הערות והארות אויף די רעיונות פון הגאון רבי אביגדור מיללער זצ"ל

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
מונאוויטש
שר האלפיים
תגובות: 2902
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2015 6:08 pm

הערות והארות אויף די רעיונות פון הגאון רבי אביגדור מיללער זצ"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מונאוויטש »

אין די לעצטע תקופה זענען מיר בעזה"ש געווארן א שותף לדבר מצוה, צו העלפן דריקן דא אויפן וועלטל די טייערע לעכטיגע בריליאנטן היורדים לחדרי בטן, דא"ח מהרב הגאון רבי אביגדור מיללער זצ"ל. המפורסמות אינן צריכות ראיה, די צענדליגע טויזענטער ציפיות זאגן עדות אז עס הערשט א גרויסע אינטערעסע ביים עולם, וואס טרינקען מיט דורשט די בליציגע השקפות וואס זענען דורכגעווייקט מיט חיזוק און מוסר פארן גוף ונשמה, און פאר איר טאג-טעגליכן ווירטשאפט.

מפעם לפעם קומט אויפן מחשבה פארשידענע געדאנקען און הערות אויף די לעכטיגע רעיונות, אבער היות דער צענטראלער אשכול איז בעיקר דעזיגנירט פאר די אריגענאלע שיעורים ממרן זצ"ל האלט מען זיך צוריק פון ארויפצולייגן די אייגענע קאמענטארן, ממילא בלייבט מען שטעקן מיט די אומגעשריבענע רעיונות און האלב-געשריבענע דרעפט-תגובות.

נאכן דורכשמועסן דעם ענין מיטן פותח האשכול ידידינו הרב שפושמן שליט"א, האבן מיר מחליט געווען צו עפענען א שוועסטער-ווינקל וואס זאל דינען ווי דער "קאמענט סעקשן" צום גרויסן אשכול. צום האפן אז דא וועט דער חשוב'ער חברים זיך פילן באקוועם צו קאמענטירן און רעאגירן, אן דעם וואס מען זאל שפירן אז מען שטערט די מעיין המתגבר פון די אריגינעלע שיעורים.

ומכאן הקריאה יוצאת. אז איר האט עפעס א הערה אדער א לייטישע געדאנק, האלט אייך נישט צוריק. אויב מעגליך, ביטע קוואוטן די אריגענעלע שטיקלעך און אויף דעם קאמענטירן, אזוי אז דער עולם זאל וויסן פון וואס מען רעדט. (קליק דעם "ציטיר" קנעפל אינעם אריגינעלע תגובה, דאן קאפי דעם גאנצן טעקסט און פעיסטס עס אריין דא, און דערנאך זיי מגיב אינטן.)

תקותינו אז די דאזיגע פלאטפארמע זאל דינען ווי נאך א שיין רינגעלע אין די גאלדענע קייט פה קרעטשמותינו. וחפץ ה׳ בידינו יצלח, ויהי רצון שיתקדש שם שמים על ידינו.
לעצט פארראכטן דורך מונאוויטש אום מאנטאג פעברואר 05, 2018 2:47 pm, פארראכטן געווארן 3 מאל.
אוועטאר
מונאוויטש
שר האלפיים
תגובות: 2902
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2015 6:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מונאוויטש »

מונאוויטש האט געשריבן:

Should a parent let her child experience on her own, so that when she finds the truth she'll be stronger?

It's too expensive to learn by experience. If you're going to let a child fiddle around with a lighted gas range, she wouldn't have a chance to learn from experience. There are people who allowed their children to learn from experience, but their children weren't around anymore to use the experience.

...

We cannot let our children experiment; once a child gets hooked on bad things, then it's almost goodbye.

מענין לענין. שמעתי מהרה"ג רבי יוסף חיים גרינוואלד שליט"א, אז ביי איין פון די באזוכן פון הגאון רבי אלחנן וואסערמאן זצ"ל הי"ד אין אמעריקא, איז אן אמעריקאנער איד צוגעקומען און אנגעפרעגט דעם גדול, אז אזוי ווי חז"ל זאגן אין קידושין אז א פאטער האט א חיוב אויסצולערנען זיין זוהן אן אומנות, וויל דער איד וויסן צו זיין 16 יאריגער בחור'ל זאל ארויסגיין ארבייטן און זיך לערנען א פאך. האט אים רבי אלחנן געענפערט אז אין הלכות מילה איז פארהאן אן הלכה אז אויב מתו אחיו מחמת מילה איז מען פטור פון צו מל זיין די אינגערע קינדער. דא ביי ללמדו אומנות, זאגט רבי אלחנן, קען מען זאגן אז מתו אחיו מחמת מלאכה; מען זעהט אז די בחורים וואס זענען ארויס פון ישיבה און געגאנגן ארבעטן זענען געשטארבן (גייסטיש). ממילא זענט איר פטור פון די דאזיגע מצוה.

דער איד האט אבער נישט געפאלגט, און אריינגעשטעלט זיין זוהן צו ארבייטן אין א קאנסטראקשען קאמפעני. אין די זעלבע יאר האט ליידער פאסירט אן אומגליק, דער בחור איז בשעת'ן ארבייטן אראפגעפאלן די שטאקן און ל"ע אומגעקומען. האט רבי יוסף חיים צוגעלייגט אז דא זעהן מיר די שארפקייט פון והוי זהיר בגחלתן. וואס כאטש וואס מיטן זאגן די מליצה מתו אחיו מחמת מלאכה האט רבי אלחנן ז"ל נישט געמיינט צו זאגן אז די אנדערע זענען פיזיש געשטארבן, אבער אזוי ווי דער איד האט נישט געפאלגט דעם דעת תורה שיצא מפי כה"ג איז ליידער געווען מת מחמת מלאכה.
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

אינעם אנדערע אשכול האביך געברענגט דער פאלגענדע שטיקעל.
viewtopic.php?p=1614326#p1614326

גדולה הבטחה שהבטיחן הקב"ה לנשים יותר מן האנשים שנאמר (ישעי' ל"ב ט') נָשִׁים שַׁאֲנַנּוֹת קֹמְנָה שְׁמַעְנָה קוֹלִי בָּנוֹת בֹּטחוֹת הַאְזֵנָּה אִמְרָתִי (ברכות י"ז ע"א)

How Do Women Achieve Perfection?

"Greater is the assurance which the Holy One blessed be He gave to women, more than to men" (Brachos 17A)

Men have more tests to undergo, and more complicated responsibilities. In addition, men are more readily motivated by the desire for glory, whereas "the tranquil women are the trusting daughters" (ibid.) seek no fame and compete with no one. The Jewish wife and mother can more readily achieve her destiny through her home, and she can most successfully fine favor in G-d's sight by cherishing the womanly virtues of humility, patience, peace and trust in G-d's providence.

-- Awake, My Glory

ווי איז דער פסוק וואס ער ברענגט (ibid מיינט "פון זעלבען מקור וואס ער האט שוין אראפ געברענגט פריער" אין ישעי')
the tranquil women are the trusting daughters; seek no fame and compete with no one
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

אז מען רעדט שוין האט מיר אמאל רבי אשר פארסט געזאגט א דערהער אין נשים דעתן קלות; אז א פרוי ווען זי ווערט עמאציאנאל איבערגענומען קען זי ארויס אין גאנצען פון די כלים און קיין שום לאגיק וועט נישט העלפען איר איבערצייגען אז זי איז נישט גערעכט; ווייל איר עמאשען'ס איז שטערקער ווי איר דעת. איז צו ערשט דארף מען איר בארואיגען, און דערנאך ווען זי קומט צו זיך, קען מען דענמאלט ערשט אנהויבען רעדען מיט דעת.

דערובער נעם איך ארויס פון הגאון רבי אביגדור מיללער'ס ווערטער אויבען אז פאר א פרוי צו איבערקומען אירע עמאשען'ס איז שווערער ווי פאר א מאן צו צוברעכען זיינע תאוות. און אין דער זעלבע צייט וואס פאר א מאן אנצוקומען צו שלימות דארף שטארק ארבעטען אויף זיין קדושה וטהרה און מידות און זיך ברעכען (ווי מען ברעכט אריין א אקס און א פערד); דארף א פרוי נאר ארבעטען צו זיין א גוטע פרומע ערליכע ווייב, מאמע, און טאכטער, און אזוי דערגרייכט זי איר שלימות.

