ווער געדענקט נאך...

גריסן און שמועסן

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
אלעקסיי
שר האלפיים
תגובות: 2874
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 16, 2007 10:24 pm
לאקאציע: בערג און טאלען
פארבינד זיך:

ווער געדענקט נאך...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי »

הגם, עס איז אלטע אויסגעדראשענע סחורה
קען עס זיין אינטערסאנט פאר דער וואס האט
נאכנישט באגעגענט:

ווער געדענקט נאך...


1. ווען א ווייסע בארד האט געמיינט א מלחמה איבערלעבער...


2. ווען א "פובליק" טעלעפאן איז צוניץ געקומען פאר'ן פובליק...


3. ווען מ'האט גערעדט צו מענטשן אנשטאט צו מאשינען...


4. ווען ביי א "קידוש" איז געווען אויף וואס קידוש צו מאכן...



5. ווען "שנה" ראשונה האט זיך געענדיגט נאך א יאר...



6. ווען א "ספרים סטאר" האט פארקויפט בלויז ספרים...



7. ווען עס האט געדויערט צייט צו ווערן אן "עקספערט"...


8. ווען "צום ווידערזען" האט נאכנישט געמיינט " קענסט שוין גיין"...


9. ווען א "בעקעריי" האט נישט פארקויפט "בלויז" היימישע פראדוקטן...


10. ווען א "קאפקעיק" איז נישט געווען דער איינציגסטער וואס האט געהאט דעים קאפ אויפן פלאץ...


11. ווען מענטשן זענען געווען מענטשן און אייער, אייער...


12. ווען "האלבע" שיך איז געווען האלב...


13. ווען "חול המועד" איז אדורך אן "חול המועד האלטן"...


14. ווען א פסיכיאטאר האט נישט געדארפט קענען אידיש...


15. ווען די פראגע "וואס הערט זיך מיט שלום בית" איז געווען א ווערטל...


16. חינוך האט נישט געהאט א פארבינדונג מיט "טעיפס"...


17. מ'האט געהאט חומרות פאר זיך, און קולות פאר א צווייטן...


18. ווען "קאנטרי" איז נישט געווען א "מוז"...


19. דער חילוק צווישן א ספאדיק און א שטריימל איז געווען מערקבאר...


20. פרישע עסן איז געווען א מעלה און "אווערנייט" א חסרון...


21. ווען א רבי האט נישט געמיינט די צאל בילדער אין מאגאזינען ...


22. ווען עס איז נישט געווען קיין אינטערנעט ...


23. ווען יעדער האט געהאט נאר איין סעלפאון ...


24. ווען דער פאפירענער מילך פלעשל האט זיך צוריסן ביי מויל ווייל א קינד האט געעפנט ...


25. ווען אויף א שיף איז מען געפארן פון איין לאנד צו די צווייטע ...


26. ווען Windows האבן געמיינט פענסטער ...


27. ווען מען האט געגעסן ברויט מיט פוטער פאר פרישטאג ...


28. ווען מען האט צוגעגרייט צעהן ברעקלעך פאר "בדיקת חמץ"...


29. ווען מען האט אליין צוגעגרייט קנויטן פאר די חנוכה ליכט ...


30. ווען מען פלעג אליין צוגרייטן משלוח מנות ...


31. ווען מען פלעג באקוקן די סאלאט פון ווערים ...


32. ווען מען פלעג באקן "קאקאש קעיק" ...


33. ווען א גאלאן גאזאלין האט געקאסט 70 צענט ...


34. ווען עס האט געקאסט א דאלאר צו רעדן אויפן "קאר טעלעפאן" ...


35. ווען מען האט געבויט דעם Thruway ...


36. ווען קינדער האבן נישט געהאט קיין גלעזער ...


37. ווען א ישיבה איז נישט געווען בלויז "למצויינים" ...


38. ווען מען פלעגט איינטינקען די חלה אין "גרעיפ זשוס" ...


39. גאלדמאן'ס מילך ...


40. ווען א רבי האט געמיינט אן עהרליכער איד ...


41. ווען אן עהרליכער איד האט נישט געמוזט אויפנעמען מענטשן ...


42. ווען מען האט נישט געוואוסט וואס עס מיינט "פענטעגאן" ...


43. ווען מען האט געכאפט סאדאם כוסעין ...


44. ווען מען האט געהאט 3 קינדער אינעם הינטערשטן זיץ אינעם "סטעישאן וועיגאן" ...


