די ווייטקייט פון פיזיקס און סייענס צום אמת

פארשידענע רייכע ידיעות און וויסנשאפטליכע טעאריעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
נישט
שר האלף
תגובות: 1195
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 01, 2014 8:14 pm
לאקאציע: יסודו מעפר, וסופו לעפר

די ווייטקייט פון פיזיקס און סייענס צום אמת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט »

אין די מי מנוחות האט עס געהייסן - (די לעכערליכקייט פון פיליסופיה)

אריינפיהר

פילוסופין, פיזיקער און סייענטיסטן, אין א געיעג צו פארשטיין די בריאה, אבער וואו מער זיי פארשטייען, אלץ מער און מער זעהט מען איין, אז יש מנהיג לבירה. ובבחינת מגלה טפח מכסה טפחיים, וואו מער השי"ת איז זיי מגלה אלץ מער זעהט דעם מכסה טפחיים.

אלע יארן האבן די חוקרים פרובירט ארויסצוהאבן די בריאה. אנגעהויבן טאקע פונעם נחש הקדמוני, וואס האט איינגערעדט חוה, כי יודע אלקים כי ביום אכלכם ממנו, ונפקחו עיניכם, והייתם כאלקים ידעי טוב ורע. אין אידיש ווען די וועסט עסן פון די עץ הדעת וועסטו ווערן זייער זייער קלוג און די וועסט ארויסהאבן די גאנצע בריאה, אזש אויף אזוי ווייט אז די וועסט קענען אליינס באשאפן א וועלט. און דאס איז כפירה אין אלע פון די דרייצן אני מאמין, אחדות השם, אין לו שום דמיון כלל, וכו'.

און אזוי ווייטער יעדע חוקר וחכם, האט פרובירט אויף זיין אייגנארטיגן אופן צו ארויסהאבן דעם בריאה. און פארשטייט זיך פרובירן צו זיין 'והיית כאלקים' אליינס קענען נאמאכן א בריאה למחצה לשליש ולרביע.
יעצט ווען מיר האלטן פאר חנוכה, ווען די חשמונאים האבן אויסגערופן דעם מי לה' אלי, איז טאקע ריכטיגע זמן אויסצושמועסן און זעהן, די אומקראנטקייט פון פילוסופיה. מיר וועלן דא צוברענגען די פאר גרויסע און באקאנטע וואס די וועלט האט גערודערט מיט זיי. און מיר וועלן זעהן אז וואו א דור שפעטער איז די בריאה געווארן מער און מער קאמפלעצירט און מען איז געוואר געווארן אז וואו מער מיר ווייסן, איז נאך געבליבן כפלי כפליים וואס מיר ווייסן "נישט".

דריי יסודות וויאזוי פיזיקס ווערט אראפגעשטעלט

וואו אויך איז קאמיש אנצומערקן, אז אין פיזיקס זענען דא דריי סארטן וועגן, וויאזוי מען איבערצייגט זיך אין אן ענין אדער וויאזוי מען געפינט אויס די חוקי הטבע. איינס – איז פשוט ווייל מען זעהט אזוי אין פאקט (לדוגמא אז צייט איז רעלאטיוו, וואו מען וועט שפעטער זעהן). צוויי – זאכן וואס זענען אראפגעשטעלט דורך הוכחות און ראיות ברורות, וואס ווערט געבויעט דורך מעטאמאטיק און איקוועשאנס (שפעטער וועלן מיר איבעצייגן אז די הוכחות געבויעט אויף מעטאמאטיק זענען פילפאכיג שוואכער וואו דאס וואס מען זעהט במציאות). דריי – זאכן וואס זענען בכלל נישט געווארן פעסגעשטעלט, נאר ס'איז דא אזא טעאריע.

איז אינטערסאנט, אז דייקא די חלק וואס איז געבויעט דורך דעם וואס מען זעהט זיי אין פאקט, און אפילו א חלק פון די זאכן וואס זענען דא דערויף הוכחות און ראיות (אפילו זייערע זענען קיין סאך ווערד – וואו מען וועט שפעטער זעהן) ברענגען גאר די געפערליכע צעמישעניש ביי די פיזיקער, און דאס ווייזט אויף, וואו ווייניג אונז ווייסן. און נאך מער על פי רוב וועט מען עס טרעפן אין די פריעדיגע ספרי קודש. די אנדערע חלק הפיזיקס וואס איז געבויעט אויף טעאריע, דארף מען נישט זיין א גרויסע חכם צו זעהן אז דאס איז על פי רוב הוילע פאנטאזיע, תירוצים אויף נגיעות וואס מען האט, ואכמ"ל.

אנפאנג וועט מען אביסל מקצר זיין, ווייל ס'איז נישט נוגע. אי"ה שפעטער ווען מען וועט צוקומען צו אלבערט איינשטיין און די היינטיגע סייענטיפישע וועלט, וועלן מיר מארך און פרובירן צוצולייגן (די קליינע חלק וואס מיר ווייסן יא פון) די בריאה אויף קליין געלט. און פון דארט וועלן מיר גיין ווייטער אין זיך איבערצייגן וואו ווייט אומקראנט זייערע ווערטער זענען.

***

אריסטוטלוס

קורצע שטריכן:
אריסטוטלוס איז געווען פון די גרעסטע פליסופים, די פאן טרעגער פון די גאנצע יוונישע קולטור. ער איז געווען דער לערער פון אלכסנדר מוקדון, וואס דאס האט אים געגעבן גאר ברייטע מעגליכקייטן צו פארשן זיין שטודיעס. גאר אסאך ראשונים און בתוכם די רמב"ם ברענגען פון אים אראפ.

שיטתו הפילוסופית:

די ערד קוגל אין אלעס וואס ליגט אין איר, איז געמאכט פון פיהר יסודות, אש רוח מים עפר. און אזוי אויך וועט זיך יעדע זאך וואס געפינט זיך אויף די וועלט, צוביסלעך אפטיילן און צוריק גיין צו די ארגינעלע פיהר יסודות.

די זון די מזלות און אלעס וואס געפינט זיך אין ספעיס, זענען געמאכט פון אן אנדערע מאטריאל. פון עפעס גאר אן איידעלער מאטריאל וואס טוישט זיך נישט. וואו אויך בכלליות האט די יוניווערס אנדערע חוקי הטבע.
די סיבה פארוואס א שטיין פאלט אראפ, און רויעך גייט ארויף. און ווייל עפר ציהט אויף אראפ און די שטיין איז רובא דרובא פון יסוד העפר. און רויעך וואס איז מיסוד הרוח און אביסל פון יסוד האש גייט אויף ארויף. וואו סאך א חפץ וועגט (די וואג ווענדט זיך וויפיל חלקי העפר ס'איז פארהאנען אין איר), וועט עס שנעלער אנקומען צו די ערד. און אין פאקט איז טאקע אזוי, נעם א שטיין אין איין האנט א פעדער אין די אנדערע האנט, וועט איר זעהן אז די שטיין וואס וועגט מער קומט אן פריער צו די ערד.

יעדע דבר גשמי וועט בטבע בלייבן שטיין אויף איין פלאץ, עס וועט זיך נאר ריקען ווען איינער צווינגט עס זיך צו ריקען. צב"ש ווען איינער ווארפט א חפץ, וועט עס פליען ווילאנג ס'ליגט נאך אין דעם די כוח פון דער וואס האט עס געווארפן, די רגע וואס ס'ענדיגט זיך זיין כוח, וועט די חפץ אראפפאלן און ווייטער בלייבן שטיין אזויווי פריער. און דערפאר ווען איר רוקט א בענקעל אינמיטן א שטוב, וועט זיך די בענקל רוקן, אבער נאר ווילאנג איר רוקט די בענקל, די רגע וואס איר הערט אויף רוקן די בענקל, וועט זיך די בענקל מער נישט רוקן.