אונעם שמועס וואס מיר האבען געהאט מיט ר' אשר איבער דעם, איז אויס געקומען אז די אלע מענער וואס קריגען זיך מיט זייער ווייב און מיינען אז זיי וועלען איר ברעכען "ווייל ער איז דאך גערעכט" זאלען זיי וויסען אז געווענליך ארבעט עס נישט, און אפילו ער מיינט אז ער האט איר געבראכען (ווייל ער האט א בעסערע מויל און קען בעסער), זאל וויסען אז מיט יעדען מאל וואס ער געווינט האט ער איר געבראכען פיזיש און גייסטיש און צום סוף קען זי האבען א צוזאמען-ברוך אדער באקומען א קענסער (ווי הגאון רבי אביגדור מיללער זאגט עדות אין עטליכע פון זיינע דרשות אז דער מאן (דער רשע רופט ער אים אן) האט איר געשיקט אויף יענע וועלט מיט זיינע ווערטער). דער ריכטיגע וועג האט געזאגט ר' אשר איז (ווען זי איז אויף גערעגט) צו געבען גערעכט דער ווייב אפילו זי איז נישט; און איר איבערבעטען (אפילו אלף פעמים) אפילו עס קומט איר נישט; און ווען איר מוד וואס טוישט זיך זייער שנעל איז פאזיטיוו, דעמאלט איז דער צייט צו רעדען מיט דעת און זיין אויפען זעלבען פעידז.

וועליך שוין אויך אריין ווארפען דער וועלטס ווארט אז אדם הראשון האט געזאגט צום באשעפער האשה אשר נתת עמדי (היא moody).
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
אוועטאר
מונאוויטש
שר האלפיים
תגובות: 2902
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2015 6:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מונאוויטש »

SPUSMN האט געשריבן:אינעם אנדערע אשכול האביך געברענגט דער פאלגענדע שטיקעל.
viewtopic.php?p=1614326#p1614326

גדולה הבטחה שהבטיחן הקב"ה לנשים יותר מן האנשים שנאמר (ישעי' ל"ב ט') נָשִׁים שַׁאֲנַנּוֹת קֹמְנָה שְׁמַעְנָה קוֹלִי בָּנוֹת בֹּטחוֹת הַאְזֵנָּה אִמְרָתִי (ברכות י"ז ע"א)

How Do Women Achieve Perfection?

"Greater is the assurance which the Holy One blessed be He gave to women, more than to men" (Brachos 17A)

Men have more tests to undergo, and more complicated responsibilities. In addition, men are more readily motivated by the desire for glory, whereas "the tranquil women are the trusting daughters" (ibid.) seek no fame and compete with no one. The Jewish wife and mother can more readily achieve her destiny through her home, and she can most successfully fine favor in G-d's sight by cherishing the womanly virtues of humility, patience, peace and trust in G-d's providence.

-- Awake, My Glory

ווי איז דער פסוק וואס ער ברענגט (ibid מיינט "פון זעלבען מקור וואס ער האט שוין אראפ געברענגט פריער" אין ישעי')
the tranquil women are the trusting daughters; seek no fame and compete with no one


מיט bid מיינט ער "דארט" אין די זעלבע שטיקל אין מס' ברכות. ליין איבער דעם קוואוט; צום ערשט פארטייטשט ער די מאמר חז"ל "גדולה הבטחה וגו'", דערנאך קומט ער צוריק צום פסוק פון ישעי'. ודו"ק.
גאלדענע פעדער
שר האלפיים
תגובות: 2400
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאלדענע פעדער »

מונאוויטש האט געשריבן:מענין לענין. שמעתי מהרה"ג רבי יוסף חיים גרינוואלד שליט"א, אז ביי איין פון די באזוכן פון הגאון רבי אלחנן וואסערמאן זצ"ל הי"ד אין אמעריקא, איז אן אמעריקאנער איד צוגעקומען און אנגעפרעגט דעם גדול, אז אזוי ווי חז"ל זאגן אין קידושין אז א פאטער האט א חיוב אויסצולערנען זיין זוהן אן אומנות...

viewtopic.php?p=1562016#p1562016
עיין שם שהערכתי בזה הענין ממש. וממש כמו מעלכ''ת.
מי הוא זה
שר חמש מאות
תגובות: 787
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 23, 2014 7:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי הוא זה »

הלוואי וואלט די אלע רעיונות געווען געשריבן אויף אידיש פאר אונז "אידישע איי וועלט ליינערס"

חבל

עני האפענונג?
Disclosure: My references to Bitcoin exclusively mean Bitcoin, not other cryptos. It implies owning and holding Bitcoin in a physical hardware wallet, not on exchanges
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

viewtopic.php?p=1634049#p1634049
SPUSMN האט געשריבן:
How Can You Succeed In Yiras Hashem?

You have to be sneaky when it comes to Yiras Hashem. Sneaky means you have to plan things so you shouldn't do something wrong. You can't open your mouth and talk straight. Many times you have to conceal the truth. In order to do what is right you have to use your head; to be cunning in everything.

-- Test of Emunah (#557)

דער ראפשיצער רב זי"ע האט געזאגט גלייך ביי זיין הסתלקות אז דער בעל דבר האט ביז יעצט געמיינט אז איך בין זיינס! דאס הייסט אז ער האט אויס געשפילט און איבער געקלוגט דער יצר הרע.

קען זיין דאס מיינט הגאון רבי אביגדור "to be cunning in everything" צו זיין כיטערע ווי א פיקס, אז אויב שפירט מען אז מען קען אים נישט ביי קומען, מוז מען אויף קומען מיט חכמה ווי אים אפצושטיפען און עווענטשילי בייקומען.

פינקט אזוי ווי א מיליטערמאן גייט פולי אויס מושטירט און מיט אלע סארט כלי זיין אין זיין באזיץ, און ווייסט וואס העלפט אויף וואס; דארף א מענטש ארבעטען צו האבען אויף זיך אלע כלי זיין וואס ער וועט נאר דארפען.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
אוועטאר
מונאוויטש
שר האלפיים
תגובות: 2902
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2015 6:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מונאוויטש »

די פראבלעם איז נאר אז דער יצר איז אויך כיטרע - גאר כיטרע. מ'ברויך זיין א שטייגער ווי א ראפשיצער רב אים איבערצוקליגן און בייקומען...
אוועטאר
וואס א חילוק
שר האלף
תגובות: 1296
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 16, 2015 3:39 pm
לאקאציע: ניי קרוינהייטס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס א חילוק »

מי הוא זה האט געשריבן:הלוואי וואלט די אלע רעיונות געווען געשריבן אויף אידיש פאר אונז "אידישע איי וועלט ליינערס"

חבל

עני האפענונג?
אסאך מענטשן רעדן פון "אייבירשטן" און מיינען "זיך"..

אסאך מענטשן רעדן פון "זיך" און מיינען דעם "אייבירשטן"..
אוועטאר
וואס א חילוק
שר האלף
תגובות: 1296
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 16, 2015 3:39 pm
לאקאציע: ניי קרוינהייטס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס א חילוק »

מונאוויטש האט געשריבן:די פראבלעם איז נאר אז דער יצר איז אויך כיטרע - גאר כיטרע. מ'ברויך זיין א שטייגער ווי א ראפשיצער רב אים איבערצוקליגן און בייקומען...

כל הגדול מחבירו יצרו גדול הימנו!
אסאך מענטשן רעדן פון "אייבירשטן" און מיינען "זיך"..

אסאך מענטשן רעדן פון "זיך" און מיינען דעם "אייבירשטן"..
אוועטאר
מונאוויטש
שר האלפיים
תגובות: 2902
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2015 6:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מונאוויטש »

מונאוויטש האט געשריבן:

Are we to consider conservative rabbis and reform rabbis as reshaim? Aren't they simply products of a society of Jews who ran away from Yiddishkeit and are ignorant?

