חידה: פארוואסט קאסט א ציצית פערציג דאלער?

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
מחותן
שר עשרת אלפים
תגובות: 10102
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 09, 2010 11:39 am

חידה: פארוואסט קאסט א ציצית פערציג דאלער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחותן »

דער ציצית קניפער באקימט 3 - 4 דאלער א שטיקעל,
די שטיקל וואל קאסט בערך צווישן א דאלער און דריי דאלער,
די ציצית קאסט נאך דריי דאלער..

רבש״ע, וואס ליגט אינעם טלית קטן אז א סייז 24 קאסט קנאפע 40 דאלער??

אז די סוט סוחרים האבן זיך ארום געריסען האט יעדער פארדינט, זיי מאכען צוויי מאל א יאר א סעיל אז מען זאל קענענן קויפן א סוט עטוואס ביליגער,

די דשודעקיא סוחרים האבן זיך צושלאגען אבער זעט אויס אז זיי האבן יא עטוואס שכל און געמאכט א דיעל אז יעדער בלייבט טייער..

חידה: וואס ליגט אינעם וואלענעם טלית קטן צי בארעכטיגען די פרייז?
אוועטאר
מצב כללי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4759
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 18, 2013 7:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מצב כללי »

דער ציצית קניפער באקומט נישט מער פון א דאלער פער ציצית.
בוידעם
שר ששת אלפים
תגובות: 6639
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 6:15 pm
לאקאציע: אויבן אויפן בוידעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוידעם »

מחותן הגע בעצמך, א אינגערמאן מיט א וואלענע טלית קטן וואס האט געקאסט 40$ שטופט א באגאבא קערידש אין די ווערד פון 700 דאללער, היש לך מוקף במצוות יותר מזה, אשרי לו בעולם הזה וטוב לו לעולם הבא.
רצונינו לעשות רצוניך.
אוועטאר
זאלץוואסער
שר האלף
תגובות: 1866
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 20, 2012 6:41 pm
לאקאציע: אין א זאלץ וואסער מעסטל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאלץוואסער »

די חידה איז טאקע גאר א שווערע.

אבער אין די אנדערע זייט קען מען פרעגן די קשי' ליידער אויף גאר אסאך חפצים און תשמישי קדושה, און סשטעלט זיך ארויס אז אין יעדע אינדוסטריע וואו מ'קען נאר פארקויפן פאר א מיעוט שבמיעוט (בפרט ווען מ'רעדט נאר פון ממש א מיעוט וואס גייען מיט וואלענע ט"ק) איז דא א גאר גרויסער מארק אפ. צו ס'איז בארעכטיגט צו נישט? איך האלט אז נישט. אבער ס'דא וואס דן צו זיין אין אזוינע ענינים.

לאמיך נאר אין איין ווארט מסביר זיין דעם צד הזכות. יעדע חפץ וואס ווערט פארקויפט אויף די וועלט דארף מאכן געלט אדער דורך קוואנטעטי אדער קוואליטי (איך מיין נישט קוואליטי פונעם חפץ נאר אינעם קוואליטי פונעם פרייז) דהיינו:

אויב קען איך פארקויפן א מיליאן שטיקלעך קען איך טשארדזשן ווייניגער ווי אויב איך קען נאר פארקויפן 10 טויזנט שטיק.

פארוואס?

ווייל אויב וועל איך אריינרעכענען אלע עקספענסעס פון אויפהאלטן א ביזנעס, און צוטיילן פער חפץ קומט אויס פיל טייערער דער חפץ אליינס. דאס מיינט אז. אמת דער ציצית אליינס וואלט קיין סאך נישט געדארפט קאסטן. און אויך אמת אז אויב וואלט עס געמאכט געווארן אין א ביזנעס וואס פראדוצירט (און פארקויפט) צענדליגער טויזנטער שטיק, וואלט מען מער און מער זיך געקענט רעכענען מיטן קאסט פער אייטעם דערפון. אבער וויבאלד די ביזנעס דארף לויפן, און ס'קאסט א וועלט מיט געלט, און ס'נישט א זאך וואס ווערט פארקויפט אזוי פיל דערפון, איז דער חשבון גאר אנדערש ביים מאכן די פרייזן.

