קורות ימי חיה של מרת גאלדא לאקס אשת ר' בערל.

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
שמאטע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3485
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 26, 2009 3:40 pm

קורות ימי חיה של מרת גאלדא לאקס אשת ר' בערל.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמאטע »


‏איבערגעלאזט א הערליכע שלשלת, מיט מעשיות אן א שיעור! 

בלויז פון אירע אייגענע פולע לייסטונגען קען מען רעדן און פארציילען וואכען און חדשים!!!

מ'קען רעדן און פארציילען פון אירע פולע לייסטונגען לטובת הכלל און ווי אויך אירע לייסטונגען לטובת והפרט.

איר אופן וואס זי האט זיך אלס געפירט בהצנע לכת. אלעס געטוען ווייט אוועק פון מעטשענס אויגען! קיינמאל נישט געזוכט קיין פירסום!

צו סאך גוטע טעג האט זי ליידער נישט זוכה געווען צו זעהן. איר אפגעמיטשעט גוף האט ליידער געברויכט זיך פינאנדערשיידען פרי פון אונז... אבער אירע גוטע טהאט'ן זענען מיט אונז פארבליבען. און מיר לערנען דאס אויס פאר אונזערע קינדער און אייניקלעך... זאלן זיי וויסען וואס מיר האבן אמאל פארמאגט! 

דאס רוב פון איר לעבענס געשיכטע פלעגט זי זיך פיל מאל דערווייטערען פון שטאט אויף לענגערע צייטען וואו זי פלעגט מזכה זיין צובראכענע משפחות מיט איר ליבלעכקייט און אהבת חינם. ווי זי פלעגט דערווארעמען די צובראכענע נפשות מיט נארהאפטיגע ווארעמע ‏מיטאגס און נאכטמאל'ס.

ווי אויך פלעגט זי צושטעלען בעט'ן פאר די אלע גייסטיש צובראכענע נפשות. זי פלעגט ממש זיין זייער טרייסט! זיי האבן געוויסט אז ווען זיי דארפ'ן א אפען הויז איז מרת לאקס די ריכטיגע אדרעס!

און אזוי קען מען פארציילען און פארציילען!
זי האט ליידער איבערגעלאזט א קליינע יתומ'ל וואס טראגט די זעלבע נאמען ווי זיין פאטער (בערל)! 

זאל זי זיין א גוטע "בעטער" פאר אלע אירע דורות. קינדער און אייניקלעך.

אוי... ‏ווי נעמט מען די כוחות און די טינט צו אנהייבען פארציילען אפס קצהו פון איר גדלות, און אירע מדריגות נפלאות? 

איה הסופר? (וואו איז דער שרייבער?)‏

- -
ביי איר לוי'ה האט דער קליינער בערעלע געוויינט און געיאמערט "העעעעלפטט!!!! העלללללפפטטט!!!!"

מיט ווייטאג האבן די משפחה מיטגלידער צוגעקוקט ווי דער קליינער נעבעכדיגער אומשולדיגע בער'עלע ברויך זיך זעצען אויפ'ן קליינעם בענקעל... אוי... 
ווער קען דען קוקען "על שבר בת עמי"....‏

- - - - -
זאלן קומען די ידענים בתוככי עולמינו און מוסף נופח זיין פון זייער רייכע פענעס... 

יקוצי ויRUNנו שוכני עפר!
ובילע המרת לנצח.‏
עדיטערס נאוט: שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.
מי חכם
שר ששת אלפים
תגובות: 6329
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי חכם »

הא הא.

