ייש"כ פארען מאמר. פאלגענד זענען מיינע הערות לויו ווי ווייט איך קום אהן דורכצוטוהן און ליינען (נישט יעדע הערה קומט חולק זיין - אמאל איז עס ליתר בהירות אדער הוספה).
נישט האט געשריבן:וואו אויך איז קאמיש אנצומערקן, אז אין פיזיקס זענען דא דריי סארטן וועגן, וויאזוי מען איבערצייגט זיך אין אן ענין אדער וויאזוי מען געפינט אויס די חוקי הטבע. איינס – איז פשוט ווייל מען זעהט אזוי אין פאקט (לדוגמא אז צייט איז רעלאטיוו, וואו מען וועט שפעטער זעהן). צוויי – זאכן וואס זענען אראפגעשטעלט דורך הוכחות און ראיות ברורות, וואס ווערט געבויעט דורך מעטאמאטיק און איקוועשאנס (שפעטער וועלן מיר איבעצייגן אז די הוכחות געבויעט אויף פיזיקס זענען גאר ווינציג ווערד). דריי – זאכן וואס זענען בכלל נישט געווארן פעסגעשטעלט, נאר ס'איז דא אזא טעאריע.
איז אינטערסאנט, אז דייקא די חלק וואס איז געבויעט דורך דעם וואס מען זעהט זיי אין פאקט, און אפילו א חלק פון די זאכן וואס זענען דא דערויף הוכחות און ראיות (אפילו זייערע זענען קיין סאך ווערד – וואו מען וועט שפעטער זעהן) ברענגען גאר די געפערליכע צעמישעניש ביי די פיזיקער, און דאס ווייזט אויף, וואו ווייניג אונז ווייסן. און נאך מער על פי רוב וועט מען עס טרעפן אין די פריעדיגע ספרי קודש. די אנדערע חלק הפיזיקס וואס איז געבויעט אויף טעאריע, דארף מען נישט זיין א גרויסע חכם צו זעהן אז דאס איז על פי רוב הוילע פאנטאזיע, תירוצים אויף נגיעות וואס מען האט, ואכמ"ל.
כדי צו פארשטיין און אפשר חולק זיין, ביטע ברענגט לכה"פ איין דוגמא פאר יעדע סארט, מען זאל וויסען וואס איהר מיינט.
אריסטוטלוס איז נישט גערעכט! א שווערע חפץ פאלט נישט שנעלער! און איר קענט זיך דאס אליינס איבערצייגן!
ווי שוין ערקלערט
דא, איז ריכטיג טאקע אז דער שווערע חפץ 'פאלט' נישט שנעלער, אבער עס ווערט יא שטערקער געצויגע נאר עס האט מער אינערשע.
וואס איז דאס פריקשאן? פריקשאן איז דאס אז די חפץ קען נישט גיין ווייטער ווייל ס'רייבט זיך אריין אין אן אנדערע זאך וואס האלט איר צוריק פון גיין. למשל ווען א חפץ פאלט אריין אין ים, וועט נעמען אסאך צייט ביז ס'וועט אנקומען אינטן, ווייל די וואסער רייבט זיך מיט חפץ אין האלט איר צוריק פון גיין. דאס זעלבע איז מיט א חפץ וואס פאלט צו די ערד, רייבט זיך דאס אריין אין די לופט וואס האלט איר צוריק פון אנקומען צו די ערד.
פריקשען (עיר ריזיזטענס) מיינט נישט דא אס עס 'רייבט זיך' מיטען לופט, נאר אז עס מוז ארויסשטופען דעם לופט פונעם וועג. צו דעם קומט דעם דריטען געזעץ אז פאר יעדע עקשען איז דא אן איקוועל ענד אפאזיט ריעקשען, טא אויב שטופט מען דעם לופט מיט א געוויסע שנעלקייט, ווערט מען צוריקגעשטופט מיט יענער שנעלקייט.
אגב, פריקשען אין אלגעמיין (ביי פיזיקס) מיינט נישט רייבען, נאר דעם פארס און השפעה וואס איין זאך האט אויפען אנדערע וועלכע רירט עס אהן.
יעצט וואו שווערער א חפץ איז האט די לופט אויף איר א קלענער השפעה, וואו גרינגער א חפץ איז האט די לופט אויף א גרעסערע השפעה וואס דאס מאכט איר פילפאכיג שטייטער אנצוקומען צו די ערד.
עיר ריזיסטענס (פריקשען) האט נישט מיטען שוועריגקייט פונעם חפץ נאר דער גרויס און פארעם. עס ווענדט זיך וויפיהל שטח שטופט לופט, און צי עס איז א גרויסע ברייטע surface, אדער א רונדיגע (streamlined) וואס לאזט דער לופט גרינגער שטראמען ביי די זייטען.