מ'קען מער מרחיב זיין אין די נושא, אבער אלס א פתח צום פארשטיין דעם צד אויך האב איך אריינגעווארפן די פאר שורות.
אוועטאר
מילכיגער
שר האלפיים
תגובות: 2652
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 20, 2011 4:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מילכיגער »

בוידעם האט געשריבן:מחותן הגע בעצמך, א אינגערמאן מיט א וואלענע טלית קטן וואס האט געקאסט 40$ שטופט א באגאבא קערידש אין די ווערד פון 700 דאללער, היש לך מוקף במצוות יותר מזה, אשרי לו בעולם הזה וטוב לו לעולם הבא.

;l;p- ;l;p-
Dear Milkman: From now on please leave two pints every other day and one pint on the days in between, except Wednesdays and Saturdays when I don't want any milk.
אוועטאר
והנה און נון
שר האלף
תגובות: 1142
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 24, 2012 3:02 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והנה און נון »

מן הסתם וואוינט איר אין מאנדראוי. ווייל אין ברוקלין איז עס נישט פערציג דאלער.
אוועטאר
גבריאל
שר האלף
תגובות: 1351
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 07, 2011 1:46 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גבריאל »

זאלץוואסער האט געשריבן:די חידה איז טאקע גאר א שווערע.

אבער אין די אנדערע זייט קען מען פרעגן די קשי' ליידער אויף גאר אסאך חפצים און תשמישי קדושה, און סשטעלט זיך ארויס אז אין יעדע אינדוסטריע וואו מ'קען נאר פארקויפן פאר א מיעוט שבמיעוט (בפרט ווען מ'רעדט נאר פון ממש א מיעוט וואס גייען מיט וואלענע ט"ק) איז דא א גאר גרויסער מארק אפ. צו ס'איז בארעכטיגט צו נישט? איך האלט אז נישט. אבער ס'דא וואס דן צו זיין אין אזוינע ענינים.

לאמיך נאר אין איין ווארט מסביר זיין דעם צד הזכות. יעדע חפץ וואס ווערט פארקויפט אויף די וועלט דארף מאכן געלט אדער דורך קוואנטעטי אדער קוואליטי (איך מיין נישט קוואליטי פונעם חפץ נאר אינעם קוואליטי פונעם פרייז) דהיינו:

אויב קען איך פארקויפן א מיליאן שטיקלעך קען איך טשארדזשן ווייניגער ווי אויב איך קען נאר פארקויפן 10 טויזנט שטיק.

פארוואס?

ווייל אויב וועל איך אריינרעכענען אלע עקספענסעס פון אויפהאלטן א ביזנעס, און צוטיילן פער חפץ קומט אויס פיל טייערער דער חפץ אליינס. דאס מיינט אז. אמת דער ציצית אליינס וואלט קיין סאך נישט געדארפט קאסטן. און אויך אמת אז אויב וואלט עס געמאכט געווארן אין א ביזנעס וואס פראדוצירט (און פארקויפט) צענדליגער טויזנטער שטיק, וואלט מען מער און מער זיך געקענט רעכענען מיטן קאסט פער אייטעם דערפון. אבער וויבאלד די ביזנעס דארף לויפן, און ס'קאסט א וועלט מיט געלט, און ס'נישט א זאך וואס ווערט פארקויפט אזוי פיל דערפון, איז דער חשבון גאר אנדערש ביים מאכן די פרייזן.

מ'קען מער מרחיב זיין אין די נושא, אבער אלס א פתח צום פארשטיין דעם צד אויך האב איך אריינגעווארפן די פאר שורות.

דאס איז אלץ ווען די מארקעט באשטייט פון איין פראדוקט, ווי למשל א סופר איז עפי"ר תפילין מזוזות פאר איין מאל, אבער די ציצית מארקעט איז א ריזיגע מארקעט, עס האט קאטענע וואס גייט פאר אלע קינדער און ערוואקסענע, וואלענע, טלתים גדולים, און מען קויפט פאר יעדע יו"ט נייע
אוועטאר
מחותן
שר עשרת אלפים
תגובות: 10102
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 09, 2010 11:39 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחותן »

והנה און נון האט געשריבן:מן הסתם וואוינט איר אין מאנדראוי. ווייל אין ברוקלין איז עס נישט פערציג דאלער.


עס קאסט אין ברוקלין צווישן 34- 37
אוועטאר
זאלץוואסער
שר האלף
תגובות: 1866
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 20, 2012 6:41 pm
לאקאציע: אין א זאלץ וואסער מעסטל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאלץוואסער »

איך זאג נישט אז ס'איז נישט דא מקום פאר א הנחה.