א דאנק דיין ארטיקל האב איך נאכגעקוקט וואס איז טאקע די פשט אז די העלדין האט באקומען אזא עכט היימישע נאמען, (די מעשה'לע איז פאפולער איבער גאנץ אמעריקע און אייראפע). האב איך געזען דער אריגינעלע ר נאמען איז געווען סילווער העיר. (בשנת 1853. די בילד אויף וויקיפידיע איז פון דעמאלס מיין איך. אגב ווער עס קען זאל עס אהער ברענגען עס שיינט צו זיין אויטענטיש...). מיט די צייט האט זיך די נאמען געטוישט צו סילווער לאקס (מיינט אויך האר) און / אדער גאלדען העיר. ענדליך אין יאר תרס"ד האבן זיך די דעות פאראייניגט אויפן נאמען גאלדילאקס. (עס איזאיין ווארט נישט 2).
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃
אוועטאר
הלשון
שר שלשת אלפים
תגובות: 3620
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 27, 2011 5:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלשון »

אזא באלערנדע קאפיטל היסטאריע באלאנגט אין זכור ימות עולם. מנהלים ביטע אריבערפירן

דבר בעתו צו עוסק זיין היי יאר אין שמאטעס ארטיקלען: מקץ שבע שנים תעשה שמטה. וזה דבר השמטע שמוט כל מעשה ידו
הלשון הוא קולמוס הלב, והניגון הוא קולמוס הנפש (בעל התניא מליאדי)
אוועטאר
בנימין הלוי
שר האלף
תגובות: 1620
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 24, 2014 5:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בנימין הלוי »

דער ארטיקל איז די וואך געווען געדריקט אינעם 'אידישן פאוסט' ככתבו וכלשונו פון אונזער מספר

ל. צ. שרייבט אז דער ערציילונג איז אפגעשריבן געווארן דורך איינעם וואס רופט זיך הרב שמעתא אויף אידיש וועלט

ס'דרייען זיך ארום שפעקולאציעס אז שמעטאו איז גאר ל.צ. אליין
* "סמארטפאן איז נישט קיין נעוויירע אבער וואס סמארטפאן קען צוברענגען קענען גרויסע עבירות נישט ברענגען" (סמארטפאן זה לא עבירה, אך מה שהעבירה הכי חמורה לא מצליחה לעשות לאדם, הסמארטפאן עושה)
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

מה זה אידישע פויסט? זכר ליד חזקה?
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28114
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

איך בין מוחה! עס איז בכלל נישט באשטעטיגט געווארן אז זי איז געווען אשת ר' בערל, עס זענען טאקע געווען קלא דלא פסיק'ס, אבער די בית דין איז דעמאלט געזעצן שבעה נקיים און מברר געווען איש מפי איש מפי חרש שוטה וקטן אז לא דובים ולא יער (פאן אינטענדעד), אלזא איז דאס בלויז א הוצאת שם רע אויף א נפש נקייה, און איך גלייב אז איר לויטערע נפש - וואס איז זיכער אויסגעאיידלט געווארן פאר שרעק זייענדיג אינעם בערן הויז - וועט דאס נישט פארשווייגן.

שמאטע, חזור בך!
אוועטאר
שמאטע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3485
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 26, 2009 3:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמאטע »

לכאורה האט געשריבן:איך בין מוחה! עס איז בכלל נישט באשטעטיגט געווארן אז זי איז געווען אשת ר' בערל, עס זענען טאקע געווען קלא דלא פסיק'ס, אבער די בית דין איז דעמאלט געזעצן שבעה נקיים און מברר געווען איש מפי איש מפי חרש שוטה וקטן אז לא דובים ולא יער (פאן אינטענדעד), אלזא איז דאס בלויז א הוצאת שם רע אויף א נפש נקייה, און איך גלייב אז איר לויטערע נפש - וואס איז זיכער אויסגעאיידלט געווארן פאר שרעק זייענדיג אינעם בערן הויז - וועט דאס נישט פארשווייגן.

שמאטע, חזור בך!

כבוד הרב שליט"א.
איך וועל נישט יעצט אריינגיין אינעם דין ודברים בנוגע די מעשיות/פאנטאזיעס (יש כמה וכמה נסחאות בזה).

