קוגל עקספיריענס...

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
טישטוך
שר מאה
תגובות: 228
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 4:13 am
לאקאציע: בכלל נישט דאהי...

קוגל עקספיריענס...

תגובהדורך טישטוך » דאנארשטאג יוני 08, 2017 2:47 pm

שבת אינדערפרי אין שטיבל

מען האלט שוין ביי כתר, דער גבאי און נאך צוויי בחורים האבן שוין צאמגעריקט די טישן און אויסגעשפרייט די פלעסטיק טושטיכער, די טשילערס האבן זיך שוין אפילו אנגעפילט גלעזלעך משקה און געמאכט קידוש, עס הייבט שוןין אן שמעקן פון קאקאש קעיק מיט הערינג (און א גערוך פון פארעלטערטע מילך באטלעך פון פריזש...) מען לייגט שוין ארויס די נעפקינס... פלוצלינג קומט אריין אין ביהמ"ד נחום, דעם רביןס זון מיט א פארדעכטיגט פעקל, ער לויפט אריין און קאך נאך פאר איינער עספיעט צו אריינבליקן וואס עס טוט זיך דערין... א נייגעריגער גיי איך אים נאך, ער עפנט אויף דעם פאפנדעקל באקס און עס אנטפלעקט זיך א פארשווארצטן טאפ! וואס ליגט דא? ער נעמט אראפ די סילווער פעיפער פון אויבן און מיט א פאכמאנישקייט גיבט ער עס א דריי איבער אריין אינעם זילבערנעם טאץ אריין! ער שלעפט אראפ די באק פאפיר וואס איז באדעקט מיט א שיכט פון גרינליכע אויל.

אכן נודע הדבר! יעצט ווייס איך וואס דאס איז! א לאקשן קוגל, אה... עס שמעקט א מחי אבער עס האט אזא אומנאטירליכן ציפעדיגן נאכשמעק, איך וויל אראפציפן אזא עקעלע צוויי... אבער נחום קוקט מיר אן מיט צוויי בייזע בליקן, ער זאגט מיר אז עס איז פארן רב זאל זיין געזונט, שוין איך וועל מוזן ווארטן אויף ביז ווען דער רב שליט"א גייט עס אויפמאכן כדי צו טועם זיין פון דעם...

אומגעדולדיג ווארט איך שוין אויף דעם רב זאל ענדיגן קידוש, שוין לאנג וואס איך האב נישט מיטגעהאלטן אזא נערוון קריכנדן קידוש... ווען דער רב ענדיגט שוין קומט נחום אריין מיט א זיגרייכן שמייכל מיטן קוגל אין האנט און לייגט עס אראפ מיט א יראת הכבוד פארנט פונעם רב... איך ווארט מיט געדולד און ענדליך דער רב שניידט עס אויף! אבער פארוואס שניידט ער עס אויף שיפערהייט? איך הייב זיך שוין אן צו פרייען אז ענדליך וועל איך שוין קענען טועם זיין פון דעם הייליגן קוגל, אבער ווי אפגעשמועסט האט זיך דער עולם ארויפגעווארפן אויף דעם קוגל די רגע דער רב האט עס אפגעלאזט אזש עס איז מיר נישט געלונגען צו באקומען א שטיקל!

נחום זעענדיג מיין אנטוישטער פנים האט מיר מכבד געווען מיט אן עק, איך בייס אריין מיט א ווילדקייט ווי א לייב וואס האט געהונגערט א טאג... און... רבונו דעלמא כולא! דער גאנצער קוגל איז דאך פיל מיט גרויסע שווארצע פעפער באליס!

באהאלטענערהייט האב איך אריינגעווארפן דאס שטיקל אין גארבי\זש און זיך געקערט אהיים צו מיין ווייבס וואוילע פאטעיטע קוגל!

