וואקי טאקי'ס פאר קינדער

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

נא_שכל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7999
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

וואקי טאקי'ס פאר קינדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

"יוסל'ה וואס האסטו געבעטן פאר אפיקומן"? "וואקי טאקי'ס"!!

ווען אונז זעמיר געווען קינדער איז אפיקומן מיט וואקי טאקי'ס געגאנגען סינאנים, ס'געווען א דבר בעתו הארט פאר דער פרייליכער זומער סעזאן - פון שפילן אין פארק - האט זיך אנגעהויבן, אזוי האט מען געהאט די ריכטיגע געצייג פאר די פליס גנבים שפיל.
גלייך נאך יו"ט איז מען אריבער צו "מעכיל'ס טוי סטאר", זיך אריינגעשטיפט טיף ביז די קאונטער (כ'האב פארגעסן ס'נישט געווען...), און מ'האט איבערגעשריגן אלע פארזאמעלטע קונים, און ביז אפאר מינוט איז מען ארויס מיט א סעט געל און שווארצע וואקי טוקי'ס, אוי די שימחע איז געווען גאר גרויס. און ווער ס'האט געוואלט אביסל א שענערע סטאר אין געגענט איז אריין צום קאמפיטשאן "וויינבערגער'ס טוי סטאר" (היינט שלעזינגער'ס פרויען שיך). און ווער ס'האט געוואוינט דארט ווייט אראפ אין די אנדערע עק ווילאמסבורג למשל אויף רוטלידזש אדער אויף העיווערד איז נישט געקומען אזוי ווייט נאר איז געגאנגען ביז די ריזיגע "איצקאוויטש טויס סטאר" אויף לי צווישען היוז און פענן. דארט האט מען שוין געקענט אינאיינוועגס אריינכאפן א גיטע פען פאר שיין שרייבן...

מיט די וואקי טאקי'ס האט מען נאר געקענט רעדן איינער צום צווייטען, וזהו, נישט צו מערערע קינדער, ווי אויך די רעינדז"ש וואס ס'האט געכאפט איז געווען א קנאפע גאס אדער צוויי...

דאס איז נישט נאר געווען א וואקי טאקי, בשעת הדחק האט מען עס אויך גענוצט פאר א בלעיק דזשעיק - פליס שטעקען, היות ס'האט געהאט אזא לאנגע אנטענע.

אלענפאל'ס ס'געווען אין בית אשר אין שם וואקי טאקי, דאס איז געווען אמאל, הוי ס'בענקעט זיך.

ועל של עתה באתי, היינט האבן זיך זאכן געטוישט אזוי ווי די גאנצע וועלט רוקט זיך פאראויס מיט טעכנעלאגיע רוקן זיך די וואקי טאקי'ס אויך פאראויס, ס'שוין בכלל נישט די זעלבע ווי ווען אונז זעמיר געווען קינדער, ס'נאר דא אדער מיט 5 טשענעל'ס אדער מיט 10 20 30 וכו', און מקען רעדען צו צענדליגער מענטשען דערמיט, ווי אויך די רעינדז"ש דערפון איז עטליכע מייל.

פארשטייט זיך אז די גלוסט פון די קינדער צו האבן וואקי טאקי'ס האך זיך נישט אויפגעהערט לכבוד דעם נאר אדרבה מ'איז סאך מער מעכטיג אז סציעט זיי נאך אסאך מער ווי די אמאל'יגע קינדער.

למעשה האב איך ספיקות אויב ס'איז אויסגעהאלטן צו קויפן פאר קינדער די נייע פארגעשריטענע וואקי טאקי'ס, נעמליך זיי קענען אריינפארן אין טשענעל'ס וואס זיי דארפען נישט, מיט נישט אידן וכו' וכו', עכ"פ איך כשלעצמי האב נישט געוואלט קויפן די וואקי טאקי'ס פאר מיינע קינדער אפילו זיי האבן דאס געבעטן פאר אפיקומן כהמנהג מקדמת דנא, איך האב זיי מסביר געווען מיין שטעלונג און נישט געקויפט דעם אפיקומן, נאר עס איינגעטוישט פאר אן אנדערע גוטע ציענדע טוי.
וואס האלט דער עולם האם יש דברים בגו? איז דא א ענין צוריק צו האלטן די קינדער מחמת חששות הנ"ל?