אבער מ'מוז ארייננעמען אלעס אין באטראכט. און דאס איז שוין א שטיקל ארבייט.

1. וויפיל פאלט אוועק?
2. וויפיל גיבט מען פאר ביליג פאר כולל און ישיבה לייט וכו'?
3. וויפיל קאסט אויפצוהאלטן א פאבריק?
בקיצור ס'נישט אזוי ווי מ'קויפט א געוואנט וואס פארקויפט זיך פאר די מאסן, און אין צוגאב איז עס נאך א זאך וואס דארף א הכשר, און ס'דארף ספעציפישע ארבייטער וואס מ'קען נישט נעמען פאר ביליג אלעמאל ווי למשל די חלקים וואס דארף ווערן געטון דורך א איד, אדער האנט ארבייט וכו'. איך בין נישט אין די ביזנעס, אבער ס'איז יש דברים ביוד
אוועטאר
שמאטע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3485
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 26, 2009 3:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמאטע »

ס'איז א גאווערמענט סטראטעגיע וויאזוי צי מאכן מענטשען אפפאלן וואג. (בערך אזויווי אבאמא קעיר וואס וועט מאכן מענטשען קראנק ווערען כדי מ'זאל האבן ניצן פון די עפארדעבל חתונ... כ'מיין, עפארדעבל קעיר עקט...).

מ'שרויפט ארויף די פרייז כדי דער 'גרויסער' יוד זאל ברויכען ארבייטען אויף 'הסתפקות במיעוט".

#המעוררים
עדיטערס נאוט: שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.
אוועטאר
גבריאל
שר האלף
תגובות: 1351
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 07, 2011 1:46 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גבריאל »

אין די היינטיגע עפאכע וואס קיינער טוט נישט קיין סערוויס אדער ארבעט אונטער א מאה... איז עס בכלל נישט קיין קשיא דאס שטימט מיט די היינטיגע פרייזן.

אחוץ גראסערי אדער עלעקטראניקס וואס האט א מארקעט פרייז צאלט מען היינט געשאסענע פרייזען ווייל קיינער וויל נישט ארבעטן אומזינסט.. גיי אריין צו עני סערוויס סטאר וועסטו זעהן..
גיי שוין גיי
שר האלף
תגובות: 1041
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 13, 2014 8:49 am
לאקאציע: אינעם עולם התהו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גיי שוין גיי »

בוידעם האט געשריבן:מחותן הגע בעצמך, א אינגערמאן מיט א וואלענע טלית קטן וואס האט געקאסט 40$ שטופט א באגאבא קערידש אין די ווערד פון 700 דאללער, היש לך מוקף במצוות יותר מזה, אשרי לו בעולם הזה וטוב לו לעולם הבא.


באגאבא קויפט מען נאר איין מאל און לעבן . בחינת פון ימחה שמי להרבות שלום בין איש ואשתו, משע״כ ציצות קויפט מען דריי פיר שטיק פאר יעדן יו״ט ,
(ליידער כהיום טראכט איך שוין צוויי מאל פאר איך קויף א ציצות , א זאך וואס איך פלעג נישט טון ביז לעצטענס)


זאלץוואסער האט געשריבן:די חידה איז טאקע גאר א שווערע.

אבער אין די אנדערע זייט קען מען פרעגן די קשי' ליידער אויף גאר אסאך חפצים און תשמישי קדושה, און סשטעלט זיך ארויס אז אין יעדע אינדוסטריע וואו מ'קען נאר פארקויפן פאר א מיעוט שבמיעוט (בפרט ווען מ'רעדט נאר פון ממש א מיעוט וואס גייען מיט וואלענע ט"ק) איז דא א גאר גרויסער מארק אפ. צו ס'איז בארעכטיגט צו נישט? איך האלט אז נישט. אבער ס'דא וואס דן צו זיין אין אזוינע ענינים.

לאמיך נאר אין איין ווארט מסביר זיין דעם צד הזכות. יעדע חפץ וואס ווערט פארקויפט אויף די וועלט דארף מאכן געלט אדער דורך קוואנטעטי אדער קוואליטי (איך מיין נישט קוואליטי פונעם חפץ נאר אינעם קוואליטי פונעם פרייז) דהיינו:

אויב קען איך פארקויפן א מיליאן שטיקלעך קען איך טשארדזשן ווייניגער ווי אויב איך קען נאר פארקויפן 10 טויזנט שטיק.

פארוואס?