כ'וועל מיך נאר ערלויבען צו בעטען אזוי פיל אז כאטש זאלט איר נישט אנדרייען א קאשע אין די אשכול! ווייל ‏זייט וויסען אז די משפחה פארמאגט אין זייער באזיץ שטארקע ראיות אז "לה היה ולא נברא"! יענע פרשה בנוסף צי די פלעק וואס מען האט אויף איר דאן אנגעקלעבט איז קיינמאל געווען‏. און ס'איז נישט מער ווי א שטיק זיוף! ואכמ"ל. ודי.
עדיטערס נאוט: שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

טיפיקעל אייוועלט. מ'ברענגט א זיסע מעשה און תיקף יאוועט זיך א מחאה

כ'דארף א קאווע עיסעפ
אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10560
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאנ-יימער »

במחילת כבודך הרב שמאטע מישסטו אויס מעשיות, לא היה ולא נברא איז געווען געווען אין א צווייטע תקופה, שוין אסאך פריער פון אונזער נפטרת, ממילא ווייס איך נישט וואספארא ראיות דו ווילסט ברענגן פון לא היה ולא נברא
נעקסטיים מאך אביסל בעסערע ריסוירטש אויף די סדר הדורות פאר דו שיסט פאקטן.
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?
קרעטשמער
Site Admin
תגובות: 447
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעטשמער »


טייערע חברים.
ביטע זייט אויפמערקזאם און איינגעהאלטן. הגם ס'איז שטארק מעגליך אז איר זיינט פון די שטארקע פארעהרער פון די פאמילע. אבער ביטע האט איינזעהעניש אז ס'איז דא אזאנע וואס זענען אנגעווייטאגט אויף די משפחה און פראבירט נישט אנדרייען אז מען זאל ברויכען מעקען און/אדער גענצליך פארשפארען די אשכול.‏

די מנהלים האבן - ליידער - גענוג ארבייט אזוי אויך. ביטע זיך האלטן צי די תקנות.

בתקוה להבנה, קרעטשמער.
אוועטאר
שמאטע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3485
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 26, 2009 3:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמאטע »

ברוח נמוכה, וקומה זקופה, ברגל ימין ויד שמאל. בעט איך מחילה פון די אלע ניקים וואס צוליב מיינע ווילדע תגובות האט מען ליידער געמוזט אוועקפירען צוויי בלעטער אריין אינעם שמות באקס דקהילתינו, און פרי עמלם איז געגאנגען לריק (פערי).

(נ.ב. הגם איך האלט נאכאלס אז מיינע תגובות זענען געווען אין פלאץ, אבער איי געס אז דא איז שטארק אנגענומען די כלל פון "כל מה שאומר לך בעל הבית עשה", און איך האב דעריבער נישט קיין פאראיבעל אויף די געטרייע מנהלים.)
עדיטערס נאוט: שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.
אוועטאר
אויסערן מיניסטער
שר האלף
תגובות: 1219
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 03, 2014 9:19 pm
לאקאציע: מיר האבן רעזיגנירט אונטער ביידן!...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסערן מיניסטער »

יימר מען דארף עפעס ערנסט טון צו דעם שמאטע, דער דערלערנט זיך נישט, דער מישט שוין ווייטער אין גרויסן, דו האלטסט אז עפעס ערנסטער גייט פאר מיט אים אדער סאיז בלויז די פארשיכור'טקייט פון בעפאר פורים?

יצט שמאטע, א ווארט צו דיר, די לעצטע פאר טעג האסטו זיך זייער צעווילדעוועט, און דיינע תגובות זענען זייער פערזענליך, איך מיין איר זאלט גיין טרונקען א קאפי צוזאמען מיט געלעגער און זיך בארואיגן אביסל ווייל אויב נישט וועט מען דארפן נעמען עקשן עסעיפ!!! היט דיך דיינע ביינדעלעך!!