***

נאכן שרייבן דעם דרעפט האב איך געזען אז ס'פארט ארום א אזהרה פון חברה הצלה אז ס'איז חשש סכנות נפשות, ווייל ספארדרייט זייערע טשענעל'ס.

ווייסט איינער אויב ס'איז ביי אלע מיני היינטיגע וואקי טאקי'ס אדער נאר ביי א געוויסע מאדעל?
אטעטשמענטס
הצלה-ראדיא.jpg
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
אפטימיסט
שר האלף
תגובות: 1240
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 15, 2012 10:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אפטימיסט »

22 אדער 14 טשענעלס זענען נישט קיין פראבלעם. אויב פילט איינער אז ער וויל קויפן פאר זיין קינד אן "עכטער" רעדיאו, זאל ער גיין צו איינעם וואס איז א מומחה און יענער קען בלאקן מ'זאל נישט קענען אריינדערן - און אזוי ארום שטערן - הצלה'ס טשענעל.
אוועטאר
פיצי קעפעלע
שר האלף
תגובות: 1496
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 15, 2012 12:01 pm
לאקאציע: Rockland County NY
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיצי קעפעלע »

די פראבלעם מיט די רעדיא וואס הצלה ווארענט איז אזוי.

ביז איצט, ווען א אינגעל האט געוואלט אויסהערען הצלה רעדיא איז זיין ביליגסטע אפשען געווען א סקענער וואס לויפט געווענדליך אין די 80-90 דאלער רענדש. קיין געלט האט נישט דעס אינגעל, דארף ער לויפען צו טאטי זאל אים קויפען איינס, טאטי וויל נישט, אדער ווייל ער האט נישט געוואלט זיין אינגעל זאל אויסהערען, אדער וועגען די געלט.

היינט אבער קען מען קויפען א רעדיא - וואס מען קען אריינרעדען - פאר א נישטערע $28, און די פרייז קען אדער די טאטע עפארדען, אדער דאס אינגעל קען לייגען גריגער די האנט אויף אזא סכום.

וואס איז געשען איז, אז עס דרייען זיך אסאך קינדער ארום מיט די כלי און רעדען אפילו דערויף, נישט טראכטענדיג וואס דאס קען אלס שאדען מאכען.

כך נלע"ד
אוועטאר
פיצי קעפעלע
שר האלף
תגובות: 1496
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 15, 2012 12:01 pm
לאקאציע: Rockland County NY
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיצי קעפעלע »

אפטימיסט האט געשריבן:22 אדער 14 טשענעלס זענען נישט קיין פראבלעם. אויב פילט איינער אז ער וויל קויפן פאר זיין קינד אן "עכטער" רעדיאו, זאל ער גיין צו איינעם וואס איז א מומחה און יענער קען בלאקן מ'זאל נישט קענען אריינדערן - און אזוי ארום שטערן - הצלה'ס טשענעל.

Every father can do it, just break (or cut the wire, of) the talk button wires.

The problem is when kids get it for themselves without their parents knowledge
קענטעלאופ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 490
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 20, 2010 4:19 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קענטעלאופ »

איך כאפ נישט
איז די פראבלעם טאקע נאר דעס אז קינדער הערען אויס הצלה קאלס? אויב יא וואס איז די פראבלעם דערמיט?
זיי שרייבען ארויס אז קינדער רעדען אריין און סשטערט הצלהס קמיוניקעישען
קען מען בלאקען הצלה'ס טשענעל פון די רעדיא און דע קינד זאל ווייטער קענען שפילען דערמיט?
בכלל וויליך פרעגען איז נישט א גרויסע א פראבלעם אז קינדער קענען הערען וואס אנדערע גרויסע קינדער בחורים טאטעס רעדן? זיי קענען דארט אריינרעדען זאכאען וואס קליינע קינדער טארען נישט הערען
אפטימיסט
שר האלף
תגובות: 1240
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 15, 2012 10:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אפטימיסט »

פיצי קעפעלע האט געשריבן:
אפטימיסט האט געשריבן:22 אדער 14 טשענעלס זענען נישט קיין פראבלעם. אויב פילט איינער אז ער וויל קויפן פאר זיין קינד אן "עכטער" רעדיאו, זאל ער גיין צו איינעם וואס איז א מומחה און יענער קען בלאקן מ'זאל נישט קענען אריינדערן - און אזוי ארום שטערן - הצלה'ס טשענעל.

Every father can do it, just break (or cut the wire, of) the talk button wires.

