עס איז אפיציעל: איך בין [געווען] א צוקונפטיגער עושר

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
א. לערנער
שר מאה
תגובות: 105
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 14, 2015 2:18 am

עס איז אפיציעל: איך בין [געווען] א צוקונפטיגער עושר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א. לערנער »

עטץ הערטס חברה?! צוויי וואכן ארום מוצש"ק נעם איך שוין אויף פון א האלבע שעה נאכן זמן פאר צוויי שעה. מ'העט טיילן טשעקס פון מינימום $180.

וואגייט פאר? הערט א מעשה! נעכטן נאכט אויפן וועג צום שיעור באקום איך א טעלעפאון קאל פון מיין חבר פון ישיבה, דאס לעצטע מאל איך האב גערעדט מיט אים איז לכאורה געווען ווען איך האב אים געלאדענט צו מיין חתונה פאר צען יאר צוריק נישט מער געדאכט. איך בין געוואוינט אז אזאנע חברים קאלן נאר פאר טיי אווענטס אדער לייף אינשורענס, אבער דא איז די מעשה אינגאנצן אנדערש.. ער קאלט מיך אנבאטן געלט, און נישט סתם געלט נאר גרויס געלט! און מ'דארף כמעט גארנישט טון פארדעם. וויאזוי קאן דאס זיין פרעג איך אים, זאגט ער מיר: סיז שווער צו עקספלעינען אויפן פאון, קום אריבער היינט נאכט צען אזייגער אין עטרת מענדלאוויטש איינער העט דארט מסביר זיין דעם פראגראם, אבער בעפאר דו לייגסט אראפ, געדענק, דו טארסט נישט פארפאסן דעם געלעגנהייט! דיין עתיד איז אנגעוויזן אין דעם.

איך האב מיך געמאכט א שנעלן חשבון אז מען דארף שוין ביז געציילטע יאר בר מצוה מאכן, און פון די בר מצוה ביז די חתונה איז גאר א קורצע שפאן, סא איך מוז דאך טאקע זיין ביי דעם אווענט, איך קען דאך נישט זיין ממש א מאבד עצמו לדעת.

צום שיעור האב איך שוין נישט געקענט גיין, איך בין נאר געווען פארנומען צו טראכטן וויאזוי איך גיי זאגן פאר מיין בעה"ב אז איך גיי, דארף איך געבן נאטיס אדער נישט? לכאורה איינער וואס ווערט אן עושר איבערנאכט קען גיין גלייך אן נאטיס.

מיין ווייב האב איך געלאזט וויסן אז אויב וויל זי זיין די קומענדיגע סעלעב זאל זי מיך נישט זוכן ביז צוועלעווע ביינאכט.

איך בין שוין געווען ביים זאל צוואנציג צו צעהן, צוביסלעך האב איך געזען נאך פאטענציאלע עשירים קומען צו גיין מיט אויפגעהויבענע ריקן נישט טראכטנדיג אנדערש ווי מיר. בערך צענע צייט איז אנגעקומען דער אינסטראקטער, א ג'ענטעלמאן מיט א שיינעם בי עם דאבעליו, א הערליכן נעק טיי אויף זיין פריש אויסגעבילגטן העמד, באדעקט מיט א פאר הונדערט דאלער'דיגע סוט, און די פרעזענטאציע הייבט זיך אן.

די ערשטע חלק איז געווען באזירט אויפן אינסטראקטערס סוקסעס ווי ער האט דערציילט פאר יעדן אז ער איז קוים פינף און דרייסיג און דארף שוין נישט ארבעטן, זיין פינף טויזענט דאלערדיגע טשעק באקומט ער שוין וועכנטליך אויף דירעקט דעפאזעט, ער לעבט א ברייטע לעבן וואס ער האט קיינמאל נישט גע'חלום'ט אנצוקומען אהין, ער קען זיך ערלויבן מער ווי סיי ווער פון זיין משפחה, און בעיקר האט ער נישט אויפגעהערט ארויסצופוינטן אז די אלע פופציג אינגעלייט וואס זיצן דא קענען אויסקוקן ווי אים אין אפאר יאר, מען דארף נאר אריינלייגן "אביסל" געלט און "אביסל" ארבעט. די ארבעט איז בערך געווען אז מען דארף פארקויפן א געוויסע שעמפו וואס היילט קראנקע פון אלע מינע קרענק און חוץ דעם מאכט עס די באדי פריש ווי א קליין קינד (נישט אז איך האב עס אויספרובירט, אבער אזוי האט ער געזאגט..), און בעיקר דארף מען צוברענגען נאך מענטשן זאלן אויך פארקויפן דעם פראדוקט א.א.וו.

