נושא פון טענענט'ס וואס פייניגן אויס זייערע לענדלארד'ס קעגן די הלכה, און ברענגט ארויס ווי נישט אויסגעהאלטן עס איז. עס ווערט דארט געברענגט א זייער באלערנדע מעשה מיט'ן חזון איש זי"ע, איך וועל מעתיק זיין א שטיקעל פו יענעם גליון:

"עס האט אמאל פאסירט מיט אן ארימער איד וואס האט געדונגען א דירה, און ווען עס איז געקומען די צייט ווען ער האט לויט'ן קאנטראקט געדארפט פארלאזן די דירה האט ער נישט געטראפן קיין אנדערע דירה, אבער דער לענדלארד האט אים נישט געוואלט פארלענגערן זיין טערמין. האט דער איד אנגעפרעגט דעם חזון איש זצ"ל וואס צו טון.
דער חזון איש האט אים גע'פסק'נט אז ער זאל פארלאזן די דירה און ער זאל זיך בשום פנים ואופן נישט פארזוימען דארט אן רשות פון דעם אייגנטימער, און אויב ער וועט נישט האבן קיין אנדערע ברירה זאל ער ענדערש נעכטיגן מיט זיינע מעבל אויפן גאס!... דער ארימאן האט אזוי געטון, און דער חזון איש האט אים געבענטשט אז ער זאל אויפגעראכטן ווערן מיט עשירות. – צדיק גוזר והקב"ה מקיים, און דער איד האט זוכה געווען צו חתונה מאכן זיינע קינדער בעושר וכבוד, און אין צוגאב האט ער אויך זוכה געווען צו קינדער און איידעמער תלמידי חכמים, לשם ולתפארת בישראל.
פארהאן לענדלארד'ס וואס באקלאגן זיך אויף אומ'יושר'דיגע מעשים פון געוויסע טענעט'ס, וואס קענען נישט ביישטיין דעם "נסיון העוני" און טוען זאכן קעגן דעם לענדלארד נגד ההלכה, אן אנפרעגן א דעת תורה און אן קיין דין תורה.
אפילו אויב א טענעט שפירט זיך בא'עוולה'ט איז ער נישט ערלויבט צו טון קיין "כי הוא זה" נגד ההלכה, און עס איז אפטמאל גזל דאורייתא ממש. מיר אידן האבן א תורה, און מען דארף טון כהלכה אפילו עס קומט אן שווער." עד כאן פון יענעם גליון.

איך בין נישט קיין לענדלאר, אבער איך האב אליין מיטגעהאלטן אזא סארט עוולה נוראה ביי מיין שוועסטער. מיין שוואגער האט גאקויפט פאר פינף יאר צוריק א דירה אין ווילי, ער האט דארט אריינגעלייגט א טענענט פאר ביזדערווייל ביז די משפחה וועט וואקסן און עס וועט זיך אים לוינען אליין צו צאלין מארגידזש, ער האט אים געגעבען א פיר יאר ליעס און זיך קלאר אויסגענימען אז ער וועט דארפען די דירה פאר זיך אליין ווען דער ליעס וועט זיך ענדיגן. ווען עס איז אנגעקימען די ענדע פונעם ליעס האט דער טענענט נישט געהאלטן ביים ארויסמופן! א דין תורה האט געפסקענט אז דער טענענט באקומט "לפנים משורת הדין" א יאר צייט צו זוכן א אנדערע דירה. אבער "משה זוך מיך..." – 'עבר קציר כלה קיץ' און דער טענענט האט נישט ארויסגעמופט און אויך נישט געגעבן קיין שום זמן ווען ער האט אין פלאן אזוי צו טון. און מיין שוואגער "דער לענדלאר" האט געמוזט מופן קיין מאנסי אין א "געדינגענע" דירה ווייל ער האט מער נישט געקענט וואוינען אין זיין קליינע דירה אין ווילי, בשעת עפעס א הארצלאזער טענענט ענדזשויט זיך מיט מיין שוואגער'ס דירה וואס ער האט געקויפט מיט זיין בלוטיג אפגעשפארט געלט אינאיינעם מיט'ן זיך אנבארגן פון די גאנצע שטאט... שומו שמים!