45. ווען די New York Post פלעגן קויפן נאר גויים ...


46. ווען בעדפארד עוועניו איז געווען א טו-וועי ראוד ...


47. ווען די גויים זענען געגאנען מיט היטן ...


48. א כאפצעם (כאפט'ס אים) אין וויליאמסבורג...


49. ווען מען פלעגט זאגן "כ'האב געהערט" אנשטאט "כ'האב געליינט אין קרעטשמע" ...


50. ווען ביי א חתונה פלעגן די געסט זינגען ...


51. ווען יעדער פלעגט ליינען "די אידישע ליכט" ...


52. ווען מען האט געוואוסט וואס "חסידות" איז אהן הסברים און לעקציעס ...


53. ווען א מחבר ספרים איז געווען א תלמיד חכם ...


54. ווען משפחה האט נישט געמיינט א פושקעלע קארן אדער א פלאש אויל אדער א מאגאזין...


55. ווען מען פלעגט נוצן דעם קאפ צו וויסן וויפיל עס איז 10X10 ...


56. ווען מען פלעגט בלאנזשען ביז מאנראו ...


57. ווען צו פארן קיין מאנטריאל איז מען געפארן מיטן 9W ...


58. ווען אלטע אידן זענען געפארן אויף פלארידע ...


59. ווען מען האט געדארפט קויפן א טעיפ ...


60 ווען מען האט געהאט קעש אין טאש ...


61. ווען מען האט עפעס געקענט קויפן פאר א קוואדער ...


62. ווען א שייגעץ איז געגאנגען אהן א קאפל ...


63. ווען צעהן טויזנט דאלאר איז געווען גרויס געלט ...


64. די צייטן וואס ווען מען האט נישט געהאט קיין געלט האט מען נישט געקויפט ...


65. ווען א Hot Cup האט געמיינט א הייסע גלאז ...


66. ווען מען האט געגעסן אייזקרעים בלויז אין די זומער ...


67. ווען עס פלעגן זיך צוברעכן גלעזער ביי א שבע ברכות ...


68. ווען מען האט געדארפט ווארטן א האלבע שעה די זופ זאל זיך איבערווארעמען ...


69. ווען די קינדער האבן געהאט וואס צו טוהן ...


70. ווען יעדער האט געהאט צייט ...


71. ווען מען האט געגעסן פסח "קארטאפל מיט אייער" ...


72. ווען מען האט געשמועסט איבער דעם "עפארדעבל חתונה פלאן" ...


73. ווען מען האט געדארפט גיין שבת מער ווי 2 מינוט צו א בית המדרש ...


74. ווען אויף LYNCH האבן געוואוינט גויים ...


75. ווען א לויער איז געווען א גוי אדער א פרייער איד ...


76. ווען א הוט האט מען געקויפט ביי סעלקא ...


77. ווען א Mouse האט געמיינט א מויז ...


78. ווען די ווערטער "דער פרעזידענט" האבן געהאט עפעס א חשיבות ...


79. ווען IPOD איז געווען "טערקיש" ...


80. ווען נאר "טאטעס" האבן גערייכערט ...


ווען 50 האט געמיינט א עלטערע יוד...


ווען 30 האט געהייסן מידל עידשז..


ווען א טאמאטע איז געווען רויט...


ווען קארן איז געווען געיל...


ווען באנאנעס זענען נאכנישט געווען רייף...


ווען 'געילע קעז' האט מען געקויפט אין אנטווערפן...


ווען קיין אנטווערפן איז מען געפארן מיט SABENA...


ווען אלטע יוד'ן האבן געהאט צוטוהן מיט די ריקן..


ווען יסורים זענען געווען שמערצן...


ווען סלייס-טשיז האט געהייסן שויט...


ווען בארביקיו טשיפס איז געווען חזיר-טרייף...


ווען די רבי'ס פלעגן שרייען 'אוסטא קוטשא פייא נעקי'...


ווען ארבעס האבן געהייסן זאכער-בונדלעך...


ווען זכור בונדלעך האט מען געגעסן בלויז ביי א זכור...


ווען באנקראטירט האבן בלויז גבירים...


ווען ס'איז נאך געווען א בושה צו באנקראטירן...


ווען מ'האט נאך געקענט בארגן געלט אן קיין ערב...


ווען א קאמפיוטער האט געהאט בלויז דער טראוועל-אגענט...


ווען אין גראסערי האט מען געוואויגען מיט א וואגשאל...


