די ישועה דורך פושקעס 'מטרנה' פון די קופה רב להושיע קערעסטיר

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

מטרנה
שר העשר
תגובות: 40
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 05, 2016 4:09 pm
לאקאציע: ירושלים עיר הקודש

די ישועה דורך פושקעס 'מטרנה' פון די קופה רב להושיע קערעסטיר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטרנה »

זיכנדיג ווי ארויסצוברענגען מיינע געפילן, האב איך אויסגעוועלט, דעם וועלטל, ווי איך בין שוין אן אלט'געזעצענער תושב, צו ארויפברענגען מיינע געפילן, נאר מחמת בושה, מיינע ידידים זאלן נישט כאפן ווער איך בין, קום איך אריין מיט א נייע ניק.

א שמחה הערשט ביי מיר אינדעהיים, אלע קינדערליך צוזאמען טאנצן פון פרייד, ב"ה טאטי איז אהיים געקומען מיט אפאר פושקעלעך מטרנה (פארמיל"ע) און מיר וועלן שוין מער נישט דארפן גיין שלאפן הונגעריג, די הארץ ווערט מיר גרינגער נאר פון צו זעהן זייערע שטארלנדע פענימ'ער פאר שמחה, ב"ה פון יעצט וועל איך שוין האבן גענוג צו פיטערן מיינע קליינע און גרויסע, אז אלע זאלן קענען זאט ווערן און צופרידן.

זייענדיג אונטער די איבערגענומענע שמחה און רושם פון די זעלטענע גאר נוצליכע חלוקה פון 'מטרנה' פארמיל"ע, האב איך מיר געזעצט אפשרייבן די קומענדיגע ווערטער, אלץ שבח והודי' להשי"ת פארן מיר צושיקן די ריכטיגע שליחים, דער מלאך המושיע און צורה פון קופת הצדקה רב להושיע, ע"ש ולזכרו פון דעם צדיק וקדוש פון קערעסטיר הרה"ק רבי ישעי'.

ומעשה שהי' כך היה: דעם פארגאנגענעם חודש חשון איז מיר געבוירן געווארן א קינד צום מזל טוב, (נאך איינ'ס צו די ביז יעצט אויך קינדער געבענטשטע משפחה ב"ה), די הוצאות השמחה איז אויף מיר אריבער ב"ה מיט די נארמאלע שוועריגקייטן, אבער מיר האבן דאס איבערגעשוויצט.

בפרט פאר מיר אלץ אן אמעריקאנער געבוירענער, וואס האט אנגעהויבן דעם לעבן ביים רייכן פעטער אין אמעריקא, באקומענדיג אלע שאר ירקות, און מחמת סיבות שונות זיך געמוזט ציען קיין ירושלים, איז די שוועריקייטן אסאך שווערער, אבער דאך ווי נישט ווי, האט מען דורך געשטיפט די צייט.

נאך אפאר חדשים אבער איז צו געקומען צו די חודש'ליכע הוצאה נאך א גאר וויכטיגע הוצאה, וואס רופט זיך 'מטרנה', וואס נאך מטרנה מיינט ביי מיר אין שטוב "הונגער" רח"ל.

איך ווייס אז ס'דא אסאך וואס ווילן פארשטיין וואס האט מטרנה מיט הונגער, אבער די וואס מאכן מיט מיין מצב (וואס ליידער ציילט זיך דערמיט הונדערטער משפחות דא אין ירושלים און אין בית שמש), ווייסן שוין איינמאל וואס דאס מיינט.

יעדן טאג דעק איך קוים קוים אויף די מינימאלע געברויכן, פאר פרישטאג געבט מען ברויט מיט פוטער, אדער א אנדערע ביליגע געשמירעכט'ס, פאר נאכטמאל ווידער אפאר רעיפטלעך ברויט, מיט געשניטענע ירקות, אבער ווען ס'קומט צו מיטאג, דא איז שוין דער מצב גאר עפעס אנדערש, מ'דארף געבן א געקעכט'ס (אנדערש ווי אין אמעריקא וואס זיי עסן דאס געקעכט'ס ווען אונז עסן נאכטמאל (סאפע"ר)) און ס'נישטא פון וואו דאס צו דעקן, ס'דא טעג וואס מ'באגענוגט זיך מיט דעם וואס די קינדער עסן אין חדר און אין מיידל שולע ביי מיטאג, און צומאל קראצט מען עפעס צוזאם, אבער יעצט וועט מען חלילה מוזן אנהייבן שניידן פון אלע זייטן, ווייל מיט די געבור'טס פון די נייע בובאלע (בעיבי) דארף מען יעצט אנהייבן קויפן יעדע וואך די גאר טייערע מטרנה פושקע, ווייל אן דעם וועט די קינד זיך נישט קענען ערנערגן געהעריג, וואס די דאקטוירים ווארענען אז דאס קען חלילה זיין א חורבן אויף א גאנץ לעבן רח"ל, אבער איך קען דאך נישט דעקן דאס חודש, וועט מען מוזן שניידן פון אלע זייטן.