"ראה איז-א-טיכל"!!!!
די ווינדער פון די נאטור מה רבו מעשיך ה'
אוועטאר
מילכיגער
שר האלפיים
תגובות: 2652
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 20, 2011 4:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מילכיגער »

ווואאאאאאף...

אזא אשכול איז נישט דא געווען זייט די [נמחק- פערזענליכע וואטעווערס נישט ערלויבט!] אשכול בענין משפחת **** ואכמ"ל
Dear Milkman: From now on please leave two pints every other day and one pint on the days in between, except Wednesdays and Saturdays when I don't want any milk.
אוועטאר
פאלעצע
שר מאה
תגובות: 169
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 13, 2014 4:23 pm
לאקאציע: פארנט פונעם עיר קאנדישאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאלעצע »

:lol: :lol: :lol: "ראה איז-א-טיכל"!!!![/quote] ;l;p-
אוועטאר
מיסטעריעז
שר שמונת אלפים
תגובות: 8569
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיסטעריעז »

כמיסטעריעז ועוד לאויסערן

גיי כאפ א טרינק, אבער לאו מטעמי', איך וואלט געראטן אביסל עמממ... אסאך יוראפעיאישע שנאפס אין פלעיס אוו קאפי (יא, קענסט מיטנעמען יוראפ מיט שנאפס'ן אויך).

איך קען קוים ווארטן.... געלעגער + שמאטע + יוראפ + שנאפס אנגעטרינקען... ווער איז אין?

אוטש, איך בין פארפארן פונעם אשכול.

ביי אונז אין די משפחה איז דא בירושה דור אחר דור די מעשה מיט אויטענטישע בילדער, איך זעה נישט אז ס'זאל זיין א מעגליכקייט עס צו פארלייקענען, במחילת כvoid הרבנים ז"ל..


יעצט נאכן שיקן הער איך אז אויף די היימישע זאלץ וואסער בלאג האט מען צום ערשטן מאל פארעפענטליכט א קליפ פון די מעשה.
די גאנצע חרדקישע אינטערוועלט איז יעצט ביזי חושף צו זיין ווער עס זענען די דריי בערעלעך - די טאטע בערעלע, די מאמע בערעלע וכו' בנוסח יואלי לעבאוויטש/ר' לייבל וויינשטאק
בטבע ישראל ותורה להיות שלום ואהבה ואחוה וריעות, אך הדיעות הנפסדות של טומאת ארץ העמים מפריד בין הדבקים.
(מרן החת"ס, שבה"ג תקפ"ח)
אוועטאר
לאדיךארויס
שר האלף
תגובות: 1379
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 04, 2011 4:09 pm
לאקאציע: נישט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאדיךארויס »

שמאטע, הער אויף צו אנדרייען דא.
איך ווייס פון גאר א קראנטע מקור אז די משפחה פון די פרוי איז געזעסן אויף די הויכע בענקלעך פון... (פארמעקט דורך די הנהלה - ביטע שרייבן איינגעהאלטן)
אוועטאר
שמאטע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3485
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 26, 2009 3:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמאטע »

לאדיךארויס האט געשריבן:שמאטע, הער אויף צו אנדרייען דא.
איך ווייס פון גאר א קראנטע מקור אז די משפחה פון די פרוי איז געזעסן אויף די הויכע בענקלעך פון די אדמיניסטראציע אין שטאט און געטוען כל מה שלבם חפץ!! געדריייט מיט די עסן קוואטאס! און חרוב געמאכט גאנצעטע שטובער בלי שום תשלום גמול!!
סאו גיי דריי א קאפ פאר א צווייטען אז בלא בלא בלא...

סתם געדרייט א קאפ! און אנגעשמירט א נאסען 'רויטען' ליילעך אויף א משפחה מיוחסת בינינו!