That's two questions. And the answers are yes and yes. Certainly, they are resha'im. A rasha doesn't mean somebody who is going to knife you. A rasha means, as we defined earlier, somebody who is opposed to the Torah. And the conservative rabbis are opposed to the Torah. Most of them don't believe that Hashem ever gave a Torah. So that's a rasha. If a person denies Ma'amad Har Sinai, he denies matan Torah, then what is there to talk about?

Now the second question, is it their fault? Could be not. Could be it's not their fault. But suppose a person grew up in the darkest corner of Harlem, and he never went to school for a day because he was the worst kind of delinquent. And all he learned was how to handle a dagger (sharp knife). And he handled it. And there are victims. So you're going to say he's not a rasha because he's the product of his society? He's a rasha, and he's the product of his society! His society made him a rasha! It's a pity on him, and when he'll come to the next world, in the lower department of the next world, and they'll be stacking the coals in the furnace for him, so they'll take out one coal to compensate him for his lack of education.

Because how many Jewish boys grew up in just the same environment and they fought their way up, and they finally went to college and became lawyers and doctors in the midst of abject poverty? So what's the rachmanus? But even let's say it is a rachmanus, let's say it wasn't his fault. Alright. But a rasha he is anyhow. Anybody who kills, anybody who rapes, anybody who makes violent attacks on innocent people, he's a rasha. It doesn't matter what society he grew up in.

-- TAPE # 204 (February 1978)

Credit: Toras Avigdor


די דאזיגע נקודה ווערט ברייט ארומגעשמועסט דורך הגאון רבי אלחנן וואסערמאן ז"ל הי"ד אין זיין באקאנטע מאמר עיקבתא דמשיחא (פרק י': מאמר על האמונה). דער מאמר אין אידיש.
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

ממשיך פון דא.
viewtopic.php?p=1721701#p1721701
מונאוויטש האט געשריבן:
שטיין האט געשריבן:ר אביגדור מיללער האט געזאגט אז עס איז זייער וויכטיג פער פרעשור וואל ווען נישט דעים וואלטען זיך 80% מענשן גע'גט

זייער א שארף ווארט. איר קענט אפשר ברענגען דעם אריגינעלן אויסצוג.

איך האב ערגעץ דא געברענגט וואס רבי אביגדור מיללער זאגט אז וועגען דעם מאכט מען א גרויסען עסק פון א חתונה, אז עס זאל זיין שווער זיך צו גט'ן אויף א קלייניגקייט.

די גמרא זאגט שוין אז רוב מענטשען זינדיגען נישט צוליב וואס זיי שעמען זיך (פיער פרעשור).

פונדעסטוועגען וואלט טאקע געווען איטרעסאנט צו הערען וויאזוי ער ברענגט ארויס די 80 פרוצענט.

אויב איז עס געווען 80 פרוצענט אין זיינע צייטען, וויפיל איז עס היינט?
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
אוועטאר
מונאוויטש
שר האלפיים
תגובות: 2902
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2015 6:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מונאוויטש »

אין כמה שמועסן ברענגט ער ארויס אז מען זאל נישט מורא האבן צו לערנען תורה און טוהן מצות ומעשים טובים, אפילו מען וועט פארדינען דערפון (כבוד, וכדומה), ווייל מתוך שלא לשמה בא לשמה. כבוד איז א גוטע זאך, זאגט ער. עס טרייבט דעם מענטשן צו אקאמפלישן גוטע זאכן.
אוועטאר
מונאוויטש
שר האלפיים
תגובות: 2902
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2015 6:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מונאוויטש »

SPUSMN האט געשריבן:
You want to become a Kadosh?

You have to learn to say No to yourself.

— #933, Best Day of the Year

א איד, ליידער נישט א שתו"מ, האט אמאל געזעהן א היימיש קינד זיך שפילן, האט ער ארויסגענומען א צוקערל פון טאש און עס דערלאנגט פארן קינד. אבער דער קליינער האט מיט אן איידעלקייט צוריקגעוויזן די מתנה ווייל ער ווייסט נישט צו עס איז כשר.

די ענטפער פונעם קינד איז אריינגעקראכן דעם אידן אין הארץ אריין. "איז פארהאן איין גלוסטעניש אין די וועלט אויף וואס איך - אן ערוואקסענער מאן - קען זאגן 'ניין'?!" די נקודה ירד ונקב עד התהום, און מיט די צייט איז ער געווארן א בעל תשובה גמור.

שאין לך אדם שאין לו שעה.
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

דער איד האט געהאט א זכות אז זיין הארץ איז געווען גענוג אפען אז דער ענטפער זאל אריין קריכען. ליידער רוב זענען צו דעם נישט זוכה און בלייבען מיט פארשטאפטע הערצער.

פתחו לי פתח כפתחו של מחט ואני אפתח לכם כפתחו של אולם.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
פראהביטש
שר האלף
תגובות: 1893
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 15, 2017 7:01 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראהביטש »

מונאוויטש האט געשריבן:
מונאוויטש האט געשריבן:

Are we to consider conservative rabbis and reform rabbis as reshaim? Aren't they simply products of a society of Jews who ran away from Yiddishkeit and are ignorant?

That's two questions. And the answers are yes and yes. Certainly, they are resha'im. A rasha doesn't mean somebody who is going to knife you. A rasha means, as we defined earlier, somebody who is opposed to the Torah. And the conservative rabbis are opposed to the Torah. Most of them don't believe that Hashem ever gave a Torah. So that's a rasha. If a person denies Ma'amad Har Sinai, he denies matan Torah, then what is there to talk about?

Now the second question, is it their fault? Could be not. Could be it's not their fault. But suppose a person grew up in the darkest corner of Harlem, and he never went to school for a day because he was the worst kind of delinquent. And all he learned was how to handle a dagger (sharp knife). And he handled it. And there are victims. So you're going to say he's not a rasha because he's the product of his society? He's a rasha, and he's the product of his society! His society made him a rasha! It's a pity on him, and when he'll come to the next world, in the lower department of the next world, and they'll be stacking the coals in the furnace for him, so they'll take out one coal to compensate him for his lack of education.

Because how many Jewish boys grew up in just the same environment and they fought their way up, and they finally went to college and became lawyers and doctors in the midst of abject poverty? So what's the rachmanus? But even let's say it is a rachmanus, let's say it wasn't his fault. Alright. But a rasha he is anyhow. Anybody who kills, anybody who rapes, anybody who makes violent attacks on innocent people, he's a rasha. It doesn't matter what society he grew up in.

-- TAPE # 204 (February 1978)

Credit: Toras Avigdor


די דאזיגע נקודה ווערט ברייט ארומגעשמועסט דורך הגאון רבי אלחנן וואסערמאן ז"ל הי"ד אין זיין באקאנטע מאמר עיקבתא דמשיחא (פרק י': מאמר על האמונה). דער מאמר אין אידיש.

געבלאקט... מקען עס אפשר אראפברענגן
אוועטאר
מונאוויטש
שר האלפיים
תגובות: 2902
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2015 6:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מונאוויטש »

עיקבתא דמשיחא: פרק י מאמר על האמונה
הרה"ק רבי אלחנן וואסערמאן זצ"ל

א. ולא תתרו אחרי לבבכם, איר זאָלט נישט נאָכגיין נאָך אייער הארץ. זאָגן אונזערע חכמים, דערמיט איז געמיינט אפיקורסות, נישט גלויביקייט.

אויבערפלעכלעך באַטראַכט, זיינען די ווערטער פון אונזער חכמים שווער צו פאַרשטיין. ווייל אייגנטלעך איז אָנגענומען אַז אפיקורסות האָט צו טאָן מיטן שכל, מיט דעם דענקען, אָבער נישט מיטן האַרצן, אָדער מיטן ווילן. עס האָט אלזאָ געזאָלט (= געדאַרפט) שטיין: איר זאָלט נישט נאָכגיין אייער קאפ, אייער דענקען. אין דער אמתן געפינט מען אָפט אין פסוקים: חכמה, קלוגשאפט איז פאַרבינדן מיטן הארץ, צ. ב. ש. לבי ראה הרבה חכמה, מיין האַרץ האָט געזען פיל חכמה. אָדער חכם לב יקח מצוות, אַ הארצנס קלוגער דערווערבט מצוות. מען מוז פאַרשטיין וואָס פאַר אַ צוזאַמענהאַנג האָט חכמה מיטן האַרצן.