The problem is when kids get it for themselves without their parents knowledge

פארוואס צעברעכן די הארדוועיר? מ'קען עס טוהן אויף א נארמאלע וועג און מ'זאל ווייטער קענען רעדן אויף אנדערע טשענעלס
בענאק
שר חמש מאות
תגובות: 955
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 12, 2015 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בענאק »

אויף די שאלה פון וואקי טאקי'ס בכלל, האלט איך איז עס א געפערליכע זאך, איך קוק זיך צי אין די גאס ווי קינדער רעדן צווישן זיך, עס לאזט זיך נישט גלייבן אז עלטערן לאזן אזאנץ צי.
אדרבה הערט זיך אביסל אונטער אמאל ביי א שמועס. די אינגלעך האבן נישט קיין השגה צו וועמען זיי רעדן און שמועסן. מען רעדט מיט ווילד פרעמדע קינדער. און - יא - מען הערט אויך נישט אינגאנצן איידעלע שמועסן. און ווער ווייסט ווער נאך עס רעדט דארט אריין רח"ל מיט שלעכטע כוונות.
און אויב לאמיר זאגן אז זייערע עלטערן זענען נישט אחריות אויף זייערע אייגענע קינדער, געבן אבער די קינדער איבער די וואקי טאקי'ס פאר זייערע חברים און די קינדער שמועסן ארום און די עלטערן אינדערהיים חלומ'ן ניטעמאל אז זייערע קינדער זענען יעצט פארבינדן מיט - קיינער ווייסט נישט ווער.

--

איבער די הצלה ראדיו, איז נאך א גרעסערע קשיא.
וויאזוי לאזן עלטערן צו אזא זאך. וויאזוי קען א קינד שלאפן ביינאכט נאכן הערן די הצלה רעדיא. בכלל קען דארט אויך געהערט ווערן זאכן וואס קינדער דארפן נישט צו הערן.

נא_שכל האט געשריבן:אלענפאל'ס ס'געווען אין בית אשר אין שם וואקי טאקי, דאס איז געווען אמאל, הוי ס'בענקעט זיך.


אין מיין הויז איז נישט געווען קיין שום וואקי טאקי
אפטימיסט
שר האלף
תגובות: 1240
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 15, 2012 10:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אפטימיסט »

הצלה וואלט ווען געמעגט סקרעמבלען (ענקריפטן) זייערע קאמיוניקאציע, מ'קען דאס היינט טון זייער לייכט (נאר נישט ביליג)



זייער שווער צו מאכן אויף א סיטיווייד פארנעם
אוועטאר
פיצי קעפעלע
שר האלף
תגובות: 1496
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 15, 2012 12:01 pm
לאקאציע: Rockland County NY
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיצי קעפעלע »

אפטימיסט האט געשריבן:
פיצי קעפעלע האט געשריבן:
אפטימיסט האט געשריבן:22 אדער 14 טשענעלס זענען נישט קיין פראבלעם. אויב פילט איינער אז ער וויל קויפן פאר זיין קינד אן "עכטער" רעדיאו, זאל ער גיין צו איינעם וואס איז א מומחה און יענער קען בלאקן מ'זאל נישט קענען אריינדערן - און אזוי ארום שטערן - הצלה'ס טשענעל.

Every father can do it, just break (or cut the wire, of) the talk button wires.

The problem is when kids get it for themselves without their parents knowledge

פארוואס צעברעכן די הארדוועיר? מ'קען עס טוהן אויף א נארמאלע וועג און מ'זאל ווייטער קענען רעדן אויף אנדערע טשענעלס

That participle radio is cheap and to blocking the PTT (press to talk) button via software is more complicated
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

געהאט געקויפט אזא סעט, די ערשטע מאל כ'האב עס אנגעצינדן האב איך געהערט א שמועס צווישן צוויי וואס וואלטן געקענט זיין דעם פרעזידענטס קינדער וואס איז געווען גאר פראבלעמאטיש מילד געזאגט, האבעך עס צוריק געטראגן אזוי שנעל ווי כ'האב עס געקויפט.

די נקודה אז איינער קען זיך איינקויפן אזונס און צוניוף שמועסן מיט די קינדער מיט שלעכטע חשבונות, איז מיר קיינמאל איינגעפאלן, עס איז א זייער וויכטיגע נקודה!
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
נא_שכל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7999
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

בענאק האט געשריבן:און אויב לאמיר זאגן אז זייערע עלטערן זענען נישט אחריות אויף זייערע אייגענע קינדער, געבן אבער די קינדער איבער די וואקי טאקי'ס פאר זייערע חברים און די קינדער שמועסן ארום און די עלטערן אינדערהיים חלומ'ן ניטעמאל אז זייערע קינדער זענען יעצט פארבינדן מיט - קיינער ווייסט נישט ווער.