אבער איך וויל דא באטאנען אז די אלע זאכן זענען נישט קיין כלל אויף אלע טענענט'ס, עס איז דא א באזונדערע גיהנם פאר די לענדלארד'ס וואס פירן זיך אויף שלא ביושר צו טענענט'ס, און א באזונדערע גיהנם פאר די טענענט'ס וואס טוען זאכן שלא כדין צו זייערע לענדלארד'ס.
מיין רבי אין חדר פלעגט זאגן ווען די קינדער פלעגן זיך פארענטפערן אז "יעדער" טוט דאך אזוי, אז אין גיהנם איז דא פלאץ פאר "יעדן"...
לעצט פארראכטן דורך פאטעטאס מיט אייער אום זונטאג נאוועמבער 30, 2014 5:53 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
במקום שאין איש...
שר חמישים
תגובות: 74
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 04, 2014 2:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך במקום שאין איש... »

פארוואס פארקויפט ער נישט די דירה און "פטור" אן עסק?
פאטעטאס מיט אייער
שר העשר
תגובות: 19
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 18, 2014 6:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטעטאס מיט אייער »

ער האט פרובירט, דערווייל גייט עס נישט. קיינער זוכט זיך נישט אריינצולייגן אין א קראנקן בעטל מיט אזא חיה'ישן טענענט...
ארויסווארפן מיט מארשאל'ס איז אויך נישט געקומען אין בארטראכט, מיין שוואגער איז זייער אן איידעלער און ער קען דאס נישט טון צו א צווייטן איד, נישט קיין חילוק ווי נישט גערעכט יענער איז
אוועטאר
AHA
שר האלפיים
תגובות: 2007
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 30, 2011 6:14 pm
לאקאציע: בין פטיש לסדין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך AHA »

א הארץ רייסענדער געשעהניש. אנשטאט דער טענענט זאל טוהן צו די זאך אין זיך מופען קיין מאנסי איז דער בעל הבית דער וואס דארף נעמען דעם וואנדער שטעקן.
איך גלייב אז אלעס וואס דער באשעפער טוהט איז נאר גוט. בעטן בעט איך אז הראינו השם את חסדיך אפו' מיין באגרעניצטע מוח אין פליישיגע זאל דאס אויך זעהן.
במקום שאין איש...
שר חמישים
תגובות: 74
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 04, 2014 2:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך במקום שאין איש... »

דאס איז אן אויסנאמס-פאל, באמת. טאקע אן אומדערהערטע עוולה. אבער איך מיין אז דאס איז נישט קיין כלל. אסאך מער לענדלארד'ס פייניגן טענענט'ס ווי טענענט'ס וואס פייניגן לענדלארד'ס...

ווי ווייט איך געדענק פון יענעם גליון "ותעל שועתם אל אלקים" ברענגען זיי דארט בעיקר ארויס אויף גאר א רייכן אופן אלע צדדים און טענות וואס לענדלארד'ס ווילן זאגן אז דאס בארעכטיגט זיי צו בעטן הויכע רענט פרייזן, און זיי זענען דארט מברר מפי ספרים וסופרים אז דאס איז אלעס נישט קיין תירוץ צו בעטן די שרעקליכע גרעניצלאזע רענט-פרייזן פון א צווייטן איד. זיי ברענגען דארט א פחד'יגע חתם סופר איבער א לענדלארד וואס האט געהויבן די רענט ביים חתם סופר'ס צייטן אין פרעשבורג און ער האט באקומען א שרעקליכן שטראף.
מיין פערזענליכע מיינונג איז, אז ווער עס האט א קאפ אויף די פלייצע דארף כאפן העק און פעק און אוועקלויפן פון וויליאמסבורג באצייטנס, איידער ער אדער זיין ווייב וועט חלילה דארפן גיין אויף נערוון פילן צוליב די גרויסע פרעשור, איך האב אפילו געשריבן א לענגערע ארטיקל איבער די נושא פון נייע געגנטער, דא אויף אייוועלט, אונטערן קעפל: "אנטדעקט אמעריקע – די ענדגילטיגע לעזונג צום דירות קריזיס". אבער איך בין איינשטימיג מיט יענעם גליון: דאס אלעס בארעכטיגט נאכנישט דעם לענדלארד, מצדו, צו פארלאנגען די אומדערהערט-הויכע רענט פרייזן.

