פארוואס שטיצט נישט מד"י א פאראייניגטע כורדיסטאן?

אנאליזן און דעבאטעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
יידישע קהילות
שר שמונת אלפים
תגובות: 8684
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

פארוואס שטיצט נישט מד"י א פאראייניגטע כורדיסטאן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישע קהילות »

ווי באקאנט זענען פאראן מיליאנען קורדן איבער דעם גאנצן מיטל מזרח, אין סיריע, אין טערקיי, אין איראן און אין איראק.
טערקיי איז דער ראש הלוחמים קעגן די קורדן. זיי האבן א עכטע פחד פון א קורדישע אויפשטאנד וואס וועק אוועקרייסן פון טערקיי גאנצע שטחים פון זייער לאנד.
אין סיריע האבן זיי איצט אין די מלחמה-צושטאנד א געוויסע זעלבסשטענדיקייט. זיי זענען איינער פון די זייטן אין דעם בלוטיגן קריג, און דערווייל האלטן זיי אן א קליינע שטח וואו זיי זענען כלומרשט אין קאנטראל.
אין איראק הערט מען נישט קיין סאך פון זיי, און אין איראן כאפן זיי קלעפ און זיצן איינגעלייגט.

ווען מד"י וואלט זיי געשטיצט, וואלט דאך דאס געווען א קאנטער-אטאקע אויף די אטאקעס פון די וועלט קעגן מד"י. אהא מיר מוזן געבן אוטונאמיע פאר די פאלעסטינער, וואס איז מיט די קורדן? פארוואס זארגסטו זיך נישט פאר זיי? פארווואס געסטו זיי נישט קיין אוטונאמיע?

בשלמא ווען טערקיי איז געווען אין א נאנטע באציהונג מיט מד"י, פארשטיי איך די פאליסי פון נישט וועלן אויפרייצן דעם טערק. אבער היינט? פארוואס קומט מד"י נישט ארויס און דערקלערט אז זי אנערקענט אין א זעלבשטענדיגע כורדיסטאן?
משנכנס אדר מרבין בשמחה
הל'א דו'ד מסתת'ר עמנו
שרייב תגובה

צוריק צו “נייעס קאך לעפל”