ווייל אויב וועל איך אריינרעכענען אלע עקספענסעס פון אויפהאלטן א ביזנעס, און צוטיילן פער חפץ קומט אויס פיל טייערער דער חפץ אליינס. דאס מיינט אז. אמת דער ציצית אליינס וואלט קיין סאך נישט געדארפט קאסטן. און אויך אמת אז אויב וואלט עס געמאכט געווארן אין א ביזנעס וואס פראדוצירט (און פארקויפט) צענדליגער טויזנטער שטיק, וואלט מען מער און מער זיך געקענט רעכענען מיטן קאסט פער אייטעם דערפון. אבער וויבאלד די ביזנעס דארף לויפן, און ס'קאסט א וועלט מיט געלט, און ס'נישט א זאך וואס ווערט פארקויפט אזוי פיל דערפון, איז דער חשבון גאר אנדערש ביים מאכן די פרייזן.

מ'קען מער מרחיב זיין אין די נושא, אבער אלס א פתח צום פארשטיין דעם צד אויך האב איך אריינגעווארפן די פאר שורות.


א] און די ליטווישע וועלט איז מען שטארק מקפיד אויף וואל (טאקע אונטערן העמד, אבער דייקא וואל ) זיי האלטן אפי׳ אז מיט קאטען איז מען נישט יוצא , סאוי די מארקעט איז נישט אזוי קליין אז פרייזן דארף זיין אזא הויכע קוואליטעט וואו די רופסט עס ,
ושנית, אויב עפעס קומט דאך יעדעס יאר צו פרישע קונים, מאך א חשבון יעדער אלטער איד וואס גייט ל״ע אוועק לאזט איבער צענדליגע אויב נישט הונדערטער אייניקלעך וואס פאנגען אן צו טראגן ציצות יאר איין יאר אויס , נא לויט דיין הסבר וואלט עס געדארפט ווערן וואס א יאר ביליגער, נו וואס איז דאס אז די פרייזן האט זיך ממש געדאפעלט די לעצטע פאר יאר ? (דרך אגב ווער ברויך די שיינע באקס וואס קוקט אויס וואו א ציצות , וואס ביים מה נשתנה פרעגן איז עס שוין לאנג און סינערעטער),
ועוד, מוחתן האט דאך אנגעהויבן מיטן עס צושטעלען צו אונזער חסידישע רעקלעך וואס לענ״ד איז דא סך א קלענערע מארקעט וואו וואלענע ציצות און עכ״ז זענען די פרייזן היינט היביש ביליגער וואו אמאל (פאר דרייסיג יאר צוריק האט שוין א פראנקפאטער רעקעל געקאסט דריי מאות),
סה״כ און מיינע אויגן איז דאס סתם א רויבעריי, חוץ אויב סאיז דא עפעס וואס מיר פארשטייען נישט ,
והנה און נון האט געשריבן:מן הסתם וואוינט איר אין מאנדראוי. ווייל אין ברוקלין איז עס נישט פערציג דאלער.


און ווילי קאסט עס אויכט קרוב צו ארבעים ,
יצחק דע באנקיר
שר חמש מאות
תגובות: 854
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 22, 2014 4:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק דע באנקיר »

וואס ליגט אין א אתרוג?
נאכן צוטיילען די פאר פרוטות פאר די איטאליענע משרתים, ווי אהין גייען די הינדערטע דאלארען פון יעדן אתרוג

פאר.א.מצוה.לאזט.מען.זיך.קאסטן
אוועטאר
מיסטעריעז
שר שמונת אלפים
תגובות: 8573
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיסטעריעז »

ער זאגט נישט אז ער איז נישט גרייט זיך צו לאזן קאסטן פאר די מצוה, ער וויל נאר וויסן צו די געלט גייט טאקע דארט ווי די געלט פאר דער אתרוג גייט
בטבע ישראל ותורה להיות שלום ואהבה ואחוה וריעות, אך הדיעות הנפסדות של טומאת ארץ העמים מפריד בין הדבקים.
(מרן החת"ס, שבה"ג תקפ"ח)
אוועטאר
גבריאל
שר האלף
תגובות: 1351
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 07, 2011 1:46 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גבריאל »

יצחק דע באנקיר האט געשריבן:וואס ליגט אין א אתרוג?
נאכן צוטיילען די פאר פרוטות פאר די איטאליענע משרתים, ווי אהין גייען די הינדערטע דאלארען פון יעדן אתרוג

א כשרע אתרוג קען מען האבן פאר $50 אהה איר ווילט א שיינע א הדר דאמאלטס באצאלט, א ציצית איז נאר דא די פרייז.