איך געדענק נישט דאס לעצטע מאל איך בין געווען אזוי עקסייטעוועט, מיין קאפ איז שוין נישט דארט געווען, איך האב מיך שוין נאר גע'חלום'ט ווי איך קום אהיים צו מיין פריוואטע הויז, איך פארק אריין אין מיין שיינע גאראדזש און וואספארא רחבות עס קומט פאר דארט. בקיצור, דאס איז געווען די בעסטע חלק פונעם גאנצן דורכגאנג.

די פרעזענטאציע האט זיך געענדיגט מיטן אויסטיילן אן אפליקאציע פאר יעדן ווי מען דארף אויספילן געוויסע פערזענליכע אינפארמאציע און צוענדיגן מיט א קרעדיט קארטל פאר ניין און ניינציג דאלער א וואך, מיט א צוזאג א מען וועט דאס קענען סטאפן אויב וויל מען. פארשטייט זיך אז דאס איז נישט געווען קיין שום פראבלעם פאר אן עושר וואס פארדינט א מינימום פון פינף טויזענט דאלער א וואך.

ארויסגייענדיג פון דארטן האב איך שוין געטאנצט, נישט געוואקט, איי ס'דערמאנט זיך ווי איך האב כמעט נישט געשלאפן יענע נאכט, געווען פארנומען א גאנצע נאכט איבערצוגיין מיינע אלע קאנטאקט ליסטעס וואס איך האב נאר אמאל געהאט אויף א טעלעפאון. איבערגעגאנגען עידזש ליסטעס אראפ ביז כתה ט', אזוי אז ביי זעקסע פארטאגס האב איך שוין געהאט א ליסטע פון באלד 250 חברים וואס גייען זיך זיכער צוכאפן דערצו און אזוי וועל איך קענען אויפבויען מיין בוים און פארדינען ווי געוואונטשן.

ווי איר פארשטייט שוין יעצט איז דאס געווען די ערשטע מאלטי-לעוועל-מארקעטינג טעות וואס איך האב געטון, פשוט ווייל א נארמאלע מענטש טוט עס נישט מער ווי איין מאל. גלייך אינדערפרי האב איך אנגעהויבן מאכן פאון קאלס, צו מיין אנטוישונג האבן א חלק נישט אויפגעהויבן, א חלק האבן אראפגעהאקט, א חלק האבן מיך פרובירט צוריקצושלעפן איידער איך פאל אריין, א חלק האבן מיך אויסגעהערט מיט אינטערעסע און א חלק מיט מיטגעפיל. בקיצור, כדי צו קענען אנהייבן צו מאכן געלט דארף מען האבן א מינימום פון זיבן ביז צען מענטשן און איך האב נישט געקענט אנקומען צו מער ווי פינף. פארשטייט זיך אז דעי פינף האבן שוין געדארפט אנהייבן אריינצולייגן געלט, אבער איך מיין כ'האב עס גוט געמאכט מיט זיי, זיי האבן עכט געמיינט (אזויווי מיר) אז עס קומט דא צו גיין גוטע צייטן.

איך האב פרובירט פאר די נעקסטע פאר טאג צו גיין דאווענען יעדן טאג אין אן אנדערע שול צו טרעפן פרישע פנימ'ער, בסך הכל האב איך געענדיגט די וואך מיט זיבן חברה, צו מיין שמחה איז נישט געווען קיין עק ווייל ביי זיבן מענטשן הייבט מען שוין אן צו מאכן געלט, הגם נאר פינף דאלער א חודש פאר פיר הונדערט דאלער וואס מען צאלט איין, אבער עט ליעסט זעהט מען שוין צוריק עפעס "רוחים"..

אנפאנג פונעם צווייטן וואך רופט מיך מיין בעה"ב אריין אז ער זעהט איך בין נישט עפעס געהעריג דא, פארשטייט זיך איך האב קודם פרובירט צו לייקענען אז אפילו איך בין פארנומען מיט עפעס אנדערש איז מיין קאפ נאכאלץ הונדערט פראצענט ביים דזשאב, אבער ער האט מיר זייער קלאר געשטעלט אז דאס קען נישט פארקומען און ביי די ארבעט טאר ער נישט זעהן איך זאל זיין פארנומען דערמיט. ער האט זיכער געמאכט ביי די פילטער קאמפעני אז ביי קיין איין קאמפיוטער אינעם גאנצן אפיס קען מען נישט צוקומען צו דעם זייטל אזוי איך זאל נישט גיין יעדע פינף מינוט זיך שפיגלען אין די פינף דאלער..