וואס זאל איך אייך זאגן, יעדע מאל איך דארמאן זיך פון מיין מצב קומט מיר ארויף טרערן אין די אויגן, די קינדער קומען אהיים צו א ליידיגע הויז אן קיין עסן אין פרידזשדער, און אן קיין פרישע געקעכט'ס, די עלטערע פארשטייען נאך אביסל אז מ'מוז זיין שפאָרזאַם כדי צו קענען קויפן די טייערע מטרנה פארמיל"ע, אבער די יונגערע פארשטייען נישט פארוואס זיי דארפן הונגערן, מיט טרערעלעך וואס רינען פון זייערע אויגעלעך פרעגן זיי די מאמע, פארוואס יאנקעלע באקומט יעדן טאג א באטי פארמילע און מיר בלייבן הונגעריג, און חוץ פון מיטוויינען מיט זיי, האבן מיר נישט געהאט וואס צו ענטפערן.

דער קליינער יאנקעלע איז אבער אויך נישט געווארן באפרידיגט, ווייל צוליב דעם וואס איך האב נישט געהאט מיט וואס צו איבערקומען דעם חודש, האב איך געקויפט נאר איין פושקע מטרנה פארמיל"ע א חודש, און יעדן טאג געגעבן א האלבע לעפל פאר א גאנצע באטי וואסער, אנשטאט צו געבן אפאר פילע לעפלעך, מיט א געוויין פון דאס קינד און די מאמע צוזאמען האט מען געפיטערט דאס קינד מיט די טייערע פראדוקט, מיט א שטילע געבעהט צום באשעפער, ער זאל אונז לעכטיג מאכן מיר זאלן קענען געבן פאר דאס קינד, די נויטבאדארפיגע מאס פון די גאר וויכטיגע מטרנה פארמיל"ע, און דערצו קענען צושטעלן פאר די אנדערע קינדער זייערע מינימאלע געברויכן, גענוג שלאפלאזע נעכט האבן מיר מיטגעמאכט ווייל יאנקעלע האט געפאדארט נאך אביסל עסן, וואס מיר האבן ליידער נישט געקענט צושטעלן, און מחוסר ברירה האבן מיר פשוט מיטגעוויינט מיט אים.

פון צייט צו צייט האט מען צוגעהונגערט ביי פרישטאג און נאכטמאל ווייל ברויט קאסט גאנץ אסאך, און אז מ'קען שפארן אפאר ברויט א וואך, וועט מען האבן מער געלט צו קענען קויפן די מטרנה, פארשטייט זיך אז די גאנצע שטוב איז געפארן אויף רעדער, די הונגעריגע קינדערלעך האבן נישט אויפגעהערט צו מוטשענען, און געגאנגען נעבעך שלאפן הונגעריג, אבער מיר עלטערן האבן זיי מיט גארנישט געקענט ארויסהעלפן, און ווי ס'איז נאר שטיל געווארן אין הויז און אלע קינדער זענען שוין געשלאפן האבן מיר זיך ערלויבט צו וויינען אויף אונזער ענגע מצב.

פאר א קנאפע חודש צוריק האט מיר א חבר וואס איז געוואר געווארן מיין מצב, מיר דערציילט. אז ס'איז דא א ארגעניזאציע וואס הייסט 'רב להושיע' רבי ישעי'לעס צדקה, ע"ש ולזכרו פון דעם קערעסטיר'ער צדיק, און זיי קענען זיין מיין ישועה, מיט פארלאשענע אויגן פרעג איך אים, וואספארא ישועה קענען זיי זיין פאר מיר, זאגט מיר מיין חבר וואס הייסט, זיי טיילן אויס יעדע חודש א חלוקה פון 'מטרנה' פארמיל"ע, ווען דערצו טיילן זיי צומאל ברויט, און צומאל אנדערע וויכטיגע פראדוקטן.