ב. דער רמב"ם שרייבט אין ספר המצוות: די ערשטע מצוה איז אַז מען זאָל באַגרייפן און גלויבן אין הקב"ה א. א. וו. עס פרעגט זיך, ווי איז עס מעגלעך צו רעדן וועגן אַ מצווה צו גלויבן? מענטש פאַרשטייט גאַנץ גוט, אַז דאָרטן וואו עס האַנדלט זיך וועגן דער טעטיקייט, וועגן אויסערלעכע האַנדלונגען, קען זיין אַ רייד פון אַ מצוה, פון פליכטן, אַ פליכט צו טאָן אָדער אַ פליכט נישט צו טאָן. ווייל די אויסערלעלכע טעטיקייט איז אַ זאַך וואָס איז ביי דעם מענטש אין האַנט, עס הענגט אָפ פון זיין ווילן צו טאָן אָדער נישט. גאַנץ אַנדערש איז עס אָבער דאָרט וואו עס האַנדלט זיך וועגן גלויבן. עס דוכט זיך לכאורה, אַז דאָס איז אַ זאַך, וועלכע הענגט נישט אָפ פון מענטשן ווילן.

נו פרעגט זיך, וואָס פאַר איין זין קען דאָ אַ מצוה האָבן, איינס פון די צוויי, האָט איינער אמונה, איז דאָך נישט נויטיק אים צו הייסן. און אויב ח"ו האָט געהאַט דעם אומגליק, די אמונה צו פאַרלירן, שיינט עס דאָך, אז עס ליגט נישט אין זיין האַנט דאָס בעסער צו מאַכן. אזוי, אַז ער איז צו באַטראַכטן ווי אַ ריכטיקער אנוס, אַזאַ וואָס איז דוכט זיך נישט שולדיק און אַזעלכער וואָס, עס שיינט מען קען נישט פאַרנטווארטלעך מאַכן.

פון דער תורה דערקעגען זעען מיר אז די זינד פון אפיקורסות, נישט גלויבנדיק, ווערט באַהאַנדלט זייער שטרענג, נאָך שטרענגער אפילו פון עבודה זרה. איינער וואָס דינט עבודה זרה חייב מיתה, אָבער בכדי דעם טויט זאָל קענען אויסגעפירט ווערן, מוז דער באַטרעפענדער צו ערשט געמישפט ווערן ביי בית דין מיט עדות און התראה. כופרים דערקעגן איז דער דין מורידין ואל מעלין, צו יעדער צייט צו יעדן אָרט, מען האָט נישט נויטיק נישט קיין התראה און נישט קיין סנהדרין.

די זעלבע פראַגע שטעלט זיך אויך אויף דער עבירה פון עבודה זרה אליין. אז איינער גלויבט ח"ו אין עבודה זרה, ער גלויבט אין דעם אזוי שטאַרק אַז ער איז גרייט זיך אָפּצופערןפאַר דעם, ער אָפּפערט זיין קינד צו דעם מולך. אייגנטלעך זעט עס אויס אַז ער איז א ריכטיקער אנוס, מען זעט דאָך אַז זיין גלויב אין עבודה זרה איז זייער שטאַרק, עס איז אַן איבערצייגונג פאַר וועלכע ער איז גרייט מקריב צו זיין, זיין קינד אפילו, אייגנטלעך זאָל זיין שטראָף זיין אַ מילדערע ווי די שטראָף פון אירגענד וועלכע עבירה וואָס א מאמין איז באַגאַנגען.

אין דער תורה זעען מיר אָבער פונקט דעם היפוך פון דעם וואָס מיר שטעלן זיך פאָר. די זינד פון עבודה זרה איז זייער גרויס, דער רמב"ם שרייבט אַז אין דער תורה געפינען מיר נישט דעם אויסדרוק פון קנאה אין באַציאונג אויף קיין עבירה, אויסער עבודה זרה, ביי עבודה זרה שטייט קנא ונוקם.

ג. נאָך עטוואָס, ווי באַלד אַז אמונה איז איינע פון תרי"ג מצוות, און ממילא די פליכט פון יעדן ייד אָן אַן אויסנאַם, זאַפאָרט ווי ער רייף אין באַציאונג אויף מצוות, ד. ה. אַ מאַן ווען ער דערגרייכט דעם בר מצוה עלטער, 13 יאָר, און אַ פרוי ווען זי ווערט 12 יאָר אַלט, דאָס הייסט אַז אמונה וועט פאַרלאַנגט און געפאָדערט פון גאַנץ יונגן עלטער. אונז איז אָבער באַקאַנט אַז אפילו צווישן די גרעסטע קעפ אין דער וועלט זיינען געווען אַזעלכע וואָס זיינען נכשל געוואָרן אין באַציאונג אויף אמונה.

אריסטאָטעלס צום ביי שפיל, דער רמב"ם שרייבט אויף אים אז ער דערגרייכט מיט זיין שכל א מדרגה אונטער נבואה. דאָס וויל הייסן, אַז אויסער נבואה און רוח הקודש איז נישטאָ נאָך אַ חכם צו אים. פון דעסטוועגן איז באַקאַנט איז זיין חכמה האָט אים נישט געהאָלפן צו דערווערבן ריכטיקע אמונה.

עס שטעלט זיך די פראַגע: ווי איז דאָך מעגלעך אַז די תורה פאַרלאַנגען פון קינדער, פון אַלע יידישע קינדער אָן אַן אויסנאַם, זיי זאָלן דערגרייכן מיט זייערע קינדערישע מוח'עלעך, דאָס וואָס דער גרויסער אריסטאָטעלס האָט נישט דערגרייכט, און עס איז דאָך באַקאַנט אַז דער אויבערשטער פאַרלאַנגט נישט פון מענטשן דאס אוממעגלעך.

ד. נאָך אַ זאַך: נישט נאָר יידן אליין האָבן מצוות, עס זיינען דאָ די שבע מצוות בני נח, די זיבן מצוות וועלכע זיינען פליכטן פאַר אַלע מענטשן וואָס שטאַמען פון נח, ד. ה. פאַר אַלע מענטשן אָן אַן אויסנאַם. אויב דער בן נח דערפילט נישט די פליכטן, ווערט ער זעלבספארשטענדלעך באַשטראָפט בעולם הבא.

לאָמיר זיך פאָרשטעלן, אַ בן נח, אַ בהמות פאַסטעך ערגעץ, אַ גאַנץ לעבן א שיכור, שטאַרבט, קומט אויף יענער וועלט צום דין, מען פסקענט אים אָפּ גהינום, ווייל ער האָט נישט אָפּגעהיט די שבע מצוות. ער וועט אַוודאי שרייען, וואָס האָט מען צו אים, פון וואַנען האָט ער געזאָלט (= געדאַרפט) וויסן אַז ער איז חייב אין שבע מצוות? אויבערפלעכלעך באַטראַכט, האָט ער אַ גערעכטע טענה, טראָץ דעם, וועלן זיינע טענות אים גאָרנישט העלפן, און ער וועט ארויסגיין חייב בדין, פאַרוואָס? דאָס זיינען אַלץ פראַגן וועלכע דאַרפן האָבן אַ תשובה.

ה. אין דער אמתן ווען מען זאַך זיך אביסל פאַרטיפן, וועט מען איינגעפינען אַז דער גלויבן דאָס הקב"ה האָט געשאַפן די וועלט, איז איבערצייגט פאַר יעדן מענטש וואָס האָט שכל. ד. ה. פאַר יעדן וואָס איז נאָר נישט בכלל שוטה. און אַז מען האָט גאָרנישט נויטיק קיין שום פילאָסאָפיע בכדי צו קומען צו דער איבערצייגונג.