עס איז אבער וויכטיג צו געדענקען אז נישט אויף יעדן לענדלארד קען מען האבן טענות, די וואס האבן גרויסע מארטגעדזשעס, און מאכן נישט צופיל ריוח סייווי, האבן זיכער אן אנדערן דין. כאטש וואס אויף זיי איז אויך דא אן הלכה'דיגער און מוסר'דיגע גרעניץ וויפיל זיי מעגן בעטן.

אין שולחן ערוך ח"מ סימן רל"א ביי דיני מפקיעי שערים שטייט אז מען מעג "מרויח זיין" א זעקסטל, אויב א לענדלארד פארלאנגט א הויכע פרייז און פארדינט טראצדעם ווייניגער ריוח ווי א זעקסטל פון זיין חודש'ליכן מארטגעדזש און אנדערע חודש"ליכע הוצאות, קען מען נישט האבן קיין טענות, אבער מער דערפון דארף ער שוין פרעגן א שאלה פון אן ערליכן רב (וואס איז סיי ערליך און סיי אז מ'האט זיך גוט נאכגעפרעגט צי ער איז נישט אליין א לענדלארד...) פונקטליך וויפיל מ'מעג בעטן על פי הלכה און ע"פ דרך היושר והמוסר און אידיש הארץ (נישט צו זיין א "נבל ברשות התורה"), אפילו מ'האט הוצאות מיט א מארטגעדזש און מען מאכט נישט "כולו ריוח". ("כולו ריוח" איז א לוקסוס, און מ'קען פיין זיין אין ביזנעס, און נאך זיין באלבאטיש אויך, אן אויסרייסן יענעם. אין שולחן ערוך ח"מ סימן רל"א רעדט מען פון א געשעפטסמאן, און א געשעפטסמאן דארף אויך באצאלן פאר'ן האלסעילער וכו' מיט אנדערע הוצאות, און דאך איז ער הלכה'דיג באגרעניצט וויפיל מער מעג פארדינען,עיי"ש. אגב, עס איז מעגליך אז ביי דירות מעג מען להלכה מרויח זיין אביסל מער ווי א זעקסטל, לויט א מאירי אין בבא בתרא וואס איך האט געזען א שטיק צייט צוריק האט בית דין צומאל געלאזט פארדינען אביסל מער, געוואנדן לויט פארשידענע כללים. אבער שטענדיג איז דאס געווען באזירט אויף דער מינימום שבמינימום וואס פעלט זיך אויס צו בלייבן אין ביזנעס, ווייל להלכה טאר מען נישט אויסנוצן חיי נפש פראדוקטן פאר פראפיטן, מען מעג בלויז פארדינען אזויפיל אז ס'זאל זיך לוינען צו בלייבן אין ביזנעס. אבער אלעס איז באגרעניצט, WITH A LIMIT, אנדערש ווי ווען מען האנדלט מיט דיאמאנטן וכדומה וואס דאן מעג מען פארדינען וויפיל מען וויל. דעריבער, אפילו מיט א מארגעדזש איז א שאלה וויפיל מ'מעג בעטן, ביי יעדן איז דאס אנדערש, און עס ליגט א חיוב מברר צו זיין ביי אן ערליכן רב הבקי בדינים אלו. בקי מיינט אז ער קען דאס, איך האב פרובירט דורכצוארבעטן די נושא בהלכה און עס איז מורא'דיג קאמפליצירט, די פוסקים רעדן גאר ווייניג, און מ'קען זיך גרינג טועה זיין להתיר את האסור ודו"ק).