ווען פאר אפיקומן האט מען געבעטן א "זיגל מיט די נאמען"...


ווען אינעם זיגל איז געשטאנען 'לה' הארץ ומלואה'...


ווען פאר א חולה האט מען אויסגעזאגט גאנץ תהלים אין בית המדרש...


ווען עלטערע אידען האבען געהאט פאלטשע ציין...


ווען יעדער האט אויף געהויבען דעם קאפ ווען אן עראפלאן איז אדוירך געפארן...


ווען אויף א ווילטשעיר האט מען זיך אפגעשטעלט קוקן...


ווען אויף א צודרייטער האט מען געזאגט "לא עלינו"...


ווען קיין רוסלאנד איז מען געפארן מיט א פאלטשע פאספארט...


ווען א בריוו האט מען געשריבן מיט די האנט...


ווען ס'איז געווען א בושה צו זיין א געלינקטער...


ווען אויף א בר מצווה זענען געקומען צו פארן אלע פעטער'ס אין מומע'ס מעבר לים...


ווען פאר א חתונה האט מען זיך געבאדן און געלייגט שלאפן אז מ'זאל נישט זיין מיד...


ווען טאטע'ס האבן געקענט מער לערנען ווי זייערע קינדער...


ווען ס'איז געווען אך און וויי אויב מ'האט נישט געקענט ביים פארהער...


ווען מ'האט נאך געכאפט א פאטש פאר'ן נישט טייטלען מיט'ן פינגער...


ווען קינדער האבען אפגעגעבן כבוד פאר עלטערע אידען...


ווען פעטער'ס זענען געווען עלטער ווי זייערע נעפיו'ס...


ווען קיינער האט נישט געוואוסט וואס מיינט א עלטער-זיידע...


ווען א עלטער-זיידע האט געמיינט א יוד וואס זיצט אין א ווילטשעיר און קען זיך נישט אליינ'ס באהעלפן...


ווען קענסער האט געהייסן יענע מעשה...


ווען א איד האט געהאט יענע מעשה און די גאנצע וועלט האט געזאגט תהילים...



ווען א קנאי האט נישט געמיינט זיך קישען מיט אראבער...


ווען סאטמער פלעגט נישט גיין צום כותל...


ווען נאר ספרדים פלעגען שלאגען די ווייבער...



ביטע, לייגסט צו א פלייצע
[פינגער אויפן קי-בארד]
און געטס צו צו די ליסטע!!!



----------
לעצט פארראכטן דורך אלעקסיי אום דינסטאג נאוועמבער 06, 2007 3:10 pm, פארראכטן געווארן 4 מאל.
א געשליפן צינגל – עקלדיג, א שלעכט צינגל – א רשע.
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13865
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

ווען א איד האט מורא געהאט צו גיין נאך לינטש...
זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2176
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זארעכפעפער »

ווען אלעקסיי האט געמיינט דער הייליגע בעל שם טוב'ס קוטשער...
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

אלעקסיי, איז נישט געווען אין די קרעטשמע.
אוועטאר
אלעקסיי
שר האלפיים
תגובות: 2874
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 16, 2007 10:24 pm
לאקאציע: בערג און טאלען
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי »

פאטאקי08 האט געשריבן:ווען א איד האט מורא געהאט צו גיין נאך לינטש...


שטייט שוין אויבען, בלישנא אחרינא
א געשליפן צינגל – עקלדיג, א שלעכט צינגל – א רשע.
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13865
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

אה נישט באמערקט
אוועטאר
יעקב אלי בראך
שר חמש מאות
תגובות: 674
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 06, 2006 11:54 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעקב אלי בראך »

הערליך.


...ווען מיינע אויגן האבן נישט אזוי וויי געטון נאכן ליינען אזא לאנגע מגילה..
גבאי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גבאי »

ווען א רבי האט געהאט נאר איין גבאי
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

איך פארשטיי נישט,
אלעקסיי פרעגט דא דעם עולם ווער ס'געדענקט נאך געוויסע זאכן, און געוויסע פעלער, ער האט זיך אנגעשטרענגט און געשריבן אלע זיינע שוועריקייטן, זאכן וואס ער געדענקט, אדער געדענקט נישט, ער זיצט און ווארט אויף א תשובה, ער וויל הערן וואס דער עולם געדענקט דערפון, און וואס נישט, און גארנישט, קיינער ענטפערט נישט, מ'פרעגט אום גאר צוריק, דאס איז נישט קיין יושר,

ענטפערט אום נארמאל...
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
אוועטאר
abimlaibt
שר שלשת אלפים
תגובות: 3855
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 25, 2006 3:48 pm
לאקאציע: נישט קיין נפק"מ איך זיך ממילא א נייע ס'פלאץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך abimlaibt »

קודם שכח אלעקסיי, וואן אף עי קיינד,
און צו דיר צייטליך, דו האסט שוין גענפערט אז דו האלסט שוין ביים עולם?
וויזוי מ'לעבט איז געלעבט. אבי מ'קלעיבט.
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12672
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

אלעקסיי, געוואלדיג! ס'דא היבש אסאך וואס ציפן...