דער חובת הלבבות שרייבט (שער היחוד פרק ז) עס זיינען דאָ מענטשן וועלכע מיינען אַז די וועלט איז אַנטשטאַנען צופעליק, פון זיך אליין ח"ו, מיר וואונדערן זיך זייער ווי איז עס מעגלעך אז עס זאָל איינעם ארויפקומען אַזאַ מין געדאַנק, ווען אַ מענטש וואָלט געזאָגט אויף אַ ראָד וואָס איז געמאַכט צום וואַסער שעפּן, אז דער ראָד האָט זיך געמאַכט אָט אַזוי פון זיך אליין, אַן אַ באַשטימטער כוונה פון אַ מייסטער וואָס האָט איבער דעם געאַרבעט, וואָלטן מיר באַטראַכטן דעם מענטש וואָס קען אַזוי גלויבן, פאַר אַ חסר דעה, אַ משוגענער וכו'. עס איז א באַקאנטע זאַך אַז אויף די זאַכן וואָס טוען זיך צופעליק, אַן אַ באַשטימטער כוונה, קען מען נישט זען קיין שום שפורן פון חכמה.

לאָמיר באַטראַכטן, ווען עס זאל זיך אויסגיסן טינט אויף א ווייסן פּאַפיר, איז אוממעגלעך אז עס זאָל דערפון ארויסקומען אַ שריפט. און ווען מען אונז ווייזן אַן אויפגעשריבענע זאַך, און איינער וועט זאָגן, עס האָט זיך אויסגעגאָסן טינט פון זיך אליין אויפן פּאַפיר, און אַזוי ארום, האָט זיך באַקומען גאַנץ פון זיך אליין די שריפט וואָס מיר האָבן פאר אונז. איז דאָך גאַנץ זיכער, איז מיר וועלן אויסלאַכן דעם מענטש וואָס קען אזוי זאָגן וכו'.

ווי עס דאָס מעגלעך אַז אַ מענטש אַ בעל שכל זאָל וועלן זאָגן אויף דער גאַנצער וואונדערלעכער נאַטור, אז דאָס אַלץ האָט זיך געמאַכט פון זיך אליין, אין דער צייט ווען מיר זעען אין דער נאַטור סימנים פון אומגעהייערער טיפער חכמה. אין אַ ברעג אין אַ גרונט, אויך יעדן שריט און טריט.

לאָמיר זען וויפל אומגעהייערע וואונדעלעכע חכמה איז צו זען אין דער קאָנסטרוקציע פון דעם מענטשלעכן קערפּער, אין דער אָרדנונג פון זיינע גלידער, און אין דער קאָמפּאָזיציע פון זיינע גייסטיקע אייגנשאַפטן. עס איז גענוג צו הערן וואָס מעדיקערס און כירוגן ווייסן איבער דער וואונדערלעכער קאָנסטרוקציע. און ווי אזוי דאָס גאָר מעגלעך צו זאָגן אויף אַזאַ וואונדערלעכער מאַשין, אַז זי האָט זיך געמאַכט פון זיך אליין אָן אַ באַשטימטער כוונה פון איינעם וואָס האָט דאָס געמאַכט. אפילו אויף אַ זייגער, אַז אַ מענטש וועט זאָגן אז דער זייגער האָט זיך געמאַכט פון זיך אליין, איז ער אַ חסר דעה.

דאָס אַלץ געפינט זיך אין מדרש. איינער אַ מין (אפיקורוס) דערציילט דעם מדרש, איז געקומען צו רבי עקיבא און האָט אים געפרעגט, ווער האָט באַשאַפן די וועלט? זאָגט רבי עקיבא: הקב"ה האָט די וועלט באַשאַפן. זאָגט צו אים דער מין: ברענג מיר אויף דעם אַ קלאָרן באַווייז. האָט אים רבי עקיבא צוריק געענפערט: ווער האָט געוועבט דאָס קלייד וואָס דו טראָגסט? דער מין זאָגט: וואָס הייסט ווער? דער וועבער. רבי עקיבא פרעגט אים צוריק: קענסטו דאָס מיר קלאָר באַווייזן? דאַן האָט רבי עקיבא זיך אָפּגערופן צו זיינע תלמידים מיט פאָלגענדע ווערטער: גאַנץ גענוי ווי דאָס קלייד זאָגט עדות אויפן וועבער, די טיר – אויפן סטאָליער, דאָס הויז אויפן בוימייסטער, אזוי זאָגט די וועלט עדות אויף הקדוש ברוך הוא אַז ער האָט איר באַשאַפן. ביז דאַנען דער מדרש.

אין דער אמתן שטעלן מיר אונז פאָר א מענטש וואָס איז געבוירן געוואָרן, א פאַרטיקער דערוואָקסענער מענטש, קענען מיר אונז דען מאַכן אַ באַגריף ווי פאַרוואונדערט דער מענטש וועט זיין זעענדיק פלוצלינג פאַר זיך די וועלט. אַ באַמערקענדיק די אַלע וואונדער פון דער נאַטור, וואָס אונזער געוואוינהייט האָט אונז אָפּגעטעמפט פון זיי צו באַמערקן.

עס איז קלאָר אז ווען זאָל דעם מענטש שטעלן א פראַגע, וואָס דענקט ער פון דער וועלט, האָט זיך דאָס אַלעס פון זיך אליין געמאַכט, אָדער איז דאָס געמאַכט פון די הענט פון אַ גרויסער חכם? קיין שום ספק נישט אז ווען דער מענטש זאָל זיך באַטראַכטן, וועט ער ענטפערן, אַז דאָס אַלעס קיין נישט זיין צופעליק. זעענדיק וואָס פאַר אַ אומגעהייערע חכמה און אויסערגעוויינטלעכע אָרדנונג עס הערשט אין יעדן ווינקעלע פון דער נאַטור.

דער זעלבער געדאַנק איז אויסגעדריקט אין פסוקים: השמים מספרים כבוד אל, די הימלען דערציילן דעם כבוד פון הקדוש ברוך הוא. מבשרי אחזה אלוה וכו', דורך מיין אייגענעם פלייש זע איך – די קראַפט פון הקדוש ברוך הוא. – אייגנטלעך איז דאָס אַלץ אזוי פשוט, אַז די פראַגע שטעלט זיך פאַרקערט, ווי איז דאָס גאָר מעגלעך אַז גרויסע פילאָסאָפן זאָלן נישט באַמערקן אַזאַ פשוטע זאַך, און מאַכן דעם טעות צו מיינען אַז די וועלט אנטשטאַנען דורך א צופאַל ח"ו. דאָס איז דאָך ווירקלעך אַ וואונדער.

ו. די לייזונג פון דער פראַגע קען מען געפינען אין דער תורה, המגלה לנו כל סתום, דאָס איז דער פסוק "ולא תקח שוחד, כי השוחד יעור עיני חכמים" (דברים י"ז י"ט), דו זאָלסט נישט נעמען קיין באשטעכונג, ווייל באשטעכונג מאַכט בלינד די אויגן פון חכמים. די מאָס פון שוחד, באַשטעכונג, אין לויטן דין דאָס ווערט אַ פרוטה, די קלענסטע מטבע.

מען דאַרף אויך וויסן אַז די לא תעשה, דער פאַרבאָט, איז געזאָגט אין דער תורה פאר אַלע מענטשן אָן אַן אויסנאַם, און אויך דער גרעסטער חכם פון אַלע צייטן. אַ צדיק ווי משה רבינו ע"ה, ווען מען זאָל זיך קענען פאָרשטעלן, אַז ער זאָל איין מאָל נעמען שוחד, אַן איין-און-אייציקע פרוטה, וועלן פאַרטונקעלט ווערן די אויגן פון זיין פאַרשטאנד, און ער וועט פאַרלירן די מעגלייכקייט צו האָבן אַ ריכטיקן אורטייל. דאָס איז וואָס מען זעט פון דער תורה.