ווי אומ'גלויב'ליך ס'האט זיך מיר געהערט, האב איך מחליט געווען צו אויספראבירן מיין מזל, און נישט טראכטן'דיג קיין צוויי מאל, בין איך אריבער געלאפן צום אפיס פון דעם חסד אפאראט 'רב להושיע קערעסטיר' וואס איז קוואטירט אויף די חגי גאס אין ירושלים, און אריין געגעבן מיין אפלעקעישן, איך האב געשטוינט צו זעהן מיט וואס פארא ערנסטקייט די עסקנים האבן אויפגענומען מיין נאמען, און אויסגעהערט מיין ביטערע לאגע, נאכ'ן נעמען אלע מיינע פרטים, האבן זיי זיך פארבינדן מיט מיין רב, וואס האט זיי באשטעטיגט מיין ענג'ן מצב.

איך קען נאך יעצט נישט גלייבן, אבער ביז אפאר טעג האט מיין טעלעפאון געקלינגען, און מ'האט מיר געמאלדן די פריידיגע מעלדונג אז ס'איז באשטעטיגט געווארן מיין נאמען צו זיין בארעכטיגט צו באקומען 'מטרנה', איך האב זיי געפרעגט ווען איז די צייט צו קומען אפנעמען, זאגט ער מיר אז מטרנה וועט מען טיילן בעז"ה דעם קומענדיגן מיטוואך, אבער איך קען אריבער קומען שוין זונטאג, ווי מ'וועט טיילן אויך 'פעמפער"ס', איך האב מיך געדארפט ציפן זיכער צו מאכן אז איך חלום נישט נאר דאס איז אין ווארקליכן מציאות.

איך בין גלייך אריבער געלאפן צו דעם מקום החלוקה, און אהיים געברענגט אפאר פעקלעך פעמפער"ס, וואס דאס אליינ'ס דארף איך פאר קיינעם נישט אנטפלעקן וואס פארא ניצבארע פראדוקט דאס מיינט פאר א קינדער געבענטשטע פאמיליע ב"ה, און מיט וויפיל ס'האט מיר ארויסגעהאלפן אין די חודש'ליכע באדזשעט, (שטייענדיג דארט האב איך געהערט פון א חבר, אז לעצטע חודש האט מען אויך געטיילט ברויט פאר די משפחות).

היינט יום א' ששחב"פ בין איך נאכאמאל אריבער צו דעם מקום החלוקה אויף די חגי גאס אין ירושלים, ווען צו מיין גרויס וואונדער און שטוינונג זעה איך טוינזטער פושקע'ס מטרנה אויסגעלייגט אין א מייסטערהאפטיגע רייע, צוטיילט לויט סייז'עס און סארטן, ווען אויף יעדע איינע איז ארויף געקלעפט א נאמען פון א נדיב וואס וויל מיר זאלן מתפלל זיין פאר אים א גאנץ חודש (און איך בין זיכער אז זיי ווערן געהאלפן מיט גרויסע ישועות), דער גאנצער ארום פיבערט מיט אפאר ענערגישע עסקנים וואס גייען אריבער די רשימות און פארטיילן פאר יעדע משפחה אפאר פושקע'ס מטרנה (יעדע משפחה לויט זייער געברויך), ארום מיר שטייען הונדערטער אידן וואס זענען געקומען ווי מיר, אפנעמען די מטרנה וואס וועט בעז"ה לעכטיג מאכן אין שטוב פאר יעדן איינעם, (מארגן וועלן זיי בעז"ה טיילן אין בית שמש).

די וועג אהיים האב איך שוין געמאכט מיט טאנצעדיגע פיס, ווי נאר כ'האב אריין געטראטן אין שטוב, און געמאלדן די קינדערלעך אז דעם חודש וועט מען בעזרת ה' קענען קויפן גענוג עסן פאר זיי, ווייל די טייערע מטרנה האבן מיר שוין באקומען פון די חשוב'ע 'רב להושיע קערעסטיר' ארגעניזאציע, איר קענט זיך גארנישט פארשטעלן די צורה פון די לעכטיגע קינדערלעך וואס האבן אויפגעשטראלט פאר שמחה, וויסנ'דיג אז מער וועלן זיי נישט דארפן גיין שלאפן הונגעריג, און מער וועט דאס קליינע יאנקעלע מער נישט וויינען פאר הונגער.