---

קאפורניקעס

ביז קאפורניקעס, זענען די פילוסופין געווען ביי די מיינונג אז די ערד-קוגל אויף וואס אונז וואוינען איז די צענטערפונקט פון די בריאה, און אלעס דרייט זיך ארום איר. די זון די לבנה, און די גאנצע ספעיס דרייט זיך ארום אונזער וועלטל.

קאפורניקעס איז געווען די ערשטער אויפצוקומען, אז די ערד-קוגעל איז סכה"כ נאך א פלאנעט צווישן אנדערע פלאנעטן, וואס דרייען זיך ארום אין ספעיס. און נאך מער אין די דאזיגע גאלעקסי וואס די ערד-קוגל געפונט זיך, דרייט זיך די ערד-קוגל ארום די זון.

---

גאליא גאליליי

קורצע שטריכן:

גאליליי איז באקאנט פאר'ן אויסטרעפן די טעלעסקאופ, וואו אויך מיט זיינע קאנטערוועסיאלע פארשונגען (אין יענע תקופה), אזוי ווייט אזש די קירכע האט אים איינגעזעצט אין טורמע.

שיטתו הפילוספית:

אריסטוטלוס איז נישט גערעכט! א שווערע חפץ פאלט נישט שנעלער! און איר קענט זיך דאס אליינס איבערצייגן!
נעמט א דיקע בוק (ח"ו נישט קיין ספר) אין איין האנט, אין די אנדערע האנט נעמט א פעפער די זעלבע גרויס פון די בוק (אדער אביסל קלענער, לאזט ביידע ארונטער צו די ערד, אופס, וואס איז שנעלער אנגעקומען צו די ערד? אוודאי די בוך. איצטערט נעמט די פעפער לייגט דאס ארויף אויפן בוך (מאכט זיכער א די פעפער שטעקט זיך נישט ארויס פון די ברייטקייט פון די בוך) יעצט כאפט אן דעם בוק מיט די פעפער צוזאמען צוגעפרעסט צום בוק, מיט ביידע הענט, ציילט 1 2 3 און לאזט דאס אנידער... אופס, ביידע זענען גלייך אנגעקומען צו דער ערד. פארוואס? ווייל יעצט האט די פעפער נישט געהאט קיין פריקשאן (מער דערוועגן שפעטער) וואס זאל איהם שטערן פון פאלן.

נישט די וואג מאכט אז א חפץ זאל אנקומען שנעלער צו די ערד, אלע חפצים נישט קיין חילוק וואו סאך ס'וועגט וואלט ווען נישט פריקשאן אנגעקומען צום ערד מיט די זעלבע שנעלקייט.
וואס איז דאס פריקשאן? פריקשאן איז דאס אז די חפץ קען נישט גיין ווייטער ווייל ס'רייבט זיך אריין אין אן אנדערע זאך וואס האלט איר צוריק פון גיין. למשל ווען א חפץ פאלט אריין אין ים, וועט נעמען אסאך צייט ביז ס'וועט אנקומען אינטן, ווייל די וואסער רייבט זיך מיט חפץ אין האלט איר צוריק פון גיין. דאס זעלבע איז מיט א חפץ וואס פאלט צו די ערד, רייבט זיך דאס אריין אין די לופט וואס האלט איר צוריק פון אנקומען צו די ערד. יעצט וואו שווערער א חפץ איז האט די לופט אויף איר א קלענער השפעה, וואו גרינגער א חפץ איז האט די לופט אויף א גרעסערע השפעה וואס דאס מאכט איר פילפאכיג שטייטער אנצוקומען צו די ערד.
גאליליי האט איינגעזייט די קערנדלעך פון 'אינטעריע', דאס מיינט, יעדע זאך וויל בלייבן אין איר צושטאנד. למשל, א זאך וואס רוקט זיך וועט אויטאמאטיש זיך האלטן אין איין רוקן, ביז עפעס וועט איר בהחלט אפשטעלן. אזאך וואס שטייט וועט בלייבן שטיין ביז עמיצער וועט עס מאכן רוקן. (מיר וועלן שפעטער מער מארך זיין דערינען).

ווען גאליליי האט אויסגעטראפן די טעלעסקאפ, האט מען קלארער געזעהן אז אריסטו האט גערעדט הוילע פאנטאזיע. און די פלאנעטן זענען פונעם זעלבן מאטריאל. וואו אויך ווען ער האט אויפגעכאפט אז ארום די צדק איז דא פיהר לבנות וואס דרייען זיך ארום איר פונקט וואו אונזער לבנה דרייט ארום די עדר קוגל. איז געווארן מער איבערצייגט שיטת קאפורניקעס אז די וועלט דרייט זיך ארום די זון.

---

אייזיק ניוטאן

קורצע שטריכן:

אייזיק ניוטאן, האט געוואוינט אין ענגלאנד (אינטערסאנט צו באמערקן אז ער האט צוויי מאל געכאפט א נערוון בראך). ער ווערט באטראכט ביי אלגעמיינע פיזיקער היינט צוטאגס, אלס די "טאטע פון מאדערן פיזיקס". ער האט זיך אמאל אויסגעדרוק: דאס וואס איך זעה ווייטער פון אנדערע איז ווייל איך האב מיר ארויפגעשטעלט אויף די אקסלן פון די גרויסע לייט (מיינעדיג דערמיט בעיקר גאליליי). הגם ער הייסט אייזיק און הגם ער האט געגלייבט אז השי"ת האט באשאפן די וועלט איז ער פארט נישט געווען קיין איד, סיי זיין מאמע סיי זיין טאטע האבן געשטאמט פון גוים. פאר איך פארגעס ער האט אויסגעטראפן קאלקולעס (Calculus).


שיטתו:

בעיקר איז ער באוואוסט, מיט דעם וואס ער האט אראפגעשטעלט די דריי לאוס (געזעצן בלע"ז) פון מאושען. (ס'איז דא א באקאנטע לעגענדע איבער וואו ניוטאן האט געזעהן וואו א עפל פאלט אראפ פונעם בוים. אבער כ'וועל נישט מארך מיט לעגענדעס נאר צוגיין גראד צון ענין).

די דריי לאוס אף מאושען זענען וואו פאלגענד:

איינס
יעדע מציאות, וויל בלייבן און גייט בלייבן אין יעצטיגן מצב פון מאושען, דאס מיינט, אויב די מציאות שטייט וועט דאס בלייבן אזוי לעולם ועד, אויב די מציאות גייט וועט דאס אויך בלייבן אזוי לעולם ועד. נאך א נקודה. ווען א זאך גייט וועט עס לעולם ועד גיין מיט די זעלבע ספיעד, וואו אויך וועט עס גיין אויף די גראדסטע וועג וואס איז שייך. דאס מיינט א זאך וואס גייט וועט קיינמאל נישט טוישן איר מציאות, ס'וועט נישט פלוצלינג אנהייבן צו גיין שנעלער אדער שטייטער, רעכט'ס, לינק'ס ארויף, אראפ, ס'גייט אלץ בלייבן מיט די זעלבע ספיעד און מיט זעלבע גראדקייט.