#שומר פיו ולשונו שומר מצרות נפשו!!
עדיטערס נאוט: שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.
כרם
שר האלף
תגובות: 1145
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2014 10:46 am
לאקאציע: ביים טאטען אין וויינגארטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כרם »

שמאטע, מיין באבע האט מיך דערציילט אז זי געדענקט איינמאל ווען מרת לאקס האט זיך געטראפן מיט מרת "טשאדעלע באדעלע"אפשר האסטו מער דיטעילס?
אוועטאר
סמארט גאי
שר האלפיים
תגובות: 2788
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:24 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סמארט גאי »

דער שמאטע איז דאך אזוי מין פאררוקט,

איך האלט אז ער איז באמת דזשאו ביידען און ער שרייבט דורך א דאלמעטשער,
והאדם לא נברא רק להתענג על ה'
אוועטאר
green
שר האלף
תגובות: 1554
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 22, 2013 12:49 pm
לאקאציע: בין השמים ובין הארץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך green »

כרם האט געשריבן:שמאטע, מיין באבע האט מיך דערציילט אז זי געדענקט איינמאל ווען מרת לאקס האט זיך געטראפן מיט מרת "טשאדעלע באדעלע"אפשר האסטו מער דיטעילס?


#עקסטערע אשכול אלערט
אוועטאר
שמאטע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3485
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 26, 2009 3:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמאטע »

כרם האט געשריבן:שמאטע, מיין באבע האט מיך דערציילט אז זי געדענקט איינמאל ווען מרת לאקס האט זיך געטראפן מיט מרת "טשאדעלע באדעלע"אפשר האסטו מער דיטעילס?

שלום @כרם.

כמדומה לי ש'טשאדעלע באדעלע' היתה ביתו של ר' הוידעל בוידעל שחי בשנת מוקף חומה של יהושע בין נון.

(קבלה הוא בידינו [וכן כתוב בפנקס הקהילה קהל 'רגל ישנים' בעיר 'אייזען-זאץ') שאף היא היתה עוסקת במילי דשמייע. ונהנין ממנה עצה ותושיה.)

וחבל אל דעבדין ולא משתגעין...
עדיטערס נאוט: שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.
קמח
שר חמישים ומאתים
תגובות: 468
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 12, 2011 12:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קמח »

שמאטע האט געשריבן:
לאדיךארויס האט געשריבן:איך ווייס פון גאר א קראנטע מקור אז די משפחה פון די פרוי איז געזעסן אויף די הויכע בענקלעך פון די אדמיניסטראציע אין שטאט און געטוען כל מה שלבם חפץ!! געדריייט מיט די עסן קוואטאס! און חרוב געמאכט גאנצעטע שטובער בלי שום תשלום גמול!!
סאו גיי דריי א קאפ פאר א צווייטען אז בלא בלא בלא...


מיין איך אז אויף די היסטארישע ווידיאו פון די כנסיה הגדולה זעהט מען רעבעצין לאקס אריבער גיין מיט דעם קליינעם בערעלע אין קערידזש
אוועטאר
יונהלע
שר חמש מאות
תגובות: 671
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 21, 2013 12:21 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יונהלע »

ברעיקינג!! יעצטט געהערט פון א נאנטע משפחה מיטגליד אז די רומער׳ס וואס דרייעט זיך ארום איז נישט אמת! ס׳איז שקר וכזב! די חשובע ״קליינע בערעלע״ האט גארנישט מיט די רעסטראנט אויף בעטפארד הייוועי... ביטע זיך האלטן די פעדער פאר מ׳לאזט ארויס א שם רע אויף א יוד!
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28114
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

עס פאסט אפשר נישט צו לאכן אין אזא בד"ה אשכול, אבער איך קען מיך נישט איינהאלטן...
אוועטאר
שמאטע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3485
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 26, 2009 3:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמאטע »

מצבה שטעלער האט געשריבן:מרת גאלדא לאקס. בעיר 'אייזען-זאץ' שבגלילות
אטעטשמענטס
Grave.jpeg
עדיטערס נאוט: שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”