איך האב נישט עספייעט צו ענדיגן צו ליינען שבת יענעם גליון מחמת האריכות. אויב איינער האט דאס אין עלעקטעראנישן פארמאט ביטע פאוסטן דא אויף אייוועלט.
לעצט פארראכטן דורך במקום שאין איש... אום דאנערשטאג דעצעמבער 04, 2014 6:34 pm, פארראכטן געווארן 3 מאל.
קאכעדיגע
שר האלף
תגובות: 1602
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 27, 2014 4:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאכעדיגע »

עס איז בכלל נישט קיין אויסנאם פאל

טענענט'ס נעמען אדווענטיש פון כלל ישראל'ס איידעלקייט, ווען זיין לענדלארד זאל ווען זיין א גוי וואלט ער שוין לאנג לאנג געהאט א דירה

איך האלט מיט א ענדליכע מעשה וואו די טענענט צאלט שוין נישט קיין רענט פאר כמעט 2 יאר, אינדערצייט וואס אויף אנדערע זאכען איז דא געלט וויא למשל פארן אין קאנטרי פאר 'אגאנצן זומער' וכדומה

ס'איז גארנישט, די לענדלערד קען עניוועי נישט ריפען די מארשאל'ס, ווייל קיינער וועט זיך נישט וועלן משדך זיין מיט איהם..
אוועטאר
מחותן
שר עשרת אלפים
תגובות: 10102
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 09, 2010 11:39 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחותן »

קאכעדיגע האט געשריבן:עס איז בכלל נישט קיין אויסנאם פאל

טענענט'ס נעמען אדווענטיש פון כלל ישראל'ס איידעלקייט, ווען זיין לענדלארד זאל ווען זיין א גוי וואלט ער שוין לאנג לאנג געהאט א דירה

גערעכט, איך האב שוין אויך געהערט פעלער ווי טענעטס האבן זיך נישט גערעכט מיט מענטשליכייט מיט די תורה, און עס איז דא ביי ביידע שלעכטע עפל,, ווייל ביי לענדלערס איז אויך דא גאר שלעכטע לענדדערס וואס ניצען די איידעלקייט פינעם יוד צו רייטען אויף זיינע קרבנות.

הצד השווה צווישן די בילדערס און טענעטעס איז אז קיין ערליכע בילדערס איז כמעט נישט בנמצא, רוב פון פירען זיי זיך כגרועים שבאומות.
לעצט פארראכטן דורך מחותן אום זונטאג נאוועמבער 30, 2014 3:43 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
קיווי סטראבערי
שר האלף
תגובות: 1058
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2010 5:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיווי סטראבערי »

די נושא איז באמת א ווייטאגליכע, אבער ס'געפעלט מיר זייער די קעפל 'א גליון טרעט ענדליך ארויס קעגן...' די נייע ארויסטרעטערס אין כלל ישראל, די 'גליונות'....
אוועטאר
סמארט גאי
שר האלפיים
תגובות: 2789
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:24 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סמארט גאי »

קאכעדיגע האט געשריבן:עס איז בכלל נישט קיין אויסנאם פאל

טענענט'ס נעמען אדווענטיש פון כלל ישראל'ס איידעלקייט, ווען זיין לענדלארד זאל ווען זיין א גוי וואלט ער שוין לאנג לאנג געהאט א דירה

איך האלט מיט א ענדליכע מעשה וואו די טענענט צאלט שוין נישט קיין רענט פאר כמעט 2 יאר, אינדערצייט וואס אויף אנדערע זאכען איז דא געלט וויא למשל פארן אין קאנטרי פאר 'אגאנצן זומער' וכדומה

ס'איז גארנישט, די לענדלערד קען עניוועי נישט ריפען די מארשאל'ס, ווייל קיינער וועט זיך נישט וועלן משדך זיין מיט איהם..

היינט איז שוין נישט אזא זעלטנהייט צו משלח זיין איינער וואס צאלט נישט פשוט ווייל די דירות זענעם אויסגעמארטגעדזשט איבער די נאז, אן דער לינדלארד האט נישט קיין סאך ברירות
אבער ס'קלאר אז רוב נישט צאלערס לעבן נישט קיין שוואויל טאג נאר זיי האבן פשוט מישט אויף חיי יום יומי
און ס'איז אויך קלאר אז רוב רענו "העכערונגען" זענען שלא ביושר און זיי קוקן בליוז אויף וואס קען איך "היינט" באקומען
והאדם לא נברא רק להתענג על ה'
עין גדי
שר העשר
תגובות: 20
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2014 2:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עין גדי »

במקום שאין איש... האט געשריבן:
אין יענעם גליון האב איך געזען ציטירט אן היסטארישן פאקט וואס קען דינען אביסל ווי א לעקציע וואס מען דארף ווען צו טון אין אזא פאל, "ווען וועלט וואלט געווען וועלט".