כדי א זאך זאל יא טוישן איר איצטיגן שטאנד פון מאושען, מוז זיין א דרויסענדיגע פארס וואס זאל איר צווינגען אדער זיך אפצושטעלן אדער אנצוהייבן צו גיין. און דאס זעלבע איז ווען א זאך גייט שוין יא, און די ווילסט זי זאל עקסעלערעיטאן, דאס מיינט די ווילסט זי זאל טוישן איר מצב פון ספיעד, זי זאל אנהייבן גיין שנעלער אדער שטייטער, אדער די ווילסט טוישן די ריכטונג זי זאל אנהייבן גיין רעכט'ס אדער לינקס, מוז זיין א דערויסענדיגע פארס וואס זאל איר צווינגן צו טוישן איר מצב, און זי זאל אנהייבן צו עקסעלערעיטאן.

צוויי:
(דאס איז די מערסטע צוניץ געקומען פאר פיזיקער במשך די יארן).
F=me איר האט נישט פארשטאנען, נישט געדאגה'ט, ליינט ווייטער מען וועט אלעס מסביר זיין.
F מיינט די פורס (force). די פורס האט א מעשערמענט וואס מען רופט "ניוטאן" (טאקע על שם אייזיק ניוטאן).
M מיינט מאססע (mass), וויפיל מאססע אזאך האט, דאס ווייסט מען לויט די וואג.
E מיינט עקסעלערעישאן (accelerations), דאס איז רעיט צוויסן וואו סאך די וועלאסיטי איז געווארן געטוישט, אין א געוויסע צייט אפשניט, לאמיר זאגן א שעה. אופס, לאמיר קודם מסביר זיין וועלאסיטי (velocity), דאס מיינט ער רוקט זיך פופציג מייל א שעה. יעצט ווען איינער טוישט זיין וועלאסיטי, דהיינו ער האט אנגעהויבן צופארן לדוגמא זעכציג מייל א שעה, האט עקסעלערעיטעט פון פופציג מייל א שעה צו זעכציג מייל א שעה.

יעצט קען מען עס אויסרעכענען, עף איז איקוואל די מאסע X די עקסעלערעישאן, לאמיר זאגן מיר האב א קאר וואס איר מאסע איז 200 kg און איר עקסעלערעישאן איז 20m/s/s, רעכנט מען 200 טיימס 20, איקוואלס, 4000. קומט אויס אז די פורס איז 4000n (ניוטאן).

דריי
פאר יעדע עקשען, איז דא א פארקערטע ריעקשאן מיט די זעלבע שטארקייט (די ספעיס שאטל פליהט ארויף מיט דעם וועג, און עס ווערט באנוצט ביי נאך אסאך פלעצער).

יעצט, נאכן האבן די דריי הקדמות, האט אייזיק נויטאן נישט געדארפט טוהן מער וואו א קליינע סימפל זאך, אויפהייבן זיינע אויגן צום הימל און זעהן וואו אלעס גייט פונקטליך לויט זיינע דריי כללים, וואס ער האט אראפגעשטעלט.

דהיינו, אט דאס איז טאקע די סיבה פארוואס די לבנה שטעלט זיך קיינמאל נישט אפ, ווען די באשעפער האט אריינגעלייגט די לבנה אין מאושען, וועט ער על פי טבע אייביג בלייבן אין מאושען, מיט זעלבע שנעלקייט און מיט די זעלבע גראד'קייט.

ווערט אבער שווער, וואלט די לבנה געדארפט גיין גראד, פארוואס דרייט ער זיך ארום די וועלט?
און דאס איז טאקע די תירוץ, וויבאלד די ערד קוגל ציהט צו זיך די לבנה דורך גראוויטי, פונקט וואו א שטיין וואס פאלט אראפ שיין רינדעכיג צו די ערד, דאס זעלבע איז מיט די לבנה. ווען די וועלט וואלט געווען אסאך גרעסער, וואלט ווען די לבנה אנגעקומען סוף כל סוף צו די ערד, אבער למעשה האלט ער אין איין פאלן ארום אין ארום די וועלט, אזש ס'קוקט אויס וואו ער גייט זיך אזוי שיין ארום.

און זעלבע איז מיט ספעיס סטעישאן אין מיט אלע סעטעלייט'ס. אין ארביט איז דא גראוויטי. און דאס זעלבע איז מיט אלע אנדערע פלאנעטן, און סאלער סיסטעם'ס.
די זעלבע חוקי הטבע גייען אן איבעראל, סיי אויף די דאזיגע ערד קוגל, און סיי איבעראל אין ספעיס. אונזער ערד קוגל איז סכה"כ א קליין פיצעלע חלק פונעם ספעיס.

---

מעקסוועל

(בעצם וואלט מען ווען געמעגט אראפגעבן אפאר שורות אויך פאר 'מעקסוועל' וואס האט אויסגטראפן עלעטרא-מאגנעטיקס, אבער צוליב וואס איך וויל מקצר זיין, וועלעך אים איבערלאזן און גיין גראד צו איינשטיין).

---

איינשטיין

קורצע שטריכן:

איינשטיין האט געעפענט די אויגן פון פיזיקער צו א נייע וועלט, ער האט געמאכט די גאנצע יוניווערס אסאך מער קאמפאליצירט וואס פיזיקער האב געמיינט ביז דאן. און וואו באוויסט איז ער געווען א "פעילאר", און געליטן פון אוטיזם. זיין אייקיו איז געווען גאר גאר הויעך, הונדערט און זעכציג (זיי מוח איז געווארן צושניטן אין צענדליגער סלייסעס, אפאר שטיק דערפון ליגט אויף אויסשטעלונג און א מעזואם).

שיטתו:

זיין חכמה אין פיזיקס איז גאר גאר אסאך און גאר גאר קאמפליצירט. וועלן מיר דעריבער מוזן פארשטייטערן אונזער גאלאפ, און צוגיין צוביסלעך איינס ביי איינס.

בעיקר האט איינשטיין, פובליצירט, דריי ערפונדינגען. 1)ספעשעל רעלאטיוויטי 2)דשענעראל רעלאטיוויט 3)און קוואנטום מעקעניקס.
יעדע איינס פון די דריי נעמט אריין גאר אסאך. ביי די איצטיגע שיעור וועט מען דעקן בעיקר די ערשטע ספעשעל רעלאטיוויטי' (אי"ה ביי די קומענדיגע שיעורים וועט מען גיין ווייטער).
פאר מען הייבט דארף מען באמערקן א קלייניקייט. איינשטיין האט אגריעט מיט ניוטאן. אז אלעס אלעס וואס מען קען נאר זעהן מיט די מענטשליכע אויג, שטומט מיט ניוטאנ'ס דריי לאוס אוף מאושען. אבער אין פאקט מיט די היינטיגע טעכנאלאגיע (מ'רעדט פון איינשטיינ'ס צייטן) זעהט מען קלאר אז אייזיק ניוטאן איז נישט גערעכט, און זיינע לאוס זענען נישט ריכטיג. פארקערט ער האט געפראווט אז ניוטאן איז ראנג. קיין שום מאססע שלעפט נישט צו זיך דורך גראוויטי אן אנדערע מאססע (מיר וועלן דאס מבאר זיין ביי די קומענדיגע שיעור ווען מען וועט רעדן פון דשענעראל רעלאטיוויטי וואס באציהט זיך בעיקר איבער וויאזוי גראוויטי ארבעט).