אקוראשט אזוי האט פאסירט ביימיר, ווי פריער געשריבן האב איך בדווקא נישט געוואלט קויפן אזעלכע וואקי טאקי'ס, למעשה איין טאג קומט מיין זון אהיים און פארציילט מיר אז דער שכן האב אים געגעבן איינס, און זיי האבן גערעדט מיט איינעם פון עטליכע גאסן אוועק.

[לידיעה בעלמא, די פויערישע טרעילאר דרייווער'ס רעדן כסדר ארום אויף דעם, איך מיין קיינער וויל נישט זיין זון זאל כאפן א שמועס מיט זיי איבער וואקי טאקי].
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
אוועטאר
אויסערן מיניסטער
שר האלף
תגובות: 1219
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 03, 2014 9:19 pm
לאקאציע: מיר האבן רעזיגנירט אונטער ביידן!...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסערן מיניסטער »

לכתחילה אריבער האט געשריבן:געהאט געקויפט אזא סעט, די ערשטע מאל כ'האב עס אנגעצינדן האב איך געהערט א שמועס צווישן צוויי וואס וואלטן געקענט זיין דעם פרעזידענטס קינדער וואס איז געווען גאר פראבלעמאטיש מילד געזאגט, האבעך עס צוריק געטראגן אזוי שנעל ווי כ'האב עס געקויפט.

די נקודה אז איינער קען זיך איינקויפן אזונס און צוניוף שמועסן מיט די קינדער מיט שלעכטע חשבונות, איז מיר קיינמאל איינגעפאלן, עס איז א זייער וויכטיגע נקודה!


דו מיינסט אז זיי וואלטן געקענט זיין דעבלאזיאס קינדער
די ווינדער פון די נאטור מה רבו מעשיך ה'
אוועטאר
קאווע באנדל
שר חמש מאות
תגובות: 716
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 29, 2015 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאווע באנדל »

בענאק האט געשריבן:איבער די הצלה ראדיו, איז נאך א גרעסערע קשיא.
וויאזוי לאזן עלטערן צו אזא זאך. וויאזוי קען א קינד שלאפן ביינאכט נאכן הערן די הצלה רעדיא. בכלל קען דארט אויך געהערט ווערן זאכן וואס קינדער דארפן נישט צו הערן

דאכט זיך מיר אז הצלה האט קאודס, די קינדער פארשטייען לכאורה גארנישט (אויסער די אדרעס)
קוה אל השם רבותי
אוועטאר
טיפיקעל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 262
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 2:32 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טיפיקעל »

אני כשלעצמי האב איך צוויי סעטס פון וואקי טאקי׳ס און צוליב די אויבן דערמאנטע פארשטענדליכע סיבות קענען די קינדער נישט שפילען דערמיט

נאר ווען מיר גייען אינאיינעם אויף א טריפ למשל חול המועד נעמט מען דאס מיט און מיר קענען זיך צושפרייטען און שמיעסן דערמיט
עץ ארז
שר מאה
תגובות: 111
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 20, 2015 9:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עץ ארז »

אמאל האט א וויכי געדארפט א הצלה רעדיא צו וויסן די ערשטע אלע צלה קאולס,

אבער היינט קען מען הערן קול מבשר אין דריקן 113 אין דאס איז פינקט אזוי גוט ווי א צלה רעדיא. [אדער ליינען די קרישליך פון ווילי און KJ]
בענאק
שר חמש מאות
תגובות: 955
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 12, 2015 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בענאק »

קאווע באנדל האט געשריבן:
בענאק האט געשריבן:איבער די הצלה ראדיו, איז נאך א גרעסערע קשיא.
וויאזוי לאזן עלטערן צו אזא זאך. וויאזוי קען א קינד שלאפן ביינאכט נאכן הערן די הצלה רעדיא. בכלל קען דארט אויך געהערט ווערן זאכן וואס קינדער דארפן נישט צו הערן

דאכט זיך מיר אז הצלה האט קאודס, די קינדער פארשטייען לכאורה גארנישט (אויסער די אדרעס)


די קאודס זענען זייער גרינג זיך אויסצולערנען, נאכדערצו ווען דער וויכי אינגל איז גוט מיט עפעס א טאטע בחור וואס לערנט אים אלעס אויס
נא_שכל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7999
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

דאס יאר האבן מיר שוין געקויפט א סעט פון 16 טשענעל'ס פאר די קינדער, די סטאר האט געזאגט ס'גארנישט בלא בלא בלא....