אייגנטלעך איז דאָס אַ ביסל וואונדערלעך , קענען מיר אונז דען פאַרשטעלן אויף משה און אהרן, די קדושי עליון, אז צוליב א נישטיקע הנאה וואָס זיי האבן פון איינעם פון די צדדים, וועלן זיי זיין פעיִק ארויסצוגעבן א פאַלשן אורטייל? די תורה זאָגט אָבער פאָרט אזוי, און אז די תורה זאָגט, איז עס אמת. די דערקלערונג איז, אַז דאָס איז אַ נאַטורלעכער געזעץ אין דער מענטשליכע פסיכאָלאָגיע, אז דער ווילן באַאַיינפלוסט דעם שכל. זעלבס-פארשטאנדלעך, הענגט דער איינפלוס אָפּ, פון דער מאָס שכל און פון דער מאָס ווילן. אַ שוואַכער ווילן באַאַיינפלוס ווייניק אַ שטאַרקן שכל, דער זעלבער שוואַכער ווילן באַאַיינפלוס אָבער שטאַרקער אַ שוואַכן שכל. אַ שטאַרקער ווילן באַאַיינפלוס נאָך שטאַרקער. אָבער גאָר אָן אַן איינפלוס אויפן שכל, בלייבט דעם ווילן קיין מאָל נישט. און אויך דער שוואַכער רצון פאַראורזאַכט אירגענד וועלכע נטיה, נייגונג, דער שטאַרקסטער און דער גרעסטער שכל אפילו.

עס געפינט זיך אין גמרא (ענדע כתובות) אז אונזערע הייליקע חכמים האָבן דערשפירט ביי די קליינסטע הנאה וואָס זיי האָבן געהאט פון אַ מענטש, א נייגונג פאַר דעם מענטש. און ווען עס האט זיך געהאַנדלט וועגן א דין תורה וואָס דער זעלבער מענטש האָט געוואָלט האָבן ביי זיי, האָבן זיי זיך אַנטזאָגט, ווייל זיי האָבן דערשפירט אז זיי קענען נישט זיין אין גאַנצן אומפארטייאיש אין באַציאונג צו דעם מענטש.

אונזערע הייליקע חכמים ז"ל, גרויס ווי מלאכים מיט זייער ברייטן פאַרשטאַנד און זייערע הייליקע מדות, זיי האָבן געשפירט אז די קליינסטע באַשטעכונג האָט געהאַט אַן אַיינפלוס אויף זייער דענקען. ווי זעט דאָס שוין אויס ביי מענטשן וואָס זענען פאַרזונקען אין תאוות פון דער וועלט. דער יצר הרע באשעכט זיי כסדר, עס איז הפקר אַ וועלט, טו וואָס דו ווילסט. מען קען פאַרשטיין וואָס פאַר אַ מעכטיקייט אַיינפלוס עס קען האָבן, די גראָבע נייגונג פון א הפקר לעבן, צו פאַרטונקלען און בלינד צו מאַכן זייער שכל.

ווייל דאָרטן וואו איז דער מענטש איז באַשטאָכן, איז ער נישט פעיק צו זען דעם אמת, ווען דער אמת איז געגן דאָס וואָס ער וויל. דער מענטש איז אין באַציאונג אויף דער זאך אזוי ווי פאַרשיכורט. זעלבסט-פארשטענדלעך, שכור זייענדיק איז דער גרעסטער חכם אויך קיין חכם נישט.

אַזוי אַז עס איז גאָרנישט קיין וואונדער אויף גרויסע פילאָסאָפן וואָס האָבן נישט געגלויבט אין דער באַשאַפונג, ווייל לויטן גרויס פון זייער פאַרשטאַנד, איז אויך גרויס געווען זייער ווילן צו געניסן פון די תאוות עולם הזה. דאָס איז אזא באַשטעכונג וואס קען באַאַיינפלוסן אַ מענטש צו זאָגן אז צוויי מאָל צוויי איז נישט פיר, נאָר פינף.

דער מענטשלעכער שכל קען דערקענען דעם אמת, נאָר ווען ער איז נישט באַשטאָכן אין באַציאונג אויך דער זאַך איבער וועלכע ער וויל אורטיילן. אָבער ווען די דערקענטעניש פון אמת איז געגן דאָס וואָס דער מענטש וויל, קען אויך דער שטאַרקסטער שכל אים נישט ליכטיק מאַכן די אויגן.

ז. מיר קענען רעזומירן אַז די יסודות פון דער אמונה זיינען זעסלבסט-פאַרשטענדלעך און איבערצייגנט פאַר יעדן מענטש וואָס איז נאָר נישט קיין חסר דעה. ער קען גאָרנישט צווייפלן אין זייער ריכטיקייט. מיט דער באַדינגונג אָבער, דער מענטש, זאָל נישט זיין באַשטאָכן, ד. ה. ער זאָל זיך באַפרייט פון תאוות און רצונות.

עס קומט ארויס אז די ריכטיקע סיבה פון אפיקורסות און אומלויביקייט ליגט אין אַ טעות וואָס האָט זיין מקור אין שכל אליין. עס איז גאָר אין דער ווירקלעכקייט, דער ווילן צו קענען נאָכיאָגן די תאוות וואָס באַאַיינפלוסט און מאַכט בלינד דעם שכל.

איצט פאַרשטיייען מיר גוט וואָס די תורה וואָרענט אונז פאַר אפיקורסות מיט די ווערטער: איר זאָלט נישט נאָכגיין אייער האַרצן, ד. ה. די תורה פאַרפליכט דעם מענטשן צו צוימען זיין ווילן בכדי דער שכל זאָל זיין פריי פון זיין איינפלוס. דאַן ער וועט שוין ממילא זען דעם זעלבסט-פאַרשטעדלעכן און איבערצייגנטן אמת, אַז די וועלט איז באַשאַפן פון הקב"ה. אַזוי ווי די אויבן ציטירונג פון רבי עקיבא: די וועלט זאָגט עדות אויף הקב"ה אז ער האָט זי באַשאַפן.

כפירה, אומגלויבנקייט, האָט קיין שום אָרט נישט אין מענטשלעכן שכל, נאָר אין זיין רצון און זיין נייגונגען. וואָלטן זיינע נייגונגען נישט געווען אזוי פאַרגרעבט, וואָלט גאָרנישט מעגלעך געווען זיך טועה צו זיין אין כפירה ח"ו אָדער ע"ז. דאָס איז דער טעם פאַרוואָס די עבירה פון דעם איז אזוי גרויס, אַז ער האָט געגעבן אזוי פיל אויבערהאַנט זיינע תאוות איבער זיין שכל ביז ער קען נישט באַגרייפן אַזאַ פשוטע אמת.

אייגנטלעך באַשטייט די מצוה פון אמונה אין דעם אַז מען זאָל נישט געבן צו תאוות קיין שליטה איבערן שכל, דאַן וועט שוין קומען די אמונה פון זיך אליין. עס איז גאָרנישט נויטיק זיך מי צו געבן צו דערווערבן אמונה. די אַרבעט באַשטייט אין באזייטיקן די זאַכן וואָס זיינען שעדלעך פאַר דער אמונה, דאַן וועט זי שוין קומען פון זיך אליין. אויך דער איינפאכער בן נח, וועמענס שכל עס איז נישט אנטוויקלט, קען דאָך באַגרייפן פון זיך אליין, אַז די וועלט זאָגט עדות אויף הקב"ה, אז ער האָט זי געשאפן. ווייטער איז דאָך שוין זייער איינפאַך, אַז יעדע זאַך וואָס איז געמאַכט פון אַ בן דעת, מוז האָבן עפעס אַ צוועק. און ווי באַלד די נאַטור עקזיסטירט דורך דעם רבונו של עולם וואָס האָט זי געמאַכט עקזיסטירן, איז קלאָר אז די נאַטור מוז האָבן א צוועק.

דער שכור וועט זיך נישט קענען ענטפערן ביי יום הדין אז ער האָט געגלויבט דער תכלית פון דער וועלט, פון הימל און ערד, באַשטייט אין דעם, מען זאָל טרינקען בראָנפן און זיך אנשיכרן. עס איז אַ פּשוטע און אַ זעלבסט-פאַרשטענדלעכע זאַך אַז דער תכלית פון אַלץ וואָס עקזיסטירט איז ממילא צו זיין דעם רצון פון הקב"ה וואָס האָט דאָס אַלץ געשאַפן. און ווי באַלד ער האָט באַדאַרפט דערקענען אַז דאָס איז דער תכלית פון זיין קומען אויף דער וועלט, האָט ער אויך געדאַרפט נאָכדענקען און נאָכזוכן אין וואָס באַשטייט דער רצון ה', ווייל ער האָט דאָס נישט געטאָן, פאַרדינט ער זיין שטראָף.