ספעשעל רעלאטיוויטי:

וואס מיינט רעלאטיוו? און וואס מיינט אבסאלוט?
ווען ס'ליגט א קאפ אויפן טיש, די גלעזעל איז ביי די רעכטע זייט פון טיש אדער ביי די לינקע זייט פון די טיש? ווענד וואו די שטייסט, שטייסטו ביי די זייט פון די טיש וועט די גלעזעל זיין רעכט'ס, שטייסטו ביי די זייט וועט די גלעזעל זיין לינק'ס. דאס מיינט אז די קושיא האט נישט קיין אבסעלוט ענטפער, נאר די ענטפער ווענד דיך רעלאטיוו צו דער וואס ענטפערט.
יעצט נאך א שאלה. איז די גלעזעל אנגעפילט מיט קאווע? די קשיא איז שוין א יא און ניין קושיא. ס'טייטש אויב די תירוץ איז יא, איז נישט קיין חילוק וואו דער ענטפערער שטייט די תירוץ וועט אייביג בלייבן יא. (ס'איז נאך אלץ רעלאטיוו צו ליידיג, אבער יעצט ווען מען דאס אנרופן אבסאלוט).

ספיעד אף לייט

ספיעד אף לייט, דאס מיינט די ספיעד אף "פאוטאנס". 'וועלאסיטי' איז א רעלאטיוו זאך, אבער אין פאקט די ספיד אף לייט וועט אייביג זיין אבסאלוט.

לאמיר עס מסביר זיין.

צוויי קארס פארן איינס נעבן דאס צווייטע, ביידע פארן אויף זעכציג מייל א שעה. רעלאטיוו צום ראוד פארן טאקע ביידע אויף זעכציג מייל א שעה, אבער קאר 1 רעלאטיוו צו קאר צוויי זענען ביידע אויף ספיד 0. יעצט קאר 2 גייט ארויף ציען נאך צוואנציג מייל א שעה און ער גייט אנקומען צו אכציג מייל א שעה, קאר 2 רעלאטיוו צו קאר 1 פארט יעצט אויף צוואנציג מייל א שעה. ווען איך וויל וויסן די ספיד פון א אבדזשעקט/חפץ רעלאטיוו צו א צווייטע אבדזשעקט, דארף מאכן איינס מיינוס די אנדערע. ווען ביידע פאר אויף זעכציג, קומט אויס זעכציג מיינוס זעכציג איקוואלס 0, ווען איינער פאר אויף 80 און איינער אויף 60, אכציג מיינוס זעכציג איקוואלס צוואנציג.

יעצט לאמיר גיין א טריט ווייטער.

ספיד אף לייט רעלאטיוו צו אונז דא אויפן ערד קוגל (ווען זי איז אין א וועקיאם'ד פלאץ), לויפט אין א שנעלקייט פון הונדערט זעקס און אכציג טויזענט מייל אין א סקונדע. וואס וואלט ווען געווען, ווען איך זיץ אין א ספעיס שיף וואס לויפט אין א שנעלקייט, האלב די שנעלקייט פון ספיד אף לייט. יעצט אז איך וויל אויסרעכענען וואו שנעל איז די ספיד אף לייט רעלאטיוו צו ספעיס שיף, דארף מען די דאס זעלבע וואס מען האט געטוען פריער מיט קאר, רעכן די ספיעד אף לייט מיינוס די ספיעד פון ספעיס שיף, וואס איז דריי און ניינציג טויזענט מייל א סעקונדע, האלב פון די שנעלקייט פון די ספיד אף לייט רעלאטיוו צו אונז. קומט אויס אז די ספיעד אף לייט רעלאטיוו צו די ספעיס שיף לויפט אויף א שנעלקייט פון נאר דריי און ניינציג טויזענט מייל א סעקונדע. אבער די פאקט איז אנדערש, ווען דער וואס זיצט אינעם שאטל וועט מעסטן די ספיד אף לייט וועט אים אויכעט אויסקומען אז די שנעלקייט פון ספיד אף לייט איז הונדערט זעקס און אכציג טויזענט מייל א סעקונדע.

אין אנדערע ווערטער, די שנעלקייט פון ספיד אף לייט, איז אבסאלוט! צו יעדנ'ס רעלאטיוויטי נישט קיין חילוק וואו שנעל יענער גייט, וועט די ספיד אף לייט בלייבן מיט די זעלבע שנעלקייט.
דאס מיינט אין אנדערע ווערטער אז גארנישט קען נישט זיין שנעלער וואו ספיד לייט!

צייט:

צייט ווערט אנגערופן די פערדע דימענשען אין די יוניווערס, נישט וואו אונז האבן ביז יעצט געמיינט אז ס'איז דא נאר דריי דימענשאנס. קיינער איין פיזיקער האט נאך ביזדעווייל נישט געקענט געהעריג מסביר זיין די מציאות פון צייט אבער אזויפיהל ווייסט אז עס איז נאך א דימענשאן. און די איבעריגע איז געבליבן ביזדעווייל א מיסטעריע.

און מיר וועלן דאס מסביר זיין

מיר וועלן קודם אנהייבן מיט א פאקט, וואו שנעלער אזאך גייט אלץ שטייטער גייט די צייט. און ס'איז געווארן געפראווד. ומעשה שהי' כך הי', מען האט גענומען צוויי זייגער מען האט עס אנגעשטעלט ביידע די זעלבע מיט א מורא'דיגע פונקטליכקייט, אזש ס'האט געשטומט אפילו אויף א ביליאנסטל פון א סעקונדע. איין זייגער האט מען געלאזט ארומפליען, און ווען זי איז צוריקגעקומען פון איר רייזע, איז די זייגער געווען אפאר סעקונדעס פריער פון די צווייטע ווייל בשעת'ן ארומפליען איז עס געגאנגען שטייטער! (מען האט געפראווד אויף נאך פארשידענע אופנים, אבער כ'וועל נישט מארך זיין נאר גיין ווייטער).

יעצט האט איינשטיין געגעבן א נייע נאמען פאר די נייע אויסגעטראפענע ספעיס וואס פארמאגט פיהר דימענשענס "ספעיס-טיים" דאס מיינט, יעדע איווענט וואס געשעהט אין די יוניווערס אינוואלווט ביידע סיי ספעיס און סיי טיים.

פאר איינעם וואס געפונט זיך אויפן אונזער ערד קוגל, ווייל מיר געפונען זיך אויף א פלאנעט וואס גייט מיט א פיקסט ספיעד, סא מיר האבן דערפאר, א פיקסט צייט. א מינוט איז א מינוט. אבער איינער וואס פליהט שנעלער אדער שטייטער, וועט האט די צייט אדורך גיין שנעלער אדער שטייטער.

מיר וועלן אריינהאקן פאר מינוט, און צוזאמען שטעלן ספיעד אף לייט מיט צייט. דערנאך וועלן מיר צוריקקומען צום צייט.

ספיעד אף לייט און צייט

יעצט לאמיר צוזאמען שטעלן ספיעד אף לייט מיט צייט. צייט לויפט מיט זעלבע שנעלקייט פון די ספיעד אף לייט, קומט אויס, אז אפילו באמת איז פאטאנס (ספיעד אף לייט) נישט מצומצום צו קיין ספיעד, (איי פארוואס לויפט עס פונקט אויף הונדערט זעקסט און אכציג טויזענט מייל פער סקונדע. דאס ווייסט קיינער נישט, ס'איז א מציאות און פון די יסודות אין די יוניווערס.) אבער די חלק פארוואס עס קען נישט לויפן שנעלער, איז פשוט, ווייל וואו שנעלער די גייסט אלץ שטייטער גייט די צייט, און אין די רגע וואס די קומסט צו ספיעד אף לייט, איז מער נישט דא קיין מציאות פון צייט, ס'איז שוין נישט שייך גיין שנעלער. א דוגמא א קאר האט געסטאפט, ס'איז נישט שייך צו סטאפן נאך מער. געסטאפט איז געסטאפט.