גאליליי האט איינגעזייט די קערנדלעך פון 'אינטעריע', דאס מיינט, יעדע זאך וויל בלייבן אין איר צושטאנד.
*אינערשע (inertia)
דאס איז די סבה פארוואס א שטיין פאלט נישט שנעלער פון א פעדער.
למשל, א זאך וואס רוקט זיך וועט אויטאמאטיש זיך האלטן אין איין רוקן, ביז עפעס וועט איר בהחלט אפשטעלן. אזאך וואס שטייט וועט בלייבן שטיין ביז עמיצער וועט עס מאכן רוקן. (מיר וועלן שפעטער מער מארך זיין דערינען).
דער הויפט עמקות פון דעם געדאנק איז דאס א חפץ איז נישט מער באקוועם אדער נאטורליך ווען עס שטייט (רעלאטיוו צו עפעס אנדערש) ווי ווען עס רוקט זיך. פונקט ווי יעדער האט פארשטאנען פריער אז טאמער א שטיין ליגט אויפען ערד וועט עס נישט אנפאנגען פליהען פון זיך אליין, זאגט אונז 'אינערשע' אז א שטיין וואס פליהט וועט זיך נישט אפשטעלען פון זיך אליין.
צוויי:
(דאס איז די מערסטע צוניץ געקומען פאר פיזיקער במשך די יארן).
F=me איר האט נישט פארשטאנען, נישט געדאגה'ט, ליינט ווייטער מען וועט אלעס מסביר זיין.
F מיינט די פורס (force). די פורס האט א מעשערמענט וואס מען רופט "ניוטאן" (טאקע על שם אייזיק ניוטאן).
M מיינט מאססע (mass), וויפיל מאססע אזאך האט, דאס ווייסט מען לויט די וואג.
E מיינט עקסעלערעישאן (accelerations), דאס איז רעיט צוויסן וואו סאך די וועלאסיטי איז געווארן געטוישט, אין א געוויסע צייט אפשניט, לאמיר זאגן א שעה. אופס, לאמיר קודם מסביר זיין וועלאסיטי (velocity), דאס מיינט ער רוקט זיך פופציג מייל א שעה. יעצט ווען איינער טוישט זיין וועלאסיטי, דהיינו ער האט אנגעהויבן צופארן לדוגמא זעכציג מייל א שעה, האט עקסעלערעיטעט פון פופציג מייל א שעה צו זעכציג מייל א שעה.
יעצט קען מען עס אויסרעכענען, עף איז איקוואל די מאסע X די עקסעלערעישאן, לאמיר זאגן מיר האב א קאר וואס איר מאסע איז 200 kg און איר עקסעלערעישאן איז 20m/s/s, רעכנט מען 200 טיימס 20, איקוואלס, 4000. קומט אויס אז די פורס איז 4000n (ניוטאן).
*F=ma
היות אינערשע איז קובע אז קיין חפץ טוישט נישט זיין יעצטיגע צושטאנד אהן קיין דרויסענדיגע פארס, איז געבליבען צו באשטימען וויפיהל פארס מען דארף האבען. דערויף קומט דער אויבערדערמאנטע איקוועישען צו לערנען אז דער פארס איז דעם וואג פונעם חפץ (mass) געדאפעלט מיטען טויש (acceleration). דער מעסט-איינהייט (unit of measure) ניוטען מיינט kilogram x metre per second. אין אנדערע ווערטער א חפץ פון צעהן קילאו וואס טוישט דעם שנעלקייט מיט צעהן מעטער פער סעקונדע, דארף א פארס פון הונדערט ניוטאנס.
דריי
פאר יעדע עקשען, איז דא א פארקערטע ריעקשאן מיט די זעלבע שטארקייט (די ספעיס שאטל פליהט ארויף מיט דעם וועג, און עס ווערט באנוצט ביי נאך אסאך פלעצער).
הא? ביטע ערקלערט וואס איהר מיינט.
דהיינו, אט דאס איז טאקע די סיבה פארוואס די לבנה שטעלט זיך קיינמאל נישט אפ, ווען די באשעפער האט אריינגעלייגט די לבנה אין מאושען, וועט ער על פי טבע אייביג בלייבן אין מאושען, מיט זעלבע שנעלקייט און מיט די זעלבע גראד'קייט.
דאס איז נישט ריכטיג במציאות, ווארום די לבנה פארשטייטערט זיך און רוקט זיך ארויס פון פלאץ יערליך.