למעשה איז דא ערוואקסענע וואס זוכן צו שמועסן מיט קינדער דערויף, קום צו מיין הויז, קום דא, אא"וו, אזוי ווי כ'האב אליינס געהערט.

ווי אויך מוצ"ש האט מען געקענט מיטהאלטן "המבדיל'ס" פון עטליכע משפחות. קינדער זענען צולאזט מ'זינגט אריין, ס'טוט זיך.

זאגט מיר מיין זון אז ביי לי עוו. פאטא. קען מען מסדר זיין אז מ'זאל נאר קענען רעדן צווישן די צוויי רעדיאוס, ווייס איינער אויב זיי אדער א אנדערער קען עס טאקע מסדר זיין?
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
אוועטאר
בוחר בשירי זמרה
שר האלפיים
תגובות: 2627
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 26, 2016 10:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוחר בשירי זמרה »

בענאק האט געשריבן:
קאווע באנדל האט געשריבן:
בענאק האט געשריבן:איבער די הצלה ראדיו, איז נאך א גרעסערע קשיא.
וויאזוי לאזן עלטערן צו אזא זאך. וויאזוי קען א קינד שלאפן ביינאכט נאכן הערן די הצלה רעדיא. בכלל קען דארט אויך געהערט ווערן זאכן וואס קינדער דארפן נישט צו הערן

דאכט זיך מיר אז הצלה האט קאודס, די קינדער פארשטייען לכאורה גארנישט (אויסער די אדרעס)


די קאודס זענען זייער גרינג זיך אויסצולערנען, נאכדערצו ווען דער וויכי אינגל איז גוט מיט עפעס א טאטע בחור וואס לערנט אים אלעס אויס


יאפ.

שוין געהערט פון א 10 יעריג אינגל ,... מיינט ... ווייל כ'האב געהער ווי מ'זאגט עס אויף מיין שכן און דערנאך האב איך געהערט אז ער האט געהאט...

חכמים הזהרו.

און די טפשים אויך.
איר האט הנאה -יעצט בשעת מעשה- פונעם סייט?
קומט אריין דא אצינד, און טראסקעט אריין עפעס
אוועטאר
שעמעדיגער
שר חמש מאות
תגובות: 606
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 15, 2013 12:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שעמעדיגער »

כ'פארשטיי אינגאנצען נישט די מדובר דא בנוגע הצלה.
פון מיין יונגעלס ראדיא קען מען נישט הערן קיין צאלע קאאלס
לעב און לאך א גוטס
נא_שכל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7999
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

שעמעדיגער האט געשריבן:כ'פארשטיי אינגאנצען נישט די מדובר דא בנוגע הצלה.
פון מיין יונגעלס ראדיא קען מען נישט הערן קיין צאלע קאאלס

הערט אויס דאס פון א אנדערע אשכול viewtopic.php?p=1429115#p1429115

יוראפ האט געשריבן:
בענקעל האט געשריבן:נישט נארמאל!

הצלה דיספעטעשער (W19): "אינגעלע לייג אראפ דיין רעדיאו"

https://www.dropbox.com/s/j71t8sk8o9kuc ... 0.mp3?dl=0

איינער איז נעבעך אראפגעקלאפט געווארן רח"ל און ער דארף זיך פארענען מיט דעם אינגעלע...



כ'ווייס נישט אויב אלע וואלקי טאקי'ס קען מען פראגראמען צו הערן הצלה, אבער די אביסל טייערערע קען מען זיכער. די אינגעלך ווייסן די קאוד פאר הצלה. אויב דיין אינגל איז נישט א 'שעמעדיגער', זאג ער זאל פרעגן זיינע פרעינדס אויף די בלאק אויב זיי קענען די קאוד, און נאכדעם לאמיר הערן צו זיי קענען הערן און שטערן הצלה.
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
אוועטאר
שעמעדיגער
שר חמש מאות
תגובות: 606
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 15, 2013 12:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שעמעדיגער »

נא_שכל האט געשריבן:
שעמעדיגער האט געשריבן:כ'פארשטיי אינגאנצען נישט די מדובר דא בנוגע הצלה.
פון מיין יונגעלס ראדיא קען מען נישט הערן קיין צאלע קאאלס

הערט אויס דאס פון א אנדערע אשכול viewtopic.php?p=1429115#p1429115

יוראפ האט געשריבן:
בענקעל האט געשריבן:נישט נארמאל!