לויט דעם קען מען פארשטיין פארוואס די ספיעד אף לייט איז אבסאלוט. ווייל וואו שנעלער איך גיי קומט אויס אז מיין צייט איז שטייטער, קומט אויס אז אין מיין סעקונדע, גייט די לייט ווייטער מיט די ספיעד פון הונדערט זעקס און אכציג טויזענט מייל א סעקונדע.

למעשה לויט די מאטימאטיקעל איקוועשאנס (דאס איז נישט קיין פאקט), קען קיין שום מאסע אין די וועלט נישט אנקומען צו די ספיעד אף לייט. ווייל וואו שנעלער אזאך גייט, אלץ מער ענערגיע דארפסטו האבן איר צו שטופן, וואו מער ענערגיע די לייגסט אריין אין די זאך אלץ שווערער וועט עס ווערן, (ווייל מאסע און ענערגיע איז איין מציאות, און די שוועריקייט פון א חפץ ווענדט זיך לויט וויפיל ענערגיע ס'איז דא דערינען). ווען די זאלסט צוזאמענעמען די ענערגיע פון די גאנצע בריאה, וועסטו נישט האבן גענוג, אויף צו קענען אנציען אפילו א פיצקעלע "עלעקטאראן" צו די ספיעד אף לייט.

צייט אילוזיע:

איינשטיין האט געוואלט ארויסהאבן די מציאות פון ספעיס. לאמיר טראכטן פון די בליק אויף א פאטאן, ווען די ביסט ווען א פאטאן וואו אזוי זעהסטו די בריאה. איז ער ארויסקומען ווען די ביסט א פאטאן וואלט צייט נישט געהאט קיין שום מיינוג איבער די אלעס פארסירט אין איין צייט. משל דיר אויס וואו די ביסט א קליינע פאוטאן 4 מיליאן לייט יאר אוועק. פון מיין פערספעקטיוו וואלט דיר גענומען אנצוקומען צו מיר 4 מיליאן לייט יאר. אבער פון דיין פרעספעקטיוו וואס די לויפסט אויף ספיעד אף לייט, וואו ס'איז נישט טופס קיין זמן אן דיין זיין דארטן אין דיין זיין דא געשעהן אויף איינמאל, איז בכלל נישט שייך די מושג פון צייט, אלעס פאסירט אין די זעלבע רגע.

דאס טייטש, מאטעמעטיקלי קענט איר זיך ארויסלאזן אויף א רייזע צו די פיוטשער צו די עתיד, קענסט היינט ארויספליען אין ספעיס און ארומפליען גאר גאר שנעל, אזש אז דיין שעה גייט זיין אזויוואו מיין זיבעציג יאר. נאך א שעה רייזע ווען די קומסט צוריק, וועט דיר ווער אנטפלעקט אן אינטערסאנטע זאך די ביסט געווארן עלטער מיט א שעה, אבער אלעס אויף די ערד קוגל אריינגערעכנט דיינע פיצי בעיבי וואס די האסט די איבערגעלאזט פאר א שעה צוריק איז שוין היינט א זיידע פון זיבעציג יאר און האט שוין צענדליגע אייניקלעך, און די ביסט קוים צוואנציג יאר. (ס'דערמאנט אביסל פון חוני המעגל, אבער דארט איז עס אנדערע סיבות, אבער ווער ווייסט?).

און דאס זעלבע איז מיט די עבר, דאס איז שוין א קאנצעפט וואס כ'ווייס נישט וויאזוי עס אראפצושרייבן אויפן א פאפיר. אבער כ'וועל דאך פרובירן. א גלעזל איז אראפגעפאלן ביי אייך אינדערהיים, און ס'האט זיך צופיצלט אויף פיץ פיצעלעך, נאו פראבלעם. איך האב פאר אייך אן עצה... איר דארפט פשוט צוריקדרייען דעם זייגער עממ כ'מיין איר דארפט פשוט מאכן אז די צייט זאל גיין ריקווערטס – צוריקצוועגס, פונקט וואו א פילם קענט איר ריווערסן, דאס זעלבע קענט איר דא טוהן, און אלע פיצקעלע שטיקלעך וועלן מיטאמאל אנהייבן צו גיין צוריק ביז ס'וועט צוריקווערן א גלעזל.

דאס אלעס איז, ווייל ספיעד איז א דימענשאן פונקט וואו לענט/length . (כאפט אייך אן אויף א בענקל, זעצט אייך אראפ און אטעמט אריין טיף) פונקט וואו length דאס מיינט די לענג פון א זאך, לדוגמא איר שטייט ביי די טיר פון אייער דיינונג רום, פון איין זייט איז די דיינוג רום, פון די אנדערע זייט איז די האלוועי, ביידע זענען דא, אפילו די ביסט נישט דארט יעצט, אבער ס'איז דא. די זעלבע איז מיט "צייט", די עבר-פעסט און די עתיד-פיוטשער, ביידע זענען דא, נאר וואס דען די שטייסט יעצט ביי דיין הוה. צייט איז אזאך וואס די פארסט אדורך. אבער מעטאמעקלי קענסטו גיין סיי צו די פיוטשער - עתיד און סיי צו די פעסט - עבר.
אז מ'האלט מיר דא קען איך זיך נישט איינהאלטן, און כ'וועל צוברענגען לשונו פון הגאון ר' אליהו דעסלער בספרו מכתב מאליהו.

אבל הבא נסתכל על הענין במבט אחר, על פי ההבחנה הרוחנית האמיתי. אז נמצא תמונה לגמרי אחרת: העבר והעתיד – אחד הם עם ההוה, [ ממש וואו איינשטיין האט אראפגעלייגט דעם פאטאון וואס פליהט אויף ספיעד לייט] אלא שעל ידי היותנו בגוף מסתרים מראייתנו העבר והעתיד כי נרה את המציאות אך לחלקים דקים מאד, ודר ראיותינו נקרא עבר הווה עתיד, כמו שביארנו לעיל. [ איינשטיין רופט דאס רעלאטיוו, די גאנצע מציאות הזמן איז נאר רעלאטיוו צו אונז].

שרייבט ער ווייטער...
כל גדר השגתנו ב"זמן" ו"מקום" מושרש במסגרת זו של סדר ראיות, במבט האמיתי העליון אין זמן ולא מקום, גם לא מיתת רגע ולא לידת רגע, אלא שכך מצוייר לנו בדמיוננו על ידי כח הגוף המסתיר את הכל חוץ מן החלקים הקטנים הנגלים לנו בזה אחר זה. [אקוראט וואו איינשטיין האט אפגעלערנט דעם פראוטאן].

איר פארשטייט נאך אלס נישט? זיי נישט באזארגט, איך פארשטיי אויך נישט וואס צייט איז. און איינשטיין האט דאס אויך נישט פארשטאנען, ער האט נאר געזאגט די מציאות. און אין פאקט קען מען נאר מעסטן צייט רעלאטיוו צו אן אנדערע אבדזשעקט. לדוגמא איין אבדזשעקט וועט גיין כמעט צו ספיעד לייט רעלאטיוו צו אן אנדערע אבדזשעקט. וועט די צייט ווערן שטייטער. די אמת'ע פאקט פון צייט איז ביזדערווייל נישט באוואוסט. און קיין שום פיזיקער האט נאך ביזדערווייל עס נישט פארשטאנען. נסתרים דרכי השם.

