הויעך האט געשריבן:מקען דא אנפילען נאך 5 בלעטער פון קאנפיראציעס נאר פון די מאנסי שטעכעריי
זאגט מיר יעצט איינער, אז ער האלט אז די רעגירונג שטייט אונטער די גאנצע שטעכעריי אין מאנסי, ווייל זיי ווילן קענען קאנטראלירן וואס קומט פאר ביי דעם עולם, און דורך די שטעכעריי קענען זיי זיך דרייען צווישן אונז אן קיין פארדאכטן, נאר מיטן אויסרייד, אז זיי פארשטערקערן די סקיורעטי, אזוי קענען זיי לייגן קעמערע'ס ביי אלע קעמירשל פלעצער, און אזוי ווייטער.
די ראיות צו דעם איז
דער גוי איז א יוקל מפוקל, ווי קען זיין אז ער זאל ווען וועלן שטעכן.
ער איז דער זעלבער גוי פון טאשנאד, און מ'האט אים אויסגעפארשט, און פערצופאל געלאזט גיין פריי.
גלייך נאך די אטאקע, איז געווענער קאמאו, געקומען צו לויפן, צוזאגן פארשטארקערטע מאכט.
די פארשעי אטאקע, איז געווען אין די נייעס, ווי לאנג מ'האט נאר געקענט, און דזשערסי סיטי, נישט.
וכו' וכו', איך האב נישט כוח נאכצושרייבן ווייטער, אלע ראיות און הוכחות.
איך וועל לאזן דעם עולם ווייטער שפינען