*

צייטליך, האניג...
An article a day keeps the babies away
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13865
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

מאשקע, ציקער...
אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6484
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דארפסמאן »

ווער געדענקט נאך ווען
אלעסיי איז נאך נישט דא געווען דעמלץ איז די קרעטשמע געווען פארשלאפען
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

דארפסמאן, קוק די דריטע תגובה, נאך אלעקסיי'ס גרויסע תגובה.
אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6484
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דארפסמאן »

איי עם סארי איז האב עס געשריבן גראד נאכען ליינען אלעסיי'ס תגובה , נעקסט טיים וועל איז מער וואטשען
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

נאו פראבלעם, אויך ביים ספעלן זיי מוחל.
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13865
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

ווען מען האט געדארפט האבן צוויי מענטשען אויפצוהייבן א מאניטער\סקרין

ווען די מאנדרא באסעס האבן געפארקט לעבן ביהמד
און ווילי געדענק איך נישט

ווען א איד האט מורא געהאט צו וואקען אויף לינטש סט.

ווען סאיז נאך נישט געווען אזא מין זאך ווי א מיני ווען

ווען די מיני באס אין ק"י איז נאך געווען מיני... (נאך וואס עס איז געווען אין א גרויסע געלע באס געפארקט ביי די אלטע הצלה גאראדזש אין זקנים און דע זיידע לאנדא פלעגט עס דרייווען)

ווען מען האט געקענט קויפן א איינצעלנע קענדי פאר א ניקל

ווען מען איז געפארן אין קעמפ דריי שעה אין געלע באסעס אויף א הארטע באנק אן עיר קאנדישען ולא אמר אדם צר לי...

ווען א טעלעפאון קאל קיין אויסלאנד האט געקאסט 8 דאללער און מען האט געדארפט ווארטן א האלבע שעה די אפערעיטער זאל דיך קאנעקטען

(גענומען פון אלט קרעטשמע מיטן רשות פונעם שרייבער...)
אוועטאר
אנדי פעטיט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7175
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 11:20 am
לאקאציע: אין די גלייזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנדי פעטיט »

פאטאקי

ווער רעדט פון 8 דאללאר פאר אן אויסלאנד קאל

איך געדענק ווען עקאנא פאון איז געווען אויסטערליש בילליג מיט 45 צענט א מינוט קיין ארץ ישראל קיינער האט זיי נישט געקענט ביטען.
הייב אויף דיינע הענטעלעך צום טאטע אין הימל!
מרן אדמו"ר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מרן אדמו"ר »

ווען איך האב נאך געהאט א גרויסן עולם ביים טיש
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

ווען מרן אדמו"ר האט נאר געהאט איין ניק?
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
אוועטאר
אלעקסיי
שר האלפיים
תגובות: 2874
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 16, 2007 10:24 pm
לאקאציע: בערג און טאלען
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי »

ווען סאכדעס פלעגט שרייבן לענגערע תגובות, נישט נאר חחחחחחחחחחחח, גוטטטטטטטטטט, וכדומה
א געשליפן צינגל – עקלדיג, א שלעכט צינגל – א רשע.
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

ווען אלעקסיי האט נאך נישט געטשעפעט זיך מיטן דאיען.
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
אוועטאר
אלעקסיי
שר האלפיים
תגובות: 2874
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 16, 2007 10:24 pm
לאקאציע: בערג און טאלען
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי »

ווען סאכדעס איז נאכנישט געווען קיין דאיען.
א געשליפן צינגל – עקלדיג, א שלעכט צינגל – א רשע.
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

אלעקסיי, דאס געדענקט קיינער נישט.
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

... ווען דער רויטער איד פלעגט שרייען נעבן פלאמ'ס : "טשעבינער ישיבה! טשעבינער ישיבה!"
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע פארברענגן”