איר האט שוין געהערט פון אפטיקל איולשען? כ'ווייס נישט, אבער פון פאקט, לעבן מיר אין אן אילוזיע. אלעס וואס די זעהסט אין די הערסט איז אן אילוזיע, אלעס וואס די טוהסט און אלעס וואס די טראכסט איז אן אילוזיע. אלעס איז נאר רעלאטיוו צו דיר. אבער אין פאקט איז גארנישט פארהאנען. (כ'מוז אנמערקן אז די חובת הלבבות רופט כסדר אן די וועלט "כשפי עולם הזה" אלעס איז איין גרויסע אויגן פארבלענדעניש).

כ'זעה אז מיר האבן ניטאמאל געענדיגט ספעשעל רעלאטיוויטי, אבער כ'מיין אז די עיקר דערפון האט מען שוין אויסגעשמועסט, קומענדיגע שיעור וועלן מיר אי"ה ענדיגן ספעשעל רעלאטיוויטי, און מען וועט אנהייבן דשענעראל רעלאטיוויטי.

אופס... עפעס שטומט שוין ווייטער נישט...

כ'קען זיך נישט איינהאלטען (שוין ווייטער... וואס גייט פאר מיט איהם?), כ'וועל שרייבן אזאך וואס בעצם ברויך עס צו ווערן געשריבן נאכן שרייבן איבער קוואנטום מעקעניקס. אבער אז מ'קען זיך נישט איינהאלטן קען מען נישט ווארטן.

איינשטיין האט געהאט איין גרויסע גרויסע פראבלעם, סארי פאר'ן זאגן גרויס, די פראבלעם איז געווען גאר גאר גרויס. די חוקי הטבע פון קוואנטום מעקעניקס, זענען א דירעקטע סתירה מיט די חוקי הטבע פון רעלאטיוויטי. אינדערצייט וואס רעלאטיוויטי איז מסביר די גרויסע אבשעקט'ס פון ספעיס וואו אונזער וועלטל און בכלל פון די גאנצע סאלאר סיסטעם, געלאקסיעס, יוניווערס. איז קוואנטום מעקעניקס מסביר עלעקטעריק מאקנעטיס, אטאם'ס, און נוקלעארע פורסעס, וכו. אבער איינס מיטן צווייטן שטימען נישט, ס'איז א דירעקטע סתירה. ס'איז אזויווי מען זאל אויסשטאטן וויליאמסבורג מיט צוויי גאר אנדערע רולס איבער טראפיק, קענס נוצן יעדע איינע עקסטער, אבער ביידע אויפאיינמאל וועט אנזייען כאאס, ווען איינער וועט זאגן וואן וועי וועט די צווייטער זאגן טו וועי, ווען איינער זאגט סטאפ וועט די צווייטער זאגן פאר, איינס אליינס קענסטו נוצן, אבער ביידע צוזאמען ארבעטן נישט.

איינשטיין האט אוועקגעגעבן די לעצטע דרייסיג יאר פון זיין לעבן, צו טרעפן א סעלושען וואס זאל קענען מסביר זיין ביידע, אבער צו זיין באדויערן לא עלתה בידו. און צוגאב וואס אין די חוקים פון "צייט" הערשט א גרויס צעמישעניש. איז די פראבלעם נאך גרעסער, ווען אלעס איז איין גרויסע סתירה.

ממש אין די לעצטע צוואנציג יאר, זענען פיזיקער אויפגעקומען מיט א גאר אינטערסאנטע איידיע, וואס וועט מעגליך סאלווען די פראבלעם. עס ווערט אנגערופן "סטרינק טעאריע". די טעאריע האלט זיך נאך אינמיטן דעוועלאופן. פיזיקער זאגן, אז סטרינג טעאריע גייט זיין די גרעסטע רעוואלושען אין פיזיקס, וואס איז נאר אמאל געווען. אינטערסאנט צו הערן וואס זיי שרייבן "מיר האבן קיין גאראנטיע אז די טעאריע וועט זיך אויסארבעטן, באט אויב ס'גייט זיין וועט עס זיין די גרעסטע סוקסעס. אי"ה ביי איינע פון די קומענדיגע שיעורים וועט מען פון דעם מער ארומרעדן.
קודם האט מען אנגעצויגן דעם עולם...
לעצט פארראכטן דורך נישט אום מוצ"ש דעצעמבער 27, 2014 10:28 pm, פארראכטן געווארן 5 מאל.
אוועטאר
נישט
שר האלף
תגובות: 1195
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 01, 2014 8:14 pm
לאקאציע: יסודו מעפר, וסופו לעפר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט »

דא קענט איר זיך באדאנקן אויב האט איר הנאה געהאט פונעם ארטיקל
געדענקט! יעדע שכוח ברענגט נענטער דעם קומענדיגן שיעור
---
כי הישרים בלבותם יאהבו החולק עליהם בדעת וישנאו העוזרם בלי דעת. (קרעדיט: פארשלאפן)
כ'וויל מען זאל מגיב זיין זאגן הערות, צולייגן, אפפרעגן. אבער מיט שכל.
---
אויב די עולם איז אינטערסירט, וועלעך יעדע פאר וואכן צולייגן א פרישע שיעור, בע"ה
(און ביזדערווייל וועט די גראפולוגיה קורסן ווערן אפגעשטופט)
אוועטאר
Iphone
שר האלף
תגובות: 1316
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 10, 2013 8:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Iphone »

Wow thanks
מי חכם
שר ששת אלפים
תגובות: 6329
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי חכם »

יישר כח.

איך כאפ נאר נישט וואס דער שמועס האט מיט פילאזאפיע בכלל, און מיט איר לעכערליכקייט בפרט.
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃
אוועטאר
יידישע קהילות
שר שמונת אלפים
תגובות: 8680
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישע קהילות »

זייער שיין אבער גייען די שעורים זיין איבער פילאזאפיע אדער איבער זייער לעכערליכקייט?
משנכנס אדר מרבין בשמחה
הל'א דו'ד מסתת'ר עמנו
אוועטאר
AHA
שר האלפיים
תגובות: 2007
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 30, 2011 6:14 pm
לאקאציע: בין פטיש לסדין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך AHA »

זייער אינטערסאנט.

יישר כח.
איך גלייב אז אלעס וואס דער באשעפער טוהט איז נאר גוט. בעטן בעט איך אז הראינו השם את חסדיך אפו' מיין באגרעניצטע מוח אין פליישיגע זאל דאס אויך זעהן.
אוועטאר
aperlscript
שר חמישים ומאתים
תגובות: 272
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 14, 2011 1:57 pm
לאקאציע: Dreaming in code

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך aperlscript »

יישר כח נישט ! וואו האסטו דא צוזאם געווארפען א וועלט מיט ידיעות אויף איינמאל , העלך מוזן דורך גיין דאס שיעור לאט לאט, אבער קודם וויל איך מיר באדאנקען יישר כחך #קיפיטאפ
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

יו איז דא צו ליינען דא!

מארק אנריעד מ'גיימיר עס ליינען מיט קלארן דעת
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

WOW WOW!!

א וועלט מיט אינפארמאציע כמשמעו וכמדרשו!! זייער אינטערעסאנט! כי הוא חכמתכם!! א רייכער אינגערמאן!!

זיכער זאלט איר זשרייבן ווייטער, א שאד נאר אז עס וועט גיין אויפן חשבון פון גראפאלאגיע, וואו איך פערזענדליך האב שטארק הנאה געהאט. אבער פון עקספיריענס, זאג איך, שרייב וואס איז דיר יעצט אפעטיטליך, אז נישט ווערט עס לעול!