ער ברענגט דארט פון אן אייניקל פון הגאון ר' יוסף ענגיל, אז אין קראקא, נאכדעם וואס ר' יוסף ענגיל'ס קול קורא איז ערשינען, האבן זיך די טענענט'ס ארגאניזירט און אנגעהויבן צו גיין אין גרויסע גרופעס צו די שולן וואו די לענדלארד'ס האבן געדאווענט און אפגעשטעלט דאס דאווענען, זאגנדיג אז זיי לאזן נישט ווייטער דאווענען ביז דער איד, דער לענדלארד וואס טרונקט זייער בלוט יעדן ערשטן פונעם חודש, וועט פארלאזן די שול. דער אייניקל שרייבט אז אין אלע שולן האבן זיך רוב מתפללים געשטעלט אויף די זייט פון די טענענט'ס און דאס האט גורם געווען בזיונות עצומות פאר די הארצלאזע קראקאווער לענדלארד'ס וואס זענען געווען אנשים מכובדים, שיינע תורה וגדולה אידן מיט "שטריימל בעקיטשע"... און, 'דא קומט דער עיקר': דער אייניקל שרייבט אז "ביז א קורצע צייט האט זיך אפגעשטעלט א גרויס חלק פון דעם רשעות פון די קראקאווער בעלי בתים"...
איך גלייב אז אויב דארטן אין קראקא האט דאס אפגעשטעלט "א גרויס חלק" פון דעם רשעות, קען דאס דא אין וויליאמסבורג, וואו יעדער "לעבט פאר יענעם", אפשטעלן דאס גאנצע רשעות... ווייל פארוואס דארף דער לענדלארד אזויפיל געלט? ער האט דאך ב"ה וואו צו וואוינען און געלט צום לעבן... נאר ער ברויך א געוואלד מיט געלט ווייל ער וויל זיין א זאך... א "יש"... א "יום זה מכובד"... ער וויל קענען מנדב זיין א גרויסן בנין און אויפשרייבן זיין נאמען מיט גרויסע 'קידוש לבנה' אותיות... אויב אבער דאס געלט ברענגט אים ביטערע בזיונות וועט ער זיך שוין זוכן אנדערע וועגן וויאזוי צו מאכן דאס געלט, אויף א כשר'ע וועג, אן קיין בזיונות.

איך וויל אבער קלאר מאכן אז אזא זאך דארף האבן די צושטימונג פון אן ערליכן רב, (כאטש דער לענדלארד האט דאך אויך נישט קיין צושטימונג פון קיין רב צו זיינע מעשים תעתועים... חוץ פון א רב אדער דיין וואס איז אליינס א לענדלארד ואכמ"ל...) ווייל דא איז אינוואלווד "לשון הרע" און הלבנת פנים (אבער ווי די וואס לערנען גוט הלכות לשון הרע ווייסן, זענע פארהאן פעלער ווען עס איז א "מצווה" און א "חיוב" צו רעדן לשון הרע לתועלת", ואכמ"ל, דעריבער דארף מען דאס איבערשמועסן מיט אן ערליכן רב). אבער עס איז זיכער אז דאס איז געווען אן אלטע אפעקטיווע מהלך להציל עשוק מיד עשקו, און עס איז זיכער אז עס זענען דא אופנים ווען עס איז תורה'דיג מותר צו טון אזעלכע זאכן.

איך בין אביסל ברוגז אויף יענעם גליון, ער האט געברענגט די תשובה פונעם אודווארי רב זצ"ל, מעמודי ההוראה אין וויליאמסבורג נאך די קריג, אבער ער האט בכוונה אויסגעלאזט דעם עיקר: אודווארי רב רעדט דארטן פון יענע באקאנטע שליסל געלט קול קורא און ער ענדיגט צו אז "ומסתפינא אני לומר (איך געדענק נישט אויסענווייניג דעם פונקטליכן לשון פון די תשובה אין דברי שלום, דוכט זיך ס'איז חלק ח')" אז טייל פון די רבנים האבן אליין עובר געווען אויפן הסכם, "ואינם חוששין על הלאוין"...
אודווארי רב האט נאך אזוי גוט געקענט הלכות לשון הרע, און אז ער האט געפונען פאר וויכטיג דאס צו שרייבן איז דאס ווייל ער האט געוואלט מ'זאל נזהר זיין ווען מ'פרעגט א רב די סארט שאלות צו פרעגן בלויז א רב וואס האט נישט קיין נגיעות ממון דערצו
לעצט פארראכטן דורך עין גדי אום זונטאג נאוועמבער 30, 2014 4:01 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
אוועטאר
גערעכטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4299
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 6:14 pm
לאקאציע: דא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גערעכטער »