די סוחרים באצאלן פאר אלע אתרוגים אפי' פאר די אומריינע אדער פסולע, רוב אתרוגים קומען דורך די עיר שיפינג וואס קען קאסטן יעדע איינע $5 שיפינג אליין, בסך הכל קאסט זיי יעדע אתרוג נאך די עקספענסעס צווישען 20-30 דאלער "מינימום" און זיי פארקויפן נישט אלעס - די אתרוג בא א צוויי הונדערט דאלער סעט קאסט $100 די לולב נאך $75 און די איבעריגע די הדסים וכו' - רעכן די געלט אינוועסטמענט פלאס די ארבעט פון קלויבן און רייניגען ועוד ער מאכט נישט עפעס אסאך אויף געווענליכע מארקעט אתרוגים
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9184
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

מחותן, איך וויל דיר אביסעל גרינגער מאכען דיין שאלה. אנשטאט צו פרעגן אויף יעדע ארטיקעל וואס איז א דירעקט סעיל צו די אידישע מארקעט פרעג דיין שאלה אין מער א זשענערעל וועג.

די יסוד איז אזוי, אין יעדע נארמאלע קאמפעני וואס פארקויפט צו גויים איז נישט דא קיין שאלה אז ער קען נאר זיין אין ביזנעס אויב די מארקעט עגריד צו זיינע פרייזען.
אבער ביי אונז איז דא עפעס א געפיהל אז אזוי ווי ער שטעלט דאך צו פראדוקטען פאר היימישע אידען טאר ער נישט בעטן די טאפ פרייז עוועילעבל אין די מארקעט.
איך ווייס נישט צו דאס קימט פון אומפארגינערישקייט אדער איז טאקע דא דערין עפעס אן ענין נישט צו צו לאזען מייקרי השער איבערנעמען דאס רעדל..
נאכדעם איז דא די הלכהדיגע חלק פון השגת גבול וואס מען מעג און וואס מען טאר ...
האב שכל און גיב א שמייכעל!
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

מחותן,
איך בין אלץ נתחנך געווארן אז א "איד האט א מער טייערע לעבן פון א גוי" למשל א איד דארף קויפן קאפל, ציצית, הוט, שטריימל, כשר'ע עסן, שכר לימוד וכו'. אבער א גוי וואס דארף ער דען שוין? א טי-שירט מיט זשינס ביי 99 סענט סטאר און ער איז גוד טו גאו...

סא דו ווילסט מיר יעצט ביליג מאכן דעם ציצית, נעקסט דעם קאפל און סיז שוין באלד ביליגער א איד ווי א גוי.
#הער אויף!!
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
fiena nieas
שר חמשת אלפים
תגובות: 5498
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2011 8:56 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך fiena nieas »

מחותן, אז א רעקל קאסט 250$ פארשטייסטו יא? אלע יודישקייט זאכן איז ביטער טייער על לא דבר
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

וויפיל קאסט א רעקל/סוט ביי ברוקס ברודערס?
גיי טשעק פרייזן אין גוישע געשעפטן און נאכדעם זאג צי אידישע זענען טייער.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
וואדקע
שר האלף
תגובות: 1039
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 18, 2007 11:47 pm
לאקאציע: זיי נישט אזא נאזיבאדי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואדקע »

דארף נישט גיין ביז ברוקס בראדעאס. קוק דו פרייזען אין די דעפארטמענט סטארס ווי מעסיס אדער סענטערי21

די זעלבע איז מיט העמעדער וואס קאסט ביים גוי מער ווי ביים יוד (דרעס שערטס)
וואדקע דארף נישט קיין הכשר
אוועטאר
יאפין
שר האלף
תגובות: 1546
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 24, 2009 8:12 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאפין »

ביים גוי ניצט מען נישט העמדער אזוי וואו ביים איד, דער גוי דארף האבען דעם העמד ווען ער האט אן אפיציעלע מיטונג מילא איז עס א בעסערע מלבוש, משא"כ דער איד ניצט דעם העמד אלס זיין בעיסיק מלבוש, זיין ארבעט, ביהמ"ד מיטינגס און ביזנעס וכו', יעדער בר מצוה בחור'ל ביזן אלטע זיידע ניצט דעם זעלבען ווייסע העמד, מילא דארף עס נישט קאסטען אסאך טייערער וואו די פשוט'ער דזשאמפער פונעם גוי.
ת׳הא ש׳נת פ׳רנסה ג׳דולה
גיי שוין גיי
שר האלף
תגובות: 1041
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 13, 2014 8:49 am
לאקאציע: אינעם עולם התהו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גיי שוין גיי »