קיפיראפ.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
מילכיגער
שר האלפיים
תגובות: 2652
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 20, 2011 4:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מילכיגער »

יישר כח. איך האב עס נאכניש געלייענט אבער חזקה על חבר...

יעצט פאר איך הייב אן. ביטע א קורצע דעפיניציע וואס דו רופסט פילוסופיה. איך בין שוין פשוט א אפגעבריטער פון צו סך ״טענו בחיטין והודו לזכר קדשו״ טיפ שמועסן. שרייב פון וואס דו רעדסט אזוי קען מען צוגיין צום שמועס מיט קלארקייט
Dear Milkman: From now on please leave two pints every other day and one pint on the days in between, except Wednesdays and Saturdays when I don't want any milk.
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

מי חכם האט געשריבן:יישר כח.

איך כאפ נאר נישט וואס דער שמועס האט מיט פילאזאפיע בכלל, און מיט איר לעכערליכקייט בפרט.

לעכעריקייט איז דאך פשוט, ער שרייבט עס אנהייב, ווייל מען רעדט מיט א זיכערקייט מיט א פעסטקייט, און א דור שפעטער זעהט מען אז עס איז קאפויער. פיליסאפיע האט ער מן הסתם גענוצט אויף א שם כללי אויף טיפע חכמה. כאטש וואס פיליזאפיע איז עפעס ספעציפיש, אבער מען קען עס "בארגען" אויף בכלולות "דענקעריי".
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8100
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדע צדיק! »

לכתחילה אריבער האט געשריבן:
מי חכם האט געשריבן:יישר כח.

איך כאפ נאר נישט וואס דער שמועס האט מיט פילאזאפיע בכלל, און מיט איר לעכערליכקייט בפרט.

לעכעריקייט איז דאך פשוט, ער שרייבט עס אנהייב, ווייל מען רעדט מיט א זיכערקייט מיט א פעסטקייט, און א דור שפעטער זעהט מען אז עס איז קאפויער. פיליסאפיע האט ער מן הסתם גענוצט אויף א שם כללי אויף טיפע חכמה. כאטש וואס פיליזאפיע איז עפעס ספעציפיש, אבער מען קען עס "בארגען" אויף בכלולות "דענקעריי".

עקזעקט!
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
נאטרוליסט
שר האלף
תגובות: 1335
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 06, 2007 2:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאטרוליסט »

כבוד הרב נישט:
פיליזאפיע איז נישט פיזיקס.
בשעת וואס אריסטאטעלס ולהבדיל א"א הבדלות מרן הרמב"ם זענען געווען פיליאזאפן,. און האבן חוקר געווען מהות המלאכים ועוד, זענען גאלילעי, ניוטאן, פערעדי און איינשטיין פיזיקער, און נישט קיין פיליאזאפן. זיי פרובירן נישט צו חקר'ן איו רוחניות'דיגע באגריפן בעצם.

אלזא איז מער אביסל שווער צו פארשטיין די צונויפשטעל - כאטש וואס דיין שפראך און קענטעניס איז א נחת.

בד"וו, קענסט אויף מסביר זיין MC=2?
מחר
שר מאה
תגובות: 147
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 16, 2014 12:30 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחר »

home
שר חמישים ומאתים
תגובות: 382
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 20, 2012 10:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך home »

שטארק הנאה געהאט
אוועטאר
מילכיגער
שר האלפיים
תגובות: 2652
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 20, 2011 4:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מילכיגער »

לכתחילה אריבער האט געשריבן:
מי חכם האט געשריבן:יישר כח.

איך כאפ נאר נישט וואס דער שמועס האט מיט פילאזאפיע בכלל, און מיט איר לעכערליכקייט בפרט.

לעכעריקייט איז דאך פשוט, ער שרייבט עס אנהייב, ווייל מען רעדט מיט א זיכערקייט מיט א פעסטקייט, און א דור שפעטער זעהט מען אז עס איז קאפויער. פיליסאפיע האט ער מן הסתם גענוצט אויף א שם כללי אויף טיפע חכמה. כאטש וואס פיליזאפיע איז עפעס ספעציפיש, אבער מען קען עס "בארגען" אויף בכלולות "דענקעריי".

איך האב עס יעצט געלייענט. ווא ווא. מוראדיג גוט און קלאר. תחזקנה ידיך.

עצה טובה קמ״ל. טויש דעם קעפל צו ״די טוישונגען אין חכמת הטבע/פיזיקס״. און דעם אריינפיר קען מען אויך אביזקעלע טוישן וועט דער ארטיקל זיין א דבר השלם.

דאס אז מטוישט ווייזט נישט אויף לעכירליכקייט נאר פונקט פארקערט. דאס איז די מעלה אז מטוישט ווען ראיות ווייזן פארקערט. דאס איז די מהלך וואס חכמה לערנט (חוץ ווען סאיז א סתירה מיט אמונה וואס דעמאלס זענען די ראיות בגדר כי מנסה ה״א אתכם ואכמ״ל ). די טפשות איז נאר ווען מאיז אזוי זיכער צו די יעצטיגע סייענס אז מפארגעסט אז גארנישט איז זיכער און מיט איין התגלות טוישן זיך אלע ראיות.

אין אנדערע ווערטער. נישט די טוישן איז וואס ווייזט אויף לעכירליכקייט נאר די זיכערהייט ביזן טויש. אבער דאס איז א שמועס פאר זיך.
Dear Milkman: From now on please leave two pints every other day and one pint on the days in between, except Wednesdays and Saturdays when I don't want any milk.
אוועטאר
סמארט גאי
שר האלפיים
תגובות: 2788
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:24 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סמארט גאי »

מילכיגער האט געשריבן:
לכתחילה אריבער האט געשריבן:
מי חכם האט געשריבן:יישר כח.

איך כאפ נאר נישט וואס דער שמועס האט מיט פילאזאפיע בכלל, און מיט איר לעכערליכקייט בפרט.

לעכעריקייט איז דאך פשוט, ער שרייבט עס אנהייב, ווייל מען רעדט מיט א זיכערקייט מיט א פעסטקייט, און א דור שפעטער זעהט מען אז עס איז קאפויער. פיליסאפיע האט ער מן הסתם גענוצט אויף א שם כללי אויף טיפע חכמה. כאטש וואס פיליזאפיע איז עפעס ספעציפיש, אבער מען קען עס "בארגען" אויף בכלולות "דענקעריי".

איך האב עס יעצט געלייענט. ווא ווא. מוראדיג גוט און קלאר. תחזקנה ידיך.

עצה טובה קמ״ל. טויש דעם קעפל צו ״די טוישונגען אין חכמת הטבע/פיזיקס״. און דעם אריינפיר קען מען אויך אביזקעלע טוישן וועט דער ארטיקל זיין א דבר השלם.

דאס אז מטוישט ווייזט נישט אויף לעכירליכקייט נאר פונקט פארקערט. דאס איז די מעלה אז מטוישט ווען ראיות ווייזן פארקערט. דאס איז די מהלך וואס חכמה לערנט (חוץ ווען סאיז א סתירה מיט אמונה וואס דעמאלס זענען די ראיות בגדר כי מנסה ה״א אתכם ואכמ״ל ). די טפשות איז נאר ווען מאיז אזוי זיכער צו די יעצטיגע סייענס אז מפארגעסט אז גארנישט איז זיכער און מיט איין התגלות טוישן זיך אלע ראיות.

אין אנדערע ווערטער. נישט די טוישן איז וואס ווייזט אויף לעכירליכקייט נאר די זיכערהייט ביזן טויש. אבער דאס איז א שמועס פאר זיך.