הכלל, דארט האבן זאכן אנגעהויבן צו גיין בארג אראפ מיט א שנעלקייט, איך האב מצליח געווען במשך דעם נעקסטן חודש אריינצוברענגען נאך צוויי מענטשן, פון אלע מיינע ניין מענטשן האט נאר איינער מצליח געווען אריינצוברענגען איינעם אונטער זיך, וואס דאס האט ארויפגעברענגט מיין "פעיטשעק" צו $7.75 א חודש.

דא האט זיך אנגעהויבן די נעקסטע פאזע ווי יעדע פאר מינוט האט א צווייטער פון מיינע ניין מענטשן מיך געקאלט און אנגעשריגן קודם מיט שיינעם און נאכדעם ווילד אויף וואס איך האב געטון מיט זיי, פון אנפאנג האב איך נאך פרובירט זיך צו פארענטפערן אבער איך האב גלייך געזען אז די פאר הונדערט דאלער וואס איז געווארן ארויסגערויבט פון זייער טאש איז נישט אזוי פשוט צו פארענטפערן, איך האב געמוזט טוישן נאמבער און זיך נישט דרייען אין פאבליק פאר א שטיק צייט ביז דער עולם האט זיך בארואיגט.

נאך א צוויי דריי חדשים האב איך מיך אראפגעזעצט און איבערגעטראכט וואס דא איז פארגעקומען און זייער קלאר געזען וואס מיין מצב איז דא, דאן האב איך מיך דערמאנט אינעם צוזאג ביים אריינגעבן די קרעדיט קארד אז מען וועט דאס קענען קענסלען סיי ווען, אבער ביים אריינרופן צו קענסלען האבן זיי מיך זייער שנעל קלארגעשטעלט אז איך האב פארזען די קליינע ווערטער, און די קרעדיט קארד קען נאר ווערן געקענסלט אין די ערשטע דרייסיג טאג אדער נאך א יאר, ביים סטראשענען אז איך וועל דיספיוטן די טשארדזש האבן זיי זיך גארנישט דערשראקן נאר געווארנט אז זיי האבן מיין אונטערשריפט דערויף און זיי גייען אל דע וועי פייטן דערקעגן.

האב איך שוין געזען וואס מיין מצב איז דא. איך האב געדארפט נעמען א קליינע סייד דזשאב אויסצוצאלן די פיר הונדערט טאלער יעדן חודש, איין זאך האב איך מיך נאר געטרייסט, אז כאטש באקום איך צוריק די פאר דאלער פון זיי, אבער נאך אפאר וואכן האט דאס אויך אנגעהויבן צו שרימפען און דאן זענען זיי צוריקגעקומען מיט די זעלבע קליינע ווערטער תירוץ, אז אויב זעהן זיי אז די בוים שלאפט איין און ברענגט שוין נישט פרישע רעקרוטן הייבט די געלט אויך אן צו גיין אראפ ביז אויס.

ב"ה מיין יאר האט זיך יעצט געענדיגט און דאס קרעדיט קארטל איז געווארן געסטאפט נאכן אויסגעבן איבער פינף טויזענט דאלער אין גארביטש. אזויווי קיין געלט האב איך נישט געמאכט, האט איך כאטש אראפגענומען די פאר מינוט עס צו פאראייביגן פארן פאבליק שלא תמות כדרך שמת פלוני.

איך האף אז מיין געשיכטע וועט ארויסהעלפן אנדערע אידן נישט אריינצופאלן. און פאר מיר זיך איך נאך ווי מען קען ארויפגיין מוצאי שבת.
קאכעדיגע
שר האלף
תגובות: 1592
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 27, 2014 4:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאכעדיגע »

unbeliavable, דאס איז א אלטע סקעם וואס גייט שוין אהן פאר צענדליגער יאר און קיינער האט נאך נישט געמאכט קיין געלט דערפון, ס'וואלט געווען זייער חשוב ווען די לייגסט ארויף פרטים וואו, וואס, ווען, און ווער, זאלן מענטשען וויסען פון וואס זיך צו היטן, און וועלכע מטורף האט נאך די חוצפה אין היינטיגע צייטן אהנצוגיין מיט די סקעמס