א גוט שבת יודן!
[i]א מענטש האט גארנישט, קען גארנישט, אבער טוט אלעס.[/i]

אוועטאר
טויגליכער איד
שר האלף
תגובות: 1011
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש פאברואר 13, 2016 9:17 pm
לאקאציע: אין אינדעזיין אדער פאטאשאפ

תגובהדורך טויגליכער איד » דאנארשטאג יוני 08, 2017 3:20 pm

;l;p-
ס'פארגעקומען א פשטו ידיכם...

שמו
שר האלפיים
תגובות: 2727
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 31, 2011 12:38 pm

תגובהדורך שמו » דאנארשטאג יוני 08, 2017 3:31 pm

טויגליכער איד האט געשריבן:;l;p-
ס'פארגעקומען א פשטו ידיכם...

ווי קען מען יעצט באקומען עמערדזשעסי א שטיקל לאקשן קוגל???
איך בין געווארן אנגערייצט
כשמ"ו כן הוא

אוועטאר
Iphone
שר חמש מאות
תגובות: 770
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 10, 2013 8:57 pm

תגובהדורך Iphone » דאנארשטאג יוני 08, 2017 4:22 pm

;l;p- ;l;p- ;l;p- :lol: :lol: :lol:

שירה פען
שר חמישים ומאתים
תגובות: 419
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג ינואר 06, 2017 9:49 am
לאקאציע: office

תגובהדורך שירה פען » דאנארשטאג יוני 08, 2017 4:37 pm

;l;p- ;l;p-
music helps your mood

נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2912
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

תגובהדורך נודה לך » פרייטאג יוני 09, 2017 12:47 am

טישטוך א פרישע ניק פיל הומאר און ענערגיע.

זיי אונז מהנה מיט אייער געשמעקע פעדער
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט

אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3155
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטונקען

תגובהדורך שמעלקא זאפטיגער » פרייטאג יוני 09, 2017 11:24 am

קענסט עס טרעפן ביים טישטוך... wow ביסטו אנריעל!!!

#טישטו_ידיכם!
א טייל פון די פרוכט וואס מען ניצט צו מאכן זאפט זענען עפל, מאראנץ, טאמאטע, אנאנאס, גרייפפרוכט, גוואווע, מאנגא, קאווענע, זשורעכלינע, וויינטרויבן, לימענע און גרינע לימענע.

ווערעצקי
שר חמש מאות
תגובות: 733
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 14, 2017 3:17 pm

תגובהדורך ווערעצקי » פרייטאג יוני 09, 2017 6:57 pm

טויגליכער איד האט געשריבן:;l;p-
ס'פארגעקומען א פשטו ידיכם...


נו, מוחה.....! הזהרו בגחלתן (די הייסע קוגל...) שלא תכוה....! פשטו ידיכם האט שוין א טרעידמארק... מיר געבן עס נישט אוועק....!

אוועטאר
עירמאנט'ער
שר האלף
תגובות: 1090
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 16, 2014 11:51 pm

תגובהדורך עירמאנט'ער » מוצ"ש יוני 10, 2017 11:32 pm

מען האט אויסגעשפרייט א נייעם טישטוך דא אין וועלטעל און דער האט פיינע סחורה אויף זיך....

שלום עליכם
ישר כח. - פיין געלאכט
ימים ידברו - די טעג וועלן רעדן
מה נענה אנן אבתרייהו

אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6145
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

תגובהדורך וואוילע שעפעלע » זונטאג יוני 11, 2017 1:56 pm

עירמאנט'ער האט געשריבן:מען האט אויסגעשפרייט א נייעם טישטוך דא אין וועלטעל און דער האט פיינע סחורה אויף זיך....

שלום עליכם
ישר כח. - פיין געלאכט
"וואס איר זעהט און הערט אויף טעלעוויזיע איז נישט אלעמאל וואס האט עכט פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

ביסט גערעכט
אנשי שלומינו
תגובות: 7
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 11:16 am

תגובהדורך ביסט גערעכט » דינסטאג יוני 13, 2017 10:21 am

איך האב געלאכט אין איך לאך נאך אלץ.


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: חוח בין השושנים, שמארטיקל און 32 געסט