אַזוי זאָגן אונזערע חכמים ז"ל בן נח נהרג שהיה לו ללמוד ולא למד, דער בן נח ווערט באַשטראָפט ווייל ער האָט געדאַרפט לערנען און דערפאַרן, און ער האָט דאָס נישט געטאָן. דאָס זעלבע איז אויך דער טעם וואָס די זינד פון עבודה זרה איז אַזוי האַרב, ווייל דער מענטשלעכער שכל וואָלט געווען פריי פון זיינע נייגונגען, וואָלט פאר אים גאָר קיין מעגליכקייט נישט געווען זיך טועה צו זיין אין עבודה זרה, און זיין גאַנצער גלויבן אין עבודה זרה איז אים נאָר געקומען צוליב זיין שטאַרקער נייגונג, זיך צו דערלויבן וואָס טאָר מען נישט, אַזוי ווי אונזער חכמים זאָגן: ווען ישראל האָבן געדינט עבודה זרה, איז דאָס געווען בכדי זיך צו דערלויבן אויסגעלאַסנקייט עפענטלעך.

ח. מען דערציילט, אַ גוי, אַ געלערענטער, האָט אַמאָל געפרעגט דעם גאון בעל התומים, ביי אייך אין תורה שטייט דאָך "אחרי רבים להטות", מען זאָל אורטיילן לויט דער מיינונג פון דער מערהייט. יידן, איר זייט דאָך אַ קליינע מינדערהייט אונטער אַלע פעלקער וועלכע אָנערקענען נישט אייער יידישע רעליגיע, האָט איר דאָך אייגנטלעך געדאַרפט איבערגיין צו די רעליגיעס וואָס זיינען אָנגענומען פון דער מערהייט, פאַרוואָס האַלט איר זיך ביי אייער יידישקייט?

דער גאון האָט אים געענטפערט: מיר זיינען פאַרפליכט צו גיין נאָך די מערהייט דאָרטן וואו עס איז דאָ אַ ספק, אַ צווייפל, מען ווייסט נישט וואו עס איז דער אמת. אָבער דאָרטן וואו עס איז גאָר קיין ספק נישט, וואו מען ווייסט גאַנץ זיכער וואו איז דער אמת, האָט די מערהייט גאָר קיין איינפלוס נישט. מיר זיינען זיכער אַז די ריכטיקייט פון אונזער תורה הקדושה, מיר קענען אין דעם גאָר קיין ספקות נישט האָבן, אַזוי אַז די גרויסע מערהייט וואָס איז געגן אונז, קען גאָר קיין איינפלוס נישט האָבן אויף אונז, און קען אונז גאָרנישט אַראָפּפירן פון וועג. דער תירוץ איז זיכער און קלאָר.

אָבער לויט דאָס אויבן געשריבענע איז דער קשיא אויף דעם אויך קיין קשיא נישט, ווייל אין דעם פסוק אחרי רבים להטות, דו זאָלסט דיך (= זאָלסט זיך) ריכטן נאָך דער מערהייט, האַנדלט זיך עס וועגן דיינים, וואו אַלע, די מערהייט און די מינדערהייט, זיינען כשרע דיינים און ראוי צו מישפטן, אַלע אומפּאַרטייאיש, אָן וועלכע עס איז נייגונג נישט פאַר איין צד, נישט פאַר דעם צווייטן. אָבער דאָרטן וואו די מערהייט איז פּאַרטייאיש און די מינדערהייט נישט, פאָלגט מען זיכער די מיינונג פון דער אומפּאַרטייאישער מינדעהייט.

אין באַציאונג אויף גלויבן און רעליגיע קען דער מענטש דערקענען דעם אמת נאָר, ווען ער איז ווירקלעך פריי און ריין פון אַלע תאוות עולם הזה. אַזעלכע ריינע מענטשן געפינען זיך כמעט גאָרנישט ביי די אומות, נאָר צווישן אונזערע הייליקע חכמים ז"ל, וועלכע זיינען געווען ווי מלאכים אפילו אויב אונטער די אומות האָבן זיל געפונען איינציקע וואָס זיינען געווען ריין פון תאוות עולם הזה, איז דאָס נאָר אַ מיעוטא דמיעוטא, אַ נישטיקע מינדערהייט געגן אונזערע הייליקע חכמים וועלכע זיינען געווען אין די צענדליקער טויזענטער.

אזוי ווי די גמרא דערציילט אז ביי יידן זיינען געווען נביאים צוויי מאָל אזוי פיל ווי די יוצאי מצרים, ד. ה. מיר האָבן געהאַט אַ מיליאָן און צוויי הונדערט טויזענט נביאים. נאָר, זאָגט די גמרא, עס זיינען פאַרשריבן געוואָרן נאָר די נבואות, וואָס זיינען נויטיק פאר די שפעטערע דורות. דעריבער איז פאַרשריבן נאָר אַ גאַנץ קליינער טייל פון די נביאים. אָבער געווען זיינען זיי אַסאַך. גאַנץ גענוי די זעלבע זאַך איז געווען אין די צייטן פון די תנאים און פון די אמוראים.

עס שטעלט זיך ארויס אַז די פליכט צו הערן אונזערע חכמים, איז נאָר צו זיי, גייט טאַקע ארויס פון אחרי רבים להטות, דו זאָלסט דיך ריכטן נאָך דער מערהייט – וואָס מיינט: די מערהייט פון אומפארטייאישע דיינים, ווייל ווי מיר האָבן שוין געזען, זיינען דאָס אונזערע חכמים ז"ל, וואָס זיינען די איינציקע קאָמפּעטענטע דאָרטן וואו עס האַנדלט זיך וועגן אמונה פרעגן, דורך דעם ווייל זייער שכל איז געווען באַפרייט פון דער קלענסטער נייגונג און נגיעה.

דער זין פון דער אויבן דערמאָנטער קשיא איז צו פאַרגלייכן מיט א קאָמפּאַניע שכורים וואָס ווילן איבערצייגן אַ ניכטערן, אַז ער מוז זיך אויך אָנשיכורן, און טענה'ן דאָס איין, מיט דעם אַרגומענט אז ווי באַלד זיי זיינען א סאַך שכורים און ער איז נאָר איינער, אַ ניכטערער, איז על פי דין, אַז ער מוז זיי נאָכטאָן, ווייל אחרי רבים להטות.

גאַנץ גענוי אין אונזער פאַל, אויסער אונזערע הייליקע חכמים ז"ל, איז דער געוויינליכער מענטש אזוי ווי פאַרשיכורט פון ווילן און תאוות. אונזער חז"ל זאָגן דאָך: אין לך בן חורין אלא מי שעוסק בתורה, אַ פרייער מענטש איז נאָר דער וואס איז זיך עוסק אין תורה, ווייל אָן דער הילף פון דער תורה הקדושה איז עס אוממעגלעך פאַר דעם מענטש, זיך צו באַפרייען פון זיין יצר הרע, פון זיינע נטיות, און זיינע בלינדע ווילן.

ט. דער ערשטער עיקר, גרונדזאַץ – אמונה בה' – האָט אַלס דירעקט און אומבאדינגע קאָנסעקווענץ, די איבערצייגונג פון דעם צווייטן עיקר, תורה מן השמים, – ווייל ווי באַלד אַז דער צוועק פון אַלץ וואָס איז באַשאַפן באַשטייט אין דעם, זיי זאָלן דערפילן דעם רצון ה', דעם ווילן פון זייער שעפער איינערזייטס. אָבער אנדערערזייטס, ווידער, איז דאָך זעלבסט-פאַרשטענדלעך קלאָר, אַז עס איז אויסגעשלאסן און אוממעגלעך פאַר דעם מענטש צו באַגרייפן די געדאַנקען פון דעם בורא עולם און צו וויסן וואָס איז זיין רצון.