קיווי סטראבערי האט געשריבן:די נושא איז באמת א ווייטאגליכע, אבער ס'געפעלט מיר זייער די קעפל 'א גליון טרעט ענדליך ארויס קעגן...' די נייע ארויסטרעטערס אין כלל ישראל, די 'גליונות'....

יא גוט געזאגט, די זעלבע מיט 'המעוררים'.... א מין אנשיקעניש שלא נראה מאז היתה ישראל לגו..
אז איך בין נישט ווערט צו וויסן דיין חשובן נאמען דאן פארוואס ערווארטסטו איך זאל ליינען דיינע בויך קרעמפן....
הק' איש ימיני
אוועטאר
ניק ניק
שר האלפיים
תגובות: 2424
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 20, 2011 8:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניק ניק »

גערעכטער האט געשריבן:

איים סארי, כבר נראה מאז היתה ישראל לגו. ס'איז אייביג געווען
אל תסתכל בספעלינג אלא במה שיש בה.
הק' נ'חמן י'עקב ק'אהן המכונה ני"ק.
בוידעם
שר ששת אלפים
תגובות: 6639
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 6:15 pm
לאקאציע: אויבן אויפן בוידעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוידעם »

כבוד הרב גערעכטער וויאזוי ערוואטסטו אז איך זאל ליינען דיינע בויך קרעמפן??? אהער מיט דיין נאמען, זאפארט!
לעצט פארראכטן דורך בוידעם אום זונטאג נאוועמבער 30, 2014 3:55 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
רצונינו לעשות רצוניך.
אוועטאר
מילכיגער
שר האלפיים
תגובות: 2652
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 20, 2011 4:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מילכיגער »

נאכאמאל די זעלבע אויסגעדראשענע וויכוח. מ'מעג נאר פרעגן רבנים וואס זענען טענענטס. טאמער איז ער א לענדלערד האט ער נגיעות.
Dear Milkman: From now on please leave two pints every other day and one pint on the days in between, except Wednesdays and Saturdays when I don't want any milk.
אוועטאר
AHA
שר האלפיים
תגובות: 2007
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 30, 2011 6:14 pm
לאקאציע: בין פטיש לסדין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך AHA »

ניק ניק האט געשריבן:
גערעכטער האט געשריבן:
קיווי סטראבערי האט געשריבן:די נושא איז באמת א ווייטאגליכע, אבער ס'געפעלט מיר זייער די קעפל 'א גליון טרעט ענדליך ארויס קעגן...' די נייע ארויסטרעטערס אין כלל ישראל, די 'גליונות'....

יא גוט געזאגט, די זעלבע מיט 'המעוררים'.... א מין אנשיקעניש שלא נראה מאז היתה ישראל לגו..
אז איך בין נישט ווערט צו וויסן דיין חשובן נאמען דאן פארוואס ערווארטסטו איך זאל ליינען דיינע בויך קרעמפן....

איים סארי, כבר נראה מאז היתה ישראל לגו. ס'איז אייביג געווען

שקר
איך גלייב אז אלעס וואס דער באשעפער טוהט איז נאר גוט. בעטן בעט איך אז הראינו השם את חסדיך אפו' מיין באגרעניצטע מוח אין פליישיגע זאל דאס אויך זעהן.
אוועטאר
גערעכטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4299
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 6:14 pm
לאקאציע: דא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גערעכטער »

בוידעם האט געשריבן:כבוד הרב גערעכטער וויאזוי ערוואטסטו אז איך זאל ליינען דיינע בויך קרעמפן??? אהער מיט דיין נאמען, זאפארט!