אן ארץ ישראל׳דיגער איד איז אמאל געקומען צו מיר נאך געלט ביים דאווענען , געב איך אים א שאקעל מיטן פינגער ווי איינער זאגט ״איך האב אייך פריער געגעבן״ זאגט ער מיר. נו סשטייט דאך ״נתון תתן אפילו מאה פעמים״,
זאג איך אים גערעכט נאט אייך נאך א טאלער, איר דארפט אבער וויסן אז עס שטייט נישט ״הלוך ילך״ , איר דארפט וויסן צו גיין נאר איין מאל אז איר האט געמאכט א טעות און געקומען נאכאמאל נו שוין וועל מיר מקיים זיין דעם נתון תתן ,
דאס זעלביגע איז שייך דא , ווייל א מצווה דארף קאסטן געלט מיינט נאך נישט אז די סוחרים דארפן רייטען אויפן ציבור,
אויב איך געדענק גוט איז די ציציות איז אויף איינמאל ארויף מיט קנאפע 10$ א שטיק. דאס איז כמעט 30% Increase ,
והיינו טעמא דציצות היינו טעמא ד׳שטריימאל, קען מיר איינער מסבר זיין וויאזוי א שטריימאל קען קאסט $4,500 ? , די תריץ איז פושט , די ברויכסט דאך עס ממילא האבן לאמיר שוין שניידן שטיקער פון דיר , (ב״ה און דעם איז דא א פארבעסערונג אבער נאך אלץ דא א לאנגער וועג צו גיין ) ,
לעצט פארראכטן דורך גיי שוין גיי אום זונטאג פעברואר 08, 2015 2:51 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
צווייפעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3898
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 16, 2012 12:15 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צווייפעל »

מחותן, ווי אלעמאל, גרינע מענטשן, מיט גראבע פינגערס.

איצט לענין; אויב וואלטן די ציצית סוחרים פאר 200 יאר צוריק אויך געבעטן אזעלעכע פרייזן, קאן זיין אז זיי וואלטן פארשפארט טרערן פארן הייליגן ווילנער גאון....

מסופר על הגאון מוילנא , שבכה לפני מותו, שאלו תלמידיו: רבנו, אתה שעמלת בתורה, שניצלת את הזמן , עמוד התורה והיראה  - על מה אתה בוכה? נטל הגר"א ציצית ואמר: כמה קשה  להיפרד מעולם המעשה! בשביל "פרוטות בודדות" אפשר לקנות ציצית מהודרת ולקיים מצוות עשה, בזכות מצוות ציצית זוכים לקבל פני שכינה , בעולם הבא אין אפשרויות כאלו.

נאך א אינטערסאנטע פוינט.

פאר 200 יאר צוריק האט א ציצית געקאסט געציילטע פרוטות, לאמיר זאגן 5 פרוטות, אין היינטיגע געלט איז עס בערך איין דאלער, (א פרוטה איז היינט מיינעך 20 צענט).

דאס הייסט אז אין 200 יאר, איז די פרייז ארויף פערציג מאל, דאס הייסט אז אונזערע אייניקלעך, אין 200 יאר ארום, אויב ח"ו משיח וועט נאך נישט זיין דא, און די ציצית סוחרים וועלן ווייטער ארויף רוקן די פרייזן 40 מאל, וועלן זיי צאלן פאר א ציצית 1600$ היינטיגע געלט, און מיט די אינפלאציע, לויט די דעמאלטדיגע געלט, וועט עס אויסקומען קרוב צו א מיליאן דאללער...
Greeneryid
שר חמישים ומאתים
תגובות: 268
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 09, 2014 6:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Greeneryid »

ווייל דו באצאלסט.
אוועטאר
מילכיגער
שר האלפיים
תגובות: 2652
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 20, 2011 4:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מילכיגער »

צווייפל. א גרינע פאר דיר מיט די אגודל אויפן רעכטן זייט פון דעם שטערן...
Dear Milkman: From now on please leave two pints every other day and one pint on the days in between, except Wednesdays and Saturdays when I don't want any milk.
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”