זיצנ'דיג אזוי איבערגענומען מיט מיינע געפילן, האב איך געפילט פאר וויכטיג ארויסצושרייבן מיינע געדאנקען, און דאנק ווערטער אויפ'ן פאפיר, און מיטטיילן מיט מיינע גוטע פריינד.
מטרנ"ה ר"ת מ'ציל ט'ויזנער ר'בבות נ'פשות ה'נצרכות
מטרנה
שר העשר
תגובות: 40
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 05, 2016 4:09 pm
לאקאציע: ירושלים עיר הקודש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטרנה »

בייגעלייגט אפאר בילדער וואס כ'האב אליינ'ס געכאפט
אטעטשמענטס
03.JPG
02.JPG
01.JPG
מטרנ"ה ר"ת מ'ציל ט'ויזנער ר'בבות נ'פשות ה'נצרכות
מטרנה
שר העשר
תגובות: 40
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 05, 2016 4:09 pm
לאקאציע: ירושלים עיר הקודש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטרנה »

עוד תמונות
אטעטשמענטס
04.JPG
05.JPG
מטרנ"ה ר"ת מ'ציל ט'ויזנער ר'בבות נ'פשות ה'נצרכות
אוועטאר
א גראם מיט טעם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3947
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 23, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אויף א שפאציר, פונעם מח צום פאפיר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גראם מיט טעם »

מי כעמך ישראל!!
אין גליון הליכות חיים די וואך איז געווען א מורא'דיגע מעשה, ווי ר' ישעיה'לע האט אוועק געגעבען זיין חלק עולם הבא פאר א גוי!! כדי יענער זאל עם געבען קארטאפעל פאר אידען אויף פסח, זאגענדיג וואס טויג דען מיין עולם הבא אויב אפי' איין איד וועט הונגערען יו"ט.
מטרנה
שר העשר
תגובות: 40
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 05, 2016 4:09 pm
לאקאציע: ירושלים עיר הקודש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטרנה »

הרב גראם מיט א טעם

גראדע גאנץ א גוטע געדאנק
וואס איז שייך דא אויך
אפי' קיינער געבט דא נישט אוועק קיין עולם הבא
אבער מאכן זיכער אז קיינער זאל נישט הונגערן אויף יו"ט, און דערביי קויפן זיי זיך איין עולם הבא.
מטרנ"ה ר"ת מ'ציל ט'ויזנער ר'בבות נ'פשות ה'נצרכות
ישתבח שמו לעד
שר מאה
תגובות: 214
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 19, 2015 1:45 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישתבח שמו לעד »

לכבוד הרב מטרנה איך בין זייער איבערגענימען פין אייער בריוו. כ׳וועל אייך זאגן דעם אמת איך פלעג ציגיין מיט א פושקע פאר רב להושיע אבער די לעצטע פאר וואכן בין איך נישט געגאנגען סתם אלס התרשלות אדאנק אייער בריוו וועל איך בעזר השם אנהייבן גיין מיט א פרישקייט שכוח הצלחה וכל טוב חזק ואמץ
אט אזוי
שר האלף
תגובות: 1280
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2014 5:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אט אזוי »

ממש אזא ארעמקייט
השם ישמרנו
טריסקער
שר ששת אלפים
תגובות: 6360
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 7:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טריסקער »

אט אזוי האט געשריבן:ממש אזא ארעמקייט
השם ישמרנו

דאס מיינט 'ארץ ישראל נקנית ביסורין'.
מטרנה
שר העשר
תגובות: 40
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 05, 2016 4:09 pm
לאקאציע: ירושלים עיר הקודש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטרנה »

ישתבח שמו לעד האט געשריבן:לכבוד הרב מטרנה איך בין זייער איבערגענימען פין אייער בריוו. כ׳וועל אייך זאגן דעם אמת איך פלעג ציגיין מיט א פושקע פאר רב להושיע אבער די לעצטע פאר וואכן בין איך נישט געגאנגען סתם אלס התרשלות אדאנק אייער בריוו וועל איך בעזר השם אנהייבן גיין מיט א פרישקייט שכוח הצלחה וכל טוב חזק ואמץ