די קענסט מיר קאנטעקטן אין אישי אדער אימעיל וועל איך דיר מסביר זיין מיין שטעלונג... משא''כ די 'מעוררים'...
לעצט פארראכטן דורך גערעכטער אום זונטאג נאוועמבער 30, 2014 3:58 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
הק' איש ימיני
אוועטאר
ניק ניק
שר האלפיים
תגובות: 2424
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 20, 2011 8:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניק ניק »

AHA האט געשריבן:
ניק ניק האט געשריבן:
גערעכטער האט געשריבן:
קיווי סטראבערי האט געשריבן:די נושא איז באמת א ווייטאגליכע, אבער ס'געפעלט מיר זייער די קעפל 'א גליון טרעט ענדליך ארויס קעגן...' די נייע ארויסטרעטערס אין כלל ישראל, די 'גליונות'....

יא גוט געזאגט, די זעלבע מיט 'המעוררים'.... א מין אנשיקעניש שלא נראה מאז היתה ישראל לגו..
אז איך בין נישט ווערט צו וויסן דיין חשובן נאמען דאן פארוואס ערווארטסטו איך זאל ליינען דיינע בויך קרעמפן....

איים סארי, כבר נראה מאז היתה ישראל לגו. ס'איז אייביג געווען

שקר

לא שקר, אבל אמת.
אל תסתכל בספעלינג אלא במה שיש בה.
הק' נ'חמן י'עקב ק'אהן המכונה ני"ק.
אוועטאר
AHA
שר האלפיים
תגובות: 2007
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 30, 2011 6:14 pm
לאקאציע: בין פטיש לסדין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך AHA »

הביא ראיה לדבריך
איך גלייב אז אלעס וואס דער באשעפער טוהט איז נאר גוט. בעטן בעט איך אז הראינו השם את חסדיך אפו' מיין באגרעניצטע מוח אין פליישיגע זאל דאס אויך זעהן.
אוועטאר
מחותן
שר עשרת אלפים
תגובות: 10102
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 09, 2010 11:39 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחותן »

די שלעכטע טענעטעס און לענדלערס איז נאר א פועל יוצא פון שלעכטע בילדערס און אינוועסטירער, אויב די בילדער נאגט ארויס די מארעך פינען לענדלער דאן מיז דער לענדלער טיען די זעלבע פאר'ן טענענט, און דער טעטנעט איז שוין נאר דער לעצטער וואס האט שוין נישט וועם צו נאגען, דערפאר בלייבט ער מיטען גרויסען ביל וואס ער האט נישט צו באצאלען

און שלעכטע בילדערס און אינוועסטירער טירער איז א פועל יוצא פון צוויי זאכען: 1} דאס ריבו עם בליעה"ר.. 2} זייער געלט מיט וואס זיי שמירען און אויפן אינטער די רבנים.. הקטנים עם הגדולים כאחד.
לעצט פארראכטן דורך מחותן אום זונטאג נאוועמבער 30, 2014 5:07 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8740
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

קאכעדיגע האט געשריבן:עס איז בכלל נישט קיין אויסנאם פאל

טענענט'ס נעמען אדווענטיש פון כלל ישראל'ס איידעלקייט, ווען זיין לענדלארד זאל ווען זיין א גוי וואלט ער שוין לאנג לאנג געהאט א דירה

איך האלט מיט א ענדליכע מעשה וואו די טענענט צאלט שוין נישט קיין רענט פאר כמעט 2 יאר, אינדערצייט וואס אויף אנדערע זאכען איז דא געלט וויא למשל פארן אין קאנטרי פאר 'אגאנצן זומער' וכדומה

ס'איז גארנישט, די לענדלערד קען עניוועי נישט ריפען די מארשאל'ס, ווייל קיינער וועט זיך נישט וועלן משדך זיין מיט איהם..