די כלל איז, אויב יענער בעט געלט אין עדווענס, איז עס א 100% זיכערע סקעם

אגב! נישט לאכענדיג פון יענעמס צרות...האסטו א גוטן פענע
ממה נפשך
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4845
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממה נפשך »

זיס אראפגעלייגט א ציפעדיגע מעשה...
אוועטאר
נישט פשוט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3356
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 04, 2018 1:12 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט פשוט »

די מאכסט א וויץ ?! איא ? :?: :?: :!: :!:
די האסט טאקע נישט געקענט סטאפן די קארד ?
!!THANK YOU BANAA#
געריבענער סוחר
שר האלף
תגובות: 1268
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 30, 2018 10:50 am
לאקאציע: אין קאנפערענס רום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געריבענער סוחר »

זייער גוט אראפגעלייגט.

מאלטי לעוועל מארקעטיג איז נישט היינט געבוירן געווארן און מענטשען האבן שוין געמאכט מיליאנען דערפון, די עיקר סקעם איז, אזוי ווי לערנער לייגט עס אראפ, די עקסייטמענט איבער די ציקונפטיגע עשירות וואס ווארט דיר אפ, ממש מיטן ארבעטן א שעה 2 א טאג.
.When someone tells you: "It can't be done!" Remember: Those are their limits, not yours
אוועטאר
Graphic24
שר חמש מאות
תגובות: 719
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 10, 2018 5:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Graphic24 »

ישר כח פאר די חיזוק!
איך בין שיעור געווען אויף דיין פלאץ, נאכ׳ן באקומען א ׳זייער׳ ענליכן טעלפאון קאל...
ברוינע באנאנע
שר האלף
תגובות: 1928
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2017 10:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברוינע באנאנע »

;l;p- ;l;p- ;l;p-
אוועטאר
גיט
שר חמש מאות
תגובות: 523
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 27, 2017 9:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גיט »

איך האלט אז יעדע יונגערמאן ברויך איינמאל דורכגיין די לעסען אז די זאכן זענען סקעם אבער עס איז א שאד אז איר האט געדארפט נעמען אזא טייער לעסען עס איז דא סך ביליגע קאמפעניס וואס געבן שוין די לעסן פאר אינטער $500 א שטייגער ווי ACN וואס דארט האב איך געהאט די לעסען וכדו'
עניוועי זייער שיין אראפגעלייגט אין עס איז א גרויסע זכות אויפציוועקן דעם עולם.
אוועטאר
א. לערנער
שר מאה
תגובות: 105
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 14, 2015 2:18 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א. לערנער »

קאכעדיגע האט געשריבן:ס'וואלט געווען זייער חשוב ווען די לייגסט ארויף פרטים וואו, וואס, ווען, און ווער, זאלן מענטשען וויסען פון וואס זיך צו היטן, און וועלכע מטורף האט נאך די חוצפה אין היינטיגע צייטן אהנצוגיין מיט די סקעמס

אזויווי אפגעבריטע ווייסן אז עס קען זיין איבעראל, סיי וואס, סיי ווען, און קען קומען פון דיינע נאנטסטע מענטשן. קיינער מיינט נישט ח"ו קיין שלעכטס, יעדער וויל נאר מאכן א גרינגן דאלער און דער איינציגסטער וואס איז למעשה מרויח איז די קאמפעני אליינס און די העכסטע מענטשן וואס בויען דעם בוים. אלע איבריגע וועלן נישט מאכן קיין געלט. אמאל איז דא ווען עס קומט אריין בעסערע דיעלס און אמאל שוואכערע און עס קען אפילו זיין אז מען מאכט פאקטיש אפאר דאלער, אבער מיט דעם אלעם איז נישט ווערד די קאפוויי פון די אלע מענטשן וואס וועלן דיך נאכלויפן, און חוץ דעם איז עס אלעמאל א קורצע טערמינענדע זאך. איר דארפט בעיקר געדענקען איין זאך, עס איז א באבל וואס גייט קראכן! אמאל פריער און אמאל שפעטער.
לעצט פארראכטן דורך א. לערנער אום דאנערשטאג מאי 09, 2019 7:00 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
קענדי'ס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3375
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 4:44 pm
לאקאציע: שמחות תורה אויפ'ן פארענעשטעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קענדי'ס »