??? לא הבנתי, וואספארא פושקע רעדסטו?
לעצט פארראכטן דורך מטרנה אום זונטאג אפריל 17, 2016 9:11 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
מטרנ"ה ר"ת מ'ציל ט'ויזנער ר'בבות נ'פשות ה'נצרכות
מטרנה
שר העשר
תגובות: 40
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 05, 2016 4:09 pm
לאקאציע: ירושלים עיר הקודש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטרנה »

טריסקער האט געשריבן:
אט אזוי האט געשריבן:ממש אזא ארעמקייט
השם ישמרנו

דאס מיינט 'ארץ ישראל נקנית ביסורין'.

יא כפשוטו, סוכ"ס בין איך א אמעריקאנער געבויערנער, און געווען צוגעוואוינט צו פו"ד סטעמפ"ס און ווי"ק פראגרעם ושאר ירקות, (חלק שמונה ועוד), און כהיום דעקט מען נישט דעם חודש ליידער

און די מטרנה איז פון די זאכן, וואס ווי וויכטיג דאס זאל נאר זיין, וועט מען זיך דאס נישט אזוי שנעל קענען ערלויבן, (א חודש קאסט אריבער 220 שקל מטרנה, וואס מאכט זייער אויס פאר מיין מאגערע געהאלט)
און דערצו די פעמפער'ס וואס איך האב (ליידער דערווייל) באקומען, איז אויך א געוואלדיגע הילף, וואס איך דארף אייך נישט מסביר זיין ווי טייער דאס איז. (און איך האב געהערט אז לעצטע מאל האבן זיי געטיילט ברויט אויך, אבער דאס האב איך נאך נישט באקומען, וואס ווי פשוט ס'קוקט אויס, ווערט ביי מיר אסאך מאל מקויים (ליידער) עוללים שאלו ללחם, ואין, און די וואס טיילן ברויט, טוהען א געוואלדיגע חסד מיט די עניי ארץ ישראל

אסיים כעת כי אצלינו כעת לפנות בוקר וצריך לאגור כוחות ליום המחרת, נאר זייענדיג איבערגענומען און אויפגעלייגט בין איך נאך דערווייל נישט איינגעשלאפן
מטרנ"ה ר"ת מ'ציל ט'ויזנער ר'בבות נ'פשות ה'נצרכות
טריסקער
שר ששת אלפים
תגובות: 6360
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 7:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טריסקער »

מטרנה האט געשריבן:

הרב מטרנה כ'קען עדות זאגן אז לא נופל מתיאוריך ארצה, הכל שריר וברור וקיים וויפיל ס'לאזט זיך נישט גלויבן.
איך בין אויך אן אמעריקאנער וואס וואוינט היינט צוטאגס אין א"י און כ'האב ב"ה א קינד און איך ווייס וואס דאס מיינט דארפן קויפן מטרנה און פעמפערס און שאר ירקות אן קיין שקל אין טאש.
כ'מוטשע מיך אויך צו ענדיגן דעם חודש אבער ב"ה אז כ'האב א טאטע וואס פרובירט מיר צו העלפן און וועגן דעם שווים איך נאך איבערן וואסער (ככה ככה...).
אבער איך טרייסט מיר אז סוכ"ס איז דאס א"י און כ'ווייס אז א"י נקנית ביסורין, און ווי זאגט מען "א גוטע זאך קומט אן שווער".
ישתבח שמו לעד
שר מאה
תגובות: 214
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 19, 2015 1:45 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישתבח שמו לעד »

מטרנה האט געשריבן:
ישתבח שמו לעד האט געשריבן:לכבוד הרב מטרנה איך בין זייער איבערגענימען פין אייער בריוו. כ׳וועל אייך זאגן דעם אמת איך פלעג ציגיין מיט א פושקע פאר רב להושיע אבער די לעצטע פאר וואכן בין איך נישט געגאנגען סתם אלס התרשלות אדאנק אייער בריוו וועל איך בעזר השם אנהייבן גיין מיט א פרישקייט שכוח הצלחה וכל טוב חזק ואמץ

??? לא הבנתי, וואספארא פושקע רעדסטו?