אויב פארט ער אין קאנטרי א גאנצן זומער איז דא א וועג ארויס, איך האב מיטגעהאלטן א מעשה ווי א טענענט האט נישט געוואלט צאלן רענט, איין וואך זענען זיי עפעס אוועקגעפארן, איז געגאנגען דער לענדלארד, ארויסגעשטעלט אלע חפצים אויפן גאס, געטוישט שלאס, און משה זיך מיך
דא אז ער פארט א גאנצן זומער, שיק אים אפ די חפצים אין קאנטרי אריין, און טויש שלאס, און פארגעס ווי אזוי איך הייס
==
אגב, יענער האט חתונה געמאכט אלע זיינע קינדער....
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
אוועטאר
ניק ניק
שר האלפיים
תגובות: 2424
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 20, 2011 8:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניק ניק »

AHA האט געשריבן:הביא ראיה לדבריך

בשביל ארבעה דברים המאורות לוקין, על כותבי פלסתר, ועל מעידי עדות שקר, ועל מגדלי בהמה דקה, ועל קוצצי אילנות טובים. (סוכה כט א)
אל תסתכל בספעלינג אלא במה שיש בה.
הק' נ'חמן י'עקב ק'אהן המכונה ני"ק.
אוועטאר
גערעכטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4299
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 6:14 pm
לאקאציע: דא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גערעכטער »

ניק ניק האט געשריבן:
AHA האט געשריבן:הביא ראיה לדבריך

בשביל ארבעה דברים המאורות לוקין, על כותבי פלסתר, ועל מעידי עדות שקר, ועל מגדלי בהמה דקה, ועל קוצצי אילנות טובים. (סוכה כט א)

וואס זעהט מען פון דעם??
הק' איש ימיני
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8740
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

גערעכטער האט געשריבן:
ניק ניק האט געשריבן:
AHA האט געשריבן:הביא ראיה לדבריך

בשביל ארבעה דברים המאורות לוקין, על כותבי פלסתר, ועל מעידי עדות שקר, ועל מגדלי בהמה דקה, ועל קוצצי אילנות טובים. (סוכה כט א)

וואס זעהט מען פון דעם??

ער מיינט כותבי פלסתר, אבער קוקט אויס ער האט נישט געלערנט רש"י

רש"י זאגט, שטרות מזויפים ומכתבי עמל, לשום דופי על אדם, לכתוב בשמו מה שלא צוה:

ווי גייט דאס ווערטל, רשעות מעג מען טון, אבער פארציילן טאר מען עס נישט?
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
אוועטאר
ניק ניק
שר האלפיים
תגובות: 2424
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 20, 2011 8:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניק ניק »

גערעכטער האט געשריבן:
ניק ניק האט געשריבן:
AHA האט געשריבן:הביא ראיה לדבריך

בשביל ארבעה דברים המאורות לוקין, על כותבי פלסתר, ועל מעידי עדות שקר, ועל מגדלי בהמה דקה, ועל קוצצי אילנות טובים. (סוכה כט א)

וואס זעהט מען פון דעם??

אז בשנת ד אלפים ר"ס איז שוין געווען כותבי פלסתר וכ"ש אז ס'איז שוין געווען מעוררים אן א נאמען
אל תסתכל בספעלינג אלא במה שיש בה.
הק' נ'חמן י'עקב ק'אהן המכונה ני"ק.
אוועטאר
סמארט גאי
שר האלפיים
תגובות: 2789
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:24 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סמארט גאי »

מחותן האט געשריבן:די שלעכטע טענעטעס און לענדלערס איז נאר א פועל יוצא פון שלעכטע בילדערס און אינוועסטירער, אויב די בילדער נאגט ארויס די מארעך פינען לענדלער דאן מיז דער לענדלער טיען די זעלבע פאר'ן טענענט, און דער טעטנעט איז שוין נאר דער לעצטער וואס האט שוין נישט ווען צו נאגען..

און שלעכטע בילדערס און אינוועסטירער טירער איז א פועל יוצא פון צוויי זאכען: 1} דאס ריבו עם בליעה"ר.. 2} זייער געלט מיט וואס זיי שמירען און אויפן אינטער די רבנים.. הקטנים עם הגדולים כאחד.

נישט ריכטיג
די איינציגסטע סבה פאר דעם קריזיס איז די יאפיס, אין אן זיי וואלט סופליי/דימענד קעיר גענומען פון די אלע קאנספיראציעס פון וואס די רעדסט, אוודאי איז דא קארופשען אבער רעד דיך נישט איין קיין איין מינוט אז אן דעם וואלט געווען א עולם התיקון
והאדם לא נברא רק להתענג על ה'
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”