עס איז דעריבער קלאָר, אַז עס האָט געמוזט זיין אַזוי, אַז הקב"ה האָט איינמאָל געגעבן די מענטשן צו וויסן וואָס איז זיין רצון פון זיי, און דאָס איז תורה מן השמים. נאָך ווייטער, פון דעם אַלעס פאָלגט אויך אמונה אין ביאת המשיח. ווייל נאָך דעם ווי מיר ווייסן קלאָר און זיכער, אַז דער צוועק פון דעם אַלעס וואָס עקזיסטירט איז נָאר ממילא צו זיין דעם רצון פון השי"ת, איז דער וועלט דערקעגן זעען מיר ריכטיק דעם היפוך דערפון, דער גרעסטער טייל מענטשן איז פאַרזונקען און פאַרטרונקען אין דעם ים פון תאוות, עס איז כמעט נישטא דער פאַרנינפטיקער, וועלכע זוכט ממלא צו זיין דעם רצון פון השי"ת, איז דאָך גאַנץ קלאָר אַז צוליב אַזעלכע מענטשן האָט אוודאי נישט געלוינט די גאַנצע בריאת שמים וארץ. מען מוז אומבאַדינגט פאַרשטיין אַז עז מוז קומען אַ טאָג אין וועלכן עס וועלן מקוים ווערן די פסוקים: "ונגלה כבוד ה', והיה ה' למלך על כל הארץ". אמן ואמן.
אוועטאר
מונאוויטש
שר האלפיים
תגובות: 2902
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2015 6:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מונאוויטש »

א ביטערע טראגעדיע וואס האט פאסירט אין בארא פארק אין די תקופה פון אלול תשמ"ג-תשרי תשמ"ד.
עמיצער ווייסט/געדענקט דעם שרעקליכן אינצידענט?

מונאוויטש האט געשריבן:

Under what light are we to understand the tragedy that happened in Boro Park this week (in 1983), when three children were killed?

I was waiting for that question. Under what light?! I'll tell you. When you come to Olam Habah after a hundred and twenty years, you'll ask Hakodosh Boruch Hu to explain it to you. How could I know? Did I know the people? I don't know their history. Do you know their history? I don't know anything about them.

I'll tell you one little story, though. Not directly connected with this. A different story. But it's important to get out of the habit of blaming Hashem. People are too busy pointing a finger at Hashem when they should be filling their minds with gratitude to Hashem. Once there was a girl - a young woman. And she was riding in a taxicab in Brooklyn. And the taxicab bumped into another car. And together they bumped into a telephone pole. And the pole fell on her and she died. Nebach, it killed that girl.

Now, I'm not capable of telling you anything but I'll tell you something that happened with a girl. Maybe it was the same girl. I don't want to say. Once there was a poor teacher and she was trying to make a living. You know that it's not always easy making a living. So she was teaching a class of girls. And there were forty girls in the class. One of the girls in the back of the class mimicked the teacher's voice. And she did it all the time. All the time! And the teacher was very much embarrassed. Very embarrassed. Very hurt. But what could she do? It's her parnasah. So she kept quiet. She kept quiet but she was terribly hurt.

Now maybe this girl forgot about what she did. And maybe the teacher forgot about her pain. But Hakodosh Boruch Hu doesn't forget. He might give you time to fix your mistake - to do teshuvah - but when you don't, and instead you forget about it, He doesn't forget. You hear that?! Hakodosh Boruch Hu doesn't forget!

So we can't explain anything. Look, we don't know the people, so we'll say that they were tzadikim gemurim. We don't know, so that's what we'll have to say. They were tzadikim and Hashem has His reasons. That's all. Finished. And when you come to the Next World at the age of a hundred and twenty, He'll explain it to you better and you'll understand more. But untill then, you must know that He has His reasons.

*

I've been here many years and I have heard similar questions many times. These questions are asked here all the time. But nobody ever asked me, "Under what light should I view the fact that this week I was able to walk in the street with fully functioning legs?" All week long you walked without any difficulties! Or, "Under what light should I view the fact I was able to eat three meals yesterday? Or that my lungs were working all day long and I never even stopped once to thank Hashem?" These are the questions you should be asking yourself.

So get busy training yourself to thank Hashem for all the good He's giving you and that will go a long way towards answering your questions.

-- TAPE # 429 (September 1983)

Credit: Toras Avigdor
אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15938
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע: אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

דאס איז נישט קיין הערה אויף די רעיונות פון דעם כהן הגדול מאחיו זי"ע נור א תמי' אויף די מוציאים לאון פון דעם וועכענטליך גליון
צוויי וואכען האבען דיי געדריקט
מונאוויטש האט געשריבן:

Why did the Rav choose to mention the Jewish Press as the newspaper of choice to secretly send to an intermarried couple in order to mikareiv them to Yiddishkeit?

Because I think that the Jewish Press is a good newspaper for people who are intermarried. It could have a good effect on them. Yes, it definitely could.

And I want to tell you something else. The Jewish Press does good things too. Some years ago I got some scientists and some professors together to make an official declaration that Hashem created the world. It was a declaration by scientists that all the available evidence proves that Hashem created the world. I still have copies of that. And the Jewish Press gave us free of charge a half page ad to publish it. That’s a big ad. So they do good things too. Try to get one of the other newspapers to do that. What other newspaper will give you a half page ad, free of charge?!

It was a half-page signed by scientists, doctors and professors. And they all signed a declaration stating that all the evidence that we have available to us shows that Hashem created the world. It was a kiddush Hashem and they printed it for nothing. So don’t criticize them too much. Don’t think that they’re nothing. Rav Shalom Klass, a’lav ha’shalom, did good work.

-- TAPE #E-234

Credit: Toras Avigdor

עס האט מיר שטארק געבאדערט אז זיי האבעו דאס מפרסם געווען
צו וואס האט דאס אויסגעפעלט?
עס קען וועערען אפגעטייטשט ווי כאילו אן הסכמה אויף היינט 46 יאר שפעטער
קוקט זיין מיינונג אויף TAPE #5


מונאוויטש האט געשריבן:

A few weeks ago the Rav referred to the Jewish Press as a "rag" and as "the mouthpiece of Orthodox Jewry from the other end". I've seen many good things in the Jewish Press including advertisements for Rabbi Miller's lectures. I'd appreciate it if you would elaborate on this subject.

I want you to be mi'dayek in my words. I never said that it would be a good thing if the Jewish Press would close down. I never said that. Now, I have been saying that for years and years about The Morning Journal, a'lav ha'shnubbel, and The Forward, which I hope to soon be able to say upon it as well "a'lav ha'shnubbel". Those two newspapers - we can heartily wish them a speedy demise.

But the Jewish Press is different. When the Jewish Press first came out I took money out of my own pocket - I didn't have any extra money in my pocket - and I made a deal with the editor, who at that time was Rav Simcha Weissman. I made a deal with him and he gave me a reduced price and I ordered twenty-three subscriptions. I paid half the bill out of my own pocket and the other half I got from the synagogue and we had twenty-three people in the shul who were subscribed to the Jewish Press. In the beginning it was all idealism.

And even though today it has changed a great deal and it has already earned this title - it has arrived at the point where it can be called a rag - I still say that I don't wish it to close down - because there is nothing else right now. Let's say some anti-Semitic senator or some ASPCA woman, like we had recently with that Mrs. Schmidt, cooks up a plot to attack shechita in Congress or in the State Legislature. Who's going to speak up for shechita?! What? Do you think the American Jewish Congress Weekly is going to speak up to help you? A nechtaguh tug! Who will speak up for us?! The Jewish Press has a heart! They'll speak up, they'll shout. They'll organize public opinion. And many other things. There's no question about it!

And that's why I never wished upon them that they should close down. But it's like seeing a citybus going down the street. Now, you need the bus; it's helpful. But the bus has on its side pictures that are objectionable. So we do wish that someone would come along and tear off the pictures from the side of the bus. That's what we wish for. So therefore I'm doing the tearing - in my own little way. And maybe someone will hear about it and there'll be some results. But I never said it should close down.

Now some might not agree with me but I say that we have to wait and see. If someone will ever establish another newspaper that is as effective and that has a circulation that is better than the Jewish Press, then we can wish the Jewish Press that they also join the dustbin of history. But for the time being, like the world says, "oib mir darfen a ganav, nemt em arup fun teliyah" - if you need a ganav, then take him off the gallows.

-- TAPE # 5 (October 1973)

Credit: Toras Avigdor
גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל


שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”