ביים דאווענען גיין מיט א פישקע נאך געלט
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9182
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

אפשר ברענגט מען אהער א gofundme פאר די ארגענעזאציע?
האב שכל און גיב א שמייכעל!
אוועטאר
מחותן
שר עשרת אלפים
תגובות: 10102
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 09, 2010 11:39 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחותן »

וויפיל משפחות העלפן זיי? וואס איז זייער בודשעט? וויפיל מאל א יאר טיילען זיי?
אוועטאר
משה צימערינג
שר האלפיים
תגובות: 2124
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 28, 2015 9:48 am
לאקאציע: אונטער דעם אייזערנעם פירהאנג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה צימערינג »

מחותן האט געשריבן:וויפיל משפחות העלפן זיי? וואס איז זייער בודשעט? וויפיל מאל א יאר טיילען זיי?

https://www.dropbox.com/s/ez7lga7k9bd6n ... C.pdf?dl=0
פון לעצטע יאר
ווי פלעגט די טאטע זאגן?: אלס בעסער ווי געלערנט
אט אזוי
שר האלף
תגובות: 1280
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2014 5:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אט אזוי »

די וואס ארבעטן פלאגן זיך אויך אזוי?
אוועטאר
משה צימערינג
שר האלפיים
תגובות: 2124
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 28, 2015 9:48 am
לאקאציע: אונטער דעם אייזערנעם פירהאנג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה צימערינג »

אין די הייליג לאנד איז אפילו די וואס ארבעטן מוטשענען זיך זייער
דארט זענען די וועידזעס סאך קלענער ווי ביי אונז אין גלות אמעריקא
ווי פלעגט די טאטע זאגן?: אלס בעסער ווי געלערנט
געוואלדיג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 434
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 02, 2015 4:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געוואלדיג »

מיט זייערע א"י אקטיוויטעטן בין איך נישט גענוג פערזענליך באקאנט, אבער ווי אינטרעסאנט עס הערט זיך האב איך א גוטער חבר מיינער דאהי בגלות אמעריקא וואס עס איז איהם בשעטו"מ נישט לאנג צוריק געבוירן געווארן זיין 7'טע קינד כ"י און ער האט נישט קיין ברויט אין שטוב פשוטו כמשמעו און יעצט קומט פסח וואס איז א עקסטערע מארגיטש, און ווי וואונדערליך עס הערט זיך ווערט ער אויך געהאלפן דורך רב להושיע וואס ער וועט באקומען אהער, איך ווייס נישט וויאזוי און צו זיי האבן חלוקות דא אויך, נאר די ספעציפישע מעשה האב איהם געהערט מכלי ראשון.
לייפציק האט געשריבן:
לעבן איז א גרויסע סכנה, מ'איז אויסגעשטעלט צו כל מיני זאכן, פאר געשטארבענע מענטשן שאדט גארנישט,
אט אזוי
שר האלף
תגובות: 1280
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2014 5:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אט אזוי »

פארוואס האט ער נישט פוד סטעמפס וויק?
געוואלדיג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 434
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 02, 2015 4:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געוואלדיג »

איך קריך נישט אריין אין זיינע פיינענשלס, איך פארצייל א מעשה שהוה.
לייפציק האט געשריבן:
לעבן איז א גרויסע סכנה, מ'איז אויסגעשטעלט צו כל מיני זאכן, פאר געשטארבענע מענטשן שאדט גארנישט,
מטרנה
שר העשר
תגובות: 40
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 05, 2016 4:09 pm
לאקאציע: ירושלים עיר הקודש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטרנה »

ישתבח שמו לעד האט געשריבן:
מטרנה האט געשריבן:
ישתבח שמו לעד האט געשריבן:לכבוד הרב מטרנה איך בין זייער איבערגענימען פין אייער בריוו. כ׳וועל אייך זאגן דעם אמת איך פלעג ציגיין מיט א פושקע פאר רב להושיע אבער די לעצטע פאר וואכן בין איך נישט געגאנגען סתם אלס התרשלות אדאנק אייער בריוו וועל איך בעזר השם אנהייבן גיין מיט א פרישקייט שכוח הצלחה וכל טוב חזק ואמץ

??? לא הבנתי, וואספארא פושקע רעדסטו?