אוועטאר
פארפרוירן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 456
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 28, 2019 8:11 am
לאקאציע: וואו סידא צועסן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארפרוירן »

גאר גוט ארויסגעברענגט, און א געוואלדיגע זיכוי הרבים.
כ'דערמאן זיך אז איינער פון מיינע באקאנטע האט געארבעט פאר ACN און אויפ'ן וועג צום קרעטשמע דארף מען דאך אויך האבן עפעס א שטיקל הכנסה, איז ער געגאנגען פאר אן אינטערוויא ערגעץ וואו, און דער בעה"ב - וועלנדיג זיכער מאכן אז ער וועט נישט דארפן אריינטרענען א צווייטן אפאר וואכן/טעג ארום - האט אים געפרעגט אויב ער קומט דא ווייל ער וויל דא ארבעטן אדער ווייל ער וויל פשוט א דורכגאנג ביז אן אנדערע דזשאב, האט ער געענטפערט: עםםםם, באמת טו איך אויך עפעס אנדערש אבער עס איז נאך א שטיקל מהלך ביז דאס וועט מיר מאכן אויפגעבן דעם דזשאב דא. (ב"ה אז אזויפיל האט ער פארשטאנען אז דאס פאסירט נישט איבערנאכט) האט אים דער בעה"ב שיין געפרעגט: וואס טוסטו? און ווען דער ענטפער איז געווען ACN האט זיך דער בעה"ב ברייט צושמייכלט און זיך אנגערופן: איך בין אויך דארט געווען אמאל, (כ'ווייס נישט אויב פונקט דארט, אבער עפעס אין דעם פעלד) און .... ער האט אים געהייערט.
להשלמת הענין איז כדאי ארויסצוברענגען אז די ביידע - דער בעה"ב און דער ארבעטער - זענען היינט ב"ה מצליח, אבער פון פאקטישע ארבעט, נישט פון קיין דמיונות און בזיונות.
די וועלט איז ליידער א שטיק שקר, די איינציגסטע זאך וואס איז נאך אמת'דיג איז בלויז א שטיקל הערינג מיט אייער קיכל
אוועטאר
maybeeynot
שר חמשת אלפים
תגובות: 5441
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע: ווי איך שטעק אריין מיין נאז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך maybeeynot »

וואס איז ACN. ?
אוועטאר
ישוב הדעת
שר האלפיים
תגובות: 2817
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 11, 2018 4:34 pm
לאקאציע: רעקליינער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישוב הדעת »

By 2030 You Will Own Nothing And You Will Be Happy (WEF) Or vote in TRUMP
אוועטאר
nmi
שר חמשת אלפים
תגובות: 5122
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך nmi »

;l;p-
גיט האט געשריבן:איך האלט אז יעדע יונגערמאן ברויך איינמאל דורכגיין די לעסען אז די זאכן זענען סקעם אבער עס איז א שאד אז איר האט געדארפט נעמען אזא טייער לעסען עס איז דא סך ביליגע קאמפעניס וואס געבן שוין די לעסן פאר אינטער $500 א שטייגער ווי ACN וואס דארט האב איך געהאט די לעסען וכדו'
עניוועי זייער שיין אראפגעלייגט אין עס איז א גרויסע זכות אויפציוועקן דעם עולם.
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי
אוועטאר
nmi
שר חמשת אלפים
תגובות: 5122
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך nmi »

maybeeynot האט געשריבן:וואס איז ACN. ?

viewtopic.php?f=26&t=29457
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי
אוועטאר
Iphone
שר האלף
תגובות: 1316
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 10, 2013 8:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Iphone »

פיינע פענע
נעגלוואסער
שר האלף
תגובות: 1365
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 02, 2017 4:28 pm
לאקאציע: צווישן די 2 קעניגליכע בעטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נעגלוואסער »

קנאקעדיגע קעפל
פארביטערטע מעשה
זיסע פענע
די ערשטע מחלוקה פון יעדע אידישע פארפאלק איז ווער סזאל אנגרייטן די ........ יא איר געדענקט גוט די נעגלוואסער
אוועטאר
ליידיג גייער
שר חמש מאות
תגובות: 578
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 09, 2013 4:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליידיג גייער »

