קוגל עקספיריענס...
געשריבן: דאנערשטאג יוני 08, 2017 2:47 pm
שבת אינדערפרי אין שטיבל
מען האלט שוין ביי כתר, דער גבאי און נאך צוויי בחורים האבן שוין צאמגעריקט די טישן און אויסגעשפרייט די פלעסטיק טושטיכער, די טשילערס האבן זיך שוין אפילו אנגעפילט גלעזלעך משקה און געמאכט קידוש, עס הייבט שוןין אן שמעקן פון קאקאש קעיק מיט הערינג (און א גערוך פון פארעלטערטע מילך באטלעך פון פריזש...) מען לייגט שוין ארויס די נעפקינס... פלוצלינג קומט אריין אין ביהמ"ד נחום, דעם רביןס זון מיט א פארדעכטיגט פעקל, ער לויפט אריין און קאך נאך פאר איינער עספיעט צו אריינבליקן וואס עס טוט זיך דערין... א נייגעריגער גיי איך אים נאך, ער עפנט אויף דעם פאפנדעקל באקס און עס אנטפלעקט זיך א פארשווארצטן טאפ! וואס ליגט דא? ער נעמט אראפ די סילווער פעיפער פון אויבן און מיט א פאכמאנישקייט גיבט ער עס א דריי איבער אריין אינעם זילבערנעם טאץ אריין! ער שלעפט אראפ די באק פאפיר וואס איז באדעקט מיט א שיכט פון גרינליכע אויל.
אכן נודע הדבר! יעצט ווייס איך וואס דאס איז! א לאקשן קוגל, אה... עס שמעקט א מחי אבער עס האט אזא אומנאטירליכן ציפעדיגן נאכשמעק, איך וויל אראפציפן אזא עקעלע צוויי... אבער נחום קוקט מיר אן מיט צוויי בייזע בליקן, ער זאגט מיר אז עס איז פארן רב זאל זיין געזונט, שוין איך וועל מוזן ווארטן אויף ביז ווען דער רב שליט"א גייט עס אויפמאכן כדי צו טועם זיין פון דעם...
אומגעדולדיג ווארט איך שוין אויף דעם רב זאל ענדיגן קידוש, שוין לאנג וואס איך האב נישט מיטגעהאלטן אזא נערוון קריכנדן קידוש... ווען דער רב ענדיגט שוין קומט נחום אריין מיט א זיגרייכן שמייכל מיטן קוגל אין האנט און לייגט עס אראפ מיט א יראת הכבוד פארנט פונעם רב... איך ווארט מיט געדולד און ענדליך דער רב שניידט עס אויף! אבער פארוואס שניידט ער עס אויף שיפערהייט? איך הייב זיך שוין אן צו פרייען אז ענדליך וועל איך שוין קענען טועם זיין פון דעם הייליגן קוגל, אבער ווי אפגעשמועסט האט זיך דער עולם ארויפגעווארפן אויף דעם קוגל די רגע דער רב האט עס אפגעלאזט אזש עס איז מיר נישט געלונגען צו באקומען א שטיקל!
נחום זעענדיג מיין אנטוישטער פנים האט מיר מכבד געווען מיט אן עק, איך בייס אריין מיט א ווילדקייט ווי א לייב וואס האט געהונגערט א טאג... און... רבונו דעלמא כולא! דער גאנצער קוגל איז דאך פיל מיט גרויסע שווארצע פעפער באליס!
באהאלטענערהייט האב איך אריינגעווארפן דאס שטיקל אין גארבי\זש און זיך געקערט אהיים צו מיין ווייבס וואוילע פאטעיטע קוגל!
א גוט שבת יודן!