הצלה דיספעטעשער (W19): "אינגעלע לייג אראפ דיין רעדיאו"

https://www.dropbox.com/s/j71t8sk8o9kuc ... 0.mp3?dl=0

איינער איז נעבעך אראפגעקלאפט געווארן רח"ל און ער דארף זיך פארענען מיט דעם אינגעלע...



כ'ווייס נישט אויב אלע וואלקי טאקי'ס קען מען פראגראמען צו הערן הצלה, אבער די אביסל טייערערע קען מען זיכער. די אינגעלך ווייסן די קאוד פאר הצלה. אויב דיין אינגל איז נישט א 'שעמעדיגער', זאג ער זאל פרעגן זיינע פרעינדס אויף די בלאק אויב זיי קענען די קאוד, און נאכדעם לאמיר הערן צו זיי קענען הערן און שטערן הצלה.

הייסט אויב האט עס נישטאמאל קנעפלעך, איז נישט קיין פראבלעם? כ'זע. נישט ווי מען קען לייגען א קאויד.
לעב און לאך א גוטס
פון יעצט
שר מאה
תגובות: 128
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 08, 2016 8:10 am
לאקאציע: כ'ווייס נישט וואו כ'בין כ'ווייס אבער וואו כ'וויל אנקומען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פון יעצט »

די פיקטשער אויף די צעטל פון הצלה איז פון א סקענער. כ'געדענק נישט זען א קינד מיט א סקענער. ענדערש ביי בחורים

ס'איז מעגליך אז מ'קען פראגרעמען די 14 טשענעל צו זיין אויף הצלה'ס טשענעל אבער כ'גלייב נישט. ספעציעל אז ס'האט נישט קיין יו.עס.בי.

וואקי טאקיס זענען א פראבלעם פאר זיך ווי אנדערע האבן שוין געשריבן
איך געדענק נישט אויף די מינוט א ספעציפישע מעשה אבער כ'האב אליינס מיטגעהאלטן א שיינע פאר
נא_שכל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7999
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

שוין ווייטער אין די נייעס, יעצט אין קעטסקעילס:

Two Children Caught With Radios In Catskills Interfering With Hatzolah Life Saving
July 15, 2018 7:45 pm


Two children were busted with radios in the Catskills on Sunday, after they were interfering with Hatzolah emergency operations.

The two children were in possession of radios which are manufactured in China, and cost as little as $30. They were interfering with Hatzolah for the past two weeks in the Woodridge area, until they were tracked down by Hatzolah members. They immediately had their radios confiscated.

YWN spoke with Catskills Hatzalah who said there will be a zero-tolerance for this totally reckless behavior.

“We are pleading with parents to confiscate ALL radios with Hatzolah frequencies from children, and imploring parents not to buy these devices for them. This is Pikuach Nefashos, and this will not be tolerated whatsoever”, a Catskills Hatzalah Coordinator told YWN.

Sources confirm to YWN that the FCC has recently been notified about this issue, following multiple reports of interference in Lakewood, NY, Monsey, Kiryas Joel and other areas. Federal law prohibits radio broadcasts without a license issued by the FCC. Anyone found operating a radio station without FCC authorization can be subject to a variety of enforcement actions, including seizure of equipment, fines and other criminal penalties including arrest.


Years ago, radio communication equipment was very expensive, with Hatzolah radios costing in the range of $1000 – $2000 per radio. Thanks to electronics made in China, radios capable of transmitting on every frequency – including that of Hatzolah – can now be purchased for as low as $30! Children who once upon a time had “scanners”, now have devices capable of transmitting over the Hatzolah radio frequency. This has already caused interference during life threatening emergencies when members on scenes have been unable to communicate with their dispatcher to relay vital information in which seconds can make a difference in saving a life.

(Chaim Shapiro – YWN)
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
נא_שכל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7999
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

נאכאמאל אין די נייעס:

frightening hatzolah members were unable to answer radio for choking call after children interfered on frequency audio
די לעיקוואד סקופ
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”