ביים דאווענען גיין מיט א פישקע נאך געלט

איך האב עפעס געהערט פון זיי, אז זיי האבן א שליח וואס לויפט ארום אין די שולן איבער ניו יארק, אבער נישט געוויסט אז זיי האבן אויך מענטשן וואס גייען מיט זייער פושקע

וואס זאל איך דיר זאגן ר' ישתבח שמו, איך ווייס נישט וואס די ווייסט, אבער די פאר מינוט וואס איך בין דארט געווען (די חלוקה גייט שנעל, אזוי אז כמעט מ'זעהט נישט ווער נאך ס'באקומט) האב איך געטראפן נאך 4 חברים מיינע, וואס האבן מיר פארציילט אז שוין יארן וואס זיי באקומען פון די חלוקה.
מטרנ"ה ר"ת מ'ציל ט'ויזנער ר'בבות נ'פשות ה'נצרכות
מטרנה
שר העשר
תגובות: 40
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 05, 2016 4:09 pm
לאקאציע: ירושלים עיר הקודש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטרנה »

מטעמים האט געשריבן:אפשר ברענגט מען אהער א gofundme פאר די ארגענעזאציע?

וואס מיינט gofundme ???
מטרנ"ה ר"ת מ'ציל ט'ויזנער ר'בבות נ'פשות ה'נצרכות
מטרנה
שר העשר
תגובות: 40
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 05, 2016 4:09 pm
לאקאציע: ירושלים עיר הקודש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטרנה »

משה צימערינג האט געשריבן:אין די הייליג לאנד איז אפילו די וואס ארבעטן מוטשענען זיך זייער
דארט זענען די וועידזעס סאך קלענער ווי ביי אונז אין גלות אמעריקא

פון דאס רעדן מיר טאקע, איך ארבעט פאר פרנסה און באקום גאנצע 7$ א שעה, (אנשטאט 15$ וואס כ'האב באקומען אין חו"ל), ווען דערצו האב איך נישט די אלע שאר ירקות וואס כ'האב געהאט אין חו"ל
מטרנ"ה ר"ת מ'ציל ט'ויזנער ר'בבות נ'פשות ה'נצרכות
אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4402
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה פתאום??? »

אט אזוי האט געשריבן:די וואס ארבעטן פלאגן זיך אויך אזוי?

א בכבוד'דיגער אינגערמאן א בן תורה האט געקענט באשטיין אנצונעמען טייפינג ארבעט וואס איך האב באקומען און אמעריקא פאר 9$ 10,000 קערעקטארס! און אמעריקא בעהט מען דערפאר22$! און דאס אפי' ער האט געוואוסט אז מיין שדכנות געלט איז 13$ דאס מיינט סך מער ווי וויפול ער וואס מאכט דער ארבעט באקומט, און ער האט מיר נאך געהאלטן פאר א צדיק פארן אים גיבן די דשאב! די ארבעט פון א מענטש איז דארט פיל ווייניגער ווערט.
אוועטאר
מחותן
שר עשרת אלפים
תגובות: 10102
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 09, 2010 11:39 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחותן »

מה פתאום??? האט געשריבן:
אט אזוי האט געשריבן:די וואס ארבעטן פלאגן זיך אויך אזוי?

א בכבוד'דיגער אינגערמאן א בן תורה האט געקענט באשטיין אנצונעמען טייפינג ארבעט וואס איך האב באקומען און אמעריקא פאר 9$ 10,000 קערעקטארס! און אמעריקא בעהט מען דערפאר22$! און דאס אפי' ער האט געוואוסט אז מיין שדכנות געלט איז 13$ דאס מיינט סך מער ווי וויפול ער וואס מאכט דער ארבעט באקומט, און ער האט מיר נאך געהאלטן פאר א צדיק פארן אים גיבן די דשאב! די ארבעט פון א מענטש איז דארט פיל ווייניגער ווערט.

עס פאסט נישט פאר איינעם וואס האט אנגעפילט א אשכול מיט 16 בלעטער אז מען דארף לעבן מיט וועליוס מוח און מחשבה, צו נעמען שדכנות געלט א שמוץ אריבער מער וויפיל דער ארבייטער באקימט..

#דשאסט סעיעינג
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”