איך האב נאך נישט געהאט א געלעגנהייט צו ליינען דעם ארטיקל וואס קוקט אויס צו זיין העכסט אינטערסאנט,
אבער איך האב געליינט אפאר תגובות דא האב איך מיך דערמאנט פון א סייקאלאדזשי טודעי ארטיקל איך האב אמאל געליינט,

דא איז דא איינ שטיקל וואס רעדט פון די נושא און צולייגט עס זייער קלאר


In contrast, all scientific knowledge is tentative and provisional, and nothing is final. There is no such thing as final proven knowledge in science. The currently accepted theory of a phenomenon is simply the best explanation for it among all available alternatives. Its status as the accepted theory is contingent on what other theories are available and might suddenly change tomorrow if there appears a better theory or new evidence that might challenge the accepted theory. No knowledge or theory (which embodies scientific knowledge) is final. That, by the way, is why science is so much fun.
והאדם לא נברא רק להתענג על ה'
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

און דאך, וועלן זיי עס נוצן אפצולאכען פון איינעם וואס איז נישט גרייט מבטל צו זיין זיין גלויבן פאר זייערע לערעס.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
סמארט גאי
שר האלפיים
תגובות: 2788
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:24 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סמארט גאי »

[quote="לכתחילה אריבער"]און דאך, וועלן זיי עס נוצן אפצולאכען פון איינעם וואס איז נישט גרייט מבטל צו זיין זיין גלויבן פאר זייערע לערעס.[/quote]
לויט זיי אויב דו נעמסט נישט אן די איצטיגע סייענטיפישע הנחות ביזטו א נאר, ווייל דאס וואס דו גלייבסט איז נישט געבעיסט אויף די לעצטע פארשונגען במילא ביזטו פשוט צוריקגעשטאנען,
און שטייצעך אז דא ליגט א אקאדעמישע אראגאנץ אויכעט
והאדם לא נברא רק להתענג על ה'
אוועטאר
מילכיגער
שר האלפיים
תגובות: 2652
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 20, 2011 4:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מילכיגער »

לכתחילה אריבער האט געשריבן:און דאך, וועלן זיי עס נוצן אפצולאכען פון איינעם וואס איז נישט גרייט מבטל צו זיין זיין גלויבן פאר זייערע לערעס.

ווי געשריבן איז דאס פשוט די טפשות פון דעם בעל הטענה אבער די חכמה בעצם ווערט מיט דעם נישט אפגעפרעגט
Dear Milkman: From now on please leave two pints every other day and one pint on the days in between, except Wednesdays and Saturdays when I don't want any milk.
בוידעם
שר ששת אלפים
תגובות: 6639
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 6:15 pm
לאקאציע: אויבן אויפן בוידעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוידעם »

הרב מילכיגער, ער שרייבט נישט די טיפשות פון פיזיקס, נאר די לעכעריכקייט.
פשט איז, אויב סייענטיסטישע מיינונגען טוישען זיך כסדר, כאטש וואס דאס ווייזט אויף די חכמה פונעם סייענטיסט זעלבסט אז ער טוישט מיינונגען לפי די הוכחות, דאך ווייזט דאס אויף די לעכעריקייט פון סייענס, אז עס איז זיך משנה בעתים ומחליף בזמנים.
יעצט קומט נאך צו די שטארקייט פון זייערע טענות, דאס ווייזט אויף טיפשות.
רצונינו לעשות רצוניך.
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

מילכיגער האט געשריבן:
לכתחילה אריבער האט געשריבן:און דאך, וועלן זיי עס נוצן אפצולאכען פון איינעם וואס איז נישט גרייט מבטל צו זיין זיין גלויבן פאר זייערע לערעס.

ווי געשריבן איז דאס פשוט די טפשות פון דעם בעל הטענה אבער די חכמה בעצם ווערט מיט דעם נישט אפגעפרעגט

אבער נאר אלץ "עצם" נישט אלץ "פועל".
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
מילכיגער
שר האלפיים
תגובות: 2652
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 20, 2011 4:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מילכיגער »

בוידעם האט געשריבן:הרב מילכיגער, ער שרייבט נישט די טיפשות פון פיזיקס, נאר די לעכעריכקייט.
פשט איז, אויב סייענטיסטישע מיינונגען טוישען זיך כסדר, כאטש וואס דאס ווייזט אויף די חכמה פונעם סייענטיסט זעלבסט אז ער טוישט מיינונגען לפי די הוכחות, דאך ווייזט דאס אויף די לעכעריקייט פון סייענס, אז עס איז זיך משנה בעתים ומחליף בזמנים.

יעצט קומט נאך צו די שטארקייט פון זייערע טענות, דאס ווייזט אויף טיפשות.

אט אויף דעם בין איך מחולק. לויט דיין סברא איז נאריש חלילה די לימוד התוספות ווייל קוק וויפל מאל מהאט געטוישט ביזן אנקומען צום פשט און הערשט דעמאלס ווערט די פשט אפגעפרעגט ווען איינער קומט אויף מיט א באמבע קשיא.

פארשטייט זיך אז דאס איז נאריש גערעדט. וויפל מער קשיות, הוא אמינא׳ס און מסקנות ביז יעצט אלס מער ווייזט דאס סיי אויף די טיפקייט פון די חכמה און סיי אויף די אמתדיגקייט פון דעם יעצטיגן פשט.

נאר וואס דען? עמיציר וואס נאכן דורכגיין א נאכט פון קשיות און מסקנות שווערט זיך אז דאס איז עס און דאס גייט זיך קיינמאל נישט טוישן אזא איינער איז א שוטה וגס רוח. סא די טפשות איז פון די זיכערהייט.

נאכאמאל. אכמ״ל אינגאנצן נישט אלס סייענס ווס. אמונה וואס דאס איז אינגאנצן א אנדערע שמועס און לכאורה נישט דא איז די פלאץ מפני הטועין.
לעצט פארראכטן דורך מילכיגער אום דינסטאג דעצעמבער 16, 2014 11:07 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
Dear Milkman: From now on please leave two pints every other day and one pint on the days in between, except Wednesdays and Saturdays when I don't want any milk.
אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8100
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדע צדיק! »

מילכיגער האט געשריבן:נאר וואס דען? עמיציר וואס נאכן דורכגיין א נאכט פון קשיות און מסקנות שווערט זיך אז דאס איז עס און דאס גייט זיך קיינמאל נישט טוישן אזא איינער איז א שוטה וגס רוח.

דאס איז טאקע די פינטל. און דאס ווערט ארויסגעברענג דא. יעדער פון די אלע האבן געמיינט אז זיי האבן עס!
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
בוידעם
שר ששת אלפים
תגובות: 6639
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 6:15 pm
לאקאציע: אויבן אויפן בוידעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוידעם »

תוספת איז געדאנקען גאנג פון הייליגע לייט, און די הוה אמינא פון תוספת בלייבט די זעלבע חשוב נאכן מסקנא.
להבדיל סייענס, איינמאל עס קומט ארויף א נייע טעאריע, סברא, כמו מציאות וכו' איז די אלטע ווערד ווי א געמעקטע תגובה אויף איי וועלט.
זאת אומרת אז עס איז לעכעריג!
בנוסף לזה קומט דאס וואס דו האסט פרייר געזאגט, דאס טענ'ן מיט א שטארקייט אז אלע מוזן האלטן ווי זייער יעצטיגע מיינונג, ווייזט אויף א קורצשלוס אין מוח'ל.
רצונינו לעשות רצוניך.
שרייב תגובה

צוריק צו “ידיעות און וויסנשאפט”