זייער וואויל באשריבן, ב"ה אז כ׳האב עס נישט מיט געמאכט אויף דעם אײגענע הויט מיר ביי יענעם, עמביט האב איך געוואלט טרייען אבער לא איסתייעא מילתא ווייל כ׳האב נישט פארשטאנען פארוואס מ׳דארף באצאלן פון פריער פאר גאָרנישט.
ס׳ מיר נאָר זײער אינטערעסאַנט אז מען קען נישט סטאפן די קרעדיט קארטל, ובפרט אז מולטי לעוועל מארקעטינג איז א ברײט פארשפרייטע סקעם.
אוועטאר
nmi
שר חמשת אלפים
תגובות: 5122
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך nmi »

ליידיג גייער האט געשריבן:זייער וואויל באשריבן, ב"ה אז כ׳האב עס נישט מיט געמאכט אויף דעם אײגענע הויט מיר ביי יענעם, עמביט האב איך געוואלט טרייען אבער לא איסתייעא מילתא ווייל כ׳האב נישט פארשטאנען פארוואס מ׳דארף באצאלן פון פריער פאר גאָרנישט.
ס׳ מיר נאָר זײער אינטערעסאַנט אז מען קען נישט סטאפן די קרעדיט קארטל, ובפרט אז מולטי לעוועל מארקעטינג איז א ברײט פארשפרייטע סקעם.

מיר רופן עס אן א סקעם אויפן יודישן שפראך... ער האט דאך געהאט אונטערגעשריבן אויף עפעס. שטימט?
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי
פריינד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 330
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 18, 2018 12:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פריינד »

עס איז כדאי צוריקצוגיין און זעהן וויפיל מענטש ווערן אריינגעכאפט און ענליכע פראגראמען,
http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=26&t=36536

איך וואלט געבעטן די ניקס וואס האבן אריינגעלייגט געלט דארט, זאלן ביטע איבערגעבן זייער עקספיריענס.
פריינד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 330
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 18, 2018 12:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פריינד »

שכח א לערנער פארן עס אזוי שיין באשרייבן, אפשר וועט עס עפענען די אויגען פאר אנדערע.
אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15034
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הענדימען »

נישט יעדע מאלטי לעוועל מארקעטינג איז א סקעם

עמביט, שעקלי, מעלאלוקע און נאך זענען 100% אויסגעהאלטן און מענטשן מאכן דארט אסאך ערליך געלט

מיט'ן שרייען סקעם אויף לעגיטימע ביזנעסער טוט מען אזויפיל אויף, אז ווען איינער האלט ביים ווערן אריינגעכאפט אין אן אמת'ן סקעם וועט זיין שווערער אים צו ראטעווען

די טענה אויף דעם אז מ'דארף איינצאלן קען אויך זייער שיין פארענטפערט ווערן אי"ה ביי אן אנדערן געלעגנהייט

איך האף מיטן אייבערשטען'ס הילף צו גיין ווייטער אין די עי-סי-ען אשכול און אויסשמועסן
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
אוועטאר
Borough Park
שר האלף
תגובות: 1532
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 14, 2017 4:05 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Borough Park »

הענדימען האט געשריבן:נישט יעדע מאלטי לעוועל מארקעטינג איז א סקעם

עמביט, שעקלי, מעלאלוקע און נאך זענען 100% אויסגעהאלטן און מענטשן מאכן דארט אסאך ערליך געלט

מיט'ן שרייען סקעם אויף לעגיטימע ביזנעסער טוט מען אזויפיל אויף, אז ווען איינער האלט ביים ווערן אריינגעכאפט אין אן אמת'ן סקעם וועט זיין שווערער אים צו ראטעווען

די טענה אויף דעם אז מ'דארף איינצאלן קען אויך זייער שיין פארענטפערט ווערן אי"ה ביי אן אנדערן געלעגנהייט

איך האף מיטן אייבערשטען'ס הילף צו גיין ווייטער אין די עי-סי-ען אשכול און אויסשמועסן

זייער פשוט די לעבסט נאך אין די באבעל אז די גייסט מאכן געלט
Life has 2 rules
#1 never quit
#2 always remember rule #1
אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15034
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הענדימען »

און פאר איך פארגעס. איך האב שוין לאנג נישט געליינט אזא גוט געשריבענע ארטיקל

פשוט אראפגעשריבן דברים כהוויתן מיט אזא חן

-------
איך וואלט געוואלט בעטן דעם שרייבער ער זאל אונז מודיע זיין וועלכע קאמפאני דאס איז געווען
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15034
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הענדימען »

Borough Park האט געשריבן:זייער פשוט די לעבסט נאך אין די באבעל אז די גייסט מאכן געלט

?
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”